קויפן א הויז והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:58 am

איך וויל קויפן א דירה פאר אינוועסטמענט
איז בעסער צו עפענען א LLC אין עס קויפן פאר די LLC
אדער איז בעסער צו קויפן אויף די פערזענליכע נאמען
קען איינער אויסשמיעסן אלע צדדים?

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:09 pm

צו מאכן גאר אין קורצן,
בדרך כלל אויב דארפסטו נעמען א מארטגעדש, וועט דאס זיין שווערער אויב די LLC קויפט, אויב נישט איז א גוטע געדאנק צו מאכן אן LLC ע"כ צרה שלא תבא.
בדרך אגב א LLC האט נאך מעלות, אפשר און אן אנדרע גלעגענהייט.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:28 pm

פארוואס און א אנדערע געלעגנהייט?

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:56 pm

אט אזוי האט געשריבן:ווער זאגט אז סלוינט נישט ענדערש צו רענטן וויצו קויפן היינטיגע צייטן?


אין הכי נמי, לויט די היינטיגע סטאנדארט לוינט זיך צו בלייבן אויף רענט, אבער נאר אויב די רענט בלייבט די פרייז, אין ווי מען ווייסט בלייבט עס נישט שטיין נאר עס האלט אין איין ארויפגיין ע"כ לוינט זיך בפשטות יא צו קויפן

דאס איז א חוץ די הרחבת הדעת פון האבן אן אייגן דאך איבערן קאפ, (ווי הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער זאגט אייביג (מפי השמועה) אז דאס איז די ערשטע וואס מעם דארף האבן

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:59 pm

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:צו מאכן גאר אין קורצן,
בדרך כלל אויב דארפסטו נעמען א מארטגעדש, וועט דאס זיין שווערער אויב די LLC קויפט, אויב נישט איז א גוטע געדאנק צו מאכן אן LLC ע"כ צרה שלא תבא.
בדרך אגב א LLC האט נאך מעלות, אפשר און אן אנדרע גלעגענהייט.


וואס איז מיטן קויפן אין עס לייגן אויף א טראסט?

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:05 pm

אט אזוי האט געשריבן:פארוואס און א אנדערע געלעגנהייט?

טייל פון די מעלות פון אן LLC:
Limited Liability. נעמט אין אכט, טייל מומחים האלטן אז ס'איז געניג א גוטע Liability Insurance.
די מעגליכקייט צו באהאלטן די נאמען פונעם אייגענטומער.
גרינגער צו איבערגעבן די אייגענטומערשאפט (מ'דארף נישט מאכן א נייע DEED ).

טייל פון די חסרונות:
די קאסטן פון אנפאנגען, פיילן טעקס ריטורן און איבריגע Paper work.... (אייער Accountant וועט אפשר נישט פיילן עקסטער פאר א Single Member LLC.
שווערער צו באקומען Financing.

אנטשולדיג נישטא יעצט די רואיגקייט פאר נאך.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:09 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:צו מאכן גאר אין קורצן,
בדרך כלל אויב דארפסטו נעמען א מארטגעדש, וועט דאס זיין שווערער אויב די LLC קויפט, אויב נישט איז א גוטע געדאנק צו מאכן אן LLC ע"כ צרה שלא תבא.
בדרך אגב א LLC האט נאך מעלות, אפשר און אן אנדרע גלעגענהייט.


וואס איז מיטן קויפן אין עס לייגן אויף א טראסט?

קויפן אויף א טראסט איז נאך שווערער צו באקומען Financing.
די מיינסט אפשר לייגן צום טראסט נאך די קלאזינג? ס'איז דא א מהלך אויף דעם.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:17 pm

א אינוועסטמענט לייגט מען נישט אויף א טראסט
א אייגענע דירה קען מאכען סענס צו לייגן אויף א טראסט

וועלכע באנק גיבט א מארגעזש פאר א LLC

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:30 pm

"א אינוועסטמענט לייגט מען נישט אויף א טראסט"
ווער איז דאס "מען"?
ווענט זיך ווי די חמר שטייט איין.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
הויכע פענסטער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 5:12 pm

תגובהדורך הויכע פענסטער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:33 pm

איך וויל קויפן און ק''י עריע

איך זיך א גיטע לויער, איז שוין דא היינט היימישע?
פון די לבנה זעהן ענק אויס ווי מארעשקעס און ענקער פראבלעמען ווי שטויבעלעך

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:35 pm

אין ק"י איז דא א היימישער לויער ר' משה דוד ברייער

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 5:33 pm

איש חמודות האט געשריבן:אין ק"י איז דא א היימישער לויער ר' משה דוד ברייער

קענסט מיר געבן זיין נאמבער ? , איך זיין וויליאמסבורגער אפיס

real estate
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 6:03 pm

718-782-1500
211 ross st

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 6:05 pm

שכוח

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:53 pm

איך זוך א גוטע mortgage broker אין די קרית יואל געגנט

עני Referral?

abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:35 pm

שמואל ברוך שטערען 845-233-6577
זייער גוט

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Gutter replacement

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:49 pm

What's the average price to replace the gutters on a single family house?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:54 am

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:צו מאכן גאר אין קורצן,
בדרך כלל אויב דארפסטו נעמען א מארטגעדש, וועט דאס זיין שווערער אויב די LLC קויפט, אויב נישט איז א גוטע געדאנק צו מאכן אן LLC ע"כ צרה שלא תבא.
בדרך אגב א LLC האט נאך מעלות, אפשר און אן אנדרע גלעגענהייט.



אפשר ביסטו מסביר וואס איז די שוועריגקייט פון נעמען א מארדגעדזש אויף א LLC וכדו' ?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:38 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:צו מאכן גאר אין קורצן,
בדרך כלל אויב דארפסטו נעמען א מארטגעדש, וועט דאס זיין שווערער אויב די LLC קויפט, אויב נישט איז א גוטע געדאנק צו מאכן אן LLC ע"כ צרה שלא תבא.
בדרך אגב א LLC האט נאך מעלות, אפשר און אן אנדרע גלעגענהייט.



אפשר ביסטו מסביר וואס איז די שוועריגקייט פון נעמען א מארדגעדזש אויף א LLC וכדו' ?

צו מאכן בקיצור,
קודם כל אלס אן הקדמה, די באנק וואס גיבט אן הלוואה איז נישט נייגעריג אין די הויז, די סיבה פארוואס זיי לייגן ארויף א ליען איז נאר פאר פראטעקשען, דערפאר אויב די באנק זעהט נישט קלאר ווי אזוי די חוב וועט באצאלט ווערן וועט די מארדגעדז נישט ווערן עפראוואד אפי' די קויפסט א "זייער שיינע הויז". ודבר פשוט הוא, איך ברענג דאס ארויס נאר ווייל ס'איז דא אין דעם א שטיקל misconception צווישן די היימישע אינגעלייט.

ווען די קויפסט א הויז אויף דיין נאמען וועט די באנק קוקען אויף פארשידענע פאקטארן, אין (לענייננו) בפרט: וואס זענען "דיינע" פארדינסטן, "דיינע" עסעטס, "דיינע" חובות, וועסטו קענען אויסהאלטן די הויז נאך אלע "דיינע פערזענדליכע" הוצאות, און אזוי אויך וועסטו ווערן "פערזענדליך" לייעבל צו באצאלן די חוב, און טאמער עס געשעט א פארקלאושער ח"ו און עס ווערט פארקויפט פאר ווייניגער וואס די חוב באלאנס איז, דארף די לוה באצאלן די דיפערענס פון זיין אייגענע טאש, און די פלעק בלייבט אויף זיין קרעדיט רעפארט ביז .... יאר.

משא"כ א מארטגעדז אויף אן LLC גייט שוין געווענדליך אריין אין די קעטעגאריע פון Commercial לאון'ס, און וויבאלד א LLC איז א לייעביליטי פראטעקשען פאר די אייגענטומער, וועט די באנק "בעיקר" קוקן ווי ווייט די "הויז" קען זיך אליין אויסצאלן, זיי דארפן זעהן די היסטערי וויפיל פראפיט דאס האט געברענגט אין די פריערדיגע פאר יאר, און וויפיל דאס גייט ברענגען אין די צוקומפט..... און אזוי אויך דארף די Loan to Value Ratio זיין אסאך קלענער ביי אן LLC.

Loan to Value Ratio מיינט, וויפיל איז די פראצענט פון די Value פון די הויז אנטקעגן די Loan. למשל די הויז איז ווערט 100,000 אין די LOAN איז 60,000, מיינט דאס א 60% LTV Ratio.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:43 am

די זעלבע איז מיט עני טייפ אף קארפארעישאן?

און וואס טוט זיך מיט א קאו סיינער? קען מען מאכן א קאו סיינער אויף די לאון פאר די קארפ. ?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:02 am

מער ווייניגער די זעלבע.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » זונטאג מאי 05, 2019 5:41 pm

וואס איז די אויפטוה פון קויפן א הויז אויף א קארפערעשן?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרינע בוים און 6 געסט