'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:18 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:אין זכר צדיק לברכה האב איך געזען אז אמאל האט די רבי ז"ל גערעדט מיט הרה"ק מסקווירא זי"ע בנוגע עפעס א גזירה האט זיך סקווירא רבי אנגעריפען אינמיטען אז מדארף נישט אזוי שטארק אריין גיין אין די פחד האט זיך די רבי אנגעריפען אז סמיר א חידוש אז איר ווייסט נישט וואס אייער זיידע די מאור עיניים זאגט אין פרשת שמיני וזל"ק
וכן נצטוינו בתורה על יראת השם והוא מדת הגבורה והפחד יצחק וכל הפחדים שבאים לאדם הוא השם ברחמיו המפחדו כי עיקר היראה הוא יראת הרוממות בגין דהוא רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין רק לאו כל מוחא סביל דא כי (איוב כ״ח, כ״ח) הן יראת ה׳ היא חכמה ומי שאין בו זאת החכמה להביאו ליראת הרוממות מפחדו השם בפחדים שהוא מתפחד על ידי שכלו הקלושה בכדי שעל ידי יראה הקטנה הזו יבוא לירא את השם יראת הרוממות. וזהו (משלי כ״ח, י״ד) והאלקים עשה שיראו מלפניו ואמרו חז״ל לא נבראו רעמים אלא כדי לפשט עקמימיות שבלב כי רעם גבורותיו מי יתבונן וזה אחד מגבורותיו שעל ידי יראת הרעמים יבוא לירא את השם כי הרעמים שלוחותייהו דרחמנא עבדין כי כמה פעמים לרוב אין מגיע היזק לאדם כי אם שיתפחד על ידי רעמים. וכן אמר הבעש״ט ז״ל שכל הפחדים אפילו בבעלי חיים המגיע לאדם הוא כוונת השם ב״ה להפחידו כדי שיזכור לירא את השם ואם האדם חכם ומתבונן את זה אז אין שום דבר המפחדו להרע לו מחמת שבתחלה היתה כוונת השם ב״ה להפחידו לא משום שיענשו על ידי הפחד כי אם שמפחד זה יבוא לירא ולפחד מהשם וכן עשה האדם אבל אם האדם לא יתבונן את זה ולא יפחד וירא מהשם אז בא עליו הרע שהיה מפחד ממנו וזהו (משלי כ״ח, י״ד) אשרי אדם מפחד תמיד היינו שמכל הפחדים המגיעים עליו על ידי זה הוא ירא מהשם ומתפחד ממנו תמיד ואז אשרי לאדם זה ומקשה לבו יפול ברעה היינו שאינו מתבונן לירא וליפחד מהשם על ידי הפחדים המגיעים אליו יפול ברעה שהוא מפחד ממנו על שלא התבונן לירא מהשם כי אחרי שהגיע עליו הפחד מלמעלה למטה אז בקל הוא יוכל לבוא ליראת השם. וזהו שאמרו חז״ל אטו יראה מלתא זוטרתי היא אין לגבי משה מלתא זוטרתי היא וקשה אם לגבי משה מלתא זוטרתי היא אבל לגבי ישראל לא היו זוטרתי וי״ל כי ראה משה רבינו ע״ה שישראל יראו מגשת אליו והתבונן בזה מה להם לירא ממני ומוכרח להיות שירדה היראה העליונה כביכול למטה על ידי צמצומים אל תוך משה רבינו ע״ה להפחיד את ישראל
איך ברענג עס דא ווייל סקען מוראדיג נוגע זיין א זעקס

טאקע שטארקע חיזוק.
איך בין נייגעריג וואס דער סקווירא רבי האט געענטפערט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:18 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:אין זכר צדיק לברכה האב איך געזען אז אמאל האט די רבי ז"ל גערעדט מיט הרה"ק מסקווירא זי"ע בנוגע עפעס א גזירה האט זיך סקווירא רבי אנגעריפען אינמיטען אז מדארף נישט אזוי שטארק אריין גיין אין די פחד האט זיך די רבי אנגעריפען אז סמיר א חידוש אז איר ווייסט נישט וואס אייער זיידע די מאור עיניים זאגט אין פרשת שמיני וזל"ק
וכן נצטוינו בתורה על יראת השם והוא מדת הגבורה והפחד יצחק וכל הפחדים שבאים לאדם הוא השם ברחמיו המפחדו כי עיקר היראה הוא יראת הרוממות בגין דהוא רב ושליט עיקרא ושרשא דכל עלמין רק לאו כל מוחא סביל דא כי (איוב כ״ח, כ״ח) הן יראת ה׳ היא חכמה ומי שאין בו זאת החכמה להביאו ליראת הרוממות מפחדו השם בפחדים שהוא מתפחד על ידי שכלו הקלושה בכדי שעל ידי יראה הקטנה הזו יבוא לירא את השם יראת הרוממות. וזהו (משלי כ״ח, י״ד) והאלקים עשה שיראו מלפניו ואמרו חז״ל לא נבראו רעמים אלא כדי לפשט עקמימיות שבלב כי רעם גבורותיו מי יתבונן וזה אחד מגבורותיו שעל ידי יראת הרעמים יבוא לירא את השם כי הרעמים שלוחותייהו דרחמנא עבדין כי כמה פעמים לרוב אין מגיע היזק לאדם כי אם שיתפחד על ידי רעמים. וכן אמר הבעש״ט ז״ל שכל הפחדים אפילו בבעלי חיים המגיע לאדם הוא כוונת השם ב״ה להפחידו כדי שיזכור לירא את השם ואם האדם חכם ומתבונן את זה אז אין שום דבר המפחדו להרע לו מחמת שבתחלה היתה כוונת השם ב״ה להפחידו לא משום שיענשו על ידי הפחד כי אם שמפחד זה יבוא לירא ולפחד מהשם וכן עשה האדם אבל אם האדם לא יתבונן את זה ולא יפחד וירא מהשם אז בא עליו הרע שהיה מפחד ממנו וזהו (משלי כ״ח, י״ד) אשרי אדם מפחד תמיד היינו שמכל הפחדים המגיעים עליו על ידי זה הוא ירא מהשם ומתפחד ממנו תמיד ואז אשרי לאדם זה ומקשה לבו יפול ברעה היינו שאינו מתבונן לירא וליפחד מהשם על ידי הפחדים המגיעים אליו יפול ברעה שהוא מפחד ממנו על שלא התבונן לירא מהשם כי אחרי שהגיע עליו הפחד מלמעלה למטה אז בקל הוא יוכל לבוא ליראת השם. וזהו שאמרו חז״ל אטו יראה מלתא זוטרתי היא אין לגבי משה מלתא זוטרתי היא וקשה אם לגבי משה מלתא זוטרתי היא אבל לגבי ישראל לא היו זוטרתי וי״ל כי ראה משה רבינו ע״ה שישראל יראו מגשת אליו והתבונן בזה מה להם לירא ממני ומוכרח להיות שירדה היראה העליונה כביכול למטה על ידי צמצומים אל תוך משה רבינו ע״ה להפחיד את ישראל
איך ברענג עס דא ווייל סקען מוראדיג נוגע זיין א זעקס

אלע נומערן קענען האבן פחד.

יעדע 'איגו' האט פחד. א ניינער האט אויך פחד. א ניינער האט פחד אז ער וועט פארלירן די 'שפיר' פון זיין מקושר צו די ארומיגע. א דרייער האט פחד אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז 'יקר' ביי זיינע ארומיגע. א פירער האט פחד אז ער וועט פארלירן די שפיר ווער ער איז. א איינזער אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז 'אויסגעהאלטן'. א צווייער אז ער וועט פארלירן די שפיר אז ער איז באליבט ביי זיינע ארומיגע. א פינעווער אז ער וועט זיך נישט קענען קיין עצה געבן מיט די וועלט.

זעקסער זענען נישט בעיקר אז זיי האבן פחד. זעקסער איז בעיקר אז ער וויל 'שפירן', נישט ער וויל זיין, ער וויל 'שפירן' אז ער פארזיכערט. יעדער האט די זעלבע מאס פחד ווען עס בארירט די 'שפיר' וואס עס באלאנגט צו זיין 'איגו'. א זיבענער האט אויך פחד. א זיבענער האט די זעלבע פחד ווי א זעקסער. א זיבענער פחד'נט אז ער גייט פארלירן די שפיר אז ער האט אלעס אים צו האלטן זאט פיזיש און גייסטיג. א אכטער האט פחד אז ער גייט נישט קענען טון וואס ער וויל. פחד אז ער גייט פארלירן די שפיר אז ער קען יא טון וואס ער וויל.

ס'דא א חילוק פון קענען טון וואס מ'וויל. און פון שפירן אז איך קען טון וואס איך וויל. א אכטער שלאגט זיך מיט אלע כוחות זיך צו האלטן אין דעם שפיר אז יא, איך קען טון וואס איך וויל.

די גאנצע מלחמה אנצוהאלטן די איגו איז א מלחמה אנצוהאלטן א געוויסע 'שפיר' א Sense.

א זעקסער האט נישט מער פחד ווי א ניינער, אנבאלאגט זיין 'איגו'. און בכלל א פירער קען אויך האבן פחד. אלע קענען האבן פחד. דאס וואס מ'מיינט אז זעקסער האבן מער פחד ווי א אנדערע טייפ, דאס קומט ווייל דאס זעהט מען מער אינדרויסן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:30 pm

נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:42 pm

פארשער האט געשריבן:נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?

איך געדענק א שטיק צייט ווען איך האב מיך גע'ספק'ט צו די אניאגראם, צו ס'איז יש דברים "בגוי"? היינט זעה איך - עכ"פ וויאזוי עס קוקט מיר אויס - אז אלעס קען זיך א מענטש טוישן, אבער די 'איגו', לדוגמא א פירער, בלייבט פיר. סוף סוף וועסט צוריקקוקען וועסטו זעהן ווי ער האט ארומגע'פיר'ערט אויף אזא טיפע אופן אז נאר. די אניאגראם גייט זייער טיף.

לדוגמא: וואס מיינט א פירער זוכט זיין אידענטיטעט? ער זוכט זיין 'איך'. וואס מיינט עס? ס'קען זיך אננעמען אויף אזא אויבערפלעכליכער מובן. ער זוכט זיין 'איך'. אבער פאקטיש איז די כוונה פון די ווערטער: א פירער זוכט זיין 'איך', סך טיפער און ברייטער. מ'קען דאס נישט אזוי גרינג אויפכאפן פון אויבנאויף.

פון אויבנאויף קען א מענטש זעהן אויף זיך אסאך קאלירן; אסאך נומערן; אסאך איגו'ס, אבער די איין איגו וואס ארום דעם דרייט זיך זיין רצון אנצוהאלטן דעם געוויסן שפיר; דעם געוויסן איגו, איז גאר טיף. א מענטש מיינט ער שפילט דעם זעקסערישן איגו, דעם זיבענערישן איגו, דעם אכטערישן איגו; א מענטש מיינט אז "יעצט בין איך אזא אכטער, ניין?" אינדערצייט וואס איינער פון אויבן; פון אינדרויסן, וואלט געקוקט אויף אים, וואלט ער געזעהן ווי דער פירער'ט ארום; ווי ער קען נישט אפלאזן; ווי ער וויל נישט אפלאזן, דאס זוכן זיין אידענטיטעט.

לאמיר זיך בעסער מסביר זיין און רעדן מער אפן. די חברה וואס האבן אריינגעלייגט די אניאגראם אין ווערטער, אט די ווערטער קען ווערן אנגענומען ביי די וואס ליינען עס, אין א סך מער אויבערפלעכליכער מובן, ווי זיי, די וואס האבן דאס געשריבן, האבן דאס געזעהן. דו ליינסט וועגן דעם אניאגראם; דו הערסט וועגן דעם אניאגראם, דו הערסט עס און דו ליינסט עס - עכ"פ ביים ערשטן מאל - סך מער אויבערפלעכליך ווי דו וואס האבן דאס געוואלט איבערגעבן. דו דערשפירסט נישט דעם עמקות ווי ווייט דאס גייט.

וואלסט מיר געפרעגט, אנהייב ווען איך האב געהערט אז א פירער איז: א איגו וואס זוכט זיין 'איך'.

וואלסט מיר געפרעגט: וואס מיינט א פירער זוכט זיין 'איך'? וואלט איך געטראכט, און איך וואלט געענטפערט: ס'מיינט אז ער וויל וויסן ווער ער איז. וואלסט מיך ווייטער געפרעגט: וואס מיינט ער וויל וויסן ווער ער איז? וואלט איך געענטפערט: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. ער וויל זיך ארויסהאבן. ער וויל זיך דערגיין. באמת איז דאס נישט וואס ס'מיינט די ווערטער: א פירער וויל וויסן ווער ער איז. די ווערטער 'א פירער וויל וויסן ווער ער איז' מיינט: אינעווייניג אין אים ארבעט א פראסעס פיר און צוואנציג שעה, וואס די אויפגאבע פון דעם פראסעס איז צו זוכן, טרעפן, און אנהאלטן, דאס וואס עס דאכט זיך אים: אז איך בין. דער פראסעס ארבעט אפילו בשעת דער פירער רעדט מיט אנדערע מענטשן. בשעת ער עסט. בשעת ער לערנט. א פראסעס וואס איר אויפגאבע איז צו דערשנאפן: ווער בין איך. דאס איז גאר אן אנדערער מובן ווי: ער וויל וויסן זיינע נאטורן. דו כאפסט פון וואס מ'רעדט דא?

א פירער איז נישט איינער וואס וויל וויסן ווער ער איז במובנו העב. יעדער וויל וויסן ווער ער איז. א פירער איז א פיר און צוואנציג שעה העווי פראסעס וואס ארבעט טיף אינעווייניג. וואס זוכט, שטודירט, און קלויבט צאם שטיקלעך אינפארמאציע, - ליין: געפילן - צו וויסן, און אויפהאלטן: ווער בין איך. דאס איז א מין אויפהאלטונגס שפיר פון וועלן וויסן 'ווער בין איך', וואס דער מענטש וויל אויפהאלטן. א פירער מיינט נישט: איינער וואס בשעת ער פארט מיט זיין קאר אליין, טראכט ער: ווער בין איך? כאפ פון וואס מ'רעדט דא. נישט קיין חילוק וואס דער פירער זאל טון, ער זאל שפרינגען, שווימען, לערנען, מאכן התבודדות, ליינען, רעכענען, שרייען, אינעווייניג אין אים קומט פאר העווי ארבעט. העווי.

די זעלבע זאך ביים זעקסער. די זעלבע ביי אלע טייפס.

דהיינו, לאז איבער א פירער יעצט, טרעף דיך מיט אים אין צעהן יאר פון יעצט, און דו ווייסט פונקטליך וויאזוי ער איז: נעמליך א פירער. דו ווייסט פונקטליך וואס ער האט געטון במשך די אלע צעהן יאר: נעמליך ער האט זיך געזוכט. אזוי אויך מיט אלע טייפס.

לאמיר זאגן יעצט איז תשס"ט, א זיבענער ליינט זיין דעסקריפשאן, ער קומט צוריק צעהן יאר ארום, תשע"ט, ער ליינט נאכאמאל זיין דעסקריפשאן, און ער זעהט אז ער האט פונקטליך געטון וואס ס'שטייט, ווי עס וואלט געווען עפעס א מיסטעריעזיע שלחן ערוך וואס ער האט נאכגעפאלגט אויפן האר. חוץ אויב ער האט שווער געארבעט ארויסצוקריכן פון זיין 'איגו'.

די 'איגו' פון איטליכן, איז נישט עפעס אזא זאך וואס מ'קען אוועקמאכן מיט די הענט.

דו פרעגסט מיך ווען איך גיי ארויסקומען מיט א בוך. איך גיי לכאורה נישט ארויסקומען מיט א בוך. אבער אפילו אין דמיון, ווי מער א טאג, אלץ מער זעה איך אז מ'קען דאס נישט אוועקמאכן. פארפאלן. איי, דאס קומט פון חכמה בגוים תאמין. פארוואס? ווייל א יוד וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין געלעגנהייט אריינצוקריכן אין אזאנע "קישקעס", וואו זיי האבן געדארפט קריכן כדי דאס ארויסצוהאבן. א יוד, וועט קיינמאל נישט קריכן אזוי טיף. א יוד איז הייליג. ער קען עס נישט טון. דערפאר קומט עס פון דארט.

די רבי ז"ל טייטשט מיט דעם כי היית לנו לעיניים. יתרו האט געזאגט פאר משה, וואס ער ווייסט אלץ. זאכן וואס משה וואלט קיינמאל נישט געקענט אהין קומען כדי צו וויסן וואס נישט צו טון. א יוד קען דאך נישט איבעראל אנקומען. אריינקריכן. ווי באוואוסט באשטייט נישט א מענטש נאר פון קדושים תהיו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:09 pm

דארפסט בכלל נישט שרייבן קיין בוך!
ברויכסט נאר צאמנעמען אלעס וואס די האסט שוין געשריבן דא אויף איי וועלט..
איך באלעק מיך מיט דיינע ווערטער...

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

ר' שרגא'ס שיעורים

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:01 am

לכבוד הרב נשמה
דיינע ווערטער זענען עד להפליא עמוק עמוק
לכבוד הרב זעקס און ניינציגער
די שיעורים וואס מען קען קויפן ביי קרן שמואל ישעי' איז פון שנת תשע"ג און תשע"ז
דארט רעדט ער נישט פון יכולת נאר פון אן עונג בעבודת ה' און דאס אז א מענטש זיכט צו שפירן מציאותיות ד.מ. שפירן עפעס אן עכטן עכטן ענין כמבואר שם
און אין די תשע"ז שיעורים רעדט ער אנדערע געוואלדיגע ענינים (געדענק נישט יעצט פונקטליך)
און יעדע זאך זיינער איז געוואלדיג לשלעצמו
עכ"פ די יעצטיגע שיעורים האלטן נאך אינמיטן לויפן און אי"ה נאכ'ן ענדיגן וועט עס אי"ה ארויסקומען אויף cd וכדו'
לשמחת לב היהדות הצרופה הצמאים לדבר ה' בחכמה ובתמימות

אפענקייט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

וועגן ר שרגא פליישמאן שליטא

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:54 am

ווייסט אפשר איינער וועגן ר שרגא פליישמאןס שלום בית שיעורים? צו סיז דא recordings?
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:25 pm

זיכער אז יא!
רוף אים אליינס

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

pdf אויפ'ן עניעגרעם

תגובהדורך גראד געטראכט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:26 pm

איז דא ערגעץ א pdf אויפ'ן עניעגרעם???

אפענקייט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:01 pm

ניין כהאב געהערט אז סאיז דא recordings , פאר געלט
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

אפענקייט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

תגובהדורך אפענקייט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 6:15 pm

גראד געטראכט האט געשריבן:לכבוד הרב נשמה
דיינע ווערטער זענען עד להפליא עמוק עמוק
לכבוד הרב זעקס און ניינציגער
די שיעורים וואס מען קען קויפן ביי קרן שמואל ישעי' איז פון שנת תשע"ג און תשע"ז
דארט רעדט ער נישט פון יכולת נאר פון אן עונג בעבודת ה' און דאס אז א מענטש זיכט צו שפירן מציאותיות ד.מ. שפירן עפעס אן עכטן עכטן ענין כמבואר שם
און אין די תשע"ז שיעורים רעדט ער אנדערע געוואלדיגע ענינים (געדענק נישט יעצט פונקטליך)
און יעדע זאך זיינער איז געוואלדיג לשלעצמו
עכ"פ די יעצטיגע שיעורים האלטן נאך אינמיטן לויפן און אי"ה נאכ'ן ענדיגן וועט עס אי"ה ארויסקומען אויף cd וכדו'
לשמחת לב היהדות הצרופה הצמאים לדבר ה' בחכמה ובתמימות

אגב די שיעורים פון ע"ג רעדט ער יא פון יכולת, אויפן hotline זאגט ער די זעלבע זאכן ווי ע"ג און ע"ח נאר מער בפרטיות (אפיציעל געאייגענט אויך פאר פרויען)
אויב איך בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזט דו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך און דו ביזט דו .....!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:38 am

איז דא ערגעץ א PDF אויף די ניין מינע מענטשן פון די עניעגרעם

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

בנוגע דעם פירער מיט די ליכט פון "יכולת" "וחוסר יכולת".

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:23 pm

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

איך שרייב דאס נאכן הערן די 23 שיעור פון ר' שרגא נ"י אויף "ובחרת בחיים".

ווי ס'קוקט מיר יעצט אויס האט ר' שרגא געטוישט פון "מציאותיות" צו "יכולת"... יא, איך האב עס ערשט יעצט געכאפט...

די "יכולת" פון וואס ר' שרגא נ"י רעדט אין זיינע שיעורים, קוקט מיר נישט אויס צו זיין די אפטייטש פון "Capability". באופן "איך וויל זיין פעהיג צו קענען זיין - צום ביישפיהל - א מלמד; א מגי"ש; א טערעפיסט; א דרייווער. נאר ער רעדט פון די שפיר פון "יכולת" וואס א מענטש טרעפט זיך דערמיט מער און מער זייט ער איז געבוירן...

ווען א קינד ווערט געבוירן האט עס נאכנישט געכאפט אז ס'קען. די אנערקענונג אז "איך קען דאס און יענץ" קומט פון "איך דערקען מיך, און איך דערקען אז איך האב געוויסע יכולת'ער" פון דעם יכולת רעדט ער.

ער רעדט פון די - לאמיר עס אנרופן - יצר וואס א מענטש האט אין זיך צו שפירן אז ער קען. מ'זעהט א קליין קינד זאגט: "איך וויל אליין" ער פלאגט זיך מיט אלע כוחות צוצומאכן זיין קנעפל, כאטש ס'גייט נישט גרינג. ער וויל שפירן אז ער קען.

וואס געט דאס פאר א מענטש? די שפיר פון "מציאותיות". איינס ברענגט דאס צווייטע. דאס אנערקענונג אין די אייגענע מציאות ווערט שטערקער און מער אבסעלוט ווען "איך טו עס אליין".

ווען א מענטש געט זיך נאך חלילה זיין תאווה איז עס אויך אן אבסעלוטישקייט. מיט דעם וואס מ'געט זיך נאך די תאווה קען מען שפירן כאילו מ'גייט יעצט לעבן פאר אייביג. ס'איז עפעס אזא: "איך אליין קען טון וואס איך וויל; לויט וויאזוי איך וויל"

יעדעס מאל א מענטש געט זיך נאך זיין תאווה - צום ביישפיהל - עסן א גוטע עסן, שפירט ער דעם געפיל. אין א געוויסע זין שפירט זיך דער מענטש אלץ א גא-ט וואס קען טון וואס ער וויל; לויט וויאזוי ער וויל. ער שפירט עפעס אזא אייגענע "יכולת". און די ווארט איז דא נישט יכולת, נאר אייגענע יכולת.

לאמיר נעמען דעם פירער און עס מער צעלייגן, און לאמיר פרובירן ב"ה צו פארשטיין וואס וויל דער פירער, און וואס איז זיין תיקון.

קודם וויל איך שרייבן אביסל וועגן דאס וואס ר' שרגא רופט דעת הבעלות. און לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס יעצט קומט די 'איגו' פון אלע ניין טייפס בעיקר פון דעת הבעלות. ס'דא ניין 'איגו'ס און אלעס שאפט זיך פון די נישט ריכטיגע דעת הבעלות. דעת הבעלות מיינט "איך וויל באנעמען די זאך וואס איך בין געווארן אויפמערקזאם און באוואוסטזיניג דורך ווייל איך זעה עס, אדער שפיר עס, וכו', אויף אזא אויפן אז איך גיי שפירן אז איך האב דאס ארויס און איך בין דאס מקיף, איך בין העכער פון די זאך, איך האב עס אין מיין הענט און איך קען דרייען דערמיט".

א פירער זעהט די סוד פון די וועלט, אז די וועלט האט אין זיך א סוד. צום ביישפיהל א פירער ווערט אויפמערקזאם ווי די הארמאניע פון א מנין וואו ער דאווענט האט אין זיך א סוד. עפעס קומט דא פאר. עפעס טיפערס טוט זיך דא.

ס'דא די סייענטיסטן וואס זיי מאכן אוועק די ענין פון סוד. דו מיינסט נאר אז עפעס קומט דא פאר. אבער מיר ווייסן מצד האמונה אז ניין! עפעס קומט דא פאר. יעדע עקזיסטענץ אויף וואס מיר ווערן אויפמערקזאם איז גאר טיף. אלעס ווערט געפירט מיט טיפע פלענער. דוד המלך זאגט אין תהלים "מה גדלו מעשיך מאוד עמקו מחשבותיך". עפעס טוט זיך דא. יעדע ערשיינוג טוט זיך עפעס. יעדע ערשיינוג האט אן עפעקט אז ס'זאל געבוירן ווערן דערפון א קומענדיגע ערשיינוג און אזוי ווייטער און ווייטער און ווייטער. זאכן זענען געקניפט און געבינדן בלי חקר.

די סייענטיסן זענען נישט צופרידן פון דעם ענין פון סוד, ווייל סוד מאכט זיי שפירן דאס וואס דער פירער וויל נישט שפירן. און דאס איז: ס'דא העכער'ס ווי מיין פארשטאנד אויף אזא אופן אז איך ווער בטל צו העכערס.

לכאורה קוקט אויס אז פירערס האבן מיט געפיל; זענען געפיליש; מודי, אבער דאס איז נישט די הויפט זאך ביים פירער. פירערס האבן מיט די ענין פון "מקיף זיין, און זיין העכער פון די ענין פון סוד" די זעלבע זאך ווי די קליין צוויי און האלב יעריגס וויל אליין צומאכן זיין שיך בענדל, די זעלבע זאך וויל א פירער מקיף זיין און זיין העכער ווי די ענין פון סוד. א סוד רידערט אים. ס'מאכט אים פילן קליין.

לאמיר טראכטן: וואס געשעהט אין א קינד ווען ער וויל אליין צומאכן זיין שיך בענדל? וואס פילט ער? "איך וויל שפירן מיין אייגענע יכולת אויף אן אויפן אז איך גיי שפירן מיין אבסעלוטישקייט". טראכט נישט וואס איך זאג, שפיר עס. לייג דיך אריין אין זיין "שיך" פאר א רגע. ער וויל שפירן זיין אייגענע יכולת "איך קען". די זעלבע זאך מיט'ן פירער, דער פירער ווערט אויפמערקזאם און מיט רעכט אז דא איז דא א טיפקייט. נישט אז ער ווייסט און באנעמט וואס די טיפקייט איז, אבער ער באגרייפט יא, אז דא איז דא א סוד.

צום ביישפיהל: עפעס בין איך. אדער עפעס איז יענער געוויסער מענטש. עפעס איז דא. אוודאי האט ער א ברירה חלילה צו אנהייבן לייקענען אז עס איז נישט אמת און גארנישט סודות'פול קומט דא פאר. וואס דאן ווערט ער דעפרעסט. אבער איך רעד ווען ער האלט נאכנישט ביי די דרגא פון פארלירן די ענין פון סוד.

יעצט, ער האט א בחירה. ער קען זאגן: איך קען נישט לאזן אזאך וואס איך ווייס און עס נישט אויספיגערן. אנדערש ווי דער פינעווער וואס אגב מיט דעם איז ער ענליך צום פינעווער. דער פינעווער וויל ארויסהאבן וויאזוי די וועלט ארבעט נישט דווקא די ענין פון סוד. א פירער וויל ארויסהאבן און מקיף זיין די ענין פון סוד.

א פירער זאגט: אויב דא איז דא די ענין פון סוד וויאזוי זאל איך אויפגעבן מיין רצון צו שפירן א אייגענע יכולת און זאגן אז אמת אז ס'דא דא א סוד, און גיין ווייטער און שוין. דאס מאכט מיך דאך שפירן מיין ווייניגקייט. דאס איז מיך מבטל צו העכערס. דאס מאכט מיך האבן יראת הרוממות. אויב ס'בלייבט אלעמאל א סוד, און בעיקר ס'וועט בלייבן א סוד, און איך וועל נאר ארויסהאבן דערפון וויפיל השי"ת וועט מיך געבן. דאס איז שווער צו טון פאר א פירער.

ווייל אזוי ווי יעדע מענטש האט דורכ'ן עץ הדעת באקומען די רצון צו שפירן כאילו ער אליין איז אזוי ווי גא-ט ב"ה; האט אין זיך די געטליכע יכולת. די פירער וויל נוצן זיין שכל צו דערגיין דעם סוד וואס ערשיינט זיך. א סוד שטערט אים. ס'מאכט אים שפירן בטל. ס'מאכט אים שפירן קליינליך. ער וויל זיין העכער דערפון. ער וויל זיך ארויפהייבן דערויף.

וואס שפירט א פירער ווען ער געט אויף און זאגט "איך קען נישט ארויסהאבן דעם סוד פון מיך, דעם סוד פון די וועלט"? ער שפירט ווי דער קליין קינד וואס לאזט זיין מאמע צובינדן זיין שיך. צובינדן א שיך איז אפשר א וויכטיגע זאך אז א קינד זאל טון. אבער דער פירער נעמט עס צו ווייט.

מ'זעהט פירערס ווילן זייער שטארק ארויסהאבן דעם אניאגראם באופן "איך וויל דערגיין דעם סוד פון די נפש ביזן סוף". וועסט זאגן פאר א פירער: וואס איז די סוד פון יענע און יענע מענטש וועט ער זיך בהכרח אפשטעלן און זיך פארטיפן דערין, ער מוז דאס אויספיגערן "וואס איז עס, וואס איז עס, וואס איז עס".

דא ביים פירער, די יכולת וואס ער דארף אויפגעבן איז: די יכולת פון "איך קען אויספיגערן דעם סוד" זיין יכולת איז "איך קען נישט לאזן פארביי פליען א סוד, איך מוז דאס באנעמען, ביז ס'שפירט זיך כמעט אויס סוד". דער פירער וויל האבן בעלות אויף דעם סוד וואס האט ארויסגעשטעקט איר שפיץ און אריינגעשטעקט איר שפיץ אין זיין באוואוסטזיניגקייט. "איך גיי דאס מקיף זיין, איך גיי דאס ארויסהאבן, איך גיי דאס צאמשטעלן"

ער האט א בחירה צו "די סוד איז דא, איך בין מודה דערצו, ס'איז אמת אז ס'איז דא דא א סוד, און איך געב אויף מיין יכולת".

דאס איז די סיבה פארוואס א פירער באקומט א ליבשאפט, און ער קען זיך דערפון נישט אוועקרירן נאר ווילאנג ס'ווערט אויס סוד. דאס ענין פון ערלויבן אז ס'זאל עקזיסטירן ארום אים א געוויסע טיפער סוד אן עס נאכגיין און מקיף זיין, אן עס באנעמען, און מאכן "אז ס'זאל זיין מיין" דאס מאכט אים שפירן אז ס'עקזיסטירט א סוד וואס ער האט נישט קיין בעלות דערויף. ס'מאכט אים שפירן קליינליך. ס'מאכט אים שפירן אז ער איז דער נברא. ס'מאכט אים זיך מבטל צו העכערס. ס'מאכט אים מודה זיין אז יא, ס'דא א סוד. ווייל א סוד איז נאר א סוד ווילאנג מ'ווייסט עס נישט און מ'איז עס נישט מקיף. און דאס איז פארקערט ווי די איגו פון א פירער "איך מוז מקיף זיין דעם סוד" נישט דער סוד איז העכער מיר.

דערפאר זאגט מען אז א פירער זוכט זיין "אידענטיטעט". וואס מיינט עס? וואס מיינט אז א פירער זוכט זיין "איך"". וואס הייסט ער זוכט עס? מיט וואס זוכט ער עס, און וויאזוי פרובירט ער עס צו טרעפן? נאר די עצם עקזיסטענץ פון א מענטש איז א סוד. ס'איז געטליך. ס'קומט פון געטליכקייט. און דער פירער אלץ א מענטש, קען אדער אויפגעבן און מודה זיין אז דא איז דא עפעס טיפערס, און ס'איז מיך מבטל צו עפעס העכערס ווי מיר. אדער כדי צו שפירן זיין אייגענע יכולת עס ארויסהאבן.

דאס וואס מ'דארף ארויסהאבן דעם נפש, דאס איז נישט דאס וואס דער פירער וויל מצד זיין איגו, מצד שפירן זיין יכולת. ארויסהאבן דעם נפש מיינט: ארויסהאבן אז דא איז דא א סוד, און ס'איז העכער ווי מיין יכולת. דאס מיינט ארויסהאבן דעם נפש.

די לשון פון רבי ר' אלימלך אין זיין ספר נועם אלימלך פ' ואתחנן איז: מה היא ואיך היא פועלת נסים ונפלאות. נסים ונפלאות מיינט אז ס'איז העכער מיר. ס'איז מיך מבטל צו העכערס. אז דער אייבערשטער טוט נסים ונפלאות. דאס מיינט מה היא. דער מענטש זעהט דעם סוד און ער קען דאס נישט מקיף זיין, און ווידעראום ער קען דאס אויך נישט אוועקמאכן. ער מוז מודה זיין אז דאס האט מיט העכערס, מיט'ן אייבערשטן, און נישט מיט זיין יכולת.

וועגן דעם ווערט א פירער צעשאקלט פון די וועלט. ווייל ער מוז אויספיגערן. ער קען נישט לעבן ווי יעדעם, ווייל ער האט עס נישט אויסגע'עקט. א פירער מוז "אויסשפילן" דעם סוד כדי דאס צו מקיף זיין. ער מוז טון געוויסע פעולות וואס דער סוד זאגט אים, כדי דאס מקיף צו זיין. כדי דאס צו האבן אין די הענט. דערפאר וועט א פירער כאפן בילדער פון א מצב. נאכדערצו פון א סודות'פולער מצב. פארוואס? ווייל מיט דעם שפירט ער אז ער האט עס. ס'איז ביי אים אין דער האנט.

און דערפאר האט א פירער ליב צו אראפשרייבן אין גראמען דעם סוד פון א מצב, ווייל אזוי שפירט ער אז ער האט עס ארויס. אדער מאכן א ניגון. ס'דא צוויי אופנים פון מאכן א ניגון. איינס איז: איך מאך א ניגון כדי ארויסצברענגען דעם טיפן סוד פון לעבן, און ס'בלייבט א סוד. די ניגון פארציילט נאר דעם סוד. אבער נאכדעם איז דא א ניגון וואס וויל מאכן פון סוד אויס סוד. דאס טויג נישט.

יעצט, וואס עס געשעהט מיט א פירער צום סוף איז אז ווייל ער וויל ארויסהאבן דעם סוד, דערפאר הייבט עס אן צו פארלירן סוד. די גאנצע לעבן פארלירט משמעות. ווייל באמת האט א פירער נישט ארויס דעם עכטן סוד. נאר ער מיינט אז ער האט ארויס. ער מאכט זיך אפ "דאס און דאס בין איך, און מער בין איך נישט קיין סוד, ווייל א סוד מאכט מיך צעדרייט" און וואס ס'געשעהט נעבעך איז, אז די לעבן פארלירט די סוד. אדער זוכט ער עפעס א סוד. דאס איז די סיבה פארוואס פירערס האבן ליב פאר א שטיק צייט קבלה. ווילאנג דאס פארלירט אויך דעם סוד.

די לעבן האט באמת א סוד. ס'האט א טיפקייט אין זיך. און אפילו דער פירער מיינט אז ער האט עס, האט ער עס נישט. נאר אזויפיל קען חלילה געשעהן אז די לעבן פארלירט דעם אמת'ן סוד. ס'איז א בחינה ווי מינות רח"ל. ס'הערט אויף צו עקזיסטירן טיפקייטן אין די בריאה.

די עצה פאר א פירער איז נישט נאר אנצוהייבן לעבן פשוט. נאר אויפהערן צו מקיף זיין דעם סוד פון לעבן. ווען דו זאגסט פאר א פירער: האב א סדר היום, לעב ווי יעדעם, איז אויב ער האלט שוין דארט אז די לעבן האט פארלוירן איר סוד. קען ער שפירן ווי ער עקלט זיך פון לעבן. די עצה איז: הער אויף צו מקיף זיין דעם סוד פון לעבן, אדער פון דיך. לאז עס. און דאס וועט מאכן אז די פשוטע לעבן וועט צוריק באקומען דעם סוד אין זיך. ווייל ס'האט טאקע.

דאס איז די מעלה פון פליישמאן שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים. ווייל ער רעדט פון די ענין פון זיך מבטל זיין צום באשעפער. קיינער אין די אלגעמיינע וועלט רעדט פון מבטל זיין דאס שפירן א בעל יכולת; אייגענע יכולת. זיי רעדן אז מ'דארף וויסן אז מ'איז עכט יא איינס.

צום ביישפיהל: איינער פון זיי טענה'ט אז די סיבה פון א פירער איז ווייל ער האט פארלוירן די הכרה אז באמת זענען מיר אלע איינס. אבער דאס קומט שפעטער, ס'גייט אזוי: ווייל א פירער וויל מקיף זיין דעם סוד. דערפאר געשעהט אז ער הייבט אן זוכן ליבשאפט. פארוואס זוכט א פירער ליבשאפט? ווייל ליבשאפט איז נאר ליבשאפט ווען ס'האט אין זיך א סוד וואס איז העכער מיר און דאס איז מיך מבטל צו יענעם. ליבשאפט איז די ענין פון ביטול איינער צום צווייטן. אבער אויב איך גיי יעדע זאך מקיף זיין. איז דאך דאס אויס סוד. און אויס סוד איז אויס ליבשאפט. און דער אמת איז אז ס'דא א סוד. נישט אז מ'דארף זיך איינרעדן אז ס'דא א סוד. נאר ס'איז טאקע דא. נאר דער פירער וויל זיך דאכטן אז ער האט עס שוין אין די הענט.

דאס האב איך געטראכט אפשר צו מ'מעג זאגן לפי השגותי אז דאס איז די פגם פון ויחזו אלקים ויאכלו וישתו. וייל זיי האבן דא געזעהן דעם סוד פון כלבנת הספיר. אבער זיי האבן געוואלט דאס מקיף זיין, אנדערש ווי זיך מבטל זיין. און דאס איז אויך די ענין פון אסור להסתכל בקשת. די ענין פון קשת האט אין זיך א סוד. לאז עס בלייבן א סוד. די גמ' זאגט דומה לשכינה. משיג זיין די שכינה איז נאר באופן ביטול צום סוד . נישט איך בין דאס מקיף.

זייער אינטערעסאנט דער סוד פון א פירער. והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:29 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:37 pm

עס זעט מיר אויס אז געוויסע פינעווערס האבן א געוויסע דראנג פאר פאוער. יש דברים בגוי?
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:44 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עס זעט מיר אויס אז געוויסע פינעווערס האבן א געוויסע דראנג פאר פאוער. יש דברים בגוי?

אוודאי געוויס. זיי האבן דאך אין זיך "אכטערישקייט".
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:20 pm

נשמה האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עס זעט מיר אויס אז געוויסע פינעווערס האבן א געוויסע דראנג פאר פאוער. יש דברים בגוי?

אוודאי געוויס. זיי האבן דאך אין זיך "אכטערישקייט".

יא אבער עס איז מער זייער דראנג צו האבן שליטה אויף זיך אליין ווי האבן פאוער איבער אנדערע
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:02 pm

עס איז א דבר פשוט אז נישט יעדער נאטור פון א מענטש מוז ליגן אין זיין ארניאגראם נומבער.

איך ווינדער זיך אויף איינעם וואס איז א פינעווער מיט א שטיקל זעקסער פליגל און יענער פראבירט שטארק איינצוקויפן פאוער, ער פראבירט צו ווערן א קנארקער ביי עפעס א גרויסן און שטארק אנגענומענער רבי, ער פראבירט צו ווערן דארט דער עצה געבער און ער בעט זיין משפחה אז זיי זאלן ארויסהעלפן דעם רבין פערזענליך מיט זיינע פערזענליכע באדערפענישן, (אלץ א קארגע פינעווער איז ער נישט מסכים זיך צוצובינדן אפילו נאר אויף משלים צו זיין דעם רבינס מנין, ווייל ער וויל נישט אז מען זאל אים אויסנוצן... אבער ער בעט אין זיין משפחה אז מען זאל הילפן דעם רבין)

יענער שטרעבט צו זיין א עושר, ער איז קארג, אבער ער וויל זיין א עושר, אייגענטליך איז ער שווין א שטיקל עושר, און דאס קען האבן א שייכות מיטן פינעווער נאטור.
אבער איך זע אויך נאך עפעס, ער האלט חשבון אויף אלע עשירים און ער גייט אפילו זיך אומקוקן וויאזוי גרויסע עשירים מאכן חתונה ווייל ער וויל זיי באטראכטן, און ער זעט יעדער קלייניקייט פון דעם מחותן אלץ א סטראטעגיע וויאזוי יענער בויט זיך זיין פאוער!

מיין ווינדער איז צו די ''פאוער אבזערווירונג'' ווי אויך זיין אייגענע אינטערעס איינצוקויפן פאוער האט מיטן פינעווער צו טאן.

יתכן אז דאס איז א זייטיגע זאך, עס מוז דאך נישט האבן מיטן אניאגראם צו טאן.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:49 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עס איז א דבר פשוט אז נישט יעדער נאטור פון א מענטש מוז ליגן אין זיין ארניאגראם נומבער.

אז מ'נעמט אין באטראכט זיין זעקסער פליגל קען מען שפאקולירן אז ער וויל זיך איינקויפן פאוער ווייל ער וויל אזוי ארום האבן צוטריט זיך צו קענען פארזיכערן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:09 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עס איז א דבר פשוט אז נישט יעדער נאטור פון א מענטש מוז ליגן אין זיין ארניאגראם נומבער.

איך ווינדער זיך אויף איינעם וואס איז א פינעווער מיט א שטיקל זעקסער פליגל און יענער פראבירט שטארק איינצוקויפן פאוער, ער פראבירט צו ווערן א קנארקער ביי עפעס א גרויסן און שטארק אנגענומענער רבי, ער פראבירט צו ווערן דארט דער עצה געבער און ער בעט זיין משפחה אז זיי זאלן ארויסהעלפן דעם רבין פערזענליך מיט זיינע פערזענליכע באדערפענישן, (אלץ א קארגע פינעווער איז ער נישט מסכים זיך צוצובינדן אפילו נאר אויף משלים צו זיין דעם רבינס מנין, ווייל ער וויל נישט אז מען זאל אים אויסנוצן... אבער ער בעט אין זיין משפחה אז מען זאל הילפן דעם רבין)

יענער שטרעבט צו זיין א עושר, ער איז קארג, אבער ער וויל זיין א עושר, אייגענטליך איז ער שווין א שטיקל עושר, און דאס קען האבן א שייכות מיטן פינעווער נאטור.
אבער איך זע אויך נאך עפעס, ער האלט חשבון אויף אלע עשירים און ער גייט אפילו זיך אומקוקן וויאזוי גרויסע עשירים מאכן חתונה ווייל ער וויל זיי באטראכטן, און ער זעט יעדער קלייניקייט פון דעם מחותן אלץ א סטראטעגיע וויאזוי יענער בויט זיך זיין פאוער!

מיין ווינדער איז צו די ''פאוער אבזערווירונג'' ווי אויך זיין אייגענע אינטערעס איינצוקויפן פאוער האט מיטן פינעווער צו טאן.

יתכן אז דאס איז א זייטיגע זאך, עס מוז דאך נישט האבן מיטן אניאגראם צו טאן.

פארוואס טראכטסטו אז עס קומט פון פינף, עס קען רואיג קומען פונעם זעקעסער חלק ווי דו זאגסט. דער זעקסער האט ליב השפעה, אזוי ווי דו שרייבסט, ער וויל מען זאל אננעמען זיין מיינונג, אז ער זאל ווערן די 'זאך', מען זאל אים אויסהערן, ער וועט געבן און געבן אלעס כדי צוריקצובאקומען די הרגשה אז ער איז אנגענומען אין אז מען קוקט אים ארויף און אז ער האט א שוויית אין יענע סאסייעטי, וואס משום איזה סיבה האט ער דעסיידעט אז 'זיי' האלטן פון אים דאן איז ער מסודר.

דער פינעווער זוכט נישט צו האבן פאוער אויף יענעם.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:00 pm

ער מאכט עס אויף א פראפעסיאנאלער וועג.... יתכן אז דער זעקסערישקייט שבו דרייווט זיין פינעווער טאלאנט.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:08 pm

דורך געליינט צום ערשטן מאל. עס איז גאר אינטערסאנט און קלאר
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:18 pm

פארשער האט געשריבן:נשמה, דו ביסט געוואלדיג. ווען קומסטו ארויס מיט א בוך?

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:ברויכסט נאר צאמנעמען אלעס וואס די האסט שוין געשריבן דא אויף איי וועלט..
איך באלעק מיך מיט דיינע ווערטער...

גא"מ!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:29 pm

בס"ד

ר' שרגא נ"י לייגט אראפ דעם פינעווער הו הו. ער איז דאך גאר נאנט מיט א פינעווער. פערזענליך נאנט. איך האב אלץ געוואוסט פון א פינעווער אבער דא האב איך עס אין א געוויסע בחינה מיטגעלעבט.

ער האט מיך אריינגעפירט אין א וועלט פון א רצון אנצוהאלטן בלויז מחשבה. ער זאגט דארט אז א פינעווער האט נישט ליב ספאנטאנישקייט. ער מוז שפירן אז ער ווייסט וואסערע טריט ער נעמט. ס'איז גאנץ א Spooky וועלט. אזוי אלייייין...

א פירער האט אויך ליב צו זיין אליין. זייער ליב. אבער רעלאטיוו צום פינעווער, איז דער פינעווער מער אליין.

ס'דערמאנט מיך, מיך זייענדיג אין א מוזעאום פון אלטע היסטאריע. גייענדיג פון פענסטער צו פענסטער. אריינקוקנדיג אין אלטע אלטע טיפע היסטאריע. מדע. וויאזוי מ'מאכט קעמיקאלן. אזא סארט חכמה וועלט. די נקודה פון די וועלט וואו חכמה איז דער עיקר. וואו ס'עקזיסטירט נישט די באבלדיגקייט און צעמישקייט, און אומ'שכל'דיגקייט, פון געפיל. ס'איז געשניטן מיט מדע. ס'דא א אנהייב, א מיט'ן, און א סוף. די לעבן האט א קשר פון איין טאג צום צווייטן. ביי מיך האט דאך דאס נישט קיין שום קשר. ס'איז אלעס איין שטיק ספאנטאנישקייט. זאכן ערשיינען פאר מיר אן דעם וואס איך זאל עס אפילו אנהייבן אוועקצושטעלן מיט א אנהייב און א סוף.

אבער דעם פינעווער'ס קאפ זעהט מיר אויס צו זיין אזא סארט האלוועי. זאכן זענען מקושר איינס צום צווייטן. ס'האט אזא טיפע סענס פאר די אינטעלעקט. זאכן מאכן סענס, אדער דער פינעווער רעדט זיך איין אז דאס איז די סענס דערפון.

א פירער באבלט מיט טיפע סודות'דיגע געפילן. ווען א פירער זיצט אין ביהמ"ד צווישן מענטשן איין שעה און לערנט, האט ער אין זיך אזאנע דינאמישע כוואליעס פון טיפע געפילן. א פירער האלט מיט א נאוועל וואס קומט יעצט פאר ווען ער איז צווישן מענטשן. יעדער טוט אים פארציילן זיינע פערזענליכע סודות'פולע דורכגייאונגען, און ער האלט אלעס מיט. איי פירער ווער האט דיך געזאגט וואס יענער גייט דורך? באמת מוז נישט זיין אז ער ווייסט. ער וויל דאך אבער שפירן דעם סוד פון די וועלט. נפשיות'דיג.

א פירער זאגט: איך ווייס יענעמ'ס טיפסטע טיפקייטן. איך ווייס די טיפע זאכן וואס יענער שפירט יעצט. אבער ווער האט אים געזאגט? קיינער. אבער פארוואס טוט ער עס? וואס האט דאס מיט איגו? מיר דאכט זיך, אז דאס האט ווייל א פירער וויל זיך שפירן אלץ איינער וואס האט ארויס נפשיות'דיגע סוד. אזוי פילט ער זיך פאר עפעס א מציאות. אויב נישט פילט ער נישט אז די לעבן און ער אליין האט א שאץ. און לויט ווי ר' שרגא נ"י לייגט עס אראפ קען דער פירער שווער אויפגעבן דערויף. ער מוז לעבן אז ער ווייסט די דמיונ'דיגע סודות אין נפש. דאס איז זיין גאנצע שפיר פון איך. אנדערש שפירט ער אז ס'איז נישט דא קיין מציאות. א מציאות וואו עס לוינט צו עקזיסטירן.

אנדערש ווי דער צווייער וואס האט רחמנות אויף יענעם באופן: אוי יענער דארף יעצט א גוט ווארט. אבער ביים פירער איז עס: אוי, איז דא א גרעניץ צו יענעמ'ס מיטמאכנישן? א פירער באנעמט מער דעם כלליות פון יענעמ'ס לעבן. די עבר, די עתיד, יענעמ'ס דאגות, רצונות, שטרעבונגען, אלעס וואס די דמיון קען אויספיגערן יענעמ'ס נפשיות'דיגע סודות. ס'געט אים א געוואלדיגער געפיל. אבער דער צווייער איז עס מער אויף יעצט. יעצט דארף יענער עפעס.

ר' שרגא נ"י רעדט וויפיל א פירער גייט אדורך. און דאס איז געוואלדיג אמת. ווייל וויבאלד דער פירער דמיונ'ט פון טיפע סודות פון די וועלט. למעשה איז ער אויפמערקזאם דערויף. ער שפירט די הארץ פון איינעם, אמת אז ס'קען זיין אז ס'דאכט זיך אים נאר, אבער למעשה שפירט ער דעם דמיון וואס ער האט יעצט גע'דמיונ'ט אז יענער שפירט יעצט. נו? מיט וועם זאל ער עס מיטטיילן? ס'איז דאך אזוי טיף.

וויאזוי קען מען האבן א סדר היום ווען ס'דא אזויפיהל געפילן וואס מ'האט זיך אליין געשאפן כדי צו האבן סוד? ווען די וועלט איז אזוי כוואליע'דיג? שוין.

די עצה פאר'ן פירער איז אויפצוגעבן די יכולת פון "איך בין אזאך, ווייל איך ווייס די נפשיות'דיגע סוד וואס עס קומט דא פאר". כן נראה לי. א פירער איז אנדערש ווי א פינעווער אין דעם ענין. א פינעווער וויל ארויסהאבן וויאזוי די וועלט ארבעט. וויאזוי זאכן געשעען. וויאזוי זאכן קומען פאר. אבער דער פירער וויל שפירן אין זיין נפש די סוד פון די וועלט און פון זיך. אן דעם שפירט ער אז ער פארלירט זיין 'עפעס'. אן דעם פילט ער פלעין. וואס איז די פלעין? ס'האט נישט דעם געפיל פון איך ווייס דעם נפשיות'דיגן סוד. א פירער שפירט זיך ווי ער האט נישט קיין שום ספעציעלקייט אויב קען ער נישט ארויסהאבן דעם טיפן סוד. ער שפירט זיך ווי סתם נאך א מענטש.

ס'איז נישט נאר די רצון צו שפירן סוד. ס'איז די "איך ווייס עס, און איך קען עס וויסן, און איך מוז עס וויסן, ווייל נאר אזוי בין איך אזאך, און אנדעם האב איך נישט קיין וועליו"

די עצה איז צו אויפמאכן די אויגן און זעהן אז אין יעדע פשוט'ע זאך איז דא טיפע סודות וואס מ'דארף עס נישט פארשטיין און פילן כדי צו זיין עפעס. נישט קיין חילוק צו איך האב עס ארויס, צו נישט, איז עס דא. דשאסט וויסן אז דא איז דא גאר גאר אין סוף טיפע זאכן. אפילו איך פארשטיי עס נישט. אפילו איך פיל עס נישט. איז עס דא און איך בין א חלק, און דערפאר בין איך א זאך. נישט ווייל איך פארשטיי עס. מיין זיין אזאך האט נישט צו טון מיט מיין פארשטיין. און פארשטיין מיין איך צו זאגן: פארשטיין אין נפש. מיין זיין אזאך האט צו טון מיט'ן דשאסט וויסן אז דא איז דא א סוד און בטל ווערן צו דעם פון וועם ס'קומט.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:04 pm

איז שוין דא געווארן ארומגערעדט וועלכע טייפ איז די שווערסטע און מערסטע נוגד פאר וועלכע טייפ?

אויב נישט בין אייך נייגעריג מיט וועלכע טייפ איז די שווערסטע זיך אויסצוקומען פאר יעדע טייפ.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:59 am

איך האב אמאל געזען אז מיטן נומבער וואס מען איז מתקן איז דער שווערסטער זיך דורעכצוקומען. (כמדומה לי אז אדהאן שרייבט אזוי)

דהיינו דער איינזער דארף גיין צום זיבענער, דער זיבענער וועט נישט גלייכן דעם איינזער.
דער צווייער דארף גיין צום פירער, דער פירער וועט זיך שווער דורעכקומען מיטן צווייער.
דער פינעווער דארף גיין צום אכטערץ דער אכטער וועט נישט גלייכן דעם פינעווער
דער זיבענער דארף גיין צום פינעווער, דער פינעווער וועט נישט גלייכן דעם זיבענער.
וכן כולהו.
זקן מלא רחמים.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה, דברים אלו, קליינקעפיק און 4 געסט