בלאט 1 פון 3

וואקאציע אין שווייץ - אינפארמאציע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:57 pm
דורך תענית חלום
אזוי בליקענדיג אין די וועכנטליכע אויסגאבעס, זעהט מען אסאך בילדער פון אידן אויף אפרוה ״אין שווייץ״

בינעך געווען נייגעריג אזוי. קודם ווי גייט מען דארט אין שווייץ? עס זענען דא אזוי פיל בערג וכדו׳

צווייטנס, אז מען ווייסט שוין יא ווי מען ווייל גיין, ווי אזוי מאכט מען האטעל רעזארוועישאנס, ווי טרעפט מען מנין, מקוה, כשר? קאר רענטאל, אדער באן, ווי אזוי איז בעסער ארום צו פארן דארט?

דריטענס, וואס איז דא צו טוהן, א חוץ שפאצירן, טשעיר-ליפט.....?

איך האב געהערט אפאר נעמען פון שטעט, בינעך נייגעריג צו איינער ווייסט צו עס איז עפעס דא דארטן אדער ארום אין די געגנט
Saas Fee
Arosa
St Moritz
Davos
Lugano
Geneva

אויך ווער עס ווייסט, אז מען וויל אריינפארן קיין איטאליע, פראנקרייך אדער עסטרייך. איז דא א געהעריגע גרעניץ, אדער נישט?

א דאנק פון פאראויס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:10 pm
דורך קיסריה
קיין גרעניץ.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:45 am
דורך ווישוואש
זע דא.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:50 am
דורך ווישוואש
קיסריה האט געשריבן:קיין גרעניץ.

No passport control, but I think there is customs.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:02 pm
דורך איש פשוט אני
מיר איז לעצטענס אויסגעקומען צו זיין אין שווייץ, ווי איינצושטיין קען איך דיר נישט צופיל בייהילפיג זיין, אבער אזוי פיל קען איך שערן מיט דיר אז זיי האבן א מוראדיגע גוטע באן סיסטעם, באן נאך באן ארום די גאנצער לאנד, פראקטישער ביליגער אין פינקטליכער ווי דינגען א קאר, די גרויסער מעכטיגער אמיריקע מעג זיך שעמען פון switzerland

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:12 pm
דורך איש פשוט אני
איך בין אנגעקומען אין geneve air port געווארט 15 מינוט אויף א באן אינעם עירפארט, און געפארן א 2 שעה ביז SION און פון דארט גענומען די לאקעל באן.
איך האב מיר דערמאנט פון די שווייצער זייגער ווען מיין באן האט געדארפט ארויספארן 4:29 האט מען שוין געפיפען 4:28:45 און 4:29:00 איז עס שוין געפארן, נישט געקענט נאך לויפן מיט די נייסע פאות

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:14 pm
דורך ווישוואש
די אייראפעאישע באן סיסטעם איז בכלל מיילן פאראויס פון אמעריקע, אבער די שווייצער זענען פון אויב נישט די בעסטע.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:16 pm
דורך KMW
BTW you right the train is good but still would recommend renting a car

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:18 pm
דורך איש פשוט אני
איך האב געצאלט בערך 120 דאלער פאר די ראונד טריפ מיט די טרעין פון GENEVE ביז SION
די טעקסיס דארטן בעטן אסטראנאמישער סכומים, געפארן מיט זיי א וועג פון קנאפע 5 מינוט אין געצאלט 40 דאלער, יא גאנצע 40 דאלער פאר קנפע 50 מינוט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:20 pm
דורך איש פשוט אני
זיכער אויך א מהלך צו רענטען א קאר, אבער די באנען האבן א שטארקע ראיגקייט און איך מיין אז זייערע פרייזען זענען נישט איבערגעטריבן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:22 pm
דורך איש פשוט אני
מען דארף רעדן צו די שטאלצע אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אויפהערן שטאפן די גאנצער וועלט מיט זייער גערויבטע טעקסעס, און אויפבויען א שווייצער באן סיסטעם

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:05 pm
דורך תענית חלום
יישר כח הרב איש פשוט.

אגב וואס איז דא צו טוהן אין Sios ?
ארום Geneva איז דא ווי צו גיין?
ווי איז דא האטעלן אין די געגענטער ווי עס זענען דא פארשנייטע בערג אין די זומער?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:50 pm
דורך לכאורה
איש פשוט אני האט געשריבן:איך האב געצאלט בערך 120 דאלער פאר די ראונד טריפ מיט די טרעין פון GENEVE ביז SION
די טעקסיס דארטן בעטן אסטראנאמישער סכומים, געפארן מיט זיי א וועג פון קנאפע 5 מינוט אין געצאלט 40 דאלער, יא גאנצע 40 דאלער פאר קנפע 50 מינוט

5 אדער 50

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:36 pm
דורך ווישוואש
איך פערזענליך האב גענוצט די באן סיסטעם, אבער דער וואס וויל דינגען זאל זיכער מאכן אז ער קען דרייווען אויסגעהאלטן לויט די שווייצע מנהגים און הלכות.

בכלל איז שווערער צו דרייווען אין אייראפע ווי אין אמעריקע.

ווי אויך, דרייווען אויף הויכע בערג קען זיין שווערער ווי דרייווען אין וויליאמסבורג.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:50 am
דורך תענית חלום
ווישוואש האט געשריבן:איך פערזענליך האב גענוצט די באן סיסטעם, אבער דער וואס וויל דינגען זאל זיכער מאכן אז ער קען דרייווען אויסגעהאלטן לויט די שווייצע מנהגים און הלכות.

בכלל איז שווערער צו דרייווען אין אייראפע ווי אין אמעריקע.

ווי אויך, דרייווען אויף הויכע בערג קען זיין שווערער ווי דרייווען אין וויליאמסבורג.

איך מעג פרעגן ווי די האסט פארברענגט דארט? וועלכע געגנט? וועלכע בערג? אטרעקשאנס? שפאצירן?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:56 am
דורך ווישוואש
איך בין געווען אין אראזא, אלעס וואס איך האב געטון וועסטו טרעפן אינעם לינק וואס איך האב געלייגט אויבן.

דא האב איך געלייגט אפאר בילדער.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 6:12 am
דורך משהלע
Saas-Fee איז גן עדן עלי אדמות.

החותם הצב"י חונה פה סאס פעע.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 11:59 am
דורך KMW
in Saas fee you are not allowed to drive a car if I remember good, just electric cars due to pollution.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:09 pm
דורך דניאל אויערבאך
איש פשוט אני האט געשריבן:מען דארף רעדן צו די שטאלצע אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אויפהערן שטאפן די גאנצער וועלט מיט זייער גערויבטע טעקסעס, און אויפבויען א שווייצער באן סיסטעם

פאוואליע.......... ארמעריקע איז אביסעל גרעסער פון שווייץ :wink:
אויך אין אמעריקע איז מער ציגעשטעלט פאר דרייווערס ראודס און געז איז ביליגער,

אין שווייץ איז די לעבן (אפי' נאר וואקאציע) זייער טייער, אלעס פון טעקסיס ביז עסן
אין דער טעגלעכע איד ליין איך אז שווייץ וויל פארבאטען כשר'ע פלייש! אפי' נישט אימפארטן!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2017 8:49 pm
דורך איש פשוט אני
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:מען דארף רעדן צו די שטאלצע אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אויפהערן שטאפן די גאנצער וועלט מיט זייער גערויבטע טעקסעס, און אויפבויען א שווייצער באן סיסטעם

פאוואליע.......... ארמעריקע איז אביסעל גרעסער פון שווייץ :wink:
אויך אין אמעריקע איז מער ציגעשטעלט פאר דרייווערס ראודס און געז איז ביליגער,

אין שווייץ איז די לעבן (אפי' נאר וואקאציע) זייער טייער, אלעס פון טעקסיס ביז עסן
אין דער טעגלעכע איד ליין איך אז שווייץ וויל פארבאטען כשר'ע פלייש! אפי' נישט אימפארטן!


איך הער וואס די זאגט, אבער די באנען קענען זיין א מוראדיגע טובה פאר די אנוואוינער, וואלטן זיי געמעגט אנשטעלן אזא סיסטעם, טראץ דעם וואס אמעריקע איז גרויס,
אויב האט אמיריקע געקענט בויען אזא מעכטיגע אינטערסטעיט הייוועי פאר 70 יאר צירוק זעה איך בכלל נישט פארוואס זיי זאלן זיין אזוי אינטערשטעליג מיט די צירוקגעשטאנע באן סיסטעם

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:27 am
דורך תענית חלום
תחלית. קען איינער אנווייזן ווי צו גיין? ווי צו באשטעלן א האטעל?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:05 am
דורך ווישוואש
תענית חלום האט געשריבן:תכלית. קען איינער אנווייזן ווי צו גיין? ווי צו באשטעלן א האטעל?

ווישוואש האט געשריבן:זע דא.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:25 am
דורך לעמפלעך
כמיין אז שווייץ האטסו נאך געציילטע טעג אפשר נאך 2 וואכן וואס מען קען נאך טרעפן מנין כשר וכוי, אויב איינער ווייסט אנדערש וואלט איך הנאה געהאט ציהערן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:08 pm
דורך דוקטור
די האטעל אין אראזא איז אפען אגאנץ יאר

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:13 pm
דורך לעמפלעך
דוקטור האט געשריבן:די האטעל אין אראזא איז אפען אגאנץ יאר

לעווין? זיי זענען פארמאכט פון אפאר טאג נאך ר"ח אלול