בלאט 1 פון 5

שבת שלהבת

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:07 pm
דורך אונגארישע ווין
איך האב לעצטנ'ס אנגעהויבן הערן דרשות פון משפחת טויבער איך מוז זאגן אז זיי זענען עפעס מוראדיג רעדן צום שכל און נשמה אינאיינעם האבנדיג חשק זיי צו קענען פון דער נאנט זיך אינפארמאציע איבער די שלהבת שבתים ווען עס וועט זיין די נעקסטע שבת ווי אויך אויב איינער איז שוין דארט געווען זיין מיינונג און צו איז עס געמאכט פאר א וויליאמסבורג סטייל סאטמארע אינגערמאן אדער מער פאר אנדערע סארט עולם

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:34 pm
דורך צו געזונט
דאס גייט ווארשיינליך גיין אין די רעלסן פון די פאר/אנטקעגן ברעסלאוו אשכול

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:52 pm
דורך רודף שלום
Parshes Vayeitzei – Dec. 10

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:55 pm
דורך רודף שלום
איך בין געווען צוויי יאר צוריק, און יא, ס'איז געמאכט פאר היימישע אינגעלייט

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 3:43 pm
דורך רודף שלום
זעה וואס דער עולם שרייבט דא דערוועגן

viewtopic.php?f=3&t=21534&hilit=שלהבת

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 4:05 pm
דורך אלטן דור
מוראדיג...
איך ווער בעיקר משוגה (יא משוגה) פאר ר' בערל טויבער ער רעד צום זאך, מיט א געשמאק, א נחת צו הערן

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 6:39 pm
דורך שמעק_טאביק
איינמאל מיטגעהאלטן. זייער שיין א תוכנ'פולער און היימישע שבת. אבער געדענק אזא שבת איז געווידמעט פאר דרשות ביי יעדע געלעגנהייט. אויב ווילסטע שלאפן און שפאצירן זוך דיר אנדערע גליקן.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 10:31 am
דורך בן נון
שמעק_טאביק האט געשריבן:איינמאל מיטגעהאלטן. זייער שיין א תוכנ'פולער און היימישע שבת. אבער געדענק אזא שבת איז געווידמעט פאר דרשות ביי יעדע געלעגנהייט. אויב ווילסטע שלאפן און שפאצירן זוך דיר אנדערע גליקן.

יאפס. דאס איז נישט קיין אוטינג אדער וועקעישן

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:36 pm
דורך אונגארישע ווין
איך וואלט אפרישיעטעד פאר מער דיטעלס ווי אויך ווי אזוי איז די סעודות איש ואשתו מיט א מחיצה אדער עקסטער ווי ביי א שמחה

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:17 pm
דורך רודף שלום
ס'איז מיר אביסל שווער צו שרייבן אבער כ'וועל טרייען מיין בעסט.

ווען איך בין געווען ביי א שבת שלהבת איז עס געווען אין די ראלי האטעל און ס'איז געווען בימי הספירה (קען זיין אז ווינטער לויפט די סקעדזשועל אנדערש).

פרייטיג נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט ברייט טועמיה.(בכלל שטעלן זיי צו זייער ברייט במשך דעם גאנצן שבת. אפילו ביי די סעודות האט מען ביי שלהבת געגעבן בעסערע עסן ווי פאר די אנדערע האטעל געסט.)

מנחה האט מען געדאוונט בערך 20 מינוט פארן זמן הדלה''נ. פאר קבלת שבת איז געווען די ערשטע שיעור (די פרויען זענען אראפ געקומען אין שול) די סעודות האט מען געגעסן איש ואישתו יעדער מיט א עקסטערע מחיצה.

נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

צופרי האט מען געדאוונט זמן תפילה, נאכן דאווענען איז געווען א קידושה רבא מיט קוגלען און הערינג, נאכדעם איז געווען נאך א שיעור און נאכדעם די סעודה.

נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט א 'שבת פארטי', און נאכדעם איז געווען א שיעור עקסטער פאר די פרויען און עקסטער פאר די מענער. שלש סעודות איז אויך געווען עקסטער פאר די פרויען און עקסטער פאר די מערער.

נאך הבדלה איז געווען נאך א שיעור (מענער און פרויען צוזאמען). און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט א רייכע מלוה מלכה.

זונטאג נאך פרישטאג איז געווען נאך א שיעור, און נאך א קליינע הפסקה איז געווען די לעצטע שיעור פון ר' עזריאל. נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט א שיינע לאנטש און נאכדעם האט ר' בערל געזאגט א דרשה.און שוין.

איך בין נישט אזוי גוט אין באשרייבן א זאך, אויב דו ביזט מער ספעסיפיק מיט דיינע שאלות, קען איך אפשר בעסער ענטפערן.

איך האב היינט געזען זייער עד אין איינע פון די צעטלעך, מארגן וועל איך בלי נדר ארויפלייגן זייער נומבער, זיי ענטפערן גערן אלע שאלות.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 1:58 pm
דורך רודף שלום
זעה עטטעטשד

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:06 pm
דורך רודף שלום
slhvs.jpg

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 9:06 pm
דורך אונגארישע ווין
זיי בעטן יעצט 895 דאס איז זייער געווענטליכע פרייז?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:00 pm
דורך יענקעלע
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 11:09 pm
דורך איש החסד
יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 27, 2016 12:00 am
דורך רודף שלום
אונגארישע ווין האט געשריבן:זיי בעטן יעצט 895 דאס איז זייער געווענטליכע פרייז?


איך האב געצאלט מיט א הונדערטער ווייניגער. אינפלעישען?

יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?


איך האב געשריבן 'ביר', דער טעבלעט איז געווען זיכער אז איך מיין צוזאגן 'בירושלים'. נו ווילסט דיך טענה'ן מיט אים?... :wink:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:47 pm
דורך אונגארישע ווין
איז איינער גייט דא אויף שבת?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 2:03 pm
דורך רודף שלום
אונגארישע ווין האט געשריבן:איז איינער גייט דא אויף שבת?


גייט שוין אריין אין גילו :wink:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 11:45 pm
דורך עקבי הצאן
איש החסד האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

:lol: :lol: :lol: בראוני'ס, געווארן לעגאל אין יוניידעט סטעיטס אף קאליפארניע

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 4:17 pm
דורך קיווי סטראבערי
סתם נייגעריג, פארוואס איז דער אשכול אין פארברענגען?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:16 am
דורך שיק יונגל
איש החסד האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:נאך די סעודה איז געווען נאך א שיעור, און נאכדעם איז געווען צוגעשטעלט טשיפס מיט דזשעליס, טשאקלעד, ניסלעך און בירושלים, און מ'האט געקענט פרעגן שאלות פון ר' עזריאל זז''ג.

וואס איז דאס?

העסט גיין צום שבת העסטו געוואויר ווערן.! ס'איז מן הסתם עפעס א קאוד ווארט פאר יענע סחורה..... וד''ל.!

יוש האב איך געלאכט :lol: :roll: :oops:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:46 pm
דורך קלמן הלוי
ני ביזט למעשה געווען אדער נישט ?
אויב יא האסטי הנאה געהאט ?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:12 pm
דורך רודף שלום
ס'איז געווען א הערליכע עקספיריענס בגשמיות וברוחניות

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 9:36 pm
דורך נער הייתי
פרטים?

געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2017 8:48 am
דורך רודף שלום
נער הייתי האט געשריבן:פרטים?


איך האב אנגעהויבן שרייבן, אבער נישט געהאט די געלעגנהייט צו ענדיגן. אי''ה קומענדיגע שבת פ' במדבר גייט זיין נאך א שבת שלהבת