כשר עסן אויפן פליגער: וועלכע הכשר האט מיין "Kosher Meal"?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

ALITALIA AIRLINES

תגובהדורך היטשינער » דינסטאג מארטש 19, 2019 7:51 am

איינער ווייסט וואס גיט אליטאליא אופן וועג פון תל אביב קיין רוים, רוים קיין jfk, jfk קיין רוים, רוים קין תל אביב

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 8:42 am

רבותי. סאיז שוין העכסט צייט דער עולם זאל בויקאטן די כשרע עסען אויף די פליגער בכלל.
לאמיר צילייגען דער פראבלעם כדי דער עולם זאל פארשטיין.

דער עירליין טוט דערמיט א גאנצע טובה פאר די איד. באמת איז עס פאר זיי נאר קאפוויי.
דער איד %99.99 איז עס נישט אין מויל צינעמען אפילו מען זאל זיין גאר גאר הינגעריג אין מען טראכט פאר איין מינוט די נאכווייען פארגייט די אפעטיט. נישט עקענאמי נאר אפילו ביזנעס אין פירסט קלעסס. נישט נאר די הייסע עסען (נישט באמערקט אז די אינהאלט פין די קליינע בלעך איז גאר עסן) נאר אפילו פין די קאלטע טאץ על פי רוב גייט עס אין מיסט.

ווידער די פאר אידן וואס מאכן גרויס געלט אויף אינזער יודישקייט חשבון זאלן זיי עפעס צישטעלן אדער "טארן" זיי נישט מאכן געלט אויף מיין חשבון בעת אין מיטשע מיר ארים ווילאנג די עסען שמעקט אריין אין מיין נאז אז סאיבלט מיר ארויף.

איי וועסטו וועלן זאגן אז נישט מעגליך ציצישטעלן בעסער. אין די תפיסה (יאפ די כשרע עסען אויףן ערעפלאן זענען די זעלבע ווי ?? יא איר האט ציגעטראפן. פין די כשרע עסען אין תפיסה) האט מען אויך געזאגט אז מקעו נישט ווילאנג מען האט געמאכט א ויצעקו אין פיין איז עס געווארן בעסער

בסך הכל. די כשרע עסען איז דא פאר מיר אין איך באצאלן דערפאר.
די עירליין מיטשעט זיך דערמיט
דער איד קען עס נישט שמעקען (ווער רעדט נאך פין עסען)
אין די קעטערער מאכט גרויס געלט.

ווען דער עולם וואלט געסטאפט צי באשטעלען קאשער פאוד אין די קאמפעניס וואלטען געזעהן אז זיי דארפן ראטעווען זייער ביזנעס פיין וואלט עס געווען בעסער.

ביטע נישט פראבירען מסביר צי זיין אז סאיז נישט מעגליך דאס צי פארבעסערן וועגן איך האב דאס דורך געטוהן מיט א שיינע פאר קעיטערערס אין אלע בפה אחד האבן מודה געווען אין די פארברעך וואס קימט פאר
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 19, 2019 8:56 am

ס'ווענדט זיך וועלכע קעיטערער.

בארענשטיין און סטאגעל זענען באקאנט אלס מאכל בהמה, די אנדערע ווענדט זיך, איינער בעסער איינער שוואכער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:01 am

איך האב גראדע געפרעגט א קעיטערער וואס האט קאנסידערט עס צו טוהן, ער האט געהאט געהאנדלט מיט די עירליין דעריבער, דערנאך האט ער ארויסגעטשעקט.

ער האט גע'טענה'ט אז מען מאכט כמעט נישט קיין געלט, און די עירליין האט מוראדיגע רעסטריקשאן אין וואג, יעדע פארשען מעג נאר וועגן א געוויסע סכום אונסעס, פעקעדשינג איז א גאנצע פראסעס, בקיצור ער האט זיך אפגעלאזט דערפון.

בקיצור אויסער די געלט איז די וואג א שטארקע גורם אין די שטרוי וואס זיי סערווירן.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:16 am

אונטרעסאנט, פארוואס אין ענגלאנד קען די עסען זיין געשמאק, און אזוי אויכעט פון נאך עטליכע פלעצער
און פין אמעריקא אדער ארץ ישראל, איז דאס אינו ראוי אפילו למאכל בהמה

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:37 am

דממה דקה האט געשריבן:איך האב גראדע געפרעגט א קעיטערער וואס האט קאנסידערט עס צו טוהן, ער האט געהאט געהאנדלט מיט די עירליין דעריבער, דערנאך האט ער ארויסגעטשעקט.

ער האט גע'טענה'ט אז מען מאכט כמעט נישט קיין געלט, און די עירליין האט מוראדיגע רעסטריקשאן אין וואג, יעדע פארשען מעג נאר וועגן א געוויסע סכום אונסעס, פעקעדשינג איז א גאנצע פראסעס, בקיצור ער האט זיך אפגעלאזט דערפון.

בקיצור אויסער די געלט איז די וואג א שטארקע גורם אין די שטרוי וואס זיי סערווירן.


ר' איד איך האב נישט גערעדט פין צי סאך אדער צי ווייניג.
סך הכל וואס סליגט יא זאל זיין לכל הפחות ראוי לאכילת כלב
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:38 am

דאס איז זיכער זאל דער עולם אויפהערן צי באשטעלן קאשער פאוד וועט עס ווערן בעסער איבעראל
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:42 am

דממה דקה האט געשריבן:איך האב גראדע געפרעגט א קעיטערער וואס האט קאנסידערט עס צו טוהן, ער האט געהאט געהאנדלט מיט די עירליין דעריבער, דערנאך האט ער ארויסגעטשעקט.

ער האט גע'טענה'ט אז מען מאכט כמעט נישט קיין געלט, און די עירליין האט מוראדיגע רעסטריקשאן אין וואג, יעדע פארשען מעג נאר וועגן א געוויסע סכום אונסעס, פעקעדשינג איז א גאנצע פראסעס, בקיצור ער האט זיך אפגעלאזט דערפון.

בקיצור אויסער די געלט איז די וואג א שטארקע גורם אין די שטרוי וואס זיי סערווירן.


אין תפיסה איז נאך דא אזעלעכע ריסטריקשאן ווי אויף א פליגער
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:47 am

אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט, פארוואס אין ענגלאנד קען די עסען זיין געשמאק, און אזוי אויכעט פון נאך עטליכע פלעצער

יאפ, הערמאליס איז פון די בעסטע עירליין קעיטערערס איבער די וועלט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:54 am

איך בין מיט אלעס מסכים חוץ די חלק

דגל יהודה האט געשריבן:אין די קעטערער מאכט גרויס געלט.



איך קען פערזענליך פינף פון די גרעסטע קעטערערס פאר די עירליין'ס, אינקלודינג הארמעליס, זיי מאכן פעניס פון די עירליינס, די איינציגסטע סיבה זיי האנדלען נאך מיט עירליינס איז פאר די קעש פלאו.

און אגב, די כשרע עסן איז סך סך סך בעסער ווי די נישט כשרע, איך קען עטליכע גוים וואס בעטן אלץ קאשער ווייל סאיז סך בעסער און פרישער ווי די נישט כשרע.

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:03 pm

.
לעצט פאראכטן דורך דגל יהודה אום דינסטאג מארטש 19, 2019 12:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:04 pm

טאגליכט האט געשריבן:איך בין מיט אלעס מסכים חוץ די חלק

דגל יהודה האט געשריבן:אין די קעטערער מאכט גרויס געלט.



איך קען פערזענליך פינף פון די גרעסטע קעטערערס פאר די עירליין'ס, אינקלודינג הארמעליס, זיי מאכן פעניס פון די עירליינס, די איינציגסטע סיבה זיי האנדלען נאך מיט עירליינס איז פאר די קעש פלאו.

און אגב, די כשרע עסן איז סך סך סך בעסער ווי די נישט כשרע, איך קען עטליכע גוים וואס בעטן אלץ קאשער ווייל סאיז סך בעסער און פרישער ווי די נישט כשרע.


אויף די ערשטע חלק אז די קעיטערערס מאכן נישט קיין געלט גיי איך נישט ענטפערן אין מסביר זיין אז סאיז נישט אמת נאר זאל יעדער אליינס ארום פרעגען אין געוואר ווערן.
לגבי די חלק אז די טרייפענע איז בעסער שטעלט זיך מיר אויף מיינע קליינע האר אין מיין אויגן ווערן אזוי גרויס אין ברייט אזש סטאנץ ארויס פין די האלטער.
איך ווייס נישט אין וועלכע פליגער די פארסט אבער נישט נאר וואס די טרייפענע עסן זעהט אויס בעסער (איך רעד פין עקאנעמי) נאר רובא דרובא ווערט אויפגעגסן אין די קאשער פאוד....... נאר די גרוך דערפין איז טויזענט מאל בעסער (פשוט עס סר..... נישט)
לגבי ביזנעס אין פירסט ווי אין רוב עירליינס איז דא טייערע געשמאקע מאכלים אין אויף געוויסע עירליינס קאכט מען דיר אויפן פלאץ וואס די דארפסט (וואס איז אויף די מעניו) זאגסטואז דער גוי דארף מיין בעקעלע???
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:13 pm

טאגליכט האט געשריבן:און אגב, די כשרע עסן איז סך סך סך בעסער ווי די נישט כשרע, איך קען עטליכע גוים וואס בעטן אלץ קאשער ווייל סאיז סך בעסער און פרישער ווי די נישט כשרע.

די איינציגסטע פלאץ וואו דאס קען זיין אמת איז הערמאליס אין עקאנאמי.

דא האסטו פון א גוי וואס האט געמאכט די טעות פון באשטעלן כשר'ס: https://thepointsguy.com/reviews/polari ... 767-300er/
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 20, 2019 2:45 am

יעך בין איינמאל געפארן מיט KLM און זיי האבן סערווירט כשר'ע עסן מיט די הכשר פון כדתיה פון לאנדאן און ס'ממש געווען א מחי' א ברכה צו מאכן.

אבער די אנדערע זענען דאך ממש מאכל בהמה טמאה, ממש א גרויל און א חוצפה
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך מארטש 20, 2019 7:50 am

דגל יהודה האט געשריבן:רבותי. סאיז שוין העכסט צייט דער עולם זאל בויקאטן די כשרע עסען אויף די פליגער בכלל.

מען דארף פארדעם אויסגעפינען וויפיל פארשענס זיי מאכן א טאג צו קענען וויסן וויפיל מענטשן מען דארף האבן אז זיי זאלן שפירן אז מען באיקאטירט זיי, אויב זיי מאכן אפאר טויזענט א טאג איז זיכער נישט מעגליך אבער אויב זיי מאכן אפאר הונדערט איז אפשר יא מעגליך.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך מארטש 20, 2019 5:18 pm

אדער פארקערט יעדער זאל באשטעלן ווי מער און געבן שלעכטע פיעדבעק צוריק געבען פארמאכטערהייט. (ונהפוך)

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג מארטש 21, 2019 6:12 am

וויי-פיי האט געשריבן:אדער פארקערט יעדער זאל באשטעלן ווי מער און געבן שלעכטע פיעדבעק צוריק געבען פארמאכטערהייט. (ונהפוך)

עס איז דא ערגעץ ווי מען קען געבן פידבעק?

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג מארטש 21, 2019 7:34 am

היטשינער האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:אדער פארקערט יעדער זאל באשטעלן ווי מער און געבן שלעכטע פיעדבעק צוריק געבען פארמאכטערהייט. (ונהפוך)

עס איז דא ערגעץ ווי מען קען געבן פידבעק?

זיכער אנגעהויבן זאגן פאר די סערווערס, קאלן די 800 נומער ווען מען קומט אן אדער אן-ליין אפילו דא און קול מבשר מאכט אויס :roll:

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » פרייטאג מארטש 22, 2019 11:30 am

https://www.google.com/search?safe=stri ... rs%2520Inc

דא קען מען שרייבן ריוויוס.

לידיעה בעלמא, אז זיי האבן אונטער זיך אסאך ברענדס, אינקלאדעט רויעל וואס האט די וואלעווע הכשר.

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » זונטאג מארטש 24, 2019 11:06 pm

גראדע יעצט איז א גיטע צייט ווען יעדער זאל זאגן פאר זיינע פריינד וואס פארן קיין ליזענסק נישט צי באשטעלן קאשער פאוד
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:51 am

ווי האט נאר יענער געטון?? ער האט זיך אפגעשניטן די נאז צו פארשעמען זיין שווער.

נישט באשטעלן כשר׳ס וועט סתם ווייזן פאר די עירליינס אז עס איז נישט קיין דימענד פאר כשר׳ס, דאן וועסטו גארנישט האבן, וואס מען דארף יא טון איז מאכן די עירליינס זאלן באשטעלן דוקא ביי קאמפעניס וואס שטעלן זיך יא צו.

געווענדליך ווען איך פאר נעם איך מיר מיט אייגענס, קודם ווייל די עירליין עסן איז נישט אין מויל צו נעמען, און אפילו אויב יא בינעך נישט לימעטעד צו זייער מעניו, איך נעם מיר מיט וואס איך האבן ליב.

בינעך געווען לעצטענס אין פוילן און אויפן וועג אהין איך בין געפארן מיט לאט, איך פיר מיר צו יא עפענען די עסן און אביסל ארומפאטשקענען אזוי בלייבט עס נישט פארן מארגנדיגן רייזענדער, האבעך געפענט מיין פעקל, פון א קאמפעני Zetko, ערשטע מאל איך זע דעם נאמען, טארטיקוב הכשר, עס איז גראדע נישט שלעכט געווען, די מזונות איז געווען אלט ווי מיין עלטער זיידע, אבער די איבריגע זאכן איז גאנץ פיין געווען, נישט ווי מיין מאמעס קאך אבער פאר א פליגער מאלצייט הייסטעס גוט, עס האט נישט געהאט דעם אומבאטעמטן שמעק וואס קומט געווענדליך מיט.

צוריק געדענק איך נישט וועכע קאמפעני עס איז געווען, אבער אוי האטעס געשטינקן...

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:52 am

זאגסט גוט קליינער (זה הקטן גדול י')

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

Norwegian

תגובהדורך bobke » דינסטאג מארטש 26, 2019 8:51 am

bobke האט געשריבן:Anyone knows what Norwegian from / to London is giving ?


anyone ?

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג מארטש 26, 2019 9:34 am

bobke האט געשריבן:
bobke האט געשריבן:Anyone knows what Norwegian from / to London is giving ?


anyone ?


They don't give food at all in economy,in business i remember getting weiss from usa and hermolis from london

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » דינסטאג מארטש 26, 2019 9:58 am

Thanks for your respond

I do have a kosher meal in economy along with 2 baggage's per person


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט