בלאט 2 פון 8

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:10 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
קאזאבלאנקא האט געשריבן:אויב איר זענט אויסגעלאפן פון איידיעס פרובירט דאס:
אויסגעצאלטע סערטיפיקעט פון 10 שעה ביי א מערידזש קאנסלער


און נאכדעם וועסטו שטוינען, זיך וואונדערן און בייזערן, הלמאי זי ניצט עס אויס ביזן לעצטן טראפ :?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:20 pm
דורך ווישוואש
קאזאבלאנקא האט געשריבן:א נייע מאשין פאר די קאך וואס איר פארמאגט נאכנישט [באש, בלענדער, מייקראוועיוו, טאוסער אוון וכו']
א ריזיגע טאפ [פאר איינעם וואס די משפחה ווערט גרעסער]

Not advised.

ס'קען ווערן זייער שלעכט פארשטאנען.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:21 pm
דורך קאזאבלאנקא
יודע צדיק נפש בהמתו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:25 pm
דורך איינס
קאזאבלאנקא האט געשריבן:יודע צדיק נפש בהמתו

אדער יודע בהמה נפש צדיקו

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:28 pm
דורך דריידל
ווישוואש האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:א נייע מאשין פאר די קאך וואס איר פארמאגט נאכנישט [באש, בלענדער, מייקראוועיוו, טאוסער אוון וכו']
א ריזיגע טאפ [פאר איינעם וואס די משפחה ווערט גרעסער]

Not advised.

ס'קען ווערן זייער שלעכט פארשטאנען.

אין אזא פאל לייגט מען צו "וד"ל"

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:30 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
מ'וועט איר איבערבעטן אז מ'האט געוואלט מנדב זיין פרישע פונטן לע"נ עורה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:45 pm
דורך יהיה כן
די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:08 pm
דורך רעסטאראנט
יהיה כן האט געשריבן:די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...


סא וואס האלט איר ? בכלל נישט געבן ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:38 pm
דורך קנאפער ידען
רעסטאראנט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...

סא וואס האלט איר ? בכלל נישט געבן ?

יהי איז גערעכט. איינער וואס גיבט די מתנות נאר ווען/וועגן זי איז אנגעבלאזן זאל נישט געבן...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:43 pm
דורך דריידל
יהיה כן האט געשריבן:די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...


נישט ריכטיג. די סיבה פארוואס זיי בלאזן איז א סוגיא אריכא - א שווערע סוגיא. אבער דאס פארמינערט נישט די וויכטיגקייט פון קויפן מתנות מזמן לזמן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:52 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אריינווארפן א שאקאלאדע מיט א דאנק בריוועלע סתם א גרינעם דינסטאג, ווען עס איז נישטא סיי וועלכע אינצידענטן בעפאר און עפטער, איז אייביג א גוטע זאך.

לגבי מתנה, האט מען שוין פריער דערמאנט, זי דארף עפעס וואס זי וועט עפרישיעטן, און דער מאן איז דער וואס ווייסט וועלכע זאך דאס איז. אז נישט זאל ער נוצן די 10 שעה מערידזש קאנסאלטענט פאר זיך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:59 pm
דורך קנאפער ידען
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אריינווארפן א שאקאלאדע מיט א דאנק בריוועלע סתם א גרינעם דינסטאג, ווען עס איז נישטא סיי וועלכע אינצידענטן בעפאר און עפטער, איז אייביג א גוטע זאך.

לגבי מתנה, האט מען שוין פריער דערמאנט, זי דארף עפעס וואס זי וועט עפרישיעטן, און דער מאן איז דער וואס ווייסט וועלכע זאך דאס איז. אז נישט זאל ער נוצן די 10 שעה מערידזש קאנסאלטענט פאר זיך.

דיסעגרי אז מען דארף מערידזש קאונסלינג אויב מען פארשטייט נישט פונקטליך וועלכע זאך וועט איר דערפרייען.

און אויב מען ווייסט נישט מיינעך איז דער בעסטער אפציע צו פרעגן. יא פשוט פרעגן... א סורפרייז איז טאקע שיין אבער א ווערדפולע מתנה אן א סורפרייז איז אויך גאר גוט. בעסער ווי עפעס אומנויטיג מיט א סורפרייז. דער סורפרייז וועט זיין דער טשיז דעיניש און שאקאלאדע וואס יעדער האט ליב...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 7:00 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
חחחחח, קנאפער כ'האב נישט געמיינט דאס ממש ביגד"פ. איך פיר מיר צו פרעגן, און זי פרעגט מיר, עס איז א מחיה! מ'איז דאנקבאר די ערשטע מאל ביים פרעגן (וואה, נייס ס'קומט א מתנה), די צווייטע מאל ביים באקומען (פשיהא!) און ס'דריטע ביים עס ניצן (ס'איז פון מיין מאן!).

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:04 am
דורך וואס עפעס?
וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:40 am
דורך וואס די זאגסט
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך



JOMASHOP

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:05 pm
דורך ברוינע באנאנע
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מ'וועט איר איבערבעטן אז מ'האט געוואלט מנדב זיין פרישע פונטן לע"נ עורה

;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:43 pm
דורך געדענקסט נאך
וואס די זאגסט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך



JOMASHOP

מק קען זיי טראסטן ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:08 pm
דורך וואס די זאגסט
געדענקסט נאך האט געשריבן:
וואס די זאגסט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך



JOMASHOP

מק קען זיי טראסטן ?


I ordered from them ( and btw it's a jwiesh coumpny

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:24 pm
דורך דניאל אויערבאך
קנאפער ידען האט געשריבן:דער סורפרייז וועט זיין דער טשיז דעיניש און שאקאלאדע וואס יעדער האט ליב...

ווייסטע וויפיל פרויען זענען היינט העלט נאטס וואס עסען נישט די דזשאנק ??

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:50 pm
דורך וואס עפעס?
וואס די זאגסט האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
וואס די זאגסט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך



JOMASHOP

מק קען זיי טראסטן ?


I ordered from them ( and btw it's a jwiesh coumpny


די האסט געארדעט ביי זיי אדער איז עס דיין קאמפעני?
:roll:

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 5:30 pm
דורך זבולון ווייס
עס איז דא עטליכע ליבשאפט שפראכן, און יעדער האט א געפיהל צו עפעס אנדערש, עס איז דא אזעלכע וועלכע פאר זיי גייט זיין די שטערקסטע צייכן אז מען האט אים/איר ליב, דורך ספענדן צייט אליינס מיט יענעם. א צווייטער וועט זיין אסאך מער איבערצייגט אז מען האט אים/איר ליב, מיטן ארויסגיין פון וועג יענעם צו העלפן. א דריטער וועט דאס מערסטע ארבעטן א מתנה, א פערטער וועט דאס זיין מיט פיזיש אנכאפן יענעם, דרוקן די האנט, א קלאפ אין רוקן וכדומה. און די פיפטע איז ווערטער, געשריבענע אדער געזאגטע.

יעדער וועט זיך פרייען צו אלע פון די דערמאנטע זאכן, אבער יעדער האט איין זאך וואס דאס רעדט צו אים דאס מערסטע, און פארשטייט זיך אויך עפעס וואס רעדט דאס ווייניגסטע. איך למשל וועל מיר נישט ממש אזוי פרייען מיט א מתנה, איך ווייס א צווייטן וואס א מתנה צונעמט יענעם ממש דאס הארץ.

ווען איינער וויל אויסדרוקן ליבשאפט צו א צווייטן, וועט ער דאס געווענליך טוהן מיט א אופן וואס 'ער' וואלט געוואלט אזוי באקומען ליבשאפט, און אסאך מאל איז יענער בכלל נישט אזוי איבערגענומען, און מען קען זיך וואונדערן, הלמאי איך האב דאך ממש געוויזן דאס שטערקסטע צייכן פון אהבה, און וואס איז דא געשעהן?

אבער דער מציאות איז אז דו האסט געגעבן 'דיין שפראך' פון ליבשאפט, אויב ווילסטו געבן פאר יענעם, טראכט גוט איבער וואס איז יענעמס שפראך, און דאס פרוביר צו נוצן, ותמצא נחת.

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2018 5:27 pm
דורך Spokesman
כמיין אז דער עיקר איז אז עס זאל נישט אויסקיקן ווי יענער וואס האט געגעבן א קאמפלימענט און תוך כדי דיבור זאגט ער אזש איך פאללא גוט די לעסענס, פארפאלן מהאט מיר געהייסן געבן א קאמפלימענט, וכן לענין המתנות.
ווי באקאנט די מעשה פון די פערדל מיטן הינט,
די פערדל פרעגט די הינט, פארוואסזשע האט דיר די בעה'ב אזוי ליב?
הינטעל: ווייל איך לעק אים.
פערדל: הייסט דאס אז איך וועל אים לעקן וועט ער מיר אויך ליב האבן?
הינט: בדוק ומנוסה, אדרבה פרוביר
פערד: די בעה'ב קימט אריין און שטאל און די פערד ווארפט זיך ארויף אויף אים און ער נעמט זיך אים באלעקן פון קאפ ביז פיס, די בעה''ב זעהט כי כלתה עליו הרעה נעמט ער דעם בייטש און ער גיט אריין אזוינע.. דו פעגר דו גייסט ווייטער פון מיר?

די פערד קומט צירוק צום הינט מיט טענות עד לב השמים, וואס הייסט האסט מיר ארינגענארט, כהאב אים באלעקט און כהאב געכאפט מבות רצח..
ענטפערט אים דאס הינטל, יא יא ווייל דו האסט אים געלעקט ווי א פערד!!!
ובן לענינו, מברויך צו וויסן וויאזוי צי לעקןץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 1:31 pm
דורך אלט מאנרא
רעסטאראנט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...


סא וואס האלט איר ? בכלל נישט געבן ?


א מתנה ווען זי איז און א בלאזן גיסטע אפילו זי וועט זיך פרייען צו די מתנה האט עס א סאך ווייניגער ניטצן ווי ווען מען געט עס און נארמאלערע אימשטענדן אשאד אויס צו געבן פאר דעם 1500 דאלער

וועגן פרעגן פאר דעם וואס צו קויפן האלט איך איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווי שמעלקא האט שוין ארויס געברענגט מ'איז דאנקבאר די ערשטע מאל ביים פרעגן (וואה, נייס ס'קומט א מתנה), די צווייטע מאל ביים באקומען (פשיהא!) און ס'דריטע ביים עס ניצן (ס'איז פון מיין מאן!)

ביי אונז איז די פראבלעם מיט מתנות אביסעלע אנדיש, די ווייב ווייסט נישט וואס צו קויפן פאר די מאן ער קויפט ממלא וואס ער דארף, האמער איינגעפירט אז יעדע מתנה וואס מען געט איר די געלט צו קויפן ווי א נייע עכטע זייגער אדער אויער רינגלעך אדער אפילו א פלענע נייע קלייד/טיכל אויף יו"ט וכדומה שרייבט זי די דאנק בריוול פארן מאן נאכן עס קויפן און פאר אים איז דאס די שענסטע מתנה.

אגב ווען די ווייב קויפט זיך נייע תכשיטים איז עס פינקט אזא מתנה פארן מאן ווי פאר איר ביידע האבן הנאה דערפון.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 6:03 pm
דורך Kosher Travel
יהיה כן האט געשריבן:די אלע מתנות העלפן נאר ביזן נעקסטן מאל זיך אנבלאזן....
דאן פארגעסן זיי פון אלע מתנות, און מפטירין כדאתמול...

נו... מיינסט א מצווה קומט אייביג אהן גרינג? אויף שלום בית דארף מען ארבייטען... נאכאמאהל און נאכאמאהל.
Whatever it takes

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 6:06 pm
דורך Kosher Travel
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו קויפט מען וואכנדיגע תכשיטים ? (אני גר בארא פארק)
ווייסט איינער פון א גוטע אונליין סייט מיט גוטע פרייזן ?

איך זיך אדער א זייגער אדער אויער רינגלעך

https://www.ezcreationsltd.com/

וחי אחיך עמך... זיי זענען אויך אויף עמעזען.