שיעורי הרב שמעון גרין ~ מייסד להאיר

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Peace of Mind
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 2:01 pm

שיעורי הרב שמעון גרין ~ מייסד להאיר

תגובהדורך Peace of Mind » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:55 pm

הרב שמעון גרין איז א מחנך און א מדריך א שטארק חסידישע תורה'דיגע יונגערמאן וואס לערנט אויס א חכמת החיים מיט זיין יחידיות'דיגע מהלך.

לעצטענס זאגט ער שיעורים וועכענטליך אין חינוך און שלום בית דאס איז חוץ פון שיעורים וואס ער זאגט פון צייט צו צייט אין גלעגנהייטן ווי שבת קרבתנו וכדו'

איך מיין אז זיינע שיעורים זענען שווה לכל נפש, ער קריכט נישט צופיל אין פיסיכילוגיה, ער איז נישט די גלענצענדע רעדנער מיט א קריספי חיתוך הדיבור און א סענס אף יומער, אויך איז זיין וועג פון רעדן אויף א למעשה'דיגע מהלך, ווען מען הערט אויס זיין שיעור נעמט מען ארויס פראקטישע נקודות אויף למעשה.
און דאס בערך האב איך אויך געהערט פון חבירים אז זיי זעהן אויך אין זיינע שיעורים א יחידיות'דיגע מהלך, ממילא מיין איך אז עס איז פאסיג א באזונדערע אשכול פאר זיינע שיעורים.

דא איז א לינק צו זיין ערשטע שיעור אין חינוך עס נעמט בערך 20 מינוט
שיעורי חינוך חלק א'

דא איז א לינק צו זיין ערשטע שיעור אין שלום בית עס נעמט בערך 25 מינוט
שיעורי שלום בית חלק א'

א שיעור ביי שבת קרבתנו ווי אזוי מחנך צו זיין א נישט לייכט קינד (English)
א יסודית'דיגע שיעור אין חינוך פאר א נישט גרינג קינד

Q&A ביי שבת קרבתנו זייער אינפארמאטיוו (English)
שו''ת Q&A מיט הרב אביחי כהן

יוסיף דעת
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:28 am

דא קענט איר הערן אסאך פון זיינע שיעורים
Rabbi Shimon Gruen
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:59 pm

זעה איך צעטלעך אז הרב גרין גייט געבן א קורס איבער EFT (שוין דא דערויף א באזונדערע אשכול).
וויל איך וויסן צו איינער האט עקספיריענס מיט די מהלך? וויאזוי עס ארבעט?
האט הרב גרין שוין געגעבן דערויף לעקציעס בעבר?

Peace of Mind
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 2:01 pm

תגובהדורך Peace of Mind » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:09 pm

זעירא דמן חבריא האט געשריבן:זעה איך צעטלעך אז הרב גרין גייט געבן א קורס איבער EFT (שוין דא דערויף א באזונדערע אשכול).
וויל איך וויסן צו איינער האט עקספיריענס מיט די מהלך? וויאזוי עס ארבעט?
האט הרב גרין שוין געגעבן דערויף לעקציעס בעבר?

הרב גרין גיט כסדר די קורס, בכלל ארבייט ער אסאך מיט די מהלך.

ער האט אויך גערעדט פערזענליך מיט דער וואס האט מחדש געווען די מהלך, [איך מיין ער לעבט נאך] וואס ווי פארשטענדליך גיט דאס אסאך צו.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:40 pm

שלום עליכם פאר תמניא אפי

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:50 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:שלום עליכם פאר תמניא אפי

;l;p- :grin: גוט גוט.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:38 pm

ווייסט אפשר איינער ווי רעב שמעון וואוינט?
נאמבער שאפשר להתקשר עמו?
ארויס פין בבל

רוצה לדעת
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

תגובהדורך רוצה לדעת » מיטוואך מארטש 14, 2018 2:47 pm

וואוינט אין ב"פ
נאמבער
718-841-6557

התבונני
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

להאיר האטליין

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 2:29 pm

718-841-8400
מען קען דארט הערן זיינע שיעורים

קארופציע
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 pm

תגובהדורך קארופציע » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:41 am

unnamed.jpg

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מאי 15, 2019 8:58 am

כ'זיך זיין אימעיל אדרעס ווי מ'קען ארין שיקן שאלות

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך מאי 15, 2019 11:46 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:כ'זיך זיין אימעיל אדרעס ווי מ'קען ארין שיקן שאלות
צוגעלייגטע
Screenshot_20190515-114311_Chrome.jpg
Screenshot_20190515-114311_Chrome.jpg (115.08 KiB) געזעהן 2162 מאל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 15, 2019 1:19 pm

דער קול מבשר איז א שרעקליכער מחוצף! איך דרוק דעם 0 קנעפל צו הערן דעם אינהאלט (ווי יואלי לעבאוויטש זאגט, די אינהאלט פון קול מבשר איז זערא...) און אנשטאט זאגן וואס ס'איז דא אויפן סיסטעם, הייבט ער אן א מוסר שמועס: "פארבעסערט אייערע קשרים מיט ר' שמעון גרין"

פארוואס אין די וועלט זאל איך פארבעסערן מיינע קשרים מיט גרין? וואס האב איך מיט אים??
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך יוני 12, 2019 8:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן: "פארבעסערט אייערע קשרים מיט ר' שמעון גרין"

פארוואס אין די וועלט זאל איך פארבעסערן מיינע קשרים מיט גרין? וואס האב איך מיט אים??

הא הא הא הא!!! איך האג געמיינט איך האב מיר בטעות פארבלאנדזשעט אינעם מילתא דבדיחותא אשכול

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 07, 2019 8:21 pm

האט איינער געליינט זיין ענגלישע ביך וואס ער האט ארויסגעגעבן אינאיינעם מיט דר. דיוויד ליברמאן?
איז עס א תועלת׳דיגע ביך?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

לעכטל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 15, 2019 4:40 pm

ער איז באוואוסט מיט די שיעורים וואס ער גובט אויף די 4 נאטארן פון א מענטש = די 4 קאלירן!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 15, 2019 5:24 pm

לעכטל האט געשריבן:ער איז באוואוסט מיט די שיעורים וואס ער גובט אויף די 4 נאטארן פון א מענטש = די 4 קאלירן!

כמיין די יסוד איז פון ר' מרדכי ווייננבערגערס 4 נאטורן פון עפר אש רוח מים

לעכטל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 15, 2019 5:40 pm

קען זיין, איך האב עס געהערט פון אים, ער האט עס פיין אראפ געלייגט!

שלמה׳לה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 7:20 am

תגובהדורך שלמה׳לה » דינסטאג יולי 16, 2019 9:17 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:כ'זיך זיין אימעיל אדרעס ווי מ'קען ארין שיקן שאלות

rabbigruen@lehair.org

לעכטל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:18 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:ער איז באוואוסט מיט די שיעורים וואס ער גובט אויף די 4 נאטארן פון א מענטש = די 4 קאלירן!

כמיין די יסוד איז פון ר' מרדכי ווייננבערגערס 4 נאטורן פון עפר אש רוח מים

למעשה לייגט ער עס גאָר גוט אראפ, און ער זאגט (אליין) אז ער האט שוין געזעהן אסאך רעדן פון דעם [איך האב שוין געזעהן אויך אינעם יעב"ץ זצ"ל דערפין] אבער אזוי ווי ער לייגט אראפ דעם UV ווי ער רופט, [זאגט ער] לייגט עס קיינער נישט אראפ און דארט איז זיין חידוש!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט