בלאט 1 פון 14

אפלייענסעס - אישוס/רעקעמענדאציעס

געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 5:17 pm
דורך טעכנישן
אזוי ווי די תורה הקדושה איז חסה אויף אידיש געלט אין איך פיל אז עס איז דא אינפארמאציע וואס דערהמון ווייסט נישט
וועל איך פרובירן צו וויסן טאן דעם ציבור החשוב
איז אזוי איך האב מיך נישט אנגעגרייט צו דאברע'נען וועל איך פרובירן עס צו מאכן קורץ
וואש מאשינען פון די פירמע פישער אין פעקעל איז נישט רעקאמאנדירט
איך בין א אחרון אין קענסט מחולק זיין

געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 5:19 pm
דורך מומחה עצום
שלום עליכם!

מאכט אייך באקוועם דא אין וועלטל, מיר האפן אז איר וועט אונז קענען מהנה זיין מיט נוצבארע אינפארמאציע

געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 5:22 pm
דורך טעכנישן
עליכם השלום מומחה ס'איז מיר א כבוד אייער אויפנאמע

געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 5:32 pm
דורך Frame Construction
I need to buy a new Front load Washer you tell me wiche one to buy i am ready to pay about $600-$700

געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 8:27 pm
דורך יאצמעך
אה שלום עליכם! מאכט אייך באקוועם,

די ב''ב רעדט זיך אפ אז לעצטענס קומען די וועש ארויס פון וואש מעשין שמוציגער ווי מ'לייגט עס אריין, אפשר קענסטו מיר העלפן לעזן די פראבלעם?

געשריבן: דינסטאג יולי 26, 2016 1:23 pm
דורך טעכנישן
עליכם השלום
וועלכע וואשער טאפ לאדער פראנט לאדער ?
וועלכע פירמע
אפשר האט זי נישט אנגעצינדן די מאשין

געשריבן: דינסטאג יולי 26, 2016 1:26 pm
דורך טעכנישן
Frame Construction האט געשריבן:I need to buy a new Front load Washer you tell me wiche one to buy i am ready to pay about $600-$700

ווירפאול ,פאר א גיטע פרייז אין אישי נעקסטע פאר מינוט

געשריבן: דינסטאג יולי 26, 2016 1:37 pm
דורך זאל ער קומען
שלום עליכם, אויב דיין צייט ערלויבט וואלט כדי געווען צוצולייגן א טעם און, אזוי ווי די פען דערפון איז שוואך אדער די פארטס צו פאררעכטן איז טייער, אא"וו, ס'איז דאך שטענדיג דא מעלות און חסרונות וואס איז יעדעם אנדערש נוגע.

געשריבן: דינסטאג יולי 26, 2016 1:48 pm
דורך טעכנישן
זאל ער קומען האט געשריבן:שלום עליכם, אויב דיין צייט ערלויבט וואלט כדי געווען צוצולייגן א טעם און, אזוי ווי די פען דערפון איז שוואך אדער די פארטס צו פאררעכטן איז טייער, אא"וו, ס'איז דאך שטענדיג דא מעלות און חסרונות וואס איז יעדעם אנדערש נוגע.

נישט רעקעמענדעט פון פישער אין פעקעיל האבאיך געמיינט פארן קאסטומער
אפשר פארן טעקנישן איזעס יא אמעלה נע אויך נישט

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 5:35 pm
דורך טעכנישן
אויב זיכסטו דיין רעמאט סטארטר קען עסאמאל אויך אנקומען אינעם פאמפ פונעם וואש מאשין אזוי ווי די פאריגע קאסטומער סאו כדי צו פארשפארן הארטץ ווייטאג פאק אויס דיינע טעשער פאר ס'קומט אן צום וועשער

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:38 pm
דורך לכאורה
שלום עליכם מר. טעכנישן,

איך זיץ דא אין קאנטרי מיט אן אלטע וואש מאשין, די לעצטע פאר יאר האט עס פיין געארבעט, היי יאר האט מען עס אביסל מטלטל געווען שלא לצורך (פון איין קאלאני צום צווייטן, מיט די הענט און א וועגעלע...), און עס מאכט אזעלכע געוואלדעס ביים וואשן - עס שפרינגט און טאנצט מיט קולות וברקים - אז די בני בית איז שטארק דערשראקן.

מיינט דאס אז איך דארף מיר פארשאפן א נייע מאשין, אדער קען מען דאס פארריכטן באיזה אופן?

א דאנק אייך!

בלאזער-מאטאר פאר פרידריך 24 BTU

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:53 pm
דורך FREEDOM
בלאזער-מאטאר פאר פרידריך 24 BTU

מיין נייע (א 4-3 יאר) פרידריך עי.סי. האט דער "פען" אנגעהויבן מאכן קולות וברקים, נישט נאר ביי די 3 טעג שבועות, נאר אפילו איצט אין די שלש שבועות, רוף אים דעם מעכאניקער, הויבט ער אויף די ברעמען און זאגט, אז דער מאטאר וואס טרייבט דעם בלאזער, האלט ביי די גסיסה.
און איז נאך מוסיף אז דער מאדעל איז דא א סאך פון דעם סארט פראבלעם אז דער מאטאר-פען איז נישט מאריך ימים.
שטייטסטעס אז צו פיקסן איז א קיימעלאן פון א דריי הונדערט מיט א שמייס, וואס דעריבער לוינט זיך שוין בעסער צו קויפן א נייע.
מיין שאלה איז מיט עקספיריענס טאקע אין דעם פראבלעם פון מאטאר-פען, וואס איז זייער שכיח ביי דעם מאדעל AC, צי איז מיין מעכאניקער א דעת יחיד נגד רבים, אדער זאל איך פרעגן א צווייטן אפיניען?
א צווייטע מאנופעקשורער האט נישט די געאייגענטע סייז וואס פאסט זיך אריין ביי מיר אין דיינינג רום.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 6:18 pm
דורך יוראפ
לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם מר. טעכנישן,

איך זיץ דא אין קאנטרי מיט אן אלטע וואש מאשין, די לעצטע פאר יאר האט עס פיין געארבעט, היי יאר האט מען עס אביסל מטלטל געווען שלא לצורך (פון איין קאלאני צום צווייטן, מיט די הענט און א וועגעלע...), און עס מאכט אזעלכע געוואלדעס ביים וואשן - עס שפרינגט און טאנצט מיט קולות וברקים - אז די בני בית איז שטארק דערשראקן.

מיינט דאס אז איך דארף מיר פארשאפן א נייע מאשין, אדער קען מען דאס פארריכטן באיזה אופן?

א דאנק אייך!

מאך זיכער ס'שטייט גראד, קען זיין די פיסלעך האבן זיך נישט גוט געלעוועלט בשעת'ן אראפלייגן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 6:29 pm
דורך אבי.גערעדט
מר. טעקנישן, היות זייער אסאך אנשי שלומינו ציען זיך אריבער אין די טעג צו נייע דירות אין די נייע שטעטלעך אלל אווער. וואלטן מיר אייך געבעטן צוזאמצושטעלן א ליסטע פון אפלייענסעס וואס זאל זיין פראקטיש, שטארק און אפארדעבל און רעקאמענדירט פאר היימישע אידן. די ליסטע זאל אינקלאדן א וואשער דרייער פרידשידער אויבן מייקראוועיוו און דישוואשער,

קענען מיר אייך בעטן דאס?

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 3:32 am
דורך בן נון
יוראפ האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם מר. טעכנישן,

איך זיץ דא אין קאנטרי מיט אן אלטע וואש מאשין, די לעצטע פאר יאר האט עס פיין געארבעט, היי יאר האט מען עס אביסל מטלטל געווען שלא לצורך (פון איין קאלאני צום צווייטן, מיט די הענט און א וועגעלע...), און עס מאכט אזעלכע געוואלדעס ביים וואשן - עס שפרינגט און טאנצט מיט קולות וברקים - אז די בני בית איז שטארק דערשראקן.

מיינט דאס אז איך דארף מיר פארשאפן א נייע מאשין, אדער קען מען דאס פארריכטן באיזה אופן?

א דאנק אייך!

מאך זיכער ס'שטייט גראד, קען זיין די פיסלעך האבן זיך נישט גוט געלעוועלט בשעת'ן אראפלייגן

ביי מיר איז דאס געווען די פראבלעם.

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 3:47 am
דורך לכאורה
איך וועל דאס פרובירן אי"ה. הגם די ערשטע 3 וואכן האט עס נישט געמאכט די גערודער.

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 3:20 pm
דורך טעכנישן
לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם מר. טעכנישן,

איך זיץ דא אין קאנטרי מיט אן אלטע וואש מאשין, די לעצטע פאר יאר האט עס פיין געארבעט, היי יאר האט מען עס אביסל מטלטל געווען שלא לצורך (פון איין קאלאני צום צווייטן, מיט די הענט און א וועגעלע...), און עס מאכט אזעלכע געוואלדעס ביים וואשן - עס שפרינגט און טאנצט מיט קולות וברקים - אז די בני בית איז שטארק דערשראקן.

מיינט דאס אז איך דארף מיר פארשאפן א נייע מאשין, אדער קען מען דאס פארריכטן באיזה אופן?

א דאנק אייך!

עליכם השלום
וועלכע מאשין טאפ אר פראנט ?

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 3:32 pm
דורך טעכנישן
אבי.גערעדט האט געשריבן:מר. טעקנישן, היות זייער אסאך אנשי שלומינו ציען זיך אריבער אין די טעג צו נייע דירות אין די נייע שטעטלעך אלל אווער. וואלטן מיר אייך געבעטן צוזאמצושטעלן א ליסטע פון אפלייענסעס וואס זאל זיין פראקטיש, שטארק און אפארדעבל און רעקאמענדירט פאר היימישע אידן. די ליסטע זאל אינקלאדן א וואשער דרייער פרידשידער אויבן מייקראוועיוו און דישוואשער,

קענען מיר אייך בעטן דאס?

לדעתי איז נישט פארהאן אלע פיר אין איין מאשין פראקטיש, שטארק ,און אפארדעבל, און פאר היימישע אידן
משל למה הדבר דומה פאר איינעם איז גיט א אדעסי פאר'ן צווייטן א עס יאווי אדריטן א טאון אין קאנטרי א פערדן זאג דו

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 3:37 pm
דורך טעכנישן
FREEDOM האט געשריבן:בלאזער-מאטאר פאר פרידריך 24 BTU

מיין נייע (א 4-3 יאר) פרידריך עי.סי. האט דער "פען" אנגעהויבן מאכן קולות וברקים, נישט נאר ביי די 3 טעג שבועות, נאר אפילו איצט אין די שלש שבועות, רוף אים דעם מעכאניקער, הויבט ער אויף די ברעמען און זאגט, אז דער מאטאר וואס טרייבט דעם בלאזער, האלט ביי די גסיסה.
און איז נאך מוסיף אז דער מאדעל איז דא א סאך פון דעם סארט פראבלעם אז דער מאטאר-פען איז נישט מאריך ימים.
שטייטסטעס אז צו פיקסן איז א קיימעלאן פון א דריי הונדערט מיט א שמייס, וואס דעריבער לוינט זיך שוין בעסער צו קויפן א נייע.
מיין שאלה איז מיט עקספיריענס טאקע אין דעם פראבלעם פון מאטאר-פען, וואס איז זייער שכיח ביי דעם מאדעל AC, צי איז מיין מעכאניקער א דעת יחיד נגד רבים, אדער זאל איך פרעגן א צווייטן אפיניען?
א צווייטע מאנופעקשורער האט נישט די געאייגענטע סייז וואס פאסט זיך אריין ביי מיר אין דיינינג רום.

אויב קענסטו האבן א דעת שני אומזיסט גא אהעד ווי איך פארשטיי רעדסטו פון ווינדאוי יוניט לוינט נישט אריינצו באכענע'ן

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 5:00 pm
דורך לכאורה
טעכנישן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם מר. טעכנישן,

איך זיץ דא אין קאנטרי מיט אן אלטע וואש מאשין, די לעצטע פאר יאר האט עס פיין געארבעט, היי יאר האט מען עס אביסל מטלטל געווען שלא לצורך (פון איין קאלאני צום צווייטן, מיט די הענט און א וועגעלע...), און עס מאכט אזעלכע געוואלדעס ביים וואשן - עס שפרינגט און טאנצט מיט קולות וברקים - אז די בני בית איז שטארק דערשראקן.

מיינט דאס אז איך דארף מיר פארשאפן א נייע מאשין, אדער קען מען דאס פארריכטן באיזה אופן?

א דאנק אייך!

עליכם השלום
וועלכע מאשין טאפ אר פראנט ?

TOP
אבער די עצות פון יוראפ האט דערווייל וואונדערליך געהאלפן, איך האב עס געריקט אביסל אהינציר און עס מאכט שוין 95 פראצענט ווינציגער גערודער.

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2016 6:39 pm
דורך FREEDOM
טעכנישן האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:בלאזער-מאטאר פאר פרידריך 24 BTU

מיין נייע (א 4-3 יאר) פרידריך עי.סי. האט דער "פען" אנגעהויבן מאכן קולות וברקים, נישט נאר ביי די 3 טעג שבועות, נאר אפילו איצט אין די שלש שבועות, רוף אים דעם מעכאניקער, הויבט ער אויף די ברעמען און זאגט, אז דער מאטאר וואס טרייבט דעם בלאזער, האלט ביי די גסיסה.
און איז נאך מוסיף אז דער מאדעל איז דא א סאך פון דעם סארט פראבלעם אז דער מאטאר-פען איז נישט מאריך ימים.
שטייטסטעס אז צו פיקסן איז א קיימעלאן פון א דריי הונדערט מיט א שמייס, וואס דעריבער לוינט זיך שוין בעסער צו קויפן א נייע.
מיין שאלה איז מיט עקספיריענס טאקע אין דעם פראבלעם פון מאטאר-פען, וואס איז זייער שכיח ביי דעם מאדעל AC, צי איז מיין מעכאניקער א דעת יחיד נגד רבים, אדער זאל איך פרעגן א צווייטן אפיניען?
א צווייטע מאנופעקשורער האט נישט די געאייגענטע סייז וואס פאסט זיך אריין ביי מיר אין דיינינג רום.

אויב קענסטו האבן א דעת שני אומזיסט גא אהעד ווי איך פארשטיי רעדסטו פון ווינדאוי יוניט לוינט נישט אריינצו באכענע'ן

יא טאקע, איר זענט דער דעת שני, און טאקע אומזיסט
ווי איך זעה זענט איר טעכנישן אויך למעשה, נישט נאר להלכה.
עס איז טאקע א ווינדאו יוניט אין די באפעסטיגע צעמענטע פראדזשעט פון ירושלים דאמעריקא וומ"ס,
לוינט זיך נישט צו באכענען??? די סייז איז זייער געאייגענט 17 ביי 26, אויב גרעסער, מוז איך "באכענען" ווענט!
זאל איך מקבל זיין די לאשענארע אויף דעם מאדעל???

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:06 pm
דורך טעכנישן
האסט געפרעגט אויפן מאשין האביך גענטעפרט אויב האסטו א פרבלעם מיט די וואנט ברויכסטו פרעגן א וואנט מייסטער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:32 pm
דורך שםטוב
וועלכע ספליט יוניט איז רעקאמערדירט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:59 pm
דורך רבי משה
וואס איז די הלכה מיט א א דיש-וואשער, וועלכע קאמפעני איז די בעסטע, ביליגסטע, האבן די ווייניגסטע דעם טעקנישן אין שטוב?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:42 pm
דורך ראפאט קראמפלי
ווייסט אפשר דער טעכנישען וואס דאס מיינט אז מיין עירקאנדישען יוניט האט אנגעהויבן געפערליך ציטערן? די גאנצע הויז ציטערט!