בלאט 1 פון 2

שלאק

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:16 pm
דורך יהושע
ווייסט איינער וויאזוי די פלעסטיק שלאקן (בלוי גרין) הייסן אין ענגליש? אויב איינער קען צושטעלן א לינק מה טוב.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:21 pm
דורך מאנ-יימער
יהושע האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די פלעסטיק שלאקן (בלוי גרין) הייסן אין ענגליש? אויב איינער קען צושטעלן א לינק מה טוב.

Tarp
מאך א גוגל סוירטש אויף Blue Tarp

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:25 pm
דורך יהושע
מאנ-יימער האט געשריבן:
יהושע האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די פלעסטיק שלאקן (בלוי גרין) הייסן אין ענגליש? אויב איינער קען צושטעלן א לינק מה טוב.

Tarp
מאך א גוגל סוירטש אויף Blue Tarp

א גרויסן יישר כח, זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות הכתובים בתורה נביאים וכתיבים.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:30 pm
דורך גוגל
ענדערש נעם א גרינע, סאך שטערקער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:35 pm
דורך יוראפ
שוין דא היינט דאבעל שלעקער ווי למשל זילבער/גרוי וכדומה, זענען זיי נישט שטערקער?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:43 pm
דורך צים פינטעל
וואדע זענען זיי שטערקער

עס האלט זיך כאטשיג פאר זיבן טעג

די בלויע האלט זיך פאר די ערשטע טעג

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:49 pm
דורך יוראפ
צים פינטעל האט געשריבן:עס האלט זיך כאטשיג פאר זיבן טעג

די בלויע האלט זיך פאר די ערשטע טעג

נישט אייביג, געווענדליך דארף מען נאך פאר סוכות ארויפלייגן טעיפ אויף די לעכער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 6:46 pm
דורך גוגל
חכם ווייל ביז סוכות האלט מען שוין נאך די ערשטע טאג פון עס ארויפלייגען
עניוועס גענדיגל מיט די בלויע סחורה צופיל געליטען

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:19 am
דורך יהושע
צים פינטעל האט געשריבן:וואדע זענען זיי שטערקער
עס האלט זיך כאטשיג פאר זיבן טעג
די בלויע האלט זיך פאר די ערשטע טעג

יוראפ האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:עס האלט זיך כאטשיג פאר זיבן טעג
די בלויע האלט זיך פאר די ערשטע טעג

נישט אייביג, געווענדליך דארף מען נאך פאר סוכות ארויפלייגן טעיפ אויף די לעכער

חחחח האט עטס מיר געמאכט לאכן...
הקיצור כ'האב ביזדערווייל געטראפן צוויי קאמפעניס http://www.mytarp.com/ http://www.tarpaflex.com/index.htm קוקט אויס גאנץ גוט, העמער זיי מארגן רופן און אויספרעגן אלע פרטים, און זעהן ווער ס'געט מיר די ביליגסטע פרייז פאר די בעסטע סחורה, כ'זעה ס'דא עפעס אזא סארט וואס הייסט "סאפער העווי דארי", ס'דא כמה וכמה מינים שונים, יעדער מיט זיינע מעלות, כ'העל דאס דארפן אביסל שטאדירן און זעהן וואס די חילוקים זענען, אויך קען מען מאכן א קאסטעם סייז, כ'האפ אז זיי בעטען נישט דערפאר א געפעפערטן פרייז.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:29 am
דורך msp
דער ריכטיגע ווארט איז tarpaulin

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:38 am
דורך יהושע
msp האט געשריבן:דער ריכטיגע ווארט איז tarpaulin

קען זיין, די פראבלעם איז אבער, אז ווען מ'גוגלט tarpaulin קומט נישט ארויף געהעריג דאס וואס מ'זוכט, משא"כ ב'tarp

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:27 am
דורך msp
קען זיין אז גוגל יו עס עי
איז אנדערש ווי גוגל יו קעי....

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:25 am
דורך יהושע
msp האט געשריבן:קען זיין אז גוגל יו עס עי
איז אנדערש ווי גוגל יו קעי....

יא ביסט גערעכט, ס'איז טאקע אנדערש, מה רבו מעשיך השם, און דארט רופט מען עס טאקע tarpaulin גיי ווייס פארוואס.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:33 pm
דורך דעת זקנים
ס'איז דא א קאמפאני TarpsDirect זייער וועבזייטל איז טארפס אנליין זיי האבן כל מיני שלאקס, ווי אויך אויב ביזטו וויליג צו צאלן א שיינע אפותיקי (פון $40-50 און ארויף, געוואנדן לויט די סייז שלאק) קענען זיי דיר צושטעלן אזעלכע פארטיגע לעכער - גערופן webbing loops אדער webbing straps - אריינצולייגן די פייפ, זיי האבן רעדי און מאכן אויך קאסטום מעיד.

מ'דארף אבער געבן צייט פאר שיפפינג וועלכע קאסט עקסטער.
איך גלייב אז צווישן די פילע אנדערע קאמפאניעס איז דא וועלכע דעליווערן שנעלער און/אדער בחנם.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 8:23 am
דורך farshlufen
אל תסתכל בקנקן, נישט אלע פון דעם זעלבן קאליר זענען די זעלבע.

א וויכטיגע פרט, רוב שלאקן זענען געסייזד אביסל קלענער ווי עס איז געשריבן אין גרויסע ווערטער.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:26 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
יוראפ האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:עס האלט זיך כאטשיג פאר זיבן טעג

די בלויע האלט זיך פאר די ערשטע טעג

נישט אייביג, געווענדליך דארף מען נאך פאר סוכות ארויפלייגן טעיפ אויף די לעכער

איך האב געהאט א בלויע שלאק וואס איך האב געניצט כמעט 5 יאר אן קיין איין שטיקל טעיפ, שיין אוועקגעלייגט פון יאר צו יאר, יעצט האב איך געמופט האב איך שוין א געהעריגע awning

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:36 pm
דורך דעת זקנים
farshlufen האט געשריבן:א וויכטיגע פרט, רוב שלאקן זענען געסייזד אביסל קלענער ווי עס איז געשריבן אין גרויסע ווערטער.

עפי"ר איז עס א האלבע פיס קלענער, דהיינו: א 12x12 וועט די פיניש סייז זיין 11.5x11.5 געבענדיג א 3 אינטשעס פאר די fold ביי די עקן אויף איטליכער זייט.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:02 pm
דורך געלעגער
די אשכול האט מיך דערמאנט מיין פאריעריגע עקספיריענס. viewtopic.php?f=3&t=15291&hilit=%D7%A9%D7%9C%D7%90%D7%A7

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:41 am
דורך ריק פערי
.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:46 am
דורך יהושע
געלעגער האט געשריבן:די אשכול האט מיך דערמאנט מיין פאריעריגע עקספיריענס. viewtopic.php?f=3&t=15291&hilit=%D7%A9%D7%9C%D7%90%D7%A7

;l;p- דיין ארטיקל דארט איז אייזן, דער האט נישט געוויסט אז פאר מ'גייט איינקויפן פרעגט מען קודם אויף אייוועלט...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:58 am
דורך יהושע
כ'האב למעשה געקויפט ביי http://www.mytarp.com/ ווען כ'האב זיי געזאגט פאר וואס איך וויל עס ניצן האבן זיי געוויסט פון וואס איך רעד, זיי האבן מיר געזאגט אז א צווייטער האט געקויפט די vinyl tarp 10 oz פאר די זעלבע צוועק, כ'האב אבער מורא געהאט אז ס'ווועט זיין צו דיק האב איך גענומען די poly tarp 7 oz, אבער למעשה זעה איך יעצט אז ס'וואלט נישט געשאד אז ס'איז דיקער, כ'האב מיר טאקע פארעכנט מיט דעם אז די סייז וואס ס'שטייט איז נישט די אמת'ע סייז, אוןן זיי שרייבן עס בפירוש, .Tarp size is cut size. Tarp's finished size is up to 3 - 5% smaller אבער ב"ה כ'האב מיר אן עצה געגעבן, אגב זייער קאסטאמער סערוויס איז בעסער דורך אימעילס ווי אויפען טעלעפאוין.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 7:04 am
דורך וויכטיג מאכער
און וואס העט זיין מיט מיין שלאק? איך שלימזל האניש קיין מושג וויזוי מ'מאכט א שלאק... די שלאק וואס איך האב געמאכט אלס בחור פאר איינער האט טאקע אויסגעקוקט חלשות... עניוועי, ווער קען מיך העלפן, איך בין גרייט צו באצאלן.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:43 am
דורך msp
איינער איז געווען אין ענגלאנד הערט ער ווי זיין בעל אכסניא זאגט מיר גיין אראפגענומען דער רוף
roof
זאגט ער טארע ביי אונז רופט מען דעם roof אויך א שלאק....

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:45 pm
דורך ניס קראכער
וועלכע שלאק פלעסטיק איז גיט?
פאראיאר האב איך געניצט די גרינע, אבער געלאזט אינדרויסן א גאנץ יאר, אין א מויקעשל האט געמאכט דערויף א נאך ברכה...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:57 pm
דורך farshlufen
אויב די פלאנסט עס צו האלטן אויף די זון נעם א זילבערנע.

פאר מוקש'לעך ווייס איך נישט וועלכע ס'איז גוט.