בלאט 2 פון 4

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:51 pm
דורך farshlufen
AO Smith איז אנגענומען אלס די בעסטע, די מיט די לענגערע וואראנטי איז שטערקער און וועט האלטן לענגער אונטער נארמאלע אומשטענדן.

דו דארפס וויסן אויך די דימענשאנס במציאות, זיי האבן נידריגערע און העכערע.

דאס איז אויס אלעס איז אויב ס'איז א טעינדזש פון א פלעין פשוט נעטשורעל דרעפט אלד-טיים היעטער.

אויב ווילט איר גיין היי עפפישיענסי אדער פאוער ווענטעד וכדו' איז גאר אן אנדערע מסכתא.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:52 pm
דורך farshlufen
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויך, ברויך איך קויפן מיט די זעלבע מאס בי טי יוא?

יא, אדער מער.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:06 pm
דורך ראפאט קראמפלי
farshlufen האט געשריבן:AO Smith איז אנגענומען אלס די בעסטע, די מיט די לענגערע וואראנטי איז שטערקער און וועט האלטן לענגער אונטער נארמאלע אומשטענדן.

דאס האב איך טאקע יעצט.

דו דארפס וויסן אויך די דימענשאנס במציאות, זיי האבן נידריגערע און העכערע.

יא יא

דאס איז אויס אלעס איז אויב ס'איז א טעינדזש פון א פלעין פשוט נעטשורעל דרעפט אלד-טיים היעטער.

אויב ווילט איר גיין היי עפפישיענסי אדער פאוער ווענטעד וכדו' איז גאר אן אנדערע מסכתא.

איך קויף די זעלבע סארט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:08 pm
דורך ראפאט קראמפלי
farshlufen האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויך, ברויך איך קויפן מיט די זעלבע מאס בי טי יוא?

יא, אדער מער.

וואס וועט זיין אויב גיי איך נידעריגער?

דאס איז וואס שטייט אויף די לעיבל יעצט
20180905_130736.jpg
20180905_130736.jpg (504.95 KiB) געזעהן 1942 מאל

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:23 pm
דורך farshlufen
אויב גייסטו נידריגער וועסטו נישט האבן די זעלבע אויטפוט פון גאללאן פער שעה פון קאלט צו הייס.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:25 pm
דורך lebediger berel
פונקט רופט די מאמע זז"ג אז סרינט ביי איר אונטערן סינק אין ווילי - איך מאך אויף דעם קאמפיוטער און מ'רעדט פון די נושא,
ווייסט איינער א פלאמבער, נארמאלע פרייזן צו די זאך און קומט שנעל?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:36 pm
דורך ראפאט קראמפלי
איינער ווייסט אויס ס'איז דא אין וויליאמסבורג א אידישע פלאמבינג סאפליי סטאר וואס פארקויפט water heaters?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:35 pm
דורך הענדימען
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איינער ווייסט אויס ס'איז דא אין וויליאמסבורג א אידישע פלאמבינג סאפליי סטאר וואס פארקויפט water heaters?

וויליאמסבורג פלאמבינג סופלייס אויף פלאשינג. אביסל נאך קאהן'ס בוטשער

בי עם דאבעליו פלאמבינג סופלייס אויף וואלאבאוט צווישן טרופ און העריסאן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:40 pm
דורך הענדימען
וויכטיג צו וויסן אז די נייע וואסער היטערס זענען דיקער ווי די אלטע מיט די זעלבע אוטפוט ווייל ס'האט מער אינסולעישן

אויב די אלטע פיט פונקט מיינט עס אז די נייע גייט נישט פיטן

איינס פון די עצות איז צו קויפן א קלענערע טאנק מיט שנעלע ריקאווערי (פרעג די פלאמבינג סופלייס)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:42 pm
דורך להגדיל שמו
אויב איז ריעם גוט פאר דיר, און דו קענסט ניצן א 75 גאללאן, קום אין אישי. איך האב עס אין סטאק

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:44 pm
דורך הענדימען
lebediger berel האט געשריבן:פונקט רופט די מאמע זז"ג אז סרינט ביי איר אונטערן סינק אין ווילי - איך מאך אויף דעם קאמפיוטער און מ'רעדט פון די נושא,
ווייסט איינער א פלאמבער, נארמאלע פרייזן צו די זאך און קומט שנעל?

רינען אונטער די סינק קען מיינען אסאך זאכן

קענסט פרובירן לייביש וויינפעלד
917-468-8922
ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט טייער
צו ער קומט שנעל ווייסעכנישט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:47 pm
דורך lebediger berel
הענדימען האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:פונקט רופט די מאמע זז"ג אז סרינט ביי איר אונטערן סינק אין ווילי - איך מאך אויף דעם קאמפיוטער און מ'רעדט פון די נושא,
ווייסט איינער א פלאמבער, נארמאלע פרייזן צו די זאך און קומט שנעל?

רינען אונטער די סינק קען מיינען אסאך זאכן

קענסט פרובירן לייביש וויינפעלד
917-468-8922
ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט טייער
צו ער קומט שנעל ווייסעכנישט

שכח הענדי, זוך איך יא איינער וואס קומט שנעל - ווער ס'האט אינפא ביטע מעלדן, אישי איז אויך גוט, דארף ערלעדיגן די מאמעס סינק ווי שנעלער.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:48 pm
דורך ראפאט קראמפלי
הענדימען האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איינער ווייסט אויס ס'איז דא אין וויליאמסבורג א אידישע פלאמבינג סאפליי סטאר וואס פארקויפט water heaters?

וויליאמסבורג פלאמבינג סופלייס אויף פלאשינג. אביסל נאך קאהן'ס בוטשער

בי עם דאבעליו פלאמבינג סופלייס אויף וואלאבאוט צווישן טרופ און העריסאן

גוט.
הענדימען האט געשריבן:וויכטיג צו וויסן אז די נייע וואסער היטערס זענען דיקער ווי די אלטע מיט די זעלבע אוטפוט ווייל ס'האט מער אינסולעישן

אויב די אלטע פיט פונקט מיינט עס אז די נייע גייט נישט פיטן

איינס פון די עצות איז צו קויפן א קלענערע טאנק מיט שנעלע ריקאווערי (פרעג די פלאמבינג סופלייס)

גוט אז דו זאגסט מיר.

להגדיל שמו האט געשריבן:אויב איז ריעם גוט פאר דיר, און דו קענסט ניצן א 75 גאללאן, קום אין אישי. איך האב עס אין סטאק

ברויך איך נישט קיין 75, דאנקע שעהן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:20 pm
דורך יצחק ברוך
ווילעך לייגן א פילטער אונטער די סינק אבער דא עקא אז וויפיל אויך דריי צו דאס וואסער קומט נאך אלס וואסער פון סינק זעהט אויס אז עס גייט דורך וואסער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:11 pm
דורך הענדימען
יצחק ברוך האט געשריבן:ווילעך לייגן א פילטער אונטער די סינק אבער דא עקא אז וויפיל אויך דריי צו דאס וואסער קומט נאך אלס וואסער פון סינק זעהט אויס אז עס גייט דורך וואסער

קענסט צומאכן דאס וואסער פון די אפארטמענט\בילדינג?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:46 pm
דורך יצחק ברוך
מ' זאגט מיר אז ס'לוינט נישט ווייל עס קען הרג'נען די פייפ, ער איז שוין נישט קיין אינגערמאן... דאס וואסער וואס קומט קען מען האנדלען און מאכן גענוג שנעל אדער עס קען זיין קאטאסטראפאל?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:13 pm
דורך הענדימען
יצחק ברוך האט געשריבן:מ' זאגט מיר אז ס'לוינט נישט ווייל עס קען הרג'נען די פייפ

רוב וואסער מעינס האבן 3 אדער מער וואלווס. די מיטער אליינס האט געווענליך 2
אויב איז טאקע כמעט אוממעגליך צו פארמאכן די מעין דארף מען פרובירן אן אנדערע וועג
יצחק ברוך האט געשריבן:דאס וואסער וואס קומט קען מען האנדלען און מאכן גענוג שנעל אדער עס קען זיין קאטאסטראפאל?

ווען דו מאכסט צו דעם וואלוו ווערט די וואסער שוואכער?

אויב נישט וועסטעך מסתמא נישט קענען אנייצע געבן

אויב יא, קענסטו צולייגן א וואלוו וואס וועט לעזן דעם פראבלעם. ס'וועט טאקע רינען אביסל וואסער אבער אפאר האנטוכער וועלן ראטעווען דעם מצב

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:29 pm

די בילדינג איז איבער הונדערט יאהר אלט ס'האט זיכער א וואלוו ביי די מיטער אבער מ' זאגט מיר אז די פייפס קענען איינפאלן אויב שטעלט מען אפ ס' וואסער פונם בילדינג.
אונטער די סינק לעש איך אויס דאס וואסער און די סינק רינט נאך אלס און ווי כ'האב מיך נאכגעפרעגט איז דאס היבש א אלטע און שוואכע וואלוו, ס'גייט מסתמא שוואכער אבער עס גייט נאך, שוין פראבירט א יאהר צוריק דענק איך נישט ווי שטארק.
איז א וואלוו א שנעלע מעשה אז דו קלערסט אז מ'קען עס דורכשוויצן?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:32 pm
דורך הענדימען
כ'מיין זאלסט רופן א פלאמבער

רוף איינעם וואס ווייסט וואס ער טוט נישט עפעס אן אפגעריסענעם גוי. ס'ווערד די פאר טאלער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:35 pm
דורך הענדימען
אגב. פייפס פאלן נישט איין אויב מ'שטעלט אפ דאס וואסער

וואס יא? ווען מ'מאכט צוריק אויף קענען די קראנען ווערן פארשטאפט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:28 am
דורך קליינקעפיק
קויף דאס
קענסטעס קויפן ביי די אידישע פלאמבינג סופליי אויף פלאשינג
לעש אויס די וואסער די בעסט וואס דו קענסט
לייג אונטער א לעוואר
נעם אראפ די פייפ
געב דאס א דריי ארויף אויפן אלטן וואלוו אפענערהייט אז די פרעשור פון די וואסער זאל דיך נישט שטערן
נאכדעם קענסטו דאס צומאכן
מאך צוריק אויף די אלטע וואלוו
און פון היינט און ווייטער נוץ נאר דאס

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:38 am
דורך הענדימען
קליינקעפיק האט געשריבן:קויף דאס

נישט ממש דאס נאר זייער ענליך

די היימישע פלאמבינג סופליי וועט שוין וויסן וואס דו דארפסט

טו עס נאר אויב דו ביסט גענוג געשיקט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:41 am
דורך קליינקעפיק
איך מיין טאקי נישט ממש דאס די עיקר סזאל זיין א ⅜ speedy ¼ turn ball valve

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:46 am
דורך הענדימען
3/8 compression

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:48 am
דורך קליינקעפיק
גערעכט
און נישט over tighten סע ווערט געסילט מיט א ראבבער