אדם א מענטש האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:אדם א מענטש האט געשריבן:איך האב גריווען נאך פון פסח... איך האב געוואלט וויסען וויאזוי טריקענט מען עס אויס ,און ס'זאל ווערן קריספ''י
דו האסט גריוון אדער פעטנס?
אזוינע שטיקלעך וואס פון דעם מאכט מען די שמאלץ
דו האסט דעי ווייסע?
נאו פראבלעם. כ'קען דיר געבן דעם געהיימען רעצעפט אבער כדי ס'זאל אויסקומען גוט ברויכסטו עס פאלויען 100%
1) שאר זיך ארויף דאס ארבל און עפן אויף דיין................. פסח'דיגע קאך.
2) ארויס מיטן פליישיגן פענדל.
2-b) (דעס איז אפשענל) דערלאנג א פראסק פאר דיין צווייטע יונגל...
3) שפרייט אויס דעי ווייסע שטיקלעך אויפן פענדל און צינד אן א פלאם דעראינטער.
4) לייג צו אביסל זאלץ (אפשענל).
5) שטיי דארט ביז ס'ווערט ברוינלעך און די גאנצע טאפ איז א שטיק פעט.
6) דאן נעם ארויס דעי שטיקלעך מיט א גאפל און לייג עס ארויף אויף א גלאזענע טעלער.
7) עס עס אויף. יאמי.
(כ'נעך נישט קיין אחריות אויף דיין שלום בית ווען דיין רעביצין וועט זיך פארענען מיט די פעטנס). זיי געווארנט, גיס נישט אריין די פעטנס אין סינק. גיס עס אריין אין א קאנטענער און לייג אס אין באסארא (גארבידזש בלע"ז)
בד"וו הירשט נאכן פראסעס ווערט עס אנגעריפן גריוון