איך זוך וואו איינצושטיין אין בארא פארק

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

איך זוך וואו איינצושטיין אין בארא פארק

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 3:49 pm

איך קום אי"ה (איין מאן אליין) קיין בארא פארק מיטוואך י"ב שבט (יענואר 23) ביז זונטאג נאכמיטאג, און איך זוך א בעיסמענט וואו איך קען איינשטיין. איך וויל אויסדרוקלעך נישט איינשטיין ביי איינעם אינדערהיים ממש ווייל איך שפיר זיך אומבאקוועם דערמיט, אבער עס שאדט נישט אויב דער בעיסמענט האט דעם זעלבען איינגאנג ווי דער הויז. טאמער איינער קען מיר ארויסהעלפען ביטע זיך ווענדן אין אישי.
ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 3:53 pm

יהא בואו לברכה להרמת קרן התורה

ווען טראכט מען צי זיין ביי אינז שטאט וויליאמסבורג?

בכלל וואלט געווען ראטזאם אז מען זאל ארויס שטעלן א פינקליכער פלאן ווי אזוי דע סדר הביקור וועט פארקימען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:05 pm

ווער מאכט נישט פתיחה פאר אנעים זמירות?

איך וויל דיר נאר זאגן אז טאמער דו האסט מיין אדרעס אויף דיין ליסטע גיי איך דיר נישט באמערקן... :lol:
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 10:44 pm

ועד הכנסת אורחים פארמאגט א רשימה פון בעלי אכסניות,
פארבינד אייך מיט זיי.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג ינואר 14, 2013 12:26 pm

אויב נאכנישט געפונען קיין אכסניא, פארבינד זיך אין אישי.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 15, 2013 1:30 pm

געפונען ב"ה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג ינואר 21, 2013 9:06 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך בין היבש אפגעמוטשעט ב"ה, ווי אויך בין איך שוין עטליכע טעג נישט אזוי בקו הבריאות

מיט דעם און צוזאמען מיט וועטער דארט בין איך היפש באזארגט אויף דיין נסיעה. ווי אר לוקינג פורווארד.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 22, 2013 2:56 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך בין היבש אפגעמוטשעט ב"ה, ווי אויך בין איך שוין עטליכע טעג נישט אזוי בקו הבריאות

מיט דעם און צוזאמען מיט וועטער דארט בין איך היפש באזארגט אויף דיין נסיעה. ווי אר לוקינג פורווארד.


ביידע האבען זיך שוין ב"ה אביסעל נאכגעלאזט, און מיר האפען בעזה"י אנצוקומען מארגען בערך 11.30 צופרי. בכדי נישט אויפצורייצען די גוים אין די גלות-גאסען בעט איך מען זאל נישט אויסהענגען לעמפלעך אויפען גאנצען וועג פון JFK ביז אריין אין ב.פ., נאר בלויז אין שטאט אליין. אויך פעלט נישט אויס צו הענגען פלאקאטען צדיק בא לעיר וכדו', ערשטענס מפני ענוות קדשי, און צווייטענס ווייל ס'ז פלעין ליגען...

דער סדר היום ווייס מיר נאך נישט קלאר, אבער דאס איז זיכער אז איין צופרי ע'מער בעזה"י פראבירען צו כאפען א היטש פון ק"י קיין ב.פ., בעפאר פרישטאג און מיט א גרויס טשעק אין טאש...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג ינואר 22, 2013 3:00 pm

דער יעניגער וואס גיט די היטשעס געפונט זיך שוין אונטערן טיש פאר א היבשע וויילע, אן קיין פלענער ווען ארויסצוקומען פון דארט, זאלסט ענדערש נעמען די באס (העכסטענס וועסטו באשרייבן די באס).
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג ינואר 22, 2013 4:46 pm

עפשער מאגסטי א פארברערגן מיט דיר אין ווילי
וואס זאגט דער עולם דערצי

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג ינואר 22, 2013 9:48 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:בכדי נישט אויפצורייצען די גוים אין די גלות-גאסען בעט איך מען זאל נישט אויסהענגען לעמפלעך אויפען גאנצען וועג פון JFK ביז אריין אין ב.פ., נאר בלויז אין שטאט אליין. אויך פעלט נישט אויס צו הענגען פלאקאטען צדיק בא לעיר וכדו', ערשטענס מפני ענוות קדשי, און צווייטענס ווייל ס'ז פלעין ליגען...

סארי, אבער נישטא קיין פלאץ צו הענגען פלאקאטן אין ב.פ... ביי אונז איז נישט אזויווי ביי אייך, ס'פשוט נישטא ווי צו הענגען...
בפרט אז די וואך קומט עפעס א רבי קיין ב.פ. און איינער גייט עפעס געבן לעסאנס אויף "חיים נישאויים באושר" עפעס אזוי, סאו עסט מוזן מאכן מעיק בליוו...

אנעים זמירות האט געשריבן:דער סדר היום ווייס מיר נאך נישט קלאר,

מנין נאך חצות אין ב.פ. קען מען טרעפן נאר אין מונקאטש. מעריב נאך חצות אין ב.פ. נאר אין שומר שבת
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 3:27 am

Later today (Thursday) I hope to visit Williamsburg iyh.

My phone no. in USA is 347 675 5018. This is a rented phone and will only be my number till Sunday night.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 10:33 am

וויליאמסבורג ברעיקינג

הרב אניעם עט אי"ה ווילן אין וומס"ב שפעטער
נישט זיך שטופן סע דא גענוג....

ווי קען איך דיר ברענגן א קאפי??

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:03 pm

משיח האט געשריבן:ועד הכנסת אורחים פארמאגט א רשימה פון בעלי אכסניות,
פארבינד אייך מיט זיי.

ווי קען מען טרעפן זייער נאמבער?
איך זיך וויכטיג פאר די וואך שבת

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:04 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:געפונען ב"ה.

ווי קען מען געפונען פאר די וואך שבת?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:54 pm

משיח האט געשריבן:ועד הכנסת אורחים פארמאגט א רשימה פון בעלי אכסניות,
פארבינד אייך מיט זיי.

געמאכט בעיקר פאר אידן פון א"י, וד"ל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel, טראכט א מינוט און 9 געסט