אזוי ווי איך בין אין אן ענליכן מצב ווי ריק פערי יר"ה, און איך האב אביסל געמאכט ריסוירטש איבער דעם ענין, ערלויב איך מיר אריינצורעדן אין דעם אשכול.
ערשטע זאך, איך ווייס נישט וואס דער עולם זאגט אז עס איז נישט דא קיין פראגרעמינג זשאבס דאהי, זייט אזוי גוט כאפט א בליק אויף די OU
זשאבס ליסט, און זאגט מיר וויפיל פראצענט דערפון איז פראגרעמינג (אדער וועב דיזיין, וואס גייט בד"כ אינאיינעם כמו"ש "נאר נייעס" [זולת חלק הגרעפיקס שבו]), אזוי אויך מישט אויף דעם
IT זשאבס אפטיילונג פון קאמפיוטער ווארלד, וועט איר זעהן אז ווי שטארק די טשייניז פראגרעמערס זאלן אריינקומען אין די מארקעט, איז נאך אלץ דא קאמפאניס וואס זוכן צו הייערען פול טיים פראגרעמער, טייל אפילו אויף לאנג טוירם,די פשט פון דעם איז כמבואר לעיל, אז קיין איין גרויסע קאמפאני קען זיך נישט ערלויבן נישט צו האבן איינער וואס פארשטייט צו פראגרעמינג צו אויסבעסערן און מתקן זיין די וועבסייט און די פראגרעם וואס ראנט די ביזנעס (אויב עס איז קאסטימייזד), און אפילו פאר קליינע זשאבס, איז דא מענטשן וואס טראסטן פשוט נישט קיין איבער די ים'דיגע ארבעטער, קומען זיי צו א לאקאלע פראגרעמער.
צווייטנס, פראגרעמינג איז איוואלווד אין אסאך זאכן, למשל (אויך א סעמפל פון א אפיס ארבעט וואס מען דארף נוצן די קאפ) א דעיטעבעיס מענעזשער (א הערליכע שמועס וואס צולייגט די זשאב קענסטו הערן אויף ק"מ 3-4-6-8# פון ר' חיים דוד דעססער) וואס איז ממש א מאסט אין א גרויסע ביזנעס, אן פראגרעמינג קען מען גארנישט מאכן, (קאסטימייזן די פארם'ס וכדומה) ובפרט אז מען נוצט sql וכדומה, (אזוי מיין איך, איך האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי מען גייט זיך אום מיט דעם).
צוליב דעם האב איך גראדע אויך געמאכט די זעלבע מסקנא ווי ריק פערי אז פראגרעמינג איז די צוקונפט, אבער איין זאך דארפסטו וויסן אז עס נעמט זייער לאנג עס צו לערנען, אט האסטו א שו"ת וואס איז ערשינען אין בעל הבית זשורנאל אינעם רובריק "פרעג דעם עקספערט":
שאלה:
לוינט זיך נאך היינט פינאנציעל צו זיין א פראגרעמער?
ווי לאנג געדויערט צו ווערן אן ערפארענער פראגרעמער?
וועלכע שפראך איז די בעסטע זיך צו לערנען?
(-)
תשובה:
1) סאפטווער טעכנאלאגיע איז פון די גאר גוט גייענדע מארקעטס אפילו אין די היינטיגע עקאנאמישע מצב. נישט יעדער מאכט מיליאנען, אבער א געווענליך גוטער פראגראמירער קען מאכן שיין פרנסה היינט פון דעם.
2) פראגראמירן איז א טייל פון סאפטווער דעוועלאפמענט, צו ווערן א פארהעלטנסמעסיגער גוטער פראגראמירער געדויערט בערך דריי יאר, אן עקספערט פינף ביז זיבן יאר, א סאפטווער ארכיטעקט צען יאר.
3) ס’איז נישט קיין גרויסע חילוק די שפראך די חילוק איז פלאטפארמע אויף וואס מען פראגראמירט, מען קען שרייבן סאפטווער וואס לויפט אויף ווינדאוס, מ’קען שרייבן סאפטווער פאר די אינטערנעט, און פאר מאביל דיווייסעס. כ’האלט איז אינטערנעט און מאביל פראגרעמינג האט די מערסטע צוקונפט, צו שרייבן פאר די וועב זאל מען זיך צום ערשט לערנען HTML, CSS, Javascript, אז מען קען דאס, האט מען שוין א פארטיגע פרנסה בעזהשית. נאכדעם וועט מען שוין אליינס זען וואס ס’אלס דא צו קענען מער.
שרגא שמילאוויטש
Microdivision – Yiddishtech
עס איז נאך דא אסאך וואס צו שמועסן איבער די ענינים, איך לאז דאס איבער פאר די וואס זענען מער באקאנט אין די ענינים.