הילף אין שלום בית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חזק חזק ונתחזק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 5:32 pm

תגובהדורך חזק חזק ונתחזק » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:02 pm

ליבע איד האט געשריבן:וויאזוי זאל איך רעאגירן ווען מיין בני בית ווערט אנגעצויגען און איז נערוועז? איך בין ממש צופאלן, איך ווער זייער פארלוירען און צובראכן. מיין טאג אין נישט קיין טאג.

ביטע ענטפערט. אפילו נאר איין שורה איז גענונג.


אפשר ברייט אויס דיין שאלה.
אנגעצויגן און נערוועז.

אויף דיר? אויף א נאנטע? אויף א סיטואַציע (די שטוב פארט אויף רעדער)? אויף א רפואה - ווייטאג (אָדער אפילו זיך איינגערעדט)?

ווי אזוי שפילט זיך עס אויס? וויינען? שרייען? נישט קענען טראַכטן? נישט רעדן מיט דיר אדער אנדערע געהעריג? נישט טוהן וואס מען דארף?

ווי אפט קומט דאס פאר? ווי לאנג ציעט זיך דאס?

למדן וחסיד
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:17 pm

חזק חזק ונתחזק האט געשריבן:
ליבע איד האט געשריבן:וויאזוי זאל איך רעאגירן ווען מיין בני בית ווערט אנגעצויגען און איז נערוועז? איך בין ממש צופאלן, איך ווער זייער פארלוירען און צובראכן. מיין טאג אין נישט קיין טאג.

ביטע ענטפערט. אפילו נאר איין שורה איז גענונג.


אפשר ברייט אויס דיין שאלה.
אנגעצויגן און נערוועז.

אויף דיר? אויף א נאנטע? אויף א סיטואַציע (די שטוב פארט אויף רעדער)? אויף א רפואה - ווייטאג (אָדער אפילו זיך איינגערעדט)?

ווי אזוי שפילט זיך עס אויס? וויינען? שרייען? נישט קענען טראַכטן? נישט רעדן מיט דיר אדער אנדערע געהעריג? נישט טוהן וואס מען דארף?

ווי אפט קומט דאס פאר? ווי לאנג ציעט זיך דאס?
סאיז דא שיינע שיעורים אויף שלום בית פון הרב יואל ראטה http://breslevcenter.com/video-gallerie ... 7%99%D7%98 שמעו ותחי נפשכם

לארימער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 21, 2017 9:32 am

תגובהדורך לארימער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:21 pm

חזק חזק ונתחזק האט געשריבן:
ליבע איד האט געשריבן:וויאזוי זאל איך רעאגירן ווען מיין בני בית ווערט אנגעצויגען און איז נערוועז? איך בין ממש צופאלן, איך ווער זייער פארלוירען און צובראכן. מיין טאג אין נישט קיין טאג.

ביטע ענטפערט. אפילו נאר איין שורה איז גענונג.


אפשר ברייט אויס דיין שאלה.
אנגעצויגן און נערוועז.

אויף דיר? אויף א נאנטע? אויף א סיטואַציע (די שטוב פארט אויף רעדער)? אויף א רפואה - ווייטאג (אָדער אפילו זיך איינגערעדט)?

ווי אזוי שפילט זיך עס אויס? וויינען? שרייען? נישט קענען טראַכטן? נישט רעדן מיט דיר אדער אנדערע געהעריג? נישט טוהן וואס מען דארף?

ווי אפט קומט דאס פאר? ווי לאנג ציעט זיך דאס?
חזק חזק ונתחזק האט געשריבן:
ליבע איד האט געשריבן:וויאזוי זאל איך רעאגירן ווען מיין בני בית ווערט אנגעצויגען און איז נערוועז? איך בין ממש צופאלן, איך ווער זייער פארלוירען און צובראכן. מיין טאג אין נישט קיין טאג.

ביטע ענטפערט. אפילו נאר איין שורה איז גענונג.


אפשר ברייט אויס דיין שאלה.
אנגעצויגן און נערוועז.

אויף דיר? אויף א נאנטע? אויף א סיטואַציע (די שטוב פארט אויף רעדער)? אויף א רפואה - ווייטאג (אָדער אפילו זיך איינגערעדט)?

ווי אזוי שפילט זיך עס אויס? וויינען? שרייען? נישט קענען טראַכטן? נישט רעדן מיט דיר אדער אנדערע געהעריג? נישט טוהן וואס מען דארף?

ווי אפט קומט דאס פאר? ווי לאנג ציעט זיך דאס?

איין זאך איז וויכטיג זאלסט געדענקען ווי ווייניגער צוריק ענטפערן זאלסט איר אויסהערן און מיטפילן מיט איר קען זייו זי האט געהאט א שווערע טאג היינט זי האט ליב ווען די מאן הערט איר אויס און לאז איר זיך אויסגעבן...

ליבע איד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 17, 2017 11:01 pm

תגובהדורך ליבע איד » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:05 am

יישר כח עס איז מיר א געוואלדיגע חיזוק צו הערן פון די אלע חשובע אידן דא זייער עקספיריענס. איך בין זיכער אז אסאך אידן וועלכע האבן דאס געליינט האבן געשעפט חיזוק.

כה לחי. אפשר קען איינער אריינקומען מיט א שאלה?

נ.ב. מיין אישי באקס איז איבערגעפילט געווארן פון דאנק מעסעדזשעס אויף ארויפברענגן דעם נושא אויפן טיש.

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:45 pm

וואס דארף מען טון ווען די בני בית קען צו גוט מיין נאמבער און זי ריפט יעדע 2 מינוט (נישט ממש, נאר מ'זאל פארשטיין) פאר נארישע זאכן?
יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן?
איר זאגן וועגן דעם, אדער בעסער בלייבן שטיל?
רעדן ווי איך פריי מיך אז די ריפט, אדער טריקן?
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:55 pm

א טיפ...

א מורה הוראה האט מיר אמאל געוויזן, ווי זיין רביצין'ס נומבער איז געסעיווט ביי איהם אונטערן נאמען "אשת חיל"... האט ער מיר געזאגט אז ס'איז א סגולה בדוק ומנוסה לשלום בית... ווען דער מאן זעהט אויפן סקרין "אשת חיל" איז דער געפיל גאר אנדערש צו איר... והבן...
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:56 pm

סאיזגוטבה האט געשריבן:וואס דארף מען טון ווען די בני בית קען צו גוט מיין נאמבער און זי ריפט יעדע 2 מינוט (נישט ממש, נאר מ'זאל פארשטיין) פאר נארישע זאכן?
יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן?
איר זאגן וועגן דעם, אדער בעסער בלייבן שטיל?
רעדן ווי איך פריי מיך אז די ריפט, אדער טריקן?

וואס וואלט ווען געווען באופן דיין נאנטע חבר רופט דיר יעדע צווייטע מינוט??
א קשר מיט א ווייב דארף זיין אויף די דרגא ווי א נאנטע פריינד.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:17 pm

Amazing האט געשריבן:
סאיזגוטבה האט געשריבן:וואס דארף מען טון ווען די בני בית קען צו גוט מיין נאמבער און זי ריפט יעדע 2 מינוט (נישט ממש, נאר מ'זאל פארשטיין) פאר נארישע זאכן?
יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן?
איר זאגן וועגן דעם, אדער בעסער בלייבן שטיל?
רעדן ווי איך פריי מיך אז די ריפט, אדער טריקן?

וואס וואלט ווען געווען באופן דיין נאנטע חבר רופט דיר יעדע צווייטע מינוט??
א קשר מיט א ווייב דארף זיין אויף די דרגא ווי א נאנטע פריינד.

נישט עכט גוטע אדווייס ווייל מיט אזא חבר העטעך ווען מיט דער צייט צעקריגט געווארן אדער זיכער געווארן אפגעקילט :wink:

א קשר מיטן ווייב איז אסאך אסאך טיפער ווי דעם, די שיעבוד און דאס זיין ממש - כלשון הפסוק - ווי איין מענטש.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 11:48 pm

תגובהדורך נחום » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:36 pm

ליבע איד האט געשריבן:מען זאגט און מען ליינט מען שמועסט און מען רעדט אז פרויען זענען ׳בעלי רגש׳ זיי זענען מער געפיליש. איך שפיר מיך אביסל מאדנע ווייל ביי מיר אינדערהיים איז דאס פונקט פארקערט. איך בין דער בעל רגש איך בין א ווארימער מענטש אין די צייט וואס מיין בני בית איז א צוריק געהאלטנע זי ווייזט נישט ארויס קיין עקסטערע געפילן.

קען דאס זיין? אדער איז דער פאקט אז פרויען זענען בעלי רגש נישט אמת? איך ווייס בידוע אז נאך אינגעלייט שפירן אזויווי מיר.

וואס האלט איר דערויף?


כבוד "ליבע איד נ"י
עס איז גוט אז איר ברענגט דאס ארויס , עס איז דא טויזענטער פארפעלקער ווי אייך.. עס איז 60/40 פראצענט . זייט נישט באזארגט , עס איז הונדערט פראצענט נערמאל. און פרובירט ניטאמאל צו טוישען די בריאה פונעם רבש"ע איר וועט דאס ח"ו צוברעכען וד"ל.. איר דארפט קענעו אייער טבע און אייער חושבע בני בית טבע.. ודי בזה.
טראסקע אוועק דיין סמארט פאון ! וועט אייך גוט זיין בזה ובבא !

שלוה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

תגובהדורך שלוה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 12:02 am

סאיזגוטבה האט געשריבן:וואס דארף מען טון ווען די בני בית קען צו גוט מיין נאמבער און זי ריפט יעדע 2 מינוט (נישט ממש, נאר מ'זאל פארשטיין) פאר נארישע זאכן?
יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן?
איר זאגן וועגן דעם, אדער בעסער בלייבן שטיל?
רעדן ווי איך פריי מיך אז די ריפט, אדער טריקן?


זיין אמת'דיג. ערשט מיט זיך, דערנאך אויך מיט איר.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 9:24 am

סאיזגוטבה האט געשריבן:וואס דארף מען טון ווען די בני בית קען צו גוט מיין נאמבער און זי ריפט יעדע 2 מינוט (נישט ממש, נאר מ'זאל פארשטיין) פאר נארישע זאכן?
יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן?
איר זאגן וועגן דעם, אדער בעסער בלייבן שטיל?
רעדן ווי איך פריי מיך אז די ריפט, אדער טריקן?



איך וויל אביסל צונעמען דיין שאלה.

אפאר זאכן דארף מען דא פארשטיין

פארוואס רופט זי יעדע מינוט?

טוט זי עס צו אנדערע אויך אדער דו זעסט עס ׳נאר׳ ביי דיר?

נאך א זאך וואס עס קוקט מיר אויס דא איז אז עס פעלט אין קאמיוניקאציע. דאס הייסט אזוי. די קאמיוניקעישן ביי א פארפאלק דארף זיין אויף אזוי ווייט אז איינער קען דעם צווייטען ארויסברענגן זיינע אדער אירע געפילן אויף סיי וועלכע ענין אין לעבן. יעצט, עס מיינט נישט אז מען ׳מוז׳ זאגן יעדע זאך אין די לעבן און מען מעג נישט מוותר זיין אויף געוויסע זאכן, נאר וואס עס מיינט איז אז עס מוז זיין די אפציע אויפן טיש אוועיליבעל.

הנוגע לעינינו, עס קוקט אויס פון די שאלה ווי דו ווילסט לייזן דעם פראבלעם, מיט א שנעלע סעלושען, אנשטאט צו וואקסען פון דיין פראבלעם. איך זאג דיר קלאר אז ׳די איינציגע זאך׳! וואס וועט דיר באמת העלפן וועט זיין געזונטע קאמיוניקעישן, דאס הייסט דו וועסט קאמיוניקעיטן מיט דיין בני בית איבער וואס עס שטערט דיר. נישט מיט קיין אטאקע, נישט מיט קיין הויכע קול, נישט מיט א נעגאטיווע גוסטע. נאר בלויז רעדן מיט א רואיגע טאן און מסביר זיין וואס עס שטערט דיר.

יעצט טייערער פריינט, דא קומט דער טריק. עס איז מעגליך אז דו וועסט הערן פון איר א סיבה פארוואס זי טוט דאס. און זיי באמת גרייט דאס צו הערן פון איר! עס קען זיין אז זי וועט דיר מגלה זיין אז זי פילט אז דו ביזט נישט דא אזוי סאך פאר איר בכלליות ( איך זאג נישט ח״ו אז אזוי איז די פאקט) ממילא שפירט זי אנסעקיוער, און דעריבער מוז זי רופן אגאנצען צייט (דעם חשבון איז א סוב קאנשעס חשבון און דעריבער האסטו נישט פארוואס זיך צוריק צו טעהנן מיט איר און איר ׳אויפווייזן׳ אז דו ביזט יא דא פאר איר, דו דארפסט איר אויסהערן צו זען וואס עס מיינט פאר איר דא צו זיין)

און פארוואס איך זאג אז עס איז טריקי, ווייל די סיבה אזויפיל אינגעלייט זוכן דעם שנעלען און גרינגען סעלושען איז ווייל זיי האבן נישט קיין געדולד צו ארבעטן אויף זיך, דהיינו ווייל סוב קאנשעסלי ווייסן זיי אז עס קען זיין אז זיי זענען דא אביסל שולדיג ממילא זוכן זיי צו פטרן דאס ענין גרינג ( פארשטייט זיך אז נאך אביסל זעט מען אז די עצה העלפט נישט זוכט מען אן אנדערע עצה.. און אזוי ביז די הונדערט און צוואנציג יאר..).

און אגב מיין טייערער פריינט, ווען מען זאגט אז מען דארף ארבעטן שווער אויף צו האבן שלום בית מיינט מען דאס, און מען מיינט נישט דאס גיין ארבעטן און געבן פאר די ווייב געלט צו קויפן קליידער! די ריכטיגע שלום בית פון וואס מען ווערט א אדם השלם איז דאס. צו אויסהערן יענעם און פארשטיין וויאזוי דו ביזט גורם יענץ און יענץ און זיך טוישן. א בחור וואס איז א פלג גופא קומט קיינמאל נישט אויס צו ארבעטן אויף אזא סארט זאך, און דעריבער וועט ער קיינמאל נישט וואוסן אז די און די אויפפירונג מאכט אנדערע שווער, און אזוי ווייטער.

סאו, אויף למעשה, וואלט איך דיר געראטן דו זאלסט עפענען די נושא מיט איר , אויף א שיינע אופן.

הצלחה מרובה, עס איז נישט לייכט, אבער די פארדינסטען דערפון איז עד לשמים, בדוק ומנוסה
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

ליבע איד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 17, 2017 11:01 pm

א שאלה

תגובהדורך ליבע איד » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 11:07 pm

וואס טוט מען אויב די מאן און ווייב זענען פון נאטור אויס רחוק מזרח ממערב, ער איז צופלויגן זי איז פונקטליך, זי איז ווארעם ער איז א קאלטער, ער איז א געשמאקע מענטש וואס קען אסאך און ווייסט אסאך, און זי אינטרעסירט נישט צופיל וואס טוט זיך אין די וועלט.

איך בין זיכער אז איך רעכען נישט אויס אלע נקודות ווי עס קען זיך מאכן חילוקים אין נאטור, אבער אין קורצן האב איך פרובירט ארויסברענגן דאס וואס עס מאכט זיך אפט ביי פארפעלקער ווען זיי זעען זיך אין א לאך, נעמליך עס שטימט נישט פונקט די פאזעל. זיי האבן נישט די זעלבע אינטערעסע אין זאכן, זיי זענען ממש קעגנזייטיגע פערסאנעלעטיס.

יעצט, אויב איינער איז דאס איז נישט אריבער וועט ער פארשטייט זיך קומען מיט שיינע משלים געפלאכטן אין דברי מוסר וחסידות... אז טאקע דאס איז גוט ווייל צוויי הפכיים זענען א דבר השלום... אבער למעשה אין טאג טעגליכן לעבן איז דאס שווער און צומאל זייער שווער.

וואס זאגט איר? וויאזוי קען אזא יונגערמאן זיך גוט לעבן, וואסערע עצה האט איר פון עקספיריענס וויאזוי צוויי אנדערע סארט מענטשן קענען זיך ארויסקומען און אפילו פארברענגען?

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 12:41 am

Kosher Travel האט געשריבן:די מאן האט געגעבן א כתיבה אז איך וועל דיר האלטן טייער ווי עס פאסט צו האלט א בנות ישראל. איך וועל דיר קויפן קליידער מיט jewelry, וכו', וכו'. סא יא! אזוי קומט עס. די מאן האט א חיוב פון ושימח את אשתו, נישט פארקערט. יא, זיי האבן אויך זייערע מצוות, ואיזה אישה כשירה העושה רצון בעלה. אבער די מושג פון זוך אריינלייגן אין יענעמס מצב איז די מצווה פונעם מאן.
Just Syaing

בנוגע חיובים איך זעה אז נאך איינער האט דאס ארויפגעברענגט, איז אזוי
עס איז דא חיובים כתובה וואס די מאן איז מחיוב און אויך פונקט אזוי (אפשר מער...)וואס די פרוי איז מחיוב! נישט אלעס שטייט אויפן שטר כתובה אבער עס איז מחיובי כתובה און איז מבואר אין כתובות פרק אע"פ דף נ"ט: ואלו מלאכות שהאשה עושה לבעלה, טוחנת ואופה ומכבסת, מבשלת ומניקה את בנה, מצעת לו המטה ועושה בצמר

אגב האב איך אמאל געהערט זייער א גוט ווארט פון א יוד כלפי די ענין אז דער מאן דארף מער ארבעטן און נאכגעבן און מיטפילן מיט די פרוי, ווי די פרוי צום מאן
ער האט געטייטשט די פסוק לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו אזא כנגדו
לכאו' ווי איז שייך צו זאגן לא טוב? בחורים לערנען אין ישיבה צופרידן און לעבן א גוטן טאג און עס איז דען נישט גוט?
האט ער געזאגט פשט אין פסוק איז לא טוב היות האדם לבדו, דער "מענטש איז נישט גוט" ווען ער איז אליינס, ער איז א שטיק עצמיות און פעלט אין מידות בשעת ער איז אליינס, ממילא אעשה לו עזר כנגדו דער רבש"ע האט אים געמאכט א "עזר" וואס ער דארף קאמפלעמענטירן און באדאנקן און נישט זיין קיין כפוי טובה, און א "כנגדו" וואס ער דארף זיין א וותרן און נישט ווערן בכעס און ארויסהעלפן מיט די שוועריקייטן
אזוי וועט דער מענטש אליין ווערן א אדם טוב! און אז עס איז אזוי איז שוין אטאמאטיש שרוי בשמחה וכו' וכו' און אזוי ווערט ער טאקע א אדם השלום און נישט קיין פלג גופא
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:04 am

ליבע איד האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן א פריינדשאפט צווישן צוויי חברים און שלום בית? מיין שאלה איז פארוואס קריגן זיך פארפעלקער ארום, בשעת ווען מיט זייערע פריינט זענען זיי אמבעסטן.

ענטפערט ביטע, לאמיר זיך אויסשמועסן אינאיינעם. ברענגט ארויס וואס איר האלט אויף דעם ענין.

געב דיין חבר קעיר צונעמען פין דיינע איצעלעך פיצעלעך, + ביגלען קאכן אין וואשן אין איך וועל דיך מסביר זיין די חילוק

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:23 am

ליבע איד האט געשריבן:וויאזוי זאל איך רעאגירן ווען מיין בני בית ווערט אנגעצויגען און איז נערוועז? איך בין ממש צופאלן, איך ווער זייער פארלוירען און צובראכן. מיין טאג אין נישט קיין טאג.

ביטע ענטפערט. אפילו נאר איין שורה איז גענונג.

אויב איז דאס זייער אפט איז דאך עס א סניף פין א גרעסערע פראבלעם נישט שייך צו ענפערן בכלליות
אבער אז די זעסט אז עפעס איז היינט געשען אן קיין פארוואס שרייט זי אין בלאזט אויף יעדע קלייניקייט זאלסטו וויסן אדער זי האט עפעס וואס דריקט איר אינעווייניג, אין פאר זי איז עס שווער אליינס ארויף צו ברענגען די נושא, זי ווארט אז די זאלסט עס ארויף ברענגען פאר איר צומאל איז עס איבער ענינים שבין איש לאשתו זי איז זייער נישט באקוועם זיך צונעמען סתם רעדן אינמיטען העלן טאג אן דעם וואס די זאלסט רעדן פארדעם, אדער איז זי געווארן באליידיגט פין עפעס וואס א פרוי ווערט באליידיגט אן דעם וואס די מאן זאל אפי' חלומע'ן אז זי קען פין דעם ווערן באליידיגט, על כן ווייסטו נישט אפי' צו טראכטן אז זי איז באליידיגט אין זי אבער בלאזט איגרויסן, כדי די מצב זאל נישט ערגער ווערן אין פארוויקעלט ווערן טריי ארויס צו באקומען פארוואס די בלאזט באמת אין פיניש עס גלייך

צבישלום
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 3:02 pm

שאלה

תגובהדורך צבישלום » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:08 am

מיין ווייב קומט פון זייער א couldn't careless צעפלויגענע שטוב, automatically איז געווען אסאך דיפערענצן אין adjustments צווישען אונז, מיין קשיא איז אז מיין ווייב פילט זייער די שנאה וואס איך האב אויף די ווערטשאפט און עס באדערט איר זייער??? (זי איז ב״ה בכלל נישט אזוי , בפרט ביי now)

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:50 am

מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:56 am

ממש אזוי האט געשריבן:מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.

א לינק ביטע
ער זאגט שיעורים כסדר??
אגב איך האב געהערט זיינע קרבתנו שיעורים ער איז געוואלטיג. שארף צום פוינט. אויך די וואס האבן קיין עקסטערע אינטערעסע צו הערען פסיכילוגען קענען שטארק הנאה האבן פון עם.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:03 am

Amazing האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.

א לינק ביטע
ער זאגט שיעורים כסדר??
אגב איך האב געהערט זיינע קרבתנו שיעורים ער איז געוואלטיג. שארף צום פוינט. אויך די וואס האבן קיין עקסטערע אינטערעסע צו הערען פסיכילוגען קענען שטארק הנאה האבן פון עם.

זאגט לעצטענס יעדע וואך א שיעור אין א שלום בית סעריע, סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש, האלט יעצט ביי דער זעקסטער. מען קען הערן/זען אלע שיעורים דא:
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=904
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:09 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.

א לינק ביטע
ער זאגט שיעורים כסדר??
אגב איך האב געהערט זיינע קרבתנו שיעורים ער איז געוואלטיג. שארף צום פוינט. אויך די וואס האבן קיין עקסטערע אינטערעסע צו הערען פסיכילוגען קענען שטארק הנאה האבן פון עם.

זאגט לעצטענס יעדע וואך א שיעור אין א שלום בית סעריע, סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש, האלט יעצט ביי דער זעקסטער. מען קען הערן/זען אלע שיעורים דא:
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=904
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

קוטיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

תגובהדורך קוטיג » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:51 am

ממש אזוי האט געשריבן:מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.

איך האב עס יעצט געהערט זיין שמועס, זיייער זייער שיין,
ארויסגעברענגט קלאר זייער א ויכטיגע נקודה, וואס מ'רעדט נישט אזוי פון דעם.
ר' "ממש אזוי" א גרויסן ייש"כ פאר די אינפארמאציע

ליבע איד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 17, 2017 11:01 pm

תגובהדורך ליבע איד » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:56 am

ממש אזוי האט געשריבן:מוראדיגע שיעור די וואך אויף Torah any time פון הרב שמעון גרין אויף שלום בית! די נושא איז איבער boundaries אין א רילעישענשיפ. איך מיין אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן דערפון.



אויך געהערט. זייער שיין און קלאר. א גרויסן דאנק.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:47 am

פרישע שיעור פון הרב שמעון גרין אויף Torah any timeאויף די נושא פון שוועריקייטן וואס מאכט זיך אין שלום בית. געוואלדיגע שיעור!
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:17 am

געוואלדיגע שיעור!
דרשה פאר פרויען
חינוך און שלום בית
יום ד' תרומה תשע"ט
הבהרה: די שיעורים פאר פרויען ווערן אפגעכאפט פון פאראויס, און דערנאך ווערט עס געוויזן פאר די פרויען.

https://www.dropbox.com/s/eml9t7rbtqenq ... 8.mp4?dl=0

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:57 pm

פון יעצט האט געשריבן:וועל איך בעטן אז איינער וואס קען דאס ענין זאָל אריינקומען און אויסקלארן

אין קורצן:
צו זאגן אז פרויען זענען מער געפיליש ווי מענער איז נישט ריכטיג,
די חילוק פון מענער און פרויען בנוגע געפילן איז די מהלך המחשבה,
ריכטיג איז אז
מענער האבן א לאגישע מהלך המחשבה, טראכטן דורך זאכן מיט מער לאגיק ווי געפילן,
ווס. פרויען וואס האבן א געפילישע מהלך המחשבה, זיי טראכטן מיט מער געפילן ווי לאגיק
(די זעלבע זאך ביי די אניעגרעם, אז ס׳מוז נישט זיין אז אויב איינער איז שטארק געפיליש איז ער א פירער,
ווייל גראדע זעקסערס קענען זיין מער געפיליש ווי פירערס, נאר דע פירערס האבן מער א געפילישע מהלך המחשבה,)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט