די נושא פון קרעדיט קארד אינטערעסט - Balance subject to interest

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

די נושא פון קרעדיט קארד אינטערעסט - Balance subject to interest

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג מאי 15, 2018 2:16 pm

י באקאנט, די וועג וויאזוי די קרעדיט קארטלעך טשארדזשן אינטרעסט איז זייער שווער אויסצורעכענען פון פאראויס וויפיל עס גייט זיין,
איך ברעך מיר שוין יארן דערויף ועדיין לא עלתה ארוכה בידי,
אבער יעצט איז מיר עס נוגע למעשה

מיין בילינג סייקל אויף 2 פון מיינע קרעדיט קארדס האבן זיך געקלאוזט פארגאנגענע אפריל 9 און די דא דעיט איז געווען מאי 3
ביי ביידע האב איך געהאט א סטעיטמענט באלאנס לאמיר זאגן פון 15 אלפים
כ'האב באצאלן 11 אלפים אויפן דו דעיט ביי ביידע,
און 4 אלפים באצאלט די לעצטע טאג פון סטעיטמענט קלאוזינג מאי 9,
וואס איז געשעהן איז, אז די 4 אלפים פעימענט זענען שוין געגאנגען צום נייעם סטעיטמענט,
1 קארטל האט מיר געטשארדזש אינטרעסט איבער 400 דאלער די חודש
1 קארטל האט מיר געטשארדזשט 355 אינטרעסט

אויפן סטעיטמענט שטייט באלאנס סאבדזשעקט טו אינטרעסט איז 27 אלפים, בעת ווען די סטעיטמענט באלאנט איז נאך געווען 15 און די נייע סטעיטמענט נאר 14 אלפים,

וויזוי קען איך אויסרעכענען, וויפיל זיי גייען מיר טשארדזשן ביי די נעקסטע סטעיטמענט,
און וויפיל איך שפאר אויב איך באצאל היינט די 15טער אנשטאט ביי די דא דעיט יוני 3
און וויפיל איך שפאר אויב באצאל איך די גאנצע באלאנס, נישט דארט די סטעיטמענט באלאנס וואס איז מיט 14 אלפים מער

דריי שאלות
1)איז א חילוק צו איך באצאל יעצט די באלאנס צו איך ווארט ביז די דא דעיט?
2(ווען איך באצאל ביי די דא דעיט איז א חילוק צו נאר די סטעטמענט באלאנס אדער די פול באלאנס?
3)איז א חילוק צו איך באצאל פאר די סייקל ענד אדער נאך?

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט