לייף אינשורענס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 23, 2018 11:03 pm

דער רואיגער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נישט יעדער איז אין די זעלבע סיטועישן, סיניש שייך צו ברענגען איין אילאסטרעישן און אויב סיניש אזוי ווי דעם איזעס נישט גוט...

זיצנדיג אויף די מעסס-מיוטשעל סיסטעם איז ארויס געקומען: נישט קיין חילוק וועלכע סעטיושן דו שטייסט איז נישט שייך ארויס צוזעהן מער געלט ווי אט די איליסטרעישן, אדרבה טרעף אויס א בעסערע אליסטראציע, ברענג עס אראפ דא, און דעמאלטס קענסטו זאגן אז ס'ווענדט זיך וועלכע סעטיושן, אונז האלט מיר שוין נאכדעם.
ביזדערווייל שטייט די אלטע איליסטרעישן די העכסטע, אין קעש וועליו.
ווידעראום אין דעד-בענעפיט איז בוודאי דא סאך בעסערע אפציעס.


פארוואס מיינסטו אז יעדער זוכט נאר קעש וועליא? פעהלט אינגעלייט וואס פארדינען געלט אויף עמעזאן אדער אין ריעל עסטעיט און אלעס וואס זיי דארפן מאקסימום פערמענענט דעד בענעפיט?

ס'איז דא טויזענטער סיטואציעס, ס'זענען דא מענטשן וואס דארפן זייער קעש עוועלעבל פונעם ערשטן טאג, זיי גייט נישט אן וויפיל די פאלעסי פארדינט, זיין געלט פארדינט אויף אנדערע פלעצער מער, ועוד ועוד ועוד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מאי 23, 2018 11:36 pm

גערעכט!

כ׳האב געמיינט ער ריפערט צו די תגובה פון א פרעמדער (יד״נ)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דאנארשטאג מאי 24, 2018 11:49 am

image.png
image.png (287.07 KiB) געזעהן 3998 מאל

התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2017 2:14 am

תיקון טעות

תגובהדורך התחזקות » זונטאג יוני 03, 2018 9:37 pm

גראדע איז געווען די וואך אין מאמענט אן הוספה אויף טיפ #11
Triangle Tips 11 REVISED.pdf
(158.51 KiB) דאונלאודעד 145 מאל

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג יוני 04, 2018 5:13 pm

יד ושם האט געשריבן:
image.png

ריכטיג פאר איינעם וואס זוכט בלויז אינוועסטמענט, אויב וויל מען אויך קויפן אינשורענס דאן דארף מן יא קוקן אויף דעט בענעפיט והשנית אז געווענליך ווען איינער מוז נישט אריינלייגן געלט וועט ער נישט אריינלייגן... אפשר די ערשטע צווייי יאר יא אבער איינמאל די ווארימקייט וועפט אויס און מדארף די געלט צאלט זיך נישט קיין איבריגע געלטער..

בדרך אגב דעלט וואס מקויפט דערמיט לייף אינשורענס איז נישט אראפגעפלאשט דו מאקומסט דאך עפעס דערפאר...

אוועטאר
מיליטערישע סוד
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2017 12:09 am

תגובהדורך מיליטערישע סוד » מאנטאג יוני 04, 2018 9:55 pm

אין די יעצטיגע חודש זענען אלע אגענטן און נו יארק לייף זייער איבערגעשטרענגט. ווארום מען לייגט אויף זיי אומגעהויערע דרוק אריינצוברענגען די חודש וואס מער קליענטן, און מיט דעם שליסט זיך דאס יאר ביי דעם פירמע. נאכדעם זעהט מען ווער עס האט געברענגט געניג פאליסיס קען גיין אויף א "טריפ" קיין לאס וועגעס אדער ענליכס איינשטיין און רייכע האטעלן און זיך שפירן גוט. דעריבער זייט געווארענט נישט צו כאפן קיין הייסע לאקשן ווייל יעצט איז זייער לעצטע יערליכע חודש.
לייף אינשורענס איז וויכטיג, אבער א גוטע פאליסי וואס איז קלאר אדורכגענומען און אויסגעשטעלט פאר "אייך" איז פיל וויכטיגער ווי דעם אגענט'ס וואקאציע און לאס וועגעס.

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:12 pm

בס"ד
די ערשטע אין וויכטיגסטע וואס מען דארך אכטוינג געבן פארן אריינגיין אין עני אינוועסמענט אדער לייף אינשורענס אין א ביזנעס שותפות אין א ריעל איסטעט דיעל איז א פלאן אויף אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס אזוי די האסט געחלומט...... וויאזוי ביסטו פארזיכערט אויף דיין $ צוריק ווער גערענטירט דיר דיין קרן???????
וויפיל אינגעלייט בארגן זיך אן יענעמס געלט אדער שווערע אפקגעשפארטע $ ווייל מען גיייייייייט מאאאאאאאכן גרויס $
ער שרייבט זייער א שטארקע פוינט מאך קליינע התחייבת
גערעכט טאקע אז מען דארף אפשפארן $ אין דאס איז טאקע וואס טרייענגל שרייבט אינעם טיפ רעדט טאקע ווען מען שפארט פאר צו קויפן א הויז אדער אויף צו חתונה מאכן אד"ג אין נישט פאר 40 יאר ארים פארדעם ווערט עס אנגעריפן ארפגעפלאשט קוק וואס ער שרייבט די חילוק פין ראובן אין שמעון 4 יאר שפעטער ווען עס קימט צו קויפן א הויז חתונה מאכן אין ער וויל ניצן דאס $ אדער אריין אין א ביזנעס דיעל קימט אויס אז ער האט ארפגעפלאשט 20 טויזענט טייערע אפגעשפארטע $ פלאס אז אויב האט ער נישט יעצט קיין $ צו צאלן צו צאלן די פרימיעמס פאר עני סיבה וואס זאכן געשעהן צו טאקע ער קויפט א הויז וועט עס זיין א דיזעסטער......
אין ער שרייבט דאך אז אינשורענס קען אויסקימען אז ביידע זאלן אויסקימען ענדליך וואס גראדע מיין איך אז עס קען אויסקימען מער ווייל מען לייגט צו טערם כדי צו קענען אווערפאנדן אדער לייג צו פאר אפאר נישטיגע דאלער א טערם פאלעסי
וויפיל אידיש $ זענען שוין אזוי געגאנגען לטמיון?????????
פארוואס האב איך דעס נישט געוויסט בשעתן קויפן מיין פאלעסי?????
לעצט פאראכטן דורך זאגסט גוט אום פרייטאג יוני 08, 2018 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

אילוסטרעשענס- להלכה ולא למעשה

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג יוני 08, 2018 2:49 pm

דוסקוסירט נישט לייף אינשורענס באזירט אויפן אילוסטרעשאן.
עס איז נאר א בערך'דיגע אפשאצונג, און עס איז בלויז א זאך וואס די קאמפעני מוז מיטלייגן לויטן געזעץ מיטן פאלאסי.

צו זיך אוועק זעצן מיט אילוסטרעשאנס אין האנט, און אנהייבן פארגלייכן דאס מיט יענץ איז נאריש, און טוט גארנישט אויף, בפרט פאר איינער וואס קען זיך נישט אויס.

דער אגענט וואס קומט דיסקוסירן א פאלאסי, און בעט דיין אילוסטרעישאן, איז נישט ווייל ער גייט קוקן אויף די לאנגע טבלא מיט נאמבער'ס, ער קוקט אנהייב דאקומענט ווי עס שטייט די בעסיק דיטעילס פון די פאלאסי.

אז איר האט שאלות וועגן דיפערענצן צווישן פאלאסיס, נעמט א צווייטע אפיניען. און דאס קענט איר בעטן פון סיי וועלכע אגענט, וואס וועט אייך גערן מיטטיילן זיין מיינונג, ס'מיינט נישט אז איר מוזט שוין מאכן ביי יענעם.

איך בין אמאל געווען א אינשורענס אגענט, ווען איך הער היינט צו טאגס א עמך יונגערמאן רעדן וועגן אילוסטרעישאנ'ס קען איך שיעור ברעכן.
אילוסטרעשאנס איז גארנישט, וואס פאר א פנים האט עס ווען א אינגערמאן הייבט אן קאמפערן פאלאסיס דורך אילוסטרעישאנס ס'איז דאך פחדים. מ'דארף הערן וואס די עקספערטן האבן צו זאגן, און פארשטייט זיך מער ווי בלויז 1 מיינונג, און דאס אלעס.

כלל גדול: דיעל מיט א אגענט, וועם דו שעמסט זיך נישט צו זאגן אין פנים אריין וואס דו ווילסט זאגן, דעמאלטס איז די קומיוניקעשאן ריכטיג, און מ'קען ארויסקומען קלאר מיטן אמת.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » מאנטאג יוני 11, 2018 9:58 pm

יעצט גערעדט צו 2 אינגעלייט וואס זענען געווארן "אריינגענארט" מיט שוואכע אפגעריסענע פאלעסיס, די ביידע אינגעלייט ווילן נאר קעש וועליו, זיי האבן גענומען זייער אפגעשפארטע דאלארן און ווילן עס אאועקלייגן עס זאל אויך וואקסן די מאקסימים, און זייערע אגענטן האבן זיי צוגערעדט אז די L100 איז די בעסטע פאר אים, אין דוקא "נישט אווער-פאנדיד", מיטן אויסרייד אז: "ביזט דאך נישטא פאר אינוועסמענט, ביזט דא פאר סעווינגס".
איינער קען מיר מסביר זיין וואס דאס מיינט ?
האיך שודדנו ?

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » מאנטאג יוני 11, 2018 10:12 pm

מאמענט לעצטע וואך
צוגעלייגטע
CCI_000012.jpg
CCI_000012.jpg (358.77 KiB) געזעהן 3418 מאל

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » דינסטאג יוני 12, 2018 11:01 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:געווענליך ווען איינער מוז נישט אריינלייגן געלט וועט ער נישט אריינלייגן... אפשר די ערשטע צווייי יאר יא אבער איינמאל די ווארימקייט וועפט אויס און מדארף די געלט צאלט זיך נישט קיין איבריגע געלטער..

פאר אזא איינעם וואס טראכט אז נאך 10 יאר גייט ער נישט מאכן נאך א 10 פעי וואלט איך געראטן יא צו מאכן א L100 אבער בתנאי אז ער גייט עס "over funden", ווי ס'ברויך צו זיין. אויב נישט, איז ווי געזאגט פריער ללא שום חולק, "געלט אין די מיסט" [ווען יענער איז דא פאר סעווינגס...].

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:35 pm

ביי געוויסע פירמעס קען מען יא "over funden" א 10 פעי נאך די 10 יאר אויב עס איז גוט אויסגעארבעט.

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » דאנארשטאג יוני 14, 2018 10:24 pm

זאגסט גוט האט געשריבן:ביי געוויסע פירמעס קען מען יא "over funden" א 10 פעי נאך די 10 יאר אויב עס איז גוט אויסגעארבעט.

נו זאג, וואס מיינט גוט אויסגעארבעט ?

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » פרייטאג יוני 15, 2018 8:21 am

גוט אויסגעארבעט מיינט צוגעלייגט גענוג טערם אינשורענס.
מען דארף עס גוט ראנען בעפאר צו זעהן וויפיל טערם צוצולייגן כדי צו קענען אווער פאנדען כך וכך יארן, למשל א 10 פעי אויב וויל ער אווער פאנדן 20 יאר וועט ער דארפן צולייגן נאך אביסל טערם.(נאר די קאמיטמענט קען מען נישט צאלן נאך 10 יאר) כדי צו וויסן אז ביי mass mutual ארבעט עס אזוי, איך ווייס נישט אנדערע קאמפעניס.
אין נאך וואס איך האב נישט געוויסט איז אז מען קען צולייגן איעדעס יאר 10% פין די אווער פאנדעד חלק למשך די ערשטע יאר האסטו אריינגעלייגט k10 קענסטו נעקסטעס יאר לייגן 10,100 אין א יאר שפעטער נאך 10% אזוי אז אין יאר 10 קענסטע שוין לייגן 20k.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 15, 2018 11:18 am

יד ושם האט געשריבן:יעצט גערעדט צו 2 אינגעלייט וואס זענען געווארן "אריינגענארט" מיט שוואכע אפגעריסענע פאלעסיס, די ביידע אינגעלייט ווילן נאר קעש וועליו, זיי האבן גענומען זייער אפגעשפארטע דאלארן און ווילן עס אאועקלייגן עס זאל אויך וואקסן די מאקסימים, און זייערע אגענטן האבן זיי צוגערעדט אז די L100 איז די בעסטע פאר אים, אין דוקא "נישט אווער-פאנדיד", מיטן אויסרייד אז: "ביזט דאך נישטא פאר אינוועסמענט, ביזט דא פאר סעווינגס".
איינער קען מיר מסביר זיין וואס דאס מיינט ?
האיך שודדנו ?



אויב איז די רעדע פון גארדיען'ס L100 איז די רעדע פון יארן צוריק! סאו א מענטש זאל געדענקן אז זיין עידזשענט האטעם געזאגט ענדערש נישט אווערפאנדן... גיממי עי ברעיק! נאן-סענס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 15, 2018 11:22 am

ביידעוועי, כ'וואלט געבעטן אז ווען איינער דא איז מגיב און איז אין די ביזנעס זאל מען זאגן אפן! די כיטרע סטייל פון קומען מיט אפאר ניקס און פערצופאל טרעפן מענטשן איז נישט נאר סטופיד, נאר א עוולה!

ווען איך פלעג שרייבן מער אפט פלעגעך שרייבן אפן! איך בין אן עידזשענט! כ'ווייס נישט ווער נאך ס'איז דא אן עידזשענט, אבער לבי אומר לי אז אפאר ניקס דא באהאלטן זייער אמת'ע אינטענטשן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » דאנארשטאג יוני 28, 2018 10:39 pm

מאמענט טיפ די וואך.
וואס איז די "איימאליגע פאלעסי פעימענט" איינער האט א אהנונג??

CCI_000018.jpg
CCI_000018.jpg (443.61 KiB) געזעהן 2864 מאל

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מאנטאג יולי 02, 2018 6:30 pm

זאגסט גוט האט געשריבן:מאמענט טיפ די וואך.
וואס איז די "איימאליגע פאלעסי פעימענט" איינער האט א אהנונג??

CCI_000018.jpg

יא איך מיין אז אלע קאמפעניס האבן אזא אפפער ביי MassMutual הייסט עס single payment policy,
אז די ווילסט מער דיטעלס קים אין אישי

דיסקעלמער איך בין א MassMutual אגענט

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » מאנטאג יולי 02, 2018 8:06 pm

שמש האט געשריבן:
זאגסט גוט האט געשריבן:מאמענט טיפ די וואך.
וואס איז די "איימאליגע פאלעסי פעימענט" איינער האט א אהנונג??

CCI_000018.jpg

יא איך מיין אז אלע קאמפעניס האבן אזא אפפער ביי MassMutual הייסט עס single payment policy,
אז די ווילסט מער דיטעלס קים אין אישי

דיסקעלמער איך בין א MassMutual אגענט

כהאב גערעדט צו א פאר אגענטן אין עס איז נישט אזוי פשוט די איינמאהליגע פאלעסיס ווייל מען קען נישט האבן קיין עקסעס צו דאס $ אויב דארף איך. גערעכט?

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מאנטאג יולי 02, 2018 9:55 pm

Yup

זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובהדורך זאגסט גוט » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:17 pm

שמש האט געשריבן:Yup

212-444-1100-3-4-7-10#

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:26 pm

אז איינער וויל אוועקלייגן געלט פאר א קלענערע הוצאה וואס ער ווייסט אז ער וועט האבן צ.ב.ש. פאר א 'בר מצוה' אדער פארן 'מופן' א.א.וו.
ער וויל האבן אנגעזאמעלט ארום $7500 דערפאר
און ער וויל עס אריינלייגן צוטיילט אין ארום 10 יאר, און קענען ארויסנעמען נאך ארום 12 יאר
ווי לוינט זיך עס צו לייגן אז איך זאל קענען צאלן די ווייניגסטע (למשל ער וועט צאלן נאר 700 א יאר) און ס'זאל וואקסן די מערסטע (אין אונזער משל ביז 7500)?

איך פארשטיי אז וויבאלט מ'רעדט נישט פון קיין סאך געלט קען עס נישט וואקסן צו סאך
אבער איך בין זיכער אז ס'איז פארהאנן פארשידענע אפציעס מיט וואס איך בין נישט באקאנט

א ייש"כ פארן פאטענציאלער אויסקלארער

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:16 pm

אילו זכינו האט געשריבן:אז איינער וויל אוועקלייגן געלט פאר א קלענערע הוצאה וואס ער ווייסט אז ער וועט האבן צ.ב.ש. פאר א 'בר מצוה' אדער פארן 'מופן' א.א.וו.
ער וויל האבן אנגעזאמעלט ארום $7500 דערפאר
און ער וויל עס אריינלייגן צוטיילט אין ארום 10 יאר, און קענען ארויסנעמען נאך ארום 12 יאר
ווי לוינט זיך עס צו לייגן אז איך זאל קענען צאלן די ווייניגסטע (למשל ער וועט צאלן נאר 700 א יאר) און ס'זאל וואקסן די מערסטע (אין אונזער משל ביז 7500)?

איך פארשטיי אז וויבאלט מ'רעדט נישט פון קיין סאך געלט קען עס נישט וואקסן צו סאך
אבער איך בין זיכער אז ס'איז פארהאנן פארשידענע אפציעס מיט וואס איך בין נישט באקאנט

א ייש"כ פארן פאטענציאלער אויסקלארער

וויבאלד (1) דו ביזט דא דוקא פאר קעש וועליא, און (2) דו ווילסט אויך זיין פארזיכערט אז די געלט גייט נישט גיין לטמיון.
איז די בעסטע פלאץ צו אריינלייגן די געלט אין א Over-funded 10 Pay וואס פארמאגט אט די איייגענשאפטן.
אבער בתנאי אז די אווער פאנדסט עס.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:28 pm

וואס איז א Over-funded 10 Pay אויב דו קענסט עס מער אויסקלארן אדער צושטעלן א לינק
און אזוי אויך וואס הייסט דוקא אויב איך אווער פאנד עס?

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:47 pm

אילו זכינו האט געשריבן:וואס איז א Over-funded 10 Pay אויב דו קענסט עס מער אויסקלארן אדער צושטעלן א לינק
און אזוי אויך וואס הייסט דוקא אויב איך אווער פאנד עס?

דא האט איר א משל וואס איינער האט אראפגעברענגט אויף בלאט 4.
אווער פאנדען מיינט אז די קאמיטמענט איז נאר בערך א צענטל פון די גאנצע טרענזעקשן.
צוגעלייגטע
111555.png
111555.png (114.17 KiB) געזעהן 1238 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט