בלאט 1 פון 3

שארפן א מעסער

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 10:57 am
דורך משיח
די שבת קודש מעסער איז שוין אינגאנצן אפגענוצט, אזש מ'קען דערמיט ניטאמאל שניידן קיין געפילטע פיש....
ווי קען מען שארפן א מעסער, אז ס'זאל שניידען א מחי'?

(שמעתי פעם אז געוויסע שוחטים נעמען דאס אן צו טוהן)

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 11:04 am
דורך באמבאסטיש
עס איז דא צו באקומען ספעציעלע שארפערס אין די הארדווער געשעפטן.

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 11:07 am
דורך דער תהילים איד
א פשוטע שארפער פון הארדווער געשעפט איז דען נישט גענוג גוט אויף צו קענען גוט שניידן פשוטע חלה?

-------

באמבאסטיש האקט, זאגט ס'זעלבע.

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 1:08 pm
דורך ים רויבער
אין ווילי ביי ביי די שיסטער אויף ליע צווישען ראסס און ווילסאן (כולל) זיצט דארט איינער וואס שארפט מעסערס

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 1:10 pm
דורך ווינקל
ווען מען גיט צו שאפן א מעסער דארף מען אינזין האבן די כשרות... צו יענער נניצט דאס צו שארפן טריפה'נע מעסער, מילכיג און פליישיג וכדומה.

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 7:50 pm
דורך מעלות-חברינו
משום הכי פיר איך זיך צו נוצן א זעגל מעסער.

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2011 7:58 pm
דורך ביקסאד
א זעג איז נישט קיין מעסער.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 1:55 am
דורך טהור-עיניים
עס ווערט געברענגט אז מען זאל נישט נוצן א זעגל מעסער צו שניידן ברויט און חלה.

געבן פאר א שוחט איז דוקא נישט קיין שלעכטן בייפאל, אדער קענסטו קויפן א שארף מאשין, איך ווייס נישט ווי מען קויפט דאס, אבער איך האב שוין געזען אזאנס.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 2:15 am
דורך מי חכם
שניידן ברויט? ביסטו זיכער?

באוואואסט איז עס אויף אויפשניידן בעיקר די ערשטע כזיתים חלה ביי די סעודת שבת.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2011 12:23 pm
דורך jkup50
איך האב א שטיין אינדערהיים אבער קיין אנוג ווי זוי צי ניצן איך וואלט זייער געקענט באשטיין איינער זאל מיר אמאל אויסלערנען

געשריבן: דאנארשטאג מאי 26, 2011 2:11 pm
דורך פיבער מעסטער
איך מיטשע מיך שוין יארן מיט שארפן מעסער'ס, סיי וואס פאר א שארפער איך האב נאר געקויפט האט נישט געטויגט, אפילו נאכדעים וואס איך האב געפאלגט אויפ'ן האר וואס דער שמש האט מיך געהייסן טוהן, איך זאל האלטן די מעסער שיף און די שארפער גראד אדער פארקערט, קודם שנעל נאכדעים שטייט אראפ און נאכהער ארויף, וואס איך טוה נאר קומט נישט אויס מיין מעסער שארף

געשריבן: דאנארשטאג מאי 26, 2011 6:12 pm
דורך שמערי בערי
ר' משה נתן וויינבערגער טוט אין שארפן מעסערס, אמאל ביי א שמחה האב איך געבארגט זיין מעסער צו שניידן א בילקעלע, כ'האב קוים אנגערירט דעם בילקעלע און די טישטוך אונטער דעם איז שוין געווען צושניטן... ער ענטפערט גערן פאר יעדעם וואס פרעגט אים הנוגע דעם...

געשריבן: פרייטאג מאי 27, 2011 1:50 am
דורך טהור-עיניים
מי חכם האט געשריבן:שניידן ברויט? ביסטו זיכער?

באוואואסט איז עס אויף אויפשניידן בעיקר די ערשטע כזיתים חלה ביי די סעודת שבת.


זיכער? ניין, זיכער איז נאר דער רבונו של עולם, אבער אזוי געדענקט זיך מיר. אבער לכבודך וועל איך איבערפרעגן, אויב איך וועל געדענקען.

געשריבן: פרייטאג מאי 27, 2011 1:53 am
דורך טהור-עיניים
פיבער מעסטער האט געשריבן:איך מיטשע מיך שוין יארן מיט שארפן מעסער'ס, סיי וואס פאר א שארפער איך האב נאר געקויפט האט נישט געטויגט, אפילו נאכדעים וואס איך האב געפאלגט אויפ'ן האר וואס דער שמש האט מיך געהייסן טוהן, איך זאל האלטן די מעסער שיף און די שארפער גראד אדער פארקערט, קודם שנעל נאכדעים שטייט אראפ און נאכהער ארויף, וואס איך טוה נאר קומט נישט אויס מיין מעסער שארף


דער הסבר איז ווייל דער שמש ווייסט פונקט אזוי גוט ווי דו. ער זאגט נאך וואס יענער (וועלכער ווייסט אויך נישט) האט אים געזאגט.

דער עצה איז, גיי זוך אויף א שוחט וועמען דו קענסט, און אויב דו קענסט נישט פרעג זיך נאך. רוב שוחטים וועלן דיר גערן אנווייזן אין צוויי דריי מינוט וויזוי צו האלטן דעם מעסער און וויזוי צו האלטן דעם שטיין אז עס זאל ווערן שארף. שעם זיך נישט. רוף אן א שוחט און בעט אים אויב דו קענסט אריבערקומען צו אים פאר אפאר מינוט.

במה דברים אמורים, אויב דו ווילסט עס שארפן מיט א שטיין. אויב אבער דו ווילסט נישט דוקא מיט א שטיין, כבר מילתי אמורה, אז דו קענסט קויפן אזא מאשינדל וואס שארפט

געשריבן: פרייטאג מאי 27, 2011 8:29 am
דורך leiby
א מוהל קען מען אויך פרעגן.

געשריבן: פרייטאג מאי 27, 2011 9:20 am
דורך יהיה כן
יאך האב א ווידעאו קליפ, פון א קרוב צי צוויי שעה בערך וועלכע גיט פונקטליכע דיטעילס סטעפ ביי סטעפ וויזאוי מ'שארפט מעסערס שערליך וכו' וכו'. וועלכע שטיין איז גוט פארוואס...

עס איז א גרויסע פייל וויזוי לייג איך עס דא ארויף?

געשריבן: פרייטאג מאי 27, 2011 10:35 am
דורך jkup50
יהיה כן האט געשריבן:יאך האב א ווידעאו קליפ, פון א קרוב צי צוויי שעה בערך וועלכע גיט פונקטליכע דיטעילס סטעפ ביי סטעפ וויזאוי מ'שארפט מעסערס שערליך וכו' וכו'. וועלכע שטיין איז גוט פארוואס...

עס איז א גרויסע פייל וויזוי לייג איך עס דא ארויף?

קענסט עס ביטע אימעלן צי JKUP50@GMAIL.COM

געשריבן: מוצ"ש מאי 28, 2011 11:38 pm
דורך געלעגער
לוינט זיך אוועק צו געבן צוויי שעה..?

געשריבן: מוצ"ש מאי 28, 2011 11:46 pm
דורך leiby
קען מיר זיין אינטערסאנט, אפלאוד עס צו wetransfer

געשריבן: מוצ"ש מאי 28, 2011 11:46 pm
דורך leiby
ווי גרויס איז די פייל?

אויסשארפן מעסערס (blade)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 6:47 pm
דורך שם התלמוד
איך א וועטשטעבל שניידער מיט וואס די רביצין מאכט ירקות פאר די קינדערלעך
אבל דא עקא עס ווערט זייער שנעל שטומפיג זיך איך א פלאץ ווי מען קען שארפן די blade

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 8:50 am
דורך farshlufen
האסט שוין פרובירט אליין צו שארפן?

איך נוץ אן ענליכער סארט 2 שטאפעל שארפער, ס'טוט גאנץ א פיינע ארבעט.



נישט אלע מעסערס זענען אייניג, ס'פארהאן סארטן אייזן וואס שארפן זיך שווער, די איין-שטיק סטעינלעסס זענען געווענליך אין די קאטאגאריע.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 5:33 pm
דורך שם התלמוד
farshlufen האט געשריבן:האסט שוין פרובירט אליין צו שארפן?

איך נוץ אן ענליכער סארט 2 שטאפעל שארפער, ס'טוט גאנץ א פיינע ארבעט.



נישט אלע מעסערס זענען אייניג, ס'פארהאן סארטן אייזן וואס שארפן זיך שווער, די איין-שטיק סטעינלעסס זענען געווענליך אין די קאטאגאריע.


יישר כח
מיר זעט אויס זעס איז נישט גוט פאר וואס איך דארף עס די BLADE איז קעסטעלעך אזוי ווי מען סלייסד פאטעטא פאר פרענטש פריי

איך ווייס נישט ווי אזוי צו לייגן א בילד דערפון

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 8:12 pm
דורך יענקעלע
בילד

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 10:33 am
דורך ישיחנה
איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.