שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:47 pm

טייערע חברים סאיז שוין חנוכה תשע"ט ועדיין לא נושעתי
דאגה בלב איש. . . .
זיץ איך אויפן זעלבן פלאץ ווי פאריאר ודמעתי על לחי
בשעתן שרייבן די פאר ווערטער פון הארץ
מעודי געדענק איך נישט קיין שיינע חנוכה
נאר וויינען צער און פיין

אוי עד מתי????????

החותם מתוך צער . . . . . . . א בחור פון 23

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:55 pm

חזק ואמץ, בזכות פון די ליכטיגע אורות פון חנוכה זאל השי"ת דיר באלייכטן מיט לעכטיגע זיסע און געשמאקע יארן און מיר זאלן הערן שמחות בקרוב ממש.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:44 am

וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.
הוי מחשב...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג דעצמבער 09, 2018 4:27 pm

קינדער וואס וואקסן אויף אונטער א פ"ד טיראניע, אנטוויקלען במשך די צייט 2 טאלס וואס איז פאר זיי ממש לעבנס וויכטיג כדי צו קענען סורווייוון.
איינס איז: ליגנט! כדי א קינד זאל קענען סורווייוון און דורכמאכן די כסדר'דיגע קאנטראלעס... וואס קומען רעגעלמעיסיג פאר אין אזא שטוב, מוז דאס קינד זיין א געשולטער ליגענער כדי פטור צו ווערן פונעם פ"ד'ס לאפעס! ווייל מיטן אמת קען מען אין אזא שטוב נישט אנגיין, וויבאלד א נארמאלער דורכשניטליכער אויפפירונג איז בכלל נישט אקצעפטירבאר, ווייל מען מוז קענען זיין אנגעשטעלט פונקטליך לויטן פ"ד'ס גוסטעס און משוגעתן, ממילא מוז מען יעדע מינוט קענען אויפקומען מיט געזונטע ליגנטס און כל מיני תירוצים און הסברים צו פארענטפערן און מסביר זיין פארוואס דו האסט אזוי געטוהן/נישט געטוהן/געטראכט/געזאגט/געוואלט טון, אא"וו...

און וויבאלד דאס איז אזוי לעבנס וויכטיג פאר אים/איר, ווערט דער מוח זיינע/אירע אוטאמאטיש אווע"ר צו פרדוצירן די בעסטע און געדרייטסטע ליגנטס פון וואס די גרעסטע באטריגער און שווינדלער קענען זיך שעמען! עס איז אנוועליוועבל וואספארא געלונגענע עקטער'ס און בלאפער'ס די קינדער זענען! (די וואס קומען פון אזא שטוב ווייסן זייער גוט פון וואס מען רעדט...).
די צווייטע איז: וואכזאמקייט און חשד! כדי אז א קינד זאל קענען דורכלעבן די אלע אטאקעס און אויפרייסן און פעגערייען פונעם פ"ד, מוז דאס קינד זיין א שרעקליכער חשדן [לייען: פחדן] און פארמאגן אן אויסטערלישע וואכזאמקייט אויף אלעס וואס קומט פאר ארום אים/איר. ווייל מען מוז האלטן חשבון קאפ און מוח אויף יעדע ריר און אטעם וואס מען גיט אז עס זאל אויסהאלטן לויטן פ"ד'ס משוגעתן און גוסטעס (און רעדטס אייך נישט איין אז מיטן האלטן אזוי קאפ וועט מען טאקע קענען גענצליך פארמיידן זייערע פעגעראציעס, די פ"ד'ס זענען זייער זייער! אנפרעטיקטעב"ל).

ממילא טוט דער מוח פונעם קינד אוטאמאטיש אנטוויקלען די כוחות צו קענען האלטן די בעסטע אווערנע"ס ארום זיך וואס שייך! עס איז אנוועליוועבל ווי ווייט עס גייט דאס חשדנות פון א פ"ד וויקטעם, א פ"ד וויקטעם איז בכוח צו זיין אין קאנטראל און צו האלטן זיין קאפ אווע"ר אויף די לופט אינעם גאנצן הויז! (המבין יבין...), ער/זי איז ביכולת אויפצוכאפן א יעדן שארך וואס עמיצער גיט נאר ארויס! א יעדע אטעם און ריר ווערט דורך זיי באמערקט און אויפגעכאפט! גרויסע שפיאנאזש אגענטן קענען זיך באגראבן און פארשטעקן פאר די אבנארמאלע שפיאנאזש כוחות וואס פ"ד וויקטעמס פארמאגן!

און עס איז כדי אנצומערקן, אז טאקע די דאזיגע 2 כוחות וואס דער וויקטעם אנטוויקלט כדי צו קענען סורווייוון, איז בעצם די זעלבע 2 כוחות וואס דער פ"ד אליינס פארמאגט אויך כדי צו קענען סורווייוון! די כוח פון ארומפאפן אנדערע און דער כוח פון חשד, איז עפעס וואס איז ממש די עיקר טאלס זייערע מיט וואס זיי אליינס סורווייוון און מיט וואס זיין גייען אן מיט זייער קראנקע מהלך החיים.

און די 2 זאכן זענען אויך פון די עיקר זאכן מיט דער פ"ד וויקטעם מוטשעט זיך שפעטער אין לעבן און איז ממש ווי א חלק פון זייער וועג פון לעבן, און איז עפעס וואס מען דארף שווער ארבייטן פטור צו ווערן דערפון, די אלע ענקזייעטי'ס/פחדים/חשדנות און אומזיכערקייט/פאלטשע אנגעשטעלטע לייוו סטייל, אא"וו.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » זונטאג דעצמבער 09, 2018 4:34 pm

הה"ד "דער וויקטעם ווערט אן אביוזער"
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 8:38 pm

.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

טשולענט בונדלעך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 2:03 pm

איך בין א גאסט דא און קרעטשמע, אבער זעהנדיג די אשכול וועגן שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן, וויל איך מיט טיילן אז אויף קול מבשר איז דא גאר הערליכע שמועסן פון ר' לייב שטערנליכט וועגן די נושא אויף 5 און דערנאך 6 און וועלט אויס פון 91# און ווייטער

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 9:22 pm

אפאר חדשים צוריק האבעך געשיקט א לינק צו דעם אשכול צו א געליטענעם. די וואך באקום איך א פאון קאל:

געדענקסט די לינק וואס דו האסט מיר געשיקט?

כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ליינען ביז יעצט אבער אבער כ'דארף דיר זאגן. איך בין שוין אינדערויסן פאר א היבשע פאר יאר און די וואונדן פארהיילן זיך שוין ב"ה אבער די וועלידעישן וואס כ'האב באקומען איז מורא'דיג

כ'האב אסאך מאל געטראכט אז כ'טרייב איבער. נאך אלעם, ווען מ'איז שוין נישט ממש אין די זאך, פארגעסט מען וויאזוי ס'איז געווען

אגב. דו ביסט הענדימען! ריכטיג? איך דערקען דיך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » פרייטאג ינואר 25, 2019 11:49 am

ויה"ר שנזכה לקדש שם שמים.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג ינואר 25, 2019 11:52 am

קען מען זיך היילן א וויקטעם פון א נארסעסיסט טאטע און עכט זיין אינגאנצן געהיילט?

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:17 pm

fiena nieas האט געשריבן:קען מען זיך היילן א וויקטעם פון א נארסעסיסט טאטע און עכט זיין אינגאנצן געהיילט?

יא, בעזר השם,

עס זענען דא צוויי עיקר תנאים כדאי א מענטש זאל זיך קענען היילן,
- דער טעראפיסט זאל זיין א געזונטער מענטש,
- דער קליענט זאל קאפערירן אויף 100%,

מיט אט די צוויי קען מען זיך בסיעתא דשמיא היילן פון אלץ און אלעמען.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:18 pm

א גרויס חלק פון די ארבעט פון מאכן די מענטש פארשטיין און מיטארבעטן מיטן טעראפיסט
ליגט אויפן טעראפיסט
איך זאג נישט אז די גאנצע ארבעט, אבער א גרויס חלק
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:22 pm

טשיפקא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:קען מען זיך היילן א וויקטעם פון א נארסעסיסט טאטע און עכט זיין אינגאנצן געהיילט?

יא, בעזר השם,

עס זענען דא צוויי עיקר תנאים כדאי א מענטש זאל זיך קענען היילן,
- דער טעראפיסט זאל זיין א געזונטער מענטש,
- דער קליענט זאל קאפערירן אויף 100%,

מיט אט די צוויי קען מען זיך בסיעתא דשמיא היילן פון אלץ און אלעמען.

א גרויס חלק פון די ארבעט פון מאכן די מענטש פארשטיין און מיטארבעטן מיטן טעראפיסט
ליגט אויפן טעראפיסט
איך זאג נישט אז די גאנצע ארבעט, אבער א גרויס חלק
אבער ווי די זאגסט געווענליך ווען דער טעראפיסט איז גוט געשעהט אויך די צווייטע חלק
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:37 pm

fiena nieas האט געשריבן:קען מען זיך היילן א וויקטעם פון א נארסעסיסט טאטע און עכט זיין אינגאנצן געהיילט?

יא מען קען!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:39 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:קען מען זיך היילן א וויקטעם פון א נארסעסיסט טאטע און עכט זיין אינגאנצן געהיילט?

יא, בעזר השם,

עס זענען דא צוויי עיקר תנאים כדאי א מענטש זאל זיך קענען היילן,
- דער טעראפיסט זאל זיין א געזונטער מענטש,
- דער קליענט זאל קאפערירן אויף 100%,

מיט אט די צוויי קען מען זיך בסיעתא דשמיא היילן פון אלץ און אלעמען.

א גרויס חלק פון די ארבעט פון מאכן די מענטש פארשטיין און מיטארבעטן מיטן טעראפיסט
ליגט אויפן טעראפיסט
איך זאג נישט אז די גאנצע ארבעט, אבער א גרויס חלק
אבער ווי די זאגסט געווענליך ווען דער טעראפיסט איז גוט געשעהט אויך די צווייטע חלק

מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז א טעראפיסט איז געמאכט אויף צו ברואיגען די סימפטאמען, און געבען די פארשטאנד און וויסענשאפט אויף זיך צו קענען היילען, און די איבריגע ליגט אויפען מענטש.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:41 pm

עס איז נישט דא א טריק אדער מעטאד וואס טוט אינגאנצען אויסהיילען, נאר וואס קען בארואיגען

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:08 pm

שרייזשע האט געשריבן:עס איז נישט דא א טריק אדער מעטאד וואס טוט אינגאנצען אויסהיילען, נאר וואס קען בארואיגען

Disagree.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:30 pm

טשיפקא האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:עס איז נישט דא א טריק אדער מעטאד וואס טוט אינגאנצען אויסהיילען, נאר וואס קען בארואיגען

Disagree.

קים אריין קלארער א דאנק

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:06 pm

.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:14 pm

fiena nieas האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:עס איז נישט דא א טריק אדער מעטאד וואס טוט אינגאנצען אויסהיילען, נאר וואס קען בארואיגען

Disagree.

קים אריין קלארער א דאנק

איך וויל מיך אביסעלע פארעכטען אז און געוויסע פעלער קען אפשר יא זיין אז נאכען בארואיגען די סימפטאמען זאל מען זיין מער וויניגער אויסגעהיילט, אבער און רוב פעלער נישט.
איך זאג זייער קלאר, מען קען יא ווערען אויסגעהיילט!! אבער על פי רוב איז נישטא די מעדזשעק טריק וואס וועט דאס מאכען, מען וועט זיך שפירען אפשר אסאך בעסער וואס דאס איז אויך זייער וויכטיג, אבער מען וועט על פי רוב נאך ארומגיין עטוואס און סערקלס און זיך נישט ארויס זעהן דערפון מיט אן אמת, אינגאנצען ארויסקריכען פון דעם וועט נאר פאסירען דארעך די מענטש אליין. איך וואלט געוואלט שרייבען יעצט מער דא נאר עס וועט פשוט נעמען צו לאנג... די נקודה פלאן איך בעזר השם אויצושמיסען דא
דאס איז מיין מיינונג, אדרבא איך בין גרייט צו הערען אויב די ביסט זיך מחולק.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:43 pm

שרייזשע האט געשריבן:

א טערעפיסט איז גאר גאר וויכטיג, איך מאך דאס חס ושלום נישט אוועק בכלל ( אויב איינער האט מיך אומריכטיג פארשטאנען)

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:08 pm

שרייזשע האט געשריבן:א טערעפיסט איז גאר גאר וויכטיג, איך מאך דאס חס ושלום נישט אוועק בכלל ( אויב איינער האט מיך אומריכטיג פארשטאנען)

איך פארשטיי אז דו מיינסט צו זאגן אז אן דעם מענטש'ס אייגענע ארבעט וועט די טעראפי נישט ארבעטן

ריכטיג?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:16 pm

הענדימען האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:א טערעפיסט איז גאר גאר וויכטיג, איך מאך דאס חס ושלום נישט אוועק בכלל ( אויב איינער האט מיך אומריכטיג פארשטאנען)

איך פארשטיי אז דו מיינסט צו זאגן אז אן דעם מענטש'ס אייגענע ארבעט וועט די טעראפי נישט ארבעטן

ריכטיג?

יא ריכטיג.
איך האב עס נאר אפגעטיילט, אז א טעראפיסט איז געמאכט צו בארואיגען די סימפטאמען, און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:30 pm

שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

וזה עיקר

צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט

אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן

בבחינת ברוב יועץ
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:26 pm

הענדימען האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

וזה עיקר

צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט

אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן

בבחינת ברוב יועץ

צום פינטעל! גאר שטארק!

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט