בלאט 1 פון 8

טרעפען עראפלאן טיקעט'ס פאר ביליג

געשריבן: דינסטאג יוני 14, 2011 11:51 pm
דורך א וויליאמסבורגער איד
אזוי ווי איך טראכט אפשר פון פארען צו א"י אין די זוממער, אין איך האמיך ארומגעקוקט אין געזעהן אז טיקעט'ס קאסטען ד יאסטנאראמישע סומעס פון מער פון 1,600$!!! האב איך ארומגעזיכט דא אין אונזערע טייערע קרעטשמע צו איינער רעדט אין צו ס'דא א אשכול ווי מ'רעדט פון טרעפן ביליגע טיקעט'ס , און ווי מ'קען טרעפען ביליגע טיקעט'ס אפילו מיט סטאפ'ס וכדומה..
אזוי ווי כ'האב נישט געפינען אזא'ן אשכול, האב איך מיר אליינס אויסגערופען יעמוד מורה מורינו הרב וויליאמבורגער איד בן מורה מורינו הרב א יוראפעאישע איד, אין איך בין געגאנגען פתיחה!
יעצט רבותי גארטלט זיך אהן , אין ביטע העלפט מיר ארויס!!
א גרויסען ישר כוח און תזכו למצוות!

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 12:10 am
דורך market

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 12:33 am
דורך שוועמל
פרעג ידידינו טאגליכט.

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 12:48 am
דורך babaganush
priceline.com
expedia.com
orbitz.com
kayak.com

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 12:52 am
דורך קהת
איך ווייס נישט ווען די ווילסט פארען אבער און אוגוסט קענסטו טרעפן פאר 1300

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 1:29 am
דורך והוא פלאי
כמדומה לי, אז אסאך מאהל איז דער ביליגסטע אופן צו פארן פאינטס (מיילעדזש), וואס מען קען ביי געוויסע אנ"ש קויפן פאר געלט, מען דארף זיך אויסקענען ווייל געוויסע מיילעדזש טיקעטס זענען אפן זייער פרי פארן, און געוויסע עפענען זיך די לעצטע מינוט. ווי אויך דארף מען זיך אויסקענען וועלכע עירליין'ס זענען שותפים מיט וועלכע, און דארך וועלכע מען קען האבן די בעסטע דילס דורך די ביליגסטע מיילס

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 1:42 am
דורך ים רויבער
לויט וויפעל איך ווייס אויב מ'האט נישט קיין אייגענע מיילעדש און מ'דארף קויפן פון א צווייטן קומט עס בכלל נישט אויס ביליגער אחוץ פאר ביזנעס/פורסט קלעס

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2011 12:00 pm
דורך אונגארישער
ים רויבער האט געשריבן:לויט וויפעל איך ווייס אויב מ'האט נישט קיין אייגענע מיילעדש און מ'דארף קויפן פון א צווייטן קומט עס בכלל נישט אויס ביליגער אחוץ פאר ביזנעס/פורסט קלעס



ר ים רויבער איר ווייסט ריכטיג

ר וויליאמסבורגער אין JULY איז דאס די פרייז איי דאנט טינק יו וויל פיינד טשיפער

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:36 pm
דורך jkup50
נקוט כלל גדול בידך נישט ניצען קיין מייל פאר א קאוטש עיר טיקעט סאיז אסאך בילגער צי באצלען געלט די מיילס זענען אסאך מער ווערד
איך האב א ידיד א טרעוול אגענט וואס האט מיר געזאגט אז ער קען שאפן פאר ביליג טיקעטס פאר מער פרטים קאנטעקט מיר און אישי

געשריבן: מאנטאג יוני 20, 2011 12:55 pm
דורך פיבער מעסטער
jkup50 האט געשריבן:נקוט כלל גדול בידך נישט ניצען קיין מייל פאר א קאוטש עיר טיקעט סאיז אסאך בילגער צי באצלען געלט די מיילס זענען אסאך מער ווערד
איך האב א ידיד א טרעוול אגענט וואס האט מיר געזאגט אז ער קען שאפן פאר ביליג טיקעטס פאר מער פרטים קאנטעקט מיר און אישי


איך מיין אז קיינעם וואלט נישט געשטערט ווען די לייגסט ארויס זיין נאמען פאר'ן ציבור למען יעמדו ימים רבים.

אגב עס איז דא גאר אסאך זייער גיטע היימישע טרעוול עיזשענט'ס וואס קענען טוהן פארשידענע טריק'ס צו שאפן טיקעטס פאר חצי בחינם

איך האב לעצטנ'ס געקויפט א טיקעט צו פארן קיין אויסלאנד ביי א וועבזייטל וואס הייסט Globalfares.com, זיי האבן אויסטערלישע גיטע סערוויס מיט זייער גיטע פרייזן

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2011 8:57 pm
דורך זארג_נישט
א גרויסן יישר כח פאר ר' יעקב דער פופציגער פארן צופירן צום ריכטיגן פערזאן, מיט די ריכטיגע פרייזן און ריכטיגע סערוויס.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח ר' יעקב פארן ארויסהעלפן א איד מיט זיין געברויך, און אן עקסטערן דאנק פארן האבן געדולד צו אלע מיינע שאלות און קשיות.
און יא בעז"ה זענען שוין די טיקעטס באשטעלט, און נאך אביסל פארן מיר בעז"ה.

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2011 9:06 pm
דורך נאטורליך
איך האב שוין כמ"פ גענישטערט טיקעטס פאר ביליג אויף אלע טרעוועל וועבסייט'ס. די ביליגסטע איז נאך אייביג געווען די היימישע לאקאלע אידישע טרעוועל אגענטן.
איך בין געווען יעצט שבועות אין ישראל און געפארן דורך do all אין ב.פ. זייער פרייז איז אפילו געווען 60.00 ביליגער פון על-אל וועב סייט זעלבסט.

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2011 9:24 pm
דורך צולייגער
רעדנדיג יעצט מיט ידידי הרב זארג נישט, זאגט ער מיר אז ער האט געקריגן פאר דריי הונדערט דאלער ביליגער ווי די עירליינס וועבסייט (ער איז אויך געגאנגען דורך א היימישע אגענט).

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 1:07 am
דורך ווער זאגט
אונגארישער האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:לויט וויפעל איך ווייס אויב מ'האט נישט קיין אייגענע מיילעדש און מ'דארף קויפן פון א צווייטן קומט עס בכלל נישט אויס ביליגער אחוץ פאר ביזנעס/פורסט קלעס



ר ים רויבער איר ווייסט ריכטיג

ר וויליאמסבורגער אין JULY איז דאס די פרייז איי דאנט טינק יו וויל פיינד טשיפער


ס'מאכטזיך גראדע זייער אסאך מאל וואס מיילעדזש טיקעטס קען יא שטארק אראפקלאפן די פרייזן פון פשוטע עקאנאמי טיקעטס צום ביישפיל האט מיינס א ידיד געקויפט יעצט א טיקעט צו פארן אין אויגוסט פאר 1350 ביי עפעס א היימישער אינגערמאן אין בארא פארק וואס איז א מומחה און א שדכן אין מיילעדזש אז דו וואולסט קענסטו איהם אויך אויספרובירן

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 8:22 am
דורך צולייגער
ווער זאגט איך האב מורא אז איר און זארג נישט רעדן פון דעם זעלבן מענטש.

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2011 1:30 pm
דורך ווער זאגט
צוליב די גאר שטרענגע גילוי רעגולאציעס קענעך נישט וויסן ווער און וואס. אבער שרייבענדיג היינט מיט דעם אזוי גערופענעם טרעוול עידזשענט שרייבט ער מיר אז ער האט יעצט געמאכט פאר א פאמיליע 2 עקאנאמי טיקעטס און 2 ביזנעס קלאס קיין איזראעל פאר א סך הכל פון 8000 דאללער דאס מיינט 1350 פאר עקאנאמי און 2650 פאר ביזנעס דירעקט!!! משוגע צו ווערן..

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 11:12 am
דורך תג נוצער
איך האב אין פלאן אפשר צו פארן זומער קיין א"י, איז יעצט נאך צו פרי צו בוקן טיקעטס?

איך האב אביסל געסערטש אנליין, זייער שווער צו באשליסן, איך בין נישט קיין גרויסער פארער

קודם וויל איך וויסן בעצם אויף עירליינס וועלכע הייסן נישט גוטע, איך האב אמאל געהערט אז דעלטע איז נישט אזוי גוט

למשל יונייטעד אמעריקן עירליינס אדער קאנטינענטעל פון די דריי זענען זיי אלע גוט?

און דערנאך אויב ויל איך נוצן א אגענט ווי ערווענט דא אויבן וחי אחיך עמך, וועלכע זענען גוטע (אפשר איז גוט דאס צו ענטפערן נאר אין אישי)

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 11:42 am
דורך ווער בין איך?
אין אפאר וואכן פאר איך צום ערשטן מאל קיין ארץ ישראל. איך פאר מיט דעלטע עירליינס.
אויב ווילסטו ווארטן ביז איך קום צוריק קען איך דיר זאגן וויאזוי די פלייט איז געוועהן.
איך האב געצאלט בערך אכט מאות פאר די טיקעט.
די מעלה פון דעלטע איז אז רוב פון זייערע פלייטס האבן ווייפיי

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 11:47 am
דורך צים פינטעל
געהערט אמאל אז אויב מען קויפט די טיקעט אין די לאנד צו ווי מען פארט איזעס ביליגער

דהיינו מען פארט אויף לאנדאן קויפט מען די טיקעט ביי א טרעוועל אגענט אין לאנדאן, א.א.וו.

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 3:19 pm
דורך bobke
ווער בין איך? האט געשריבן:אין אפאר וואכן פאר איך צום ערשטן מאל קיין ארץ ישראל. איך פאר מיט דעלטע עירליינס.
אויב ווילסטו ווארטן ביז איך קום צוריק קען איך דיר זאגן וויאזוי די פלייט איז געוועהן.
איך האב געצאלט בערך אכט מאות פאר די טיקעט.
די מעלה פון דעלטע איז אז רוב פון זייערע פלייטס האבן ווייפיי


איך מיין אז אויף אינטערנעשאנעל פלייטס איז נישטא קיין ווייפיי

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 6:16 pm
דורך jkup50
צים פינטעל האט געשריבן:געהערט אמאל אז אויב מען קויפט די טיקעט אין די לאנד צו ווי מען פארט איזעס ביליגער

דהיינו מען פארט אויף לאנדאן קויפט מען די טיקעט ביי א טרעוועל אגענט אין לאנדאן, א.א.וו.

בכלל נישט

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 8:49 pm
דורך מוטשע נישט
תג. איך האף אויך צו פארן בערך ר"ח תמוז. מען האט מיר צוגערעדט צו ווארטן ביז יוני 15. די ביליגסטע פרייזן ביזדערווייל האב איך געפונען אויף tripadvisor.com

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 9:39 pm
דורך שמן זית
איך האב געטראפן נאן סטאפ פלייט מיט קאנטינענטאל קיין ארץ ישראל אום פעברואר 15 פאר 838$

עפטער אל

VYAMA.COM

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 9:46 pm
דורך מי יודע
wow
דאס איז עכט ביליג
איך האב אויך מחשבות צו פארן אפשר די צייט פון פעברואר
איך האב אביסל געזוכט נאך פרייזן אלעס איז געווען העכער טויזענט ווי אזוי קען זיין ס'איז אזוי ביליג?

געשריבן: זונטאג ינואר 08, 2012 9:50 pm
דורך ליינער
איך וויל פארן אי"ה נעקסטע חודש צום ערשטן מאל קיין עיר הקודש ירושלים
ווי קען איך באקומען די ביליגסטע טיקעטס?

אויב איר ווילט נישט שרייבן דא ביטע פארבינד אייך מיט מיר אין אישי