בלאט 1 פון 7

מתנה פאר די אשת חיל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2013 2:52 pm
דורך Yoely
איך זיך צי קויפן א בירזדעי פרעזענט פאר די ווייב. ווי אויך פאר יו"ט.
עני איידיע?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2013 3:30 pm
דורך Elvin
Every wife want something else, so it's very hard to say,
someone want a nice jewellery, and someone want a good cake, i would highly recommend just to ask "what would you appreciate" (and it can also be cheaper...)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2013 3:32 pm
דורך derech eretz

געשריבן: דינסטאג פאברואר 26, 2013 4:23 pm
דורך אנעים זמירות
ווען איך בין געוועהן אין אמעריקע האב איך אהיים געברענגט א שיינע בענד, און זי איז געוועהן צופרידען. [גראדע געוועהן א סעיל און איך האב עס באקומען 50% ביליגער.]

פערפיום און צירינג זענען שטענדיג גוטע מתנות.

טאמער זוכטסו נאר א קלייניגקייט קען א קארטל ('ייש"כ פאר אלעס וואס דו טוסט' אדער 'איך ליבע דיך') מיט א קליינע טשוקאלאד געווענליך אויך זיין גענוג.

מתנה פאר די אשת חיל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 2:57 pm
דורך משה בעלז
איך פרעג פאר א חבר, און ער האט מיך געבעטן אז איך זאל אליינס קומען... :lol:
פאר דעם האב איך א נייע ניק)

עס קען זיין אז עס איז שוין דא אן אשכול אויף דעםת ביטע מיר אנשילדיגן און ווייזן די וועג.

די עיקר איז עס זאל זיין א נוצבארע זאך נישט קיין פיקטשער פרעים אדער קענדי דיש וכו

אלע איידיעס פרייזן זענען וועלקאם

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:00 pm
דורך עין טובה
פארוואס עפענסטו א נייע ניק פארדעם?
אויב האלטסטו אז ס'איז נישט נארמאל דאן פרעג עס נישט מיט דיין אלטע ניק אויך נישט. און אויב באלאנגט עס יא דא פארוואס א נייע ניק?

צו דיין שאלה;
וואס זי וויל. וואס זי גייט אפרישיעיטן. דאס קען נאר א מאן וויסן.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:07 pm
דורך וויל זיין גוט
עין טובה האט געשריבן:פארוואס עפענסטו א נייע ניק פארדעם?
אויב האלטסטו אז ס'איז נישט נארמאל דאן פרעג עס נישט מיט דיין אלטע ניק אויך נישט. און אויב באלאנגט עס יא דא פארוואס א נייע ניק?

צו דיין שאלה;
וואס זי וויל. וואס זי גייט אפרישיעיטן. דאס קען נאר א מאן וויסן.

תיקון טעות: דאס קען א מאן אויך נישט וויסן, וויפיל מאל קומט מען אהיים מיט עפעס, מען רעדט זיך איין אז: היינט האב איך עס געמאכט! אבער קוקנדיג אויף די רעאקציע דערקענט זיך אז זי האלט זיך איין פון געבן א קרום מיט די נאז, פארשטייענדיג אז זי טראכט: אוי נעבעך, וואס איז דאס משוגעת פון דעם יונגערמאן? פאר וואס רעדט ער זיך איין אז דאס גייט מיר פרייליך מאכן?

איך טראכט אז צוטרעפן א גוטע מתנה איז א ספעציעלע סיעתא דשמיא.

אמאל קען מען פרעגן די אייגענע שוועסטער = די פרוי'ס א שוועגערין, וכדומה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:13 pm
דורך עין טובה
א מאן וואס קען זיין רעבעצין גוט קען צוטרעפן.

עכ"פ, דא איז זיכער נישט דאס פלאץ.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:15 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
ווען איך ברעך מיר קאפ איז עס וויבאלד וואס זי ברויך באקומט זי שוין ביים בעטן, און מותרות באפרידיגט נישט קיינעם.

עס איז א שווערע זאך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:16 pm
דורך קיווי סטראבערי
עין טובה האט געשריבן:א מאן וואס קען זיין רעבעצין גוט קען צוטרעפן.

עכ"פ, דא איז זיכער נישט דאס פלאץ.

מ'מעג מחולק זיין מיט דיר?
פארוואס זאל מען נישט קענען דא אויסשמועסן איידיעס וואס צו קויפן פאר א ווייב אויף א נארמאלע וועג?
און ס'איז אויך זייער נארמאל צו מאכן א נייע ניק פאר דעם. פעלט נישט אויס צו מאכן א נושא דערפון.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:31 pm
דורך לכאורה
איך האב לעצטנס געקויפט א "ספר תהלים". אבער נישט סתם 'נאך א תהלים', נאר טאקע די גרעסטע סייז, מיט א הערליכע דעקל, הוצאת כפתור ופרח. [מיט שטייער איז עס אויסגעקומען נאנט צו פופציג רובל].

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:32 pm
דורך יואל שווארטץ
ווי איידער קויפן א טייערע זאך, גיב איר ענדערש ביליג/מידיום רעינדש, און לייג מיט א האנט-געשריבענע ייש״כ/פאעם.

איך האב שוין א שיינע פאר יאר צוריק געקויפט א סעט קריסטאל גלעזער פאר $50 און מיטגעלייגט א היימישע פאעם.
די גלעזער זענען שוין לאנג נישט פארהאן, אבער דער פאום ליגט נאך שיין אוועקגעלייגט. ס׳ווערט נאך היינט איבערגעליינט בעת הצורך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:35 pm
דורך לכאורה
אודאי אזוי, מיט מיין אויבנדערמאנטע מתנה איז נאטורליך מיטגעקומען א האנט געשריבענע פאום אויף א לאנגע לעגאלע פאפיר.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:00 pm
דורך וויל זיין גוט
יא דאס איז זיכער אז די צוגעלייגטע פאום, דינט דעם צוועק פיל מער ווי די זאך אליינס, אבער נאך אלס ווייסן מיר נישט אויף וואס ארויפצולייגן דעם פאום

דאס וויכטיגסטע איז, עס זאל זיין הארץ שפראך, א פאום מיט פראזן וואס דערקענט זיך אז עס איז באשטעלט, טוט נישט אזויפיל אויף ווי א פשוט'ע צעטל: איך שעץ זייער דיין איבערגעגעבנקייט פאר די שטוב, איך בין איבעראשט פון דיין ...., איך האב קען נישט גענוג דאנקען דעם באשעפער אז איך האב געטראפן דאס בעסטע, וכו' וכו'

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:18 pm
דורך לייפציק
מיר טוט וויי די דיסקרימינעשן דא, וואס איז מיט א מתנה פאר'ן מאן?
ווי זאל זי קוקן וואס צו קויפן אז נישט דא, שוין, כ'פיל שוין בעסער.

שווער צו ענטפערן, דארפסט דיפיינען קודם וואס פאר מתנה מ'רעדט, 100 טאלער? 5K?

פון מיין עקספיריאנס, דאס געפיל, אז מ'האט אינזינען געהאט און געזיכט וואס זי קען דארפן.
ביי די וועי עטליכע מאל א קליינקייט ווי אייז קריעם האט אויך א ווייטגרייכענדע עפעקס, א
יך האב דיך אינזין.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:22 pm
דורך ניס קראכער
לייפציק האט געשריבן:מיר טוט וויי די דיסקרימינעשן דא, וואס איז מיט א מתנה פאר'ן מאן?

יאך וואלט דיר געראטן צו גיין צו א קאנסאלטענט :wink:

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:55 pm
דורך לייפציק
נאכדעם וועל איך זיין מסודר, אבער ווי וועט זי וויסן וואס צו קויפן?
בקיצור, ס'איז א ערנסטע אישו.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:23 pm
דורך להודיע
לייפציק האט געשריבן:ביי די וועי עטליכע מאל א קליינקייט ווי אייז קריעם האט אויך א ווייטגרייכענדע עפעקס, איך האב דיך אינזין.



women use a points system which few men are aware of. Each individual act gets one point, regardless of magnitude. Men, on the other hand, assign small acts, small expenditures, fewer points. Larger blocks of points (20, 30, 40 points, etc.) go to what they consider bigger expenditures.
To a woman, the emotional stroke delivered by sincere attention is inseparable from the act. The different perception of expenditure can lead to conflict when the man thinks his work has earned him, say, 20 points and deserves corresponding recognition, while the woman has assigned him only 1 point and recognizes him accordingly. The man tends to think he can do one Big Thing for her (scoring 50 points) and not do much else, assuming he has "banked" points and can afford to "coast." The woman should be satisfied with his performance, give him kudos.
Instead, the woman would rather have many little things done for her on a regular basis, because women like to think their men are thinking of them and care for them more constantly. Gray clarifies how these two perceptions of "strokes" cause conflict. He encourages talking about these issues openly.


פון דעם וועלט בארימטן בוך Men Are from Mars, Women Are from Venus

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:38 pm
דורך Good
עין טובה האט געשריבן:א מאן וואס קען זיין רעבעצין גוט קען צוטרעפן.

דאכט זיך אז מענער פון רביצין'ס דרייען זיך בכלל נישט אויף אייוועלט..

עין טובה האט געשריבן:עכ"פ, דא איז זיכער נישט דאס פלאץ.

דוקא דא איז דאס פלאץ, פון וואו דען זאל מען נעמען די סארט אינפא

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:45 pm
דורך חאצקל פרייליך
אויב זאל איך גלייבן מיין חבר האט ער שוין - זינט שנה ראשונה - נישט די דאגת השנירל הזה, נאכדעם וואס ז'האט נישט גענוצט די (דערווייל איינמאליגע) מתנה שקנה לה בשנה בכסף מלא יתננה לה כסגולה לאריכות ימים ושנים טובים (א חלקה לאחוזת קבר בביה"ח דקהלתינו הק').

לכאורה נישט אמת ווייל ער געהערט צו די אנדערע ק"ק, נאר לכאורה איז ער פשוט פויל אדער האלט ער נישט ביים ספענדן אדער ווייסט ער נישט וואס ס'איז יא נוצבאר, און לאמיר האפן אז ער וועט אריינסטאפן דא אין דעם שנירל און ס'וועט אים צונוצקומען בעז"ה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:46 pm
דורך ניס קראכער
Good האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:א מאן וואס קען זיין רעבעצין גוט קען צוטרעפן.

עכ"פ, דא איז זיכער נישט דאס פלאץ.


דאכט זיך אז מענער פון רביצין'ס דרייען זיך בכלל נישט אויף אייוועלט

אזוי גאר ווער דען ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 11:51 am
דורך דריידל
אנעים זמירות האט געשריבן:ווען איך בין געוועהן אין אמעריקע האב איך אהיים געברענגט א שיינע בענד, און זי איז געוועהן צופרידען. [גראדע געוועהן א סעיל און איך האב עס באקומען 50% ביליגער.]

פערפיום און צירינג זענען שטענדיג גוטע מתנות.

צירינג דארף מען קענען עפארדן, און אמאל וויל מען בלויז א קליינעקייט. די פראבלעם איז וויאזוי קומט די קאץ איבערן ים - ווי קען א יונגערמאן קויפן פערפיום, און נאכדערצו אז מ'קען זיך נישט אויס מיט די מינים ממינים שונים? נישט אייביג וויל מען אריינמישן די מאמע, שוועסטער, שוויגער וכו'.
עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די פראבלעם ביז כ'האב געטראפן אין ביזנעס דירעקטארי איינער פארקויפט אינדערהיים. כ'האב אנגערופן און זי האט מיר געהייסן טשעקן די אנדערע פערפיום וואס זי פארמאגט צו דערשמעקן (תרתי משמע) וואס די ב"ב האט ליב. זי האט מיר געזאגט איך קען עס קומען אפנעמן, וכן הוי, ס'איז געווען גרייט איינגעפאקט אריין און ארויס.
נ. ב. ס'איז געווען א סוקסעס

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 4:44 pm
דורך Kosher Travel
דריידל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:ווען איך בין געוועהן אין אמעריקע האב איך אהיים געברענגט א שיינע בענד, און זי איז געוועהן צופרידען. [גראדע געוועהן א סעיל און איך האב עס באקומען 50% ביליגער.]

פערפיום און צירינג זענען שטענדיג גוטע מתנות.

צירינג דארף מען קענען עפארדן, און אמאל וויל מען בלויז א קליינעקייט. די פראבלעם איז וויאזוי קומט די קאץ איבערן ים - ווי קען א יונגערמאן קויפן פערפיום, און נאכדערצו אז מ'קען זיך נישט אויס מיט די מינים ממינים שונים? נישט אייביג וויל מען אריינמישן די מאמע, שוועסטער, שוויגער וכו'.
עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די פראבלעם ביז כ'האב געטראפן אין ביזנעס דירעקטארי איינער פארקויפט אינדערהיים. כ'האב אנגערופן און זי האט מיר געהייסן טשעקן די אנדערע פערפיום וואס זי פארמאגט צו דערשמעקן (תרתי משמע) וואס די ב"ב האט ליב. זי האט מיר געזאגט איך קען עס קומען אפנעמן, וכן הוי, ס'איז געווען גרייט איינגעפאקט אריין און ארויס.
נ. ב. ס'איז געווען א סוקסעס

איהר זאגט גוט. האט דער רעביצן אמאהל פארציילט ווען זי איז געוועהן שאפינג אין די robe געשעפט (איידל געשריבן...) וויאזוי עס האט אויסגעזעהן ווען א פרומע אינגערמאן איז געקומען אליינס מקיים זיין דעהם ושמחת - חיוב פאר יום טוב צו קויפן פון די "ונשים בבגדי מגוהצים".

jokes aside, תכשיטין איז אייביג גוט. די עיקר איז די געדאנקט אז מען געדענקט א מתנה און וויאזוי מען געט עס. מען דארף האבן שכל אז וועל די ווייב איז shocked "פארוואס ברענגסטו מיהר בלומען" זאל מען נישט זאגן ווייל דער רב (חתן טיטשער, וכו') האט מיהר געהייסן...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 4:59 pm
דורך קאזאבלאנקא
אפאר איידיעס ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן טייערע דזשולערי:

פאקעט בוק
סערטיקפיעט פאר א טייערן טיכל
וואכעדיגע אוירינגלעך / זייגער
א נייע מאשין פאר די קאך וואס איר פארמאגט נאכנישט [באש, בלענדער, מייקראוועיוו, טאוסער אוון וכו']
א ריזיגע טאפ [פאר איינעם וואס די משפחה ווערט גרעסער]
טייערע פרקי אבות / סידור / תהלים געאייגנט פאר פרויען מיט די נאמען, שטייטזעך


אויב איר זענט אויסגעלאפן פון איידיעס פרובירט דאס:
אויסגעצאלטע סערטיפיקעט פון 10 שעה ביי א מערידזש קאנסלער

געשריבן: דינסטאג פאברואר 20, 2018 5:04 pm
דורך Haklal
קאזאבלאנקא האט געשריבן:אפאר איידיעס ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן טייערע דזשולערי:

אויב איר זענט אויסגעלאפן פון איידיעס פרובירט דאס:
אויסגעצאלטע סערטיפיקעט פון 10 שעה ביי א מערידזש קאנסלער

;l;p- ;l;p- ;l;p- אפאר פין די גרינע