גראמען פאר א שבע ברכות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

גראמען פאר א שבע ברכות

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג ינואר 24, 2017 4:16 pm

איך זיך גראמען פאר א שבע ברכות פאר איינער וואס מאכט חתונה די יונקסטע קינד אז די אייניקלעך זאלן עס זינגען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:11 am

נא קיינער האט נישט אפאר גראמען וואס קינדער קענען אראפ זינגען ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:10 am

פאר אפאר דאללער זענען דא אסאך וואס קענען....

אני הק', עלער, שמעלקא,....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג פאברואר 06, 2017 2:40 pm

נא אדרבה וואס דארף אזאנס קאסטן ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 3:43 pm

maybeeynot האט געשריבן:נא אדרבה וואס דארף אזאנס קאסטן ?

שרייב קלארער וואס דו ווילסט, פאר די "ריכטיגע פרייז" קעמיר רעדן אין אישי.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 3:46 pm

גראמער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:נא אדרבה וואס דארף אזאנס קאסטן ?

שרייב קלארער וואס דו ווילסט, פאר די "ריכטיגע פרייז" קעמיר רעדן אין אישי.

גא"מ.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:15 pm

גא"מ
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:27 pm

רביש האט געשריבן:גא"מ

גם אני מצטרף

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:28 pm

קוק וואס מענטשן טוען נישט פאר געלט....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:32 pm

רביש האט געשריבן:קוק וואס מענטשן טוען נישט פאר געלט....

גא"מ.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:38 pm

אא"מ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:39 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אא"מ

ביטע נישט פארדרייען די אשכול. א דאנק.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

הצלחה וברכה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

תגובהדורך הצלחה וברכה » מאנטאג פאברואר 06, 2017 5:19 pm

טייערע טאטי און מאמי עמו"ש געזונטערהייט,
צו פארשטיין אונזער יעצטיגע שמחה און פרייד,
מיט א משל וואס האט א טיפן באדייט.

א פייגעלע האט זיך צום ארבעט גענומען,
בויען איר נעסט געווען פארנומען,
בלעטעלעך און צווייגעלעך איינע און נאך איין,
ביז די נעסט ווערט שטערקער און שיין.

די נעסט הייבט זיך אן אנצופולן,
איין פייגל און נאך איין טוט זיך דארט שפילן,
זיי וואקסן צוזאם מיט א חיות און א טעם,
קלאמערן זיך נאנט צו זייער אפשטאם.

עס לויפן אדורך די יארן,
די פייגעלעך טרעפן זייערע פארן,
ווען די צייט קומט און די פייגל פליט ארויס,
רופן די עלטערן צו איר אויס:

"גיי פייגעלע, עס איז יעצט דיין רייע,
צו בויען א נעסטל א נייע,
זעה עס זאל זיך נישט וואקלען,
נישט האבן קיין לעכער קיין שפאלטן,
פון בייזע ווינטן זיך נישט שאקלען,
בוי אויף דיין נעסט אזוי ווי מיין נעסט,
דאן וועט זי זיך קענען האלטן פעסט".

די עלטערן זיי שטייען דארט דערביי,
געבן זיך אפ מיט די פייגעלעך געטריי,
יעדע פייגעלע לויט ווי זי וויל,
געבן איר די עלטערן ליבשאפט און געפיל.

איין פייגעלע פליט און נאך איינע,
זיי בויען אויף נעסטעלעך שיינע,
און פלוצלונג קוקן זיך די עלטערן אהער,
די נעסט איז אינגאנצן לער.

ניין פייגעלע טוה נישט וויינען,
א ליידיגע נעסטעלע טוט מיינען,
אז דיינע פייגעלעך פליען ווייטער,
און בויען אויף דיין משפחה לייטער.

א ליידיגע נעסט איז נחת,
זיי בויען בשעה טובה ומוצלחת,
יעצט איז די זמן צו דאנקען און לויבן,
אויף די חסדים מיט וואס ער האט אונז דערהויבן.

טאטי און מאמי יעצט איז אויף די רייע,
צו בעטן אויף סייעתא דשמיא,
אז אייערע זיבן נעסטעלעך זאלן בליען,
און האבן כח ווייטער צו פליען.

אונזערע נעסטעלעך זענען דיינע,
ווייל ענקערע תפילות זענען מיינע,
און יעצט ווען מ'האלט שוין ביים גמר,
דארף מען דאנקען דערפאר.

טאטי און מאמי די פייגעלעך וואס איר זעהט,
אלעס פון אייערע תפילות וואס איר בעהט,
מיטן הילף פון באשעפער פון די וועלט,
אויפגעשטעלט אזא שיין געצעלט.

השי"ת האט אייך זיבן פייגעלעך פארטרויט,
איר האט זיי הערליך אויפגעבויט,
עס מאכט אויבן זיכער א גוטן רושם,
מיר ווילן דאך אלע גיין בדרך אבותינו הקדושים.

הנה מה טוב שבת אחים גם,
ווי שיין איז זיך צופרייען צוזאם,
פאראייניגט די גאנצע משפחה,
משפחת .... צו ווינטשן א ברכה.

ערליכע אידישע משפחות,
השי"ת זאל משפיע זיין זיינע ברכות,
ווייל יעדע שטוב איז א כלי מחזיק ברכה,
מיר גייען לויט די אלטע הדרכה.

טייער עלטערן ווען מ'האט די זכי' אצינד,
חתונה מאכן דאס יונגסטע קינד,
יעצט הייבט זיך אן די יארן פון גליק,
אזוי ווי עס גייט די אויסדריק.

הייבט אויף די הענט אין די הייעך,
און שרייטס אויס 'עלינו לשבח',
איר זאלט ווייטער דערלעבן נחת און פרייד,
זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט.

עטרת זקנים בני בנים,
עד מאה ועשרים שנים,
נחת זאלט איר זעהן פונעם דור ישרים,
ביז מיר וועלן גיין על כנפי נשרים.

ווי עס וואונטשן אייערע קינדער:
......

מענדל מאנדל
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:56 pm

תגובהדורך מענדל מאנדל » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:57 pm

הצלחה וברכה האט געשריבן:טייערע טאטי און מאמי עמו"ש געזונטערהייט,

קניינעהארע אויף וועלכע ניגון גייט דאס?

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:53 pm

נו השגת גבול!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:59 pm

ש'כח הצלחה וברכה
יעצט דארף מען א גוטע ניגון עני איידעי?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 11:34 am

איך זיך גראמען צו זאגן ביי א שבע ברכות (נישט פאר א אינגסטע קינד), מוז נישט זיין פראפעשונעל אדער פערסאנעלייזד
אויב איינער האט עפעס א רעדי זאך, כגלייב אז נאך אידן אויסער מיר וועלן הנאה האבן
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט