בלאט 1 פון 4

פלאמבינג הילף

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:19 pm
דורך ראפאט קראמפלי
מיין פייפ אונטער די סינק (זעה בילד) ליקט וואסער,

דארף מען עס ריפלעיסן אדער מ'קען עס פארעכטן?
אויב ריפלעיסן, קען איך עס טוהן אליינס אדער דארף איך רופן א פלאמבער?

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:24 pm
דורך בענקעל
אה פונקט יעצט האב איך דעם זעלבן פראבלעם. איך האב געטראכט עס איז מעגליך דא א 'פייפ סיללער'.

איז דאס ביליגערע פייפס? אדער קומט דאס פון וואסער וואס זיצט דארט א לאנגע צייט?

פלאמבערס. רופט אייך אהן. אבער גיב נאר דיין שוואגער'ס קאמפעני נומבער.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:27 pm
דורך green sunday
דעס מיז שוין זיין גאר אן אלטער סינק, מען ניצט שוין לאאנג נישט די קיפערנע פייפס, היינט איז אלעס פלעסטיג וואס מקען אליין פארעכטן קאנעקטען, די קיפערנע ווייס איך נישט

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:29 pm
דורך בענקעל
מיינער איז ניי. דאס איז א נייע הויז.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:30 pm
דורך ראפאט קראמפלי
green sunday האט געשריבן:דעס מיז שוין זיין גאר אן אלטער סינק, מען ניצט שוין לאאנג נישט די קיפערנע פייפס, היינט איז אלעס פלעסטיג וואס מקען אליין פארעכטן קאנעקטען, די קיפערנע ווייס איך נישט

אויב וויל איך טוישן נאר דעם פייפ מוז איך ווייטער ניצן א קיפערנע? איי געס סאו..

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:32 pm
דורך ראפאט קראמפלי
בענקעל האט געשריבן:אה פונקט יעצט האב איך דעם זעלבן פראבלעם. איך האב געטראכט עס איז מעגליך דא א 'פייפ סיללער'.

איז דאס ביליגערע פייפס? אדער קומט דאס פון וואסער וואס זיצט דארט א לאנגע צייט?

פלאמבערס. רופט אייך אהן. אבער גיב נאר דיין שוואגער'ס קאמפעני נומבער.

וואס טוטסטו דערווייל? געלייגט א טעפל אונטערן סינק?

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:34 pm
דורך האסט נייעס
אזויווי גרין האט געזאג דאס דארף שוין זיין זייער אן אלטע לויכע דארסטו רופן איינעם פאר עס.

און לגבי די וואס האבן די פלעסטיג איז עס זייער גרינג צו פיקסן

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 1:36 pm
דורך האסט נייעס
בענקעל האט געשריבן:מיינער איז ניי. דאס איז א נייע הויז.

קוק דא עפשער קען דיך עס העלפן
https://www.handymanhowto.com/how-to-re ... in-part-1/

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:16 pm
דורך farshlufen
טויש דעם פייפ, מ'קאן עס אליין טאן, דארפסט בלויז די פייפס מיט א פאר טשענעללאקס.

נעם אראפ די פייפ, צייג עס דעם פלאמבינג סופליי און בעט אים אויך ער סאל עס שניידן צום סייז.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:20 pm
דורך מיסטעריעז
אויב מען קען אביסעלע ברויך מען נישט רופן קיינעם, עס איז גארנישט מיט נישט, צוויי שרויפן צו באפעסטיגן וזהו. גיב נאר א קוק צו עס איז געלעכערט אדער עס איז ביים שרויף/ראבער.

מען קען קויפן א נייע (אין מיין פאל, ביי אר&אר), איך האב עס געשניטן מיט זיין שניידערל אויפן גענויען מאס ווי דער אלטער, און ארויפגעלייגט. א נישטיגע פאר טאלער (16 דאכצעמער).

האקט

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:23 pm
דורך מיסטעריעז
אגב, די שווארצע נאטס וואס האלטן אהן די faucet האבן זיך מיר צובראכן, מוז איך עפענען ס׳גאנצע פייפעריי אריינצולייגן נייע אדער עס איז דא אנדערע סארט וואס מען קען ארויפלייגן פון אינדרויסן?

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:26 pm
דורך ראפאט קראמפלי
שקויאח חברה, העמיר פראבירן עס אראפצונעמען (ס'היבש ראסטיג).

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:31 pm
דורך יוראפ
מיסטעריעז האט געשריבן:אויב מען קען אביסעלע ברויך מען נישט רופן קיינעם, עס איז גארנישט מיט נישט

אבער איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו זאל שטארק אבאכט געבן, גיין פאוואליע, ווייל מ'קען געבן א פיינער ריק אריין אינעם פייפ...

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 2:32 pm
דורך בענקעל
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס טוטסטו דערווייל? געלייגט א טעפל אונטערן סינק?

ניין עס איז פארשלאסן.

אלע טעלערס זענען שמוציג פון 'ראפאט קראמפלי' מען קען זיי נישט וואשן. ווייל די סינק האט געלעכערטע זאקן כ'מיין פייפ. מען האט נישט געוויסט פון וואו די וואסער רינט. ביז טאטי זיך געמוזט צאם קנייטשן די הויזן. און זיך אראפגעבויגן... ס'איבעריגע איז היסטאריע... בוששששות...

אבער דא באקומט ערשט קלאסיגע פלאמבינג לעססאנס. קע"ה...

אבער איך האב מורא זיך ווידער אונטערבייגן :twisted:

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 3:00 pm
דורך ראפאט קראמפלי
בענקעל האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס טוטסטו דערווייל? געלייגט א טעפל אונטערן סינק?

ניין עס איז פארשלאסן.

אלע טעלערס זענען שמוציג פון 'ראפאט קראמפלי' מען קען זיי נישט וואשן. ווייל די סינק האט געלעכערטע זאקן כ'מיין פייפ. מען האט נישט געוויסט פון וואו די וואסער רינט. ביז טאטי זיך געמוזט צאם קנייטשן די הויזן. און זיך אראפגעבויגן... ס'איבעריגע איז היסטאריע... בוששששות...

אבער דא באקומט ערשט קלאסיגע פלאמבינג לעססאנס. קע"ה...

אבער איך האב מורא זיך ווידער אונטערבייגן :twisted:

אוי וויי וויי,
די שאלה איז וואס איז ביליגער, א פלאמבער אדער צוויי נייע הויזנעס..

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 4:28 pm
דורך לכאורה
איך האב געהאט אזא ליעק אויפן זעלבן סארט פייפ, כדרכי גערופן א בעל מלאכה, געצאלט 95

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 4:36 pm
דורך נא_שכל
פארן פארעכטען נישט פארגעסען אויסצולעשן די וואסער.

בענקעל ס'אשאד צו פארלעשן יעצט די וואסער, מ'קען לייגן צייטווייליג עלקטריק טעיפ (לייגב בריווח ארום און ארום) און ס'ליעקט נישט, ס'האלט זיך פאר חדשים.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 4:54 pm
דורך געלעגער
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהאט אזא ליעק אויפן זעלבן סארט פייפ, כדרכי גערופן א בעל מלאכה, געצאלט 95

95?? מענטשען האבן השגות! דאס איז א פינעף מינוטיגע ארבעט און פאר נישטיגע צען טאלער האט ער די פייפ.

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 5:30 pm
דורך ווישוואש
געלעגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהאט אזא ליעק אויפן זעלבן סארט פייפ, כדרכי גערופן א בעל מלאכה, געצאלט 95

95?? מענטשען האבן השגות! דאס איז א פינעף מינוטיגע ארבעט און פאר נישטיגע צען טאלער האט ער די פייפ.

רעכן צו די צייט פון קויפן די פייפ, עס שניידן, זיצן אין טרעפיק אהין און צוריק, די קאסטן פארן קאר צו שלעפן די פייפ, די קאסטן זיך צו לערנען..

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 6:02 pm
דורך זינגער
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהאט אזא ליעק אויפן זעלבן סארט פייפ, כדרכי גערופן א בעל מלאכה, געצאלט 95

איך האב עס געמאכט אליינס פאר ווייניגער ווי $3

געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2017 6:20 pm
דורך לכאורה
דארף מען דאך קע-קע-קע-קע-קענען...

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 6:46 am
דורך עירמאנט'ער
א נחת פון אן אשכול....

איינער העלפט מיט אנעצה איינער מיט הומאר

ווי זאגט יענער? אייוועלט בתפארתו.

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 12:39 pm
דורך בענקעל
עלעך שרייבן א תגובה אדער אן ארטיקל. קענסט'ך אויסוועלן וואס דו ווילסט.
אבער ביטע נישט מאכן קיין צימעס...

און באמת א הארציגן דאנק, טוט די גאנצע הויז-געזונט זיך אויסדריקן
פאר כ' "נא_שכל", פאר'ן אונז לכ' שבת אזוי דערקוויקן
מען האט די געשיר אין די 'וואשבעקען' געטון אריין רוקן
און ווען אלעס איז געווען פארפאקט און טריקן
האבן מיר פאר נא_שכל ברכות לרוב געטון שיקן.

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2017 3:02 pm
דורך נא_שכל
אמן.
והיה זה שכרי!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:48 am
דורך ראפאט קראמפלי
נעקסט קעיס;

איך ברויך קויפן א נייע water heater, היצטערט האב איך א 50 גאלאן (BTU is - if I read the label correctly - 57000),

וועלכע קאמפעני זאל איך קויפן? איך ברויך נישט קיין טייערע,
אויך, ברויך איך קויפן מיט די זעלבע מאס בי טי יוא?

וואס נאך דארף איך וויסן/פרעגן?