'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לפנות בוקר
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:56 am

אין זכר צדיק לברכה האב איך געזען אז אמאל האט די רבי ז"ל גערעדט מיט הרה"ק מסקווירא זי"ע בנוגע עפעס א גזירה האט זיך סקווירא רבי אנגעריפען אינמיטען אז מדארף נישט אזוי שטארק אריין גיין אין די פחד האט זיך די רבי אנגעריפען אז סמיר א חידוש אז איר ווייסט נישט וואס אייער זיידע די מאור עיניים זאגט אין פרשת שמיני וזל"ק
וכן נצטוינו בתורה על יראת השם והוא מדת הגבורה והפחד יצחק וכל הפחדים שבאים לאדם הוא השם ברחמיו המפחדו כי עיקר היראה הוא יראת הרוממות בגין דהוא רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין רק לאו כל מוחא סביל דא כי (איוב כ״ח, כ״ח) הן יראת ה׳ היא חכמה ומי שאין בו זאת החכמה להביאו ליראת הרוממות מפחדו השם בפחדים שהוא מתפחד על ידי שכלו הקלושה בכדי שעל ידי יראה הקטנה הזו יבוא לירא את השם יראת הרוממות. וזהו (משלי כ״ח, י״ד) והאלקים עשה שיראו מלפניו ואמרו חז״ל לא נבראו רעמים אלא כדי לפשט עקמימיות שבלב כי רעם גבורותיו מי יתבונן וזה אחד מגבורותיו שעל ידי יראת הרעמים יבוא לירא את השם כי הרעמים שלוחותייהו דרחמנא עבדין כי כמה פעמים לרוב אין מגיע היזק לאדם כי אם שיתפחד על ידי רעמים. וכן אמר הבעש״ט ז״ל שכל הפחדים אפילו בבעלי חיים המגיע לאדם הוא כוונת השם ב״ה להפחידו כדי שיזכור לירא את השם ואם האדם חכם ומתבונן את זה אז אין שום דבר המפחדו להרע לו מחמת שבתחלה היתה כוונת השם ב״ה להפחידו לא משום שיענשו על ידי הפחד כי אם שמפחד זה יבוא לירא ולפחד מהשם וכן עשה האדם אבל אם האדם לא יתבונן את זה ולא יפחד וירא מהשם אז בא עליו הרע שהיה מפחד ממנו וזהו (משלי כ״ח, י״ד) אשרי אדם מפחד תמיד היינו שמכל הפחדים המגיעים עליו על ידי זה הוא ירא מהשם ומתפחד ממנו תמיד ואז אשרי לאדם זה ומקשה לבו יפול ברעה היינו שאינו מתבונן לירא וליפחד מהשם על ידי הפחדים המגיעים אליו יפול ברעה שהוא מפחד ממנו על שלא התבונן לירא מהשם כי אחרי שהגיע עליו הפחד מלמעלה למטה אז בקל הוא יוכל לבוא ליראת השם. וזהו שאמרו חז״ל אטו יראה מלתא זוטרתי היא אין לגבי משה מלתא זוטרתי היא וקשה אם לגבי משה מלתא זוטרתי היא אבל לגבי ישראל לא היו זוטרתי וי״ל כי ראה משה רבינו ע״ה שישראל יראו מגשת אליו והתבונן בזה מה להם לירא ממני ומוכרח להיות שירדה היראה העליונה כביכול למטה על ידי צמצומים אל תוך משה רבינו ע״ה להפחיד את ישראל
איך ברענג עס דא ווייל סקען מוראדיג נוגע זיין א זעקס
....Typing

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:18 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:אין זכר צדיק לברכה האב איך געזען אז אמאל האט די רבי ז"ל גערעדט מיט הרה"ק מסקווירא זי"ע בנוגע עפעס א גזירה האט זיך סקווירא רבי אנגעריפען אינמיטען אז מדארף נישט אזוי שטארק אריין גיין אין די פחד האט זיך די רבי אנגעריפען אז סמיר א חידוש אז איר ווייסט נישט וואס אייער זיידע די מאור עיניים זאגט אין פרשת שמיני וזל"ק
וכן נצטוינו בתורה על יראת השם והוא מדת הגבורה והפחד יצחק וכל הפחדים שבאים לאדם הוא השם ברחמיו המפחדו כי עיקר היראה הוא יראת הרוממות בגין דהוא רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין רק לאו כל מוחא סביל דא כי (איוב כ״ח, כ״ח) הן יראת ה׳ היא חכמה ומי שאין בו זאת החכמה להביאו ליראת הרוממות מפחדו השם בפחדים שהוא מתפחד על ידי שכלו הקלושה בכדי שעל ידי יראה הקטנה הזו יבוא לירא את השם יראת הרוממות. וזהו (משלי כ״ח, י״ד) והאלקים עשה שיראו מלפניו ואמרו חז״ל לא נבראו רעמים אלא כדי לפשט עקמימיות שבלב כי רעם גבורותיו מי יתבונן וזה אחד מגבורותיו שעל ידי יראת הרעמים יבוא לירא את השם כי הרעמים שלוחותייהו דרחמנא עבדין כי כמה פעמים לרוב אין מגיע היזק לאדם כי אם שיתפחד על ידי רעמים. וכן אמר הבעש״ט ז״ל שכל הפחדים אפילו בבעלי חיים המגיע לאדם הוא כוונת השם ב״ה להפחידו כדי שיזכור לירא את השם ואם האדם חכם ומתבונן את זה אז אין שום דבר המפחדו להרע לו מחמת שבתחלה היתה כוונת השם ב״ה להפחידו לא משום שיענשו על ידי הפחד כי אם שמפחד זה יבוא לירא ולפחד מהשם וכן עשה האדם אבל אם האדם לא יתבונן את זה ולא יפחד וירא מהשם אז בא עליו הרע שהיה מפחד ממנו וזהו (משלי כ״ח, י״ד) אשרי אדם מפחד תמיד היינו שמכל הפחדים המגיעים עליו על ידי זה הוא ירא מהשם ומתפחד ממנו תמיד ואז אשרי לאדם זה ומקשה לבו יפול ברעה היינו שאינו מתבונן לירא וליפחד מהשם על ידי הפחדים המגיעים אליו יפול ברעה שהוא מפחד ממנו על שלא התבונן לירא מהשם כי אחרי שהגיע עליו הפחד מלמעלה למטה אז בקל הוא יוכל לבוא ליראת השם. וזהו שאמרו חז״ל אטו יראה מלתא זוטרתי היא אין לגבי משה מלתא זוטרתי היא וקשה אם לגבי משה מלתא זוטרתי היא אבל לגבי ישראל לא היו זוטרתי וי״ל כי ראה משה רבינו ע״ה שישראל יראו מגשת אליו והתבונן בזה מה להם לירא ממני ומוכרח להיות שירדה היראה העליונה כביכול למטה על ידי צמצומים אל תוך משה רבינו ע״ה להפחיד את ישראל
איך ברענג עס דא ווייל סקען מוראדיג נוגע זיין א זעקס

טאקע שטארקע חיזוק.
איך בין נייגעריג וואס דער סקווירא רבי האט געענטפערט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:18 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:אין זכר צדיק לברכה האב איך געזען אז אמאל האט די רבי ז"ל גערעדט מיט הרה"ק מסקווירא זי"ע בנוגע עפעס א גזירה האט זיך סקווירא רבי אנגעריפען אינמיטען אז מדארף נישט אזוי שטארק אריין גיין אין די פחד האט זיך די רבי אנגעריפען אז סמיר א חידוש אז איר ווייסט נישט וואס אייער זיידע די מאור עיניים זאגט אין פרשת שמיני וזל"ק
וכן נצטוינו בתורה על יראת השם והוא מדת הגבורה והפחד יצחק וכל הפחדים שבאים לאדם הוא השם ברחמיו המפחדו כי עיקר היראה הוא יראת הרוממות בגין דהוא רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין רק לאו כל מוחא סביל דא כי (איוב כ״ח, כ״ח) הן יראת ה׳ היא חכמה ומי שאין בו זאת החכמה להביאו ליראת הרוממות מפחדו השם בפחדים שהוא מתפחד על ידי שכלו הקלושה בכדי שעל ידי יראה הקטנה הזו יבוא לירא את השם יראת הרוממות. וזהו (משלי כ״ח, י״ד) והאלקים עשה שיראו מלפניו ואמרו חז״ל לא נבראו רעמים אלא כדי לפשט עקמימיות שבלב כי רעם גבורותיו מי יתבונן וזה אחד מגבורותיו שעל ידי יראת הרעמים יבוא לירא את השם כי הרעמים שלוחותייהו דרחמנא עבדין כי כמה פעמים לרוב אין מגיע היזק לאדם כי אם שיתפחד על ידי רעמים. וכן אמר הבעש״ט ז״ל שכל הפחדים אפילו בבעלי חיים המגיע לאדם הוא כוונת השם ב״ה להפחידו כדי שיזכור לירא את השם ואם האדם חכם ומתבונן את זה אז אין שום דבר המפחדו להרע לו מחמת שבתחלה היתה כוונת השם ב״ה להפחידו לא משום שיענשו על ידי הפחד כי אם שמפחד זה יבוא לירא ולפחד מהשם וכן עשה האדם אבל אם האדם לא יתבונן את זה ולא יפחד וירא מהשם אז בא עליו הרע שהיה מפחד ממנו וזהו (משלי כ״ח, י״ד) אשרי אדם מפחד תמיד היינו שמכל הפחדים המגיעים עליו על ידי זה הוא ירא מהשם ומתפחד ממנו תמיד ואז אשרי לאדם זה ומקשה לבו יפול ברעה היינו שאינו מתבונן לירא וליפחד מהשם על ידי הפחדים המגיעים אליו יפול ברעה שהוא מפחד ממנו על שלא התבונן לירא מהשם כי אחרי שהגיע עליו הפחד מלמעלה למטה אז בקל הוא יוכל לבוא ליראת השם. וזהו שאמרו חז״ל אטו יראה מלתא זוטרתי היא אין לגבי משה מלתא זוטרתי היא וקשה אם לגבי משה מלתא זוטרתי היא אבל לגבי ישראל לא היו זוטרתי וי״ל כי ראה משה רבינו ע״ה שישראל יראו מגשת אליו והתבונן בזה מה להם לירא ממני ומוכרח להיות שירדה היראה העליונה כביכול למטה על ידי צמצומים אל תוך משה רבינו ע״ה להפחיד את ישראל
איך ברענג עס דא ווייל סקען מוראדיג נוגע זיין א זעקס

אלע נומערן קענען האבן פחד.

יעדע 'איגו' האט פחד. א ניינער האט אויך פחד. א ניינער האט פחד אז ער וועט פארלירן די 'שפיר' פון זיין מקושר צו די ארומיגע. א דרייער האט פחד אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז 'יקר' ביי זיינע ארומיגע. א פירער האט פחד אז ער וועט פארלירן די שפיר ווער ער איז. א איינזער אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז 'אויסגעהאלטן'. א צווייער אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז באליבט ביי זיינע ארומיגע. א פינעווער אז ער וועט זיך נישט קענען קיין עצה געבן מיט די וועלט.

זעקסער זענען נישט בעיקר אז זיי האבן פחד. זעקסער איז בעיקר אז ער וויל 'שפירן', נישט ער וויל זיין, ער וויל 'שפירן' אז ער פארזיכערט. יעדער האט די זעלבע מאס פחד ווען עס בארירט די 'שפיר' וואס עס באלאנגט צו זיין 'איגו'. א זיבענער האט אויך פחד. א זיבענער האט די זעלבע פחד ווי א זעקסער. א זיבענער פחד'נט אז ער גייט פארלירן די שפיר אז ער האט אלעס אים צו האלטן זאט פיזיש און גייסטיג. א אכטער האט פחד אז ער גייט נישט קענען טון וואס ער וויל. פחד אז ער גייט פארלירן די שפיר אז ער קען יא טון וואס ער וויל.

ס'דא א חילוק פון קענען טון וואס מ'וויל. און פון שפירן אז איך קען טון וואס איך וויל. א אכטער שלאגט זיך מיט אלע כוחות זיך צו האלטן אין דעם שפיר אז יא, איך קען טון וואס איך וויל.

די גאנצע מלחמה אנצוהאלטן די איגו איז א מלחמה אנצוהאלטן א געוויסע 'שפיר' א Sense.

א זעקסער האט נישט מער פחד ווי א ניינער, אנבאלאגט זיין 'איגו'. און בכלל א פירער קען אויך האבן פחד. אלע קענען האבן פחד. דאס וואס מ'מיינט אז זעקסער האבן מער פחד ווי א אנדערע טייפ, דאס קומט ווייל דאס זעהט מען מער אינדרויסן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:30 pm

נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:42 pm

פארשער האט געשריבן:נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?

איך געדענק א שטיק צייט ווען איך האב מיך גע'ספק'ט צו די אניאגראם, צו ס'איז יש דברים "בגוי"? היינט זעה איך - עכ"פ וויאזוי עס קוקט מיר אויס - אז אלעס קען זיך א מענטש טוישן, אבער די 'איגו', לדוגמא א פירער, בלייבט פיר. סוף סוף וועסט צוריקקוקען וועסטו זעהן ווי ער האט ארומגע'פיר'ערט אויף אזא טיפע אופן אז נאר. די אניאגראם גייט זייער טיף.

לדוגמא: וואס מיינט א פירער זוכט זיין אידענטיטעט? ער זוכט זיין 'איך'. וואס מיינט עס? ס'קען זיך אננעמען אויף אזא אויבערפלעכליכער מובן. ער זוכט זיין 'איך'. אבער פאקטיש איז די כוונה פון די ווערטער: א פירער זוכט זיין 'איך', סך טיפער און ברייטער. מ'קען דאס נישט אזוי גרינג אויפכאפן פון אויבנאויף.

פון אויבנאויף קען א מענטש זעהן אויף זיך אסאך קאלירן; אסאך נומערן; אסאך איגו'ס, אבער די איין איגו וואס ארום דעם דרייט זיך זיין רצון אנצוהאלטן דעם געוויסן שפיר; דעם געוויסן איגו, איז גאר טיף. א מענטש מיינט ער שפילט דעם זעקסערישן איגו, דעם זיבענערישן איגו, דעם אכטערישן איגו; א מענטש מיינט אז "יעצט בין איך אזא אכטער, ניין?" אינדערצייט וואס איינער פון אויבן; פון אינדרויסן, וואלט געקוקט אויף אים, וואלט ער געזעהן ווי דער פירער'ט ארום; ווי ער קען נישט אפלאזן; ווי ער וויל נישט אפלאזן, דאס זוכן זיין אידענטיטעט.

לאמיר זיך בעסער מסביר זיין און רעדן מער אפן. די חברה וואס האבן אריינגעלייגט די אניאגראם אין ווערטער, אט די ווערטער קען ווערן אנגענומען ביי די וואס ליינען עס, אין א סך מער אויבערפלעכליכער מובן, ווי זיי, די וואס האבן דאס געשריבן, האבן דאס געזעהן. דו ליינסט וועגן דעם אניאגראם; דו הערסט וועגן דעם אניאגראם, דו הערסט עס און דו ליינסט עס - עכ"פ ביים ערשטן מאל - סך מער אויבערפלעכליך ווי דו וואס האבן דאס געוואלט איבערגעבן. דו דערשפירסט נישט דעם עמקות ווי ווייט דאס גייט.

וואלסט מיר געפרעגט, אנהייב ווען איך האב געהערט אז א פירער איז: א איגו וואס זוכט זיין 'איך'.

וואלסט מיר געפרעגט: וואס מיינט א פירער זוכט זיין 'איך'? וואלט איך געטראכט, און איך וואלט געענטפערט: ס'מיינט אז ער וויל וויסן ווער ער איז. וואלסט מיך ווייטער געפרעגט: וואס מיינט ער וויל וויסן ווער ער איז? וואלט איך געענטפערט: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. ער וויל זיך ארויסהאבן. ער וויל זיך דערגיין. באמת איז דאס נישט וואס ס'מיינט די ווערטער: א פירער וויל וויסן ווער ער איז. די ווערטער 'א פירער וויל וויסן ווער ער איז' מיינט: אינעווייניג אין אים ארבעט א פראסעס פיר און צוואנציג שעה, וואס די אויפגאבע פון דעם פראסעס איז צו זוכן, טרעפן, און אנהאלטן, דאס וואס עס דאכט זיך אים: אז איך בין. דער פראסעס ארבעט אפילו בשעת דער פירער רעדט מיט אנדערע מענטשן. בשעת ער עסט. בשעת ער לערנט. א פראסעס וואס איר אויפגאבע איז צו דערשנאפן: ווער בין איך. דאס איז גאר אן אנדערער מובן ווי: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. דו כאפסט פון וואס מ'רעדט דא?

א פירער איז נישט איינער וואס וויל וויסן ווער ער איז במובנו העב. יעדער וויל וויסן ווער ער איז. א פירער איז א פיר און צוואנציג שעה העווי פראסעס וואס ארבעט טיף אינעווייניג. וואס זוכט, שטודירט, און קלויבט צאם שטיקלעך אינפארמאציע, - ליין: געפילן - צו וויסן, און אויפהאלטן: ווער בין איך. דאס איז א מין אויפהאלטונגס שפיר פון וועלן וויסן 'ווער בין איך', וואס דער מענטש וויל אויפהאלטן. א פירער מיינט נישט: איינער וואס בשעת ער פארט מיט זיין קאר אליין, טראכט ער: ווער בין איך? כאפ פון וואס מ'רעדט דא. נישט קיין חילוק וואס דער פירער זאל טון, ער זאל שפרינגען, שווימען, לערנען, מאכן התבודדות, ליינען, רעכענען, שרייען, אינעווייניג אין אים קומט פאר העווי ארבעט. העווי.

די זעלבע זאך ביים זעקסער. די זעלבע ביי אלע טייפס.

דהיינו, לאז איבער א פירער יעצט, טרעף דיך מיט אים אין צעהן יאר פון יעצט, און דו ווייסט פונקטליך וויאזוי ער איז: נעמליך א פירער. דו ווייסט פונקטליך וואס ער האט געטון במשך די אלע צעהן יאר: נעמליך ער האט זיך געזוכט. אזוי אויך מיט אלע טייפס.

לאמיר זאגן יעצט איז תשס"ט, א זיבענער ליינט זיין דעסקריפשאן, ער קומט צוריק צעהן יאר ארום, תשע"ט, ער ליינט נאכאמאל זיין דעסקריפשאן, און ער זעהט אז ער האט פונקטליך געטון וואס ס'שטייט, ווי עס וואלט געווען עפעס א מיסטעריעזיע שלחן ערוך וואס ער האט נאכגעפאלגט אויפן האר. חוץ אויב ער האט שווער געארבעט ארויסצוקריכן פון זיין 'איגו'.

די 'איגו' פון איטליכן, איז נישט עפעס אזא זאך וואס מ'קען אוועקמאכן מיט די הענט.

דו פרעגסט מיך ווען איך גיי ארויסקומען מיט א בוך. איך גיי לכאורה נישט ארויסקומען מיט א בוך. אבער אפילו אין דמיון, ווי מער א טאג, אלץ מער זעה איך אז מ'קען דאס נישט אוועקמאכן. פארפאלן. איי, דאס קומט פון חכמה בגוים תאמין. פארוואס? ווייל א יוד וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין געלעגנהייט אריינצוקריכן אין אזאנע "קישקעס", וואו זיי האבן געדארפט קריכן כדי דאס ארויסצוהאבן. א יוד, וועט קיינמאל נישט קריכן אזוי טיף. א יוד איז הייליג. ער קען עס נישט טון. דערפאר קומט עס פון דארט.

די רבי ז"ל טייטשט מיט דעם כי היית לנו לעיניים. יתרו האט געזאגט פאר משה, וואס ער ווייסט אלץ. זאכן וואס משה וואלט קיינמאל נישט געקענט אהין קומען כדי צו וויסן וואס נישט צו טון. א יוד קען דאך נישט איבעראל אנקומען. אריינקריכן. ווי באוואוסט באשטייט נישט א מענטש נאר פון קדושים תהיו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:09 pm

דארפסט בכלל נישט שרייבן קיין בוך!
ברויכסט נאר צאמנעמען אלעס וואס די האסט שוין געשריבן דא אויף איי וועלט..
איך באלעק מיך מיט דיינע ווערטער...

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

ר' שרגא'ס שיעורים

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:01 am

לכבוד הרב נשמה
דיינע ווערטער זענען עד להפליא עמוק עמוק
לכבוד הרב זעקס און ניינציגער
די שיעורים וואס מען קען קויפן ביי קרן שמואל ישעי' איז פון שנת תשע"ג און תשע"ז
דארט רעדט ער נישט פון יכולת נאר פון אן עונג בעבודת ה' און דאס אז א מענטש זיכט צו שפירן מציאותיות ד.מ. שפירן עפעס אן עכטן עכטן ענין כמבואר שם
און אין די תשע"ז שיעורים רעדט ער אנדערע געוואלדיגע ענינים (געדענק נישט יעצט פונקטליך)
און יעדע זאך זיינער איז געוואלדיג לשלעצמו
עכ"פ די יעצטיגע שיעורים האלטן נאך אינמיטן לויפן און אי"ה נאכ'ן ענדיגן וועט עס אי"ה ארויסקומען אויף cd וכדו'
לשמחת לב היהדות הצרופה הצמאים לדבר ה' בחכמה ובתמימות

אפענקייט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

וועגן ר שרגא פליישמאן שליטא

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:54 am

ווייסט אפשר איינער וועגן ר שרגא פליישמאןס שלום בית שיעורים? צו סיז דא recordings?
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:25 pm

זיכער אז יא!
רוף אים אליינס

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

pdf אויפ'ן עניעגרעם

תגובהדורך גראד געטראכט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:26 pm

איז דא ערגעץ א pdf אויפ'ן עניעגרעם???

אפענקייט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:01 pm

ניין כהאב געהערט אז סאיז דא recordings , פאר געלט
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

אפענקייט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 6:15 pm

גראד געטראכט האט געשריבן:לכבוד הרב נשמה
דיינע ווערטער זענען עד להפליא עמוק עמוק
לכבוד הרב זעקס און ניינציגער
די שיעורים וואס מען קען קויפן ביי קרן שמואל ישעי' איז פון שנת תשע"ג און תשע"ז
דארט רעדט ער נישט פון יכולת נאר פון אן עונג בעבודת ה' און דאס אז א מענטש זיכט צו שפירן מציאותיות ד.מ. שפירן עפעס אן עכטן עכטן ענין כמבואר שם
און אין די תשע"ז שיעורים רעדט ער אנדערע געוואלדיגע ענינים (געדענק נישט יעצט פונקטליך)
און יעדע זאך זיינער איז געוואלדיג לשלעצמו
עכ"פ די יעצטיגע שיעורים האלטן נאך אינמיטן לויפן און אי"ה נאכ'ן ענדיגן וועט עס אי"ה ארויסקומען אויף cd וכדו'
לשמחת לב היהדות הצרופה הצמאים לדבר ה' בחכמה ובתמימות

אגב די שיעורים פון ע"ג רעדט ער יא פון יכולת, אויפן hotline זאגט ער די זעלבע זאכן ווי ע"ג און ע"ח נאר מער בפרטיות (אפיציעל געאייגענט אויך פאר פרויען)
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:38 am

איז דא ערגעץ א PDF אויף די ניין מינע מענטשן פון די עניעגרעם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 13 געסט