קלאסישע רעסטוראנטען מיט היימישע הכשר

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:35 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:
א נייע מעשה האט געשריבן:ווער גיט די הכשר ביי 306 בארבעקוי אין מאנסי?

אינטען פונעם װעב זייטל:


אין דעם פאל זעה איך טאקע די רעסטוראנט אויף התאחדות' וועב זייטל אבער בדרך כלל ברויך מען אלס מברר זיין צו CRC מיינט נישט Chicago Rabbinical Council וועלכע איז זייער גרויס אין הכשרים אין די אמעריקאנע גאס (נישט היימיש לכאורה) און נישט התאחדות הרבנים.


ווי קען מען זעהן א ליסט פון רעסטוראנטן מיט התאחדות הכשר?

ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 5:57 pm

תגובהדורך ריעל עסטעיט מתחיל » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:35 pm

דריידל האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:און איך קען יא אידן וואס האלטן זיך צוריק צו עסן פון שניטציס ווייל ער האט די הכשר... קען זיין אז עס האט נישט קיין פשט, אבער דאס איז וואס איך ווייס, גראדע האב איך נישט געוויסט אז חינקא האט זיין הכשר..

איך ווייס פון ערליכע אידן וואס עסן נישט התאחדות, פארדעם ווערט עס אויס היימיש?

בכלל שטוין איך ווי מ'טענה'ט זיך ארום, יא היימיש נישט היימיש. איז דען דא א דעפענישן וואס "היימיש" מיינט?


פאר יעדן איינעם קען מיינען היימיש עפעס אנדערש, לויט זיין הנהגה/סביבה/קהילה, ווען מען איז דן וועגן השגחות פון א רעסטעראנט, איז דא 2 חלקים 1) אויב די בעל מכשיר איז א ייר"ש אין באגלייבט ביי דיר 2) וואס די סטאנדארט אין גדרים פונעם בעל מכשיר איז, לדוגמא פאר א גרויסע ציבור פון וומסב"ג קר"י וכו' עסן נישט א גרויס חלק פון OU פראדוקטען , נישט קיין חילוק די סיבה, אפי' ער איז א ערליכער רב אויב ניצט מען אין די רעסטעראנט OU אדער אנדערע הכשרים וואס דו ווילסט נישט עסן איז עס נישט לויט די סטאנדארט פון דע ציבור,
בנוגע הרב גארניש דארף מען קודם וויסן זיין סטאנדארט, איינער וויסט וועלעכע הכשרים ער לאזט ניצן אין די רעסטעראנטען ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:40 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:ווי קען מען זעהן א ליסט פון רעסטוראנטן מיט התאחדות הכשר?

https://www.crckashrus.org/companies-certified
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:42 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:ווער גיט די הכשר ביי 306 בארבעקוי אין מאנסי?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (18.53 KiB) געזעהן 1056 מאל
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

מזלא טבא
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

תגובהדורך מזלא טבא » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:17 am

איינער האט שוין געהערט פון די הכשר jsor kosher? מ'קען זיי טראסטען? 95% רעסטעראנטס אין דיעל ניו דזשערסי האבן די הכשר.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג ינואר 17, 2020 1:43 pm

מזלא טבא האט געשריבן:איינער האט שוין געהערט פון די הכשר jsor kosher? מ'קען זיי טראסטען? 95% רעסטעראנטס אין דיעל ניו דזשערסי האבן די הכשר.

סאיז א ספרדישע הכשר פון די געגענט
צו קענסט זיי טראסטען ? זיכער אז יא, א יעדע איד איז בחזקת כשרות .
די שאלה איז וואס זייערע סטאנדארטען אין כשרות איז און קולות .
שחיטה איז אלעס בית יוסף וואס דאס איז א הידור אין פלייש
ווייטער לכאורה נוצן זיי אלע פראדוקטען פון ou
די בעסטע איז אז די רופסט זיי אן

מזלא טבא
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 1:22 pm

תגובהדורך מזלא טבא » פרייטאג ינואר 17, 2020 3:36 pm

פרנס היום האט געשריבן:
מזלא טבא האט געשריבן:איינער האט שוין געהערט פון די הכשר jsor kosher? מ'קען זיי טראסטען? 95% רעסטעראנטס אין דיעל ניו דזשערסי האבן די הכשר.

סאיז א ספרדישע הכשר פון די געגענט
צו קענסט זיי טראסטען ? זיכער אז יא, א יעדע איד איז בחזקת כשרות .
די שאלה איז וואס זייערע סטאנדארטען אין כשרות איז און קולות .
שחיטה איז אלעס בית יוסף וואס דאס איז א הידור אין פלייש
ווייטער לכאורה נוצן זיי אלע פראדוקטען פון ou
די בעסטע איז אז די רופסט זיי אן

שכוח פאר דיין הילף, וואס פרעג איך זיי?

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג ינואר 19, 2020 11:42 pm

רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » זונטאג ינואר 19, 2020 11:46 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.

איך מיין די מאכסט א טעות, ok איז חבד"סקער חברה בעיקר , רב גארניש איז פאר זיך אליינס שוין יארן , אדרבה אז די האסט פרוף ברענג עס אהער , אויף זייער וועבסייט שטייט אויסגערעכענט אלע זייערע רבנים און ארבעטערס על פי רוב

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:22 am

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.

איך מיין די מאכסט א טעות, ok איז חבד"סקער חברה בעיקר , רב גארניש איז פאר זיך אליינס שוין יארן , אדרבה אז די האסט פרוף ברענג עס אהער , אויף זייער וועבסייט שטייט אויסגערעכענט אלע זייערע רבנים און ארבעטערס על פי רוב

איך מיין אז די OK Kosher Supervision איז נישט אזוי ווייט חב"ד חברה, ווי אז זיי זענען מער היימיש ווי די אלגעמיינע אמעריקאנע השגחות (ווי למשל די OU). איך האב געהערט אז זיי זענען מקפיד צו האבן משגיחים, דווקא מיט בערד, און אפשר פארדעהם האבן זיי אויך חב"ד משגיחים. ווי מען קען זעהן אויף זייער וועב זייטל, אלע זייערע משגיחים גייען מיט בערד.
https://www.ok.org/about/

מיהר, אויף Kosher Travel Info טוען מיהר טאקע שעצן זייערע היימישע השגחה מיט א ספעציעלע טעג פאר כשר רעסטוראנטען אונטער זייער השגחה, ווייל עס האט מער חומרות.
http://koshertravelinfo.com/listings/ta ... ification/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:25 am

טעיתי, (און שוין לאנג...) כ'האב מסתם אױס געמישט מיט רב ליווי... הגם כ'זעה אז זיי האבן אויך א הרב גארניש אבער ס'איז א צווייטער.

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:33 am

Kosher Travel האט געשריבן:
מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.

איך מיין די מאכסט א טעות, ok איז חבד"סקער חברה בעיקר , רב גארניש איז פאר זיך אליינס שוין יארן , אדרבה אז די האסט פרוף ברענג עס אהער , אויף זייער וועבסייט שטייט אויסגערעכענט אלע זייערע רבנים און ארבעטערס על פי רוב

איך מיין אז די OK Kosher Supervision איז נישט אזוי ווייט חב"ד חברה, ווי אז זיי זענען מער היימיש ווי די אלגעמיינע אמעריקאנע השגחות (ווי למשל די OU). איך האב געהערט אז זיי זענען מקפיד צו האבן משגיחים, דווקא מיט בערד, און אפשר פארדעהם האבן זיי אויך חב"ד משגיחים. ווי מען קען זעהן אויף זייער וועב זייטל, אלע זייערע משגיחים גייען מיט בערד.
https://www.ok.org/about/

מיהר, אויף Kosher Travel Info טוען מיהר טאקע שעצן זייערע היימישע השגחה מיט א ספעציעלע טעג פאר כשר רעסטוראנטען אונטער זייער השגחה, ווייל עס האט מער חומרות.
http://koshertravelinfo.com/listings/ta ... ification/

קען זיין איך האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אדער מען האט נישט גוט פארשטאנען, די ok האט געפענט א חב"ד'סקער חסיד הרב דן יואל ליווי אין קראון הייטס ,שוין היינט א אלטע איד , די הויפטקווארטיר איז אין קראון הייטס אויף טרוי עוועניו שוין זייטן עפענען יארן צוריק, און רוב פון די גרויסע אנפירערס און רבנים זענען חב"ד'סקע חסידים , פארשטייט זיך אז סאיז היינט צוטאגס א וועלטס פארצווייגעטע השגחה און האבן ברענטשעס אין די גאנצע וועלט, עס האט גארנישט מיט די אפיציעלע חב"ד , עס איז א פריוואטע ביזנעס השגחה באמת , אבער זיי האבן א ריזיגע מערהייט פון חב"דסקע ארבייטערס און רבנים , זייערע קולות זענען און א וועג גרינגער ווי ou און זייערע פאליסיס זענען אויך אסאך גרינגער ,דאס האבן מיר אסאך רעסטעראנטס געזאגט ,
ou איז מער להלכה און תורה לאמיר זאגן און זיי נוצן אלע קולות פון ר' משה בקלומפיש , ok איז מער געבויעט ווי חב"ד און זייער חסידות ווי עס לויפט היינט , ou איז א ארגענעזעישאן אן קיין בעל הבית, משא"כ ok איז א פריוואטע ביזנעס , און פארשטיי אליינס די חילוק ווען עס קומט צו כשרות .
גראדע וועגן די בערד , היינט צוטאגס ou נוצט זייער אסאך חסידישע אידן איבעראל פאר משגיחים , עס קען זיין זיי טיען עס פאר פרסומי ניסי אדער פאר אלא לראותם בלבד ,אדער יא וועגן א חסיד איז מער א ירא שמים און האט מער טראסט איבער כשרות,
אבער דאס איז א פאקט אז ou פרובירט צו נוצן חסידים און רעסטאראנטס בפרט פאר משגיחים

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:50 am

פארוואס קענען נישט די גרויסע ארגאניזאציעס מאכן חילוקים, פארשידענע קאטעגאריעס אין כשרות. דאס איז כשר, דאס איז מהודר, דאס איז מהדרין מן המהדרין?

אויב נישט אויפן מאכל / רעסטוראנט אליין, זאלן זיי אבער לכה"פ האבן א אנליין ליסטע

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:55 am

Programming האט געשריבן:פארוואס קענען נישט די גרויסע ארגאניזאציעס מאכן חילוקים, פארשידענע קאטעגאריעס אין כשרות. דאס איז כשר, דאס איז מהודר, דאס איז מהדרין מן המהדרין?

אויב נישט אויפן מאכל / רעסטוראנט אליין, זאלן זיי אבער לכה"פ האבן א אנליין ליסטע

אזוי זעען מיר אויס ווען אונז קענען נישט פשוט די גרינדשטיין פון אידישקייט, און כשרות איז געווארן און אונזערע אויגן ווי א ביזנעס , למשל די ou האלט אז זיי זענען בתכלית הכשרות אזוי די ok און אזוי יעדע חסידישע השגחה , טאמער האסטו שוין אמאל גערעדט מיט זיי ,חס מלהזכיר טאמער די בעלי כשרות האלטען אז זיי טיען א אומרעכט און סאיז נישט בתכלית הכשרות , איך האב שוין אסאך געהערט פון בעלי הכשרות, סיי פון גאר שוואכע הכשירים ווי הרב מעהלמאן פון מאנהעטען אדער הרב שעכטער וואס פירט די כשרות אין די ou ביז היימישע פראמינענטע חסידישע רבנים ,זיי זענען מסביר זייערע שיטות מיט הלכה , זיי זענען על פי רוב נישט קיין קטלקניא'ס , און זיי ווייסן וואס זיי רעדן , און לויט זיי זענען זיי מהדרין מן מהדרין לכתחילה שבכתחילה , און זיי אליינס עסן עס פארשטייט זיך

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:29 am

OU איז נישט קיין שוואכע הכשר בכלל. איך ווייס נישט ווער הרב מעהלמאן איז.

למעשה האבן זיי אבער א פאליסי, א ציל, אז ווי מער עסן פראדוקטן און קאמפאני'ס אין אמעריקע זאלן זיין כשר. זיי ארבעטן כשר צו מאכן אמעריקע, אז יעדער איד וואו אימער, זאל קענען האבן אלע אלגעמיינע עסן וואס גאנץ אמעריקע עסט, עס זאל זיין כשר ע"פ הלכה. דאס קומט אבער מיט א פרייז, אז מען קען נישט מהדר זיין אויף אזויפיל הידורים, און אין זעלטענע פעלער איז דאס ממש פראבלעמאטיש לויט אונזערע סטאנדארטן.

דערפאר איז מיין עצה זייער א פראקטישע - פאר מיר -, אויב ווייס איך אויף א פראדוקט אז עס קומט נאך די סטאנדארטן פון די עדה החרדית, בין איך מוותר אויפן זיגל פון נאך א היימישן רב.אויב איז עס א דרגה ווייניגער דארף מען וויסן צי לעת הצורך איז דאס נאך גוט. א.א.וו. כהיום ווייס איך נאר אז ס'איז אויסגעארבעט להלכה אז ס'איז נישט אסור צו עסן. נישט מער.

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:34 am

Programming האט געשריבן:OU איז נישט קיין שוואכע הכשר בכלל. איך ווייס נישט ווער הרב מעהלמאן איז.

למעשה האבן זיי אבער א פאליסי, א ציל, אז ווי מער עסן פראדוקטן און קאמפאני'ס אין אמעריקע זאלן זיין כשר. זיי ארבעטן כשר צו מאכן אמעריקע, אז יעדער איד וואו אימער, זאל קענען האבן אלע אלגעמיינע עסן וואס גאנץ אמעריקע עסט, עס זאל זיין כשר ע"פ הלכה. דאס קומט אבער מיט א פרייז, אז מען קען נישט מהדר זיין אויף אזויפיל הידורים, און אין זעלטענע פעלער איז דאס ממש פראבלעמאטיש לויט אונזערע סטאנדארטן.

דערפאר איז מיין עצה זייער א פראקטישע - פאר מיר -, אויב ווייס איך אויף א פראדוקט אז עס קומט נאך די סטאנדארטן פון די עדה החרדית, בין איך מוותר אויפן זיגל פון נאך א היימישן רב.אויב איז עס א דרגה ווייניגער דארף מען וויסן צי לעת הצורך איז דאס נאך גוט. א.א.וו. כהיום ווייס איך נאר אז ס'איז אויסגעארבעט להלכה אז ס'איז נישט אסור צו עסן. נישט מער.

דאס וואס די זאגסט שטומט מיט דיין מיינונג און לשיטתך ,
זיי האלטען נישט אזוי, זיי האלטען אז ביי זיי איז עס די זעלבע אדער מער אויסגעהאלטען ווי די עדה , כאפ אמאל א שמועס מיט זיי, הרב שעכטער איז פון די ראשי ישיבות אין די ישיבה רבינו יצחק אלחנן אפטיילונג פון די יעשיבע יניווערסיטי אין וואשינגטאן הייטס אין מאנהעטען , א עלטערע איד מיט א קליין בערדעל , א תלמיד חכם עצום און א קאפשטיק ,און די כשרות פון ou איז אויף זיין סמך מער ווייניגער

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:46 am

איך ווייס פון הרב שעכטער, און ביז לעצטנס ממש האבן זיי דאך געהאט הרב בעלסקי וואס יעדער האט געקענט. איך ווייס אבער נישט די שייכות אהער. זיי זאגן קלאר אז דאס איז זייער ציל, און עס איז דאך פשוט נישט שייך זיי זאלן נישט דארפן קאמפרימיזירן אנצוקומען צו דעם ציל. עס איז באוויסט פון אסאך משגיחים וואס זאגן אליין פאר היימישע אידן מהדרין אז דער מאכל צי פלענט איז נישט פאר דיר. יא עס איז כשר, אבער נישט דיין סטאנדארט.

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:50 am

Programming האט געשריבן:איך ווייס פון הרב שעכטער, און ביז לעצטנס ממש האבן זיי דאך געהאט הרב בעלסקי וואס יעדער האט געקענט. איך ווייס אבער נישט די שייכות אהער. זיי זאגן קלאר אז דאס איז זייער ציל, און עס איז דאך פשוט נישט שייך זיי זאלן נישט דארפן קאמפרימיזירן אנצוקומען צו דעם ציל. עס איז באוויסט פון אסאך משגיחים וואס זאגן אליין פאר היימישע אידן מהדרין אז דער מאכל צי פלענט איז נישט פאר דיר. יא עס איז כשר, אבער נישט דיין סטאנדארט.

איך בין אביסעל מחולק מיט דיר,
וואס א היימישע חסידישע משגיח זאגט דיר איז נישט די זעלבע ווי די בעל המכשיר זעלבסט , זיי זאגן זייער קלאר ווען די האלטסט זיי פאר אויף קולות אז סאיז אויסגעהאלטען הונדערט פראצענט בתכלית הכשרות, זיי זאגן דאס נישט ווען די רעדסט מיט זיי אז סאיז פאר אידן צו האבן כשרות פון אמעריקע ,נאך מער זיי חוזק'ן אפ פון די חסידישע השגחות אז זיי האבן נישט קיין משגיחים און אפגערעדט פון משגיח תמידים ווסא זיי האבן יא איבערהויפט אין רעסטאראנטס, חס מלהזכיר אז זיי האבן א ספק מיט מאכל זיין פאר אידן נישט הונדערט פראצענטיגע כשר עסן , וואס איך וויל ארויסברענגען מיט הרב שעכטער איז איינמאל די זעסט ווער זייערע רבנים איז ווייסטו צו עס איז פאר דיר צו נישט , ווען זיי נוצן זייערע זעלבע קולות אין ברוקלין אדער מאנהעטען ווי מען קען באקומען כשר עסן מיט מער חומרות אבער דאך נוצן זיי אלעס לויט זייער שיטה ,זעסטו אז דאס האט גארנישט מיט געבן צו עסן אידן כשר.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:17 am

לאמיך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
די ou איז א גאר גוטע הכשר אבער אויף א שוואכע סטאנדארד. למשל, חלב עכו"ם, זיפן די מעיל, כשר'ן מיט זיעה - אויף אלעס האבן זיי קולות באזירט אויף פוסקים וואס האבן מקיל געווען. וועו ר' משה איז מקיל ביי חלב עכו"ם, וועט מען אננעמען ווי אים, ווען ר' אלישיב איז מקיל אויף א צווייטע זאך וועט מען טון ווי אום אפילו טאמער ר' משה איז מחמיר (כך שמעתי מרב יושע כ" ץ - מאגרוב). איינער וואס נעמט אן קולות ביי אלע תרי"ג מצוות קען רואיג עסן ou. אבער איינער וואס איז אויפגעצויגן געווארן אין א שטוב ווי מ'האט יא מחמיר געווען אויף געוויסע זאכן איז א שאלה פון אל תטוש תורת אמיך און מ'דארף מברר זיין.
איך האב געזעהן אמאל אויף ou וועבזייטל אז זיי גיבן נישט קיין הכשר אויף לאקאלע עסטעבלישמענטס ווי למשל רעסטוראנטן, אין א שטאט ווי ס'דא א וועד הכשרות, ערשטנס ווייל זיי ווילן נישט אפשוואכן די כח פון גי וועד און צווייטענס ווייל א לאקאלע וועד איז מער געאייניגט דערויף און ווייסט צומאל בעסער וואס אכטונג צו גיבן. דאס איז זייער א שיינע זאך פון זיי און ווייזט אז זיי מיינען באמת אויפצוטאן פאר כשרות. די ok האט אפיציעל אויך אזא פאליסי אבער ס'מאכט זיך ווי די לאקאלע וועד הכשרות נעמט אראפ די הכשר מחמת איזה סיבה און די נעקסטע טאג קומט א הכשר פון ok אויף די געשעפט.
אחך וואלט ענדערש געגעסן OU ווי OK וויבאלד ס'נישט קיין פריוואטע ביזנעס

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:53 am

די קולות - חוץ חלב עכו"ם - זענען נישט קיין מורא'דיגע קולות, און איז אין איינקלאנג מיט וואס רבנים אין אלע דורות האבן גע'פסק'נט. מען רעדט נישט דא פון קיין קאנסערוואטיווע צי רעפארמער סארט קולות חלילה. נאר וואס? למשל, איך ווייס נישט צי ס'איז נאך בכלל שייך היינט שטאפ גענז, אבער אויב יא קען מען זיכער זיין אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט. איינער וואס קומט פון א א.ג. חסידי'שע שטוב וואס די לעצטע 2 אדער 3 דורות עסן זיי מער נישט קיין געבראקטס און קיין שטאפ גענז, און מען פרובירט זייער מחמיר צו זיין דערויף, קען זיך נישט רואיג אריין זעצן עסן אין אזא רעסטוראנט סתם ווייל דו ווייסט נישט וואסערע שאלות ס'איז אלס אינוואלווד.

פארשטייט זיך א שעת הדחק וואס מען וואלט שוין געגעסן געבראקטס אדער שטאפ גענז (עכ"פ ווען קיינער זעהט נישט....) איז עס שוין מער ווייניגער לכתחילה גוט. מיין שאלה איז נאר פארוואס זיי זאלן נישט אליין ארויסגעבן די אינפארמאציע אויף יעדן פראדוקט / פלענט / עסטאבלישמענט און איך וועל שוין אליין מחליט זיין צי עס איז גענוג גוט פאר מיר. איך מוז דאך נישט אננעמען זייער סטאנדארט, אפילו אויב לויט זיי פעלט גארנישט דערפון. זיי דארפן זיך נישט זארגן, אמעריקאנע אידן אין נארט דעקאוטע וועלן נישט אויפהערן צו עסן קיין או יו צוליב אפאר קליינע אותיות אין לשון קודש אויף זייער וועבסייט.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:10 am

ליידער זעה איך אז ס'פעהלט דא אסאך ידיעות.

איך האב אמאהל זיך געטראפען מיט איינער פון די גרעסטע חברה ביי די ארגענזיעישען, איך האב אים געפרעגט אויף עפעס וואס איז נוגע געוועהן מיין משפחה, האט ער געזאגט אז "ס'איז כשר, אבער ס'איז בהחלט נישט פאר דיר", אויף מיין פארווינדערונג האט ער מיר געזאגט אז ער עסט אויך נישט זייער אסאך זאכען פון די השגחה, כאטשיג ער איז פון די גרויסע מענטשען דארטען! נישט אלעס איז איין לעוועל!

בנוגע צו חלב עכו"ם, [ווי זיי האבען עס געגעבן א פענצי נאמען חלב סתם], האבען זיי גענומען ר' משה'ס שעת הדחק היתר און געמאכט אויף לכתחילה, און די לעצטע 20 יאהר האט זיך געטוישט די שאלה וועגען טריפות, ווי די היימישע השגחות נעמען ארויס די אפערירטע קיהען וכו', און זיי קענען נישט, האבען זיי געמאכט א נייע היתר, וואס איז געוועהן גאר א מאדנע היתר

זיי זענען אנגעוויזען אין אלע סטעיטס צו האבען לאקעל משגיחים, די מכשירים וואס פארען ארום פאר די היימישע השגחות טרעפען זיך אסאך מאהל מיט דיע משגיחים, אמאהל טרעפען זיי ערענסטע משגיחים בני תורה, און אמאהל טרעפען זיי אהן אזעלעכע עם ארצים און אמעריקען בויעס וואס זענען משגיחים ווייל דעס איז די בעסטע וואס זיי קענען טרעפען אין יענע געגענד

טעות גדול הי' שם: א איינרעדעניש ביי אסאך מענטשען אז די ארגעניזעישענס האבען איבעראל משגיחים תמידיים, א רעטעך גדול!

דעס אלעס ווייסט איך ערשטע האנטיג

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:01 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.

קען זיין אז דו מישסט מיט כ-k אין אויך צווישן הרב ישראל פנחס גארניש און זיין זוהן הרב יצחק צבי גארניש וועלכער איז פון דו הויפט איינגעשטעלטע ביי כ-k

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

תגובהדורך פערפלוואל » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:14 pm

Programming האט געשריבן:די קולות - חוץ חלב עכו"ם - זענען נישט קיין מורא'דיגע קולות, און איז אין איינקלאנג מיט וואס רבנים אין אלע דורות האבן גע'פסק'נט. מען רעדט נישט דא פון קיין קאנסערוואטיווע צי רעפארמער סארט קולות חלילה. נאר וואס? למשל, איך ווייס נישט צי ס'איז נאך בכלל שייך היינט שטאפ גענז, אבער אויב יא קען מען זיכער זיין אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט. איינער וואס קומט פון א א.ג. חסידי'שע שטוב וואס די לעצטע 2 אדער 3 דורות עסן זיי מער נישט קיין געבראקטס און קיין שטאפ גענז, און מען פרובירט זייער מחמיר צו זיין דערויף, קען זיך נישט רואיג אריין זעצן עסן אין אזא רעסטוראנט סתם ווייל דו ווייסט נישט וואסערע שאלות ס'איז אלס אינוואלווד.

פארשטייט זיך א שעת הדחק וואס מען וואלט שוין געגעסן געבראקטס אדער שטאפ גענז (עכ"פ ווען קיינער זעהט נישט....) איז עס שוין מער ווייניגער לכתחילה גוט. מיין שאלה איז נאר פארוואס זיי זאלן נישט אליין ארויסגעבן די אינפארמאציע אויף יעדן פראדוקט / פלענט / עסטאבלישמענט און איך וועל שוין אליין מחליט זיין צי עס איז גענוג גוט פאר מיר. איך מוז דאך נישט אננעמען זייער סטאנדארט, אפילו אויב לויט זיי פעלט גארנישט דערפון. זיי דארפן זיך נישט זארגן, אמעריקאנע אידן אין נארט דעקאוטע וועלן נישט אויפהערן צו עסן קיין או יו צוליב אפאר קליינע אותיות אין לשון קודש אויף זייער וועבסייט.

זיי האבן גאר אסאך קולות וואס איז גערעכנט אלס טריף ממש ביי רוב היינטיגע פוסקים - חסידיש, ליטוויש, און ספרדיש צוגלייך - געבויעט אויף אלטע התירים וואס די מציאות האט זיך פונלאנג געטוישט, מ'קען זיך צומאל פארלאזן אויף זיי אבער נאר ווען מען ווייסט 100% וואס עס איז אינוואלווד אין די פראדוקציע פון די פראדוקט.

ראה ערך קענ'ד פיש פון טשיינע וכדו'

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:22 pm

דריידל האט געשריבן:איך האב געזעהן אמאל אויף ou וועבזייטל אז זיי גיבן נישט קיין הכשר אויף לאקאלע עסטעבלישמענטס ווי למשל רעסטוראנטן, אין א שטאט ווי ס'דא א וועד הכשרות, ערשטנס ווייל זיי ווילן נישט אפשוואכן די כח פון גי וועד און צווייטענס ווייל א לאקאלע וועד איז מער געאייניגט דערויף און ווייסט צומאל בעסער וואס אכטונג צו גיבן. דאס איז זייער א שיינע זאך פון זיי און ווייזט אז זיי מיינען באמת אויפצוטאן פאר כשרות. די ok האט אפיציעל אויך אזא פאליסי אבער ס'מאכט זיך ווי די לאקאלע וועד הכשרות נעמט אראפ די הכשר מחמת איזה סיבה און די נעקסטע טאג קומט א הכשר פון ok אויף די געשעפט.
אחך וואלט ענדערש געגעסן OU ווי OK וויבאלד ס'נישט קיין פריוואטע ביזנעס

עס זעהט מיר אויס וואו דו רעדסט פון ou און דו רופסט זיי ok
איך ווייס קלאר פון לכה"פ איין רעסטאראנט (איך קען דיר גיבן די פרטים אין אישי) וואו די לאקאלע וועד האט אראפ גענומען די הכשר און ou האט ארויף געלייגט.
וואו אויך אויף דיין הנחה אז ou איז נישט קיין פריוואטע ביזנעס, נאר וואס דען איז עס?

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:26 pm

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:קען זיין איך האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אדער מען האט נישט גוט פארשטאנען, די ok האט געפענט א חב"ד'סקער חסיד הרב דן יואל ליווי אין קראון הייטס ,שוין היינט א אלטע איד , די הויפטקווארטיר איז אין קראון הייטס אויף טרוי עוועניו שוין זייטן עפענען יארן צוריק, און רוב פון די גרויסע אנפירערס און רבנים זענען חב"ד'סקע חסידים ,


די OK איז געגרינדעט און אויפגעשטעלט געווארען פון א געוויסן ראביי גאלדסטין אין די פאר מלחמה עפאכע ערגעץ אין די תר"ץ'ס, ווען די גרינע האבען געאנקערט קיין אמעריקה איז שוין די OK הכשר געשטאנען, און געוועזען אנגענומען אלז א מודערענער הכשר, אין די שפעטע תש"ך'ס אדער פריע תש"ל'ס האט עס איבערגענומען הרב דוב ליווי, וועלכער האט שייכות געהאט מיט די לובאוויטשער, ער האט ארומגעביטן די גאנצע אדמיניסטרעישען און אריינגעברענגט נייע חומרות ווי חלב ישראל און דעסגלייכען, אין די שפעטערע תש"מ'ס ווען הרב דובער ליווי איז אוועק גאנץ פלוצליך, האט עס זיין זון הרב דן יואל ליווי איבערגענומען


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט