אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 9:45 pm

אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

תגובהדורך לעכטיג » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:56 pm

איש את ריעהו יעזורי ולאחיו יאמר חזק
איך האב א גוטע topic
ארויפצוברענגען דא ביי די חיזוק אפטיילונג

עס וואלט געווען אינטארסאנט צוהערן פונעם חשובן עולם , נאכן זיך אויסלופטערן און רעדן - ליינען נייעס און שטותים ... צו ברענגען עפעס שיינע גוטע געדאנקען און אמונה- השגחה פרטית חיזוק קען יעדער כסדר ניצען ... גרויס און- קליין

איך האב געקלערט צו זיין א דוגמה און ממעג מיך נאכמאכן ...

א מענטש דארף אלץ פראבירן צו זיין ווי מער פאזיטיוו , זיך צו האלטען מינטער אין יעדע מצב און אויף יעדע פריוו זיך צו שטארקען ,איז א עקסטערע מצווה פון שמחה וואס גייט אריין אין תחת אשר לא עבדת כמובא בראשונים און מען באקומט אויף דעם שכר חוץ אויף די עצם עשיות המצוות,

חז"ל זאגען חייב אדם לברך על הרעה כשם על הטובה

ווען מען צונעמט עס איז עס מבהיל הרעיון
ווען סקומען אונטער
זאכן וואס עס טוט באמת וויי כ'וואלט מיר אזוי געוואלט ארויסזעהן פון דעם ווייטאג ,
אוודאי דארף מען טוען השתדלות אבער ווען מהאלט שוין נאכדעם און מאיז נאך אין א צער ..,
דעמאלס איז א צייט אריין צואטעמען אמונה און זאגען 'ברוך ה' ' אז איך האב דעם פראבלעם
פונקט אזוי ווי מווערט פרייליך פון אזאך וואס איז א אפענע חסד ה',למשל מען האט געענדיגט באצאלען די גראסערי ביל.. פיהלט מען אין הארץ א הכרות הטוב צום רבש"ע ,און מזאגט (צו מטראכט)..ברוך השם !
די ב"ב קאלט פרעגן אז היות זי וויל גיין איינקויפן צו זי קען אויפשרייבן ... זאגט מען יא 'ברוך השם' איך האב דשאסט באצאלט ...
די ב"ה איז באמת גאר טייער און חשוב, ווי סאיז באקאנט די ווארט וואס ר"ר זישע האט געזאגט פאר אלי'הנביא ואתה קדוש יושב כביכול זיצט אויף קעסט פון די תהלות ישראל פון די ברוך השם'ס...

אבער דאס זעהט מען דאס שפירט מען

חז"ל זאגען דא 'חייב 'אדם לברך על הרעה , ווייל אויפדעם דארף מען התבוננות
אז די זעלבע גיטע באשעפער וואס העלפט מיר 'דעקן די באנק .. ער העלפט מיר יעצט מיט 'ברוך השם' .. מיט די און די אומאיינגענעמטקייט .. מען דארף מכיר אז פארוואס סאיז יעצט אזוי איז ווייל די רבש"ע האט געהאלפען.. און איך וועל מיר מבטל זיין מיין פראזענליכע רצון צום מציאות וואס איז רצון 'און זאגען 'ברוך השם

ווייל כגבהו שמים לארץ אזוי קען אונזער מח
נישט פארשטיין די רבש"ע הנהגה, אונז דארפען זיך לאזען פירן ווי א קינד פון א טאטע
ובכל מדה ומדה שהוא מודד לך הווי מודה לו פארשטייט זיך דאס איז א מדריגה עס זאל זיין נאטירלעך, אבער מען דארף דאס געדענקן עס זאל ווערן א טבע שני

עס איז דא נאך דא א געוואלד צו רעדן ומרחיב צו זיין
אפען הארץ ועוד חזון אי"ה צו מאכן דאס לעבן זיס און לעכטיג אויפן הארץ

יעצט וועלן מיר איבעגעבן דעם ווארט פארן חשובן ציבור
צו הערן געדאנקען -חיזוק אייגענע השגחה פרטיות
איש את רעהו יעזורי
ולאחיו יאמר חזק
תודה למפרע

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 8:01 pm

יישר כח הרב לעכטיג!
און ברוכים הבאים צו אייוועלט!

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 9:45 pm

געדאנקן אויף תפילה

תגובהדורך לעכטיג » מיטוואך ינואר 06, 2016 11:34 am

חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת
קודם התפילה,

מקען דאס מסביר זיין ,
מיט א שיין געדאנק וואס געבט א יוד א רגש טוב צו דאווענען מיט א געשמאק ,

הבוחר בעמו ישראל באהבה .

די רבש"ע וויל געבן פאר א יעדן איינציגען יוד. כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב,
כל מיני תענוגים לעולם ועד שאין השכל מעלה על הדעת ואין השכל משיג, און דאס אלעס איז
כדאי ער זאל הנאה האבען מטובו הגדול
מקור הטוב רוצה להטיב
און דאס איז בעוה"ב,
אבער כדאי די הנאה זאל זיין בשלימות,
וועט מען עס באקומען ווען מ'איז מקיים
מצוות ומעש"ט בעוה"ז , די מערסטע וואס מקען זיך אנפאקען , מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.
אפי' מצוות שאדם דש בעקבב.. א היטש פאר יוד.. בפרט אין א אייז קאלטע וועטער ..., א פריילכען גוט מארגען פאר א יוד, ... א פשוטע שמייכעל פאר א יוד ... עס וואלגערט זיך אויף די גאסען מצוות ב"ה ,
לפיכך הרבה להם תורה ומצוות , ...
אזוי ווען מוועט נהנה זיין מטובו ית' בעוה"ב וועט מען זיך שפירן גאר באקוועם ,
באופן שאין למעלה המנו ,
פאר אלע מצוות איז קרן קיימת לעוה"ב,

און אויך בעוה"ז איז חסד קל כל היום
די רבש"ע גיסט אן א מענטש מיט חסדים אן א שיעור אין בעל הנס מכיר בניסו , און בפרט פאר איעדן יוד, עמו ישראל ,
און וואס א דור פריער ס'געווען איז געווען ווייניגער הסתרת פנים און מען האט מער געזעהן דעם חסד ה' , און דער משפיע דער מקור החסד,

די רבש"ע גיבט דאס אויך אלעס בעולם הזה כדאי ליהנות בהם בני אדם ,

וכמבואר באריכות בחובת הלבבות שער הבחינה .
וטוב לעיין כסדר שם ..

יעצט לענין תפילה ,
פונקט ווי א עבד וואס איז אמאל בגדר שוטה וקטן , וויבאלט ער איז נישט א מענטש פאר זיך נאר איז משובד צו זיין בעה"ב זיין גאנץ לעבן ,
וכל מגמתו איז לעשות נחת רוח פאר זיין בעה"ב ,
און דאס גיבט אים זיין סיפוק, אז זיין בעה"ב קוועלט פון זיין געטריישאפט ,
ער שטעלט צו פאר זיין הער וואס עס פעהלט אים ,

די זעלבע איז א יוד מ'האט די עול התורה והמצוות,
אנא עבדא דקוב"ה בכל עידן ועידן ,

אבער די סיפוק וואס א יוד האט כסדר איז אז ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים
כביכול די נחת רוח וואס יודען געבן פאר השי"ת בכל המצוות, שאמר ונעשה רצונו,

ביי תפילה איז עס אבער א כסדר'דיגע
הנאה פאר א יוד ,

ווייל די רמב"ן הידוע פ' בא זאגט תכלית התפילה איז צו זאגען בריותיך אנחנו !
כסדר'דיגע דביקות צו השי"ת
הכרה בגבורתו , בקדושתו, בהשגחתו, עד אין סוף ,
ווי מדערמאנט כסדר ביים דאווענען ,
קומט אויס לפי זה , סנישט אזוי ווייט די פירוש המילות , דהיינו צו מאכן ocd פון עס ..
נאר איעדעס ווארט איז דאך א נחת רוח לה' , ער וויל מ'זאל דאווענען , אלע מצוות איז דאך די זעלבע כוונה
רחמנא לבי בעי !

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך ינואר 06, 2016 11:42 am

מען זאגט ביי מודים ועל ניסך שבכל יום עמנו.. אסאך מאל זעהט מען עס קלאר

נעכטן האט זיך מיין 7 חדשים קינד איז אראפגעפאלן ביי די עק פון א אייזערנע דישוואשער, בחסדי השם האט עס אויסגעמיטען זיינע אויגן מיט א האר, און זיך נאר צוקריצט ביי די הויט דערנעבן.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

כח התפילה בזמננו

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 31, 2016 10:59 am

Amazing story:

There's a girl Raquel Martone from the five towns. She has twin girls who are 4 and decided to finally take a vacation basically for the first time since they were born. She never wanted to leave them.

While in Miami the first week of June, she suddenly fainted one afternoon with no forewarning and then went into a coma. Her husband and family were beside themselves! The doctors were baffled and couldn't understand what had made it all happen. After a week of sitting with her in the Miami hospital they transferred her to New York so they could all do round the clock rotation closer to home. Weeks and weeks went by. Nothing changed except that her condition deteriorated bit by bit. Her in laws Katz from Baltimore had the girls. And her parents sat by her all the time.

This week they decided that 40 women would go together to the Queens cemetery that has R Yaakov Kaminetsky, R Henoch Lebowitz, R Yaakov Yosef, R Reuven Grozofsky Etc a lot of great gedolim and they would daven there together. They asked R Paysach Krohn to come and lead them in Tefillah. Today was the day!!! And much more than 40 women showed. R Krohn spoke a few minutes and then led them in Tehillim And they started davening with real intensity and fervor. It was emotional for everyone. And suddenly Mrs Martone's cell phone rang! It was her son in law. Raquel who was on a respirator and a trach had just woken up!!! Everyone was crying! R Krohn was speechless. My mothers close friend Chaya Czermak was there. She said she it was a sight not to be believed. She called my mother on the spot. My mother said you could hear the crying and excitement of everyone thru the phone!! This is true!! It happened today.
צוגעלייגטע
rps20160731_104805.jpg
ר' פסח רעדט נאך די שאקירענדע נייעס!

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג יולי 31, 2016 11:24 am

(שבת איז געווען די יאר-צייט פון ראש הכולל)
קורצע ווערטער פון ר' פסח, נאך'ן הערן די נייעס.

https://www.dropbox.com/s/ip5egyl9dyxcg ... 1.mp3?dl=0

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 9:45 pm

תגובהדורך לעכטיג » זונטאג יולי 31, 2016 10:46 pm

בענקעל האט געשריבן:Amazing story:

There's a girl Raquel Martone from the five towns. She has twin girls who are 4 and decided to finally take a vacation basically for the first time since they were born. She never wanted to leave them.

While in Miami the first week of June, she suddenly fainted one afternoon with no forewarning and then went into a coma. Her husband and family were beside themselves! The doctors were baffled and couldn't understand what had made it all happen. After a week of sitting with her in the Miami hospital they transferred her to New York so they could all do round the clock rotation closer to home. Weeks and weeks went by. Nothing
changed except that her condition deteriorated bit by bit. Her in laws Katz from Baltimore had the girls. And her parents sat by her all the time.

This week they decided that 40 women would go together to the Queens cemetery that has R Yaakov Kaminetsky, R Henoch Lebowitz, R Yaakov Yosef, R Reuven Grozofsky Etc a lot of great gedolim and they would daven there together. They asked R Paysach Krohn to come and lead them in Tefillah. Today was the day!!! And much more than 40 women showed. R Krohn spoke a few minutes and then led them in Tehillim And they started davening with real intensity and fervor. It was emotional for everyone. And suddenly Mrs Martone's cell phone rang! It was her son in law. Raquel who was on a respirator and a trach had just woken up!!! Everyone was crying! R Krohn was speechless. My mothers close friend Chaya Czermak was there. She said she it was a sight not to be believed. She called my mother on the spot. My mother said you could hear the crying and excitement of everyone thru the phone!! This is true!! It happened today.


מורא' דיג ייש"כ פארן ברענגען

אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

תגובהדורך ח.דעמבא » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:54 pm

מיין בעה"ב האט מיר ארויס געווארפן אהן קיין עכטע סיבה און איך וויל מורא'דיג שטארק נקמה נעמען אין איהם.
אבער מ'טאר נישט, און איך גיי מילא גארנישט האבען פון דעם.
וואס זאל איך טוהן.
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:16 pm

ס׳נישט קיין טענה אז ער האט דיך געווארפן אן א עכטע סיבה, דאס איז א גוטע טענה ווען א ישיבה ווארפט ארויס, די שאלה איז אויב דיין בעה״ב האט געהאט א עכטע סיבה דיך צו האלטן, אויב נישט...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:22 pm

איינער פארציילט מיר יעצט אז ער קויפט א דירה ער האט שוין געסווייפט איינעם ס קרעדיט קארטל אויף 150 אלפים וואס ער גייט צוריק געבן ביים קלויזן
למעשה האט די באנק גארנישט געענטפערט א זאך וואס דארף נעמען 2 3 טעג און עס איז שוין אריבער 3 וואכן
בצר לו איז ער ארויף צים ציון אין ק'' י און האט זיך אויסגעגאסן זיין הארץ און ביטערלעך געוויינט
נאכמיטאג באקימט ער א קאל אז די באנק האט אפראווד די מארגעדש זיי דארפן נאר עטליכע דאקומענטן וכדומה, ער האט געפרעגט די ברוקער ווען די באנק האט געגעבן די אפראוול, הערט די אפראוול איז געשיקט געווארן די זעלבע צייט וואס ער האט זיך אויסגעגאסן די הארץ צום רבוש"ע ביים ציון


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, א גולם, א מחי', משמש און 18 געסט