בלאט 2 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:42 am
דורך יענקל פאטאש
?אפשרטאקע האט געשריבן:
בך בטחו האט געשריבן:1) די געווענדליכע פארשריפטן פון די באנק איז צו געבן א mortgage ביז 80% פון די purchase price ד"ה אז די קונה מוז געבן 20% פון זיין "אייגענע באנק אקאונט"
געווענדליך וועט די באנק (lender) פארלאנגען צו זעהן די לעצטע statement צו באשטעטיגן אז עס איז דיין געלט, ליגאל קען מען אויך באקומען א מתנה tax free ביז א געוויסע סכום (איך מיין אז סהאלט ביי $13,000 פער מענטש ד"ה אז דיין טאטע קען געבן 13 פאר דיך און 13 פאר דיין ווייב און דיין מאמע קען טוהן די זעלבע ד"ה א ס"ה פון $52,000 קען זיין נומבערס זענען אנדערשט)

וואס איז מיט א הלואה? קען מען באקומען א גרעסערע פריוואטע הלואה פאר'ן דאון פעימענט?

די באנק רעכענט עס אלץ אן עקספענס

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:50 am
דורך איש חמודות
מיין שאלה וואס איז מיר נוגע ממש שוין:

א איד וואס האט לעת עתה "אין באַנק" א נישטיגע 150 דאלער, און האט דערווייל הילף פון א רייכער פעטער זיינער (ר' שמואל הייסט ער), און ער קראצט ארויס פון אונטער די ערד גרינס פאר א דעפאזיט פאר א דירה - בשעת ער באקומט נאך מתנות, ווערט עס שוין דעמאלס רעקארדעד אויף זיין נאמען אז ער האט נכסים?

שאלה השנית:
אויב נאכן געבן דעם דעפאזיט זאגט מען פארן פעטער, א דאנק פאר דיין הילף ביז יעצט אבער לעת עתה קען איך נישט נעמען מער קיין מתנות, און א קרעדיט סקאור האט ער דזשאסט אנגעהויבן צו בויען (נישט געהאט קיין קרעדיט היסטערי ביז לעצטענס - ד.ה. נישט קיין בעד קרעדיט נאר פשוט נישט געהאט א היסטערי), וואס איז די פראסעס פאר אזא איד צו קלאוזן און ארויסנעמען א מארגידזש אויפן אייגענעם נאמען?
(די רעדע איז פון קרית יואל - א דירה וואס קאסט אין די געגנט פון 450 אלפים)

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:00 pm
דורך בך בטחו
יענקל פאטאש האט געשריבן:
?אפשרטאקע האט געשריבן:
בך בטחו האט געשריבן:1) די געווענדליכע פארשריפטן פון די באנק איז צו געבן א mortgage ביז 80% פון די purchase price ד"ה אז די קונה מוז געבן 20% פון זיין "אייגענע באנק אקאונט"
געווענדליך וועט די באנק (lender) פארלאנגען צו זעהן די לעצטע statement צו באשטעטיגן אז עס איז דיין געלט, ליגאל קען מען אויך באקומען א מתנה tax free ביז א געוויסע סכום (איך מיין אז סהאלט ביי $13,000 פער מענטש ד"ה אז דיין טאטע קען געבן 13 פאר דיך און 13 פאר דיין ווייב און דיין מאמע קען טוהן די זעלבע ד"ה א ס"ה פון $52,000 קען זיין נומבערס זענען אנדערשט)

וואס איז מיט א הלואה? קען מען באקומען א גרעסערע פריוואטע הלואה פאר'ן דאון פעימענט?

די באנק רעכענט עס אלץ אן עקספענס


איך וועל בעסער מסביר זיין: אז די באקומסט א הלואה דארף עס האבן א payment plan קומט אויס אז דיין חודשליכע הוצאות זענען העכער

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:15 pm
דורך בך בטחו
איש חמודות האט געשריבן:מיין שאלה וואס איז מיר נוגע ממש שוין:

א איד וואס האט לעת עתה "אין באַנק" א נישטיגע 150 דאלער, און האט דערווייל הילף פון א רייכער פעטער זיינער (ר' שמואל הייסט ער), און ער קראצט ארויס פון אונטער די ערד גרינס פאר א דעפאזיט פאר א דירה - בשעת ער באקומט נאך מתנות, ווערט עס שוין דעמאלס רעקארדעד אויף זיין נאמען אז ער האט נכסים?

שאלה השנית:
אויב נאכן געבן דעם דעפאזיט זאגט מען פארן פעטער, א דאנק פאר דיין הילף ביז יעצט אבער לעת עתה קען איך נישט נעמען מער קיין מתנות, און א קרעדיט סקאור האט ער דזשאסט אנגעהויבן צו בויען (נישט געהאט קיין קרעדיט היסטערי ביז לעצטענס - ד.ה. נישט קיין בעד קרעדיט נאר פשוט נישט געהאט א היסטערי), וואס איז די פראסעס פאר אזא איד צו קלאוזן און ארויסנעמען א מארגידזש אויפן אייגענעם נאמען?
(די רעדע איז פון קרית יואל - א דירה וואס קאסט אין די געגנט פון 450 אלפים)


ווי געזאגט אויבן וועסטו דארפן פראוון אינקאם א עוורעזש פון 2 2 אהאלב יאר סאו די פשוטע גראדע וועג וועסטו לכאורה מוזן נוצן א co signer

וועגן credit score איך ווייס פון אסאך וואס זענען נהנה פון פעטער שמואל וואס האבן א גוטע score בפרט די וואס האבן א ליעס קאר אבער אויב האסטו נישט הייב יעצט אהן צו ארבעטן אויף דעם ווייל סמאכט זייער אסאך אויס

אבער היות די רעדסט פון קר"י (וה"ה יעדע דיוועלאפמענט) דארף זיין גענוג צייט פון ווען די סיינסט קאנטראקט ביז מען applied פאר די mortgage דערווייל קענסטו בויען דיין קרעדיט אין אויב ארבעטסטו און א אוועקגעשטעלטע קאמפעני קען באקומען א raise וואס וועט שטארק העלפן צו ווערן approved (רוב בענק וואס זעהן א מענטש ביי א stable job מיט נארמאלע raises וועלן זיין צופרידען אפי' נאר אפאר חדשים (עס איז ראטזאם אז בשעת'ן סיינען קאנטראקט זאל מען שוין האבן אן אפעצילע פלאן (וואס אפי' א גוי פארשטייט- נישט חובת הלבבות שער הבטחון-) אז נישט קוקט אויס די גאנצע contract פארדעכטיגט

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:17 pm
דורך איש חמודות
א גרויסן יישר כח ר' בך בטחו פאר די קלארע תשובות.

וואס טוט זיך אבער מיטן יעצט געבן א דעפאזיט בשעת מ'איז נאך נהנה פונעם פעטער, איז עס א פראבלעם?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:33 pm
דורך בך בטחו
איש חמודות האט געשריבן:וואס טוט זיך אבער מיטן יעצט געבן א דעפאזיט בשעת מ'איז נאך נהנה פונעם פעטער, איז עס א פראבלעם?


כפי ידיעתי- טוה גארנישט למעשה פאר די הערסט פון איינער וואס ווייסט קלאר איז די געזעץ און NYS כהיום איז אז אלעס ווענד זיך און דיין current income ד"ה אפי' די האסט אוועקגעלייגט געלט קענסטו נאך אלץ נהנה זיין פון פעטער

אבער די דארפסט סייווי זיך נעמען פארדינען מער געלט אז די זאלסט קענען באקומען א לאון

seller's transfer tax

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 2:02 pm
דורך שואל כענין
איך פיל פאר וויכטיג ארויס צו ברענגען א טשארטש וואס נישט יעדער ווייסט דערפון אין וועס קומט צו קלאוזן זעט מען זיך דערמיט, אין אויב איז דער בייער איינער וואס דארף זיך פארשאפן דאס געלט צו קלאוזן וועט ער האבן א סורפרייז אז ער וועט זיין שארט מיט 10 ביז 20 טויזנט דוללער אויף וואס ער איז נישט געווען גערישט דערויף, וואס דאס ווערט אנגערופון "סעללערס טרענפער טעקס" וואס אין אמתן באלאנגט דאס פאר סעללער, נאר דא ביי די היימישע סעללערס אין ברוקלין האבן זיי דאס געגעבן א אימשלודיגע ווארף ארויף אויפן בייער, ע"כ זאג איך פשוט אן אז מען זאל דאס אויך האלטן אין חשבון.

(במאמר המוסגר פיל איך אז מען מיז דאס ארויס ברענגען דאס נישט יושר קייט מיט דעם וואס די רייכע סעללער טיען מיט די ארעמע בייערס, עס איז פשוט נישט אויסצוהאלטן וואסערע יושר איז צו צוואונגען יענעם ציבאצלען דיינע טעקסעס ווייל די האסט די אויבערהאנט מענטשען זענען געצווינגן צו קויפן א דאך איבערן קאפ. הלאוי מאן קען מאכן א סטאפ דערויף, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר זאלכער מעשיות סאיז פשוט נישט צו באשרייבן די רשעות)

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:38 pm
דורך ווישוואש
א גרויסן שכח בך בטחו, זייער אינפארמאטיוו.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:50 pm
דורך שוועמל
יישר בך.
קען מען שוין אריבערגיין צו פאזע 2?
גוטע לויער
אין-קאנטראקט
טייטל/אינשורענס
עסקראו
קלאוזינג

נאך דא פול. יעדע מקח האט א בוך צו באשרייבן.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:00 am
דורך מי יודע
שואל כענין האט געשריבן:איך פיל פאר וויכטיג ארויס צו ברענגען א טשארטש וואס נישט יעדער ווייסט דערפון אין וועס קומט צו קלאוזן זעט מען זיך דערמיט, אין אויב איז דער בייער איינער וואס דארף זיך פארשאפן דאס געלט צו קלאוזן וועט ער האבן א סורפרייז אז ער וועט זיין שארט מיט 10 ביז 20 טויזנט דוללער אויף וואס ער איז נישט געווען גערישט דערויף, וואס דאס ווערט אנגערופון "סעללערס טרענפער טעקס" וואס אין אמתן באלאנגט דאס פאר סעללער, נאר דא ביי די היימישע סעללערס אין ברוקלין האבן זיי דאס געגעבן א אימשלודיגע ווארף ארויף אויפן בייער, ע"כ זאג איך פשוט אן אז מען זאל דאס אויך האלטן אין חשבון.

(במאמר המוסגר פיל איך אז מען מיז דאס ארויס ברענגען דאס נישט יושר קייט מיט דעם וואס די רייכע סעללער טיען מיט די ארעמע בייערס, עס איז פשוט נישט אויסצוהאלטן וואסערע יושר איז צו צוואונגען יענעם ציבאצלען דיינע טעקסעס ווייל די האסט די אויבערהאנט מענטשען זענען געצווינגן צו קויפן א דאך איבערן קאפ. הלאוי מאן קען מאכן א סטאפ דערויף, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר זאלכער מעשיות סאיז פשוט נישט צו באשרייבן די רשעות)

האב איך נישט געוואוסט ס'איז אין ברוקלין אויך, ביי אונז אין קרית יואל איז דא אזא מנהג סדום, און איך האב געפרעגט מיין בילדער צו איך דארף אים באצאלן זיין סעלפאן ביל מיט די רענט פאר זיין אפיס אויך, א מין גניבה דאס, חוץ די אלפים וואס ער מאכט אפיציעל, און חוץ די אנדערע אלפים גרינס, דארף ער זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין שום הוצאה נישט
והיותר הכביד, אז דאס ווערט געטון בזמן ווען דער קויפער איז שוין אויסגעטריקנט, און דער פארקויפער איז אנגעפילט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:09 am
דורך אט אזוי
ווער זאגט אז סלוינט נישט ענדערש צו רענטן וויצו קויפן היינטיגע צייטן?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:48 pm
דורך בך בטחו
מי יודע האט געשריבן:
שואל כענין האט געשריבן:איך פיל פאר וויכטיג ארויס צו ברענגען א טשארטש וואס נישט יעדער ווייסט דערפון אין וועס קומט צו קלאוזן זעט מען זיך דערמיט, אין אויב איז דער בייער איינער וואס דארף זיך פארשאפן דאס געלט צו קלאוזן וועט ער האבן א סורפרייז אז ער וועט זיין שארט מיט 10 ביז 20 טויזנט דוללער אויף וואס ער איז נישט געווען גערישט דערויף, וואס דאס ווערט אנגערופון "סעללערס טרענפער טעקס" וואס אין אמתן באלאנגט דאס פאר סעללער, נאר דא ביי די היימישע סעללערס אין ברוקלין האבן זיי דאס געגעבן א אימשלודיגע ווארף ארויף אויפן בייער, ע"כ זאג איך פשוט אן אז מען זאל דאס אויך האלטן אין חשבון.

(במאמר המוסגר פיל איך אז מען מיז דאס ארויס ברענגען דאס נישט יושר קייט מיט דעם וואס די רייכע סעללער טיען מיט די ארעמע בייערס, עס איז פשוט נישט אויסצוהאלטן וואסערע יושר איז צו צוואונגען יענעם ציבאצלען דיינע טעקסעס ווייל די האסט די אויבערהאנט מענטשען זענען געצווינגן צו קויפן א דאך איבערן קאפ. הלאוי מאן קען מאכן א סטאפ דערויף, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר זאלכער מעשיות סאיז פשוט נישט צו באשרייבן די רשעות)

האב איך נישט געוואוסט ס'איז אין ברוקלין אויך, ביי אונז אין קרית יואל איז דא אזא מנהג סדום, און איך האב געפרעגט מיין בילדער צו איך דארף אים באצאלן זיין סעלפאן ביל מיט די רענט פאר זיין אפיס אויך, א מין גניבה דאס, חוץ די אלפים וואס ער מאכט אפיציעל, און חוץ די אנדערע אלפים גרינס, דארף ער זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין שום הוצאה נישט
והיותר הכביד, אז דאס ווערט געטון בזמן ווען דער קויפער איז שוין אויסגעטריקנט, און דער פארקויפער איז אנגעפילט


איך פארשטיי די ווייטאג אבער דאס האט גארנישט מיט אנ"ש דאס האט מיט די מארקעט מאך א אויבערפלעכליכע google search who pays transfer tax in NYS און ליין אביסל, דורך די פראבלעם איז נאר אז קיינער ווארנט דאס נישט פון פאראויס

אייער טענות הערט זיך בעסער אויף די עוולה-חוצפה פון פארלאנגען צו צאלן זייער lawyer

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:08 pm
דורך למדן וצדיק
קויפן אויף יענעמס נאמען:
עס איז 100% ליגאל צו קויפן אויף יענמס נאמען און מען מעג -לכאורה- אפי' באצאךן מיט section 8 ווייל...... עס איז נישט דיין הויז!!!! עס איז יענעמס!

אויב יענער האט א lawsuit קען מעו אוועקנעמען די הויז (פארשטייט זיך אז מען קען האבן insurance אויף דעם)

אויב יענער דארף האבן programs, medicaid snap קען די נכסים זיין א שטער

יענער קען אייביג זאגן איך קען דיך נישט (אויז איז עס איינער פון די עלטערן קען עס -און סהאט שוין ליידער געברעגט -געברעגט אסאך מחלוקת און שברון לב


בקיצור ס'איז זייער א איינגעשטעלטע אפציע (בנוגע section 8 מיין איך אז די בעה"ב און tenant קענען נישט האבן די זעלבע נאמען)


און וואס איז מיט א cooperation?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:20 pm
דורך שוועמל
אויב יענער קאאפארירט איז דאך זיכער גוט.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:10 pm
דורך חיל
שואל כענין האט געשריבן:איך פיל פאר וויכטיג ארויס צו ברענגען א טשארטש וואס נישט יעדער ווייסט דערפון אין וועס קומט צו קלאוזן זעט מען זיך דערמיט, אין אויב איז דער בייער איינער וואס דארף זיך פארשאפן דאס געלט צו קלאוזן וועט ער האבן א סורפרייז אז ער וועט זיין שארט מיט 10 ביז 20 טויזנט דוללער אויף וואס ער איז נישט געווען גערישט דערויף, וואס דאס ווערט אנגערופון "סעללערס טרענפער טעקס" וואס אין אמתן באלאנגט דאס פאר סעללער, נאר דא ביי די היימישע סעללערס אין ברוקלין האבן זיי דאס געגעבן א אימשלודיגע ווארף ארויף אויפן בייער, ע"כ זאג איך פשוט אן אז מען זאל דאס אויך האלטן אין חשבון.

(במאמר המוסגר פיל איך אז מען מיז דאס ארויס ברענגען דאס נישט יושר קייט מיט דעם וואס די רייכע סעללער טיען מיט די ארעמע בייערס, עס איז פשוט נישט אויסצוהאלטן וואסערע יושר איז צו צוואונגען יענעם ציבאצלען דיינע טעקסעס ווייל די האסט די אויבערהאנט מענטשען זענען געצווינגן צו קויפן א דאך איבערן קאפ. הלאוי מאן קען מאכן א סטאפ דערויף, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר זאלכער מעשיות סאיז פשוט נישט צו באשרייבן די רשעות)

דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט איז "סעללערס טרענפער טעקס" אין נ.י. געווען ביי $400 פער 100k. ד.ה. $1600 פאר א דירה פון 400K.
אין קר"י איז שוין די לעצטע 15 יאר איינגעפירט צו באצאלן 5000 "קלאזינג פי" פארן בילדער. זיי בעטן אויך צוריק טעקסעס און קאנדא וואס זיי האבן שוין באצאלט פון פאראויס אויף נאכן קלאזינג דאטום.
אלעס אינאיינעם האב איך באצאלט קלאזינג ביים גרעסטן בילדער בערך 11,500 פאר:
"5000 בילדער קלאזינג פי", לויער, רעקארדינג פי, טייטל אינשורענס, טרענספער טעקס, פראפערטי טעקס און קאנדא (וואס איז שוין געווען באצאלט פאראויס).

געשריבן: זונטאג נובעמבער 22, 2015 7:17 pm
דורך מים שלנו
בך בטחו האט געשריבן:
קויפן אויף יענעמס נאמען:
עס איז 100% ליגאל צו קויפן אויף יענמס נאמען און מען מעג -לכאורה- אפי' באצאךן מיט section 8 ווייל...... עס איז נישט דיין הויז!!!! עס איז יענעמס!


אייגינטליך פלאגט מיר שוין לאנג אויב עס איז דא א פראבלעם צו באקומען באצאלט אלץ ארבעטער בשותפות מיט נאך איינעם, טעקס ווערט ערליך באצאלט. די בעל הבית ברויך דעים ארבעטער און דער ארבעטער ברויך דעם ב"ה איי די ארבעט ווערט נישט געטוען? מען האט שוין געהערט אזאנס! די סך הכל איז אז יענער באצאלט מיינע בילס, איז דאס עובר געווען אויף דינא דמלכותא?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 27, 2015 9:02 pm
דורך מר. גרין
די באנק האט מיך געבעטן אז זיי ווילן זעהן די קאנראקט פון די פלאץ וואו איך ארבעט
איז דא ערגעץ אנליין ארויסצופרינטען א פרי-סעט קאנרעקט פארעם?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 27, 2015 9:27 pm
דורך מאנ-יימער
קאנטראקט צווישן דיר און דיין ארבעטסגעבער?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 1:34 pm
דורך מר. גרין
מאנ-יימער האט געשריבן:קאנטראקט צווישן דיר און דיין ארבעטסגעבער?


yes

א גוטע קאנטראקטער אין בארא פארק

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 5:13 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
אזוי ווי עס איז די ערשטע מאל וואס איך וויל מאכן רעניוואציעס אויף א הויז אין בארא פארק וואלט איך הנאה געהאט צו הערן ווער עס האט געהאט גוטע עקספריענס מיט א קאנטראקטער אין בארא פארק.
יישר כח למפרע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 7:35 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
א ביליגע מענטש צו לייגן קארפעט אין בארא פארק געזוכט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 7:38 pm
דורך גוגל
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:אזוי ווי עס איז די ערשטע מאל וואס איך וויל מאכן רעניוואציעס אויף א הויז אין בארא פארק וואלט איך הנאה געהאט צו הערן ווער עס האט געהאט גוטע עקספריענס מיט א קאנטראקטער אין בארא פארק.
יישר כח למפרע

וועם האסטו למעשה גענוצט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 8:14 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
גוגל האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:אזוי ווי עס איז די ערשטע מאל וואס איך וויל מאכן רעניוואציעס אויף א הויז אין בארא פארק וואלט איך הנאה געהאט צו הערן ווער עס האט געהאט גוטע עקספריענס מיט א קאנטראקטער אין בארא פארק.
יישר כח למפרע

וועם האסטו למעשה גענוצט?

איך האב גענומען פרייזען פון עטליכע, למעשה האב איך נאך קיינעם נישט גענוצט וויבאלד מען האט געטוישט פלענער און דערווייל טוט מען גארנישט איבער בויען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 7:31 am
דורך איש חמודות
שואל כענין האט געשריבן:איך פיל פאר וויכטיג ארויס צו ברענגען א טשארטש וואס נישט יעדער ווייסט דערפון אין וועס קומט צו קלאוזן זעט מען זיך דערמיט, אין אויב איז דער בייער איינער וואס דארף זיך פארשאפן דאס געלט צו קלאוזן וועט ער האבן א סורפרייז אז ער וועט זיין שארט מיט 10 ביז 20 טויזנט דוללער אויף וואס ער איז נישט געווען גערישט דערויף, וואס דאס ווערט אנגערופון "סעללערס טרענפער טעקס" וואס אין אמתן באלאנגט דאס פאר סעללער, נאר דא ביי די היימישע סעללערס אין ברוקלין האבן זיי דאס געגעבן א אימשלודיגע ווארף ארויף אויפן בייער, ע"כ זאג איך פשוט אן אז מען זאל דאס אויך האלטן אין חשבון.

(במאמר המוסגר פיל איך אז מען מיז דאס ארויס ברענגען דאס נישט יושר קייט מיט דעם וואס די רייכע סעללער טיען מיט די ארעמע בייערס, עס איז פשוט נישט אויסצוהאלטן וואסערע יושר איז צו צוואונגען יענעם ציבאצלען דיינע טעקסעס ווייל די האסט די אויבערהאנט מענטשען זענען געצווינגן צו קויפן א דאך איבערן קאפ. הלאוי מאן קען מאכן א סטאפ דערויף, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר זאלכער מעשיות סאיז פשוט נישט צו באשרייבן די רשעות)

וויאזוי איז אין בלומינגבורג אין דעם ענין?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:01 am
דורך נערישער אינגרמאן
אין בלומינבורג צאלט די קונה פאר Transfer Tax בערך 4 אלפים, און א חלק פון Seller Attorney Fees.