בלאט 2 פון 5

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 12:34 am
דורך א נעכטיגן טאג
איך האב געפלאנט צו אויפשטיין פארן עלות למעשה האב מיך דערוועקט פינף מינוט צו שפעט, שוין לאנג נישט געהאט אזא קאפ וויי אין א תענית.

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 7:45 am
דורך נא_שכל
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ר' למעלה דאס איז דאך ממש וואס כ'זוך. אפשר קענט איר געוואויר ווערן וויאזוי ס'הייסט מ'זאל עס קענען איינהאנדלען.

כ'וועל זאגן נאכמער, פארשפארסט מיר אסאך ארבייט, כ'האט זייט יום כיפור אנעגהויבן צו טון אין דעם ענין פון פראדוצירן אזא סארט פיל.

סתם פאר נייגער, ווי אזוי האסטו געפלאנט עס אהערצושטעלן?

צו קלאר פארשטיין, וועסטו מוזן ליינען די פעטענט...

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 12:48 pm
דורך דערבארומדיג'ער
צו די זאך האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
און פארגעס נישט אז די תעניתים זענען נתתקן געווארן דורך חז"ל כדאי צי צוברעכן די גוף.

זיך פיינוגען מיט הונגער, נישט קיין שום ענין צו האבן קאפוויי און זיין שוואך

אז מען איז הינגעריג איז מען שוואך אין די קאפ טיט וויי , אפילו אויב מען איז נישט ציגעבינדען צי קאווע.

אלענפאלס הדבר ברור אז מען מעג פרובירן זיך צי מאכן גרינגער בדרכים המותרים. מיינע ווערטער האב איך געשריבן פארן שואל פון די שאלה וועלכער האט זיך עטוואס ברייט אויסגעדרריקט אויף די "תענתים סעזאן"

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 2:36 pm
דורך זכאי
יאפ די סעפאזעטאריס ארבייטן געוואלדיג ברוך השם. און יא מ׳פילט נאך אלס אז מען פאסט פאר די וואס האבן מורא אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ענין פון פאסטן.
בנוגע הלכה זאל יעדע פרעגן זיין דיין. אבער איך ווייס פון עטליכע גרויסע מורא הוראות וואס נעמען דאס בעצם יום הכיפורים.

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 5:01 pm
דורך למעלה משבעים
די רעדסט פון קאפין, אדער טיילענאל? איך ווייס פון עטליכע מורא הוראות וואס האבן נישט געלאזט נעמען די קאפין ספאזעטארי בעצם יום כיפור.

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 5:12 pm
דורך זבחי צדק
למעלה משבעים האט געשריבן:די רעדסט פון קאפין, אדער טיילענאל? איך ווייס פון עטליכע מורא הוראות וואס האבן נישט געלאזט נעמען די קאפין ספאזעטארי בעצם יום כיפור.

עס האט צוטוהן מיט די ריזיגע שמועס אין די אחרונים צו יוה"כ איז איסור אכילה בהנאת גרון אדער אפילו בהנאת מעים

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:42 am
דורך מיגו
ס'איז א פשוטע שאלה פון רפואה בשבת נישט מער. דערפאר אויב נפל למשכב מעג מען און לאיזה סיבה זענען אסאך מקיל פאר יעדן אן קיין תנאים.

געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2017 12:34 am
דורך Haklal
למעשה ווי קען מען דאס באקומען?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 11:51 am
דורך מי יודע
למעשה ווייסט איינער וואו מען קען דאס באקומען?
איך זיך דאס ספעציעל היי יאר, און אויב איינער קען העלפן מיט נאך עצה, היות כ'האב א שטיקל פארקילאכץ וואס נאך ס'קען העלפן פאר א גרינגן תענית מ'זאל נישט ווערן אויסגעטריקנט מיט קאפ וויי

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 12:08 pm
דורך געווייקטע קנאבל
אין בארא פארק ביי
Klein's Pharmacy
4818 13th Ave

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 1:07 pm
דורך splinter
למעלה משבעים האט געשריבן:געלויבט דער באשעפער אז אויב טרינק איך די קאווע פארטאג'ס אפי' ס'איז גאר פרי, העלפט עס מיר פארן טאג, אפי' איך לייג זיך צוריק דערנאך. ב"ה דערפאר.

אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ווי אזוי הייסט עס? און ווי קען מען עס באקומען ?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 2:48 pm
דורך יצחקי
splinter האט געשריבן:

?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 3:09 pm
דורך עולם ומלואו
זכאי האט געשריבן:יאפ די סעפאזעטאריס ארבייטן געוואלדיג ברוך השם. און יא מ׳פילט נאך אלס אז מען פאסט פאר די וואס האבן מורא אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ענין פון פאסטן.
בנוגע הלכה זאל יעדע פרעגן זיין דיין. אבער איך ווייס פון עטליכע גרויסע מורא הוראות וואס נעמען דאס בעצם יום הכיפורים.

.S. bros פארמאסי אין וויליאמסבורג פארקויפט עס

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm
דורך מונאוויטש
בעט פאר Caffeine/Tylenol suposetories. עס איז א היימישע געמיש און פארמאגט נישט קיין ספעציפישע ברענד.

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 3:50 pm
דורך למעלה משבעים
יצחקי האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:געלויבט דער באשעפער אז אויב טרינק איך די קאווע פארטאג'ס אפי' ס'איז גאר פרי, העלפט עס מיר פארן טאג, אפי' איך לייג זיך צוריק דערנאך. ב"ה דערפאר.

אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ווי אזוי הייסט עס? און ווי קען מען עס באקומען ?

?

http://thenewsflash.ca/book/903/mobile/index.html#p=35
For sale fasting pills

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 4:20 pm
דורך נודה לך
אין וואדריטש האט עס די משמש

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 7:19 pm
דורך Haklal
איינער ווייסט ווי לאנג דאס העלפט? אזוי אויך מעג מען דאס נישט נעמען אין תשעה באב אליין? וויפיל נעמט מען דערפון?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 7:37 pm
דורך למעלה משבעים
פון דאס וואס איך צייכן אן, נעמט מען איין פיל, די נאנטסטע צום איינפאסטן, עס הייבט אן ארבעטן 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה.

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 7:44 pm
דורך Haklal
ייש"כ

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 8:22 pm
דורך Amazing
למעלה משבעים האט געשריבן:פון דאס וואס איך צייכן אן, נעמט מען איין פיל, די נאנטסטע צום איינפאסטן, עס הייבט אן ארבעטן 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה.

דו רעדסט פון א פיל דורך די מויל?? אדער סאפאסיטאריס?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 8:26 pm
דורך למעלה משבעים
דורך די מויל.

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 8:33 pm
דורך Kosher Travel
מען פסקנט דא שאלות אין גרויסן!!!

פרעגט אייער מורה הוראה. וואס איז די שאלה פון נעמען א סאפאזיטארי "בעצם יום התענית"? עס הייסט נישט געגעסן. בנוגע יוה"כ, איז דא אפשר א ענין פון וענייתם את נפשותיכם. אבער נישט ביי א תענית דרבנן. דאס האב איך געהערט פון א מורה הוראה וואס ער אליינס נעמט עס אבער יא אום יום כיפור. נאכאמאהל, דאס איז א שאלה און פרעגט אייער מורה הוראה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 12:13 am
דורך תענית חלום
איך האב גענומען נעכטן פארן איינפאסטן א ״קעפין קעפסיל״. (די וואס פאנגט אן צו ארבעטן נאך 12 שעה) איך האב שוין זייער לאנג נישט געהאט אזא גרינגע תענית

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 12:04 pm
דורך yakovb
תענית חלום האט געשריבן:איך האב גענומען נעכטן פארן איינפאסטן א ״קעפין קעפסיל״. (די וואס פאנגט אן צו ארבעטן נאך 12 שעה) איך האב שוין זייער לאנג נישט געהאט אזא גרינגע תענית

ווי קויפט מען עס?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 2:32 pm
דורך תענית חלום
איך האב עס געקויפט אין מאנסי, ביי איינעם אינדערהיים.

ער בעט אפיציעל $18 א דאזע, ד.ה. איין פיל איז א דאזע, די אינקאם גייט פאר כולל אברכים טאראנטא.

ער האט געווענטליך קעפין, טיילענאל, מאטרין, אדוויל, דאס מאל האט ער שוין געהאט אויסגעלאפן פון אלעס חוץ קעפין, האב איך דאס גענומען.

איך גלייב אז ער וועט נישט האבן צו פארקויפן ביז פאר יום כיפור תשע"ח