לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת המשך דף קיג

תגובהדורך נשמה » זונטאג אפריל 22, 2018 1:58 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

צד השמאל.
וועגן דעם צד השמאל גייט ער אזויפיל רעדן שפעטער אין זיין ספר, אז ס'איז כדאי אז מ'זאל דאס גוט ארויסהאבן. זאגט ער אזוי: אז אזוי ווי אינעם גוף פונעם מענטש איז דא צד הימין, און צד השמאל, אזוי אויך אינעם אופן וויאזוי דיין עקזיסטענץ באוואוסט זיך אין דיין באוואוסטזיין דורך כלים, איז שייך, א רעכטע זייט, און א לינקע זייט.

דאס איז זיכער אז כלים מאכן דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אבער צו עס זאל זיין די רעכטע זייט, אדער די לינקע זייט, (אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט...) דאס ווענט זיך שוין וויאזוי דו ביסט מקבל די כלים וואס קומען דיך אנטקעגן. ס'דא עקזיסטענץ-באוואוסטזיינ'ס, וואס ווען ס'רעגנט (רעגן איז א כלי, ווארען ס'מאכט די כלי הגוף ארבעטן. פיל עס, נישט טראכט עס, עקספיריענס ביי דיר אליין, אז די פאקט אז ס'רעגנט יעצט איז א דרויסנדיגע כלי וואס איז מעורר דיינע כלי הגוף, זאל עס זיין מחשבה, זאל עס זיין חושים, זאל עס זיין א אינערליכער כח וואס וויל ארויסקומען אל הפועל, זאל עס זיין דיין וועליו סיסטעם. איז דא וואס זענען עס מקבל מיט "אה, ברוך הבא!" פאזיטיוו. און עס איז פארהאנען עס מקבל צו זיין מיט א צורה פון נרגנות והתאוננות "ביסט אן אומגערופענער, אומגעבעטענער, אומגעוואונטשענער, נערווען קריכנדער, אטעם פארצויגענער, נאס מאכער, בלאטע מאכער, גאסט".

איך דארף נישט מסביר זיין מיט ווערטער, וואס די אינערליכער עקספיריענס פון די וואס זענען עס מקבל מיט אזא אופן איז, ווייל די אינערליכער עקספיריענס דארף נישט קיין ווערטער, די צורה פון נרגנות והתאוננות, דארף ווערן עקספיריענסד מיט די וועג וויאזוי דו עקספיריענסד אלע אינערליכע פראסעסעס פון דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיינ'ס קשר מיט כלים. און נישט נאר די כלי וואס הייסט "ס'רעגט יעצט" איז מען אזוי מקבל פנים, נאר זייער זייער אסך כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, איז מען מקבל אויף דעם אופן פון "נרגנות והתאוננות". א יעדע כלי וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. סאו, אפילו מ'איז מקבל א געוויסע כלי, מיט אזא סארט "התאוננות". ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. קודם פשוט ווייל ס'מאכט ארבעטן די כלי הגוף. און יעדע זאך וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. אבער מ'וויל נישט אז די כלי זאל יעצט מאכן די געהעריגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

א מענטש מאכט קשר במשכ'ן טאג, מיט אסאך אסאך כלים. ס'דא כלים וואס מאכן ארבעטן די כלי הגוף, וואס ס'איז אזוי איידל און קוים מערקבאר, אז מ'כאפט אפילו נישט אז דאס איז א כלי וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף, און מ'כאפט אפילו נישט אז מ'גייט צו דערצו מיט "נרגנות והתאוננות". עקזיסטענץ-באוואוסטזיין זעהט א געוויסע מענטש אריינקומען אין זיין מנין. דער מענטש איז א כלי! דער מענטש איז א כלי! ווייל ס'מאכט דיינע כלי הגוף ארבעטן. דו גייסט טראכטן פון אים. און מ'איז אים מקבל אין מחשבה מיט אזא "נרגנות והתאוננות" און מ'ווערט באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד שמאל. מ'גייט דורך א געוויסע געשעפט, דער געשעפט איז א דרויסנדיגע כלי וואס איז מעורר דיינע כלי הגוף, און ס'גייט דיך מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. און מ'איז עס מקבל מיט אזא "נרגנות והתאוננות" "א נארישע געשעפט", אויב איך בין אזוי מקבל דעם געשעפט, גייט עס מיר מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד שמאל.

ס'דא אבער נאך א סיבה פארוואס אוועקמאכן א חשוב'ע זאך מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ווייל אויב אזא עקזיסטענץ, וואס האט ביי מיין וועליו סיסטעם, אזא חשוב'ע וועליו פון עקזיסטענץ, קען איך אוועקמאכן, ווייזט עס אויף מיין שטארקע עקזיסטענץ. ער האט א לערנפולער הערה קלז. ווען מיר מאכן אוועק דעם גוי, אדער דעם ציוני, איז עס נישט ווייל מיר ווייסן באמת אז ס'איז יא חשוב.

אין הערה קלט. האט ער א באלערנדער הערה.

האמיר דא צוויי אופנים וויאזוי עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אין באוואוסטזיין פון איר באגעגעניש מיט כלים. איינס איז צד ימין. און איינס איז צד שמאל. ווען א גלעזעל פאלט אראפ אויפן פלאר און ס'צעברעכט זיך, איז דאס א כלי. די געשעעניש איז א כלי וואס איז מעורר די כלי הגוף זאל זיך נעמען ארבעטן. מ'קען צוגיין דערצו מיט "נרגנות והתאוננות" "אך!" מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, אבער מצד שמאל. און מ'קען צו גיין דערצו "איך בין מקבל אויף מיר וואס ס'איז יעצט געשעהן! איך דארף עס יעצט אויפקערן! דאס איז א צייכן אז איך דארף תשובה טון, זיך דערנענטערן צום טאטן אין הימל, און איך טו יעצט תשובה." דאן ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד ימין. די כלי ווערט א הווה ונוגע לחיי נפשו. די כלי ווערט זך, ווייל ס'איז משמש דעם תפקיד פון תשובה לאבי שבשמים, וואס מ'דעפאזיט עס באלד מיט א פאזיטיוו צוגאנג. איינער קען זאגן "שוין ווייטער דארף איך תשובה טון", און איינער קען זאגן "אקעי איך בין מפשט דעם כח פון תשובה וואס האט זיך יעצט ערוועקט פון מיין נפש, בין איך עס מפשט אל הפועל, און שוין".

לאמיר רעדן פון דעת הבעלות. (דעת הבעלות איז ווען כלים ערוועקן כלי הגוף, מחשבה.) איז דא דערין צד ימין. "לאמיר פרובירן צו פארשטיין און ארויסהאבן די שכל וואס דו זאגסט", און ס'דא צד שמאל. "נע, דו רעדסט שטותים". "נערווען קריכער". "די maze דא, האט נישט קיין meaning" "סאיז נאנ-סענס, וואס דו זאגט". "נארישע מענטשן האבן דאס צאמגעשטעלט אן קיין שכל". "א נארישע מענטש וואס פירט זיך אויף אן שכל!" די כלי הגוף מחשבה, השגה שכלית, נעמען זיך ארבעטן, און מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, אבער מיט א צד שמאל. גארנישט מאכט נישט קיין סענס. אלעס מאכט ער אוועק. נאך דערצו ווען מ'קען חלילה אוועקמאכן א חשוב'ע זאך.

יעצט ביי דעת התדבקות, (דעת התדבקות איז א קשר מיט כלים וואס ערוועקן כלי הגוף, חושים) איז דא דערין צד ימין. "וואס קען איך ארויסנעמען די בעסטע פון די כלי" און ס'דא "עקלדיגע עסן"! אזא עקלדיגע גאס, אנגע'חזר'ט מיט גאביטשעס אויף אלע עקן. אזוי נישט! אלע פענסטערס זענען באטאפט מיט פינגער-פרינטס. די סידור אין וואס איך דאווען יעצט, איז דאך אזוי נישט גוט געבינדן! די מקווה שטינקט. אזאכע נארישע האנטוכער. נארישע מענטשן. פארוואס האט ער נישט געטוישט קאפל דער? אזוי מאראסטיג דא, וואו די קליניג גוי? פארוואס זענען די בענק אזוי אנגע'חזר'ט, מ'קען נישט וואטשן? אזא צעבראכענע בימה דעס! אזא שמוציגע פלאר דאס. אלעס איז שמוציג דא. אזאכע נארישע ספרים. וואס האט ער נישט געמאכט זיינע פיאות דער? און איך וואלט קיינמאל נישט אזוי געמאכט די פיאות. וואס גייט ער אזוי צעשלאכט? פארוואס קען ער נישט גיין אויף דייעט? און אזוי ווייטער און ווייטער. דקות'דיגע כלים וואס מאכן ארבעטן די כלי הגוף חושים, זענען אויך כלים, און דער צוגאנג צו אזוינע כלים, איז אויך דא אדער פאזיטיוו, אדער נעגעטיוו. "אזא הארטע באנק דעס". דער מענטש ווערט עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט, ווייל זיינע כלי הגוף ארבעטן מחמת זיין באגעגעניש מיט די כלי וואס איז מעורר זיינע חושים, אבער זיין עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניגט אין זיין באוואוסטזיין מצד שמאל.

יעצט ביי דעת התבססות. (דעת התבססות איז א קשר מיט כלים וואס ערוועקן די כלי המעשה ארויסצוברענגען די כוחות אל הפועל, און ווען מ'טוט למעשה ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, און ס'שאפט זיך מיט די כלי א דעת התבססות. ווייל א כח פונעם נפש ווערט געבויט) איז דא דערין צד ימין. "ארויסצוברענגען די אינערליכע כוחות אל הפועל" און ס'דא צד שמאל " צעברעכן וואס מ'האט שוין אויפגעבויט" די כלי איז מעורר די כוחות הנפש ארויסצוקומען אל הפועל, אבער ס'קומט ארויס מיט "החרבה והירוס". מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט ווייל מ'איז מפשיט את הכוחות לפועל, אבער מצד שמאל.

און ביי דעת התכבדות. (דעת התכבדות איז א קשר מיט כלים וואס ערוועקן די וועליו סיסטעם פון א מענטש) איז דא דערין צד ימין, "א וואוילער יוד!" און ס'דא וואס באדערט צו זאגן "א וואוילער יוד". ס'איז צו פלעין. "ער איז א גארנישט". אה, מחי' יעצט בין איך געווארן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ מצד דמות. די כלי איז מעורר דעם וועליו סיסטעם, סאו, מ'ווערט עקזיסטענץ-בוואוסטזיניג מצד דמות. אבער אז מ'מאכט עס אוועק ווערט די עקזיסטענץ באוואוסט אין די באוואוסטזיין מצד שמאל. "ווייל איך האב אוועקגעמאכט אזא דבר ערכי, ווייזט עס אויף מיין הויעכשטאפלערישן עקזיסטענץ. די בעסטע זאך וואס קינדער האבן הנאה, איז ווען אן אדאלד גייט ארויס פון די כלים.

אין הערה קמ. איז זיך אים מבאר די דברי רז"ל אין סוטה מז. שמאל דוחה וימין מקרבת. ווי פאלגענד: ימין, איז "דו כלי, מאכסט יעצט אז איך זאל יעצט נוצן מיינע כלי הגוף, און איך בין העפי אנצוצינדן מיינע כלי הגוף דורך דיר. צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ דורך דיר." שמאל, "דו כלי, בעסער ווען דו עקזיסטירסט נישט. און דו גייסט טאקע מאכן ארבעטן מיינע כלי הגוף ווייל איך האב מיך באגעגנט מיט דיר, אבער איך גיי זיכער מאכן די מערסטע וואס איך קען, אז דו זאלסט ארויס פון עקזיסטענץ, איך בין גארנישט העפי וואס דו גייסט יעצט טון מיט מיר. און איך דארף נישט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס דו גייסט מיר געבן. אויב דו ביסט א זאך וואס מאכט מיך טראכטן, גיי איך דיר אוועקמאכן אלץ נאנ-סענס. אויב דו ביסט א זאך וואס מאכט מיינע חושים ארבעטן, גיי איך מיך פארעקלן פון דיר. אויב ביסטו אזאך וואס פלאנט ארויסצונעמען מיינע כוחות אל הפועל, גיי איך דיך צוברעכן. און אויב דו ביסט א זאך וואס ערוועקט מיין וועליו סיסטעם, דיך צו געבן א היי וועליו אויף דיין עקזיסטענץ, גיי איך דיך מאכן ווייניגער ווערד אין מיין וועליו סיסטעם"

ער שרייבט שפעטער "ובאמת נחוצה דעת זו גם לתועלת בנין חיובי..." ער שרייבט דארט, אז מ'דארף צומאל אוועקמאכן כלים וואס זענען בהכרח מעורר כלי הגוף. אדער אוועקמאכן א געוויסע נקודה פון געוויסע כלים וואס זענען מעורר כלי הגוף. מ'דארף צומאל ארויסברענגן דעם אור דוקא ווען מ'פארטינקלט געוויסע כלים. כיתרון האור מן החושך (קהלת ב, יג) אבער דאס ווענט זיך אין די כוונה פארוואס גייסטו צו דערצו מיט צד שמאל, אויב איז די כוונה סתם אוועקצומאכן, איז דאס באמת א שלעכטע זאך, און ס'מאכט חרוב. אבער אויב איז די כוונה, אז אין די זעלבע צייט וואס מ'גייט צו דערצו מצד שמאל, ווערט דערפון א כלי וואס מ'גייט צו דערצו מצד ימין. למשל אין די זעלבע צייט וואס מ'מאכט אוועק א ראי' לא טובה, שאפט מען דאך א פאזיטיוו קשר מיט די כלי פון טון דעם רצון השם, די ראי' לא טובה איז א כלי וואס איז מעורר מיינע כלי המעשה, ארויסצוברענגען מיינע טיפסטע כוחות פון טון דעם רצון פון מיין באשעפער מיט א ליבשאפט. מ'פרייט זיך אז מ'קען טון דעם רצון השם מיט א לכתחילה, און טאקע מחמת די כלי וואס מ'האט באגעגנט. די נקודה לא טובה אין די כלי איז אזאך וואס מ'וויל אז ס'זאל נישט עקזיסטירן, יא! אמת!, אבער אין די זעלבע צייט וויל מען דעם עקזיסטענץ פון א כלי וואס ברענגט ארויס דעם טיפסטן אינערליכן כח פון טון דעם רצון השם, טון א נחת רוח פארן הייליגן באשעפער. דאן ווערט נמתק דער צד שמאל, און ס'ווערט פון דעם א ימין. א לכתחילה

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז: יעדע כלי וואס מאכט אז אונזערע כלי הגוף זאלן זיך נעמען ארבעטן, איז דא א צוגאנג וואס באוואוסטזיניגט מצד ימין, און א צוגאנג וואס באוואוסטזיניגט מצד שמאל.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קטז

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אפריל 23, 2018 11:44 am

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הדיבור והנגינה.


נעכטן האמיר גערעדט אז ס'דא צוויי זייטן וויאזוי א מענטש קען זיך באציען צו די כלים וואס ער באגעגנט, די כלים וואס מאכן ארבעטן זיינע כלי הגוף. איינס איז די צד ימין, און איינס איז צד שמאל. צד ימין מיינט: אז ווען א מענטש זאגט פאר די דרויסנדיגע כלי, "איך פריי מיך אז דו גייסט יעצט אנצינדן מיינע כלי הגוף, I'm ready to work. איך בין דא, איך טראכט אריין וואס דו ווילסט איך זאל טראכטן און ארויסהאבן, אדער איך שפיר וואס דו ווילסט איך זאל שפירן, אדער איך געב ארויס מיינע כוחות וואס דו האסט אויפגעוועקט אין מיר אל הפועל, אדער איך וועל געבן דעם וועליו וואס דו ווילסט אז איך זאל געבן. דאס איז צד ימין.

פון צד ימין קען מען ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אבער אויבן אויף האט עס עפעס א גרעניץ. (עיין הערה קלט.) וויפיל שכל ס'דא ארויסצוהאבן פון א געוויסע כלי וואס איז יעצט מעורר מיין כלי המחשבה, אזויפיל עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה. אמאל לערנט מען א טיפע שכל און מ'איז מכיר אין א טיפע עקזיסטענץ, און מ'ווערט מער באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, און אמאל א פשוט'ע שכל. די מהות פון די כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף האט אויבנאויף גרעניצן. מ'קען זיך נישט אויפרייסן עד הסוף. לויט די מהות פון די דבר שכלי, ווי טיף ס'איז, אזויפיל עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה. (נאר עקזיסטענץ קען מכיר זיין)

אזוי אויך ביי א כלי וואס מאכט אז מיינע חושים זאלן זיך נעמען ארבעטן, וואס אזא כלי באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ מצד חיות (נאר לעבעדיגע עקזיסטענץ קען שפירן מיט די חושים). ווי באקוועם די בענקל איז יעצט פאר מיינע חושים, אזוי פיל עקזיסטענץ-באוואוסטזיין האב איך יעצט. און אויב ס'איז א פלעינע באנק, איז עס א פלעינע באנק. (איך געב נאר א משל) ס'האט אירע גרעניצן לויט איר מהות, וויפיל באוואוסטזיניגקייט פון מיין עקזיסטענץ ס'וועט דורך איר אריינקומען אין מיין באוואוסטזיין. א מאל איז פסוקים אין מיין תהלים זאגן מעורר א מילדע קערפערליכער שפיר. נישט יעדע פסוק איז די זעלבע מעורר די קערפערליכער שפיר.

און אזוי ביי כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי המעשה ארויסצוברענגען א כח אל הפועל. וואס אזא כלי באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד התפשטות (נאר עקזיסטענץ האט אין זיך כוחות) האט עס אין זיך גרעניצן. אז מ'דארף וואשן דישעס, אדער ארויסטראגן די גאביטש, ווי טיף איז דען די כח וואס קומט ארויס אל הפועל? (הגם מ'וועט נאך רעדן דערפון, ווי ווייט יעדע כלי, ביי די דרגות העליונות, איז אין סוף.) אבער סתם אזוי פון אויבן אויף, האט דאך יעדע כלי אירע גרעניצן.

און אזוי ביי כלים וואס זענען מעורר מיין וועליו סיסטעם, אז ס'זאל עפעס ארויפקוקן. איז אויך אזוי, אז ס'האט גרעניצן. נישט יעדע סידור איז וואס דער הייליגער ריזשענער זצ"ל האט דערין געדאווענט. ס'האט גבולים, (לויט ווי אזוי ס'קוקט אויס פון אויבן אויף, פאר די וועליו סיסטעם)

אבער מצד שמאל, און צד שמאל מיינט "איך בין נישט העפי אנצוצינדן מיינע כלי הגוף דורך דיר, און איך גיי עס ערוועקן אבער אזוי אז ס'וועט דיך בטל מאכן (עיין הערה קמא.)" קען זיך דאכטן אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך דענסמאל, איז אן עקזיסטענץ שלימה ומוחלטת. ווייל איך קען עס אזוי אוועקמאכן עד אין סוף. גארנישט מאכט נישט סענס. אלעס איז שטותים, און זערא. אלעס איז מיאוס, אלעס! חרוב מאכן עד אין סוף. ער איז ביי מיר גארנישט שבגארנישט. ס'דאכט זיך כאילו מ'איז אן עקזיסטענץ וואס האט אזא כח וואס קען אלעס עד אין גבול וקצבה. ווייל מ'קען אלעס אוועקמאכן. חחחח.

זאגט ער אז בהמשך חיבורנו נראה בעזהשי"ת שבדרגות של הסתרת הנפש... אז ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זעהט זיינע כלים, אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אים ליגט אין די עצם כלים, וועט ער בעיקר נוצן צד שמאל, זיין צוגאנג צו כלים איז מצד שמאל. און ווען ס'ווערט אויפגעדעקט ביים מענטש, אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך קומט פון מיר אליין, פונעם לעבעדיגן איין איינציגן באשעפער, צו וואו איך בין א חלק. דאן איז אפילו דער צוגאנג וואס הייסט שמאל, דהיינו, איך וויל נישט אז מיינע כלי הגוף זאלן ווערן נתעורר פון דעם כלי, אויך א משמש לצורך ימין ומתכלל בו, די כלי אליין ווערט א כלי וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד ימין.

הדיבור והנגינה.

ער גייט זאגן אז ווי העכער א מענטש איז אין די דרגות (1 הסתרה גמורה, 2 התנוצצות דמיונית, 3 קצה הנפש, 4 עולמה של הנפש, און 5 בסוד היחוד) אלץ בעסער און העכער איז זיין צורת הדיבור והנגינה ווייל דיבור קומט פון צד ה'הכרה' שבנפש. דיבור איז א כח שכלי וואס ווערט נתפשט אל הפועל. א כח שכלי איז געווארן נתעורר פון געוויסע כלים וואס האבן מעורר געווען זיין מחשבה, און ער איז עס מפשט מיט דיבור. [דיבור עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות שבהכרה, ווייל דאס איז א כח שכלי וואס ווערט נתפשט אל הפועל. און דיבור, דהיינו, דאס התפשטות השכל, שאפט דעת התבססות שבבעלות.]

און ווי מער די נפש איז אויפגעדעקט, דאס הייסט, ווי מער ס'ווייסט זיך ביי אים אז עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך, פון אים, און נישט פון די עצם כלים. אלץ מער איז דעם מענטשנ'ס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, אויף א אפענער, נפשיות'דיגער, רוחניות'דיגער קוואליטעט. און דערפאר איז דער דיבור וואס דאס קומט פון 'הכרה' אויף א העכערע, נפשיות'דיגער קוואליטעט. ווייל די כלים וואס האבן מעורר געווען זיין כח שכלי, איז פון א העכערע קוואליטעט אין נפש, ריינערע מער אמת'ע כלים. דיבור ווייזט וויאזוי דער מענטש איז זיך מייחס צו כלים, ליגט עס ביי אים אין די כלים? אדער קומט עס פון אים!.

און אזוי אויך ביי קול. קול קומט פון חושים, געפילן, מוט. די קול וואס באגלייט דעם דיבור, איז די חיות שבהכרה. לויט די כלים וואס זענען מעורר זיינע חושים שבמושכל, אזוי הערט זיך זיין קול. לויט וויאזוי ער איז זיך מייחס צו די כלים וואס זענען מעורר חושיות שבמושכל, אזוי נפשיות'דיג הערט זיך זיין קול.

ניגון, קומט אויך פון הכרה שבחיות. פארוואס? ניגון קומט פון כלים וואס זענען מעורר חושים, געפיל, מוט. און אויך פון הכרה. סתם געפילן מאכט נאכנישט קיין ניגון. דא דארף זיין א כלי וואס איז מעורר די שכל שבחיות. מ'דארף פארשטיין וואס מ'פילט, צו מאכן א ניגון. ניגון קומט פון הכרה שבחיות. און ווי העכער א מענטש איז אין די דרגות, אלץ מער באוואוסטזיניגט זיך זיין עקזיסטענץ פון אזאנע כלים וואס איז מעורר זיינע חושים אויף אן אופן פון התגלות. אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון אים. און אלץ מער נפשיות'דיגער איז די קוואליטעט פון זיין נגינה.

ער טענה'ט זייער שטארק, אז די משיכה פון א מענטש צו תאוות גופניות קומט בשורשן פון זיין נפש. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט דארף דאס האבן. און דער גוף דארף דאס גארנישט האבן. און דער אמת'ער אופן וויאזוי זיך אפצושיידן פון תאוות גופניות איז נאר ווען איך בין מבטל די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איך שפיר פון די תאוות גופניות. און איך באוואוסטזיניג מיין עקזיסטענץ פון אמת'ע נצחיות'דיגע כלים, אויף די ריכטיגע אופן. און ער שרייבט: וידיעה זאת היא מעיקר תכלית חיבור זה.

א. ער גייט מבאר זיין וויאזוי אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שפירט זיינע כלים, ביי יעדע פון די דרגות.

ב. וויאזוי יעדע פון די פיר גווני הדעת, ווערט באוואוסטזיניגט ביי יעדע דרגה.

ג. די קוואליטעט פונעם דיבור, און פון נגינה, ביי יעדע פון די דרגות

ד. ווי אמת און זך, א כלי איז ביי יעדע דרגה.

ה. ווי שלימות'דיג און איחוד'יג א כלי איז ביי יעדע דרגה

ו. וואס עס איז די צד שמאל ביי יעדע דרגה.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת קען מען טראכטן, (איך קען שרייבן וואס איך וואלט געטראכט) אז כדי צו פטור ווערן פון תאוות גופניות, בעזהשי"ת, דארף מען בטל מאכן די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס מ'שפירט פון כלים גסים, און נעמען עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון כלים טהורים, און זיך באציען דערצו מצד ימין. "איך פריי מיך אז דו ערוועקסט מיין כלי הגוף".

והשם הטוב יעזור ברוב רחמיו וחסדיו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קיח

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אפריל 24, 2018 3:20 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. תקיף ובעל היכולת ובעל הכוחות כולם.

צו קענען דעם מחבר'ס שיטה דארף מען קויפן זיין ספר. און עס דארט לערנען. איך שרייב נאר כאילו הערות והארות. והשם הטוב יעזור.

פרק ראשון: הסתרה גמורה.

ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט דער מענטש צוויי זאכן, דרויסנדיגע כלים, און זיינע כלי הגוף. ער ווייסט נישט מער ווי דעם.

די אלע פינף דרגות איז ווי ווייט ווייסט זיך ביי א מענטש אז די עקזיסטענץ וואס ער שפירט ליגט נישט אין די כלים. (נישט אלעמאל ווייסט ער אז ס'הייסט עקזיסטענץ). ס'איז נישט שווארץ אדער ווייס. ס'איז א gradual scale צווישן מיינען אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי, און צווישן וויסן אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון מיין עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק און ס'האט גארנישט מיט די עצם כלי.

ווען א מענטש זעהט א כלי וואס מאכט ארבעטן זיינע כלי הגוף, ווי ווייט ווייסט זיך ביים מענטש, אז די עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך נישט פאר אים פון די עצם כלי, נאר פון זיך, פון זיין אייגענע עקזיסטענץ. ווען א מענטש איז ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, איז א כלי וואס איז מעורר זיינע כלי הגוף, דאכט זיך אים אז די ענערגיע פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין שטראלט זיך ארויס צו אים פון די עצם כלי. ביי א מענטש אויף די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט זיך גארנישט אז ס'קומט פון אים.

יעצט, לאמיר רעדן פון עסן. (איך רעד נישט צו קיינעם. איך רעד פון מיר, צו מיר, און איך מיין נישט דוקא עסן.) ווען א מענטש איז ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, (און א מענטש קען במשכ'ן טאג, ארויף און אראפ די דרגות) ווייסט ער, אז מ'דארף ווי מער עסן די געוויסע עסן וואס האט אים באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ אויף א שטארקן פארנעם. ווייל נאר די געוויסע עסן! וואס דען? וואס ער ווייסט איז, אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די געוויסע עצם כלי, וואס האט געמאכט ארבעטן זיינע כלי הגוף. פון וואו דען קומט עס? ס'ליגט דאך אין די כלי. (ער ווייסט נישט אז די גוטע טעם וואס ער שפירט פון (זיך אנ)עסן, איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אבער ער ווייסט אז דאס עצם עסן, מאכט גוט) די רגע וואס ער (איך) ענדיגט עסן, איין פעקל פעטעטע טשיפ, שפירט ער וואס? שפירט ער out of existence. אויב ער ווייסט אז די גאנצע עקזיסטענץ וואס ס'ווערט באוואוסטזיניג ביי אים, בשעת ער עסט פעטעטע טשיפס, קומט פון די עצם כלי, איז אוודאי, אז ווען די עצם כלי איז מער נישטא, איז מער נישטא קיין עקזיסטענץ. אויס כלי, אויס עקזיסטענץ. איז אוודאי אז ער שפירט העדר. און זיין נפש מאנט, און נאגט, "טו עפעס צו וויסן פון עקזיסטענץ".

יעצט, פארוואס טאקע שפירט א מענטש גוט, בשעת ער עסט פעטעטע טשיפס? די סיבה איז, ווייל ס'מאכט ארבעטן זיינע כלי הגוף, און ווען די כלי הגוף ארבעטן, צוזאמען דערמיט, ווערט מען באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. איך רעד נישט ווען מ'איז הונגעריג. איך רעד ווען מ'עסט ווען מ'איז זאט. פארוואס עסט מען? ווייל ס'מאכט ארבעטן די כלי הגוף. און ווען די כלי הגוף ארבעטן באוואוסט זיך עקזיסטענץ פון וואו מ'איז א חלק. און ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, דאכט זיך אז די עצם עקזיסטענץ וואס ס'באוואוסטזיניגט זיך בשעת די כלי הגוף ארבעטן, קומט פון די עצם כלי. ווייל ס'ליגט אין די עצם פעטעטא טשיפ.

סאו, ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, איז נישט גענוג צו עסן וויפיל מ'דארף פארן געזונט, ווייל וואס גייט זיין מיט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס איך האב בשעת מעשה, פון וואו זאל איך עס נעמען, אויב נישט פון די געוויסע כלים. אויב האב איך נישט מיינע ציגארעטלעך, האב איך נישט פארוואס אויפצושטיין. (און יענער נישט-רויכערער וואלט נישט געוואלט אויפשטיין אויב ער דארף יא רייכערן ציגארעטליך.)

און די זעלבע זאך מיט סייוועלכע כלי וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף. אויב א מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה באקומט דערפון א חתיכה ראויה פון עקזיסטענץ, וועט ער ווערן צוגעבינדן צו די געוויסע כלי דוקא, אז ער וויל ס'זאל נאכאמאל און נאכאמאל מאכן ארבעטן זיינע כלי הגוף, און די כלי דוקא. ער וויל ווערן באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, און די איינציגע וועג וואס ער ווייסט איז נאר קשר מיט די עצם כלי בשעת מעשה. און דאס מיינט די ווערטער "לאדם נדמה למצוא סיפוקו הנפשי במילוי צרכיו הגופניים"

הנפש מרגישה דעת זו כהעדרית ומ"מ היא נמשכת לה. די עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט ביי די דרגה פון הסתרה גמורה ווייסט אז ס'איז נישט די עכטע עקזיסטענץ וואס זי וויל וויסן. ווייל די רגע מ'מיינט אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי, ווערט די עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט, אויף אן אופן העדרית. ווייל ערשטענס, זי ווייסט דאך אין איר פנימיות, אז די עקזיסטענץ וואס זי וויל וויסן האט גארנישט מיט די עצם כלי, ס'ליגט נישט אין די עצם כלי. און אדרבה דאס מיינען אז ס'ליגט אין די עצם כלי מאכט איר נאך מער באהאלטן, די כלי דערשטיקט איר זוכונג צו וויסן אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון איר.

עקזיסטענץ אין פנימיות ווייסט די פלאץ פון וואו זי קומט, און זי ווייסט די עקזיסטענץ צו וואו זי ציהט. וואס זאל זי טוהן אז דער מענטש מיינט אז ס'ליגט אין די עצם כלי. אבער די נפש וויל דאך וויסן פון עקזיסטענץ, און דער מענטש מיינט דאך אז ס'ליגט אין די עצם כלי, דערפאר ציהט ער צו די כלי. און זי ציהט צו עס שטארק.

(די שטארקייט פון די ציאונג צו תאוות גופניות איז סך ווייניגער ווי די ציאונגס-קראפט וואס די נפש זוכט צוריקצוגיין צו איר מקור. די ציאונג צו עסן פאפקארן, און פרעצלעך, און קוקיס, און פעטעטא טשיפס, איז ווייניגער ווי איר עכטער ציאונגס קראפט צו וויסן אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון.)

און צווייטענס, די כלי הגוף וואס ערוועקן זיך פון די דרויסנדיגע כלים, בארואיגט אויך נישט דעם נפש. ווייל וואס זי וויל איז, ווערן באוואוסטזיניגט אז די עקזיסטענץ קומט פון איר, פון די מקור העליון, פון די עקזיסטענץ צו וואו זי איז א חלק. וואס האט זי פון דעם אז די כלי הגוף ארבעטן. די כלי הגוף פאר זיך אנעם נפש איז דאך א מציאות העדרית ושקרית. אבער דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, מאכט זיך נישט וואוסענדיג פונעם העדר וואס ער שפירט. ווייל פון וואו זאל ער וויסן אז ס'ליגט נישט אין די עצם כלי. ווען ס'קוקט אזוי שטארק אויס אז דער אמת איז אז ס'ליגט יא דארט. און פארשטייט זיך, אז פון צייט צו צייט פיהלט ער אזא עצבון רוח ודכאון, וואס דאס קומט פונעם נפש וואס מ'זעטיגט נישט איר דארשט צו וויסן אז די עקזיסטענץ ליגט נישט אין די עצם כלים. אבער דער מענטש ווייסט נישט פארוואס ס'מאכט זיך ביי אים אז עצבון רוח ודכאון. פרובירט ער אז ס'זאל אלעמאל זיין בשעת מעשה.

אפילו אין די אלגעמיינע וועלט, ביי זיי איז אויך שייך העכערע דרגות. צו וויסן אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם פלאץ פון וואו מ'איז א חלק.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז ווי מער מ'מיינט אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי, אלץ מער האט די נפש צער, און מען איז עס מרגיש לעתים תכופות, אויף אן אופן פון "עצבון רוח ודכאון". תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם. און ווי מער מ'ווייסט אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון זיך, אלץ ווייניגער האט די נפש צער.

והשם הטוב יעזור ויתן שלום ומנוחה ושלווה השקט ובטח, מנוחה שלימה שאתה רוצה בה. יכירו בניך וידעו כי מאתך היא מנוחתם. ועל מנוחתם יקדישו את שמיך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קכ

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:17 pm

בעזרת השי"ת תקיף ובעל היכולת ובעל הכוחות כולם, עושה שמים וארץ. להתהלך לפני אלקים באור החיים.

געדענק מ'רעדט דא פון עקספיריענסן, subjective experience moment by moment און נישט פון thinking about. וואס מ'טראכט איז נישט נוגע, מיר רעדן דא וואס מ'עקספיריענסד. מיר קענען דמיונ'ען וועגן דעם טעם פון עפעס א געוויסן וויין, מיר רעדן דא וואס מ'עקספיריענסד בשעת'ן טרינקען דעם וויין. מיר קענען דמיונ'ען וועגן גוטע ריחות וואס באנעמען דעם גאנצן וועזן, מיר רעדן דא וואס מ'עקספיריענסד בשעת'ן שמעקן די ריחות. וואס איז די עקספיריענס פונעם מענטש ביי איטליכן דרגה. וויאזוי דער מענטש עקספיריענסד די כלים וואס האט געמאכט ארבעטן זיינע כלי הגוף. דא גייען מיר רעדן וויאזוי דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה עקספיריענסד זיינע כלים וואס מאכן ארבעטן זיין כלי הגוף מחשבה. און יעדער מענטש, איך, דו, יעדער, קען זיין ביי די דרגה, אין א געוויסן זמן פון טאג.

צד ההכרה ודעת ה'בעלות' השקרית שבדרגא זו

וויבאלד דער מענטש וואס איז ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט די כלים וואס מאכן ארבעטן זיין כלי הגוף מחשבה, אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אים פון אט די כלים, ליגט אין די עצם כלים. וועט ער וועלן ליינען און ליינען און ליינען און ווייטער ליינען. און דוקא די געוויסע כלים וואס האבן אים שוין געהאט באוואוסטזיניגט אויף א וועליו'דיגן פארציע עקזיסטענץ. ער ווייסט גארנישט נאר די זאכן וואס ער ליינט, וואס דאס זענען כלים מעורר צו זיין זיין מחשבה, און זיין כלי הגוף מחשבה, מער ווי דעם ווייסט ער נישט. סאו, די רגע וואס ער ענדיגט ליינען, שפירט ער out of existence, ער איז גארנישט קונה, און ער ווייסט אפילו נישט פון דעס מין זאך ווי קונה זיין. קונה זיין וואו? ס'איז דאך נאר די עצם כלי בשעת מ'האט דערמיט קשר, בשעת מ'ליינט. מ'דארף אריינקוקן אינעווייניג.

שרייבט ער: כלים אלו אינם אמיתיים והווים לאדם שהרי אין בהם שום צורך גופני או נפשי. לאמיר געדענקען. כדי א כלי זאל באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון וואו איך בין א חלק אלוק ממעל, דארף עס זיין הווה ונוגע לחיי נפשו. אויב ס'איז נישט הווה ונוגע לחיי נפשו, זעהט אויס אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי. דא ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט נישט דער מענטש גארנישט אז ס'דא אין אים א אינסייד. און דער מענטש פילט אז אזא עקזיסטענץ פון די מאדע כלים, איז העדרי. ס'איז נישט נאר נישט קיין שלימות, נאר ס'איז העדרי. ווייל זיין עקזיסטענץ ווייסט בפנימיות אז אזא כלי באוואוסטזיניגט נישט אויף די עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק. די עקזיסטענץ שרייט: "נישט דאס זוך איך צו וויסן", אבער דער מענטש ווייסט נישט עפעס בעסער, און זיין נפש מאנט, און וואס ער ווייסט איז אז די איינציגע עצה איז צו ליינען און ליינען. אבי ס'מאכט ארבעטן די כלי הגוף מחשבה.

און ער שרייבט: ואכן מי שמסתבך בזה נמנעת ממנו היכולת להרגיש עוד מציאותיות נפשית טהורה. ווייל ווי מער ער ליינט אלץ מער ווערט פארדעקט אז דא איז דא א נפש וואס זוכט צו וויסן אמת'ע עקזיסטענץ. ווייל ווי מער מ'ליינט, אלץ מער זעהט מען קלאר, הארטע סייענס! אז די באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ קומט פון די עצם כלי. און אלץ מער ווייסט ער אז נאר דאס איז די פלאץ וואו צו גיין. און טאקע זעהן אז ס'זאל זיין אגאנצן צייט בשעת מעשה. זאל גיין די טיווי אגאנצן טאג אין איין ציה. ניטאמאל ארויסצונעמען די מינימום שכל דערפון. סתם, אז די מחשבה זאל ארבעטן.

צד החיות ודעת ה'התדבקות' השקרית שבדרגא זו.


דא גייט ער שרייבן וואס דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה עקספיריענסד די כלים וואס ערוועקן זיינע חושים.

איז ווייטער, ווי מער ס'איז בשעת מעשה, און ווי מער און שטערקער די חושים ארבעטן, אלץ בעסער. ווייל דער מענטש ווייסט נישט גארנישט, ער ווייסט איין זאך: דרויסנדיגע כלים וואס זענען מעורר חושים מאכן גוט. נישטא קיין אינסייד. מיר דארפן אראפקוקן אזא צוגאנג צו כלים, אבער מיר דארפן געדענקען אז יעדער קען אמאל אזוי צוגיין צו געוויסע כלים. דער מענטש ווייסט גארנישט. נאר איין זאך: אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך פון די כלים וואס מאכן ארבעטן זיין כלי הגוף חושים, באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלים. ווילאנג ס'איז בשעת מעשה איז גוט. די רגע ער הערט אויף און ער גייט אוועק פון די כלים וואס מאכן זיינע חושים ארבעטן, פילט ער out of existence, טאקע וועגן דעם ווייל ער ווייסט אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלים.

זיין נפש (אפילו ביי די אלגעמיינע וועלט) שרייט, דו הרג'סט מיר, נישט דאס איז וואס איך זוך, דאס באוואוסטזיניגט מיר נישט אויף די פלאץ פון וואו איך קום. וואס וויל איך דען פון די עצם כלי? אבער דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, ווייסט גארנישט מער ווי דעם. כלים וואס זענען מעורר חושים איז גוט בשעת מעשה. (זיינע שיעורים קען מען אזוי הנאה האבן, ביטע עס הערן פאר ווער ס'קען, כדי מער איינדרוקן די עמקות פון דעם דעת)

פארוואס פאלט מען מער און מער? ווייל די נפש מאנט איהר'ס, און דער מענטש פרובירט איהר צופרידנשטעלן. און זי ווערט נישט צופרידן, ווייל נישט דאס זוכט זי. זי וויל ווערן באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ פון וואו מ'האט איר אפגעטיילט. זי וויל נישט וויסן אויף עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי. און דער מענטש וואס מיינט נעבעך אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלים זאגט איר "ביסט נאך אלץ נישט צופרידן, איך פיל אז דו ביסט נאך אלץ נישט צופרידן? איך וועל דיר צושטעלן בעסערע כלים, מער עצם". און בעסער מיינט אז די נפש פאלט נידריגער. נידריגער פון וואו זי איז א חלק. איך וועל מאכן די כלים מער גס ורועש. איך וועל עס מאכן רח"ל, זאלסט ענדליך זיין צופרידן. מ'זעהט אז ממש דאס געשעהט מיט א מענטש אויף די דרגא פון הסתרה גמורה. מ'ווערט מער און מער איינגעקלעבט נעבעך אינעם רע, השם ישמרינו. מ'האט חיות פונעם רע. ס'איז רע, ווייל דער מענטש וויל אז די כלים זאלן זיין ווי מער עצם, ווי מער גס ורועש. און ווי מער עצם, אלץ ווייטער פון מקור, און אלץ מער רע. דאס מיינט דאך רע.

צד ההתפשטות ודעת ה'התבססות השקרית שבדרגא זו.

דא גייט ער צו וויסן טון, וויאזוי דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, עקספיריענסד זיין התייחסות צו כלים וואס זענען מעורר זיינע כוחות ארויסצוקומען.

יעדער מענטש (איך וויל טרעפן נאך, כאפסט, איך מיין מיך חחח) קען זיך טרעפן ביי געוויסע כלים אין די מצב פון הסתרה גמורה, אז אבי כלים זענען מעורר כוחות ארויסצוקומען אל הפועל, און ס'גייט נישט אן וואסערע כוחות, אבי מ'געט ארויס כוחות אל הפועל. און א מענטש ביי די דרגא עקספיריענסד אז די כוחות קומען פון זיין גוף, און נישט פון זיין נפש.

שפילן באל איז א ביישפיהל. מ'בייגט זיך אזוי איין, און מ'געט אזא כאפ די באל. דאס קומט פון עקזיסטענץ. נאר עקזיסטענץ האט אין זיך כוחות. און ווען מ'זעהט אזאנע געוואלדיגע קונצליכע כוחות זעהט מען קלאר אויף די געוואלדיגע אין סוף איינציגע עקזיסטענץ וואס איז משפיע אזאנע כוחות. אבער דער מענטש אליין, ווייסט, אז די כוחות קומען פון זיין גוף.

די כלי וואס איז מעורר ארויסצוגעבן די כוחות איז, טאקע דאס ארויסצוגעבן כוחות, טאקע דאס איז די כלי וואס איז מעורר די כוחות ארויסצוקומען אל הפועל. ווייל ארויסגעבן כוחות עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. ווייל די עצם ארויסגעבן כוחות איז עקזיסטענץ. און עקזיסטענץ ווערט פאקטיש באוואוסטזיניג אינעם באוואוסטזיין פונעם מענטש. אבער וויבאלד דער מענטש ווייסט נישט מער ווי "ארויסגעבן כוחות כדי ארויסצוגעבן כוחות, ווייל דאס מאכט גוט פילן" (מיר ווייסן פארוואס ס'מאכט גוט פילן) ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם ארויסגעבן כוחות, דהיינו, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי. און ער ווערט נישט באוואוסטזיניגט אויף די פלאץ פון וואו ער איז א חלק, ווייל ער ווייסט אז ס'קומט פון די עצם כלי. און זיין נפש איז נישט צופרידן, נאר ער מוז האלטן אין איין שפילן בעסער און בעסער באל. אדער כאטשיג טראכטן פון די געים וואס קומט מארגן. (מיר מאכט שטארק סענס וואס איך שרייב ב"ה, ביטע עקספיריענס וואס איך שרייב)

צד הדמות ודעת ההתכבדות השקרית שבדרגא זו

דא גייט ער אונז מאכן וויסן וואס ער ווייסט וואס דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה עקספיריענסד זיין קשר מיט כלים וואס זענען מעורר זיין וועליו סיסטעם.

ווען א כלי איז מעורר דעם וועליו סיסטעם, אז א געוויסע כלי האט א חשיבות, אן ערך, ווייסט דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה איין זאך: מיין שייכות מיט די כלי מאכט גוט פילן בשעת מיין שייכות מיט איר, און די גוטע געפיל קומט פון די עצם כלי. יעצט, אויב א מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, האט עקספיריענסד א וועליו. וועט ער גראד טראכטן, און מיינען, אז די וועליו קומט וועגן זיין גוף. ווייל נאר דאס ווייסט ער. עפעס די וועג וויאזוי איך שטיי, אדער זיץ, עפעס די אופן פון מיין גוף האט מיך געגעבן דעם וועליו וואס איך פיל. א מענטש פילט, און א רגע נאכדעם מאכט ער א טעאריע פארוואס ער פילט וויאזוי ער פילט, נאכדערצו אויב ער וויל אז ס'זאל נאכמאל קומען דער געפיל. אונז ווייס מיר אז די געפיל פון וועליו אפילו ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, קומט פון עקזיסטענץ. ווייל נאר עקזיסטענץ פארשטייט צו וועליו. נאר עקזיסטענץ פארשטייט צו עקזיסטענץ. וועליו מיינט אז דער מענטש פארשטייט אז דא איז דא עפעס אן עקזיסטענץ. אבער וויבאלד דער מענטש מיינט אז די וועליו איז וועגן דעם גוף און נאר וועגן דעם גוף, וועט ער עס מאכן בעסער און בעסער, און ער וועט טאקע שפירן גוט, ווייל ס'מאכט ארבעטן די כלי הגוף אויף א געוויסע וועג, און ס'געט טאקע וועליו. ווייל ער רעדט זיך איין אז ס'האט עפעס א וועליו.

איינער וואס איז נישט ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, עקספיריענסד אז דער מענטש רעדט זיך איין. וואס א חילוק דיינע מוסקלען? ביסטו שטארק, און? ווי מער דער מענטש מיינט אז דאס איז א וועליו, פילט ער טאקע וועליו. באוואוסטזיניגן, באוואוסט זיך עס פון עקזיסטענץ. ווייל דער מענטש שפירט מער זיין עקזיסטענץ מצד דמות. מצד דעת התכבדות. "קוק אן מיינע מוסעלס?" נאר אז מ'איז א חלק פון עקזיסטענץ קען מען שפירן מער עקזיסטענץ. אבער די נפש ווייסט אז ס'באוואוסטזיניגט נישט אויף די עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק, און זי ווייסט אז שטארקע מוסעלס איז נישט די עקזיסטענץ וואס זי ווייסט דערפון. אבער דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה ווייסט דאך נישט בעסער, ער ווייסט אז ס'איז ווייל ער האט א בעסערע כלי ווי א צווייטער, "וואס דען מאכט שפירן די גוטע טעם?". די דרויסנדיגע כלי וואס ערוועקט די כלי הגוף, איז א געוויסע וועליו אויף וואס מ'איז צוליב סיי וואס געווארן באוואוסטזיניג. אבער וויבאלד מ'ווייסט נישט מער ווי די כלי הגוף, פארשטייט מען אז נאר דאס געט וועליו. און די עצם וועג וויאזוי מ'שטעלט אהער דעם גוף, איז טאקע די כלי וואס איז מעורר אז מ'זאל עס נאך בעסער אהערשטעלן. ער וויסט אפילו קוים אז ער שפירט אינסייד עפעס א וועליו אפגעטיילט פון זיין קשר מיט די כלי.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז ווי ווייט מ'מיינט אז די זאך וואס איז מעורר מחשבה, אדער חושים, אדער התפשטות, אדער די וועליו, קומט פון די עצם כלי.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קכג

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:15 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. כי עמך מקור חיים, באורך נראה אור.

לימודים לדעת פארגעלערנט מער באופן הערות והארות.

הדיבור והנגינה

די ווערטער וואס א מענטש רעדט, די אופן וויאזוי ער רעדט עס, די קול וואס באגלייט זיין דיבור, זאגט זייער אסאך וועגן די מענטש. (עכ"פ לויט אונזער סאבדשעקטיוו השגה) ווייל נישט נאר אז דיבור קומט פון כלים, נאר דיבור איז אויך וויאזוי דער מענטש איז זיך מתייחס צו כלים. יעצט, אין די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייזט זיין דיבור אז ער ווייסט אז זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך נאר פון די עצם כלים, און גארנישט פון זיך! און דער דיבור איז זייער ריקן וזול. ריקן, ווייל ס'האט נישט קיין נפשיות'דיגער טשארדש אין זיך. און זול, ווייל ס'איז זייער רועש וגס.

זייער גס ורועש מיינט, אז די עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט פון די כלי, ווייסט מען אז ס'קומט נאר פון די עצם כלי, גארנישט פון זיך.

און ווען מ'הערט די צורת הנגינה וואס דער מענטש זינגט, זעהט מען אז ער איז מעורר זיין מחשבה פון כלים וואס זענען זייער גס ורועש. און מ'זעהט אז ער איז מעורר זיינע חושים פון כלים וואס זענען זייער גס ורועש, און אז ער איז מעורר זיינע כוחות ארויסצוקומען פון כלים וואס זענען זייער גס ורועש, און אויך זיין וועליו פון כלים וואס זענען זייער גס ורועש. זייער אז די גאנצע עקזיסטענץ וואס ער ווייסט באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי. און אוודאי איז עס ליידיג! ליידיג פון וויסן אז ער איז א חלק אלוק ממעל. און וויסן מיין איך צו זאגן, אזוי ווי דער וואס כאפט זיך אן אין א צווייג, הענגענדיג צענדליגער פיס אין די לופט, זיין גאנצע וועזן ווייסט אגאנצן צייט אז נאר די צווייג האלט אים ביים לעבן. ער עקספיריענסד עס. סאו, דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי.

אמיתת וזיכוך הכלים.

דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווייסט די כלים, אז ס'האט גארנישט אים צו באוואוסטזיניגן אז ער איז אן עקזיסטענץ וואס איז א חלק אלוק ממעל. ס'איז נאר מעורר די כלי הגוף און שוין.

צד השמאל

בצד ההכרה

צד השמאל מיינט
ווען מיר זאגן פאר די כלי, "דו ביסט נישט די כלי מעורר צו זיין מיינע כלי הגוף". אזא מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, ווען ס'איז שוין יא דא עפעס א כלי וואס איז מעורר זיין מחשבה, השגה שכלית זיין הכרה, מכיר צו זיין אינעם אמת פון עקזיסטענץ. וועט ער מאכן ליצנות דערפון. און זאגן "דו ביסט נישט די כלי מעורר צו זיין מיין מחשבה" ער האט מורא אז ס'זאל נישט מעורר זיין זיין מחשבה צו טראכטן, און מכיר זיין דעם אמת, און דערפאר מאכט ער ליצנות דערפון, און ער ציהט צו מינות. ווייל די רגע ער הייבט אן מכיר זיין דעם שכל, דעם אמת, ווערט דאך די עצם כלים וואס זענען מעורר זיינע מחשבות ווייניגער גס ורועש. און ער שפירט אז ער גייט ארויס פון עקזיסטענץ מצד הכרה. ווייל ער ווייסט אז עקזיסטענץ קומט פון כלים וואס זענען גס ורועש. און מיטן אוועקמאכן די השגה שכלית, כאפט ער צוריק זיין עקזיסטענץ.

בצד החיות:


דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, וועט נישט וועלן אז א כלי זאל מעורר זיינע איידעלע חושים אויף אן אופן אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון אים. ווייל דאס מיינט אז די כלי ווערט אויס כלי, און אויס כלי איז ביי די דרגה אויס עקזיסטענץ. די כלי מוז דאך זיין ווי מער גס ורועש, ווי מער מעורר זיין חושים. דערפאר וועט ער אלעמאל ציען צו מעורר זיין זיינע חושים, דייקא מיט די נידריגע נקודות פון כלים וואס זענען מעורר חושים. נידריג מיין איך צו זאגן, נישט איידל. און ווי איידעלער אלץ מער ארויף צו די ידיעה אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון מיר, און נישט פון די כלי.

בצד ההתבססות:


וויבאלד א מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, זעהט אז עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך מצד ארויסגעבן כוחות. ער כאפט נישט, וויאזוי קען לערנען, אדער האבן אחריות, אדער האבן א עול, אדער נישט גיין ליידיג, אדער טון א טובה פאר א צווייטע יוד, אדער גיין נאך געלט, (איך רעד צו מיר, חברה) וויאזוי קען דאס מאכן גוט פילן? ביי אים איז דאך נישט דא אזא זאך אז א כלי וואס מאכט אז מ'זאל ארויסגעבן כוחות אל הפועל, זאל באוואוסטזיניגן אז איך בין א חלק פון איין און איינציגע עקזיסטענץ. ביי אזא דרגה איז דאך נאר די עצם כלי, די עצם כח. בשעת'ן טון. ביי אים איז דאך נאר דא די עצם ארויסגעבן כוחות איז גוט בשעת'ן ארויסגעבן. איז ווען א כלי איז מעורר זיינע כוחות ארויסצוקומען אויף אן אויפן פון אחריות, אדער קבלת עול, אדער "טו עפעס מיט דיין טאג", זאגט ער "דו ביסט נישט די כלי וואס גייט מיך מעורר זיין מיינע כוחות ארויסצוקומען אל הפועל" ער מאכט כאילו חרוב די כלי.

כלים וואס האבן אן עצם, מיין איך צוזאגן כלים וואס מאכן ארויסגעבן כוחות, וואס מ'פילט אז די כוחות גייען ארויס. (איך פרוביר צו שרייבן די מערסטע וואס איך פארשטיי, בשעת איך שרייב עס, אבער מ'קען עס נוצן אויף למעשה) א מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, וועט נאר מעורר ווערן ארויסצוגעבן זיינע כוחות, פון אזאנע כלים וואס האבן אין זיך א גוטן עצם. אבער כלים וואס האבן א שוואכע עצם, ווי לערנען, אדער דאווענען, אדער סתם טון וואס מ'דארף פון אזאנע כלים וועט ער זיך נישט לאזן ארויסגעבן זיינע כוחות.

אפילו אויב דער וואס איז נישט ביי די דרגה פון הסתרה גמורה פארשטייט אז אזאנע כלים דארף מעורר זיין ארויסצוברענגען אזאנע כוחות, וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן אז מ'איז א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. פון דעסטוועגן וועט ער עס נישט טון. ווייל וואס ער ווייסט איז, אז די גוטע טעם וואס ער האט פון אייביג אן געפילט פון מפשט זיין פעולות מן הכח אל הפועל. קומט פון א עצם כלי. ער ווייסט נישט צו זאגן פון א אינסייד.

ס'דא נאך א סיבה וואס ער שרייבט מער פון דעם, אז ווען מ'מאכט חרוב, פילט מען אז מ'עקזיסטירט "איך קען חרוב מאכן אפילו די טווין טאוערס רח"ל. אבער וואס איך האב געשריבן מאכט אויך סענס.

בצד הדמות:

וויבאלד דער מענטש ביי די דרגה פון הסתרה גמורה ווייסט גארנישט, נאר אז די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט פון א כלי, איז ווייל די עצם כלי איז עקזיסטענץ מחמת עצמו. דער מענטש אליין איז אויך א כלי. אויב לאמיר זאגן אז ער פירט זיך אויף א וועג וואס באוואוסטזיניגט אים אויף טיפערע עקזיסטענץ ווי די עצם כלי. וועט ער נישט וויסן וואס ס'מיינט, און אויף וואס ס'ווייזט. ער וועט שטארק פרובירן עס אנצוהענגן אין די עצם כלי. אבער וויבאלד דמות מוז עפעס ווייזן אויף עקזיסטענץ. וועט ער אלעמאל מורא האבן אז ס'זאל נישט ווייזן אויף אן עקזיסטענץ וואס קומט פון אינעווייניג, ווייל דאס מיינט אז די כלי פארלירט די עצם, אז ער פארלירט עקזיסטענץ, ער ווייסט דאך נישט אז ס'דא עקזיסטענץ חוץ מן הכלי. סאו, ווען ער שפירט אז א כלי וויל אים מאכן אויפפירן "בהנהגה של חשיבות, ערך, ערנסטקייט" וועט ער נישט וועלן. ווייל דאס זיך אויפפירן ערנסט מאכט אים פארלירן די קשר מיט די עצם כלי. ווייל זיין געפיל פון עקזיסטענץ איז פון די עצם כלי. וועט ער זיך דוקא אויפפירן בהנהגה של שפלות. זיך צו האלטן מיט די עצם. און עס נישט מבטל זיין.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, וואס איך וואלט געטראכט ב"ה, ווי ווייט מ'דארף זיך לאזן ערוועקן די כלי הגוף, פון כלים, וואס האבן די פאנטענציאנאל צו מגלה זיין עקזיסטענץ אז ס'קומט פון מיר.

והשם הטוב זאל העלפן ווייל דו ביסט אונזער טאטע און מיר זענען דיינע קינדער. דע לך בני.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קכו

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:35 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק שני: התנוצצות דמיונית

לאמיר גיין צו צד ההכרה ודעת ה'בעלות' הדמיונית שבדרגא זו

כדי א כלי זאל באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו איך בין א חלק, דארף עס זיין 'אמת' און 'זך'. אמת מיינט אז די כלים זענען הווים ונוגעים לחיי נפשו, כלים וואס איז נוגע פאר יעצט, כדי ס'זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף אזא עקזיסטענץ, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פאר מיר פון די איין איינציגער מקור צו וואו איך בין מקושר, און ס'מאכט מיך וויסן אז איך בין א חלק אלוק ממעל. און ס'באוואוסטזיניגט זיך נישט פון די עצם כלי. און זך מיינט, אז די כלי איז משמש דעם תפקיד מיך צו באוואוסטזיניגן אויף איין איינציגע עקזיסטענץ. און נישט אז ס'שלעפט מיך אראפ.

די כלים וואס דער מענטש ביי די דרגה פון התנוצצות דמיונית נוצט צו ערוועקן זיין כלי הגוף מחשבה איז אזאנע כלם וואס דער מענטש וויל קונה זיין פון זיי עפעס א חכמה. אבער דער מענטש ביי די דרגה פון התנוצות דמיונית ווייסט אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אים, קומט מחמת די עצם כלי. ווייל איך האב קשר מיט אזא חכמה, א דאנק די חכמה ווייס איך מיר מער אין עקזיסטענץ. אויב אבער איך וואלט נישט ארויסגעהאט דעם חכמה, אויב איך וואלט נישט ארויסגעהאט וויאזוי עלעקטעריק ארבעט, וואלט איך מיך טאקע נישט געוואוסט עקזיסטענץ. דער מענטש וויל נישט סתם מעורר זיין זיין כלי הגוף מחשבה, אזוי ווי דער ביי די דרגה פון הסתרה גמורה, נאר ער קלויבט זיך אזאנע כלים וואס מאכן אים שפירן עקזיסטירענד אפילו נישט בשעת מעשה, אבער ער ווייסט אז ס'באוואוסטזיניגט זיך מחמת עצם הכלים.

ווען ער גייט אהיים פון די לייברערי, ווען ער גייט אוועק פון די כלים, שפירט ער נישט out of existence, אזוי ווי דער ביי די דרגה פון הסתרה גמורה. דער ביי די דרגה פון התנוצצות דמיונית, וואס ער ווייסט איז, נאר א דאנק די עצם כלים ווייס איך מיך אין עקזיסטענץ. ס'מאכט אים נישט וויסן זיין עקזיסטענץ אלץ א חלק אינעם איין איינציגן עקזיסטענץ. ביטע אריינקוקן אין זיין ספר, און הערן זיינע שיעורים.

ס'איז אמת אז דער מענטש ווערט געוואויר דורך די כלים פון עקזיסטענץ, אבער נאך אלץ ווערט ער נישט געוואויר אז ער איז א חלק פון אט די עקזיסטענץ. ער שפירט זיך אין עקזיסטענץ אדאנק ארויסהאבן די חכמה פון עקזיסטענץ. אבער וואס ער ווייסט איז, אז ווען נישט דעם, איז ער נישט מער ווי חומר, קעמיקאלן. ער שרייבט אזוי זיס דאס לשון, ואינו ער ומודע לאמת שהמשיכה למציאותיות מתייחסת רק לעצם הנפש - ומקורה בעליונים - ולכן קשה לו להיפרד מהחכמה שהוא מרגיש בה כל מציאותו.

ער שרייבט דא אז די כלים וואס איז מעורר זיין מחשבה, האט א געוויסע זיכוך הדמות, דאס מיינט אז דער כלי טרייבט נישט אן די מחשבה, סתם כדי אנצוטרייבן עס, אז ס'זאל זיין גוט בשעת מעשה. נאר ס'מאכט באקאנט אויף עקזיסטענץ. אז אפילו ווען מ'גייט אוועק פון די כלי, שפירט מען זיך עקזיסטירענד. די נפש איז אבער נישט צופרידן דערמיט, ווייל דער נפש וויל "איך וויל וויסן די עקזיסטענץ וואס איך בין א חלק דערפון" נישט כלים וואס מאכן מיך וויסן די עקזיסטענץ פון די בריאה.

ער שרייבט אין הערה קנה. אז ווען מ'לערנט דארף עס זיין: באמת מה שצריך לעורר הנפש הוא עצם אורה האמיתי והנצחי של התורה הקדושה, שהוא דעתו של הבורא יתברך שמו כביכול. ס'דארף זיין ווייל איך וויל פארשטיין די שכל פון הקב"ה כביכול. דאס איז מיין תענוג. ווען איך פארשטיי דעם שכל פון הקב"ה כביכול, איז עס די עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק.(ועיין בליקוטי שושנה, זקני תלמידי חכמים וכו') אמור לחכמה אחותי את, ווייל איך בין א קינד פון השי"ת, און חכמת התורה קומט פון השי"ת, און מיר ווערן באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ וואו מיר זענען א חלק דערפון. עיין בספר הקדוש יושר דברי אמת אות ט. (א הייליג ספר וואס אפילו בחורים דארפן לערנען! איך האב שוין געשריבן אז דער עיקר וואס א מענטש דארף איז א קשר מיט כלים וואס ער קוקט ארויף, וואס מאכן אים וויסן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ)

צד החיות ודעת ה'התדבקות' הדמיונית שבדרגא זו.

דער ביי די דרגה פון הסתרה גמורה ווייסט אז בשעת מ'האט קשר מיט כלים וואס זענען מעורר חושים, שפירט מען גוט, א רגע נאכדעם איז נאמאר גוט! אויס עקזיסטענץ. סאו, דער ביי די דרגה פון הסתרה גמורה זעהט אז ס'זאל זיין אגאנצן צייט בשעת מעשה. אבער דא, דער מענטש ביי די דרגה פון התנוצצות דמיונית, ווען ער גייט אוועק פון די כלים וואס זענען מעורר זיינע חושים, שפירט ער נישט out of existence. ער הערט מיט זיין חוש השמיעה מוזיק, און ער שפירט זיך גוט אגאנצן טאג נאכדעם. אבער ער מוז הערן מוזיק אין א רעגולער בעסיס, אויס מוזיק אויס עקזיסטענץ. איך מוז עס האבן. און די זעלבע ביי די חוש הראיה ער מוז האבן א שיינע פעינטינג אין זיין הויז, ער מוז נישט קוקן דערויף אגאנצן טאג, אבער ער ווייסט אז דאס געט אים עקזיסטענץ מצד חיות. און ער ווייסט אז די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט (מצד חיות, וואס קומט פון חושים) קומט א דאנק די שיינע פעינטינג, (ער קען נישט פארשטיין אז א מענטש זאל שפירן עקזיסטענץ מצד חיות, ער קען נישט פארשטיין אז א מענטש זאל האבן חיות, אויב מ'האט נישט שיינע זאכן אויף וואס צו קוקן). ער מוז האבן גוטע געשמאקע עסן. ער מוז נישט עסן אגאנצן טאג, אזוי ווי דער ביי די דרגה פון הסתרה גמורה וואס עסט, ביז די בויך פלאצט, (איך מיין מיך, ביטע) אבער ב"ה איך האב גוטע געשמאקע עסן. ער קען נישט פארשטיין אז א מענטש זאל שפירן חיות אויב ער עסט פשוט'ע עסן. און די זעלבע מיט די חוש הריח. ער מוז עס האבן פון צייט צו צייט.

יעצט, וואס איז די זיסקייט פון מוזיק, איך רעד פון קלאסישע מוזיק, וואס איז די זיסע געפיל דערפון? ער ווערט געוואויר פון עקזיסטענץ. "איך האב גארנישט געוואוסט אז מ'קען צאמנעמען די אלע קלאנגען (הויעך, נידריג, שטיל, הויעך) און ס'זאל זיך הערן דערפון עפעס גאר א נייע דערהער, וואס איז געווען באהאלטן פון מיר ביז יעצט". און די זעלבע זאך מיט שיינקייט פון כלים וואס זענען מעורר די חוש הראיה. "wow!! איך האב גארנישט געוואוסט אז די אלע זאכן צוזאמען, שטעלן אהער אזא שלימות, איך בין צוגעקלעבט פארגאפט דערפון" ס'איז א סוד אין די בריאה וואס ווערט באוואוסטזיניגט פארן מענטש. אפילו ווען א מענטש שטעלט דאס צאם איז דאס אויך א סוד וואס איז באהאלטן אין עקזיסטענץ. חחחח ער איז שיין מסביר דארט אינעם ספר. הערליכע הערות.

די מענטש ציהט דערצו, ווייל זיין נפש טרייבט אים צו וויסן פון עקזיסטענץ. אבער זי וויל וויסן אז זי איז פון די עקזיסטענץ, און זי איז נישט צופרידן מיטן וויסן די עקזיסטענץ פון געוויסע כלים. זי וויל צוריקגיין צו איר מקור. דער מענטש ווייסט אבער נישט וואס פונקט דער נפש וויל, ער זאגט איר "דו ווילסט וויסן עקזיסטענץ? נו, דא האסטו! איך געדיר" אבער זי מאנט נאך אלץ. "איך וויל וויסן די עקזיסטענץ פון וואו איך בין, דהיינו ווערן בטל צו עס". און דו געסט מיר כלים וואס דערשטיקן מיין עכטע בענקשאפט.

אין הערה קסא זאגט ער: אז אוודאי קען מען נעמען די אלע סודות פון עקזיסטענץ, און פארשטיין אז דער וואס פארשטייט דעם סוד, פארשטייט עס ווייל ער איז א חלק פון עקזיסטענץ. ווייל נאר א חלק פון עקזיסטענץ פארשטייט צו עקזיסטענץ. און דאס זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצ"ל, ווען מ'עסט און מ'פילט א טעם, פארשטיי, אז דער טעם וואס דו פילסט, איז,

ויכוין כשהוא אוכל דבר מה, די עסן וואס מ'עסט, און די טעם וואס מ'פילט, איז דאך א כלי וואס ערוועקט די כלי הגוף, חושים. און דאס באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. ווייל יעדע כלי וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף, און דא איז עס די כלי הגוף חושים, מאכט אז מ'זאל ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד חיות. זאגט דער הייליגער צעטיל קטן זצ"ל. אויב דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אז די עקזיסטענץ מצד חיות וואס באוואוסט זיך דיר בשעת'ן עסן, אדער טרינקען. באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו דו ביסט א חלק דערפון. זאלסטו זייער אכטונג געבן צו געדענקען, אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך נישט פון די עצם כלי. נאר ווייל דו ביסט אן עקזיסטענץ, א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ, דערפאר פילסטו א טעם. שהטעם שהוא מרגיש בפיו בשעת לעיסה ובשעת גמיעה, היא פנימיות הקדושה וניצוצות הקדושה השורה במאכל ההוא או במשקה ההוא און אז דו וועסט אזוי געדענקען, און נישט געדענקען נאר וויסן. דאן וועסטו ווערן באוואוסטזיניג אז דו ביסט א חלק אלוק ממעל. און דאס איז וואס דיין נפש וויל אזוי שטארק, פון דעם האט זי תענוג, וויסן אז דו ביסט עקזיסטענץ. דו ביסט א חלק פון די איין איינציגע עקזיסטענץ. ואז נפשו נהנית מהפנימית. עיין בצעטיל קטן אות טו.

ויהרהר שעולה צ"א כמנין הוי' בשילוב אדנ"י. פארוואס, ווייל די מקור פון עקזיסטענץ איז הוי', און די עצם עסן, איז אדנ"י, מלכות, דמות א גילוי פון עקזיסטענץ. און דאס טוסטו מייחד זיין צום מקור. דו ביסט מייחד דעם דמות צום אייבערשטן. כך נראה לי.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת קען מען טראכטן און באמערקן ווי ווייט מ'מיינט אז עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט איז א דאנק געוויסע כלים.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קלב

תגובהדורך נשמה » זונטאג אפריל 29, 2018 2:25 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צד ההתפשטות ודעת ה'התבססות' הדמיונית שבדרגא זו

דא גייט ער שרייבן וויאזוי דער מענטש ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית עקספיריענסד זיינע כלים וואס מאכן אים מפשט זיין פעולות מן הכח אל הפועל. און וויאזוי דער מענטש שפירט זיך געבויט דורכ'ן קשר מיט אזאנע כלים.

ער שרייבט אזוי: ובזה התייחסות האדם לכליו היא, כאילו קיים בכלי - הבנייה או המעמד - ענין עצמי של התבססות, ומחמת זה הוא מפחד מלעזוב אותו, ונקשר ונתקע בו. דער מענטש ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, פילט נאר גוט בשעת ער האט קשר מיט אזאנע כלים, וואס שלעפן פון אים ארויס אזאנע סארט כוחות אל הפועל, וואס די איינציגע וועליו פון זיי זענען אז ס'ברענגט ארויס כוחות פון אים, אז ער רייסט זיך אויף דערמיט. און ער פילט נאר גוט בשעת ער טוט. דא ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, דער מענטש שפירט אז ער איז עקזיסטירנד א דאנק די עצם כלים. א דאנק ער האט אויפגעבויעט א בנין, אבער ער ווייסט אז ווען נישט די עצם כלים, אז ווען נישט דער בנין, ווייסט ער זיך נישט אין עקזיסטענץ. איז ער גארנישט. און נאר א דאנק דעם בנין, פילט ער זיך געבויט. ער מוז נישט טון אגאנצן צייט אזוי ווי דער ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, אבער ער מוז האבן אויפגעבויט א בנין. און מיט דעם אלעם מאנט זיין נפש נאך אלץ, ווייל זי וויל וויסן די עקזיסטענץ פון וואו זי קומט, זיך נאכאמאל שפירן בטל צו עס, א חלק דערפון. בפנימיות ווייסט דער נפש, אז נישט דער בנין איז וואס זי דארף אזוי שטארק. אבער דער מענטש כאפט נישט וואס ער וויל פונקטליך.

די דמות פון די כלים, דא ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, איז מער מזוכך ווי די כלים ביי די דרגא פון הסתרה גמורה. ביי די כלים פון הסתרה גמורה, וויל דער מענטש נאר זיך אויפרייסן, נאר שפירן אז ער ברענגט ארויס פון זיך כוחות, נישט קיין חילוק פאר וועלכע ציהל, אבי ס'האט א גוטן דמות, א גוטן עצם, איז שוין גוט. אבי מ'רייסט זיך אויף דערמיט. אבער דא ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, וויל דער מענטש וויסן אן עקזיסטענץ פון אזאנע כלים, אפילו ווען ער גייט אוועק פון די כלים. אמת אז ער האלט אז די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך איז א דאנק די עצם כלים, אבער דאך וויל ער וויסן אז ער עקזיסטירט אפילו ווען ער גייט אוועק פון די כלים. דאס מיינט אז ער ווייסט אז כלים געבן א געוויסע עקזיסטענץ וואס בלייבט אין אים אפילו ווען ער גייט אוועק פון די כלים. דאס מיינט אז דער דמות איז מער מזוכך.

צד הדמות ודעת ה'התכבדות' הדמיונית שבדרגא זו

ביי די דרגא פון הסתרה גמורה, ווייסט דער מענטש איין זאך, די עצם כלי האט אן עקזיסטענץ, בשעת איך האב דערמיט שייכות, און דערפאר וועט ער מער ארבעטן אויף זיין גוף, ווייל ער בלייבט דערמיט מקושר. און אויך וועט ער זיך נישט וועלן אויפפירן בדמות ערך ותוכן, ווייל דאס מאכט אז די עצם כלי זאל בטל ווערן צו עפעס העכערס. און יעדע כלי וואס ווערט בטל צו עפעס העכערס, פארלירט די כלי דעם דמות, אז ס'ווייזט אויף די וועליו פון די עצם כלי, און אויב די עצם כלי פארלירט דעם וועליו, האט ער נישט פון וואו צו וויסן א גוטן טעם (מיר ווייסן אז דער גוטער טעם איז עקזיסטענץ).

אבער דא ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית וועט דער מענטש זיך יא אויפפירן בדמות של ערך ותוכן. אפילו ווען ער גייט אוועק פון די כלים, אפילו ווען ער שלאפט אין בעט מיט סתם נאכט קליידער, וועט ער זיך אויך פילן גוט. פארוואס? ווייל ער האט אין זיין קלאזעט ברענד נעים קליידער וואס ער גייט דערמיט בייטאג, ער האט א שיינע טייערע שאל, וכו'. דער מענטש ווייסט, אז נאר ווייל ער האט אזאנע חשוב'ע קליידער, און ווייל ער פירט זיך אויף בדמות של איש מורם מעם ומכובד, דערפאר ווייסט ער זיך אלץ עקזיסטענץ. ווייל די עצם כלים זענען וואס בלאזן אריין עקזיסטענץ.

אבער אפילו מיט די טיש בעקיטשע וואס מ'האט זיך געלאזט ספעציעל אויפנייען, מאנט נאך אלץ דער נפש, "איך וויל צוריק וויסן די עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק, אז איך בין א חלק דערפון". און נישט מיין עקזיסטענץ וועגן די חשיבות פון א טייערע בעקיטשע, אדער טייערע גלעזער. אדער א פולי לאודעד קאר. אבער דער מענטש ווייסט נישט וואס זיין נפש וויל. איך געדער אלעס, און דו ווערסט נישט זאט?

די כלים וואס זענען מעורר די וועליו סיסטעם ביים מענטש, דא ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, זענען אביסל מזוכך מצד הדמות. דער מענטש ווייסט אז ס'איז נישט נאר די עצם כלים, ס'איז די עקזיסטענץ מיט וואס ער בלייבט אפילו נאכן נוצן די כלים. אבער דאך, וויבאלד ס'ווערט נישט בטל צום עצם, נאר דער מענטש מיינט, אז אדאנק די כלים, ווייס איך עקזיסטענץ, און ווען נישט די כלים וואלט איך געשפירט nothing more than nothing. דערפאר זענען באמת די כלים חשוכים מבלי זיכוך מהותי. ביטע אריינקוקן אין זיין ספר, ער שמועסט עס זייער שיין אויס בעזר הוי' יתברך.

הדיבור והנגינה.

א מענטש ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, וועט מען זעהן אז אמת ער ווייסט פון עקזיסטענץ אין אים א דאנק זיין קשר מיט כלים, וואס מאכן אים טראכטן, אבער ס'הייבט נישט צופיל אויף דעם מענטש וואס הערט אים אויס. ווען דער נפש הערט אים רעדן, מאנט זי, "איך וויל וויסן די עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק, איך בין נישט צופרידן מיט די עקזיסטענץ וואס דו פארקויפסט מיר". און די זעלבע זאך מיט 'נגינה'. דער 'נפש' איז נישט צופרידן דערמיט. "איך וויל זאלסט מיר זינגען א ניגון וואס גייט מיך דערמאנען פון וואו איך קום". און נישט סתם עקזיסטענץ לשם עקזיסטענץ. ער האט א הערליכע שיינע ערקלערנבארער הערה קסז.

אמיתת וזיכוך הכלים.


ס'איז אמת אז די כלים ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית געט עקזיסטענץ. ס'מאכט אז דער מענטש זאל שפירן "איך עקזיסטיר". אבער סיי די כלים זענען נישט זך. ס'שלעפט אראפ צו די עצם כלי, און ס'באהאלט דעם אמת'ן עקזיסטענץ פונעם נפש. און סיי ס'באוואוסטזיניגט נישט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ וואס דער נפש וויל וויסן. די נפש ווייסט אז זי עקזיסטירט רעלאטיוו. ווייל די כלים עקזיסטירן, דערפאר האט זי דעם זכות צו עקזיסטירן. נישט דאס וויל זי. זי וויל צוריק וויסן עקזיסטענץ אזוי ווי זי האט עס געוואוסט אמאל. און נישט ווייל די עקזיסטענץ פון כלים.

השלימות והאיחוד.

ס'איז אמת אז די כלים ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, קען צומאל אויסזעהן ווי ס'מאכט שפירן שלימות'דיג, און אז ס'איז מגלה א געוויסע סוד פון עקזיסטענץ. אבער די נפש איז נישט צופרידן, ווייל קודם כל די פינטעלע שלימות איז נישט שטאנדהאפטיג. ס'האט דאך נישט מיטן מענטש גארנישט. דער מענטש וואס האט זיך געפרייט מיט זיין שלימות'דיגן קאר אין 2013, האט יעצט גארנישט קיין שלימות. ווייל מתחלה אן איז נישט דאס וואס זיין נפש וויל. אלעס וועפט אויס ווען מ'האט עס שוין. פארוואס וועפט עס? ווייל נישט דאס איז וואס מ'זוכט. מ'לויפט זוכן דאס גליק, און ס'דאכט זיך אז מ'האט שוין עררייכט א געוויסע שלימות. מ'האט אנדעקט א סוד. אבער נישט די שלימות איז וואס מ'זוכט באמת, און נישט דעם סוד.

צד השמאל.

וויבאלד דער מענטש ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית מיינט אז די עקזיסטענץ ליגט אין די עצם כלים, ליידט ער זייער פון צד שמאל. פון התאוננות. ווייל אויב נאר גוטע עסן מאכן מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, ווער איך אויס מענטש, אויס עקזיסטענץ אויב ס'איז נישט אזוי גוט. אויב פרישקייט - חיות, איז נאר אויב מ'זעהט שיינע זאכן. איז וואס וועט זיין אויב די סיידוואק איז צעקראכט? אדער די קאך איז נישט צאמגערוימט. אדער איך זעה א מענטש וואס גייט מיט א צעריסן היט. ווי מער מ'מיינט אז עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט, איז די עקזיסטענץ וואס ס'ליגט אין די עצם כלים, אלץ מער באדערט וויאזוי די עצם כלים קוקן אויס. ווייל נאר דאס קען געבן עקזיסטענץ.

וויבאלד מ'איז מייחס די עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך מחמת עצם כלים, קען מען נישט לעבן אינעם יעצט. פארוואס? ווייל די "יעצט" איז נאר רייך, אויב מ'ווייסט אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון מיר. לדוגמא: דער מענטש ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, וואס זיצט אין לייבערי, און שטודירט א חכמה, וואס מאכט אים ווערן איבערגענומען מיט עקזיסטענץ? דאס אז ער האלט קאפ, וויפיל ער האט שוין ארויס דעם חכמה, און וויפיל נאכנישט, די גאנצע עקזיסטענץ קומט ווייל ער האט עס נאכנישט ארויס און ער גייט עס ארויסהאבן. ער ווערט אבער נישט באוואוסטזיניגט ווייל ער טוט יעצט עפעס. די כלי איז "איך וויל ארויסהאבן דעם חכמה, און איך האב עס נאכנישט אינגאנצן ארויס". די "נאכנישט" די "חוסר" איז וואס ס'טרייבט אים. זיין עקזיסטענץ קומט נישט ווייל "עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק באוואוסטזיניגט זיך יעצט פאר מיר". און די זעלבע זאך מיט הערן שיינע מוזיק, אדער זעהן שיינע זאכן, ער וויל נישט אז די כלי זאל אנצינדן זיינע כלי הגוף געהעריג, ווייל ער ווייסט אז ס'גייט באלד אוועקגיין. און מיט דעם וואס ער 'קלאגט' אז ס'פעלט אים. בלייבט ער עפעס פארבינדן מיטן נפש. די התאוננות איז אויך אמת, ווייל אזאנע כלים זענען באמת העדרי.

אין הערה קסט. זאגט ער דריי סיבות פארוואס אנשי העולם בזמננו הם תמיד מלאי עצבון וכעס למרות כל השפע הרב שנשפע בדורנו בחסדי השי"ת.

די ערשטע זאגט ער, איז, ווייל נישט דאס זוכט זייער נפש. און ווי מער מ'האט, אלץ מער ווערט דערשטיקט דאס וואס די נפש זוכט, און אלץ מער שרייט מען, בהתגלות של עצבון.

די צווייטע זאך איז, ווייל זיי מיינען אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון האבן קשר מיט די עצם כלים, און ווייל א מענטש וויל וויסן נאך און נאך עקזיסטענץ. מוז ער גליסטן דייקא צו וואס ער האט נאכנישט, און אז מ'האט עס נאכנישט, איז מען דאך טאקע בעצבות.

און די דריטע סיבה איז, ווייל דאס אליין אז מ'קלאגט, האלט קשר מיט די אמת'ע ווייטאג פון די נפש. אז זי טרעפט נישט וואס זי זוכט.

און די רפואה דערצו איז, אז מ'זאל וויסן אמת'ע עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך בהווה פון כלים זכים. ווי ער וועט שפעטער אויסשמועסן. בעזרת השי"ת.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען מערקן ווי ווייט מ'מיינט אז עקזיסטענץ קומט א דאנק געוויסע כלים. דאס וואלט איך געטראכט בעזרת השי"ת

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג אפריל 29, 2018 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אפריל 29, 2018 2:41 pm

ווי קען מען עס ארויספרינטן?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קלט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:00 pm

רצון טוב האט געשריבן:ווי קען מען עס ארויספרינטן?

איך האף בעזרת השי"ת אז כ'וועל איבערגיין נאכאמאל די שיעורים, דאס הייסט, נעמען וואס איך האב שוין געשריבן דא, און עס אויסבעסערן, און עס מאכן צוביסלעך אויף pdf, שיין, להנות את העינים. לאמיר האפן צו השי"ת. איך זאג אז מ'דארף בעיקר קויפן זיין ספר און עס לערנען אינעווייניג. הערן זיינע שיעורים. מיין שרייבעראציע, איז אז איך זאל עס בעסער פארשטיין, ס'זאל איינזינקען אין מיין קאפ, און אין איינוועגס זאלסטו עס פארשטיין, און מיטן אייבערשטנס הילף טון למעשה, וואס דאס איז דאך דער עיקר. דעת התבססות שבבעלות, און דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל מיך צוריקקערן צו אים, און פאלגן וואס ער הייסט. לאמיר גיין ווייטער ב"ה.

פרק שלישי: קצה הנפש.

דער מחבר שרייבט אין די הקדמה: וכבר האריך הרה"ק מפיאסעצנא זצוק"ל הי"ד בספריו הקדושים לבאר שהנפש היא עיקר מקור התגלות שפע הקדושה באיש הישראלי, וגם עורר הרבה בנחיצות הדבר להמציא תחבולות והדרכה ממשית לגלות את נפשו ולהעלותה שלא תישאר חשוכה וטמונה בנו. ווי מער מיר וועלן וויסן עקזיסטענץ, אז ס'ליגט נישט אין די עצם כלים, נאר ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די מקור וואו מיר זענען דערפון. אלץ מער קדושה וועט ווערן נתגלה אין אונז. ס'איז א אור, א לעכטיגקייט, וואס ווערט אויפגעשיינט, ווי מער מיר וועלן וויסן כלים אז ס'נוצט דעם תפקיד צו מגלה דעם אמת'ן עקזיסטענץ, אלץ מער שפע דקדושה. אלץ ווייניגער טינקעל און באהאלטן.

דא אין דעם פרק וועט ער זאגן וואס ער פארשטייט, וויאזוי א מענטש ביי די דרגא פון קצה הנפש, ווייסט זיינע כלים. יעדע מענטש ביי יעדע דרגא דארף כלים וואס זענען מעורר אז זיינע כלי הגוף זאלן זיך נעמען ארבעטן. און יעדע מענטש ביי יעדע דרגא ווערט באוואוסטזיניגט דורך אט די כלים אז ער עקזיסטירט, אבער ביי די פריעריגע דרגות, דער ביי הסתרה גמורה און דער ביי התנוצצות דמיונית, זיי ווייסן די כלים "דאס וואס איך שפיר מיך אין עקזיסטענץ, אדער ווייס מיך אלץ עקזיסטענץ, קומט א דאנק די געוויסע כלים, אויב די כלים הערן זיך אויף, בין איך מער נישט אין עקזיסטענץ". דא דער מענטש ביי די דרגא פון קצה הנפש ווייסט אביסל פון זיינע כלים וואס זענען מעורר זיינע כלי הגוף, אויף אן אופן פון אמת, און זך.

ביי די דעת הבעלות: יעדע מענטש ביי יעדע דרגא דארף כלים וואס זענען מעורר זיין כלי הגוף מחשבה, וואס מאכן אים גוט פילן. (די גוטע געפיל איז, ווייל מחשבה עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד הכרה) דא, די כלים וואס זענען מעורר זיין מחשבה, איז 'נאמנות'. און זיך דערווייטערן פון שקר וכזב. דאס איז א כלי וואס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ. אבער ס'באוואוסטזיניגט אים סך מער, אז ער איז א חלק פון אמת'ע עקזיסטענץ. א מענטש וואס גלייבט נישט אין עקזיסטענץ, האט גארנישט פון נאמנות. כך נראה לי, ער שרייבט: ובצורה פנימית הנהגה זו מורגשת באדם כמודה ב'בעלות אלוקות' מחייבת ומכרחת, המשעבדו להנהגה 'נאמנה ואמיתית'.

ביי די דעת התדבקות, איז אויך אזוי. יעדע מענטש דארף כלים וואס זענען מעורר זיינע חושים, וואס מאכן אים "גוט" פילן. (די "גוטע" געפיל איז ווייל חושים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות) דא ביי די דרגא פון קצה הנפש, איז די כלי 'נקיות'. דאס מאכט אים פילן זיין עקזיסטענץ מצד חיות. אז ער איז אן עקזיסטענץ. ווען ס'האט ווען מיט די עצם כלים, פארוואס דארף ער נקיות ועדינות דוקא? אלא מאי, ער וויל וויסן זיין עקזיסטענץ. ער זאגט: ובצורה פנימית הנהגה זו מעוררת בו רגש של 'מציאותיות רוחנית' שגבוה מן העולם החומרי, והוא משתוקק ל'הידבק' בה. ער האט א שיינע הערה קעג. בענין התחברות בני אדם. אז די התחברות פון יודישע קינדער, איז די התחברות פון מצד הארות אלוקותו ית' שמאירה בנפשות ישראל הקדושים, והיא ביסודה התחברות לבורא ית"ש.

ביי דעת התבססות, יעדע מענטש דארף כלים וואס מאכן אים מפשט זיין די כוחות אל הפועל, און ער וויל שפירן גוט דערמיט (די גוטע געפיל איז, ווייל ארויסברענגן די כוחות אל הפועל, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות). דא ביי די דרגא פון קצה הנפש, איז די כלי 'אחריות', ווען ער ברענגט ארויס פון זיך 'אחריות' ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ מצד התפשטות. און די קשר דערמיט איז דעת התבססות. דאס באפעסטיגט זיין עקזיסטענץ. דא זאגט ער: ובצורה פנימית הוא מרגיש בהנהגה זו שהוא יוצא ידי 'חובתו לאלקיו' שמחייבו ליישב עולמו. פארוואס דארף דער מענטש האבן דוקא די כלי 'אחריות', ער קען סתם אזוי בויען בנינים. נאר ווייל דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ.

און ביי דעת ה'התכבדות', יעדע מענטש דארף חשוב'ע כלים מיט וואס ער האט קשר, וואס מאכן אים גוט שפירן. (די גוטע געפיל איז, ווייל די רגע א מענטש קוקט ארויף עפעס, וואס האט שייכות צו אים, באוואוסטזיניגט זיך זיין אייגענע עקזיסטענץ מצד דמות) דא ביי די דרגא פון קצה הנפש, איז די כלי אז ער פירט זיך אויף כאיש ערכי. דער ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, שפירט זיך טאקע עקזיסטירענד אפילו נישט בשעת מעשה, בשעת די קשר מיט די כלים, אבער נאר ווייל ער מאכט נאך א איש ערכי. ער געט א חשיבות פאר די עצם כלי. פאר די עצם אויפפירונג ווי די איש ערכי פירט זיך אויף. דא ביי די דרגא פון קצה הנפש, איז עס נישט די געוויסע תנועות וואס ער מאכט נאך כאילו א איש ערכי, נאר ווייל ער קוקט זיך ארויף, פירט ער זיך אויף כאיש ערכי. ער וויל אז ס'זאל אים באוואוסטזיניגן אויף אינעווייניג. (און אנהאלטן זיין זיך וויסן) אויף זיין אמת'ע עקזיסטענץ. דא זאגט ער: ובאופן פנימי הוא מראה בהנהגה זאת שהוא מכיר בהארה אלוקית 'יקרה ומכובדת' ששוכנת בקרבו ובחייו. ווייל אויב נישט, פארוואס זאל ער זיך אויפפירן עם חיים ערכיים מציאותיים., קענסטעך סתם אזוי נאכמאכן כאילו? אלא מאי, ער וויל וויסן זיין אמת'ע עקזיסטענץ.


אמיתת וזיכוך הכלים.


דער ביי די דרגא פון קצה הנפש, ווייסט אביסל פון זיינע כלים, זך ואמיתי, ווייל די כלי פון נאמנות, נקיות, אחריות, ערכית, זענען כלים וואס באוואוסטזיניגן אויפן נפש. הגם ס'באוואוסטזיניגט נישט אזוי ווי ביי די קומענדיגע דרגות פון עולמה של הנפש, און בסוד היחוד, אבער דאך שאפט זיך פון אזאנע כלים עפעס נפש.

השלימות והאיחוד

ביי די דרגא זענען דעס ביסל כלים שלימות'דיג. און נישט העדרי. זיין נפש מאנט מער נישט אזוי שטארק, "איך וויל צוריק וויסן די עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק און נישט אז די עקזיסטענץ איז ווייל די עצם כלים" ווייל דאס טוט ער! ער פירט זיך אויף מיט נאמנות און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ מצד הכרה, נקיות און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ מצד חיות, אחריות און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ מצד התפשטות, און ערך, וואס דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ מצד דמות, אז ס'ווייזט אויף עפעס א טיפערע וועליו פון עקזיסטענץ. הגם ס'איז נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ ווי ביי די קומענדיגע דרגות.

צד השמאל

די ביי די דרגא פון קצה הנפש זענען נישט נייגעריג אז זיינע כלי הגוף זאל זיך אנצינדן פון פון יעדע זאך וואס מאכט טראכטן, און אנערקענען דעם אמת, און יעדע זאך וואס קען זיי געבן חיות אלוקות, און יעדע זאך וואס ברענגט ארויס זייערע כוחות צום תכלית האמיתי, און זיך מבטל זיין. ער וויל פשוט כלים וואס מאכן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ just enough, אז ער זאל נישט וויסן ווי א שקרן, און נישט פילן ווי א איש מכוער, און נישט ארויסגעבן זיינע כוחות ווי א איש בליעל, און נישט פילן ווי קיין שום עקזיסטענץ. אבער ס'געט אים נישט צופיל. איך גיי מיך נישט לאזן פון די כלי וואס מאכט זאגן ליגנט, אדער פון די כלי וואס ברענגט כיעור וגסות, אדער פון די כלי וואס מאכט טון הפקר'דיגע זאכן, אדער פון די כלי וואס מאכט מיך אויפפירן ווי א ביליגער מענטש. די כלים באוואוסטזיניגן נישט דעם אמת'ן ריכטיגן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט אז מ'איז א חלק אלוק ממעל וכו'. ס'איז נאר שולל צו זיין ממש דאס נויטיגע.

און נישט נאר דאס, נאר ס'קען אים אנהייבן דאכטן אז ער איז א איש נאמן. אז ער איז א איש נקי. אז ער איז א איש אחראי. אז ער איז א איש ערכי. און דאס אליין איז דאך א כלי, און ס'קען אנהייבן צו ווערן "נאר דוקא די כלי קען מיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ". ווען באמת באוואוסטזיניגט זיך נישט די עקזיסטענץ מחמת מ'איז נאמן. מחמת מ'איז נקי. מחמת מ'איז אחראי. מחמת מ'פירט זיך אויף בחיים של ערך. נאר די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון יעדע כלי, וואס מאכט מכיר זיין דעם אמת, פון יעדע כלי וואס ברענגט חיות אלוקות, פון יעדע כלי וואס מאכט טון וואס השי"ת האט געהייסן, פון יעדע כלי וואס איז מבטל דעם דמות. און אויך נישט ווייל איך בין אמת.

ער האט א גאנצע הערה קעח. קעז. האט ער אויך א שיינע הערה.

דרגא זאת היא נחלת אוה"ע

ער שרייבט: עצם הארת 'אלוקותו' ית' אי אפשר להם להשיג רק בצורת 'מקיף' ומרחוק. ואולם האיש הישראלי, זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון א בחינה פון 'פנים בפנים דיבר ה עמכם'.

ביז קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן פון די פיר זאכן. נאמנות. נקיות. אחריות. ערך. אז אלץ אופן פון דרך ארץ קדמה לתורה קען דאס באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, אויף אן אופן וואס מ'קען נאכדעם מער מגלה זיין דעם נפש.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קמו

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 01, 2018 12:46 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
וויפיל איך פארשטיי מיט מיין זייער קליינעם שכל. ואתכם הסליחה

פרק רביעי: עולמה של הנפש.


לאמיר גיין צו הכלים הקדושים של דרגא זאת.

מיר ווילן צוריק וויסן די עקזיסטענץ וואו מיר זענען דערפון א חלק. ווייל מיר זענען א חלק, דערפאר ווילן מיר זיך צוריק וויסן דערפון. און ווערן בטל צו עס. די וויסן פון עקזיסטענץ וואס מיר האבן אמאל געוואוסט, איז איך בין א חלק פון עקזיסטענץ. און איך בין בטל צו עס. בטל מיינט נישט אז איך ווער אויס פון עקזיסטענץ. בטל איז די ווערי עסענס פון זיך וויסן אלץ א חלק פון עקזיסטענץ. זיין פאר זיך, איז פארקערט ווי זיך וויסן אין עקזיסטענץ. ועיין בספר יושר דברי אמת. פרק יד. וואס ער ברענגט פונעם זלאטשובער מגיד זצ"ל.

גילו אלוקות איז זיך צוריק וויסן אין עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען. דאס ענין פון ביטול. און נאכאמאל, ביטול מיינט נישט ווערן אויס פון עקזיסטענץ, אזוי ווי איך האב פריער געברענגט. ווי מער גילו אלץ מער ביטול. אין לימודים לדעת ווערטער: ווי מער מיר ווייסן אז אונזער עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט אין אונז, קומט פון איין איינציגן עקזיסטענץ און נישט פון די עצם כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף. נאר ס'קומט פון אלוקותו ית' שמו, ס'איז ניצוצות אלוקיים, אלץ ארגינאלער ווייסן מיר צוריק וויאזוי מיר האבן זיך געוואוסט די ריכטיגע וועג. דאס ענין פון ביטול צוזאמען מיט דאס ענין פון אין סוף עקזיסטענץ.

אזוי ווי ער האט שוין פריער געזאגט, אז כלים וואס זאלן אונז באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, דארף עס זיין כלים וואס זענען משמש דעם תפקיד. און ס'דדארף זיין כלים וואס שלעפן אונז נישט אראפ צו די עצם כלים. מיר ווילן אז כלים זאלן אונז הייבן, און נישט אראפשלעפן. פאר די יודן האבן מקבל געווען די תוה"ק, איז די וועלט נישט געווען אזא סארט כלי ווי "אמת וזך". ווען די יודן האבן מקבל געווען די תורה איז די וועלט געווארן אזא כלי וואס איז אמת וזך. א כלי וואס וועט אונז באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ אז ס'קומט נישט פון די עצם כלי, נאר ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו מיר זענען. און דאס זאגט ער: בשעה שקיבלו ישראל התורה הקדושה וכרתו ברית על קיומה, נתעלה העולם הזה בכללותו להיות כלי נאה ומותאם לגלות אלקותו ית' דרך נפשות ישראל הקדושים.

און ער שרייבט ווייטער: וכן הוא בכל דור באופן פרטי כשהאיש הישראלי מקבל על עצמו עול תורה ומשתמש בגופו ועולמו לצורך קיומו, ווען א יוד איז מקבל אויף זיך אז דער כלי וואס גייט אים מאכן טראכטן זאכן, און פילן זאכן, און טון זאכן, און וואס ארויפצוקוקן, איז די תורה הקדושה, אין סוף ברוך הוא, ווערט אזוי אז אלעס וואס ער טראכט, פילט, טוט, און קוקט ארויף, איז כלים וואס באוואוסטזיניגן אז די עקזיסטענץ קומט פון מיר און נישט פון די עצם כלים. גילו הנפש אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון, דאס איז גילו אלוקות.

צורת ארבעה גווני הדעת בדרגא זאת.

המקור להוליד דעת 'הבעלות', הוא ה'אמת' שטמונה בנפש.


מיר דארפן ארויפברענגען די כלים, מזכך זיין די כלים, אז דאס זאל משמש זיין דעם תפקיד, אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון, פון אור אלוקותו ית"ש, אין וואו מיר זענען א חלק פון אט די עקזיסטענץ. דורכדעם וואס מיר זענען מעיין אין די תורה הקדושה, מיר טראכטן פון איר, ובתורתו יהגה יומם ולילה, מיט דעם ווערן מיר באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען דערפון, אז די אמת'ע עקזיסטענץ פון וואס איך בין דערפון ווערט באוואוסטזיניגט אין מיין באוואוסטזיין. די תורה זאגט מדבר שקר תרחק. אמת איז די עקזיסטענץ וויאזוי זי עקזיסטירט. נישט עקזיסטענץ וויאזוי איך בין עס מפרש. די תורה הקדושה איז עקזיסטענץ וויאזוי ס'איז. עקזיסטענץ קען נאר מגלה זיין פון זיך איר אמת. משה קבל תורה מסיני, משה רבינו האט מקבל געווען פון איין איינציגע עקזיסטענץ, איר אמת וויאזוי זי איז באמת.

עקזיסטענץ כמו שהוא באמת, ווערט נישט באוואוסט פאר א מענטש וואס איז סאבדשעקטיוו, מיט presuppositions, מיט סטופיד מענטל מאדלס, זייער נישט קלוג, מיט א שאור שבעיסה אנגעפילט מיט נגיעות. מיט תאוות אראפצואווארפן פון זיך עול מלכות שמים, און סתם תאוות גופניות. די תורה הקדושה איז אבדשעקטיוו. עקזיסטענץ וויאזוי זי איז. אמיתה של תורה. די תורה הקדושה איז about די אמת פון ווערי עקזיסטענץ. וארשתיך לי באמונה און נאכדעם וידעת את ה'. (איך זעה דא אין תהלים נועם אליעזר פון הרב מסקולען זצ"ל ער ברענגט פון הר"י עמדין זצוק"ל בסידור שלו, אויף די ווערטער טוב טעם ודעת למדני כי במצותיך האמנתי, בכלל איז עס עפעס א הערליכער פירוש)

ס'קען זיין אז מיר ווייסן נישט דערפון, אבער אונזער עקזיסטענץ עקזיסטירט כמו שהוא באמת, מיר האבן א בחירה עס מפרש זיין מיט נארישע שכל, (ניטאמאל קען עס ווערן אנגערופן שכל), אנגעפילט מיט תאוות גופניות וכו', און מיר קענען זיך מבטל זיין צו די תורה הקדושה וואס איז די אמת פון עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען דערפון א חלק. תורה וישראל וקוב"ה חד הוא. די עקזיסטענץ פון א "יוד", איז די ווערי עקזיסטענץ כמו שהוא באמת. די שעשוע פון תורה איז נישט בעיקר ווייל מ'פארשטייט פשט אין תוס', אזוי ווי יענער וואס פארשטייט דעם ספיידער, נאר די שעשוע איז, ווייל דאס איז דער עקזיסטענץ וואו מיר עקזיסטירן כמו שהוא באמת. אונזער עקזיסטענץ האט 'בהעלמה' א תשוקה עמוקה ונפלאה זיך צו וויסן כמו שהיא באמת, צו ווערן בטל לאמיתת מציאות אלוקותו ית"ש.

סאו, די עיון אין די תורה הקדושה, די שכל וואס מ'פארשטייט דערפון, זאגט פאר אונז דעם אמת פון עקזיסטענץ כמו שהוא באמת. דאס לערנען תורה באוואוסטזיניגט אונז אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. אמת'ע עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען א חלק, איז וואס עס ווערט באוואוסטזיניגט פאר אונז. מיר ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. מבלי התלבשות חיצונית. שקר מיינט, אז א זאך וואס איז נישט אין עקזיסטענץ, מאך איך כאילו ס'עקזיסטירט.

ער שרייבט אין הערה קפא. אז מ'זעהט אז א מענטש וואס איז נישט אמת'דיג, דהיינו, זיינע תנועות זענען נישט אזוי ווי ער עקזיסטירט כמו שהוא באמת, טוישט זיינע תנועות געוואנדן לויט וויאזוי די 'מצב' פאדערט דענסמאל פון אים. אבער א אמת'ע מענטש, טוישט נישט זיינע תנועות געוואנדן אין די ארום, נאר זיין עקזיסטענץ כמו שהוא באמת פירט זיינע תנועות. אין הערה קפב שרייבט ער אינעם שפיץ, וואס הרה"ק מפיאסעצנא זצוק"ל אין ספר הכשרת האברכים (פרק י ופרק יא) ברענגט די מאמר חז"ל "חותמו של הקב"ה אמת". ס'דא איין אמת'ע עקזיסטענץ. וואס עקזיסטירט און האט עקזיסטירט און וועט עקזיסטירן, און לאכט אפ פון די אלע וואס ווילן איר פארשטיין מיט קליינע שכל'ס. יושב בשמים ישחק, ה' ילעג למו.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען זיך פארטיפן (וואס איך וואלט ב"ה) אז די אמת פון עקזיסטענץ כמו שהוא באמת, רעדט צו אונז ווען מיר לערנען. און עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען א חלק באוואוסטזיניגט זיך צו אונז בשעת מיר לערנען. און ווי מער מיר ווערן בטל צו עס, אלץ מער ווערן מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויף אבסעלוט עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קנא

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 02, 2018 5:27 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

המקור להוליד דעת ה'התדבקות' הוא ה'טהרה' שטמונה בנפש.

ביטע אריינקוקן אינעווייניג פאר יתר ביאור.

טהרה שטמונה בנפש. וואס מיינט עס? ווען כלים וואס זענען מעורר אונזערע חושים, זענען אמת וזך, דאס הייסט כלים הווים וואס באוואוסטזיניגן אונז אויף אונזער עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז מיר ווייסן די עקזיסטענץ אז עס באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו מיר זענען דערין א חלק. פון די מקור צו וואו מיר ווילן ווערן בטל. (און בטל איז די עסענס פון זיך שפירן אין עקזיסטענץ). ווען אזאנע 'אמת וזך' כלים זענען מעורר אונזערע חושים, באוואוסטזיניגט זיך אונזער עקזיסטענץ מצד חיות אויף אן אופן פון 'טהרה רוחנית'. מ'שפירט דאס מיט די חושים, מ'שפירט דאס אין די מוט, מ'שפירט דאס אין די פלאץ פון געפיל, (די טיפסטע איידלסטע קוים מערקבארער felt sense איז חושים.) אן עקזיסטענץ וואס רוהט אויף די חושים, און מ'קען עס שפירן אלץ 'טוהר רוחני'. און דאס פילט זיך אלץ א פרישקייט, א חיות מחודשת תמיד באור בהיר וזך, פארוואס? ווייל יעדע עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט פאר אונז, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון און נישט פון די עצם כלים, האלט אין איין ווערן באנייט. ווייל ס'קומט נישט פון די עצם כלים. נאר פונעם מקור העליון וואס איז המחדש בטובו יעדע רגע. א עצם כלי וואס באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ איז שייך זקנה הפסד ומיתה. ס'שטארבט אפ מער און מער.

ער האט א שיינע הערה קפז.

אין הערה קפח שרייבט ער: חוש המישוש הוא יסוד העפר של החושים. די מקור פון עקזיסטענץ ב"ה, איז אין סוף קדוש וטהור. און ווי מער ס'ווייסט זיך אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון, אלץ איידעלער איז זיך דאס מגלה אין די קערפערליכער שפיר. אין די חוש המישוש. די עקזיסטענץ ווערט מושג אלץ 'טוהר רוחני', ווייל ס'איז נישט גשם, עפר, חומרי. פארוואס איז עס נישט עפר וחומרי? ווייל ס'ווייסט זיך אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקומו של עולם. און נישט פון די עצם כלים. ווען מיר זעען מיט די חוש די ליכטיגקייט פון טאג, ווערן מיר נישט אזוי באוואוסטזיניג אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עצם כלי, פון די עצם ליכטיגקייט. נאר מיר קענען ווערן מער באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ.

אין הערה קפט. זאגט ער אז פון דעם נעמט זיך די מידת הזריזות, און מהירות, קומט אויס, אז ווי מער מיר וועלן מעורר זיין אונזערע חושים פון אזאנע כלים וואס זענען אמת וזך. אלץ מער וועלן מיר ווערן פלינק. די כבידות ועצלות דאס קומט פון אזאנע כלים וואס שלעפן אראן. איך טראכט אז ווען א מענטש איז 'מקנא' אדער ער גליסט, ווערט ער אראפגעשלעפט, ווייל ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ אז ס'ליגט אין די עצם כלים.

הכלי:

אמנם הכלי המיוחד לכך, הוא אותיות התורה ותיבות התפלה שייסדו אנשי כנה"ג, ובמיוחד מזמורי תהלים תשבחות דוד המלך ע"ה כוחם רב לזה. ווען מ'זאגט תהלים, כאיל תערג על אפיקי מים, כן נפשי תערג אליך אלקים. די השגה וואס דער שכל איז משיג 'אלקים', מיט די רצון צו ווערן נאנט צו אים איז א כלי וואס איז מעורר אז מ'זאל שפירן דעם "תערוג" צו אים. דאס "שרייען צום אייבערשטן". (נישט אנשרייען. שרייען אז ער זאל הערן) שרייען איז א כח בנפש וואס וועקט זיך אויף פון די כלי און קומט ארויס בדיבור, אבער ס'ווערט באגלייט מיט א קערפערליכער שפיר, דקות'דיג? אבער דאך א שפיר. דער שפיר, איז א כלי הגוף וואס ווערט נתעורר דורך די כלי, און ווען כלי הגוף חושים ווערט נתעורר, ווערט מען צוזאמען דערמיט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד חיות. אבער דא באוואוסטזיניגט עס אויף די ריכטיגע אופן.

אפשר קען מען אזוי אפלערנען א שטיקל ליקוטי מוהר"ן קנו, מה שמדברים בינו לבין קונו הוא בחינת רוח הקודש... כמ"ש 'לך אמר לבי' כפירוש רש"י 'לך בשבילך ובשליחותך אמר לי לבי', שכל הדברים שהלב אומר, הם דברי השם יתברך ממש. (די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם אייבערשטן) והיא בחינת רוח הקודש, וצריך לחדש תמיד, (און מ'דארף שטענדיג האבן פרישע כלים) לבקש בכל פעם בתחנונים ודברי רצויים חדשים. ולזכות לזה צריך טהרת הלב... (אז מ'זאל וויסן אז די עקזיסטענץ ליגט נישט אין די עצם כלים, קומט מען צו טהרה) ואזי זוכה לדבר בכל פעם דיבורים חדשים שהוא בחינת רוח הקודש. (איך ברענג דא דעם שטיקל ליקוטי מוהר"ן פון א ספר 'אשפוך לפניו שיחי'. בעניני התבודדות)

צמאה נפשי לאלקים לאל חי, מיין נפש דארשט צום באשעפער, לקל חי. די השגת השכל פון 'אלקים' מיט די רצון צו זיין נאנט 'לאלקים, לקל חי', ווערט א כלי וואס צינד אן די קערפערליכער שפיר פון צמאה. און מיין עקזיסטענץ וואס ווערט דא באוואוסטזיניגט איז אויף די ריכטיגע אופן. מתי אבוא ואראה פני אלוקים. איז בענקשאפט. די כלי איז, די השגת השכל פון 'אלקים' מיט די רצון צו זיין נאנט צו פני אלקים. וואס דאס ערוועקט בענקשאפט. בענקשאפט "מתי אבוא ואראה", איז א כח אין נפש וואס רעדט זיך ארויס אל הפועל, התפשטות. אבער דאס קומט מיט א קערפערליכער שפיר. און דאס באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ מצד חיות, אויף די ריכטיגע אופן. מיין עקזיסטענץ וויל בטל ווערן צום איין סוף ברוך הוא וברוך שמו. און בטל ווערן איז די ווערי עסענס פון זיך שפירן אין עקזיסטענץ.

הוחלי לאלקים. די כלי דא איז לכאורה די השגת השכל פון 'אלקים' מיט די רצון צו זיין נאנט צו השי"ת, און דאס וועקט אויף "הוחילי" האפענונג. דאס וועקט אויף א קערפערליכער שפיר פון האפענונג צום אייבערשטן, המתיני וצפי לגאולה. און דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות. און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חיות שאפט מיט די כלי א קשר של התדבקות. דביקות מיט די כלי. נעמליך א דביקות אלקים. קרבת אלוקים לי טוב. שלח אורך ואמתך המה ינחוני. די כלי דא איז די השגת השכל פון 'באשעפער', מיט דער רצון צו זיין נאנט צו השי"ת, וואס איז מעורר אז ס'זאל זיך ארויסרעדן א כח בנפש וואס דאס איז בענקשאפט, די כלי איז אויך מעורר מיין קערפערליכן שפיר פון בענקשאפט, דאס באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ מצד חיות. און ס'ווערט א קשר מיט די כלי, נעמליך דער אייבערשטער. ווי מער מ'וויל דעם "שלח אורך ואמתך" אלץ מער איז 'דער רצון צו זיין נאנט צום אייבערשטן' מעורר חושים, און אלץ מער דעת התדבקות מיט אייבערשטן.

אבער ס'האט נישט צו טון דוקא מיט די כלי וואס מ'האט יעצט. וואסערע רצון מ'האט אין די מינוט, איז נאר א כלי וואס איז מעורר די חושים. השגות אלוקית ווערט מער און מער. דער עיקר איז אז די כלי איז מעורר חושים, און ס'באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן. אז מ'איז א חלק אלוק ממעל וואס בענקט צום אייבערשטן, צו מקור חיותה. מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו. איז ווייטער מיין השגה פון רבש"ע ווערט א כלי, וואס איז מעורר צו מפשט זיין א כח בנפש פון ישמיע כל תהלתו. אבער ס'ווערט באגלייגט מיט קערפערליכער שפיר אויך. און דאס שאפט דעת התדבקות מיט השי"ת.

די ווערטער קדושה ומלכות וואס מ'זאגט אין ישתבח, די כלי איז די השגה וויאזוי די שכל איז משיג, וויאזוי די שכל ווייסט די עקזיסטענץ פון קדושה ומלכות, און לויט דעם ווערט נתעורר דעם קערפערליכן שפיר. אויב מ'איז מער משיג, מ'ווייסט מער, האט מען אן איידעלערן שפיר. אזוי אויך מיט יעדע כלי וואס איז מעורר חושים. לויט די השגת השכל פון די כלי, אזוי איז די קערפערליכער שפיר.

אונטערשטע שורה. א כלי וואס איז מעורר חושים, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות און דאס שאפט א קשר של התדבקות צו די כלי. ווען דאס וויסן פון באשעפער, די רצון צום הייליגן באשעפער ב"ה איז די כלי. ווערט דביקות ה'. און תהלים זאגן ברענגט צו דביקות.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת קען מען טראכטן, אז ווי מער די כלים וואס זענען מעורר חושים איז זך ואמת. אלץ מער ווייסט מען עקזיסטענץ באופן 'טהור אלוקי'. און מיט דעם שאפט מען דביקות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קנה

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:13 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

המקור להוליד דעת 'ההתבססות' הוא ה'נצחיות' שטמונה בנפש.

עקזיסטענץ איז נצחי. נצח ישראל לא ישקר. ווי מער ס'באוואוסטזיניגט זיך עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן, אלץ מער וויאזוי מ'ווייסט זיך עקזיסטענץ איז באופן נצחי. ווי מער די כלים וואס מאכן אונזערע כלי הגוף ארויסברענגען נפשיות'דיגע כוחות אל הפועל, (יעדע כח וואס מ'ברענגט ארויס איז נפשיות'דיג, ס'ווערט מיט די כלי המעשה ארויסגעצויגן פון עקזיסטענץ! און דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות), ווי מער אזאנע כלים זענען אמת וזך, אמת הייסט ווי מער מיר ווייסן די כלים אז ס'איז בלויז משמש דעם תפקיד פון באוואוסטזיניגן אונזער עקזיסטענץ אז עס עקזיסטירט זיך פון די איין איינציגע מקור, וואו מיר זענען א חלק דערפון. און זך הייסט, אז מיר ווערן נישט אראפגעשלעפט און נתפעל פון די עצם כלים. אלץ מער ווייסט מען זיך אלץ אן עקזיסטענץ וואס האט נישט קיין הפסד ומיתה.

הכלי:

די כלים וואס קענען מעורר זיין אונזער כלי הגוף, כלי המעשה, (כלי המעשה איז יעדע כלי פון גוף וואס מ'ברענגט ארויס דערמיט כוחות פון עקזיסטענץ אל הפועל) צו מפשט זיין די טיפסטע כוחות שבנפש אל הפועל, און ס'זאל זיין אמת וזך, זענען 'מעשי המצוה', לערנען, דאווענען, תשובה, דביקות, מעביר סדרה זיין, גיין נאך געלט, געבן צדקה, וכו'. לקיים רצון בוראי. לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו דייקא. וואס דער הייליגער צעטיל קטן שרייבט דערויף וירגיל את עצמו לומר זאת בתוכיות הלב, מיין טיפסטע רצון איז מעורר זיין מיינע כלי הגוף, כלי המעשה, פון א כלי וואס מאכט יעצט מפשט זיין מיינע כוחות פון עקזיסטענץ אל הפועל, מיין טיפסטע רצון איז, ארויסצוברענגען די כוחות אל הפועל, ווייל די איין איינציגע עקזיסטענץ וואו איך בין א חלק וויל אזוי. און מיט דעם ווערט דער איין איינציגער עקזיסטענץ, הבורא יתברך שמו, א כלי מעורר צו זיין מיין כלי הגוף, כלי המעשה, ארויסצוברענגען, מפשט זיין, מיינע כוחות אל הפועל. און מיטן טון, ווערט מען באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד התפשטות. מ'ווערט געוואויר אויף די אייגענע עקזיסטענץ, מצד התפשטות, אויפן ריכטיגן אופן, און מ'מאכט קשר מיט די כלי, נעמליך 'הבורא יתברך שמו' וואס האט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. מ'ווערט נאנט צום הייליגן באשעפער דורכ'ן טון. אפילו מ'האט נישט קיין שום כוונה. פלעין טון. באקומט מען קשר, דעת של התבססות. ובהמשך הזמן ירגיש הארה גדולה באמירה זו. מ'וועט פילן מציאותיות. (כך נראה לי הפשט)

בדרגות העליונות גילוי הנפש הוא דייקא בכלים אמיתיים.

צו קענען כאפן די חילוק צווישן כלים הווים ואמיתיים, און כלים שאינם הווים ואמיתיים, פאדערט צו כאפן די עקספיריענס וואס מ'עקספיריענסד. בשעת די עקספיריענס דהיינו 'יעצט', קען די מיינד פון א מענטש פארשטיין צו איז די כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף הווה, און אמת, אדער איז די כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף נישט הווה און נישט אמת. אויב איז עס משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש אלץ גילוי אלוקות, איז עס הווה ואמת ווייל דאס איז די אמת פון עקזיסטענץ. און אויב נישט איז עס נישט הווה ואמת. מיר קענען ווערן איבערראשט ווען מיר אליין כאפן די חילוק צווישן א כלי וואס איז הווה ואמת און א כלי וואס איז נישט הווה ואמת. אבער מיר דארפן זיך אליין שטארקן צו טון צום זאך, ווייל קיינער וועט נישט טון פאר אונז, נאר מיר דארפן עס טון. אם אין אני לי מי לי. צוביסלעך בעזרת השי"ת.

'יעצט' איז דא פאר מיר א כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף, (חוץ אויב איך שלאף יעצט) און איך ווער באוואוסטזיניג אז איך עקזיסטיר. איך דארף כאפן וויאזוי ס'ווייסט זיך מיר די עקזיסטענץ וואס ס'איז מיר יעצט באוואוסטזיניגט. נישט די כלי. כאפן אין מיין אויפכאפ, וויאזוי דער מענטש וואס איך רעפרעזענטיר ווייסט יעצט אז ס'עקזיסטירט! די עקזיסטענץ אויף וואס איך בין יעצט באוואוסטזיניגט, וויאזוי עס איז באוואוסטזיניגט, קען איך אויפכאפן, ס'האט א געשטאלט. ס'איז אלעמאל דא א כלי, מיט א וויסן פון עקזיסטענץ. ביידע קען מען כאפן אין אונזער אויפכאפונג. מ'קען עס כאפן (צוביסלעך, מער און מער ב"ה). די כלי איז נישט די עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט, און די עקזיסטענץ וויאזוי ס'ווייסט זיך אין מיין מענטש אז איך עקזיסטיר, איז נישט די כלי. די כלי איז יעדע זאך וואס מאכט יעצט ארבעטן מיינע כלי הגוף, און די עקזיסטענץ איז דאס עצם וויסן אז איך עקזיסטיר.

מיר קומען אריין יעצט אין א רעסטוראנט, דים לייטס, שיינע בענקלעך, וכל ה..., די אויגן אונזערע, די נאז, די חושים, זענען געווארן נתעורר פון כלים, און מיר זענען בהכרח געווארן באוואוסטזיניגט אויף א געוויסע עקזיסטענץ. ס'דא די כלים. און ס'דא וויאזוי דאס מאל ווייסט זיך יעצט אונזער עקזיסטענץ. פרעגן מיר זיך: צו מיין איך אז די עקזיסטענץ וואס איך ווייס מיך יעצט, צו בין איך עס מייחס צו די עצם כלים, איך ווער נתפעל פון די עצם כלים, איך ווער בטל צו עס, ווייל ס'באוואוסטזיניגט. אדער צו איז זיך עס מיר מייחס אויפן אמת'ן אופן, "איך בין א חלק אלוק ממעל א חלק פון די איינציגע עקזיסטענץ, און נאר דערפאר ווייס איך מיך, עקזיסטענץ. די עקזיסטענץ וואס איך ווייס יעצט, איז נאר א געוויסע ווערסיע וויאזוי עקזיסטענץ ווייסט זיך יעצט אין מיר, אבער איך ווייס אז דאס קומט פון אים, און איך ווער נישט פארקויפט פאר די עצם כלים." אויב איך ווער יא פארקויפט, ווייס איך אז די כלים זענען נישט משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש, גילוי אלוקות. איך וויל וויסן מיין עקזיסטענץ אלץ בטל צום מקור, און נישט מאכן כלים פאר די עיקר פון וויסן עקזיסטענץ, בטל צו ווערן צו די כלים.

(איך מיין נישט קיינעם, איך מיין מיך ממש) די כלים מעגן זיין א ריזיגע האום דיפאוט, אדער א וואלמארט, אדער וואטעווער. אויב איך ווער בטל צו עס, (און ווי מער, אלץ מער עקזיסטענץ), ווייס איך אז דאס איז אויסדרוקליך נישט משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש. און אויב ס'איז נישט משמש דעם תפקיד, גיי איך מיך וויסן out of existence ווען איך שפאציר ארויס פון דארט. איך גיי ווערן זייער אן אומצופרידענער מענטש. פלאס איך גיי פארגעסן חלילה אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און איך גיי ווערן פארגרעבט. אבער טאמער איך גיי מיך נישט לאזן, און וויסן אז די עקזיסטענץ וואס איך ווייס מיך אין סייוועלכע מינוט, האט גארנישט צו טון מיט די עצם כלים בכלל. גיי איך קיינמאל גארנישט האבן מיט עצם כלים. איך גיי האבן מיט די ווערי עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק דערפון, און פאר דעם גיי איך בטל ווערן, און ווי מער, אלץ מער עקזיסטענץ. אויב האב איך קיינמאל גארנישט מיט עצם כלים, שפיר איך ווי מיין עקזיסטענץ האלט אין איין ווערן באנייט, ווייל איך האלט אין איין טוישן כלים. און אויב איך האב קיינמאל גארנישט מיט עצם כלים, גיי איך וויסן מיין עקזיסטענץ בבחינת אין סוף עקזיסטענץ. ווי איך האב געברענגט אויבן פונעם זלאטשובער מגיד. מובא בספר הקדוש יושר דברי אמת.

ער שרייבט: ואכן עיקר השייכות שישנו לאדם עם נפשו, היא דייקא 'בזמן ההוה' עם כלים הווים', פארוואס? ווייל אויב מיין כלי הגוף ווערט נישט נתעורר פון א כלי פון יעצט, מוז זיין אז איך בין סטאק געבליבן מיט עפעס א כלי וואס קען נישט מגלה זיין מיין נפש, נאר איך ווער אראפגעשלעפט צו די עצם כלי. ס'קען מיר נאר מאכן צעדרייט, מפוזר ומטולטל. די שפע וואס גיסט פון המחדש בטובו בכל יום תמיד, בכל רגע, איז די יעצטיגע רגע. אויב איך וויל טרעפן מיין נפש, איז עס נאר 'יעצט', כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף פון יעצט דייקא. ורק בצורה זו הוא מגלה שפע טוהר נפשו בפשטותה וטהרתה ונצחיותה. און נאר מיט דעם קען מען וויסן די עקזיסטענץ, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך נישט פון די עצם כלים, נאר פונעם מקור העליון.

ער האט גאר א באלערנדער וויכטיגער הערה, אין הערה ר. ער האט דארט אויך א "מהלך התשובה", ווען מיר קלאפן זיך חטאתי עוויתי פשעתי, איז נישט חטאתי איך האב אמאל געטון נישט גוט. נאר איך בין יעצט א חטאתי, און איך טו יעצט תשובה. די כלי וואס איז מעורר די כלי הגוף, די כלי המעשה פון יעצט ארויסברענגען די כח התשובה לפועל. איז אבינו שבשמים. איך וויל זיין נאנט צו דיר טאטע אין הימל, און איך דערזעה מיך אלץ א חטאתי, וואס דאס לאט נישט. און מיט דעם וואס איך בין מודה אז איך בין א חטאתי, מיט דעם האב איך א שאנס צו ווערן בעסער, איינער וואס איז גאנץ, מיט וואס זאל ער ווערן בעסער? איך שאקל מיך אפ פון די סארט עקזיסטענץ וואס איז א חטאתי. און איך ברענג ארויס דעם כח התשובה. אז בוודאי תשובה כזאת תועיל מאוד לנפשו, ומכח מרירותו הנכונה, (ס'איז נישט גוט צו זיין א חטאתי) ישתבר המסך ב'הווה', והמכשול שב'עבר' יתוקן ממילא אחריו. וזה רק על איזה זמן, אבל בשאר כל היום יהי' בשמחה ובתקווה שהשי"ת בוודאי יעזור לו.

ער שרייבט כל ענינו של פחד הוא מכח איזה ענין שב'עתיד'. אין די זעלבע זאך עצבות קומט בדרך כלל פון א מצב וואס איז געווען. איז אויב די כלי הגוף ווערט נאר נתעורר פון כלים פון יעצט און מ'ווערט ריכטיג עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, ינצל משני המזיקין בעזהשי"ת.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזהשי"ת קען מען פרובירן צו כאפן וואס דאס הייסט אז מיינע כלי הגוף זאל ווערן נתעורר פון כלים וואס איז יעצט. אינעם הווה. און וויאזוי דאס איז משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש, גילוי אלוקות.

והשם הטוב יעזור. בזכות התנא אלוק רבי שמעון בר יוחאי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קס

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 04, 2018 4:24 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

המקור להוליד דעת ה'התכבדות' הוא, 'זיכוך הדמות' של הנפש.

מיר ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט ווען מיר זענען זיך מכיר. מיר ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניג ווען מיר שפירן אז מיר זענען לעבעדיגע עקזיסטענץ. מיר ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניג ווען אונזערע אינערליכע כוחות קומען ארויס אל הפועל. און מיר ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט פון זעהן בחוש אדער מיט שכל א דמות פון עקזיסטענץ מיט וואס מיר האבן שייכות.

א דמות פון עקזיסטענץ וואס מ'זעהט מיט די חושים, איז יעדע פיזישע זאך וואס מיר זעען אויף די וועלט, ווען מיר זעען א באטל וואסער, זעען מיר א דמות פון עקזיסטענץ. א טיש, א דמות פון עקזיסטענץ, יעדע מענטש וואס מיר זעען אונז אנטקעגן קומען, זעען מיר א דמות פון עקזיסטענץ. מיר זעען א באשטאנד. אבער מיר זעען נאר א דמות, אבער מיר ווייסן אז ס'האט אויך א עצם. א מענטש וואס מיר זעען איז נאר א דמות פון עקזיסטענץ. מיר זעען אז אויף זיין פנים איז אויסגעגאסן א געוויסע תמונה, א געוויסע דמות, און מיר באשליסן אז דאס ווייזט אז דער מענטש פילט אינעווייניג זייער גליקליך. מיר זעען דען די עקזיסטענץ אינעווייניג פון די מענטש? מיר זעען דען די עצם? נאר די דמות דרייט אונז צו פארשטיין מיט שכל די עקזיסטענץ פונעם עצם. אונז זעה מיר נישט די עצם. אבער מיר פארשטיין מיט שכל די עקזיסטענץ פונעם עצם. אז אינעווייניג פילט ער גליקליך.

ווען מיר זעען אן ערליכן יוד, זעען מיר א דמות. הויט, קאליר, בארד. אבער מיר פארשטייען מיט שכל די עקזיסטענץ אונטער דעם דמות וואס ערשיינט פאר אונזערע אויגן. א בהמה זעהט דעם ערליכן יוד, און להבדיל די גאביטש טראק מענטש, די זעלבע דמות. מיר מענטשן מיט שכל, פארשטייען אז א דמות ווייזט אויף א עצם. אז א דמות ווייזט אויף אן עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט beyond דעם דמות וואס מיר זעען. כאטש מיר זעען נאר דעם דמות. ווען מיר זעען א טאבאק פישקע פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, זעען מיר די דמות און מיר פארשטייען מיט שכל די עקזיסטענץ וואס ליגט אונטער דעם דמות. די טאבאק פישקע פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, איז די זעלבע דמות ווי די טאבאק פושקע פון זרח ווייס, אבער די עצם, די עקזיסטענץ, וואס מיר פארשטייען מיט שכל איז אנדערש. ווען מיר זעען א מענטש מיט א דמות פון שטארקע אויפגעבויטע מוסקלן, זעען מיר נישט מיטן שכל נאר דעם דמות, נאר מיר זעען אויך מיט אונזער שכל די עקזיסטענץ פון שטארקייט. מיר האבן זיך איבערצייגט אז דער מענטש איז שטארק? ניין. מיר זעען אבער מיט שכל די עקזיסטענץ פון שטארקייט. א דמות באוואוסטזיניגט אונז אויף א עצם.

ווען מיר זעען מיט אונזערע אויגן די ספר תורה פון עזרא הסופר, וואס זעען מיר מיט אונזערע עיני השכל? מיר זעען נישט נאר די דמות, די דמות איז די זעלבע ווי אלע ספרי תורה, נאר מיר זעען אויך די עקזיסטענץ וואס דער דמות ווייזט אונז. אין די ערשטע דרגא פון הסתרה גמורה, שפירט זיך דער מענטש אין עקזיסטענץ, דשאסט ווייל ער האט א קערפער. ביי אים איז דאס די איינציגע עקזיסטענץ. איך עקזיסטיר! ווער עקזיסטירט? וואס עקזיסטירט? מיין קערפער. און דערפאר "ווייס איך אז איך עקזיסטיר, ווילאנג איך האב דערמיט שייכות". (נישט וועגן דעם שפירט ער אז ער עקזיסטירט, אבער ער מיינט אזוי)

ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, דער מענטש זעהט א דמות, ער זעהט תנועות פון א איש מכובד, און קליידער וואס איז געמאכט פון טייערע זעלטענע פעל. ער זעהט נישט מער ווי תנועות. און קליידער. ער זעהט א דמות, אבער ער פארשטייט מיט שכל אז דאס ווייזט אויף א חשוב'ע עקזיסטענץ. א בהמה זעהט אויך תנועות פון א איש מכובד, און קליידער פון טייערער פעל. אבער ער פארשטייט נישט אז די דמות ווייזט אויף עפעס א חשוב'ע עקזיסטענץ. דער מענטש פארשטייט יא! ער טוט עס אן, ער קויפט זיך די טייערע ברענד נעים. און ער מאכט נאך כאילו א איש מכובד, און ער פילט אין די הימלען.

ביי די דרגא פון קצה הנפש, ווייסט דער מענטש איך בין אן עקזיסטענץ ווייל איך בין אן עקזיסטענץ, ער פארשטייט עס! (אויב וואלט ער עס נישט פארשטאנען, פארוואס מוז זיין לעבן האבן meaning? אלא מאי, ער פארשטייט מיט שכל, אז ער איז אן עקזיסטענץ, חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ) און איך גיי עס נישט קאליע מאכן מיטן אנטון ביליגע בגדים. איך גיי האלטן. איך גיי מיך אויפפירן ווי ס'פאסט.

דא ביי די דרגא פון בעולמה של הנפש, זאגט ער אזוי: כל המציאותיות שקיימת בצד הדמות היא רק מצד היותה 'מראה' שקוף שבו מתראה 'כבודה' של ה'אמת' ו'טוהר' שטמונים בנפש. יעדע באוואוסטזיניגקייט וואס דער מענטש ווייסט אז "איך עקזיסטיר", האט אין זיך צוויי חלקים. איין חלק איז די דמות, און איין חלק איז די עצם. פונקט אזוי ווי ווען מיר זעען א מחזור וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט דערין געדאווענט, זעען מיר די דמות, נעמליך, די פיזישע פעדשעס, די אותיות אויפן בלאט, די דעקלעך פון ביידע זייטן, און נאכדעם פארשטייען מיר מיט אונזער שכל, א געוויסע עצם, א געוויסע עקזיסטענץ וואס איז beyond די פיזישע דמות וואס ערשיינט פאר אונזערע אויגן, אז דאס איז דער מחזור וואס דער הייליגער צדיק רבן של ישראל האט דערין געדאווענט לפני קונו.

די זעלבע זאך, יעדע וויסן פון עקזיסטענץ וואס מיר ווייסן זיך, איז דא דער דמות, נעמליך די וועליו וויאזוי ס'ווייסט זיך. ביים דאווענען ווייסט זיך אונזער עקזיסטענץ אזוי און אזוי. ביים לערנען אזוי און אזוי. שבת קודש ווייסט זיך אונזער עקזיסטענץ אזוי און אזוי. נישט וויאזוי אונזער עקזיסטענץ שפירט זיך מיט די חושים. נאר וויאזוי ס'ווייסט זיך אין אונזער באוואוסטזיין. דאס מיין איך צוזאגן "די וועליו וויאזוי ס'ווייסט זיך". די דמות וויאזוי ס'ווייסט זיך. נאכדעם איז דא, אויף וועלכע עצם, אויף וועלכע עקזיסטענץ ווייזט אונז דער דמות. מיר וועלן אלעמאל פארשטיין מיט שכל, אז דער דמות וויאזוי אונזער עקזיסטענץ ווייסט זיך אין אונזער באוואוסטזיין, ווייזט אויף א געוויסע עצם. א געוויסע עקזיסטענץ וואס איז beyond דעם דמות. מיר קענען מיינען אז ס'ווייזט אז מיר זענען די עצם. מיר זענען די עקזיסטענץ. און מיר קענען פארשטיין אז דער דמות ווייזט, אז דא איז דא אן עצם, אן עקזיסטענץ, איין איינציגע עקזיסטענץ. מבשרי אחזה אלוק.

פונקט אזוי ווי ווען מיר זעען פונדערווייטענס די הייליגע כותל המערבי. מיר זעען א דמות. מיר זעען בלויז אלטע שטיינער. גארנישט מער. אבער ס'קומט ארויף אין אונזער שכל, די עקזיסטענץ וואס עס עקזיסטירט אונטער די שטיינער אויף וואס די שטיינער זענען עדות. מיט אונזער עיני השכל פארשטייען מיר די עצם. אזוי אויך ווען מיר ווייסן אונזער עקזיסטענץ, ווייסן מיר א דמות פון אונזער עקזיסטענץ. און מיר קענען מיט אונזער עיני השכל פארשטיין די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט אונטער דעם דמות. אויף וואס דער דמות איז עדות. די לוחות אינעם ארון איז געווען די שטיינער, און ס'געווען די עקזיסטענץ וואס דאס האט געוויזן. די בית המקדש איז געווען די דמות, די פיזישע בית המקדש. און ס'איז געווען אן עקזיסטענץ וואס מיר האבן געזעהן מיט די עיני השכל. ווען מיר ווייסן אונזער עקזיסטענץ, ווייסן מיר א דמות, און מיר ווייסן נאך טיפער מיט עיני השכל, אז דאס ווייזט אויף א עצם.

דאס זאגט ער: כל המציאותיות שקיימת בצד הדמות היא רק מצד היותה 'מראה' שקוף שבו מתראה 'כבודה' של ה'אמת' ו'טוהר' שטמונים בנפש. יעדע וויסן פון אונזער עקזיסטענץ, ווייסן מיר א דמות פון עקזיסטענץ. און ביי די דרגא פון בעולמה של הנפש, ווייסן מיר זיך עקזיסטענץ, נישט ווייל מיר ווייסן דעם דמות פון אונזער עקזיסטענץ, דערפאר שפירן מיר זיך אלץ אן עקזיסטירנדער זאך, נאר ווייל מיר קוקן מיט אונזער עיני השכל, אויף די עצם וואס איז beyond, דעם דמות. און מחמת דעם עצם שפירן מיר זיך עקזיסטענץ. מתוך דעם דמות וואס מיר ווייסן זיך, ווייסן מיר אז דא איז דא אן עקזיסטענץ, וואס דאס איז די איין איינציגע עקזיסטענץ. און דערפאר שפירן זיך עקזיסטענץ. דער דמות ווערט בטל צום עצם.

הכלי:

ער שרייבט אז די כלי וואס וועט אונז מאכן וויסן אז א דמות ווערט בטל צום עצם, איז הלבשה והנהגה צנועה ופשוטה, שאין בה שום 'התראות אל החוץ', וכל מהותה היא השתעבדות והתבטלות לצד פנים. די קערפער פון א מענטש איז א דמות וואס ווייזט אויף א עצם. הלבשה איז א דמות וואס ווייזט אויף א עצם. אלע תנועות פון א מענטש איז א דמות וואס ווייזט אויף א עצם. א קערפער פון א מענטש קען ארויסווייזן, איך בין עקזיסטענץ וועגן מיין אייגענע עצם. און די קערפער קען, "איך ווייז נאר אויף עקזיסטענץ פון א נפש". הלבשה פון א מענטש קען ארויסווייזן, איך בין עקזיסטענץ וועגן מיין אייגענע עצם, און ס'קען "איך בין פאר מיך גארנישט". תנועות פון א מענטש קען ארויסווייזן, איך בין עקזיסטענץ וועגן מיין אייגענע עצם, ווייל איך מאך גוטע תנועות, און תנועות פון א מענטש קען ווייזן אז איך בין פאר מיר גארנישט, נאר דא איז דא א עצם. ווי מער די הלבשה, און די תנועות, זענען "איך בין פאר מיר גארנישט", נאר דא איז דא אן עצם. אלץ מער ווערט עס כלים וואס זאלן משמש זיין דעם תפקיד פון באוואוסטזיניגן אז דער דמות פון עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט זיך, ווייזט נאר אויף אן עצם. און צוליב דעם עצם ווייסן מיר זיך אין עקזיסטענץ, און נישט צוליב דער דמות.

יעדע כלי האט א דמות, וואס ווייזט אויף אן עצם. ווי מער מיר וועלן ארויפקוקן דעם עצם. אלץ מער וועלן מיר ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט מצד דמות. ווען מיר זאגן תהלים, אויב מיר טראכטן אריין וואס דאס הייסט די עקזיסטענץ פון תהלים, און די זעלבע זאך מיט לערנען, פארשטיי איך אז מיר וועלן זיך וויסן מיט א חשוב'ערער דמות פון עקזיסטענץ. און דער דמות איז אויך נאר ווייל ס'איז דא א עצם. איין איינציגע עקזיסטענץ.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז ווי מער מ'איז מבטל די דרויסן צו אינעווייניג, אלץ מער געשעהט, אז מיר זענען מבטל דעם דמות צום עצם.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קסא

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 06, 2018 3:25 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הדיבור והנגינה

דיבור קומט פון כלים וואס זענען מעורר מחשבה, השגה שכלית, הכרה, איז וויבאלד דער מענטש ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, זיינע כלים וואס זענען מעורר זיינע מחשבות, זענען "וואס איז די נקודת השכל דערפון, וואס איז דער נקודת האמת דערפון", דערפאר זענען זיינע דיבורים אמת עקזיסטירנד. און די זעלבע זאך מיט נגינה, נגינה קומט פון כלים וואס זענען מעורר חושים, און וויבאלד דער מענטש ביי די דרגא פון עולמה של הנפש זיינע חושים ווערן נתעורר פון איידעלע כלים, איז זיין נגינה איידל און ריין. ס'האט אין זיך א ריינקייט, א חיות אלוקות.

אמיתת וזיכוך הכלים


אלע כלים וואס דער מענטש ביי די דרגא פון עולמה של הנפש איז מעורר זיינע כלי הגוף, אז ס'זאל זיך נעמען ארבעטן, איז אמת און הווה'דיגע כלים, זיי זענען משמש דעם תפקיד פון גילוי נפשו, גילוי אלוקות. אז ער ווייסט זיך אין עקזיסטענץ, וועגן דעם מלך חי וקיים אין וואו ער איז א חלק.

השלימות והאיחוד.

אנדערש ווי ביי די אונטערשטע דרגות, וואס די נפש פילט העדר, אז "די עקזיסטענץ וואס איך ווייס מיך איז נישט די עקזיסטענץ וואס איך וויל מיך וויסן", איז, די נפש ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, וואס זי שפירט אז דאס איז וואס זי זוכט. זי וויל זיך צוריק וויסן עקזיסטענץ אזוי ווי אמאל, אז זי איז א חלק אלוק ממעל, און די עקזיסטענץ וואס די כלים באוואוסטזיניגן איר, איז די עקזיסטענץ וואס זי וויל וויסן. זי וויל זיך נישט וויסן אן עקזיסטענץ וואס איז נישט אמת, זי וויל זיך נישט וויסן עקזיסטענץ וואס איז פארגרעבט און דערווייטערט, זי וויל נישט זיך וויסן עקזיסטענץ וואס איז נישט נצחי, און זי וויל נישט וויסן אז זי איז עקזיסטענץ מצד וויאזוי עס איז באוואוסטזיניגט איר דמות. זי וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ ווייל זי איז א חלק פון די עצם אין סוף ברוך הוא, מחמת זייענדיג א חלק אלוק ממעל.

און די זעלבע זאך מיט 'איחוד'. די עקזיסטענץ וואס דער מענטש דא ביי די דרגא פון עולמה של הנפש ווערט באוואוסטזיניג איז, אז ער ווערט באוואוסטזיניגט פון איין איינציגע עקזיסטענץ וואו ער איז א חלק, נישט פון איין זייט איז ער אן עקזיסטענץ ווייל ער ווייסט א געוויסע חכמה, און פון איין זייט איז ער אן עקזיסטענץ ווייל ער האט אויפגעבויט זיינע כוחות אל הפועל, און פון איין זייט איז ער אן עקזיסטענץ ווייל ער פירט זיך אויף מיט חשיבות, און פון איין זייט איז ער אן עקזיסטענץ ווייל ער הערט מוזיק און שמעקט גוטע ריחות. דער נפש איז נישט צופרידן, ווייל (איך שרייב וויאזוי ס'זעהט מיר אויס יעצט) די עקזיסטענץ וואס זי האט געוואוסט איז, איך בין אן עקזיסטענץ, א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. איז, זי האט נישט ליב זיך צו וויסן עקזיסטענץ באופן התחלקות. דא ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, ווייסט דער מענטש אז הגם זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון פארשידענע צדדים, באוואוסטזיניגט זיך עס פונעם זעלבן איין איינציגן מקור וואו ער איז דערין א חלק.

בצד השמאל


דער מחבר זאגט אזוי: צריכים להישמר מחוט השערה של התאוננות כלפיהם, שלא ישחיתם ויפסלם מלשמש עוד לגילוי הנפש. ווען א כלי וואס קען מאכן ארבעטן אונזערע כלי הגוף קומט אונז אנטקעגן, אויב איז די כלי זך ואמת, דארפן מיר עס מקבל זיין בספר פנים יפות "דו ביסט די כלי מעורר צו זיין מיינע כלי הגוף, און איך פריי מיך אז מיינע כלי הגוף גייען ווערן אויפגעוועקט דורך דיר, קום אהער מאך ארבעטן מיינע כלי הגוף און איך גיי ווערן דורך דיר באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ". לאמיר זאגן מ'דאווענט אין ביהמ"ד, די אויערן כאפן אויף די קולות ארום. די אויערן האבן נישט קיין דעקלעך אזוי ווי די אויגן. א חלק פון גילוי הנפש, גילוי אלוקות איז אז איך הער ווי יענער דאווענט. אזוי קומט אויס. יענעמ'ס קרעכץ, יענעמ'ס געשריי, איז כלים. מיר קענען זיך מתאונן זיין כלפיהם. "איך וואלט ווען נישט געוואלט אז ס'זאל יעצט עקזיסטירן אזא כלי, שוין, א ברירה האב איך"... די נפש זאגט: "הער אויס, אז דו ווילסט נישט איז נישט"... און נאכדעם ווייסט מען נישט פארוואס מ'פילט נישט קיין טעם אין דאווענען. "ר' יוד, דו האסט געזאגט אז דו ווילסט נישט." האסט געוואוסט (איך מיין מיך) אז ס'גייט קומען שבועות, און האסט געזאגט "אך". און נאכדעם פילסטו גארנישט.

תנאי עקרי לגילוי הנפש הוא, המידה של 'שמח בחלקו'
, פריי דיך מעורר צו זיין דיינע כלי הגוף פון זך ואמת'דיגע כלים וואס קומען דיין וועג. דיך האבעך יעצט דא פאר מיר, דו זיי מעורר מיינע כלי הגוף אינגאנצן. מיט א לכתחלה. דו זיי משמש דעם תפקיד פון באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ אלץ חלק אלוק ממעל. איך גיי נישט זוכן אנדערע כלים וואס זענען יעצט נישטא פאר מיר, אז זיי זאלן מעורר זיין מיינע כלי הגוף. ווייל די רגע אנדערע כלים זענען אפילו איין האר בעסער, בין איך מיך מתאונן מיט איין האר, כלפי די זך ואמת כלי וואס איך האב יעצט פאר מיר, אז איין האר וואלט איך נישט געוואלט דאס זאל מעורר זיין מיינע כלי הגוף, און אין די רגע איך בין מיך מתאונן אפילו מיט איין האר כלפי די יעצטיגע כלי, קען איך שוין נישט ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. ווייל די עקזיסטענץ מצד ימין לויפט אוועק. דאס זאגט ער:

והעיקר הוא שירגיל האדם את עצמו בכל עסקו בעבודה, שתהיה נפשו 'ערה' לעבודה שלפניה, ומתקשרת בה בשלווה ושמחה. אז מ'זאל פילן אינגאנצן צופרידן מיט אמת וזכ'דיגע כלים, וואס קומען אונז אנטקעגן. און נישט זיין "איך זוך עפעס אן אנדערע כלי מעורר צו זיין מיינע כלי הגוף, איז דא עפעס אנדערש?". ויעורר בנפשו רגש האמת, שבענין ההווה לפניו, וברגע זה של חייו, ובמקום זה דייקא, קיימת לה הצלחה שלימה ונצחית מבלי שום צורך דבר אחר. אויב וויל מען ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד ימין, מוז מען פילן אז די כלי וואס מאכט יעצט ארבעטן מיינע כלי הגוף, איז מיין הצלחה שלימה ונצחית מבלי שום צורך דבר אחר, ווייל דער רגע ס'איז אפילו איין האר נישט שלימה ונצחית, די רגע מ'איז אפילו איין האר נישט צופרידן אז די יעצטיגע כלי זאל מעורר זיין די כלי הגוף, איז עס אויס כלי צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן, ובזה ישיג נייחא פנימית ומציאותיות אמיתית בכל מה שעוסק בו, און מיט דעם וועט ער ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ מצד ימין, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך משפע אלוק. וואס דאס שפירט זיך ווי א נייחא פנימית און באמת עקזיסטירנד. ויתעלו עסקיו וחייו להיות כלים מזוככים ומותאמים לגילוי אור נפשו. און נאר מיט דעם, אז מ'וועט אזוי וויסן, אן קיין האר התאוננות, קען מען ווערן באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ מצד ימין.


ועם כל זה צד השמאל גם כן נחוץ לנו לסייע לגילוי נפשנו.
דאס איז אלעס ווען מיר באגעגענען זיך מיט כלים וואס זענען זך ואמת. אבער ווען מיר באגעגענען זיך מיט כלים אדער מיט א נקודה פון כלים וואס זענען נישט אמת, און נישט זך. דהיינו, אז זיי זענען נישט משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש, זיי באוואוסטזיניגן נישט אונזער עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן. דארפן מיר אויפארבעטן אין אונז צוצוגיין דערצו "בבוז ובשלילות". נאריש צו מעורר זיין מיינע כלי הגוף פון דיר.

כלים וואס זענען מעורר אונזער כלי הגוף מחשבה, אויף אן אופן וואס איז מסתיר אונזער חלק אין אמת'ע עקזיסטענץ, דארפן מיר דאס פיינט האבן און עס אוועקמאכן מיט אמת'ע דיבורים פניימים. און ווי מער מיר וועלן זיך סולד זיין דערפון, אלץ מער וועלן מיר זוכן דעם אמת פון עקזיסטענץ. [ועיין מה שכתב בזה האדמו"ר הרה"ק מפיאסעצנא זצוקללה"ה הי"ד בספה"ק הכשרת האברכים פרק יב]

כלים וואס קענען מעורר אונזערע כלי הגוף חושים, אויף אן אופן פון נישט אמת און נישט זך, דהיינו, וואס זענען נישט משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש, וואס שלעפן אונז אראפ דערצו. דארפן מיר זיך סולד זיין דערפון און זיך מרחק זיין דערפון. און ווי מער מיר וועלן זיך סולד זיין פון אזאנע כלים, אלץ מער וועלן מיר גליסטן זיך מדבק צו זיין אין עקזיסטענץ. וואס שפירט זיך אלץ טוהר עליון. חיות אלוקות.

און די זעלבע מיט כלים וואס זענען מעורר מפשט צו זיין אונזערע כוחות אל הפועל, וואס די כלים זענען נישט זך ואמת, דאס מיינט אז זיי זענען נישט משמש דעם תפקיד פון גילוי הנפש, אלץ א חלק אלוק ממעל, נאר מיר ווילן זיך וויסן עקזיסטירנד נאר אדאנק אויפבויען אונזערע כוחות אל הפועל, בעולם החומרי, ווי מער מיר וועלן דאס מבזה זיין, און עס אנקוקן אלץ אין ואפס, אלץ מער וועלן מיר זיך וועלן וויסן די אמת'ע נצחיות'דיגע עקזיסטענץ.

און די זעלבע מיט כלים ארויסצואווייזן וויאזוי מיר ווייסן אונזער עקזיסטענץ, אז מ'זאל דאס זעהן. דהיינו, ארויסברענגען אונזער דמות אל החוץ. אז מ'זאל זעהן אונזער געשטאלט פון עקזיסטענץ. דארף מען דאס אוועקמאכן, און אוועקשטיין דערפון. און ווי מער מ'לויפט אוועק דערפון, אלץ מער ווערט בטל דער דמות צום עצם. אז וועגן דעם עצם ווייסט מען זיך אין עקזיסטענץ און נישט מחמת דעם דמות. אבער מ'ווייסט זיך שוין איינמאל אין עקזיסטענץ! שהענף בא לשרשו.

תכלית צד השמאל

מיר דארפן בעיקר טרעפן כלים, וואס עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן אויף אונזער ריכטיגן עקזיסטענץ, און זיך פרייען מיט אט די כלים. אז זיי זאלן טאקע גוט מעורר זיין אונזערע כלי הגוף, באופן אמת וזך. ובצד השמאל הוא רק משמש להוליד בקרבו תשוקה נוספת לקדושה.

עיין בהספר. דאס איז דער עיקר.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט, סיי וויאזוי מקבל זיין בספר פנים יפות די אמת וזכ'דיגע כלים וואס דאס איז דער עיקר. און סיי וויאזוי אויב א כלי קומט צו ראולן אין מיין וועג, און וויל מיך אראפשלעפן, עס אראפצוקוקן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קסח

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 07, 2018 3:50 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק חמישי: בסוד היחוד

די פסוק זאגט ראו עתה כי אני אני הוא ואין אלהים עמדי וגו' (דברים לב, לט), (עיין בדרך תבונות מרישא, וגם בדרך ה' מרמח"ל, ח"ד, בעבודה, פרק ד' בקריאת שמע), אונזער ווילן וואס קומט פון אונזער נפש, זיך צו וויסן עקזיסטענץ, קומט זייענדיג א חלק פונעם איין איינציגן מצוי ראשון, ממציא כל נמצא. אין דעם איז די ווילן צו מגלה זיין אמתת יחודו, אז אלעס וואס מ'ווייסט זיך "עקזיסטענץ" זאל זיין, זיין איין איינציגע עקזיסטענץ, די ווילן צו מגלה זיין אמתת יחודו איז אויך ווייל מיר זענען א חלק פונעם איין איינציגן עקזיסטענץ. די שעשוע ותענוג וואס דער נפש האט, צו וויסן איר עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן, איז, ווען זי ווייסט זיך אלץ חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ. דהיינו, ווען ס'באוואוסטזיניגט זיך אין באוואוסטזיין אז זי איז א חלק פון אזא עקזיסטענץ, אז הבורא יתברך שמו, מקורה, איז דער איין איינציגער עקזיסטענץ. דאס איז וואס זי וויל וויסן, ווייל דאס איז זי! א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ. זי זעהט אבער נישט דעס. זי זעהט די וועלט ווי ס'איז מסתיר יחודו ית'. אז ס'דא עפעס אנדערש ח"ו - הטבע או אלהים אחרים -, און זי ווילן וויסן אז אלעס איז איין איינציגע עקזיסטענץ. דאס איז די עקזיסטענץ וואס די נפש זוכט באמת אזוי שטארק צו וויסן, ס'איז א סוד, ס'איז באהאלטן, אבער זי וויל דאס וויסן.

'תמהון' וביקוש סוד שבנפש.
ותוצאות רגש התמהון שבנפש.

דער מענטש וויל שטענדיג זיך וויסן אין אן עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך נאכנישט יעצט. ועיין בהערה ריג. מ'זעהט א נייע פנים, און מ'וויל ווערן גוט מיט אים. פארוואס? ווייל מ'גייט זיך וויסן א נייע עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט זיך נאכנישט, און מ'שפירט אז יענער גייט דאס מיר באוואוסטזיניגן. מ'זעהט א נייע ספר אין ספרים סטאר און מ'וויל דערין אריינבליקן, ווייל מ'גייט זיך וויסן א נייע עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט זיך נאכנישט. מ'זאגט "זאג, זאג, זאג... זאג מיר אויס דעם סוד...", פארוואס? איין סיבה איז, ווייל ווען יענער זאגט, גייט מען זיך וויסן אין א נייע עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט זיך נאכנישט. אפילו ווען א מענטש עסט נאך א מינט קענדי. ער גייט זיך וויסן אין אן עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך נאכנישט. איך גיי דיר פארציילן א מעשה... נע, איך האב עס שוין געהערט... ס'איז נישט שיין צו זאגן איך האב עס שוין געהערט... אבער ס'איז נישט אינטערעסאנט. ווייל איך ווייס מיך שוין די עקזיסטענץ וואס דער מעשה קען מיך מאכן. דער אמת איז, אז דער חומריות'דיגער וועלט, האט נישט אין זיך קיין סודות. מ'קומט אלעמאל אן צו א דעדענד. יענע גוטע פינטעלע טרעפט מען נישט. נאר וואס דען, מ'קען זיך אפרעדן. מיין לעבן איז נישט דעס וואס איך האב גע'חלומ'ט. דערפאר פילט עס גוט. ווייל, "איך ווייס מיך אזוי ווייט אן עקזיסטענץ, אז איך קען נישט טרעפן ליבשאפט". דאס איז אויך א וויסן פון עקזיסטענץ, אבער מצד שמאל. אזוי אויך ביי רוחניות.

הסוד העמוק ביותר.


זאגט ער: והנה סוד יחודו הוא הסוד היותר עמוק שנמצא בבריאה, והוא גם הסוד העיקרי והאמיתי שהנפש הישראלית משתוקקת להיבטל לו ולהימשך אחריו. א מענטש קען זוכן און זוכן כדי זיך צו וויסן אן עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך נאכנישט. אבער דער אמת'ער עקזיסטענץ וואס ער וויל זיך וויסן איז, דער אמת פון זיין עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך נאכנישט און ער וויל עס וויסן איז, ער וויל וויסן בכל קומת נפשו אז די עקזיסטענץ וואו ער איז א חלק איז יא איין איינציג. כאטש די עולם החומרי איז דאס מסתיר, ער וויל עס עקספיריענסן בכל קומת נפשו.

דערפאר האט די נפש פון א יוד הנאה, שעשוע, ותענוג, פון געוואויר ווערן און וויסן דעם סוד פון זיין איין איינציגער עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן דורך די מציאות נפרדת וואס דער 'עולם החומרי' שטעלט אהער, ווייל דאס איז די נקודה פון "זיך וויסן אין עקזיסטענץ, אויפן אמת'ן אופן, אז מ'איז א חלק פון דעם איין איינציגן עקזיסטענץ". די נפש גליסט צו וויסן יחודו ית"ש, און צו דעם בטל ווערן. בטל ווערן איז די עסענס פון זיך וויסן אין איין איינציגן עקזיסטענץ. מיר זעען פאר זיך א וועלט וואס איז מסתיר יחודו, און מיר ווילן מגלה זיין און יא וויסן אונזער עקזיסטענץ וואס ווערט באהאלטן דורך די וועלט ארום אונז. מיר ווילן דאס וויסן, ווייל מיט דעם ווערן מיר ריכטיג באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ.

סיבתה האמיתית של ביקוש הסוד בנפש.


אין הערה ריז: שמה שמורגש לבני אדם שקיים בעולם ענין פנימי וסודי שמקשר ומאחד החיים, הם קוראים לזה 'משמעות', דהיינו משיכה נפשית ל'סוד' ה'מאחד' החיים. דאס אז א מענטש וויל צאמנעמען אלעס וואס ער איז משיג מיט זיין השגה, אז דאס צוליב איין אונטערליגענדער סיבה, וואס טוט אט די אלע פארשידנארטיגע זאכן. למשל ווען מיר ווילן פארשטיין אז דער מענטש וואס טוט די אלע שטריכן וואס מיר זעען אויף אים, קומט פון איין מקור, ווייל ער איז א געוויסע טייפ. דער רצון, קומט ווייל די נפש ווייסט אז אלעס האט איין בורא, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, וכו',

ויש לדעת, שרייבט ער ווייטער, דייקא מחמת שהנפש משתוקקת לאמיתת סוד שלימותו ויחודו ית', מתעוררת בה 'העדר' כשפוגעת בעומק הסתר העוה"ז שסותר היחוד. אז ווען מיר זעען פאר זיך די וועלט וואס איז מסתיר יחודו, דאן ערוועקט זיך אין אונז די 'כאב העדרי', די (boredom), ווייל דאס באהאלט די וויסן פון אונזער עקזיסטענץ. ובזה תבין ענין נפלא, אז א יוד ווערט ערוועקט צו טרעפן דעם אייבערשטן, צו ווערן נאנט צו אים, זיך צו טרעפן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, דייקא מתוך עוצם ההעדר שהוא מרגיש בהתבלעו בעולם החומרי. עיין שם.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת וואלט איך געטראכט, אז די סיבה פארוואס מ'פילט די 'כאב העדרי', די סוד וואס מ'וויל אזוי שטארק וויסן, איז ווייל די וועלט באהאלט וויאזוי מיר ווייסן בפנימיות אונזער עקזיסטענץ. און דאס איז וואס מיר ווילן וויסן. דעם סוד. דעם סוד אז אלעס איז יחודו ית"ש.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך מאי 09, 2018 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מצפהלישועה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:02 pm

תגובהדורך מצפהלישועה » דינסטאג מאי 08, 2018 1:32 pm

איך האב ביי מיר געסעיוו"ט אויף פד"פ די אלע ארטיקלען, איך האב זייער הנאה דערפון, אבער פארשטאנען בכלליות זאכן אביסל אנדערש, איך האב צוגעשריבן מיינע הערות פון צייט צו צייט. בעיקור איז עס נאר צאמגענומען בקיצור וואס עס שטייט -אבער אויף מער א פשוט'ן אופן [בכלליות פארשטיי איך די גאנצע זאך מער פשוט ווי נשמה לייגט עס אראפ], אבער אין געוויסע פעללער איז עס אביסל אנדערש ווי נשמה האט עס געשריבן. איך בין עס דא מצרף [די ערשטע חלק] אבער איך וויל פרעגען פון נשמה רשות ווייל אויב ער פילט אז עס פארדרייט זיין כונה -וויל איך נישט.

לימודים לדעת א -נשמה

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קעה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 08, 2018 2:04 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דא נעמט ער זיך רעדן פון די נשמת כללות ישראל הקדושים. אין לימודים לדעת דארפן מיר עקספיריענסן אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין די מושג אז אונזער נפש איז אחודה וקשורה בנשמת כללות ישראל הקדושים. די ענינים גבוהים ועמוקים וואס מיר האבן ווייל מיר זיינען א ניצוץ ואבר מנשמה השרשית של כנסת ישראל, איז א זאך צו עקספיריענסן אין אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט. ס'איז צוויי חלקים, איינס די תשוקה צו וויסן אונזער עקזיסטענץ וואס עס איז באהאלטן דורך די עולם החומרי, און די צווייטע חלק איז, די מציאותיות וואס מ'איז משיג טאקע דורך דעם תשוקה. נישט ווייל מיר דארפן האבן וואס צו גליסטן, כדי צו האבן פון וואו צו נעמען סיפוק נפשי. נאר ווייל דאס איז אונזער גליסטעניש. וויאזוי עקספיריענסד מען דאס? ווען מ'איז זיך כולל עם כלל ישראל הקדושים. ווייל מקורה משורש הנפש בהתכללותה בשכינה הקדושה, והיא הארה מעצם דביקות כנסת ישראל ביחודו ית"ש, שעמוקה וגבוהה מבלי שיעור וערך מכחותיה הפרטיים של הנפש.

לימודים לדעת איז about שעשוע ותענוג, about, מציאותיות, about, זיך וויסן ריכטיג עקזיסטירנד, די אמת'ע עקזיסטענץ. אמת'דיג. נצחיות'דיג. דא איז דא א חושך וואס איז מסתיר אורו יתברך, וואס שטערט צו עקספיריענסן אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיין אלץ בטל צו יחודו ית"ש, וואס שטערט אונז צו עקספיריענסן אונזער עקזיסטענץ, אז דאס איז בטל צום אחד יחיד ומיוחד אשר לו הכח והממשלה בעליונים ובתחתונים לעשות בהם כרצונו. און טאקע דאס שאפט א תשוקה יא צו וויסן אונזער עקזיסטענץ כמו שהוא באמת. אחד יחיד ומיוחד און מיר זענען בטל דערצו. דאס איז אונזער אמת'ער עקזיסטענץ, און דעם עקזיסטענץ גליסטן מיר זיך צו וויסן, אונזער נפש וויל נישט וויסן עפעס אנדערש. און מחמת דעם תשוקה ווערן מיר געוואויר און מיר ווייסן זיך אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס איז טיפער און העכער אן א שיעור וערך פון אונזערע פרטיות'דיגע כוחות.

ווען מיר שטייען פאר א נסיון פון "לייקן אין יחודו יתברך שמו חלילה, אדער מיתה", ווילן מיר נישט לייקענען, פארוואס? ווייל מיר ווילן נישט ארויסגיין פון אונזער עקזיסטענץ, אונזער עקזיסטענץ איז אז ס'דא איין איינציגער באשעפער אויף די וועלט, און מיר זענען א חלק פון אים. חלילה אויס באשעפער, אויס עקזיסטענץ. מיר ווילן נישט ארויסגיין פון עקזיסטענץ. דאס קען ווערן עקספיריענסד אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין בכל הילוך החיים. דאס קען ווערן עקספיריענסד וויאזוי מיר ווייסן אונזער עקזיסטענץ. נישט נאר ווען מיר דארפן זיך הרג'נען אויף קידוש השם.

הגדלת הכלים בדרגא זו

ער שרייבט: הכלי המתאים לזה הוא דייקא חלק ה'מעשי' של התורה הקדושה ומצוותיה. מיר נעמען הויט פון א בהמה, און מיר מאכן דערמיט תפילין, די כלי צו מפשט זיין אונזערע כוחות אל הפועל, איז די רצון השי"ת, ס'האט נישט צו טון אז סוכה איז האלץ פון האום דיפאו, און די לולב א חומר'דיגע צומח. ס'האט נישט צו טון צו מ'ארבעט אויף עמעזאן. צו מ'איז א באס דרייווער. ווייל אונזערע כוחות ווערן ארויסגעברענגט אל הפועל, מכח יחודו יתברך שמו. ס'איז ווער הייסט ארויסברענגען די כוחות פון עקזיסטענץ אל הגילוי, אל היש. אז די כלי וואס איז מעורר איז קול דודי ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג נפשיות'דיג, אויף יחודו יתברך שמו. מ'מוז נישט אזוי ווייט ווי מפשט זיין די אינערליכע כוחות אל הפועל און באוואוסטזיניג ווערן אויף יחודו. לויט ווי איך פארשטיי, אז אמאל דארף מען מקדש זיין את הנפש הפרטיות, און אמאל ווערט עס נתקדש מיטן מגלה זיין יחודו. ווען איך בין מגלה כוחות אל הפועל ווייל השי"ת וויל, בין איך מגלה יחודו. איך ווער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מתוך יחודו.

התעלות הדמות

אין די דרגא פון עולמה של הנפש, ווען מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אז אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון איין איינציגן מקור, דארפן מיר ממעט זיין דעם דמות. דמות מיינט, א מין בנין, וואס אונזער באוואוסטזיין בויט אויף וויאזוי זי ווייסט אונזער עקזיסטענץ, וואס דאס קען זיין אויפגעבויט, און דאס קען זיין נישט אויפגעבויט, ס'ווענט זיך אין די כלים וואס זענען מעורר כלי הגוף. אויב ס'איז נישט אויפגעבויט, מיינט עס אז דער מענטש איז באוואוסטזיניג אויף די מקור וואס האלט אים אין איין משפיע זיין עקזיסטענץ. אויב ס'איז יא אויפגעבויט מיינט עס אז דער מענטש נעמט עקזיסטענץ פון דעם אליין וויאזוי ער ווייסט זיין עקזיסטענץ, פון דעם אליין וויאזוי ער ווייסט זיין דמות פון עקזיסטענץ, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. וואס דאס שטערט צו וויסן אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון איין איינציגן עקזיסטענץ. און נישט פונעם דמות.

דערפאר, ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, דארף מען דאס ממעט זיין. אז נישט וויאזוי איך ווייס מיין עקזיסטענץ, דאס געט מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, נאר מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם איין איינציגן מקור. ווען א מענטש לערנט א דבר שכלי, אויב ער ווערט נתפעל פון דעם אליין אז ער האט ארויס דעם דבר שכלי, ווערט געבויט אין זיין באוואוסטזיין א דמות פון זיין עקזיסטענץ, "איך האב ארויס דעם דבר שכלי". אויב אבער ער איז זיך מבטל צום אמת פון די מושכל, ווערט נישט אויפגעבויט א דמות, נאר ער ווערט באוואוסטזיניג פון די נקודת האמת פון די דבר שכלי.

און די זעלבע זאך מיט חושים, אויב דער מענטש כאפט צום ביישפיל אין זיין באוואוסטזיין "איך שפיר יעצט א געפיל צום שב"ק". ווערט אויפגעבויט א דמות פון זיין עקזיסטענץ אין זיין באוואוסטזיין, און ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ פון דעם דמות אליין. אבער אויב ער "מיין הרגש החושים איז מיך מבטל צום טהרת השב"ק" ווערט נישט געבויט א דמות, און ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פונעם טהרת השב"ק און נישט פון זיין דמות. (רעלאטיוו) און די זעלבע זאך מיט התפשטות. אויב איז דער עיקר וואס ער שפירט "איך טאנץ יעצט". ווערט געבויט א דמות, און ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מחמת דעם דמות. אבער אויב איז דער עיקר, "ווער הייסט מיך דאס טון" ווערט נישט געבויט א דמות. און אזוי אויך נאך א גוטן דאווענען, ווען דער מענטש ווייסט זיך מיט א דמות פון זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, "ס'האט זיך מיר גוט געדאווענט", איז, אויב ער וויל וויסן זיין עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פונעם איין איינציגן מקור, און נישט פון זיין דמות, דארף ער דאס מבטל זיין. "איך ווייס עקזיסטענץ, ווייל איך בין א חלק אלוק ממעל". און נישט מכח מיין דמות, וויאזוי ער ווייסט זיין עקזיסטענץ. דאס מיינט ממעט זיין דעם דמות, און עס מזכך זיין. אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם עצם, פונעם מקור, און נישט פונעם דמות.

א מענטש וואס שעמט זיך, איינע פון די סיבות איז, ווייל אין זיין באוואוסטזיין איז אויפגעבויט א דמות פון זיין עקזיסטענץ. וואס ער האט מורא מיטצוטיילן מיט ארומיגע. בושת של גאווה מיינט, אז די דמות וואס די באוואוסטזיין האט אויפגעבויט פון איינעמ'ס עקזיסטענץ, שטומט נישט מיט טון א געוויסע פעולה. ווען א קינד דאווענט זייער ערליך, און ער כאפט נישט אז ער טוט עס ווייל ער איז א יוד פונקט ווי יעדעם, און פונקט ווי יעדן טאג, בויט זיין באוואוסטזיין אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ. wow!, כאילו עפעס א גאנצע בנין דא. אינדערצייט וואס ס'איז נישט עפעס א ספעציעלע עקזיסטענץ וואס דא איז פארגעקומען. און ס'איז נישט וועגן אים, ס'איז וועגן ער איז א יוד, א חלק אלוק ממעל. און אין די דרגא פון עולמה של הנפש, דארף מען דאס ממעט זיין.

אבער דא ביי די דרגא פון בסוד היחוד איז פארקערט, וויבאלד דער עיקר איז די חלק ה'מעשי', ווערט נישט אויפגעבויט נאר א דמות פון אן עקזיסטענץ מצד התפשטות. כוחות וואס ווערן נתפשט אל הפועל, ווייל דער אחד יחיד ומיוחד האט געהייסן. ס'איז נישט איך טו, השי"ת הייסט מיך אזוי מפשט זיין מיינע כוחות אל הפועל. ובאופן כללי הגוף החומרי דייקא, מתעלה להיות חפץ מקודש שמקיים בו האיש הישראלי התוה"ק ומצוותיה. וויבאלד אלעס וואס מ'טוט טוט מען ווייל השי"ת הייסט. אלע כוחות וואס מ'איז מוציא אל הפועל איז ווייל השי"ת הייסט. די עצם יוד איז מגלה יחודו יתברך שמו. שיינע הערות עיין שם ובפנים.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט, אז מיר דארפן טון ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, און מיט דעם זענען מיר מגלה יחודו ית"ש בעולם.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מצפהלישועה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:02 pm

תגובהדורך מצפהלישועה » דינסטאג מאי 08, 2018 3:35 pm

איך האב ביי מיר געסעיוו"ט אויף פד"פ די אלע ארטיקלען, איך האב זייער הנאה דערפון, אבער פארשטאנען בכלליות זאכן אביסל אנדערש, איך האב צוגעשריבן מיינע הערות פון צייט צו צייט. בעיקור איז עס נאר צאמגענומען בקיצור וואס עס שטייט -אבער אויף מער א פשוט'ן אופן [בכלליות פארשטיי איך די גאנצע זאך מער פשוט ווי נשמה לייגט עס אראפ], אבער אין געוויסע פעללער איז עס אביסל אנדערש ווי נשמה האט עס געשריבן. אבער איך וויל פרעגען פון נשמה רשות ווייל אויב ער פילט אז עס פארדרייט זיין כונה -וויל איך נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

ענטפער פאר מצפהלישועה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 08, 2018 5:12 pm

מצפהלישועה האט געשריבן:איך האב ביי מיר געסעיוו"ט אויף פד"פ די אלע ארטיקלען, איך האב זייער הנאה דערפון, אבער פארשטאנען בכלליות זאכן אביסל אנדערש, איך האב צוגעשריבן מיינע הערות פון צייט צו צייט. בעיקר איז עס נאר צאמגענומען בקיצור וואס עס שטייט -אבער אויף מער א פשוט'ן אופן [בכלליות פארשטיי איך די גאנצע זאך מער פשוט ווי נשמה לייגט עס אראפ], אבער אין געוויסע פעללער איז עס אביסל אנדערש ווי נשמה האט עס געשריבן. אבער איך וויל פרעגען פון נשמה רשות ווייל אויב ער פילט אז עס פארדרייט זיין כונה -וויל איך נישט.

בעזרת השי"ת

איך האב דיך געשריבן א אישי. איך האב דיך געשריבן, אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, ווען מיר עפענען א אשכול, און דארט לאמיר זיך אויסשמועסן. נעם שטיקלעך וואס איך האב געשריבן, און לאמיר זעהן. קודם זאלסטו וויסן אז ווען איך האב אנגעהויבן "פארצולערנען" דעם לימודים לדעת, האב איך נאכנישט פארשטאנען אזוי גרינטליך וואס איך פארשטיי היינט. און ווי מער מ'עקספיריענסד די דקות'דיגע ערשיינונגען אינעם נפש, אלץ מער כאפט מען, אלץ מער ווייסט מען.

געב א קוק, דו שרייבסט, דאס איז פיר כוחות וואס איז דא אינעם נפש. ער שרייבט אין הערה יח. דף כ. ונחוץ להבהיר שהנפש מצד עצמה היא כח מופשט, מבלי התחלקות לענינים פרטיים, וכל השינויים שנראים ממנה מתהווים רק מצד הכלים שמגלים אותה, וכפי תכונתם וצורתם. איך האב דערפאר נישט געוואלט שרייבן אז אינעם נפש, (וואס איך רוף "עקזיסטענץ", אדער "חלק פון עקזיסטענץ" אדער "די אנדערע עק פון אנגעבינדנקייט אין איין איינציגע עקזיסטענץ") איך האב נישט געוואלט שרייבן אז דאס זענען פיר כוחות אינעם נפש. ווייל עס אזוי שרייבן, און עס אזוי אנקוקן, שטעלט נישט געהעריג אראפ די מציאות. דאס זענען צדדי התגלות וויאזוי עקזיסטענץ איז זיך מתגלה אינעם באוואוסטזיין.

הלוואי וואלסטו געשריבן דיינע זיסע טייערע הערות אין א אייוועלט פארמאט, דו שרייבסט: יעצט הייבט זיך אן דער יסוד וויאזוי דער ספר איז געבויט, צו איינטיילן די מענטשהייט אין פיר כלליות'דיגע קאטאגאריעס, און דורכדעם וועלן מיר בעזרת השי"ת זיך באקענען מיט אונזער אייגענעם נפש און איר שטעלן אין איר ריכטיגע פאזיציע.

באקענען מיט אונזער נפש, איז וואס איך רוף "עקזיסטענץ באוואוסטזיין", דהיינו, נפש = עקזיסטענץ. באקענען מיט די נפש = עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. וויסן מיין עקזיסטענץ. וויאזוי ווייס איך מיין עקזיסטענץ. מיר אלע זענען שוין באקאנט מיט אונזער נפש פון ווען מיר זענען געבוירן. א בעיבי פון ווען ער איז געבוירן, איז ער באקאנט מיט זיין נפש. נאר ער מיינט אז ס'ליגט אין די עצם כלים. ער כאפט נישט אז ס'דא אזא זאך ווי קענען די עקזיסטענץ (דהיינו נפש) אפגעטיילט פון כלים וואס באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ. ער ווייסט אז ס'ליגט אין כלים.

דער מחבר איז נישטא אלץ א הויפט ציהל, צו צעטיילן מענטשן אין פיר כלליות'דיגע קאטאגאריעס. און אויך די ווערטער "צו שטעלן דעם נפש אין איר ריכטיגע פאזיציע", די נפש ווערט געשטעלט מער און מער אין א ריכטיגע פאזיציע. לענגאויס די וועג, לענגאויס די עבודה צו מגלה זיין דעם נפש. לענגאויס די עבודה צו באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן. איך וואלט עס נישט גערופן פאזיציע. הגם...

דו הייבסט אן מיט אבסעלוט עקזיסטענץ און רעלאטיוו עקזיסטענץ. ער מיינט פשוט צו זאגן אז די ריכטיגע געפיל פון מציאותיות איז עפעס וואס פילט תוכנ'דיג מצד עצמו אן חשבונות. מיין ענטפער דערויף איז, וואס מיינסטו צו זאגן אז די ריכטיגע געפיל פון מציאותיות איז עפעס וואס פילט תוכנ'דיג מצד עצמו אן חשבונות? איז דען נישט א מציאותיות וואס מ'פילט ח"ו מצד גאווה, מצד עצמו? וואס מיינט אבסעלוט עקזיסטענץ. און וואס מיינט רעלאטיוו עקזיסטענץ? די תירוץ איז, ס'דא ווען די מענטש ווערט באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, און ער פארשטייט, אז זיין אבסעלוט עקזיסטענץ האט זיך יעצט באוואוסטזיניגט. און ס'דא ווען עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך און דער מענטש פארשטייט, אז נישט דעס איז זיין אבסעלוט עקזיסטענץ. ווען באוואוסטזיניגט זיך "אבסעלוט עקזיסטענץ" און ווען רעלאטיוו. דאס ווענט זיך ווי ווייט מ'ווייסט אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך נישט פון כלים. נאר פונעם מקור העליון.

ווען א מענטש האט די הנאה פון די פאקט אז ער האט הנאה, דאס מיינט, אז ער ווייסט אז עקזיסטענץ ליגט אין די כלים. ער שרייבט צום סוף פון די ספר המציאותיות = deep inner soul awareness of 'absolute existential feelings, יודיש גערעדט: אז די ריכטיגע מציאותיות איז א טיפע געפיל וואס דער מענטש ווייסט קלאר, אז די עקזיסטענץ וואס איך ווייס מיך יעצט, איז שופע פון די עקזיסטענץ וואס איז מיין מקור אין וואו איך בין א חלק דערפון.

דאס איז די ציהל פונעם ספר. צו וויסן אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון. און נישט פון כלים, און נישט פון דמות. די ציהל פונעם ספר איז, אויב מ'קומט אן צו וואס ער וויל, איז, אז דער מענטש ווייסט זיך א גאנצן טאג, אלץ חלק אלוק ממעל. נישט ער 'ווייסט', ער ווייסט!. ס'ווייסט זיך אים. אזוי ווי א מענטש וואס ווייסט אז ער גייט אויף א שטריק צווישן צוויי בנינים. אזוי ווייסט דער מענטש, אז איך בין א חלק אלוק ממעל. דאס איז א טיפע עקספיריענס. וואס פאדערט עבודה בעזרת השי"ת.

אויף דעם וואס דו פרעגסט אז ווי איך פארשטיי איז די רצון צו פילן מציאותיות בטבע אין יעדן נפש און איז אייביג אקטיוו, די תירוץ דערויף איז, דער מחבר שרייבט אז א מענטש ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ, נאר ווען א דרויסנדיגע כלי האט אנגעצינדן זיינע כלי הגוף. די אלע רצון צו פילן מציאותיות וואס איז אקטיוו אין סייוועלכע מענטש, אין סיי וועלעכע מינוט, איז געווארן ווייל דרויסנדיגע כלים האבן אנגעצינדן די כלי הגוף. חלילה אויב ס'איז נישטא קיין כלי הגוף, איז נישטא קיין רצון צו פילן מציאותיות. הגם דער מענטש איז א חלק אלוק ממעל. האט אבער דער הקב"ה אנגעקניפט דעם נפש, אין די כלי הגוף. אזוי האט דער רבש"ע געמאכט. די רגע מ'איז אנגעבינדן אין די כלי הגוף, האט עס צו טון לויט די כלי הגוף.

כך נראה לי. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קפ

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 09, 2018 3:21 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

סוד היחוד מאיר את החשך.

דייקא המצבים הרחוקים והמרים ביותר, מקרבים אותם לאמונת היחוד. אלעס וואס מיר ווילן איז, מיר ווילן וויסן אונזער עקזיסטענץ. און "וויסן אונזער עקזיסטענץ" מיינט: אז ס'זאל זיך באוואוסטזיניגן אין אונזער באוואוסטזיין די עקזיסטענץ פון יחודו ית"ש בעולם, אז אלעס ווערט געפירט פון איין איינציגן עקזיסטענץ, און מיר זענען א חלק פון אים. דאס מיינט "וויסן אונזער עקזיסטענץ" און דאס געט דעם ריכטיגן עונג הנפש. און דאס איז אלעס וואס אונזער עקזיסטענץ וויל. צום ביישפיל: ווען א קינד איז אינדערהיים ווייסט ער נישט אזוי שטארק די עקזיסטענץ פון זיין טאטע מאמע. אבער ווען ער גייט אין קעמפ פאר אכט וואכן, ווייל ער בענקט אזוי שטארק צו די עקזיסטענץ פון טאטע מאמע, ווערט ער מער באוואוסטזיניגט אין זיין גאנצע קומת הנפש אויף די עקזיסטענץ פון טאטע מאמע. אזוי אויך דייקא המצבים הרחוקים והמרים ביותר, מקרבים אותם לאמונת היחוד. די כלי אונז צו באוואוסטזיניגן ריכטיג אויף 'אונזער עקזיסטענץ', איז מתוך הגלות, והחשכות, והשפלות. דאס ברענגט אונז צו וויסן אונזער עקזיסטענץ. דאס ברענגט אונז זיך מדבק צו זיין אליו ית' באהבה ובתשובה.

עיין בהערה רל. מ'קען אפשר אריינלערנען פשט אין ספה"ק באר מים חיים (די וואכעדיגע סדרה, פרשת בהר). ווען א מענטש טוט א מצווה ווייל ער פארשטייט די שכל דערפון, איז די שכל פון די מצווה די כלי וואס איז מעורר ארויסצוברענגען זיינע כוחות אל הפועל, און מיט דעם שכל שאפט ער קשר. אבער ווען א יוד טוט א מצווה ווייל השי"ת אחד יחיד ומיוחד שכל הנעלם מכל רעיון האט אזוי געהייסן, איז אחד יחיד ומיוחד די כלי וואס איז מעורר ארויסצוברענגען זיינע כוחות אל הפועל. און מיט יחודו שאפט ער קשר. דעת התבססות.

ער שרייבט: עיקר עונג הנפש היא בהשגת ה'שלימות' שבגילוי סוד יחודו ית'. דער פרוש פון חובת הלבבות (שער הפרישות פרק ד) פרייט זיך ווייל ער ווייסט זיין עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון איין איינציגן עקזיסטענץ ית"ש. אבער טאקע דערפאר האט ער דעם 'אבלו בלבו', דעם גליסטעניש צו דערגיין און וויסן 'זיין עקזיסטענץ', דהיינו, יחודו ית"ש, וואס איז באהאלטן אין די עולם החומרי. ווייל טאקע אט די תשוקה באוואוסטזיניגט אים דעם עקזיסטענץ פון יחודו, וואס השי"ת האט באהאלטן אין די בריאה. און דער גליסטעניש צו מגלה זיין יחודו בכל קומת נפשו, טאקע דאס איז זיין עבודה. עיין בהערה רלג.

יעדער מענטש ווערט געטריבן פון דעם תשוקת סוד היחוד, ווייל דאס ליגט אינעם נפש, זייענדיג א חלק אלוק ממעל, צו מגלה זיין אמתת יחודו. נאר אויב מ'מיינט אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון עצם כלים, כאפט מען נישט אויף דעם תשוקה צו וויסן יחודו ית"ש, און מ'זוכט פון ערגעץ אנדערש צו זעטיגן דעם תשוקה צו שלימות, אבער ווען מ'ווייסט אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון מקור העליון, ווי ער שרייבט ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, דאן הייבט מען אן צו פילן דעם תשוקה צו מגלה זיין יחודו ית"ש בכל קומת נפשו. וואס דאס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ וואס מ'וויל וויסן. און פון דעם האט מען בעיקר עונג נפשי.

איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם "ושני הענינים מתאחדים בנפש קדושה הקשורה למקורה". ס'קוקט אויס ווי ער וויל אז דא זאל זיין א איחוד כוחות, און איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אפשר ווייל דוקא איחוד ברענגט תענוג. אפשר וועל איך הערן זיינע שיעורים ב"ה. אבער מער ווייניגער וואס ער זאגט דא איז, אז כדי צו האבן דעם תשוקת סוד היחוד, דארף מען האלטן ביי די דרגא פון עולמה של הנפש, און כדי צו האבן דעם תשוקת סוד היחוד, דארף מען זיך כולל זיין עם כלל ישראל הקדושים בשם כל ישראל. די תשוקת סוד היחוד, ברענגט אז מ'זאל מגלה זיין יחודו ית"ש בכל קומת נפשנו. אז מ'זאל ווערן ריכטיג באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ. וואס ער שרייבט: עיקר עונג הנפש היא בהשגת ה'שלימות' שבגילוי סוד יחודו ית'

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט, אז כדי צו וויסן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ, וואס דאס וויל אונזער נפש אזוי שטארק, דארף מען האבן דעם 'תשוקת סוד היחוד'. וואס דאס קומט ווען מ'האלט שוין ביי די דרגא פון עולמה של הנפש. דהיינו, אז מ'ווייסט אז עקזיסטענץ באוואוסטיניגט זיך פון מקור העליון און נישט פון עצם כלים. דאן האט מען דעם 'תשוקת סוד היחוד', און דאן ווייסט מען די עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אויפן. ב"ה.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קפג

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 10, 2018 4:06 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

צד השמאל מתעלה כאן לתכליתו

צד שמאל מיינט, ווען מיר זאגן פאר א כלי וואס איז מעורר אונזערע כלי הגוף, אדער וויל מעורר אונזערע כלי הגוף, "איך וויל נישט אז דו זאלסט מעורר זיין מיינע כלי הגוף". איך וויל מיך נישט מיטדרייען מיט דיר. א כלי וואס וויל מעורר זיין אונזערע כלי הגוף, אויב ס'איז מצד ימין, איז עס אזוי ווי א moving walkway, ס'טראגט אונז ערגעץ, מיר דארפן זיך נאר לאזן דערפון. "זיי מעורר מיינע כלי הגוף". און אויב מיר לאזן זיך נישט דערפון, איז עס צד שמאל. דא ביי בסוד היחוד, איז גאר די צד שמאל הכלי האמיתי לגלות סוד יחודו ית' בעולם. דייקא פון דעם אז מיר האבן די עולם החומרי פאר אונז, מיר זעען א געלעגנהייט צו פארשטיין אז ח"ו ס'דא א טבע, און ס'דא אנדערע כוחות חוץ יחודו ית', און אז זאכן ווערן געפירט אנדערש ווי יחודו ית', אנדערש ווי זיין פלאן, דייקא דאס איז א געלעגנהייט צו זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, 'איך וויל נישט אז מיינע כלי הגוף זאלן נתעורר ווערן פון דעם'. און דאן געשעהט עפעס אינטערעסאנט אין די באוואוסטזיין פון א מענטש.

פונקט אזוי ווי דער וואס לויפט אויפן טרעדמיל, דארף אז די טרעדמיל זאל אים באמת וועלן מיט אלע כוחות אראפווארפן, און דייקא דאס העלפט אים אנקומען צום ציהל. ער דארף ביידע. ער דארף דעם טרעדמיל, און ער לאט זיך נישט פונעם טרעדמיל. אזוי אויך מיר כביכול דארפן די עולם החומרי, און מיר לאזן זיך נישט פון די עולם החומרי. מיר ווערן נישט צעבראכן פון 'חשכות', מיר ווערן נישט פארלוירן פון זעהן א געלעגנהייט צו פארשטיין אז די וועלט איז נישט אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען. אזוי ווי אונזער עקזיסטענץ ווייסט בפנימיות. מיר ווערן נישט. כביכול מיר דארפן עס האבן אלץ א כלי מצד שמאל, אזוי ווי דער מעלער וואס לייגט אריין טונקעלע קאלירן, כדי די ליכטיגקייט זאל זיך מער ארויסשיינען. מיר דארפן עס. עיין שם בהספר. ציור מוחשך עם נקודות קטנות של אור, מרהיב את הנפש בקסם סודו הרבה יותר ממראה הבהיר. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זוכט צו וויסן די עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן אין דעם ציור מוחשך עם נקודות קטנות של אור.

כדי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל גליסטן צו וויסן די עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן אין א ניגון, דארף די ניגון האבן אין זיך תנועות פון מרירות. ווייל דייקא אט די תנועות פון מרירות. דייקא אט די תנועות וואס שטערן, ברענגען ארויס אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיין זאל זוכן געוואויר ווערן, און וויסן, די עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן אין די ניגון. ער זאל וועלן מגלה זיין דעם סוד. און אזוי אויך מיט 'טעם', החמיצות ומרירות שנרגשת במאכל מושכת הנפש יותר מהמתיקות שבו. פארוואס? ווייל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייסט, אז מרירות האלט צוריק, און ווען א זאך האלט צוריק, וויל מען זיך טרעפן מער. און טרעפן מער מיינט מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. מענטשן טוען עס דוקא. כדי צו באקומען מער מציאותיות פון א מאכל. (לכבוד שב"ק).

און אזוי אויך מיט התפשטות, כלים וואס זענען מעורר אונזערע כלי המעשה צו מפשט זיין כוחות אל הפועל. האבן מענטשן ליב ווען א זאך האלט צוריק די כוחות פון ארויסקומען, אזוי פילן זיי אז די כוחות קומט ארויס מער. למשל ביי עקסערסייזעס עקוויפמענט. מ'וויל אז ס'זאל וועגן אסאך, און דאך הייב איך עס אויף. מ'וויל פילן די כוחות וואס קומען ארויס אל הפועל. דאן פילט מען 'מציאותיות'. דאן ווערט מען מער באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד התפשטות און מ'פילט זיך געבויט, א דאנק די כח פון אויפהייבן. און אויך ביי הכרה, ווען ס'שווער צו פארשטיין, פילט מען "wow!!! איך האב דאס געכאפט" און מ'ווערט מער באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד הכרה. די תענוג און שעשוע פון שכליות, איז ווייל דער מענטש פילט אז ער ווייסט נישט זיין עקזיסטענץ, און יעצט ווייסט ער עס יא. ווי מער א מענטש פילט אז זיין עקזיסטענץ ווערט געשטערט, און ער שטארקט זיך דערויף, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ווען א מענטש ליינט מעשיות של צער ומרירות, עקספיריענסד ער ביידע. סיי דאס צוריקהאלט צו קענען עקזיסטירן, און צוליב דעם אויך זיין ווילן יא צו עקזיסטירן, און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ. קיינער וועט נישט ליינען די צער וואס פליגן זענען דורך אין א געוויסע טאג נעבעך. די טונקלקייט פון די נאכט, ערוועקט די רצון פון א מענטש צו עקזיסטירן. מענטשן האבן ליב צו וואקן אין די טונקל. מ'פילט אז מ'לעבט. די זעלבע זאך אינעם נפש, דייקא הצטרפות ה'טוהר' ו'אמת' שבנפש, עם 'חושך' החומר, מולידים התמהון ועומק הסודי של היחוד, ומתהווה מזה מראה שלם של מציאותיות סודית ומהותית. דייקא די חושך החומר, וואס האלט צוריק צו וויסן אונזער ריכטיגן עקזיסטענץ, מאכט אז מיר זאלן זיך וויסן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ. אבער דאס איז נאר ווען מ'ווייסט שוין אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון.

עוצם יחודו ית' 'מתגלית' מתוך סוד הנפש הישראלית.


ס'דא צוויי חלקים: איינס איז התעוררות לסוד היחוד. דאס וועלן וויסן דעם סוד, דאס וועלן וויסן "אונזער עקזיסטענץ", וואס דאס קומט דייקא ווייל די חושך החומרי שטערט, און איינס איז ווען איין איינציגע עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין. דהיינו, די גילוי יחודו ית'. זאגט ער: ואי אפשר לנפש להתעורר ל'סוד' היחוד, בלתי אם תרגיש ביחד עם זה איזו הארה מ'גילוי' היחוד. ווען עקזיסטענץ-וויל באוואוסטזיניגט ווערן אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ, דהיינו יחודו ית"ש, אז אלעס פירט דער אייבערשטער טאקע ווייל דער חושך החומרי שטערט. ווערט ער 'עפעס' באוואוסטזיניגט אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ. דאס גייט צוזאם. הם ענין אחד ממש.

עקזיסטענץ באוואוסטזיין זעהט די עולם החומרי ווי ס'שטערט צו וויסן איר ריכטיגע עקזיסטענץ, און זי גייט צו דערצו מצד שמאל, דהיינו, זי זאגט, איך וויל נישט אז דו 'הסתר היחוד' זאלסט מעורר זיין מיינע כלי הגוף, צו שפירן אזוי ווי דו ווילסט איך זאל שפירן, צו וויסן אזוי ווי דו ווילסט איך זאל וויסן, אז ס'איז חלילה נישט איין איינציג ח"ו. און דייקא דער צד שמאל צוגאנג צום עולם החומרי, ווערט א כלי מצד ימין. מעורר צו זיין אונזערע כלי הגוף צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. די עקזיסטענץ פון יחודו ית"ש. דאס גייט צו בצורה מאוחדת. בתוך עצם עומק ה'סוד' והסתר, נרגשת בו הארה של 'גילוי' היחוד. טאקע ווייל מיר נעמען די עולם החומרי אלץ א כלי, מעורר צו זיין דעם צד שמאל, וואס זאגט "איך וויל נישט אז מיינע כלי הגוף זאלן נתעורר ווערן דורך דיר" דייקא דאס, מאכט דעם עולם החומרי אלץ א כלי, צו באוואוסטזיניגן אונזער ריכטיגן עקזיסטענץ.

ווייל א מענטש קען נישט לעבן מיט א סתירה אין זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. אדער איז עקזיסטענץ וואס איך ווער באוואוסטזיניגט פון סיי-וואס-פארא כלי, איין איינציג ית"ש, אדער איז חלילה נישט איין איינציג ח"ו. און וויבאלד עקזיסטענץ ווייסט בפנימיות אז ס'איז איין איינציג ית', זייענדיג א חלק אלוק ממעל. איז ווען מיר זעען ווי זאכן שפילן זיך אפ פאר אונז, און דאס איז מעורר אונזערע כלי הגוף, צו שפירן, טראכטן, אז עקזיסטענץ איז חלילה נישט איין איינציג. ווען מיר גייען צו דערצו מצד שמאל. איך וויל נישט אז דו זאלסט מיר באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, ווייל איך ווייס אז עקזיסטענץ איז יא איין איינציג. און איך וויל ווערן באוואוסטזיניגט אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. (איך בטל צום איין איינציגן מקור) מוז מען קומען צו די מסקנא, אין עקספיריענס. נישט אין שכל, אז די אמת'ע עקזיסטענץ יחודו ית"ש איז דא אבער ס'באהאלט זיך. א מענטש קען נישט לעבן אין קיין סתירה. דא מוז זיין א עקספיריענס פון גילוי 'סוד' היחוד. די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין באוואוסטזיין מוז זיין אז ס'דא איין איינציגע עקזיסטענץ, אמנם ס'באהאלט זיך בסוד.

ואולם דייקא עם 'גילוי' היחוד, נשאר היחוד 'סוד' שעוד מתעמק ומתחשך. דער מענטש ווייסט דעם אמת, אבער דאך איז דא ביטערקייט. אכן אתה קל מסתתר. אבער טאטע אונז וויל מיר דיך זעהן. א יוד וועט נישט ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, אז ס'איז נישט יחודו ית"ש, ווייל ער וויל נישט. וועט ער זעהן אז ער באהאלט זיך. און די מרירות ווערט שטערקער, פארוואס באהאלסטו דיך, פארוואס קען איך נישט וויסן מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, באופן גלוי. אפילו מ'ווייסט אז די הסתר איז א טובה. ווייל דייקא מתוכה קומען מיר אן צו וויסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. אבער דאך שטערט עס. און דאס ברענגט מרירות. און די מרירות ברענגט צו:

וכשהמרירות ותמהוון מתגברים בנפש מעומק החושך של הסוד, און דער מענטש שטייט און וואונדערט זיך, מיד בוקעת בה הארה מגילוי היחוד לנחמה ולשמחה. א באוואוסטזיניגקייט פון איין איינציגע עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין. טאקע מתוך די סתירה. ולהיפך בעת רצון שגילוי היחוד חודר דרך מחיצות החומר להאיר את הנפש ולשמחה, אז הסוד מתעמק עוד. דער מענטש וועט אלעמאל זעהן אז די עולם החומרי שטערט צו וויסן זיין אמת'ע איין איינציגע עקזיסטענץ צו וואו ער איז בטל. ס'וועט אלעמאל גיין אהין און צוריק. ווייל די רגע וואס ס'ווערט באוואוסטזיניגט די ריכטיגע עקזיסטענץ אז ס'איז איין איינציג. ווערט גראד "אבער ווען וועסטו נתגלה ווערן אז ס'וועט מער נישט זיין א עולם חומרי" און ער ווייסט דאך אז ס'איז אים א טובה דאס גאנצע הסתר.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך אריינגעקלערט אין די גאנצע זאך וואס ס'געשעהט ווען מיר האבן דא צוויי קעגנגעזעצטע זאכן, און מיר קומען צו א מסקנא. און טאקע ווייל מיר גלייבן ביחודו ית"ש, געשעהט אזא אינטערעסאנטע זאך ווי א מרירות חשוכה ונעימה. ס'איז bitter sweet.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קפה

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 11, 2018 2:25 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ הרופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם.

ובזה נבין הסיבה שהמרירות וחשכות שבעומק ההסתר לעולם אינה נרגשת לנפש הטהורה כעצבון ודכאון ח"ו.

עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, גייט צו צו די כלי עולם החומרי, וואס קען מעורר זיין אז ס'איז נישט אחד יחיד ומיוחד. און ער גייט צו דערצו מצד שמאל opposing, איך וויל נישט מיינע כלי הגוף זאל ווערן נתעורר פון דיר אז ס'איז אזא עקזיסטענץ וויאזוי דו שטעלסט פאר אויבנאויף, ווייל איך גלייב, און איך ווייס, אז ס'איז אחד יחיד ומיוחד, און יעדע עקזיסטענץ וואס איך ווער געוואויר וואלט זיך געדארפט וויסן, פילן, עקספיריענסן, אלץ בטל צום איין איינציגן מציאות אין סוף הבורא ית"ש. נאר אויב דאס איז דער אמת, און איך ווייס אז טאקע דאס איז דער אמת פון עקזיסטענץ. פארוואס זעה איך א עולם החומרי, וואס וויל זיך באוואוסטזיניגן כמציאות נפרדת שסותרת יחודו ית', און דערפאר שפירט זיך א מרירות וחשכות. ווייל ס'שטערט אים צו וויסן 'זיין עקזיסטענץ' באופן גלוי.

אבער די עקספיריענס פון מרירות און חשכות וואס קומט פון די "מצד-שמאל-כלי-עולם-החומרי", עקספיריענסד זיך קיינמאל נישט ווי עצבון ודכאון. פארוואס נישט? פארוואס פילט נישט א יוד פארקלאפט פון די כלי עולם החומרי, ס'שטערט אים דאך? די הסבר איז: שלעולם מתלווית עם החשכות התעלות, והתדבקות הנפש בשורשה, ונחמה משמחת ב'גילוי' יחודו ית'. וויבאלד מ'ווייסט דעם אמת פון עקזיסטענץ, אז נאר דאס איז דער אמת, און נאר אזא סארט עקזיסטענץ דארף ווערן באוואוסטזיניגט אין עקספיריענס. און טאקע מתוך החשכות, מתוך כלי עולם החומרי ווייל מ'קען ווערן נתעורר דערפון, און מ'וויל נישט ווערן נתעורר דערפון, דערפאר באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין פונעם מענטש א שיין פון זיין אמת'ע 'עקזיסטענץ'. טאקע דורך די עולם החומרי ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיין געצווינגען צו עקספיריענסן דעם אמת. און דער עקספיריענס פון גילוי היחוד, איז א שמחה נפשית עמוקה. שוין אויבן געשריבן.

הכלי העקרי להכיל סוד היחוד וגילויו הוא הגלות והגאולה.

הכלי המיוחד להעמיק החושך ותמהון בנפש הישראל, ולעוררה לידבק בבורא ית"ש מתוך עומק 'סוד' היחוד, הוא גזירת הגלות המרה שאנו בה. והכלי העיקרי להאיר בנפש הישראלית הארה מ'גילוי' היחוד, לנחמה ולשמחה, הוא האמונה בגאולה העתידה ותקוותה. מיר ווילן ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ כמו שהוא באמת. איז דא די ענין פון זיך פארטיפן אינעם חושך, (עיין בהערה רלט.) עס צו מאכן פאר א כלי, ווי ווייט די גלות שטערט אונז פון זיך וויסן דעם אמת'ן עקזיסטענץ. ווי ווייט די כלי וואס רופט זיך גלות, ווי ווייט ס'וויל אונז מעורר זיין אויף די נישט ריכטיגע עקזיסטענץ. און ווי ווייט מיר ווילן נישט אז ס'זאל אונז אזוי מעורר זיין. נאר מיר ווילן וויסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, דהיינו ווי ווייט מיר האבן אמונה ותקווה אין די גאולה העתידה, גילוי יחודו ית', וואס דאן וועט מען זיך וויסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, דאס באוואוסטזיניגט אן עקזיסטענץ, אן הארה פון גילוי היחוד שלעתיד. אפילו מיר זיינען נאך אין גלות.

אבער מיט דעם אלעם, זעען מיר זיך נאך אלץ אין גלות, און דאס איז מעורר מרירות, ווייל ס'שטערט אונז צו וויסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. אבער אין די זעלבע רגע באוואוסטזיניגט זיך אן עקזיסטענץ פון גילוי יחודו ית"ש. ער שרייבט די גלות און די גאולה מתאחדין לענין אחד. ער האט א קליינע שאלעשידעס תורה אין הערה רמ.

ובזה נכללת גם הגלות הפרטית שבנפש האיש הישראלי, ושויתי ה' לקראתי שתרחמינו עוד בגלותי לגאלינו ולעורר לבי לאהבתיך. ער האט א גאנצע "צו וויסן טון", אין הערה רמא. אז די גאולה הפרטית והכללית מתאחדות ומשפיעות זו על זו. אז ווי מער א יוד שטארקט זיך אויף זיין גוף דאס צו מזכך זיין, אזוי ארומער איז ער מעורר הארת פניו ית"ש וגילוי יחודו בכללות הבריאה, ומקרב בזה הגאולה הכללית, ולהיפוך ח"ו הוא בהיפוך. און לאמיר האפן אז מיר וועלן זיין פון די יודן וואס משיח וועט ווייזן מיט די פינגער, דו האסט מיך מקרב געווען. און די זעלבע זאך, איז די גלות הכללית, גורם די אלע הסתרות און נסיונות הפרטיים וואס יודישע קינדער מוטשן זיך נעבעך פאר זיך. און די גאולה הכללית וועט אויסלייזן פון די אלע זאכן. מן הסתם האט ער א מקור אויף דעם, איך געדענק נישט יעצט א מקור, ס'שטומט.

ווען מיר קוקן אויף אונזער גוף החומרי, ווען מיר קוקן אויף די חושך של העולם החומרי, און מיר זאגן "איך וויל נישט אז דו זאלסט מיך מעורר זיין אויף אן עקזיסטענץ וואס איז הסתר פניו ית"ש", נאר איך וויל וויסן מיין אמת'ע עקזיסטענץ, דהיינו גילוי יחודו, דאס אליין באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. סתם קוקן אויף די רע ווייסעך נישט. ער רעדט פון קוקן אויף די גוף ודחיפותיו וואס ווילן באוואוסטזיניגן אויף אן עקזיסטענץ וואס איז נישט איין איינציג, און צוגיין דערצו מצד שמאל, און זיך פארטיפן ווי ווייט איך וויל נישט אז דו זאלסט מיר באוואוסטזיניגן אויף אן עקזיסטענץ וואס איז נישט יחודו ית"ש, דהיינו, ווי ווייט מיר ווילן נישט אז די גוף ודחיפותיו זאל אונז אפרייסן פון השי"ת. נאר מיר ווילן וויסן אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. דאס באוואוסטזיניגט.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען עקספיריענסן די אינטערעסאנטע זאך וואס געשעהט מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ווען מ'קוקט אויף די כלי גלות מצד שמאל.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קפח

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 13, 2018 4:10 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

סוד היחוד מתגלית בנפש בארבע הארות פרטית

א מענטש קען ווערן באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ פון פיר צדדים. דא בסוד היחוד, ווילן מיר ווערן באוואוסטזיניג אויף 'אונזער יחוד עקזיסטענץ', פון אלע פיר צדדי הנפש. די ערשטע זאך צו געדענקען איז, אז מ'דארף זיך כולל זיין מיט נשמת ישראל הכללית.

דעת ה'בעלות' מתעלית לשורשה, ב'האמנת' יחודו ית'
א. די כלי מעורר צו זיין די כלי הגוף, מחשבה, און ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער 'בטל ליחודו ית' עקזיסטענץ. מצד הכרה, דאס רופט ער מיטן נאמען 'האמנת היחוד' אמונה!. איך געדענק נישט יעצט א מקור אויף דעם אבער ס'שטומט. ער שרייבט: די עקספיריענס פון אמונה איז: משיכת הנפש בכל מהותה ועצמותה להיבטל לבורא ית"ש בסוד יחודו ית'. אמונה ביחודו ית' איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל באשטיין פון "איך בטל צום איין איינציגן עקזיסטענץ" בדרך משיכה. נאכאמאל איבער'חזר'ן: משיכת הנפש בכל מהותה ועצמותה להיבטל לבורא ית"ש בסוד יחודו ית'

יעצט, וויאזוי געשעהט דעס?
וויאזוי מאך איך אז איך זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף "מיין ריכטיגע יחוד עקזיסטענץ" מצד הכרה, וואס פון דארט קום איך? די וועג איז אז די שקרית'דיגע און העדרי'דיגער וועלט, זאל זיין א כלי מעורר צו זיין דעם צד שמאל פון הכרה, און אויך זיין באוואוסטזיניג בהכרה אז השי"ת אין איין איינציג, זייענדיג א חלק מנשמת כללות ישראל (עוצם יחודו ית' חרות וחקוק בכל נפש רוח ונשמה ישראלית, והוא עצם מהותם של כללות ישראל הקדושים שנחצבו ממקור יחודו, ער ברענגט עס פון תניא יח יט. הערה ריא) מיטן זאגן פאר די עולם השקר "איך וויל זייער שטארק נישט אז דו זאלסט מעורר זיין מיין כלי הגוף מחשבה, צו ווערן באוואוסטזיניג מצד הכרה, אויף דעם שקר און העדר יחודו עקזיסטענץ וואס דו ווילסט איך זאל מכיר זיין, ווייל איך בין א חלק אלוק ממעל, א חלק פון עקזיסטענץ וואס איז די אמת'ע איין איינציגע עקזיסטענץ. און איך וויל וויסן מיין עקזיסטענץ אלץ בטל און צוגעבינדן צום איין איינציגן עקזיסטענץ. דאס איז וואס איך וויל וויסן, זייענדיג א חלק מנשמת כללות ישראל". ס'איז ביידע אויף איינמאל, א) נישט וועלן ווערן באוואוסטזיניגט מצד הכרה, אויף שקר'דיגע הסתר יחודו ית' עקזיסטענץ וואס די וועלט שטעלט מיר אהער, און ב) זיין באוואוסטזיניג מיטן גאנצן הכרה אויף יחודו ית"ש. און יחודו ית"ש מיינט "אז אלעס איז יחודו, איך בין בטל ליחודו ית'.

הסתר סוד יחודו מיינט, אז די וועלט זאגט "די אלע זאכן וואס דו זעהסט, איז נישט ווייל אין דעם איז באהאלטן די באשעפער, מיט א פלאן, נאר ס'איז ווייל it's happening, מיר זאגן אויך נישט, מיר זעען אלעמאל קלאר דעם יד ה', נאר מיר זאגן, אז אלעס איז 'סוד יחודו ית', דער הייליגער באשעפער וואס פירט אלעס באהאלט זיך דא. אויב מיר זאגן פאר די כלי וואס הייסט וועלט וואס באהאלט יחודו ית': איך וויל זייער נישט אז מיינע כלי הגוף זאלן נתעורר ווערן פון דיר, דאן ווערן מיר באוואוסטזיניג אויף 'אונזער יחוד עקזיסטענץ' מצד הכרה. געוויינטליך ווען מיר האבן ארויס א דבר שכלי, ווערן מיר באלבאס, דא, מאכן מיר השי"ת אלץ באלבאס. התבטלות גמורה ומליאה ל'בעלותו ויחודו ית"ש בעולם.

דעת 'התדבקות' מתעלית לשורשה, ב'התקדשות' חושית ביחודו ית'

ב. די כלי מעורר צו זיין די כלי הגוף חושים, און ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער 'יחוד' עקזיסטענץ, מצד 'חיות', רופט ער אן התקדשות חושית. די עקספיריענס פון דביקות שרייבט ער איז, אז די אור סוד היחוד חודר דרך חושי איש הישראלי, באופן שחושי הגשמיים מתקדשים ומתרוממים, והוא מתדבק בכל חושיו בו ית'. קודם וואס איז די עקספיריענס פון אור סוד היחוד הא? די עקספיריענס פון אור סוד היחוד געשעהט סיי דורך זיך כולל זיין בנשמת כללות ישראל, און סיי דורך צו גיין צו די כלי עולם החומרי מצד שמאל. וואס איך האב שוין פריער מסביר געווען אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איז געצווינגען צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אן עקזיסטענץ פון גילו יחודו, טאקע ווייל די עולם החומרי שטערט, האט מען א תשוקה צו וויסן 'אונזער יחוד עקזיסטענץ', און עפעס א מסקנא פון די אונזער ריכטיגע יחוד עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניגט. אלעס ווייל מ'גלייבט. אן עקספיריענס אין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס קומט פון אמונה. (ועין תניא יח יט.)

יעצט, דער אור סוד היחוד, קען ווערן אזוי שטארק, און ס'ווערט א כלי, אז די גשמיות'דיגע חושים זאלן ווערן געהייליגט און דערהויבן, און מ'ווערט צוגעקלעבט מיט אלע חושים צו השי"ת. מהות הדביקות בבורא יתברך היא, שאור סוד היחוד חודר דרך חושי איש הישראלי, באופן שחושיו הגשמיים מתקדשים ומתרוממים, והוא מתדבק בכל חושיו בו ית'.

יעצט, וואס איז די כלי מעורר צו זיין מיינע חושים, אז ס'זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף 'מיין יחוד עקזיסטענץ' מצד חיות? וויאזוי מאך איך אז דער אור סוד היחוד זאל ווערן אזוי שטארק אז ס'זאל הייליגן און אויפהייבן מיינע חושים צו ווערן דבוק מיט זיי ביחודו ית'? דאס איז דורך נוצן דעם חומר, אלץ א כלי מצד שמאל, און אויך, זיין באוואוסטזיניגט וואס עס איז מיין ריכטיגע עקזיסטענץ "איך בטל ליחודו ית"ש", מצד כללות נשמת ישראל. איך וויל זייער שטארק נישט (דהיינו, מרירות) אז דער חומר זאל מעורר זיין מיינע חושים, מיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ מצד חושים, אויף אן אופן וואס איז ווייט פון השי"ת, אז איך זאל זיין צוגעקלעבט צו דברים חומריים. ווייל איך ווייס אז מיין אמת'ע יחוד עקזיסטענץ (איך בטל צום איין איינציגן באשעפער) איז נישט זיין צוגעקלעבט צו די עולם החומרי, און איך גליסט שטארק (תשוקה) צו צעברעכן די מחיצות חומריות וואס טיילן מיך אפ פון זיין דבוק באופן חושי צו השי"ת, דאס מאכט אז מ'זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער 'יחוד עקזיסטענץ' מצד חיות, ווייל דאס טוט הייליגן די חומריות'דיגע חושים, אור קדושתו ית' חודר דרך כל המחיצות החושיות החומריות, והאיש הישראלי מתדבק בזה ביחודו וקדושתו ית, ומגלה מקרב נפשו אהבה ו'דביקות' שלימה בהשי"ת..

בכח המרירות וצמאון של הנפש הישראלית שמשתוקקת להתעלות ממחיצות החומר, מתגלית בה הארת יחודו ית' - שמקורה מהארת סוד היחוד בנשמת ישראל הכללית. ווייל מ'איז באוואוסטזיניג וויאזוי עס קומט די אמת'ע עקזיסטענץ, אז דער אייבערשטער איז איינס, און איך בין בטל און דבוק צו אים און נישט צום חומר, און מ'ווייסט אז אזוי ווי מ'קוקט אויס, איז נישט מיין ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. און ווייל מ'האט מרירות פון דעם אז מ'ווייסט זיך נישט דעם ריכטיגן עקזיסטענץ, און מ'גליסט צו ווערן באוואוסטזיניג אויף ריכטיגע עקזיסטענץ. דאס אליין מאכט אז מ'זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. ער שרייבט אין הערה רמד. וזוהי באמת עומק מהות התשובה. ער שרייבט דאך אנהייב פונעם ספר, אז די עצה אמיתית פאר די אלע תחלואי הנפש בצורותיהם השונות איז תשובה, שבה הנפש מתקרבת לבורא ית"ש, ומתרפאים תחלואיה.

תשובה מיינט, ווען מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין הערט אויף צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון כלים וואס דערווייטערן איר פון די ריכטיגע עקזיסטענץ. ענינה האמיתי הוא לשבר מחיצות השקר והחומר המבדילות בין הנפש הישראלית לאביה שבשמים. ס'דארף געשעהן עפעס אין די עקספיריענס וויאזוי איך ווייס מיך "עקזיסטירענד"! די מחיצות של חומר, די מחיצות גסות וחזקות, דאס איז אזאך אין עקספיריענס. א מרירות גדולה ועמוקה טוט דאס פאקטיש צעברעכן. ווייל מ'האט מרירות, און מ'וויל נישט מער ווערן אזוי באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. נאר מ'וויל ווערן באוואוסטזיניגט אויף די אמת'ע ביחודו ית"ש עקזיסטענץ, "איך בטל צום באשעפער", דאס אליין דערנענטערט א נפש ישראלית לאביה שבשמים. דערפאר באקומט מען אהבה, און דביקות צום אייבערשטן. וזוכה בזה לדבק נפשו ביחודו ית"ש.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך מיך פארטיפט אים דעם, וויאזוי צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, מצד הכרה און מצד חיות. האמנת היחוד, און התקדשות חושית.

והשם הטוב יעזור
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג מאי 14, 2018 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קצא

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 14, 2018 2:46 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דעת התבססות מתעלית לשורשה, ב'ביטחון', ו'התעצמות בבריתו' ית'.


לאמיר זעהן, וויאזוי גיימער געפינען אונזער 'יחוד' עקזיסטענץ מצד התפשטות (התפשטות איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פון כלים וואס זענען מעורר די כלי המעשה צו מפשט זיין כוחות אל הפועל). די תענוג פון עקזיסטענץ איז זיך צו געפינען כמו שהוא באמת. הייבט ער אן אזוי: הבורא ית"ש כרת ברית עם כלל ישראל הקדושים שלא יעזבם ולא יטשם לנצח. דא ביי די דרגא פון בסוד היחוד, באנוץ מיר זיך מיט דעם אז מיר זענען א ניצוץ ואבר מנשמה השרשית של כנסת ישראל, דער הייליגער בורא האט כורת ברית געווען מיט כלל ישראל הקדושים אז ער וועט זיי קיינמאל נישט אפלאזן. וכל איש ישראל המאמין, און יעדער איד וואס גלייבט, ונכלל בכללות ישראל, און ער איז נכלל בכללות ישראל, קיים בו ניצוץ קדוש סודי, שאי אפשר להיאבד. וואס מיינט ניצוץ 'סודי'? ניצוץ סודי מיינט, לכאורה, אז אפילו מ'זעהט עס נישט, ס'איז באהאלטן, אבער ווילאנג מ'איז נכלל בכללות ישראל, עקזיסטירט עס אלץ אונזער עקזיסטענץ, אפילו מ'זעהט עס נישט. און דאס קען נישט ווערן פארלוירן.

קומט אויס, אז מיר קענען עקספיריענסן אז אין אונז איז דא דער ניצוץ הקדוש, און אפילו ס'איז באהאלטן, איז עס דא אין אונז מצד אונזער חלק בכללות ישראל הקדושים. וויבאלד דער ניצוץ הקדוש איז אונזער 'יחוד' עקזיסטענץ. איז אויב מיר וועלן אריינטראכטן דערין, וועט דער ניצוץ בהכרח געבן פירות וואס מיר קענען עקספיריענסן אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. ואף אם ח"ו תעה מדרך האמת, און אפילו אויב מיר זענען פארבלאנדשעט פונעם דרך אמת. דאס הייסט, אז מיר ווייסן זיך אן עקזיסטענץ וואס איז נישט בדרך אמת. די נישט אמת'ע עקזיסטענץ. הוא מוכרח מכח הבטחתו ובריתו ית' לשוב למקורו ושורשו. וויבאלד דער אייבערשטער גייט אונז נישט פארלאזן מוז דאס צוריקקומען צום ריכטיגן עקזיסטענץ באוואוסטזיין. (דער ניצוץ בטל ליחודו ית"ש, און בטל איז די עסענס פון זיך ווייסן אין עקזיסטענץ)

ולכן בשעה שהאיש הישראלי מרגיש בקרבו התגברות יצרו והסתר אור הקדושה, ווען א יוד פילט ביי זיך פארשידענע כלים וואס ווילן אים באוואוסטזיניגן אויף אנדערע עקזיסטענץ, וואס איז אוועק פון די ריכטיגע עקזיסטענץ, עליו לעורר הארה מסוד בריתו ית', דארף מען זיך באנוצן מיט דעם ברית וואס השי"ת האט געשלאסן מיט אונזער ניצוץ הקדוש זייענדיג א חלק מכללות ישראל, אז זי וועט מוזן צוריקקומען צום ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. וואס דער ברית איז א פאקט אין אונזער 'יחוד' עקזיסטענץ. הגם מ'פילט עס נישט, אבער ס'איז א פאקט. און מ'קען דאס מעורר זיין, להמשיך רחמים רבים על ניצוץ הקדוש שבנפשו. צו ממשיך זיין רחמים רבים פון השי"ת אויף 'אונזער יחוד עקזיסטענץ'. מכח הבטחתו ית' שלא ידח ממנו נדח. דאס איז אלעס איז פאקטן וואס מ'קען אנדרייען.

וכשנדמה לו שהוא חסר אונים מלהתגבר כנגד ההסתר והריחוק. און ווען מ'פארשטייט אז מ'האט נישט קיין כח זיך צו שטארקן קעגן די כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף, און באוואוסטזיניגן אויף הסתר וריחוק עקזיסטענץ. אז ככה יאמר לבורא ית'. דו ווייסט אז מיט מיינע כוחות וואס איך פארשטיי אז ס'קומט פון מיר, קען איך מיך גארנישט אקייגן שטעלן די כלים, און צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. און דערפאר ווארף איך מיך ארויף אינגאנצן אויף דיר מיט א זיכערקייט, און מיט דעם וואס מ'ווארפט זיך ארויף אויפן בורא, הערט מען אויף צו מיינען אז די כוחות וואס מ'האט יא זיך צו שלאגן קעגן די כלים קומען פון מיך. ובוטח בכח בריתך והבטחתך, די כח וואס איך האב יא, די עקזיסטענץ וואס איך ווייס יא, איז פון דיין ברית און דיין צוזאג שלא ידח ממנו נדח. דאן פארשטייט דער מענטש אז די כח וואס ער האט זיך צו שלאגן קומט פון השי"ת וואס ער איז אלעמאל דא צו העלפן דעם ניצוץ הקדוש. ומבקש אני ממך בגודל רחמיך שהם בלי גבול שתרחם עלי להאיר נפשי ולקרבני אליך

וואס דאס טוט אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איז: אז דער מענטש פארשטייט אז אלע זיינע כוחות קומען נישט פון אים, נאר פון בורא ית', וואס דאס איז גורם אז מ'זאל וויסן אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו איך בין א חלק, הבורא ית', פון זיין ברית, פון זיין הבטחה, אז ס'האט נישט צו טון אין וועלעכע מצב מ'איז, אפילו מ'איז זייער אין א נידעריגע מצב, האט נישט די מצב צו טון, מיט די עקזיסטענץ וואס ס'ווערט באוואוסטזיניגט, ווייל ס'האט נישט מיט די מצב, ס'האט מיטן ברית. ובכח זה הוא מוסר עצמו לעבודתו ית"ש, און פון דעם עקזיסטענץ וויל ער ווערן באוואוסטזיניג, ווען ער דינט השי"ת, אז ס'איז אלעס דער כח הבורא ית' וואס העלפט אים דינען אין יעדן מצב. הוא משיג בנפשו הארה מסוד יחודו ית"ש, און מיט דעם ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף זיין יחוד עקזיסטענץ.

ווייל ער בעהט זיך אינעם נאמען פון זיין ניצוץ הקדוש אבר מנשמת כללות ישראל וואס אויף זיי האט השי"ת געזאגט כי לא ידח ממנו נדח. וואס דאן באוואוסטזיניגט זיך אים זיין יחוד עקזיסטענץ, ווייל סוד יחודו ית"ש איז זיך מתאחד בנשמת ישראל הקדושים בכל מקום שהם. אשר בכוחה יוכל לעמוד בכל נסיונותיו הקשים והמרים. און דער מענטש פארשטייט, ער ווייסט, ס'באוואוסטזיניגט זיך אים, אז נאר דערפאר האט ער דעם עקזיסטענץ, נאר פון דארט האט ער דעם כח בייצושטיין אלע זיינע שווערע ביטערע נסיונות. און נאר דאס געט אים כוחות.

והוא נעשה בזה מבוסס בהבטחתו ובריתו ית' שאינה תלוי' בשום תנאי ומצב, ובין כשיש לו טעם בעבודה ובין כשאין לו טעם, בין בזמנים הרווחים, ובין בזמנים המצירים לו, הוא מתעצם ומתבסס בקבלת עול מלכותו ועבודתו ית'. ביז אהער קומט אויס, אז די כלי וואס איז מעורר דעם מענטש צו מפשט זיין זיינע כוחות אל הפועל, איז בריתו ית', ער ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ מצד התפשטות, ער ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין יחוד עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון מקור העליון, בריתו ית'. און ער מאכט קשר מיט דעם כלי, און ער שפירט זיך געבויט און מבוסס אדאנק דעם כלי בריתו ית'. און דער מענטש איז מקבל עול מלכותו ועבודתו ית', ווייל דער מענטש וויל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, און ער וויל בלייבן אין עקזיסטענץ. און וויבאלד זיין גאנצע כלי און זיין גאנצע כח, קומט נאר פון מקור העליון, מכח הבטחתו ובריתו, שלא ידח ממנו נדח, וויל ער האבן דערמיט קשר. און בלייבן דערמיט.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט פון דעם אז מ'דארף אנערקענען אז די כוחות זיך צו שלאגן מיט די כלים וואס טויגן נישט, האט גארנישט מיט מיר, נאר ס'באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון. ועיין הערה רמו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קצג

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 15, 2018 8:09 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דעת ה'התכבדות' מתעלית לשורשה ב'בושה' ו'יראה' מגילוי כבודו ית'.

מיטן פרובירן צו קוקן אויף די אייגענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אדער ווען ס'קוקט זיך פון זיך אליינס דערויף. (וויאזוי דיין באוואוסטזיין ווייסט דיין אייגענע עקזיסטענץ) שאפט זיך אינעם באוואוסטזיין א געשטאלט, א דמות, פון די אייגענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דערנאך קען א מענטש ווערן באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, דשאסט פון קוקן אויפן דמות,. למשל, א מענטש לערנט פלייסיג, און ער פארשטייט טיף, ער פילט זיך הייליג, ער ווערט באוואוסטזיניג אויף א געוויסע עקזיסטענץ פון זיך. דאס מיינט דמות. ער האט א דמות פון זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. נאכדעם, ווייל ער האט דעם דמות פילט ער זיך געהויבן. אלץ א צדיק וישר וירא אלוקים. און ער באקומט פון דעם אליין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. מציאותיות.

יעצט, דער דמות איז נישט די מקור העליון פון וואו עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך, דמות ווערט א כלי צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. באוואוסטזיניגקייט מצד דעם דמות מאכט אז דער מענטש זאל זיך האלטן גרויס. און זיך וויסן און שפירן אין עקזיסטענץ א דאנק דעם. ווען דער מענטש האט א דמות פון זיך אלץ א צדיק וישר וירא אלוקים, דער דמות באוואוסטזיניגט אים אויף זיין עקזיסטענץ. ער ווייסט זיך אין עקזיסטענץ אדאנק דעם דמות. ער באקומט פון דעם דמות 'מציאותיות'. און ער ווייסט זיך נישט אין עקזיסטענץ א דאנק זייענדיג א חלק אלוק ממעל. א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. סאו, וויאזוי מאך איך ב"ה, אז איך זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ נישט מצד דמות?

יעדע עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט, אין אונזער באוואוסטזיין, צו דורך חושים, צו דורך שכל, איז א דמות פון עקזיסטענץ. ווען מיר פארן אין מאנחעטן, אין מיר זעען אויסוואקסן פאר זיך א ריזן בילדינג, שאפט דאס אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט א דמות פון עקזיסטענץ, א געשטאלט פון די עקזיסטענץ וואס הייסט 'ריזן הויעך בילידינג', אויף וואס זי איז יעצט געווארן באוואוסטזיניג. די דמות איז נישט נאר נישט דער בורא כל עולמים, נאר ס'באהאלט אז דער בורא ית"ש איז איין איינציגע עקזיסטענץ. נאר ווען מיר פארשטייען מיט שכל, אז דער בילדינג קען נישט עקזיסטירן נאר אויב דער אייבערשטער איז משגיח דערויף יעדע רגע, דאן ווערן מיר אויפמערקזאם אויף די עקזיסטענץ פון בורא כל עולמים.

עקזיסטענץ קען זיך נישט מגלה זיין נאר דורך א דמות, הגם דער דמות איז אויך א מסתיר. כדי מיר זאלן ווערן באוואוסטזיניג אויפן איין איינציגן עקזיסטענץ, מוזן מיר זעהן א דמות פון דעם עקזיסטענץ. אמת, טאקע אז דער דמות באהאלט דעם איין איינציגן עקזיסטענץ ית"ש, אבער ס'איז מגלה אויך. ס'ווענט זיך וויאזוי מיר ווייסן דעם דמות וואס באוואוסטזיניגט זיך. אויב מיר ווערן באוואוסטזיניג אויף די עקזיסטענץ פון א דמות, אז דאס איז דער עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט. אויב ווען מיר ווערן באוואוסטזיניגט אויף די דמות וואס דער בילדינג באוואוסטזיניגט, אז דאס איז די עקזיסטענץ. דאן זעען מיר עקזיסטענץ אויף אן אופן וואס איז מסתיר יחודו ית"ש. אויב אבער ווען מיר ווערן באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון עקזיסטענץ, פארשטייען מיר אז דאס איז נאר מגלה דעם איין איינציגן עקזיסטענץ וואס באהאלט זיך אונטער דעם, דאן איז דער דמות א גילוי סוד היחוד.

דאס לשון זיינע: בעצם ענין ה'דמות' - דמות הבריאה או הנפש - ישנו הסתר גדול לאמיתת יחודו ית"ש. שהרי במקורה ואמיתתה כל הבריאה מתאחדת בביטול עצום בבורא ית' ואינה ניכרת כלל, ורק בכח התלבשות הדמות היא מתגלית כענין נפרד ח"ו. אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין זעען מיר דמותים פון עקזיסטענץ. און די אלע דמותים באהאלטן דעם איין איינציגן עקזיסטענץ. ס'ווענט זיך וויאזוי מיר קוקן אויף די דמות. ואמנם עם שהדמות 'מסתירה' יחודו ית' - ודייקא מחמת זה - היא המכילה בתוכה עיקר נקודת התמהון שבסוד היחוד, באופן שהיא באמת גם ה'מגלה' סוד זה.

ווען ס'באוואוסטזיניגט זיך פאר אונז א דמות פון עקזיסטענץ וואס הייסט נשמת כללות ישראל, מיר קענען זעהן די גופים גשמיים, די חומרית'דיגער עקזיסטענץ. און מיר קענען פארשטיין, אז דייקא דמותם החיצונית וגופניות איז מגלה פאר אונזער באוואוסטזיין דעם איין איינציגן עקזיסטענץ וואס באהאלט זיך אין זיי. ווייל נשמות כללות ישראל איז מתאחדים ביחודו ית' לגמרי. דייקא דער חומר, דייקא די דמות החיצונית, איז וואס איז מגלה יחודו ית'. א תפילין איז מגלה דעם איין איינציגן עקזיסטענץ, כאטש ס'קומט פון א בהמה. דאס איז אלעס, ווען מיר קוקן נישט אויף די דמות, נאר אויף די וועליו וואס דער דמות איז מגלה.

ווען מיר שפירן אז מיר קענען ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ מצד דמות, ווילן מיר נישט. ווייל מיר ווייסן אז עקזיסטענץ איז איין איינציג. און פארוואס איז דא דא א דמות וואס איז מסתיר יחודו ית"ש? אלא מאי, דער דמות איז נישט די עקזיסטענץ. נאר דאס איז מגלה אז דא איז דא אן איין איינציגע עקזיסטענץ אין וואו מיר זענען א חלק דערפון אבער ער באהאלט זיך. און ווייל מיר זענען זיך כולל בנשמת כללות ישראל, מאכט דאס אז מיר זאלן עקספיריענסן אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין א תשוקה צו סוד יחודו ית"ש, דאס הייסט צו עקספיריענסן אונזער יחוד עקזיסטענץ. בטל צום איין איינציגן עקזיסטענץ ית"ש, און דאס מאכט אז מיר זאלן ווערן אנגעפילט מיט געפילן פון יראה ובושה כלפי הופעת יחודו וכבודו יתברך. און דייקא צוליב דעם דמות. און מיר זאלן וועלן בטל ווערן צו אים. ווייל דאס איז די יחוד עקזיסטענץ וואס מיר ווילן, און גליסטן זיך צו וויסן דערין. און דאס אז מ'שעמט זיך און מ'האט יראה פון באשעפער, ווייזט ווי ווייט מיר זענען באוואוסטזיניג געווארן אויף זיין עקזיסטענץ.

יעצט, מיט דעם ווערט אונזער דמות א כלי צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ סוד יחודו ית"ש, און אויף גילוי יחודו ית"ש. מיט א תשוקה צום סוד היחוד וואס דאס קומט מצד נשמת ישראל הכללית. ומתעוררת בה ה'בושה והיראה' מכבודו ית'. אזוי ווי דאס לשון פונעם הייליגן יושר דברי אמת: כי באמת מי שיפתח לו השי"ת עיני הכרתו רואה שפלותו תמיד, דאס הייסט אז דער דמות מצד עצמו איז גארנישט. ומתבייש את עצמו תמיד, קל וחומר בחושבו בגדולת יוצר כל מעשה בראשית ב"ה וב"ש, אשר מחמת בושה ממנו הוא כאין נגדו מכל וכל. דאס הייסט אז מצד דעם דמות ווייסן מיר נישט עקזיסטענץ. און מיט דעם ווערט דער דמות נתעלה, אלץ א כלי צו באוואוסטזיניגן אויף סוד יחודו. און ווען מיר זענען גארנישט מצד עצמינו, און בטל צום אייבערשטן, זענען מיר שוין איינמאל גרויס. כי הענף בא לשרשו והוא אחדות אחד עם השורש, והשורש אין סוף, אם כן הענף גם כן אין סוף, כי נתבטל במציאות.

איך האב עס געשריבן די מערסטע וואס איך פארשטיי יעצט, ישמע חכם ויוסיף פארשטאנד און השגה.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט