בלאט 14 פון 14

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:58 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
אכן נודע הדבר! און אפשר דערפאר שפריצט שוין טאקע וואסער פון מיין אנדערע עירקאנדישן!!!
וואס גייט פאר מיט די לופט אין מיין דירה?!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:11 am
דורך קנאפער ידען
פליגל האט געשריבן:מעגליך אז דער מאשין דרעינט נישט די מויסטשויר און לייגט זיך אן אינעם דרויסענדיגער חלק פונעם מאשין וואס קען מאכן אפילו שפעטער אז עס זאל בפועל אריינשפריצן וואסער אינעם שטוב.

עס'ז ראטזאם צו שטעלן דעם מאשין אביסל שיעפלעך אויף ארויס אז די אנגעלייגטע וואסער זאל ארויסרינען, און אויב איז דער דרעין פארשטאפט זאל מען דאס זען צו עפענען.

שיעף איז איין זאך, און אמאל אויב דער מאשין איז נישט אזוי איי איי איי (דער דרעין פעטה איז נישט גאנץ) מוז מען ערגעץ לעכערן אונטן אינבעק אז עס זאל האבן פון וואו צו ארויסגיין.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:54 am
דורך צוקער וואסער
מאך זיכער אז מ'לעכערט נישט א פייפ אין די עירקאנדישן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:59 pm
דורך געדענקסט נאך
איך האב א Front Loader וואש מאשין פון די קאמפעני Frigidaire , לעצטענס מאכט עס קונצען, כ'האב גערופען איינעם זאגט ער אז עס איז א פראבלעם מיט די קאמפיוטער פון די מאשין און קאסט $350 צו פארעכטען, ס'קוקט מיר אויס זייער אסאך געלט פאר א ריפעיר, ווייסט איינער ווער עס קען מיר העלפן ?
צוריק ארויף