בלאט 1 פון 5

פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 7:37 pm
דורך בינגא
אויש די קאפ הייבט זיך אן צו דרייען בלויז ווען מען דערמאנט זיך אז עס קומט שוין אן די "תעניתים סעזאן" שבעה עשר בתמוז, תשעה באב, צום גדלי', יום כיפור, און יעדע תענית באזונדער איז א אפקומעניש, פון קאפ וויי, איבעלניש וכו', צוליס וואס די קערפער איז צוגעוואינט צו איר טעגליכע דאזע קעפין, און פראטעסטירט ווען זי באקומט דאס נישט...

אלזא טייערע חברים ווער קען ארויסהעלפן מיט גוטע אויספראבירטע עצות צו פארגרינגערן דעם תענית פאר די וואס זענען אדיקטעד צו א טעגליכע קאווע אינדערפרי, וזכות הרבים יהא תלוי בכם.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 7:42 pm
דורך ראפאט קראמפלי
ס'איז פארהאן קעפין סעפאזעטאריס.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 7:43 pm
דורך למעלה משבעים
געלויבט דער באשעפער אז אויב טרינק איך די קאווע פארטאג'ס אפי' ס'איז גאר פרי, העלפט עס מיר פארן טאג, אפי' איך לייג זיך צוריק דערנאך. ב"ה דערפאר.

אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 8:15 pm
דורך מונאוויטש
נעם אריין צוויי עקסעדרין'ס (Excedrin) פארן תענית. ביי מיר ארבייט עס א מחי'.

עקסעדרין איז א פעין קיללער ספעציעל פאר מייגרעין אטאקעס. עס איז א געמיש פון טיילענאל, אספירין און קעפין.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 8:50 pm
דורך דערבארומדיג'ער
נישט די בעסטע עצה אבער איך טו עס עניוועי. אין א תענית רייכער איך א האלבע ציגרעטל פארמיטאג און א האלבע ציגרעטל נאכמיטאג. אויסער דעם רייכער איך קיינמאל נישט, אלס בחור פלעג געהעריג רייכערען.

תשעה באב איז שווער מיקל צי זיין ובפרט פאר איינער וואס איז נישט ציגעוואונט דערצי.

און פארגעס נישט אז די תעניתים זענען נתתקן געווארן דורך חז"ל כדאי צי צוברעכן די גוף.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 9:05 pm
דורך מיגו
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נישט די בעסטע עצה אבער איך טו עס עניוועי. אין א תענית רייכער איך א האלבע ציגרעטל פארמיטאג און א האלבע ציגרעטל נאכמיטאג. אויסער דעם רייכער איך קיינמאל נישט, אלס בחור פלעג געהעריג רייכערען.


רייכערן? אוי וויי! אין א תענית קען א ציגארעט זיין גאר שלעכט אפי׳ פאר רויכערער.

למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


ווי הייסט דער פיל?

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 9:10 pm
דורך ראפאט קראמפלי
מיגו האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נישט די בעסטע עצה אבער איך טו עס עניוועי. אין א תענית רייכער איך א האלבע ציגרעטל פארמיטאג און א האלבע ציגרעטל נאכמיטאג. אויסער דעם רייכער איך קיינמאל נישט, אלס בחור פלעג געהעריג רייכערען.


רייכערן? אוי וויי! אין א תענית קען א ציגארעט זיין גאר שלעכט אפי׳ פאר רויכערער.

גערעכט, איך ווייס נישט ווי אזוי דער עולם רייכערט אין א תענית.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 9:33 pm
דורך בינגא
כ'הער אז די קאמפעני וואס האט געמאכט די קעפין סעפאזעטארי האט עס יעצט אויפגעהערט צו פראדאצירן.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 9:46 pm
דורך מונאוויטש
מיגו האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ווי הייסט דער פיל?

לכאורה עקסעדרין, ווי געשריבן אויבן.

בינגא האט געשריבן:כ'הער אז די קאמפעני וואס האט געמאכט די קעפין סעפאזעטארי האט עס יעצט אויפגעהערט צו פראדאצירן.

עס זענען פארהאן פארמאסיסטס וואס מאכן עס אליין. פרעג זיך נאך אין די היימישע פארמאסיס.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 9:57 pm
דורך שמואל בארג
מיגו האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נישט די בעסטע עצה אבער איך טו עס עניוועי. אין א תענית רייכער איך א האלבע ציגרעטל פארמיטאג און א האלבע ציגרעטל נאכמיטאג. אויסער דעם רייכער איך קיינמאל נישט, אלס בחור פלעג געהעריג רייכערען.


רייכערן? אוי וויי! אין א תענית קען א ציגארעט זיין גאר שלעכט אפי׳ פאר רויכערער.



קוקט אויס ווי איר זענט נישט קיין רויכערער.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 10:21 pm
דורך למעלה משבעים
מונאוויטש האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ווי הייסט דער פיל?

לכאורה עקסעדרין, ווי געשריבן אויבן.

בינגא האט געשריבן:כ'הער אז די קאמפעני וואס האט געמאכט די קעפין סעפאזעטארי האט עס יעצט אויפגעהערט צו פראדאצירן.

עס זענען פארהאן פארמאסיסטס וואס מאכן עס אליין. פרעג זיך נאך אין די היימישע פארמאסיס.

כ'ווייס נישט די נאמען, עס שטייט נישט קיין נאמען אויפן פיל, א היימישע(?) פארמעסיסט מאכט דאס אליין.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 10:35 pm
דורך מונאוויטש
נישט עקסעדרין; די סעפאזעטארי.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 11:52 pm
דורך ראפאט קראמפלי
מונאוויטש האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ווי הייסט דער פיל?

לכאורה עקסעדרין, ווי געשריבן אויבן.

ניין, צוויי אנדערע זאכן.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 12:10 am
דורך קיווי סטראבערי
בינגא האט געשריבן:כ'הער אז די קאמפעני וואס האט געמאכט די קעפין סעפאזעטארי האט עס יעצט אויפגעהערט צו פראדאצירן.

למה?

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 12:14 pm
דורך שלום הצינורות
נעכטן געקויפט אין פארמאסי

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 1:01 pm
דורך צו די זאך
מונאוויטש האט געשריבן:נעם אריין צוויי עקסעדרין'ס (Excedrin) פארן תענית. ביי מיר ארבייט עס א מחי'.

עקסעדרין איז א פעין קיללער ספעציעל פאר מייגרעין אטאקעס. עס איז א געמיש פון טיילענאל, אספירין און קעפין.



יישר כח ביזדערווייל ארבייט עס א מחיה

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 1:26 pm
דורך מי יודע
קאן מען דאס באשטעלן ערגעץ אנליין?

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 3:23 pm
דורך צו די זאך
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
און פארגעס נישט אז די תעניתים זענען נתתקן געווארן דורך חז"ל כדאי צי צוברעכן די גוף.


זיך פיינוגען מיט הונגער, נישט קיין שום ענין צו האבן קאפוויי און זיין שוואך

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 3:46 pm
דורך Gevald Geshrigen
סופאסיטארי איז די ענסער (ארבעט זייר גוט פאר מיר)
געקויפט פאר יום כיפור אי ווילי ביי עס ברודערס היימיש פאבריצירטע און גענוצט היינט אינדערפרי.
רעמעדיס האט אויך געהאט היימיש פאבריצירטע

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 3:50 pm
דורך למעלה משבעים
דאס נעמט מען נישט בעצם יום התענית? [אויב יא איז דאס נישט אויסגעהאלטן].

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 4:24 pm
דורך מיגו
למעלה משבעים האט געשריבן:דאס נעמט מען נישט בעצם יום התענית? [אויב יא איז דאס נישט אויסגעהאלטן].

פארוואס איז עס נישט אויסגעהאלטן צו נעמען בעצם יום התענית?

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:05 pm
דורך נא_שכל
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ר' למעלה דאס איז דאך ממש וואס כ'זוך. אפשר קענט איר געוואויר ווערן וויאזוי ס'הייסט מ'זאל עס קענען איינהאנדלען.

כ'וועל זאגן נאכמער, פארשפארסט מיר אסאך ארבייט, כ'האט זייט יום כיפור אנעגהויבן צו טון אין דעם ענין פון פראדוצירן אזא סארט פיל.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 5:21 pm
דורך ידעתי
בינגא האט געשריבן:כ'הער אז די קאמפעני וואס האט געמאכט די קעפין סעפאזעטארי האט עס יעצט אויפגעהערט צו פראדאצירן.


ווי ווייט איך ווייס איז נישטא איין קאמפאני וואס מאכט דאס. רוב זענען היימיש געמאכט ביי פארמאסיס.

געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2017 7:07 pm
דורך מי יודע
נא_שכל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ר' למעלה דאס איז דאך ממש וואס כ'זוך. אפשר קענט איר געוואויר ווערן וויאזוי ס'הייסט מ'זאל עס קענען איינהאנדלען.

כ'וועל זאגן נאכמער, פארשפארסט מיר אסאך ארבייט, כ'האט זייט יום כיפור אנעגהויבן צו טון אין דעם ענין פון פראדוצירן אזא סארט פיל.

ג"א מצטרף, כ'האב קיינמאל נישט געוואלט נעמען די בעצם יום התענית ווייל כ'ווייס ס'איז נישט לכתחלה, אבער צו נעמען עפעס פריער, וואו שאפט מען דאס?

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 12:20 am
דורך ראפאט קראמפלי
נא_שכל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.

ר' למעלה דאס איז דאך ממש וואס כ'זוך. אפשר קענט איר געוואויר ווערן וויאזוי ס'הייסט מ'זאל עס קענען איינהאנדלען.

כ'וועל זאגן נאכמער, פארשפארסט מיר אסאך ארבייט, כ'האט זייט יום כיפור אנעגהויבן צו טון אין דעם ענין פון פראדוצירן אזא סארט פיל.

סתם פאר נייגער, ווי אזוי האסטו געפלאנט עס אהערצושטעלן?