הילף אין שלום בית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:37 pm

איינס האט געשריבן:
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:א גוטן ר' רואיגער
נאך וואס איך בין יא געווען אינוואלווד אין 2 ענליכע קעיסעס, קען איך דיר אזויפיל זאגן פון מיין ערפארונג,
פון די איינציגסטע וועלכע וועלן דיר באמת קענען העלפן אן צוברענגען צו א גט, איז ר' אלי' פנחס אייזענבערגער פון מאנסי.

בלשון אחר איך קען איינער וואס וועט דיר באמת קענען העלפן
[פון די איינציגסטע?!]

דירעקט געשריבן!
נאכן מיטהאלטן סעטואציע'ס פאר די לעצטע 6 יאר, און די מהלך המחשבה פון רוב שלום בית מאכער'ס.

איז ער פון די איינציגסטע וואס קען צוברענגן צו שלום בית ביי אזא האקעלע פאל.

אויב איז דער ציל איז זיך צו צוטיילן, קען איך דיר שוין אריינשיקן א לאנגע ליסטע, סארטירט ביי די וועלכע האלטן אז איז א מצוה זיך צו גט'ן ביז די וועלכע האבן פשוט שוין אלעס געטרייט און..... וואס קען מען טון..

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:57 pm

Wow באמת א גרויסן יישר כוח פאר די אלע ענטפערס, חיזוק, און עצות.
מיין אינבאקס איז איבערגעפילט. איך האף אז צווישן מנחה מעריב וועל איך האבן צייטן צו ענטפערן, און אויסשמועסן ברייטער דאס ענין.
יעצט דארף איך שוין לויפן עס איז 5:56 געניג וואס זי האט מיר געלאזט ארבעטן ביז יעצט

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:12 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:א גוטן ר' רואיגער
נאך וואס איך בין יא געווען אינוואלווד אין 2 ענליכע קעיסעס, קען איך דיר אזויפיל זאגן פון מיין ערפארונג,
פון די איינציגסטע וועלכע וועלן דיר באמת קענען העלפן אן צוברענגען צו א גט, איז ר' אלי' פנחס אייזענבערגער פון מאנסי.

אלס א נאנטער ידיד פון איינער מיט א היבש ענליכע פרשה וואס האט זיך אסאך געדרייט ביי הרב אייזענבערגער וואלט איך דיר מציע געווען זאלסט גיין צו ר' שמעון גרין ער איז ב"ה ארויס פון דארט א געהאלפענער.
השי"ת זאל באגליקן דיינע וועגן.

אוועטאר
נאקניק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:20 pm

תגובהדורך נאקניק » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:05 pm

אוי, מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, הרב הצדיק ר׳ רואיגער.

איך וועל דיר זאגן וואס ס׳שמעקט מיר הגם ס׳נישט מעגליך בעולם צו דיאגניזירין פשוט פון ליינען אויף אייוועלט.

ס׳שמעקט מיר, אנדערע האבן עס שוין דערמאנט, אז זי ליידט פון BPD.

דו ביסט ווי עס קוקט אויס אריינגעכאפט אין די Co-Dependence נעץ. דו ווילסט איר פליזן. דו ביסט מן הסתם א גוטער מענטש בטבע און דו האסט ווארשיינליך מורא צו זאגן ניין אין אלגעמיין.

די מצב דא איז נישט קיין פשוטע און דארף עמערזזשענסי הילף!!

דו גייסט דארפן באקומען סטעפ ביי סטעפ גיידענס וויאזוי צו ריקן פאראויס די זאך, וויאזוי אראפצולייגן דיין פיס אוועק צו שטעלן גדרים און באונדעריס, און וויאזוי איר צו ברענגן צו טערעפי.

ביסט ליידער נישט דער איינציגסטער וואס איז אין אזא פעקל!! ביסט נישט אליין!! עס קען זיין אז דו פילסט פארלוירן און אליין אבער עס זענען דא גוטע מענטשן וואס קענען דיר העלפן.

און הער זייער גוט וואס איך זאג דיר יעצט:

דו מוזט זיך עפענען צו איינער וועמען דו געטרויעסט!!!!!!

דו מוזט!!!!

דו מוזט!!!!!

גיי אדורך דיינע קאנטעקטס און קוק אויב עס בליצט דיר אויף מיט וועמען צו רעדן. דו מוזט עס טון!!
עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, אבער אויך נישט צו פרי!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:13 pm

אביסל זיך קאנענדיג מיט סאושעל ווארקערס, פרעגן זיי מיך צומאל מיין מיינונג איבער מענטשן (אנע נעמען) אלס הערן א מיינונג נישט פון א פראפפעסיאנאלען שטאנדפונקט, נאר אלס א ציווילער בירגער.
אין א פאל, טאקע נאנט צו דיין (קיין איין פאל איז סיי ווען די זעלבע) האט יענער אנגעקלונגען א מומע זיינס, און קודם האט ער זיך אויסגערעדט צו איר. דאן האט די מומע "פערצופאל" גערעדט מיט די פרוי און מסביר געווען די פרוי, אז "זי" זאל גיין צו הילף אויף וויאזוי צו האנדלען מיט א מאן וואס גיבט איר קיינמאל גארנישט...
דאן האט מען גערופען די מאן זאל זיך פארענטפערן... ממש א מעמד הר סיני, קולות וברקים...
בוי זיך זעלבסט

רואיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:55 pm

עס איז אינטערעסאנט און וויכטיג צוצולייגן,(אנטשולדיגט מיר טאקע אז איך האב זיך דערמאנט אזוי שפעט)
די סיבה פאר וואס איך טראכט נישט אז עס איז BPD איז וויבאלד זי איז אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי עס האט ב"ה קיינמאל גארנישט געפעלט, עס איז געווען א גויטע 7 טעג א וואך ניין שעה א טאג. א הלוך ילך די קינדער זענען געווען באלעבאס. וועגן דעם טראכט איך אז עס קען זיין אז זי איז פלעין געספוילט אויף א ריזיגן פארנעם

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:05 pm

די גרינגסטע סטעיטמענט ווען מהערט אז א פרוי איז שלעכט צו א מאן איז BPD
אין פאקט איז BPD זייער שלעכטע מדות און א שווערע זאך צו באהאנדלען, אבער נישט יעדע פרוי וועלכע אטאקירט איר מאן ליידט אויף BPD.

שלוה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:07 pm

רואיגער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט און וויכטיג צוצולייגן,(אנטשולדיגט מיר טאקע אז איך האב זיך דערמאנט אזוי שפעט)
די סיבה פאר וואס איך טראכט נישט אז עס איז BPD איז וויבאלד זי איז אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי עס האט ב"ה קיינמאל גארנישט געפעלט, עס איז געווען א גויטע 7 טעג א וואך ניין שעה א טאג. א הלוך ילך די קינדער זענען געווען באלעבאס. וועגן דעם טראכט איך אז עס קען זיין אז זי איז פלעין געספוילט אויף א ריזיגן פארנעם

איז מעלה ומוריד יעצט צי זי האט יא bpd צי נישט? וואס איז וויכטיג איז, אז "די" ביסט אין אן ערענסטען פראבלעם וואס נויטיגט אין הילף ווי אומשנעלסטענס.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:12 pm

אומגלויבליך וואס אונזער'ס א ברודער מאכט מיט!

רואיגער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט און וויכטיג צוצולייגן,(אנטשולדיגט מיר טאקע אז איך האב זיך דערמאנט אזוי שפעט)
די סיבה פאר וואס איך טראכט נישט אז עס איז BPD איז וויבאלד זי איז אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי עס האט ב"ה קיינמאל גארנישט געפעלט, עס איז געווען א גויטע 7 טעג א וואך ניין שעה א טאג. א הלוך ילך די קינדער זענען געווען באלעבאס. וועגן דעם טראכט איך אז עס קען זיין אז זי איז פלעין געספוילט אויף א ריזיגן פארנעם

דו זאגסט דאך אבער אליין אז וויפיל דו וועסט פראבירן זיך צוצושטעלן וועט זי נישט זיין צופרידן. און ווידער איז דאס זיכער נישט קיין סיבה צו די כסדר'דיגע אטאקעס.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:18 pm

לכבוד הרב רואיגער

מיין הארץ גייט אויס פאר צער פון די פיינפולע מצב וואס דו גייסט אריבער דער אייבירשטער זאל דיך אויפרעכטן בקרוב

איך בין נישט קיין עקספערט איך קען נאר איבערשרייבן וואס אנדערע האבן געשריבן אז עס שמעקט פון BPD און דארף פראפעסיאנאלע הילף

די פאקט אז דיין שווער איז א גוטער און העלפט אסאך דזשאסטיפייט נישט אזא אויפפירונג

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:26 pm

אוי וויי. וויפיל הארץ ווייטאג און טרערן ליגן איינגעזאפט אין אזא געשיכטע. וויפיל צער און עגמת נפש, וויפיל שיכטן פון די וואס דער הייליגער באשעפער באטראכט אלס א פריינט, "ואוהביו כצאת השמש בגבורתו" אלו הנעלבין ואינם עולבין שומעין חרפתן ואינם משיבים, עושין מאהבה ושמחין ביסורין (שבת פח:).

און די פלא איז אז כאטש די אלע מאטערנישן בלייבסטו א 'רואיגער' און דו שלינגסט, קודם וויל איך דיר באדאנקען אז אין דיין זכות שטייט די וועלט, אן דיר וואלט איך נישט געלעבט היינט. ס'איז א קלארע חז"ל, אמר רבי אילעא אין העולם מתקיים אלא בשביל מי שבולם את עצמו בשעת מריבה, שנאמר "תולה ארץ על בלימה" (חולין פט.).

איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן, דאס איז לכאורה מידות מושחתות מאוד, וואס דארף אויסגעריסן ווערן. עס איז נישט נארמאל אז א פרוי זאל אזוי באהאנדלען דעם מאן. אלס איינער וואס איז געווען אן עלטערער בחור שלינג איך אלעס און כ'זוך אין יעדע זאך די חלק הטוב, אבער איך פארשטיי דיין שוועריקייט, כאטש נישט אויף אזא שווערע פארנעם.

א עצה טובה וואס האט ביי מיר געהאלפן, אבער קען זיין אז ס'האט נישט קיין שייכות מיט דיין אשת מפחידי... מיין רביצין האט מיר געשלעפט אהין און אהער ווי א שטיקל טישו אין א ווינטיגן וועטער, ביז איך האב איר געצווינגען אויף א שיינעם וועג צו טרעפן א דזשאב, און זיין פארנומען מיט די ארבעט פון 9 אזייגער צופרי ביז 5 אזייגער נאכמיטאג. איך האב געשאפן די בעביסיטערס און אלעס, און זיכער געמאכט אז זי ארבעט טאקע.

עס האט געארבעט וואונדערליך, איינמאל דער טאג איז געווארן אנגעפילט איז שוין נישט געווען קיין צייט צו טראכטן איבער דעם מאן א גאנצן טאג, וואס האט שוין געברענגט אין די זעלבע צייט ארויף אין גארגל אלעס וואס זי האט באטראכט אלס חסרון.

איך גלייב נישט אז דא וועט עס העלפן, אבער אפשר דאך יא, פאר דעם איין האלבע פראצענט, שרייב איך דיר עס אראפ.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן צו וואס יעדער שרייבט, נאר אז איך בין נישט מקנא דיין עולם הזה, אבער דיין עולם הבא איז לכאורה גאר א שטארקער.

איך בין יא געווען אינוואלווד אין אזוינע פעלער, און ב"ה מצליח געווען ארויסצוהעלפן אין געוויסע וועגן.

טראץ וואס מ'קען זייער קלאר געבן א שנעלן דיאגנאז אלס BPD וכו', איז דאך נישט אלעמאל אזוי, און עס קען אמאל זיין איין קנייטש אין ביכל וועלכע מ'דארף אויפקנייטשן.

די סיבה פארוואס אסאך מאל זעהט מען אז מ'הענגט זיך אן אויף געוויסע נעמען פון מחלות און קיין תרופות העלפן נישט איז ווייל מ'גייט נישט צוריק צום שורש.

לאמיך דיר מסביר זיין מיט א שטיקל משל און קען גאר זיין אז אפי' אן קיין פריוואטע שמועס וועסטו דאס קענען אליינס אנאלאזירן, וואס פון דיין שרייבן זהט אויס אז דו ביזט א פארשטענדליכער מענטש.

א איד האט געגעבן אמאל דירעקציע'ס פאר א צווייטן וויאזוי אנצוקומען פון מאנסי קיין לעיקוואד.

ער האט אים קלאר געגעבן אינסטרוקציעס צו פארן גראד, מאכן צוויי רעכטס, דערנאך א לינקס, ער האט אים געזאגט פונקטליך וויפיל מייל נאכדעם מ'דארף מאכן א שארפן רעכטס און אזוי ווייטער. (איך קען נישט די וועג, איך שטעל מיך נאר פאר...)

דער איד האט זיך ארויסגעגלאזט אויפן וועג און ער פארט און ער פארט און קומט נישט אן. ער זעהט אז ס'גייט דורך א גאנצער קיילאכיגער זייגער און ער פארט נאך אלס, רופט ער אן ביים ערשטן פובליק טעלעפאן זיין ידיד און ער פרעגט אים: זאג נאר, האסטו מיר געגעבן די ריכטיגע דירעקציעס? איך פאר שוין א גאנצן צוועלווער און איך האלט אין ערגעץ נישט.

זאגט אים זיין קלוגער חבר: אוי וויי האסט אודאי ערגעץ אויסגעעלאזט א דרייער, אדער האסטו דיך פארדרייט וואו איך האב געזאגט פאר גראד. אבער נישט געדאגה'ט לאמיר אנהייבן נאכאמאל: מאך צוויי רעכטס דערנאך א לינקס א שארפן רעכטס וכו'...

איר קענט זיך פארשטעלן וויפיל מעת לעת'ן דער איד האט געדארפט פארן צו אנערקענען אז אין לדבר סוף.

פארוואס?

אויב וויל מען פארן אויפן ריכטיגן וועג דארף מען צוריק פארן ביז וואו מ'האט אנגעהויבן, אדער עכ"פ געוואויר ווערן וואו פונקטליך מ'איז.

לענינינו, איז זייער וויכטיג דו זאלסט איבערטראכטן אפאר קלייניגקייטן.

פרעג דיך אליינס:

1. גראד נאך די חתונה איז בעסער געווען? אדער איז אזוי געווען פון גאנץ אנהייב?

2. אויב איז גראד נאך די חתונה שוין געווען אזוי, און דו קענסט נישט דיין ווייב אין בעסערע פארבן, איז דער פראבלעם א טיעפער און טאטאלער און אודאי דארפסטו גיין צו א מומחה און זיך מער נישט פארלאזן אויף גארנישט וואס דו ליינסט דא. (לייען נישט פון דא און ווייטער, נאר לויף....)

3. אויב איז נישט גראד געווען אזוי, נאר ס'האט זיך אנגעהויבן ערגעץ א תקופה נאכדעם, דארפסטו איבערקלערן די תקופה, און אפיר זוכן דעם גורם. דאס איז אמאל זיכער אז מדות איז א גרויסער פראבלעם דא, אבער ס'איאז נאך אלס נישט זיכער אז מ'קען נישט לעבן צוזאמען בשלום ושלוה אויב טרעפסטו דעם גורם.

לאמיך אביסל מסביר זיין וואס א גורם קען מיינען, ותן לחכם ויחכם עוד.

לדוגמה אז א האלב יאר נאך די חתונה איז געווען א עפיזאד ווען דו האסט געהאט שוועריגקייטן מיט אן ענין און זיך באצויגן צו דיין ווייב אויף אן אופן וואס האט געקענט אויסגעטייטשט ווערן ח"ו צום שלעכטן. דיין ווייב איז נאך געווען א שנה ראשונה ווייבל, און האט נישט גערעדט דערפון, אבער טיעף אין מוח און מער נאך אין הארצן האט זיך געבויט ריזיגע פארדאכטן און שעדליכע שנאה, מיט אומפארשטענדליכע חשדות אז דו ביזט דא צו טרייבן דאס גענאר פון איר.

דערנאך האט זי געהאט א קינד און דורך א תקופה פון שוואכקייט ווען דער מוח מיטן הארץ רעדן מער אפט, און ס'האט ארויסגעקלאפט אויף אן אופן אז זי וועט פון היינט און ווייטער פרובירן יעדן טאג פעסט צו שטעלן און אמאל אפילו עטליכע מאל א טאג, צו דו ביזט גוט צו איר ווייל דו ווילסט איר מאניפולירן? צו דו ביזט גוט צו איר ווייל דו ביזט נישט קלוג? און צו דו בביזט באמת שלעכט פון אנהייב ביזן סוף און זי איז גאר די גוטע וואס באמערקט נישט.

(איך רעד שנעל און קורץ... פרעג איבער אויב דו פארשטייטס נישט קען אפי' זיין אין אישי)

ווען א פרוי גייט אריין אין די חשדות און זי האט אפאר מדות וואס זי האט נאך נישט בעארבייט טראץ וואס זי האט עס אין די יוגנט געקענט בעסער אויסבאהאלטן, ווען זי האט שוין א שטוב מיט קינדערלעך קען זיך צומאל נישט באהערשן, און ווען ס'קראכט אויס ווערט פון א וואוילע אידישע מאמע רח"ל א העסליכע שעדליכע מכ...פה.

אויב דו שפירסט אז מיינע ווערטער זענען נוגע, לאז מיך וויסן, און מ'וועל מיר שמועסן פונעם סעלושן.

ביזדערווייל זאלסטו האבן א גוטע נאכט, און א פרייליכן תמיד.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:35 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן צו וואס יעדער שרייבט, נאר אז איך בין נישט מקנא דיין עולם הזה, אבער דיין עולם הבא איז לכאורה גאר א שטארקער.

ריזיג
פיין זיך ארויסגעברענגט
איך וואלט ווען געטינקען מיין כרפס אין אזוינע זאלץ וואסער

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:17 pm

עס איז פארהאן נאך אן אופן וועלכע קען זיין די שורש דערפון - בפרט ביי פרויען מיט פארמאכטע געפילן

די טבע פון פרויען איז אז ווען זיי באקומען א פרישע נאנטע, לייגן זיי יענעם אויף א טעסט צו ער איז באמת נאנט צו איר במחשבה דיבור ומעשה, אדער ער מיינט עס נישט אמת'דיג, און מיט די צייט בויעט זיך אויף אין איר א טראסט צו יענעם.

אויב אבער פעסט מען נישט די טעסט אין די ערשטע תקופה, קען די טעסט זיך ציען פאר לאנגע יארן, און פון מינוט צו מינוט זיך טוישן. אפי' ווען א מינוט צוריק האט דער מאן איר געהאלפן, א מינוט שפעטער קען זיך צוריק אויפוועקן אין איר דעם דראנג אז אפשר מיינט ער עס נישט אמת'דיג. נאר ווילאנג ס'שטערט אים נישט אין זיין פריוואטן סדר היום איז ער מיר גרייט צו העלפן.... וכו' וכו'

זייער אסאך פרויען - בפרט פארמאכטע טיפ - בויען דורכדעם ארום זיי א וואנט וועלכע האקט זיי אפ פון זייערע נאנטע ווען זיי פאלן אריין אין דעם גיסטע, און זיי שטעקן ארויס מעסער אויב וויל ער נאר נאנט קומען צו דעם וואנט, אנשטאט זיך אויסרעדן און ארויסברענגען איר ווייטאג - וועט זיי שרייען און אטאקירן, אלעס ארויסצוברענגען איר ווייטאג אופן דעם קרומען וועג וועלכע זי שפירט פאר א זיכערערע אופן.

ווען זי שפירט אז דער מעסעדזש קומט נישט אן, קריכט זי אריין נאך טיפער דערין און צומאל פארפירן מיט עקסטרעמע מיטלען, נעמליך איר מעסעדזש איז דערהערט געווארן ביים ערשטן מאל.

די שוועריקייט איז וויאזוי צו דיעלען דערמיט, וויל מען שפירט זיך ווי געטרעפט זיבורא ועקרבא. דער מאן קען איר נישט בארואיגן אדער אויפווייזן אז ער איז יא געטריי, ווייל דעאלטס הרג'עט ער איר מעסעדזש, נישט דאס וויל זי הערן, ווידער איבערבעטן איז אויך נישט קיין אפציע, סיי ס'ארבעט נישט, זי איז שוין יעצט פארגראבן אין אירע געפילן, ע"פ רוב וועט זי חוזק מאכן פון דיין איבערבעטונג און עס צוריקווארפן אין פנים אריין. בכלל איז נישט גוט איבערצובעטן און פאלן אויף די קניען פאר איר, וועלכע דערנידערט דיין אימעידזש.

דער וואס פארשטייט די נקודה, הערט אונטערנבאוויסטזיין אין איר געשריי: "קום נענטער צו מיר אבער דו גייסט כאפן א שטאך פון מיינע מעסערס וואס איך האלט".

די עצה - טאארעטיש גערעדט -אין אזא פאל איז: צוגיין נענטער און בערמה ארויסכאפן די מעסער פון אירע הענט, קראכן די לופט באלאן מיט א נאדל.

אין פראקטישע מציאות: ווען זי שרייט, הער איר אויס יעדע ווארט מיט רעספעקט, אריינטראכטן אין אירע ווערטער אויסמשל'ן אין מחשבה וויאזוי זי שפירט יעצט יעצט, און באמת מיטליידן. פאקטיש זי אליינס איז בצער אסאך מער(!) פון די מצב אין וואס זי געפינט זיך, זי גייט אדורך גייסטישע עינויים. הער איר אויס און קאמאנטיר נישט קיין ווארט.

נאכן אויסהערן טו וואס דו האסט צו טון, צ.ב.ש. דער מאן האלט ביים ארויסגיין פון שטוב און זי פאלט אריין אין אטאקע אז ער מוז בלייבן יעצט אינדערהיים, ער הערט איר אויס מיט געפיל, און דערנאך זאגט ער "קוק אהער יעצט מוז איך גיין, אבער כ'האב פארשטאנען דיינע פילינג'ס און דיינע נידס, כ'וועל אהיימקומען אין א האלבע שעה, איך לויף און איך קום"

דאס צומישט די גאנצע קארטן, פון איין זייט נישט אונטערגעפאלן אונטער איר, און פון די אנדערע זייט געגעבן רעכט פאר אירע געפילןץ

ע"פ רוב נאך עטליכע אזוינע רעספאנטס, וועט זי אליינס אנהייבן פילן שלעכט פארווואס זי טוט דאס.

דאס איז איין משל

די נושא איז זייער ברייטע, כ'האף אז די נקודה איז גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:13 am

מיין מיטגעפיל מיט דיר מאכט מיך שרייבן א תגובה.

מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.

די תירוץ אויף דיין שאלה ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, איז אין קורצן: דו האסט נישט קיין שאלה, דו האסט א פראבלעם.

עס איז נישט נארמאל, עס טאר אזוי נישט זיין, צו עס איז א מחלה, צו א געוואוינהייט, צו עפעס האט פאסירט, אין יעדעס פאל, איר דארפט הילף פון א ערליכער איד א פראפעשאנאל, וואס איז איז ברייט באקאנט צו שליכטן קעיסעס און צוריק בויען אידישע הייזער, איינער וואס זיך אריין לייגן און דיר שיקן וואו מ'דארף און באגלייטן די גאנצע צייט, אויב האסטו א ערליכער איד וואס דו ביזט היימיש, שעם זיך נישט און נעם אים אריין אין בילד.

דו זאלסט זיך האלטן שטארק, כאטש עס מאכט פילן זייער וואנערבאל, אז דו ביזט דער וואס האט שלום בית פראבלעמען, דו ביזט גארנישט שולדיג, (און קען זיין זי אויך נישט) און דארפסט נישט זיין באזארגט, עס איז דא אידן וואס האבן דאס און ערגער מיטגעמאכט, און האבן שפעטער א זיס לעבן, דאס שנעלסטע וואס דו וועסט קעיר נעמען די שנעלער וועסטו אויפגעראכטן ווערן.

איך וואלט נישט געראטן זאלסט רעדן צו דיינע שוויגער עלטערן, זאל דער רב רעדן צו זיי, וויפיל זיי וועלן דיך וועלן פארשטיין, וועלן זיי דיר נישט קענען העלפן, אין בעסטן פאל וועסטו האבן פון זיי א פארשטענדליך רחמנות'דיגע בליק, אבער אויב זיי קענען דיר ווען העלפן, וואלטן זיי עס שוין געטון ביז יעצט.

דער עיקר:
מיר זענען מתפלל פאר דיר, זאלסט שנעל און גרינג אויפגעראכטן ווערן, און זוכה זיין צו א בית נאמן בישראל, אשתך כגפן פורי'.. ובנך כשתילי זתים, מתוך שמחה וטוב לב.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:33 am

איין זאך נאך וואס קען אפשר זיין, ווי מיר זעען איז דא צוויי קינדער זייער נאנט איינער נאכן צווייטן, איז קען אפשר זייער זיין אז מ'רעדט פון א פאוסט-פארדאם-דעפרעשאן וואס איז מעגליך נישט באהאנדלט געווארן אין זיינער צייט, און עס לויפט איר נעבאך נאך, ספעציעל ווען מ'רעדט פון א פרוי וואס איבער געוואוינט אז זאכן גייען אייביג איר וועג, אין דא באאאמס צוויי וויינעדיגע קליינע קינדער מיט אלע שוועריקייטן וואס קליינע קינדער ברענגן מיט. יתכן?

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

לכבוד הרב רואיגער

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:15 am

לדעתי הפשוט איז דאס דער ריכטיגע אדרעס
עס איז דא א ארגעניזאציע ספעציעל פאר mental health referrals זיי מאכן אסאך חקירות ודרישות אויף יעדע דאקטאר וואס איז אין זייערע database, דא האט איר זייער אינפערמאציע

Relief Resources
9501 431 718
5904.13th Ave, Brooklyn, NY 11219
לעצט פאראכטן דורך א גאנץ יאר פרייליך אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:27 am

מיין הארץ בלוטיגט פאר דיר

עד מתי

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:15 am

ירחם המרחם
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 7:09 am

קודם, די אלע אויבענדערמאנטע פראזען זיינען אלע וואהר...
נאר נאך א קליינישקייט אין דעם הינזיכט.
פיל מאל ווען עס ווערט ערגער דער מצב, איז עס א אינערליכע וויי געשריי, וואס שרייט און מאנט. מיין מאן טייערער, העלף מיר ארויסגיין פון דעם זומפ!!!
ווי פערשטענדליך אז נישט יעדער האט די כלים דערצו, און מען דארף דאס פראסיאנעל בעהאנדלען, ווייל אפילו אין די פייער דעפארטמענט, וואס זיי זיינען געטרעינט אין פילע סארטען Rescue' ברויך מען א עקסטערע טיעם פאר Mud Rescue...
בוי זיך זעלבסט

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:44 am

בס"ד
פרוביר אויך האט געשריבן:נישט שייך עכט ארויסצוהעלפן דא, אפילו פאר א מומחה,
סיי ווייל מען דארף עס ארויסהאבען פון ביידע צדדים
און סיי ווייל א מהלך דארף ווערן באגלייט STEP BY STEP,
איין שלעכטע עצה, וואס האט אפילו געקענט העלפן ביי איינעם, קען דיר קאסטן דיין שטוב,

נעם א דוגמא עניני רפואה,
וועט דען איינער נעמען MEDICAL ADVICE , פאר א ערנסטע געזונט צושטאנדפון דא ?
עס איז איז גוט פאר טיפס

אבער ווען א שטוב איז אין א סכנה דארף מען פראפעסיאנאלע הילף!

מעגליך דיין בני בית דארף פסיכיאלגישע הילף
אסאך שטיבער מיט גרעסערע פראבלעמען זענען מסודר געווארן,

וועגן געלט, געדענק כל אשר לו יתן בעד נפשו!!!

אריינמישען איר משפחה קען אפשר זיין גוט פאר איינמאל
אבער די ווילסט נישט אז דיין שלום בית זאל זיין א פובליק זאך, און זיך ווענדן אין דיין שווער און שוויגער.

קוקענדיג אויף דיין שריפט, זעה איך א א טויגליכער אינגערמאן, ברייטע טיפע שריפט, ועל כולם א ווארימע געפילישע טאטע.
האלט דיר שטארק האסט א BRIGHT future

גוטע נקודות. אבער לויף פאר הילף, לעת כזאת הגעת למלכות.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:20 am

טייערע ' רואיגער'

איך וויין מיט דיר

דער 'פארצייטישער שטריימל' זעט אויס אז ער רעדט צום זאך
ואף אני אענה חלקי

הכי קראת שמך רואיגער ווייל דו ביסט ארואיגער נאטור?
למאי נפק"מ?
דער זאך איז אזוי
פון דיין שרייבן זעט מען אז דו ביסט א געוואלדיגע יונגערמאן און גאר חשוב און זייער קלוג מיט אגוטע פעדער
ועל כולם קומט ארויס אז דו ביסט זייער א גוטע

איך קען נישט דיין וויייב פארשטייט זיך
אבער אסאך מאל ווען מ'האט א גוטע מאן - גוט, מיין איך צו זאגן , אז כמעט אלעס וואס מ'בעט אים געבט ער
קען געשעהן אז אפילו איינער וואס איז נישט דוקא א אויסניצער און אודאי נישט קיין שלעכטער ,
זאל אנפאנגען צו בעטן און פאדערן ,ווייל אז ער זאגט יא איז פארוואס נישט בעטן מער

[איך האב א שוואגער וואס מ'זעהט אים אלע אלעמאל! ארום דרייוון די קינדער, טראגן, ברענגן וכו' וכו' פאר די ווייב
און זיין ווייב איז דירעקט נישט קיין שלעכטע!
נאר וואס ,אז דער מאן זאגט יא איז פארוואס דען נישט בעטן מער?]

און לויט ווי דו לייגסט נאך אראפ דער חינוך, אז דיין שווער ווייסט נישט פון צו זאגן א "ניין!"
(ומותר האדם מן הבהמה אין! זאגן "ניין" -אזוי האבן אונזערע מלמדים געטייטשט)
און דיין שוויגער נוצט אים אויס כנ"ל
איז זייער פארשטענדליך דער מצב
נאכדערצו אז זי האט זיך ציגעוואוינט אזוי און עס צוגעזען איז עס געווארן א שטיקל טבע שני

עד כאן האב איך געשריבן פון וואס עס זעט אויס
אויב מאך איך א טעות בעט איך דיך איבער און גיי צום נעקסטן שרייבער

יעצט למעשה,
איז אזוי,
דער ערשטע זאך דאפסטו באקומען אמת'ע טיפע שטארקייט!
דאס הייסט זיין רואיג ביי זיך און פעסט אז דו ביסט נארמאל , דו האסט רעכט צו זאגן פאר יעדן איינעם! און אויך דיין ווייב
"איים סארי איך קען דיך נישט העלפן "
מעגסט אפילו זאגן היינט בין איך זייער ביזי איך קען דיך היינט כמעט גארנישט העלפן
-איך זאג נישט אז דו זאלסט עס יעצט זאגן- נאר אז דו זאלסט קונה זיין דער געדאנק אז דו ביסט (בעזר הויה ) בעה"ב אויף דיך,און דו מעגסט!!! זיין בעה"ב אויף דיך!
און אודאי און אודאי איז קיינער אנדערש, נישט! בעה"ב אויף דיך .....
אזוי אויך מעגסטו זאגן דיינע געדאנקן וכדו' אפילו אויב יענער האלט אנדערש

נאכדעם קען מען רעדן למעשה
דהיינו וואס טוט מען יעצט למעשה?
זאל איך איר העלפן דריי שעה א טאג ? 2 שעה? וכו' וכו'
און אויף דעם קענסטו עקסטער ארבעטן
דהיינו אויסארבעטן וואס יא און וואס נישט
מיט געדולד און שטארקייט

אויך וועט דיין וווייב לכאורה דארפן הילף/הדרכה וויאזוי מ'פירט זיך אויף נארמאל
דהייינו אפי' אויב זי האט נישט קיין קרענק( אזוי ווי עס זעט טאקע אויס כמבואר למעלה)
אבער למעשה האט זיך עטוואס אריינגעבאקן א שלעכטע הנהגה וואס איז לייכטערארויסצונעמען מיט הילף

ווייס איך דאך אז דו האסט א קשיא אין הארץ אויף מיר
איך גיי איר זאגן צו גיין צו העלפ???
וויאזוי?????
זי וועט מיך גלייך אנשרייען!!!

זאג איך דיר...
ווען דו וועסט האבן די אויבנדערמענטע אריינגעבאקענע ראואיגקייט און שטארקייט
און וויסן אז דו! ביסט בעה"ב אין שטוב
וועסטו איר סאך לייכטער קענען זאגן מיט א רואיגקייט אז דו ווילסט אז זי זאל גיין

דוגמא פון אשמועס נאכדעם וואס דו ביסט רואיג שטטארק (האפנטליך)

דו:שעפעלע... איך מיין דו זאלסט דיך אביסל לאזן העלפן
ווייב:(אוי יוי מיין שטארקע מאן, ווואס האט מער נישט מורא פון מיר, וויל איך זאל זיך גיין העלפן, רבש"ע וואס טו איך דא)
ניין ! איך האלט נישט דערביי
דו: (ווערט נישט דערשראקן, ווען די ווייב זאגט עפעס איז שוין נישט קיין צו המלכה ב"ה)
איך האלט אז יא, דעס און דעס און דעס איז נישט ווי עס דארף צו זיין
ווייב: (עס איז צרות דער טרעט נישט אפ)
ניין איך גיי נישט
( איך האף ער גייט ארויסבעקן...)
דו: (ווערסט בכלל נישט איבערגענומען)
שווייגעניש....
דו: וועגן פארן מארגן צו דער חתונה.....
[דהיינו ,
איך האב געזאגט וואס איך האלט, איך האב די רעכטן עס צו זאגן! און איך דארף נישט אפטרעטן!
און יעצט גיימיר צום נעקסטן טאפי"ק...]
ווייב : (אוי יוי ! דעטס איט ! ער גייט נישט אפטרעטן
לאמיר זען אפשר האט ער עפעס א גוטע מענטש
עס איז טאקע נישט קיין תכלית...)

דידן נצח!!!!

נ.ב.עס קען נעמען א שטיק צייט ביז מ'קומט אן צו אזא דרגה
מיט געדולד... און שטארקייט!!!
חזק ואמץ!!

גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

תגובהדורך גראד געטראכט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:26 am

נאכאמאל א גוטן טייערע רואיגער
איך האף אז זאכן גייען צום גוטן

איך וויל זיך קודם אויסשמועסן אז איך בין דיר נישט חושד אלס א שוואכלינג
און עס זעט נישט אויס אזוי פון זיין שרייבן

איך האב נאר אויסגעשמועסט דער נושא פון שטארקייט עד הסוף
אשר ע"כ האב איך גענוצט אביסל אן עקסטרעמע לשון,
ואתך הסליחה

און יעשט גייסטו פרעגן דער וועלטס קשיא!!

וויאזוי באקומט מען אמת'ע שטארקייט ????????????????

נאכדערצו אז דו שרייבסט אז דו האסט נישט צו באצאלן
(און פאר באצאלט דארף מען אויך טרעפן דער ריכטיגע פאר דעם ענין און פא רדעם תכונת האדם... [פון עקספיריענס!] )
דעריבער בעט מען פון אלע חשוב'ע חברים
קומטס ארויף מיט אייערע עקספיריענס
און געבטס שטארקייט

תזכו למצוות
חזק ואמץ!!!!

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:42 am

הרב רואיגער.

איך באוואונדער דיין גבורת הנפש.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:48 pm

גראד געטראכט האט געשריבן:טייערע ' רואיגער'

איך וויין מיט דיר

דער 'פארצייטישער שטריימל' זעט אויס אז ער רעדט צום זאך
ואף אני אענה חלקי

הכי קראת שמך רואיגער ווייל דו ביסט ארואיגער נאטור?
למאי נפק"מ?
דער זאך איז אזוי
פון דיין שרייבן זעט מען אז דו ביסט א געוואלדיגע יונגערמאן און גאר חשוב און זייער קלוג מיט אגוטע פעדער
ועל כולם קומט ארויס אז דו ביסט זייער א גוטע

איך קען נישט דיין וויייב פארשטייט זיך
אבער אסאך מאל ווען מ'האט א גוטע מאן - גוט, מיין איך צו זאגן , אז כמעט אלעס וואס מ'בעט אים געבט ער
קען געשעהן אז אפילו איינער וואס איז נישט דוקא א אויסניצער און אודאי נישט קיין שלעכטער ,
זאל אנפאנגען צו בעטן און פאדערן ,ווייל אז ער זאגט יא איז פארוואס נישט בעטן מער

[איך האב א שוואגער וואס מ'זעהט אים אלע אלעמאל! ארום דרייוון די קינדער, טראגן, ברענגן וכו' וכו' פאר די ווייב
און זיין ווייב איז דירעקט נישט קיין שלעכטע!
נאר וואס ,אז דער מאן זאגט יא איז פארוואס דען נישט בעטן מער?]

און לויט ווי דו לייגסט נאך אראפ דער חינוך, אז דיין שווער ווייסט נישט פון צו זאגן א "ניין!"
(ומותר האדם מן הבהמה אין! זאגן "ניין" -אזוי האבן אונזערע מלמדים געטייטשט)
און דיין שוויגער נוצט אים אויס כנ"ל
איז זייער פארשטענדליך דער מצב
נאכדערצו אז זי האט זיך ציגעוואוינט אזוי און עס צוגעזען איז עס געווארן א שטיקל טבע שני

עד כאן האב איך געשריבן פון וואס עס זעט אויס
אויב מאך איך א טעות בעט איך דיך איבער און גיי צום נעקסטן שרייבער

יעצט למעשה,
איז אזוי,
דער ערשטע זאך דאפסטו באקומען אמת'ע טיפע שטארקייט!
דאס הייסט זיין רואיג ביי זיך און פעסט אז דו ביסט נארמאל , דו האסט רעכט צו זאגן פאר יעדן איינעם! און אויך דיין ווייב
"איים סארי איך קען דיך נישט העלפן "
מעגסט אפילו זאגן היינט בין איך זייער ביזי איך קען דיך היינט כמעט גארנישט העלפן
-איך זאג נישט אז דו זאלסט עס יעצט זאגן- נאר אז דו זאלסט קונה זיין דער געדאנק אז דו ביסט (בעזר הויה ) בעה"ב אויף דיך,און דו מעגסט!!! זיין בעה"ב אויף דיך!
און אודאי און אודאי איז קיינער אנדערש, נישט! בעה"ב אויף דיך .....
אזוי אויך מעגסטו זאגן דיינע געדאנקן וכדו' אפילו אויב יענער האלט אנדערש

נאכדעם קען מען רעדן למעשה
דהיינו וואס טוט מען יעצט למעשה?
זאל איך איר העלפן דריי שעה א טאג ? 2 שעה? וכו' וכו'
און אויף דעם קענסטו עקסטער ארבעטן
דהיינו אויסארבעטן וואס יא און וואס נישט
מיט געדולד און שטארקייט

אויך וועט דיין וווייב לכאורה דארפן הילף/הדרכה וויאזוי מ'פירט זיך אויף נארמאל
דהייינו אפי' אויב זי האט נישט קיין קרענק( אזוי ווי עס זעט טאקע אויס כמבואר למעלה)
אבער למעשה האט זיך עטוואס אריינגעבאקן א שלעכטע הנהגה וואס איז לייכטערארויסצונעמען מיט הילף

ווייס איך דאך אז דו האסט א קשיא אין הארץ אויף מיר
איך גיי איר זאגן צו גיין צו העלפ???
וויאזוי?????
זי וועט מיך גלייך אנשרייען!!!

זאג איך דיר...
ווען דו וועסט האבן די אויבנדערמענטע אריינגעבאקענע ראואיגקייט און שטארקייט
און וויסן אז דו! ביסט בעה"ב אין שטוב
וועסטו איר סאך לייכטער קענען זאגן מיט א רואיגקייט אז דו ווילסט אז זי זאל גיין

דוגמא פון אשמועס נאכדעם וואס דו ביסט רואיג שטטארק (האפנטליך)

דו:שעפעלע... איך מיין דו זאלסט דיך אביסל לאזן העלפן
ווייב:(אוי יוי מיין שטארקע מאן, ווואס האט מער נישט מורא פון מיר, וויל איך זאל זיך גיין העלפן, רבש"ע וואס טו איך דא)
ניין ! איך האלט נישט דערביי
דו: (ווערט נישט דערשראקן, ווען די ווייב זאגט עפעס איז שוין נישט קיין צו המלכה ב"ה)
איך האלט אז יא, דעס און דעס און דעס איז נישט ווי עס דארף צו זיין
ווייב: (עס איז צרות דער טרעט נישט אפ)
ניין איך גיי נישט
( איך האף ער גייט ארויסבעקן...)
דו: (ווערסט בכלל נישט איבערגענומען)
שווייגעניש....
דו: וועגן פארן מארגן צו דער חתונה.....
[דהיינו ,
איך האב געזאגט וואס איך האלט, איך האב די רעכטן עס צו זאגן! און איך דארף נישט אפטרעטן!
און יעצט גיימיר צום נעקסטן טאפי"ק...]
ווייב : (אוי יוי ! דעטס איט ! ער גייט נישט אפטרעטן
לאמיר זען אפשר האט ער עפעס א גוטע מענטש
עס איז טאקע נישט קיין תכלית...)

דידן נצח!!!!

נ.ב.עס קען נעמען א שטיק צייט ביז מ'קומט אן צו אזא דרגה
מיט געדולד... און שטארקייט!!!
חזק ואמץ!!

זייער שטארק ארויסגערענגט

עס איז דא דערין נאך טיפיערע קנייטש
ווען א פרוי ווייסט די טעכנישע פראסעס וויאזוי ארויסצובאקומען א "יא" פון איר מאן, איז דער "יא" בכלל נישט קיין "יא"

מעשה א'

פרוי: איך וויל דו זאלסט מיר נעמען צו וואל-מארט
מאן: אקעי,
פרוי איך וויל דו זאלסט מיר אויסווארטן ביז איך ענדיג איינקויפן
מאן: (יוי איך האב נישט קיין צייט) אממ. אקעי, מאך עס שנעל
פרוי: און נאכדעם טראג מיר צו גאלדשטיין'ס בר מצוה
מאן: איך האב אבער נישט קיין צייט
פרוי: (דאנט ווארי איך וועל אים מוטשענען ער וועט מיר נישט קענען זאגן ניין) דו מוזט
מאן: איך דארף גיין צו םשיעור
פרוי: קאל אים אן אז דו גייסט לערנען מיט אים שפעטער, דו קענסט עס נישט טון פאר מיר.
מאן אקעי

עטס האלטס מיט? די פרוי קען פשוט די קנעפלעך וועלכע זי דארף קוועטשן און ס'קומט ארויס כסדר דעם "יא"
אין אזא פאל איז זי ניטאמאל מחשיב זיין זיך צושטעלן ווייל אונטערן באוויסטזיין ווייסט זי אז ס'איז גארנישט דער מאן, ס'איז איר ארבעט און זי קען פשוט גוט די מלאכה

מעשה ב'

פרוי: איך וויל דו זאלסט מיר נעמען צו וואל-מארט
מאן: וא רגע וויפיל אזייגער איז? אממ אקעי אז דו קומסט אין די נעקסטע 5 מינוט האב איך צייט,
פרוי איך וויל דו זאלסט מיר אויסווארטן ביז איך ענדיג איינקויפן
מאן: איך דארף שוין כמעט גיין צום שיעור ממילא וועל איך נישט קענען אויסווארטן
פרוי: אבער איך דארף ממילא נאכדעם גיין צו גאלדשטיין'ס בר מצוה
מאן: קוק אהער איך מוז גיין צו מיין יעור, אויב דו ווילסט קען איך נאכן שיעור דיך דעמאלטס אויפפיקן און העכסטענס אנקומען אפאר מינוט שפעטער צום בר מצוה, אדער נעם א טעקסי איך וועל דיר געבן די פאר דאללער.

ביי דעם מעשה ווען דער יא און ניין ליגט ביים מאן אלס די זעלבע שטארק פאטענציאלער ענטפער, דאס אז ער נעמט איר צו וואל-מארט - ער איז גרייט איר אויפצופיקן נאכן שיעור - ער גייט איר טראגן צום בר מצוה - ער אפפערט איר דעם 10'ער פארן טעקסי, איז אלעס כל כולו געבגעבן פאר איר, און זי שפירט עס אלס אבנערמאלער העפליכקייט.
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער שטריימל אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט