אריבערברענגען א 718 נומער קיין אפסטעיט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

אריבערברענגען א 718 נומער קיין אפסטעיט

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:12 pm

ברוך שהחיינו! בס"ד אטעמען מיר שוין די פרישע לופט פון אפסטעיט ניו יארק, יהי רצון עס זאל זיין א גוטע ישוב, ונזכה להשראת השכינה בביתינו.

יעצט איז מיין פראגע געוואנדן צו חכמי אייוועלט: וויאזוי איז די גרינגסטע און ביליגסטע וועג אריבערצוברענגען דעם 718 נומער קיין אפסטעיט?

איך פלאן אי"ה צו מאכן אן 845 נומער אין שטוב, אבער איך קען באשטיין נישט צו פארלירן אלע רופונגען פון די אלטע 718 נומער אויך.

דערווייל האב איך געמאכט אז די רופונגען זאלן זיך פאראויסשיקן צו א סעלפאון, און איך נוץ דעם סעלפאון אנשטאט א געווענליכע היים טעלעפאן (וואס איך האב נאכנישט באשטעלט, צוליב סיבות שונות).

קען מיר איינער אנצייגן שריט ביי שריט וואס איך קען טוהן דערצו?

---
אגב, קען איך באשטיין צו הערן פונעם עולם וועלכע סארט טעלעפאן איך זאל באשטעלן אין שטוב. FIOS? געווענליכע?
---

ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר א מזל טוב און וואונטשעוואניע אשכול, בלויז ענטפערן צום ענין, ווייל עס איז מיר זייער נייטיג. יישר כחכם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:47 pm

איבער וועלכע טעלעפאון צו באשטעלן פאר דער היים ביזסטו מיינעך אנגעוויזן אין וואטעווער די חכמים ביי וויירייזאן באשליסן, אויב דו האסט נישט קארענטלי קיין ווייעראינג נארמאל וואס האט שוין געהאט אן אקאונט וועלן זיי מסתם צווינגען צו נעמען FIOS אויב דו נעמסט ביי זיי.

איבער דער 718 נומער. קענסט עס ארויסנעמען צו גוגל וואויס (קאסט דיר איינמאל אריבערצולייגן צו א סעלפאון און דאן קאסט דער פארט אריין צו גוגל וואויס, אבער ווייטער איז עס פרי). קענסט טרעפן א פארווערדינג קעריער, למשל ביי נומער בארן באקומסטו פאר 6 דאלער א מאנאט 300 מינוט פון פארווערדעד קאלס https://www.numberbarn.com/pricing.

א דבר רחוק, אבער מסתם נישט ווערד, אויב דו גייסט סייווי האבן א נארמאלע אינטערנעט ליניע קענסטו נעמען VoIP סערוויס, וואס געוויסע וועלן דיר לאזן האבן ביידע נומערן און אפילו ארויסרופן פון וועלכע דו ווילסט וכדו'.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:52 pm

יישר כח קנאפער ידען!

פאראגראף איינס איז זייער פארשטענדליך.
פאראגראף דריי איז מיר נישט אינטערסאנט.

פאראגראף צוויי איז מיין פראבלעם. איך ברויך פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי דאס מסדר צו זיין. א שטייגער ווי: גיי אראפ צו א סעלפאון געשעפט, האנדל דיר איין א ביליגע טעלעפאן מיט א ביליגע פלאן, און אזוי ווייטער און ווייטער. (כ'בין א גרויסער מן-הארץ אין דיזע ענינים). [די צווייטע האלב פונעם פאראגראף פארשטיי איך אינגאנצן נישט].

יישר כח נאכאמאל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:57 pm

לכאורה האט געשריבן:פאראגראף צוויי איז מיין פראבלעם. איך ברויך פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי דאס מסדר צו זיין. א שטייגער ווי: גיי אראפ צו א סעלפאון געשעפט, האנדל דיר איין א ביליגע טעלעפאן מיט א ביליגע פלאן, און אזוי ווייטער און ווייטער. (כ'בין א גרויסער מן-הארץ אין דיזע ענינים). [די צווייטע האלב פונעם פאראגראף פארשטיי איך אינגאנצן נישט].

ערשט עכט קענסטו טרייען פשוט צו פארטן צו גוגל גראד פון וויירייזאן, עס קען ארבעטן. קענסט נאכפאלגן אנווייזונגען דאהי https://www.howtogeek.com/92075/how-to- ... gle-voice/, עני ספעסיפיק שאלה פרעג אן.

אויב דאס גייט נישט וועט מען דארפן מאכן די שפיל פון פארטן צו א סעלפאון. איך קען דיר בארגן א כלי, דארפסט איין חודש סערוויס (א צוואנציגער ביי עקאו מאוביל) און נאך דער נומער איז ביים סעל קעריער מאכסטו דער פארט צו גוגל וואויס ווי אינעם לינק.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:02 am

יישר כח, כ'האף איך וועל מיך אן עצה געבן אין דעם לינק, אנדערש וועסטו שוין הערן פון מיר אי"ה...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:08 am

דערווייל זעה איך דארט אז מען קען נישט 'פארטן' קיין 'לענדליין':

Please note: at this time, number porting to Google Voice is not available for land line numbers or corporate mobile numbers.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:10 am

אקעי, מען וועט מוזן גיין מיט עצה #2

אויף ווידערזעהן אי"ה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:13 am

איר קענט בלייבן מיט די 718 נאמבער אויב איר נעמט ווערייזאן פייאס פאר די לענדליין.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:16 am

וויאזוי? פראסט און פשוט בעטן פון ווערייזאן זיי זאלן מיר אריבערשיקן דעם זעלבן נומער פון ברוקלין?

(גראדע קען איך באשטיין צו האבן אן 845 נומער, צו פארגרינגערן פאר די לאקאלע אידן מיך צו רופן - אן דארפן דיילן דעם עריע קאוד - ווי אויך אין גראסערי ביים אויפשרייבן איז עס שנעלער, ווייל די עריע קאוד איז שוין פראגראמירט)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:20 am

יאפ, איר קענט זיי זאגן אז איר ווילט אנהאלטן די זעלבע נאמבער.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:28 am

ביי Fios קאסט איעדע עקסטערע ליין נאר צען טאלער.
קענסטו האבן צוויי ליינס אינדערהיים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 12:40 am

איך מיין אז עס פעלט מיר נישט אויס צוויי ליניעס, און איך קען באשטיין צו שפארן דעם צענער מאנאטליך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 1:00 am

איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 1:02 am

לכאורה האט געשריבן:דערווייל זעה איך דארט אז מען קען נישט 'פארטן' קיין 'לענדליין':

Please note: at this time, number porting to Google Voice is not available for land line numbers or corporate mobile numbers.

דאס ווייסעך שטייט. מיט דעם אלעם גייט עס צומאל יא, סאו עס קען נישט שאטן צו טרייען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:26 pm

פלאחותיך האט געשריבן:איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער

דאס איז גענוי די זעלבע זאך, נאר פריעפעיד און האלב די פרייז...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:35 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער

דאס איז גענוי די זעלבע זאך, נאר פריעפעיד און האלב די פרייז...

און אזוי אויך האלב די גוטסקייט פון די סערוויס...וויירייזאן איז קינג, זיכער אין מאנסי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:48 pm

פלאחותיך האט געשריבן:איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער

איז אמת וואס איך הער אז מיט די "שווארצע קעסטל" באקומען מען כמו-סעלפאון סערוויס, דאס מיינט אז די ליניע איז נישט אזוי קלאר ווי א לאנד-ליניע?

אגב, הער איך פון איינעם וואס צאלט בלויז 15 א חודש פאר טעל. סערוויס מיט אזא קעסטל, אפשר דורך א צווייטע פירמע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:49 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דערווייל זעה איך דארט אז מען קען נישט 'פארטן' קיין 'לענדליין':

Please note: at this time, number porting to Google Voice is not available for land line numbers or corporate mobile numbers.

דאס ווייסעך שטייט. מיט דעם אלעם גייט עס צומאל יא, סאו עס קען נישט שאטן צו טרייען.

פרובירט. עס גייט נישט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 8:51 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער

דאס איז גענוי די זעלבע זאך, נאר פריעפעיד און האלב די פרייז...

און אזוי אויך האלב די גוטסקייט פון די סערוויס...וויירייזאן איז קינג, זיכער אין מאנסי.

די מעשה מיט דעם "שווארצן קעסטל" איז, אז איך קען באשטיין/וויל יא האבן אן 845 נומער, ווי ערווענט, פאר באקוועמליכקייט. איך וויל בלויז 'אויך' באקומען מיינע 718 רופונגען.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 9:27 pm

אין נוץ די שווארצע קעסטל מיט גרויס צופרידנהייט, $16.52 פון סטרעיט טאלק.

נישט אזוי קלאר ווי א לאנדס ליניע, ווי אויך קען מען צומאל דארפן רופן צוויי דריי מאל ביז די רוף גייט דורך, אבער ביליג איז עס.

--
איבער פארטן;
דו דארפסט עס קודם פארטן צו א ווייערלעס פירמע, א שטייגער ווי ווערייזן פריפעיד, און דאן קענסטו עס פארטן צו גוגל וואויס.
אין דעם פראצעדור, אז דו פארשטייסט נישט עפעס ספעציפיש, פרעג.
...

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 12:28 pm

לכאורה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:איך בין פון קרית יואל כ'האב אריבער געסוויטשט (ported over) מיין לאקאלע frontier היים נומבער 10 יאר צוריק צו Verizon Home Connect
30$ א חודש ס'ארבייט פיין

https://www.verizonwireless.com/home-of ... ome-phone/

דו קענסט לכאורה טון די זעלבע מיט דיין 718 #
דעם שטיקל (router) וואס דו באקומסט קענסטו מיטנעמען אין גאנץ United States
אזוי ווי א סעלפאון

איך האב עס געמאכט נעבן TJ Max סמוך לקרית יואל אין א Verizon געשעפט און זיי האבן מיר געהאלפן אריבער פארטן די נומבער

דאס איז גענוי די זעלבע זאך, נאר פריעפעיד און האלב די פרייז...

און אזוי אויך האלב די גוטסקייט פון די סערוויס...וויירייזאן איז קינג, זיכער אין מאנסי.

די מעשה מיט דעם "שווארצן קעסטל" איז, אז איך קען באשטיין/וויל יא האבן אן 845 נומער, ווי ערווענט, פאר באקוועמליכקייט. איך וויל בלויז 'אויך' באקומען מיינע 718 רופונגען.


פלעג מיר נוצן די שווארצע קעסטל אין די קאנטרי, געווען א מחי', בעסער ווי א סעלפאן וויבאלד די ענטענע שטייט אויף איין פלאץ א גאנצע צייט, נישט ווי א סעלפאן וועלכע ליגט ביי דיר אין האנט און שפאצירט מיט אויף אלע ריכטונגען.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 1:23 pm

איך האב געפארט די נומבער צו א פריפעיד סעל (געהאט א אלטע פאון), דערנוך צו גוגל וואיס. געקאסט טאטעל בערך $30.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:43 pm

אויב בין איך אונטער א לאקאלע פירמע, נישט דירעקט אונטער ווערייזען, איז דא וואס צו רעדן צו פארטן?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:50 pm

יא, רופט זיי אריין און פרעגט זיי וואס איר ברויכט וויסן צו קענען ארויספארטן די נאמבער. די אקאונט נאמבער און אויב עס איז דא א פין נאמבע.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:02 pm

א דאנק פאר די שנעלע ריספאנד.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 14 געסט