בלאט 1 פון 2

נייע וועבזייטל פאר שידוכים. לזווג!

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 11:49 am
דורך ברוינע באנאנע
אינטרעסאנט ווער שטייט אינטער דעיס

http://lezaveg.com/

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 1:16 pm
דורך א. טראכטער
WOW

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 2:43 pm
דורך משה כהן
וואספארא רעיון....

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 2:52 pm
דורך אלטע זיידע
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער שטייט אינטער דעיס

http://lezaveg.com/


א חשובע שדכן וואס טוט שוין יארן אין די ליין

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 2:55 pm
דורך אויסגעשלאפן
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אינטרעסאנט ווער שטייט אינטער דעיס

http://lezaveg.com/


די שרייבטס עס אז מען זאל דיר פרעגן ווער שטייט אינטער?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 2:56 pm
דורך אויסגעשלאפן
גאר חשוב!

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 9:45 pm
דורך איש חשוב
רבותי!

איך בין נישט די וועלט'ס שרייבער, נאר פינקט פרקערט ווען איך פלעץ שרייבען פלעגן מיר מיינע חבירים טוהן א טוכה און אינזיענען האבן כמה וכמה מצוות אין ליינען מיין ארטיקעל!
אבער איך האב געפילט פשוט אלץ הכרת הטוב פאר א איד וואס איך ווייס נישט ווער דאס איז, האט אריינגעלייגט שווערע געלטער פשוט מיט'ן ציל צו העלפען אידען בעת'ן אריבערגיין זייער ים סוף, און איז אויפגעקומען מיט אזא געדאנק וואס אני הקטן האלט אז עס וועט זיין א גאר שטארקע דורכברוך חזק ואמץ

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 10:12 pm
דורך שמואל בארג
ווייסט איינער א נאמען ווער עס שטייט דערונטער, אפשר איז דאס סתם א לייצן?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 10:58 pm
דורך פערדס מיניסטער
שמואל בארג האט געשריבן:ווייסט איינער א נאמען ווער עס שטייט דערונטער, אפשר איז דאס סתם א לייצן?


איך האב א משפחה מיטגליד וואס ארבעט דערמיט (איך ווייס נישט צו ער האט עס געעפנט צו ער העלפט נאר), ער איז א מגיד שיעור אין א ישיבה און עס האט גארנישט מיט ליצנות צוטון.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 11:47 pm
דורך משה יענקל
זייער א גוטע געדאנק

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:08 am
דורך איש חשוב
איך הער זאגען (נישט זיכער) אז זיי גייען יעצט ארום נעמען הסכמות פון אלע גרויסע רבנים!

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:18 pm
דורך שמואל בארג
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ווייסט איינער א נאמען ווער עס שטייט דערונטער, אפשר איז דאס סתם א לייצן?


איך האב א משפחה מיטגליד וואס ארבעט דערמיט (איך ווייס נישט צו ער האט עס געעפנט צו ער העלפט נאר), ער איז א מגיד שיעור אין א ישיבה און עס האט גארנישט מיט ליצנות צוטון.


דער געדאנק זאל האבן גרויס הצלחה, וכל העוסקים יזכו לשפע רב, אבער ס'איז כדאי צו שטעלן אן אויטאריטעט דערויף.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:22 pm
דורך מקווה איד
מיינס א באקאנטער איז שוין א געהאלפענער דורך זיי

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:26 pm
דורך געלעגער
א חשובע געדאנק

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:32 pm
דורך משהלע
זייער שיין.

ווי אזוי גייען זיי האנדלען מיט ספעממערס "ליידאק פאר'ן משגיח'ס טאכטער?"

בחורים גייען אריין געבן וועם זיי ווילען...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:53 pm
דורך פערדס מיניסטער
משהלע האט געשריבן:זייער שיין.

ווי אזוי גייען זיי האנדלען מיט ספעממערס "ליידאק פאר'ן משגיח'ס טאכטער?"

בחורים גייען אריין געבן וועם זיי ווילען...


איך גלייב אז זיי גייען נאך וואס מען שרייבט אריין.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:56 pm
דורך שמואל בארג
פשוט אינגנארירן, לויט ווי זיי שרייבן שיקן זיי דאס צו א שדכן פון יענעמס קרייז, ער וועט דאך וויסן.

צום פינטל

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 2:23 am
דורך פאליטיקאנט
איך האב שוין אריינגעשיקט א געדאנק און די קומענדיגע טאג האב איך שוין נאכגעהערט אז א שדכן האט זיך שוין אריינגעטון (ליין: געפרעגט אפאר מענטשן)
Wow מורא'דיג שנעל!!!!!!!
Keep it up!

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 11:31 am
דורך קלוגער
זייער א שיינע זאך, איך מיין אז צו אריינקומען אין די שדכנים ליין מוז מען האבען 690 שדבנים, אין יעדע שוהל, [קרעדיט בית נאמן],

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 11:48 am
דורך טיכטיגער
יא יא!! :grin:
און וועגן אזעלכע פארברעכער ווי אים האבן מענטשען ווייניגער טראסט פאר אזעלכע זאכן (קרעדיט??...)

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 1:38 pm
דורך פאליטיקאנט
דו מיינסט צו זאגן (/שרייבן) אויף בית נאמן!? יא?
ווייל לזווג נעמט נישט קיין געלט אדרבה זיי געבן אויב די הצעה ארבעט זיך אויס!

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 2:19 pm
דורך נודה לך
געוואלדיגע געדאנק לאמיר האפן סוועט אויפטון

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 2:31 pm
דורך דממה דקה
די רעיון איז א געוואלדיגע רעיון, מענטשען דארפן נאר געווינען ציטרוי צום דעם וועבסייט.

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 2:44 pm
דורך טעם וריח
דממה דקה האט געשריבן:די רעיון איז א געוואלדיגע רעיון, מענטשען דארפן נאר געווינען ציטרוי צום דעם וועבסייט.

איר מיינט אוודאי צו זאגן אז אויב א שידוך געשענט למעשה דארף מען טראסטן אז זיי גייען באצאלן, ווי אזוי וועט מען טאקע דאס וויסן?

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 2:47 pm
דורך דממה דקה
דאס אויך, אבער איך האב נישט געמיינט דאס, נאר פשוט צומאל פאלט מיר ביי א שידוך געדאנק, און איך בין נישט קיין שדכן, מוז איך זיכן איינעם וואס איז וויליג עס אנצוטראגן, איך דארף נישט די געלט, אבער איך וויל וויסען איך האב איבערגעגעבן די שידוך אין גיטע הענט