בלאט 1 פון 2

T-Mobile

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 11:22 am
דורך בויבעריקער
איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע וועגן t mobile
ווי אזוי איז זייער סערוויס?
וואס זענען די פרייזען פאר אנלימיטעד דעטע 4g lte?
לוינט זיך אריבער צי גיין פון page plus צי זיי?
וועל איך קענען בלייבן מיט מיין אלטע נומער?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:02 pm
דורך מיסטעריעז
סערוויס וואו? אין בויבעריק?
ביי טימאביל זעלבסט איז אנלימיטעד 4G אכציג דאללער, ביי מעטרא פיסיעס (עס איז טימאביל סערוויס) איז עס פאר 60.
צו עס לוינ ט אוועקצוגיין פון פעיזש פלאס? ווענדט זיך פאר וואס און פארוועם און פארשטייט זיך וואו
אלטע נומער, יא

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:34 pm
דורך בויבעריקער
סערוויס רעד איך אין די היימישע געגענטער ברוקלין מאנסי און קרית יואל.
איז נישטא אזא זאך ביי טימאביל פון צוויי ליינס וואס יעדע איינע איז נאר פאר דרייסיג דאללער? און אז ביי ביידע זאל מען קענען האבן אנלימיטעד דעטע?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:44 pm
דורך מיסטעריעז
אין ברוקלין האבן זיי פיין סערוויס, אבער אין בנינים ווענדט זיך שוין, ס'דא בנינים וואו זענען שטארק (אפי' קעגן ווערייזאן) און ס'דא בנינים וואו זיי זענען טויט, אבער טויט.
מאנסי מאנרא ווייס איך נישט קיין סאך אינפא, אין מאנרא בין איך לעצטנס געווען און אין בעיסמענט פון גרויסן ביהמ"ד איז געווען געהעריג סערוויס (נישט געהאט קיין 4G פאון, נאר א 3G).

דרייסיג דאללער?! דו האסט מן הסתם שלעכט פארשטאנען... 25 דאללער פער ליין און "נאך" דרייסיג פאר אנלימיטעד 4G, און דאס איז אויך נאר פאר פיר ליינס (אפשר לעצטנס געטוישט? ווייס איך נישט).

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:52 pm
דורך בויבעריקער
שוין דארף איך נאכאמאל טשעקן... יישר כח!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:00 pm
דורך פער בריסטאו
4 מענטשען ציזאמען דרייסיג דאללער איטש ליין, יעדער באקומט עקסטער 10 גיג 4g lte

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:03 pm
דורך בויבעריקער
און וויפיל איז אנלימיטעד 4g Lte?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:21 pm
דורך אפטימיסט
איך צאל 65, יעדע פלאן איז אנדערש. זייער סערוויס אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי מאנרא איז מעכטיג! קעטסקילס נישט.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:40 pm
דורך כאפצעם
אפטימיסט האט געשריבן:איך צאל 65, יעדע פלאן איז אנדערש. זייער סערוויס אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי מאנרא איז מעכטיג! קעטסקילס נישט.

ביי מיר ארבעט עס בכלל נישט אין מאנראו. נישטאמאל טעלעפאון.

אין די שטאט, יא, א מחי'!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:46 pm
דורך מיסטעריעז
וואו אין מאנראו? און וועלכע פאון (band)?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:49 pm
דורך פער בריסטאו
וועס רעדסטו?! טי-מאוביל ארבעט פיין אין מאנרא, סיי די דעטע (שנעלער פון אלע אנדערע דריי קעריער'ס) און וואויס און טעקסט
בעיסמענט'ס אין האוז ווענט זיך ווי אין שטעטל.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:31 pm
דורך זיס ווי האניג
געהערט פון א חבר מיינער אז די סערוויס איז גאנץ פיין אבער די בעיסמענט ארבעט נישט געהעריג .

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:58 pm
דורך פער בריסטאו
ווען טי-מאוביל זאל ווען האבן די זעלבע קאווערדזש ווי ווערייזאן, זענען זיי א עהרענסטע קאמפעטישען פאר זיי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:11 pm
דורך בשבילי נברא
מיסטעריעז האט געשריבן:וואו אין מאנראו? און וועלכע פאון (band)?

וועלעכע Band איז א שטארקע פאקטאר ספעציעל ביי טי-מאביל, ווייל זיי לייגן לעצטענס צו נייע טאוערס אין אסאך געגענטער, אבער בעיקר פון Band 12 700 Mhz, און רוב פאונס זענען נאכנישט קאמפעטיבל מיט די בענד.
איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס די חילוקים בין ה'בענדס זענען, (אפשר וועט חילי עס אמאל מסביר זיין) אבער אזויפיל יא, אז די "בענד 12" דארף צו כאפן בעסער אין פארמאכטע בנינים וכדו' און ס'איז אסאך שנעלער.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:46 pm
דורך מיסטעריעז
פער בריסטאו האט געשריבן:ווען טי-מאוביל זאל ווען האבן די זעלבע קאווערדזש ווי ווערייזאן, זענען זיי א עהרענסטע קאמפעטישען פאר זיי

ווען טי-מאביל זאל ווען האבן די זעלבע קאווערידזש ווי ווערייזאן איז ווערייזאן wireless פארמאכט!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:22 am
דורך אפטימיסט
פער בריסטאו האט געשריבן:ווען טי-מאוביל זאל ווען האבן די זעלבע קאווערדזש ווי ווערייזאן, זענען זיי א עהרענסטע קאמפעטישען פאר זיי

טי-מאביל האט די זעלבע (און פילייכט שטערקערע) סערוויס ווי ווערייזאן, און זענען טאקע אן ערנסטע קאמפעטישאן. איין זאך פעלט זיי נאך, סערוויס אין די קעטסקילס. פון דארט זענען זיי געווינער'ס, אזויווי זיי טענה'ן אז זיי האבן דארט סערוויס ביז א יאר

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:41 pm
דורך יונגע דור
איך נוץ T-Mobile אין קרית יואל זיי ארבעטן אייזן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 4:48 pm
דורך פער בריסטאו
די דעטע ספיד'ס are incredible

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 09, 2015 2:38 pm
דורך פער בריסטאו
איינער אין קרית יואל האט יעצט פראבלעמס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 10:26 am
דורך yid
איך ניץ שוין טי מאביל באלד א יאר צייט אין ק"י ב"ה זייער צופרידן אויף די פאלגענדע גאסן ארבעט עס א מחי',
forest rd
israel zupnick
bakertown
da wieder
בית החיים
garfield rd
ehal ct
van buren
quickway
zenta
fillmore
meron

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 10:34 am
דורך פער בריסטאו
גאנץ קרית יואל היינט איז שוין פיין געקאווערט ב"ה

געשריבן: זונטאג אוקטובער 18, 2015 12:10 am
דורך Galaxy
פער בריסטאו האט געשריבן:גאנץ קרית יואל היינט איז שוין פיין געקאווערט ב"ה

געווען לעצטענס אויף ברך משה, עס האט נישט געארבייט אפי' talk & text

געשריבן: זונטאג אוקטובער 18, 2015 12:26 am
דורך מילין_יקירין
טימבל אין די וועלט איז פיל גרעסער ווי ווערייזאן

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2015 12:11 pm
דורך פער בריסטאו

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2015 12:15 pm
דורך פער בריסטאו
פער בריסטאו האט געשריבן:Wow
https://www.dropbox.com/s/dnv1j8vnrithj ... t.mp4?dl=0

פאר דעי אלע וואס האבן פראבלעמס אין בילדינג'ס וכדומה איז עס מעכטיג.
ווערייזאן דארף עס ווען צו האבן....