קויפן א הויז והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

קויפן א הויז והמסתעף

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:54 am

איך וויל קויפן א הויז אין איינע פון די אידישע ישובים אין גרעיטער נוי יארק, אבער איך בין א גרויסער עי"ן ה"א [ליין: עם הארץ] אין די זאכן, און איך וואלט געוואלט זיך מער באקענען מיט די פראצעדור פון קויפן א הויז איידער איך שפרינג אריין דערין.

צום אלעם ערשט, וויאזוי ארבעט עס ווען איך רוף אן דעם ריעל עסטעיט בראוקער אדער קאנטראקטער און איך זאג אים וואס איך זיך, אויף וואס אלץ דארף מען קוקן פון פאראויס צו פארמיידן צוקונפטיגע עגמ"נ שלא תבא.

און טאמער מ'האלט שוין ב"ה אז די דירה איז געפעליג, און מ'איז גרייט צו סיינען קאנטראקט, ווערט עס שוין דעמאלס רעפארטעד אויף די אייגענע נאמען? אדער נאר ווען מ'האלט שוין ביים אראפלייגן דעם דאונפעימענט און צאלן די קלאוזינג פי?

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:58 am

אז מש'מועסט שוין קען מען אויס שמועסן די פראסעס פון א נעמען א מארגעדש.

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:38 am

קויפן א הויז דירה פון א דיוועלאפער אדער א אלטע הויז פון פריוואטע מענטש?
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:39 am

לאמיר זאגן פון א דיוועלעפער

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 12:40 pm

איז דא די נארמאלע וועג און די חסידישע וועג

קודם לאמיר אביסל מסביר זיין די נארמאלע וועג

1) די געווענדליכע פארשריפטן פון די באנק איז צו געבן א mortgage ביז 80% פון די purchase price ד"ה אז די קונה מוז געבן 20% פון זיין "אייגענע באנק אקאונט"
געווענדליך וועט די באנק (lender) פארלאנגען צו זעהן די לעצטע statement צו באשטעטיגן אז עס איז דיין געלט, ליגאל קען מען אויך באקומען א מתנה tax free ביז א געוויסע סכום (איך מיין אז סהאלט ביי $13,000 פער מענטש ד"ה אז דיין טאטע קען געבן 13 פאר דיך און 13 פאר דיין ווייב און דיין מאמע קען טוהן די זעלבע ד"ה א ס"ה פון $52,000 קען זיין נומבערס זענען אנדערשט)

2) דיין housing costs פאר די חודש אריינגערעכנט mortgage, tax, insurance מעג נישט זיין העכער 50% פון דיין חודשליכע income (באמת לויפט עס ווי א באנק צווישן 45%-55%) excluding געלט וואס איז שוין מיוחד פאר אנדערע חובות למשל car lease , credit card bills, other mortgages

סאו למשל ווילסט קויפן א דירה פאר $500,000 איז די חשבון בערך אזוי
1) דארפסט אראפלייגן $100,000 (געווענדליך $50,000 ביים סיינען קאנטראקט -10% of purchase price- און נאך $50,000 ביים קלאוזען)
2) דארפסטו באקומען א mortgage פאר $400,000 וואס די monthly payment וועט אויסקומען בערך - ווענד זיך און interest rates, credit score ועוד- $2,000 א חודש
3) רעכן בערך נאך $500 א חודש פאר taxes and insurance מיינט אז דיין monthly housing cost איז $2,500 א חודש

און די משל וועסטו דארפן האבן א אינקאם פון בערך $5,000 א חודש (נאך car and other payments)

בנוגע וואס איך האב געשריבן בנוגע tax ווענד זיך איך וועלעכע געגנט די ווילסט קויפען ווייל און די סיטי האבן רוב condo's א tax abatement -אז מען צאךט נישט קיין טעקס די ערשטע 15 יאר סאו עס מאכט די housing expense נידריגער, און קר"י איז סתם אזוי tax נידריג משא"כ monsey איז טעקס זייער הויך קען אפי' זיין אפי' אזוי הויך ווי $1,000 א חודש -בפרט און chesnut ridge געגנט סאו אפי' די פרייז פון די הויז איז ביליג אבער צוזאמען מיט קערס איז זייער טייער וועסטו מוזן ווייזען א העכערע אינקאם

שוין איך מוז גיין אפשר אביסל שפעטער
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 12:43 pm

זייער אינפארמאטיווע אינפארמאציע, איך קוק ארויס אויף די ווייטערדיגע המשך.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 12:46 pm

איש חמודות האט געשריבן:זייער אינפארמאטיווע אינפארמאציע, איך קוק ארויס אויף די ווייטערדיגע המשך.

יישר כח פאר'ן עפענען דעם אשכול

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 12:48 pm

ייש"כ.
קיפ איט אפ
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 12:55 pm

ישר כוח פארן עפענען דעים אשכול

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 1:12 pm

?אפשרטאקע האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:זייער אינפארמאטיווע אינפארמאציע, איך קוק ארויס אויף די ווייטערדיגע המשך.

יישר כח פאר'ן עפענען דעם אשכול

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 1:16 pm

המשך:

וואס טוט מען אויב מען קען נישט אויפקומען מיט די 20% דאונפעימענט?

די סיבה פארוואס די באנק וויל אז די זאלסט אראפלייגן 20% איז וועגן זיי ווילן זיך באווארענען אז אפי' עפעס געשעהן-דירה איז ליידיג קומט נישט אריין קיין רענט, פרייז איז געפאלן- זאלסטו נישט סתם אוועקוואקן פון די הויז און זיי לאזען הענגען וועגן דעם אויב גייט די הויז זיין דיין primary home -ד"ה ווי די וואוינסט געווענדליך- וועסטו דיך נישט אזוי שנעל אוועקוואקן זענען זיי צופרידען מיט א קלענערע סכום ס'קען זיין אזוי נידריג ווי 5% (און ס'איז אפי' דא א FHA פראגראם וואס מען קען גיין אזוי נידריג ווי 3.5%)

אבער און א גרויסע אבער די באנק וועט פארלאנגגען אז די זאלסט צוקויפן insurance אז אויב די זעצט אהן וועלן זיי קלאגן די אינשאורענס קא. דאס ווערט אנגערופן PMI (private mortgage insurance) און דאס קאסט בערך נאך $250 -$300 א חודש ביי אונזער משל וואס אויסער די געלט קומט צוריק צום 2טן פראבלעם אז די monthly housing cost איז העכער וועסטו דארפן פראוון א גרעסערע income
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

signout
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 1:29 pm

signout האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו, וואלט אויך געווען גיט אויב מ'רעדט אויב איינער קויפט נישט א דירה צו וואינען נאר פאר אינוועסטמענט

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

וואס טוט מען אז מען קען נישט פראוון income

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 1:48 pm

קודם וואס מיינט פראוו אוו אינקאם?

געווענדליך וועט די באנק פארלאנגען די w2 פון די לעצטע 2 יאר + די לעצטע פאר חדשים paystubs און וועלן מאכן א average -פארשטייט זיך אז דאס איז א חלק פארוואס מען דארף א גוטע mortgage broker זאל וויסן ווער סאיז נישט אזוי שטרענג און וואב מען קען אלץ רעכענען אלץ אינקאם-

אז מען קויפט א 2 family house און איינס גייט מען פארדינגען קען מען שוין רעכענען די רענט אלס אינקאם (אבער די פראבלעם איז אז נאר 1/2 קען גיין פאר די mortgage ווייל למשל רענט איז $1000 העכערן זיי דיין אינקאם מיט $1000 אין 1/2 דערפון קען גיין פאר housing.....)

וואס טוט אבער א יוד וואס פארדינט נישט אזויפיל? איז דא 2 עצות 1 קויפן אויף יענעמס נאמען 2 נעמען א co signer

קויפן אויף יענעמס נאמען:
עס איז 100% ליגאל צו קויפן אויף יענמס נאמען און מען מעג -לכאורה- אפי' באצאךן מיט section 8 ווייל...... עס איז נישט דיין הויז!!!! עס איז יענעמס!

אויב יענער האט א lawsuit קען מעו אוועקנעמען די הויז (פארשטייט זיך אז מען קען האבן insurance אויף דעם)

אויב יענער דארף האבן programs, medicaid snap קען די נכסים זיין א שטער

יענער קען אייביג זאגן איך קען דיך נישט (אויז איז עס איינער פון די עלטערן קען עס -און סהאט שוין ליידער געברעגט -געברעגט אסאך מחלוקת און שברון לב


בקיצור ס'איז זייער א איינגעשטעלטע אפציע (בנוגע section 8 מיין איך אז די בעה"ב און tenant קענען נישט האבן די זעלבע נאמען)

נעמען א co signer

מיינט און יודיש א ערב ד"ה אז איינער איז זיך מתחייב אז אויב דו באצאלסט נישט קען מען איהם תובע זיין (ד"ה ער האט נישט קיין שום בעלות אויף די הויז נאר התחייבות)

די פראבלעם וואס קען זיך מאכן איז אז די חוב קומט ארויף אויף זיין credit report אלץ א חלק פון זיין monthly liabilities און אויב וויל ער ארויסנעמען נאך א mortgage וועט דאס אראפרעכענען פון זיין monthly income) סאו איין מענטש קען נישט העלפן צופיל מענטשען

איז דא אבער אן עצה אז אויב די homeowner באצאלט פאר 12 חדשים "און א צוה" פון זיין "פערזענליכע" באנק אקאונט די mortgage וועלן זיי מער נישט רעכענען די חוב אלס זיין monthly liability פארשטייט זיך אז ער איז נאך אלץ אחראי אויפן חוב און אויב יענער צאלט נישט וועט מען ווייטער קומען צו איהם
לעצט פאראכטן דורך בך בטחו אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 2:24 pm

איך שלינג דיינע רייד מיט דורשט, ביטע זייט ווייטער ממשיך.

שטאלצע_חסיד
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2013 8:59 am
לאקאציע: אינעם אייבערשטענס וועלטל

תגובהדורך שטאלצע_חסיד » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 4:03 pm

בך בטחו האט געשריבן:איז דא די נארמאלע וועג און די חסידישע וועג

קודם לאמיר אביסל מסביר זיין די נארמאלע וועג

1) די געווענדליכע פארשריפטן פון די באנק איז צו געבן א mortgage ביז 80% פון די purchase price ד"ה אז די קונה מוז געבן 20% פון זיין "אייגענע באנק אקאונט"
געווענדליך וועט די באנק (lender) פארלאנגען צו זעהן די לעצטע statement צו באשטעטיגן אז עס איז דיין געלט, ליגאל קען מען אויך באקומען א מתנה tax free ביז א געוויסע סכום (איך מיין אז סהאלט ביי $13,000 פער מענטש ד"ה אז דיין טאטע קען געבן 13 פאר דיך און 13 פאר דיין ווייב און דיין מאמע קען טוהן די זעלבע ד"ה א ס"ה פון $52,000 קען זיין נומבערס זענען אנדערשט)


איך האב גרין געלט (קע"ש בלע"ז) אונטער'ן קישן...

מיינט דאס אז אויב וויל איך ארויסנעמען א מארטגעזש בקרוב, דארף איך ארויסנעמען די געלט פון אונטער'ן קישן און צעביסלעך דעפאזיטען אין מיין באנק קאנטע?

אזוי וועל איך נישט האבן קיין פראבלעמען מיט צייגן מהיכן ירק זה חי?!


(נ.ב. א גרויסע דאנק פאר דיין רייכע אינסטרוקציעס...)

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 4:36 pm

שטאלצע וואס איז דיין אדרעס ?
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 4:58 pm

גרין אונטערן קושן מילא.... ווי פארשאפט מען אביסל גרעי אונטער די האר....?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 5:03 pm

איש חמודות האט געשריבן:איך שלינג דיינע רייד מיט דורשט, ביטע זייט ווייטער ממשיך.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 5:18 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:גרין אונטערן קושן מילא.... ווי פארשאפט מען אביסל גרעי אונטער די האר....?

מ'לאזט די גרינס אונטערן קושן ביז די האר ווערט גרעי.

בך בטחו כ'האב הנאה פון דיין אינפארמאטיווע אינפארמאציע, אט דאס הייסט געעטפערט ברייט מיט אלע דעטאלן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 6:14 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:בך בטחו כ'האב הנאה פון דיין אינפארמאטיווע אינפארמאציע, אט דאס הייסט געעטפערט ברייט מיט אלע דעטאלן.

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 6:39 pm

[
איך האב גרין געלט (קע"ש בלע"ז) אונטער'ן קישן...

מיינט דאס אז אויב וויל איך ארויסנעמען א מארטגעזש בקרוב, דארף איך ארויסנעמען די געלט פון אונטער'ן קישן און צעביסלעך דעפאזיטען אין מיין באנק קאנטע?

אזוי וועל איך נישט האבן קיין פראבלעמען מיט צייגן מהיכן ירק זה חי?!




פאר די down payment וועט עס העלפן עפי"ר בעטן זיי די לעצטע bank statement אבאר די דארפסט נאך אלס ענפערן פון ווי די פלאנסט צו צאלן יעדע חודש
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 9:06 pm

דאכצעך אז זיי בעטן געווענליך צוויי סטעיטמענטס (60 טעג)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:41 pm

איך בין דא היינט אסאך קליגער געווארן.
בך בטחו, יישר כח פאר די חשוב'ע און רייכע ידיעות.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:53 pm

בך בטחו שכח פארן מסביר זיין די גאנצע פראצעדור קיפ איט אפ

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:18 am

בך בטחו האט געשריבן:1) די געווענדליכע פארשריפטן פון די באנק איז צו געבן א mortgage ביז 80% פון די purchase price ד"ה אז די קונה מוז געבן 20% פון זיין "אייגענע באנק אקאונט"
געווענדליך וועט די באנק (lender) פארלאנגען צו זעהן די לעצטע statement צו באשטעטיגן אז עס איז דיין געלט, ליגאל קען מען אויך באקומען א מתנה tax free ביז א געוויסע סכום (איך מיין אז סהאלט ביי $13,000 פער מענטש ד"ה אז דיין טאטע קען געבן 13 פאר דיך און 13 פאר דיין ווייב און דיין מאמע קען טוהן די זעלבע ד"ה א ס"ה פון $52,000 קען זיין נומבערס זענען אנדערשט)

וואס איז מיט א הלואה? קען מען באקומען א גרעסערע פריוואטע הלואה פאר'ן דאון פעימענט?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינע'ך ביזי און 10 געסט