בלאט 1 פון 2

שער מאשינען

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 10:46 am
דורך אינפארמאציע
מיינע קינדער שרייען אז עס טוט זיי וויי ווין איך שער זיי. איך וויל קויפן א נייע שער מאשין מיט די בלעיד'ס אנליין, וועלעכע מאדעל איז גוט?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 10:50 am
דורך יוראפ
אפשר דארף מען עס פלעין אוילן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 10:56 am
דורך אינפארמאציע
ווי אזוי טוט מען דאס? מיט וועלעכע אויל?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 11:12 am
דורך יוראפ
ס'איז דא עפעס א מאשין אויל וואס געווענדליך קומט עס מיט די מאשין - כאניש קיין אנונג פונקטליך וויאזוי ס'הייסט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 12:53 pm
דורך אלטן דור
קויפ פשוט א נייע בלעיד פאר דעים

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 12:55 pm
דורך לכאורה
ביי מיר פלעגן זיך אויך די קינדער אפרעדן, און נאכמער פון דעם, עס פלעגט ממש סטאק ווערן ביי איינע פון די קינדער.

די לעזונג איז געווען צו קויפן א פרישע "בלעיד", די ערשטע בלעיד איז פשוט שלעכט געווארן אין לויף פון די צייט און מען האט עס געדארפט טוישן.

---
יעצט זעה איך אז אלטן-דור שרייבט דאס זעלבע, נו בישישים חכמה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 12:58 pm
דורך יוראפ
clipper and blade lubricating oil
קומט געווענדליך מיט מיט די מאשין

Oster דארף צו זיין א גוטע קאמפעני [אבער זיי האבן אסאך מינע - אסאך וואס טויגן נישט צופיל אויך] געווענדליך די ביליגערע [אפילו פון זיי] טוען מער וויי

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 12:58 pm
דורך יוראפ
לכאורה האט געשריבן:ביי מיר פלעגן זיך אויך די קינדער אפרעדן, און נאכמער פון דעם, עס פלעגט ממש סטאק ווערן ביי איינע פון די קינדער.

די לעזונג איז געווען צו קויפן א פרישע "בלעיד", די ערשטע בלעיד איז פשוט שלעכט געווארן אין לויף פון די צייט און מען האט עס געדארפט טוישן.

---
יעצט זעה איך אז אלטן-דור שרייבט דאס זעלבע, נו בישישים חכמה.

אוודאי "ס'פליקט" רעכטס און לינקס...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:06 pm
דורך לכאורה
אויב איז די קאפ אבער נאס פון וואסער, ציפט עס. כך מקובלני מבית הורי.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:19 pm
דורך קנאפער ידען
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.

ביסטו זיכער דערינען?
איינע פון די גרויסע פראבלעמען ביים שערן איז מער די היץ פונעם בלעיד, וואס דאס איז אסאך אסאך ערגער ווען דער קאפ איז אויליג.
איך פלעג מיר אלץ זייער מוטשענען מיטן געשוירן ווערן, אבער זינט איך נעם א שאוער מיט א גוטע דענדראף שעמפאו דער צופרי בעפאר איך שער זיך איזעס ממש א מחי'.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:22 pm
דורך פער בריסטאו
יוראפ האט געשריבן:clipper and blade lubricating oil
קומט געווענדליך מיט מיט די מאשין

Oster דארף צו זיין א גוטע קאמפעני [אבער זיי האבן אסאך מינע - אסאך וואס טויגן נישט צופיל אויך] געווענדליך די ביליגערע [אפילו פון זיי] טוען מער וויי

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:30 pm
דורך אינפארמאציע
ישר כחכם

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמאל דארף מען פשוט מאכען טייט די שרויפן. אויך איז גוט אז מען זייפט נישט די קאפ איין טאג פארן שערן. אז די קאפ איז אויליג אביסעל, גייט עס אביסעל בעסער.

ביסטו זיכער דערינען?
איינע פון די גרויסע פראבלעמען ביים שערן איז מער די היץ פונעם בלעיד, וואס דאס איז אסאך אסאך ערגער ווען דער קאפ איז אויליג.
איך פלעג מיר אלץ זייער מוטשענען מיטן געשוירן ווערן, אבער זינט איך נעם א שאוער מיט א גוטע דענדראף שעמפאו דער צופרי בעפאר איך שער זיך איזעס ממש א מחי'.

אויב האט מען א "טריקענע קאפ" איז בעסער אז מען שויערט זיך נישט.

זאל שוין זיין גערעד

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 1:45 pm
דורך אלטן דור
אז מען רעד שוין..
אפשר דא איז נישט די פלאץ אבער וואס איז די עצה קעגן טריקענע הויט אויפן קאפ

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 2:34 pm
דורך לורם איפסום
אמאל האב איך געהערט א עצה, אז מ'פארט נישט צו שטארק אויפן קאפ טוט עס נישט וויי, מען דארף זיך צוגעוויינען נישט צו דריקן מיט כוח נאר גרינג אריבערפירן די מאשין נאר כמעט ביז אראפ

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 3:12 pm
דורך פועל
אלל האום אויף לי עוו פארקויפט א קארדלעס שער מאשין פאר שאף וואס איז זייער באקוועם

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 3:41 pm
דורך פלעכטער
צוויי הויפט מאשינען ווערן פארקויפט ביינונזער עולם.
1.
די קאמפעני אסטער ostar, רוב עולם פארמאגט פון די סארט, די מאשינען זענען שטערקער, זיי האלטען לאנג, די האר ווערט זייער שיין אפגעשוירן, ועוד מעלות. די חסרון דערפון אז סקראצט ביים שערן, ס'איז טייער, ס'איז א שווערע מאשין, קורץ געווייערטע. (חוץ ווען א פראפעשענעל שערער, למשל ביים מקוה איד, וואס שערט אסאך אין ווייסט וויזוי צי האלטן די כלי ריכטיג ס'זאל נישט קראצען).

2.
די דייטשע קאמפעני וועיל wahl. איז נישט אזוי שטארק אין האלט אפשר נישט אזוי לאנג, אבער קראצט נישט ביים שערן, וואס איז א גרויסע מעלה ביים שערן קינדער. אויך איז עס זייער א גרינגע מאשין. אבער שערט נישט אזוי שיין (כ'האב אמאל געהערט די סיבה איז ווייל די וועיל מאשינען זענען געמאכט צי שערן שטוב באשעפענעשען הנקרא 'פעטס'), ווי אויך שערט עס נישט אזוי שנעל אין סמאטט ווי די אסטער.

אונזער מקוה איד שערט קינדער מיט די וועיל, און אדאלטס מיט די אסטער.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 3:53 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
וואסערע מאשינדל האט דער פאפא משמש? (געהערט אז זייער אסאך מענטשן ווילן זיך שערן דווקא ביי אים הוא ולא אחר)

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 4:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וואסערע מאשינדל האט דער פאפא משמש? (געהערט אז זייער אסאך מענטשן ווילן זיך שערן דווקא ביי אים הוא ולא אחר)

דאס האט מיט זיין קונץ ביים שערען ארום די פיאות. ער שערט אפי' נישט די איבריגע קאפ, פארדעם האט ער ..... שמשים.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 16, 2013 7:58 pm
דורך מייקראסאפט
מען גייט צי אין פאר די שיינע רינדיכיגע פיאות וואס ער מאכט, נישט ווייל זיין מאשין קראצט נישט...

שער מאשין

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:57 am
דורך כרמי
איך וויל קויפן א נייער שערער מאשין (hair clipper)
איך גלייך די קארדלעס מאשין וואס טייל מקוה אידן ניצן
ווער קען זיך אויס, וועלכער איז דער בעסטער?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
דאכצעך אז סישוין דא ערגעץ אן אשכול דערוועגן...

היינט צו טאגס קויפן אלע די "וואהל" שער מאשין... אויב ביסטו א מקוה יוד קויף איינס וואס האט אויך א ווייער, ווייל א בעטערי וועט האלטן אויף א געוויסע מאס קעפ, און דו וועסט אויסלויפן שנעל, משא"כ אויב קויפסטו עס פאר דיר אין שטוב קויף די מיט די צוויי בעטעריס! סיז ביליגער און ס'איז די זעלבע סמאאד...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:57 pm
דורך כרמי
איך בין נישט.
יישר כח
איז דא א מעגליכקייט זאלסט פאסטן א לינק דערצו צו דעם "וואהל"?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:02 pm
דורך יוראפ