וואקאציע - גרענד קעניאן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וויווידיזיינער
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am

וואקאציע - גרענד קעניאן

תגובהדורך וויווידיזיינער » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 2:18 pm

אזוי ווי איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן אויף וואקאציע צו זעהן די נפלאות הבריאה ביים גרענד קעניאן, וואלט איך געוואלט פרעגן ביים חשובן ציבור ווער עס איז געווען דארט און קען מיטטיילן אביסל אינפארמאציע בנוגע:
- לוינט זיך צו פארן אין די ווינטער אדער בעסער נאך פסח
- South rim or North Rim
- וואו זאל מען לאנדען? אין פיניקס אדער לאס וועגעס
- וועלכע האטעל זאל מען איינשטיין

א דאנק

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 12:48 am

גיט אז די פרעגסט, אדרבה איך קען אויך באשטיין צי וויסן, וכל הקודם זכה.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 12:35 pm

וויווידעל, זעה אז דו האסט א גוטן 'טעיסט'. אדרבה, אויב איינער ווייסט פון עפעס אינפארמאציע, אפשר וועט מען אנהויבען טראכטן...?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 12:00 am

וויווידיזיינער האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן אויף וואקאציע צו זעהן די נפלאות הבריאה ביים גרענד קעניאן, וואלט איך געוואלט פרעגן ביים חשובן ציבור ווער עס איז געווען דארט און קען מיטטיילן אביסל אינפארמאציע בנוגע:
- לוינט זיך צו פארן אין די ווינטער אדער בעסער נאך פסח
- South rim or North Rim
- וואו זאל מען לאנדען? אין פיניקס אדער לאס וועגעס
- וועלכע האטעל זאל מען איינשטיין

א דאנק

יעצט געטראפן דעם אשכול און איך קען מיך נישט איינהאלטן פון ענטפערן...

זיכער די סאוט רים
זיכער אין די זומער (די פלאץ איז ביי א עלעוואציע פון 7000 פיס טא ס'נישט אזוי הייס אין די זומער)

די פראגע ווי מען זאל לאנדען איז שוין קאמפליצירט... אויב גייסטו אויף וועגאס וועסטו נישט קענען זעהן די עכטע שיינע ערטער וועלכע געפינט זיך די אנדערע עק ... ווי די "גרענד קעניען נאציאנאלע פארק" געפינט זיך, און איז א 4 א האלב שעה דרייוו פון וועיגעס

די ארט ווי די וועגאס מענטשן גייען ווערט גערופן "גרענד קעניען וועסט" און באלאנגט צו די אינדיאנער... אגב איז דארט די ארט ווי ס'געפינט זיך די "סקיי וואלק" וואס קאסט אגב א הימל שרייענדע 70$... און דאס פלאץ ווירבעלט מיט העליקאפטערס וועלכע מאכן משוגע און הארגענען אוועק די געפיל

אויב גייסטו לאנדען אין פיניקס גייט עס זיין א 3 שעה דרייוו וועלכע דו וועסט געדענקן דיין גאנץ לעבן! ס'איז הערליך שיין!

אויב גייסטו אויף וועגאס וועסטו אוודאי איינשטיין אין א ארטיגע האטעל און די דרייוו צו די קעניען איז ווייניגער ווי א שעה. אגב א אפשטעל ביי די "האָווער דעם" אויפן וועג איז נישט עפעס וואס דו וועסט ווילן פארפאסן...

אויב קומסטו פון פיניקס וועסטו אנקומען צו א שטעטל גערופן טוסייען וועלכע געפינט זיך הארט נעבן די פארק און פארמאגט אסאך האטעלס פאר צוגענגליכע פרייזן און עטליכע געשעפטן


עניטינג איי לעפט אוט?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 24, 2018 7:29 am

יש ברירה האט געשריבן:עניטינג איי לעפט אוט?

Off course you did! עפעס בילדער פון דיין טריפ/ס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:25 am

יש ברירה דו רייצט אן...

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:12 am

פאר מען גייט צו בילדער... איך האב אויסגעלאזט א וויכטיגע זאך...

אראפגיין אינעם קענען

אויב ווילסטו אראפגיין צו די קאלאראדא ריווער וועלכע לויפט אינעם קעניען דאן זאלסטו גיין דורך וועגאס און נעמען א העליקאפטער

ביי די נאציאנאלע פארק זענען העליקאפטער פארבאטן און די וועג אראפ איז א הייק וועלכע נעמט א גאנצן טאג און זיי ווארענען שטרענג קעגן מאכן די וועג אראפ און ארויף אין איין טאג... נאר רעקאמענדירן צו קעמפּען איבערנאכט אינעם קעניען (זיי דארפן כסדר ראטעווען מענטשן וועלכע פרובירן דאס דורצופירן און בלייבן שטעקן אויפן וועג מאכטלאז אדער באוואוסטלאז...)

ביי די שפיץ פונעם קעניען ביי די וועסט זייט נעבן וועגאס קען מען אפילו אריינפארן אינעם קעניען מיט א קאר אבער ווי געשריבן, נישט פון דארט רעדט די פסוק... די קעניען ווענט זענען היפש נידריג און בכלל נישט די זעלבע זאך

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:36 am

אה פיינעלי עפעס אינפארמאציע איבער די קרענד קאניאן'ס, כ'האב שוין לאנג געטראכט אהין צוגיין פאר אפאר טאג.

יישר כוח יש יש!


וואס איז מיט כשר'ס, מנין תפילה, מקווה, שבת?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:57 am

אין וועגאס איז דא מנינים לרחצה... ס'איז אפילו דא איינס 10:00!!!!! (דאס איז א יקר המציאות אין די סטעיטס...)

ביי די נאציאנאלע פארק איז די נענסטע ארט ווי ס'איז דא מנין געוויסע וואכן אין די זומער (מען דארף רופן די שליח צו קאנפערעמען) איז פלעגסטעף וועלכע איז א שעה אוועק

כשר'ס איז דא אין פיניקס אדער סקאדסדעיל (אויך אויפן וועג בערך 20-30 מינוט פון פיניקס) ביי די גרענד קעניען זעלבסט איז פארהאן א קליינע אויסוואל פון כשר'ע פראדוקטן ווי צום ביישפיל באנאנעס און מאראנצן... און אין א שוואכע מינוט או. יא. ניסלעך...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 24, 2018 11:27 am

אין טוסאן איז דא כשרס, ווי ווייט איז די גוט פלעצער פון טוסאן?
...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך ינואר 24, 2018 12:42 pm

ס'דא זאכן וואס מיט א בילד קען מען באקומען א שטיקעלע השגה, פון וואס מען רעדט דא...

לא כן גרענד קעניאן - לענ"ד איז נישט מעגליך אפצולערנען פון א בילד די אטעם-פארכאפענדע מעכטיגקייט פון די גרענד קעניאן.

זעמיר דארט געווען אמאל (פאר א גאר קורצע צייט), און פארשטייט זיך געכאפט עפעס בילדער. אבער עס איבערקוקנדיג אינדערהיים, האב איך געמאכט "נעה..." - נישט דאס מיינט די פסוק.

לדוגמא: די אייפעל טורעם, נייאגארא פאללס אד"ג, איז מעגליך אריינצוכאפן דאס גאנצע אין איין בילד.
לעומת זה, די קעניאן איז מיילן לאנג, און ווי מער מען שפאצירט, אנטפלעקט זיך פרישע מיילן פון מאסיווע בערג און טיפע טאלן - דאס קען א בילד נישט אפכאפן.

----------------

האמיר אהין געדרייווט, אין די ווינטער, פון סקאטסדעיל אריזאנע. די וועג איז גאר גאר שיין.

היות מיר האבן לכתחלה נישט געהאט אין פלאן צו גיין אהין. איז דאס באזוך געבליבן אויפ'ן לעצטן טאג. אנקומענדיג, האב איך זיך שוין כמעט געדארפט יאגן צוריק קיין פיניקס צו כאפן מיין פליגער.

איי איז דאס געווען א שאד, אז מיר האבן נישט געהאט מער שעות צו פארברענגן דארט. דאס איז דאך אזאנס מעכטיג און אטעם-אפשטעלנד.

וויאזוי זאגט מען: אויפ'ן וועג אהיים, אוי מיין הארץ עס בענקט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 12:52 pm

עין טובה האט געשריבן:אין טוסאן איז דא כשרס, ווי ווייט איז די גוט פלעצער פון טוסאן?

אין טוסאן איז כמעט נישטא קיין כשר'ס און ס'איז 5 שעה אוועק...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 24, 2018 1:23 pm

broner's resort Tucson

אבער אז ס'איז 5 שעה אוועק...
...

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 1:57 pm

די ריזארט גייט נאר אן ווינטער און בלויז פון חנוכה ביז פורים, נישט קיין גוטע צייט צו פארן.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:01 pm

@קנאפער יעדן, דיס איז פאר יא...!

בילד

בילד

בילד

בילד

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:03 pm

איך קען נישט זעהן די בילדער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:09 pm

זאכליך האט געשריבן:איך קען נישט זעהן די בילדער.

גא״מ

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:09 pm

קומט נישט ארויף די בילדער יש.

---
האקט
זוכט איר דוי?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:44 pm

take 2...
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (209.18 KiB) געזעהן 1715 מאל
7.jpg
7.jpg (228.83 KiB) געזעהן 1715 מאל
3.jpg
3.jpg (241.79 KiB) געזעהן 1715 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:46 pm

3
צוגעלייגטע
15.jpg
15.jpg (140.72 KiB) געזעהן 1709 מאל
14.jpg
14.jpg (235.47 KiB) געזעהן 1709 מאל
12.jpg
12.jpg (162.26 KiB) געזעהן 1709 מאל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 24, 2018 4:51 pm

יוא טאטע אין הימל דאס איז דאך עפעס אזוי מין אויג פארכאפענד! ווען איז די נעקסטע פליגער אהין?.............
זוכט איר דוי?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:47 pm

דונש האט געשריבן:יוא טאטע אין הימל דאס איז דאך עפעס אזוי מין אויג פארכאפענד! ווען איז די נעקסטע פליגער אהין?.............


יש, דאס האסטו גענומען?

דאס איז דאך מורררררררראדיג!!!!

מה רבו מעשיך השם!
...

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7069
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 24, 2018 6:20 pm

יא

נאר א שאד אז איך האב עס געדארפט ריסייזען...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:47 am

יש ברירה האט געשריבן:@קנאפער יעדן, דיס איז פאר יא...!

WOW! איבערמעכטיג! מה רבו מעשיך ה'!

א דאנק פארן שטעלן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:11 am

קען איינער ביטע ערקלערן וואס איז דאס די קעניען
די ערשטע מאל איך הער דערפון
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי יודע און 9 געסט