פארקויפן א הויז

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

פארקויפן א הויז

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:09 am

מיין פראגע ברויך האבן זייער א סימפל תירוץ אבער פאר סאם ריעזאן קען איך נישט טרעפן א געהעריגע הסבר פון מיינע ארומיגע.

איך האב געקויפט צוויי הייזער עטליכע יאר צוריק אלס פרישע יונגערמאן אלס א לאנג טערם אינוועסטמענט, מאיזה סיבה שהוא ווילעך יעצט פארקויפן איין הויז. צו פארשטיין בעסער לאמיר עס מאכן אז עס האט מיר געקאסט דעמאלטס 400,000, אראפגעלייגט 100, מארטגעדזש איז געווען אויף די איבעריגע 300.

אויבן אויף קען איך קריגן יעצט 550,000, דאס הייסט 150,000 מער וויפיל כ'האב דאן באצאלט. די זאך איז נאר אז כדאי צו פארקויפן דעם הויז זאגט מיר די באנק אז כ'דארף אויסצאלן דעם גאנצן מארטגעדזש מיט די פראצענטן פון די גאנצע לאון (דאס איז א 30 יאר לאון ). דאס הייסט נאך ארום %80 אויף די ארגינעלע מארטגעדזש, וואס קומט אויס ארום 550,000 וואס מיינט אז כ'דערלייג די הויזן.

מאכט דאס בכלל סענס? עני קלארקייט?

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:23 am

מיר איז אינטערסאנט (נישט אז כקען מיך אויס) אז אויב דו צאלסט אפ די מארטגעזש אויף איינמאל אויף וואס איז די 80% אינטרעסט אויף? אזא הויכע אינטרעסט איז אויף אן הלואה פאר דרייסיג יאר נישט פאר פינעף יאר?

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:25 am

Something is off here.

In New York there is no such thing as a early payment penalty unless you have those houses in another state.

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:38 am

טשעירמאן האט געשריבן:מיר איז אינטערסאנט (נישט אז כקען מיך אויס) אז אויב דו צאלסט אפ די מארטגעזש אויף איינמאל אויף וואס איז די 80% אינטרעסט אויף? אזא הויכע אינטרעסט איז אויף אן הלואה פאר דרייסיג יאר נישט פאר פינעף יאר?

דאס זאגן זיי אז די מארטגעדזש איז געווארן געלאקט פאר 30 יאר, נישט 5 יאר. סאו אז כ'וויל דווקא אפצאלן פריער דעם לאון ברויך איך עס באצאלן מיט די גאנצע אינטערעסט וואס מ'האט אפגעמאכט

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:40 am

טשעירמאן האט געשריבן:מיר איז אינטערסאנט (נישט אז כקען מיך אויס) אז אויב דו צאלסט אפ די מארטגעזש אויף איינמאל אויף וואס איז די 80% אינטרעסט אויף? אזא הויכע אינטרעסט איז אויף אן הלואה פאר דרייסיג יאר נישט פאר פינעף יאר?

ועוד לקרא, דאס מאכט נישט קיין סענס, ווייל אפילו זאלסט יעצט אריינלייגן נאר 10 אלפים צו באצאלן דעם מארגעטש ווערט דיר די גאנצע אינטערעסט ווייניגער אויף די קומענדיגע 25 יאר

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:42 am

nishtkushe האט געשריבן:Something is off here.

In New York there is no such thing as a early payment penalty unless you have those houses in another state.

כ'גלייב ס'נישט קיין גרויסע חילוק. אבער ס'איז אין ניו דזשערסי

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:45 am

תג נוצער האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:מיר איז אינטערסאנט (נישט אז כקען מיך אויס) אז אויב דו צאלסט אפ די מארטגעזש אויף איינמאל אויף וואס איז די 80% אינטרעסט אויף? אזא הויכע אינטרעסט איז אויף אן הלואה פאר דרייסיג יאר נישט פאר פינעף יאר?

ועוד לקרא, דאס מאכט נישט קיין סענס, ווייל אפילו זאלסט יעצט אריינלייגן נאר 10 אלפים צו באצאלן דעם מארגעטש ווערט דיר די גאנצע אינטערעסט ווייניגער אויף די קומענדיגע 25 יאר

זאגט ווער?
הלוואי זאל עס ווען זיין אזוי.

עס איז מעגליך אז ביים לאקן די מארטגעדזש קען מען עס ספעציעל אויסשטעלן אז מ'זאל עס אלץ קענען אפצאלן

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:55 am

ענדערסאן קופער האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:מיר איז אינטערסאנט (נישט אז כקען מיך אויס) אז אויב דו צאלסט אפ די מארטגעזש אויף איינמאל אויף וואס איז די 80% אינטרעסט אויף? אזא הויכע אינטרעסט איז אויף אן הלואה פאר דרייסיג יאר נישט פאר פינעף יאר?

ועוד לקרא, דאס מאכט נישט קיין סענס, ווייל אפילו זאלסט יעצט אריינלייגן נאר 10 אלפים צו באצאלן דעם מארגעטש ווערט דיר די גאנצע אינטערעסט ווייניגער אויף די קומענדיגע 25 יאר

זאגט ווער?
הלוואי זאל עס ווען זיין אזוי.

עס איז מעגליך אז ביים לאקן די מארטגעדזש קען מען עס ספעציעל אויסשטעלן אז מ'זאל עס אלץ קענען אפצאלן

איך רעד פון מיין אייגען עקספירעינס, קען זיין די היימישע מארגעטש בראקערס שטעלן עס מתחילה אזוי אויס?, איך ווייס נישט, איך האב גארנישט פארלאנגט ספעציעל, מ'האט מיר דאס געזאגט גלייך ביים קלאוזן, אז למשל אויב מאך איך א עקסטערע מאנטלי פעימענט יעדע יאר (זיי האבן געגעבן א אפשען צו צוטיילן די מאנטלי פעימענט אין 12, אז למשל די פעימענט איז 1800 צאל איך יעדע חודש נאך 150) און דאן (אויב צאל איך יעדע חודש די אמאונט פון 1800 פלאס 150) ענדיגט זיך די מארגעטש אויטאמאטיש נאך 23 יאר אנשטאט נאך 30 יאר

קומט אויס אזוי:
ווען איך צאל 30 יאר 1800 צאל איך ס"ה 648000
ווען איך צאל 23 יאר 1950 צאל איך ס"ה 538200
געשפארט איבער 100 אלפים

דיסקלעימער: ס'איז נישט געווען די אמאונט, קען זיין ביי יעדע אמאונט טוישן זיך זאכן, אבער ס'געבט א שטיקל בליק וואס מ'שפארט זיך

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:06 pm

מאכט נישט קיין סענס.
חוץ אפשר אויב מהאט פארשפארט די מארטגעדזש פאר 30 יאר אן די מעגליכקייט צו אפצאלען פריער. אבער אפי' אזוי וואלסטו געהאט א קנס צו צאלן אבער נישט אלעס.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:56 pm

קענסט פארקויפן די LLC מיט די מארטגיטש און זיך אויך שפארן טרענספער טעקס.. אבער זעה אלץ זאל זיין לעגאל דהיינו קודם בלייבן א שטיקל שותף דעמאלט ביסטו פטור עס צו באצאלן און נאך דעם גייסטו ארויס אינגאנצן, (אויב די טרענספער איז נישט א גאנצע ביסטו פטור)
א גוי וועט שווער מיטארבעטן מיט דיר כאטש מ'קען זיך איגאנצן באווארענען ווי למשל אז ער האט רעכט צו אפקויפן די לעצטע פאר פראצענט.

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:22 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קענסט פארקויפן די LLC מיט די מארטגיטש און זיך אויך שפארן טרענספער טעקס.. אבער זעה אלץ זאל זיין לעגאל דהיינו קודם בלייבן א שטיקל שותף דעמאלט ביסטו פטור עס צו באצאלן און נאך דעם גייסטו ארויס אינגאנצן, (אויב די טרענספער איז נישט א גאנצע ביסטו פטור)
א גוי וועט שווער מיטארבעטן מיט דיר כאטש מ'קען זיך איגאנצן באווארענען ווי למשל אז ער האט רעכט צו אפקויפן די לעצטע פאר פראצענט.

עס איז געקויפט פריוואט אויף מיין נאמען

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:49 pm

פשוט פארקויפן און מאכן אן עסיימענט ווען נישט גיין?
לעצט פאראכטן דורך לאלתר לחיים אום פרייטאג אפריל 21, 2017 4:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:53 pm

ענדערסאן קופער האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:קענסט פארקויפן די LLC מיט די מארטגיטש און זיך אויך שפארן טרענספער טעקס.. אבער זעה אלץ זאל זיין לעגאל דהיינו קודם בלייבן א שטיקל שותף דעמאלט ביסטו פטור עס צו באצאלן און נאך דעם גייסטו ארויס אינגאנצן, (אויב די טרענספער איז נישט א גאנצע ביסטו פטור)
א גוי וועט שווער מיטארבעטן מיט דיר כאטש מ'קען זיך איגאנצן באווארענען ווי למשל אז ער האט רעכט צו אפקויפן די לעצטע פאר פראצענט.

עס איז געקויפט פריוואט אויף מיין נאמען

אפשר טרענספער די Deed פון דיין נאמען צו א LLC און נאכדעם פארקויפן די ללסי אדער שעירס פון די ללסי

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:04 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קענסט פארקויפן די LLC מיט די מארטגיטש און זיך אויך שפארן טרענספער טעקס.. אבער זעה אלץ זאל זיין לעגאל דהיינו קודם בלייבן א שטיקל שותף דעמאלט ביסטו פטור עס צו באצאלן און נאך דעם גייסטו ארויס אינגאנצן, (אויב די טרענספער איז נישט א גאנצע ביסטו פטור)
א גוי וועט שווער מיטארבעטן מיט דיר כאטש מ'קען זיך איגאנצן באווארענען ווי למשל אז ער האט רעכט צו אפקויפן די לעצטע פאר פראצענט.

טאמער ווערט געטרענספערט א פופציג פראצענט, אדער מער, אנערשיפ פון די llc אין א משך פון דריי יאר, דארף מען צאלן טרענספער טעקס. טאמער איז מתחילה געווען אין פלאן צו טרענספערן מער ווי פופציג פראצענט, קען די שטאט מחייב זיין טרענספער טעקס אפילו אויב די טרענספער ציעט זיך פאר מער ווי דריי יאר (פארשטייט זיך אז זיי דארפן דאס קענען אויפווייזן).

פארקויפן אן llc מיט א מארגעטש איז קעגן די אגרימענט וואס מ'האט אינטערגעשריבן מיטן באנק אז מ'וועט נישט טרענספערן אנערשיפ פון די פראפערטי אן רשות פון באנק.

אלזא, בעפאר איר טוט עפעס, שמועסט אייך דורך מוט א לאיער וואס וועט אייך קענען דירעקטירן אויף א מהלך וואס איז לעגאל און שפארזאם

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:19 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:פשוט פארקויפן און מאכן אן עסיימענט ווען נישט גיין?

וואס איז דאס עסיינמיינט?

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » זונטאג אפריל 23, 2017 1:42 am

Ask for a payoff see what it will say. because this dosn't really make sense if it is from a regular bank


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משק ביתי און 13 געסט