בלאט 13 פון 14

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 8:51 am
דורך צוקער וואסער
מונאוויטש האט געשריבן:אויב האט איר נאך נישט געקלערט פון ריפיינאנצן, איצט איז די צייט צו רופען אייער בראוקער. מארטגעדזש ראטעס זענען שוין נישט געווען אזוי נידעריג פאר א שיינע פאר יאר.



וויפיל איז די ראטעס יעצט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:08 am
דורך איינס
3.745

אבער צו וויסן פונקטליכער דארפסטו רעדן מיט א מארגעדזש בראקקער ער זאל אריין קוקן ביי דיין קעיס, ווייל סאיז אנגעהוינגען אין אסאך דיטעילס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:13 am
דורך ברוינע באנאנע
לוינט זיך צי ווארטן מיט קויפן א הויז ווייל מגייט שניידן די די ראטעס?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:30 pm
דורך מונאוויטש
ברוינע באנאנע האט געשריבן:לוינט זיך צי ווארטן מיט קויפן א הויז ווייל מגייט שניידן די די ראטעס?

די מארטגעדזש ראטעס זענען באזירט אויף די מארטגעדזש מארקעט (MBS). עס איז א יצירה פאר זיך און איז לאו דווקא געבינדן מיט די פעד'ס ראטעס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:37 pm
דורך איינס
מונאוויטש האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:לוינט זיך צי ווארטן מיט קויפן א הויז ווייל מגייט שניידן די די ראטעס?

די מארטגעדזש ראטעס זענען באזירט אויף די מארטגעדזש מארקעט (MBS). עס איז א יצירה פאר זיך און איז לאו דווקא געבינדן מיט די פעד'ס ראטעס.

איך קען סזיך נישט אויס
אבער כאטש סאיז נישט געבינדן וועט דאס אייביג האבן אומדירעקט א עפעקט אויף די מארגעדזש רעיטס
גערעכט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:49 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

ניין, נישט גערעכט. מארטגעדזש ראטעס קענען אפטמאל גיין פארקערט ווי פעד ראטעס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:51 pm
דורך מונאוויטש
די פֿעד ראטע איז א קאנטראלירטע זאך.
משא"כ די מארטגעדזש ראטעס פלאקטועיט מיט די מארקעט, ענליך צו די סטאק/באנד מארקעט. אין די לעצטע 9 חדשים זענען מארטגעדזש ראטעס געפארן מער-ווייניגער מטה מטה, בשעת די פֿעד ראטע איז ביז לעצטנס געפארן אויף ארויף.
אגב, היים עeקוויטי ראטעס זענען צוגעבינדן צו די פֿעד.

#מזל האקט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:33 pm
דורך פערספעקטיוו
פומפדותא האט געשריבן:איך בין שולדיג בערך 320, די מארטגעזש איז בערך דריי יאר אלט, איך צאל 4.75 פראצענט.

אפאר שאלות:
פאר וויפיל פראצענט קען איך יעצט באקומען?
וויפיל גייט קאסטן די ריפיינענסען? איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן א קלארע ברעיקדאון?
איך האב געהערט אז מען קען מען זיך ארויס דרייען פון ניו יארק'ער מארטגעזש טעקס אויב מען ריפיינענסד ביי די זעלבע באנק, אדער אז די באנק קאפערירט, איז עס אמת? לוינט זיך עס טאקע? אדער ס'איז צו קמפלעצירט?


די שאלה ווערט אדרעסירט אינעם לעצטן שמועס (פון ד' דברים) פון מיטוואך מארטגעדזש.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:13 pm
דורך איינס
פערספעקטיוו האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך בין שולדיג בערך 320, די מארטגעזש איז בערך דריי יאר אלט, איך צאל 4.75 פראצענט.

אפאר שאלות:
פאר וויפיל פראצענט קען איך יעצט באקומען?
וויפיל גייט קאסטן די ריפיינענסען? איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן א קלארע ברעיקדאון?
איך האב געהערט אז מען קען מען זיך ארויס דרייען פון ניו יארק'ער מארטגעזש טעקס אויב מען ריפיינענסד ביי די זעלבע באנק, אדער אז די באנק קאפערירט, איז עס אמת? לוינט זיך עס טאקע? אדער ס'איז צו קמפלעצירט?


די שאלה ווערט אדרעסירט אינעם לעצטן שמועס (פון ד' דברים) פון מיטוואך מארטגעדזש.

יישר כח פומפדיתא (א שיינע נאמען..) פאר די שאלה
בזכותך האבן מיר א שיינעם שמועס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:58 am
דורך יענקעלע
https://drive.google.com/file/d/1zHLpIo ... p=drivesdk

פנחס גלויבער וויל וויסן פארוואס דו רופסט דיך פומפדותא, על שם די בענד צו על שם די ישיבה?

שוין דא אויף קול מבשר?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:46 pm
דורך אחת ואחת
זע איך אז עס ווערט פארענפערט די קשיות וואס מען פרעגט דא

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:55 pm
דורך עולם השקר
איינס האט געשריבן:3.745

אבער צו וויסן פונקטליכער דארפסטו רעדן מיט א מארגעדזש בראקקער ער זאל אריין קוקן ביי דיין קעיס, ווייל סאיז אנגעהוינגען אין אסאך דיטעילס


נאר 3.75 ?

גענוי צוויי יאר צוריק איז עס געווען 3.25 , סא וואס איז יעצט מה כולי רעש ?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:17 pm
דורך איינס
[היינט שוין ביי 3.688]

כל הרעש איז אז אין די צוויי יאהר האט זיך אסאך זאכן געטוישט
ווייסט וויפל וואסער איז שוין געלאפן אין ירדן פון דעמאלטס?
מענטשן האבן באוקמען אין די צוויי יאר מארגעדזשעס פון 5% אדער מער

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:32 pm
דורך איינס
3.41 אין July 16

Screen Shot 2019-08-08 at 3.28.14 PM.png
Screen Shot 2019-08-08 at 3.28.14 PM.png (39.75 KiB) געזעהן 889 מאל


אין 17 איז נאר געגאנגען ביז 3.78

Screen Shot 2019-08-08 at 3.27.57 PM.png
Screen Shot 2019-08-08 at 3.27.57 PM.png (39.49 KiB) געזעהן 889 מאל


און אז מרעדט שוין דא איז דא איינער וואס טענהט אז ער ווייסט צו הפארזאגן אז זגייט נאך אביסל אראפ גיין אינדערהאך ארויף....
זאל איך איהם טראסטן?....


געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:36 pm
דורך עולם השקר
איינס האט געשריבן:3.41 אין July 16

Screen Shot 2019-08-08 at 3.28.14 PM.png


אין 17 איז נאר געגאנגען ביז 3.78

Screen Shot 2019-08-08 at 3.27.57 PM.png


און אז מרעדט שוין דא איז דא איינער וואס טענהט אז ער ווייסט צו הפארזאגן אז זגייט נאך אביסל אראפ גיין אינדערהאך ארויף....
זאל איך איהם טראסטן?....


איך און אפאר מיינע חבירים האבן באקומען מארגעזשעס גענוי צוויי יאר צוריק August 2017 פאר 3.25 פאר
primary residence

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:39 pm
דורך איינס
וויפל האט געקאסט די הויז
אונטער 400 טויזנט?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:45 pm
דורך עולם השקר
איינס האט געשריבן:וויפל האט געקאסט די הויז
אונטער 400 טויזנט?

יא נישט קיין זשאמבא לאונס

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:19 pm
דורך איינס
יתכן אז וועגן דעם
באט עני וועי אודי אלע וואס האבן געקיופט שפעטער האבן דאך נישט באקומען די נאמבערס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:21 pm
דורך פומפדותא
איך האב געהאט א זייער פארנומענע וואך און ס'נישט אויסגעקומען צו באזוכן דעם אשכול ביז איצטער, איך האב זייער הנאה אז מיין שאלה איז באהאנדעלט געווארן, גיימיר אויסהערן דעם שמועס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 9:22 am
דורך נאו נעים
פומפדותא האט געשריבן:איך בין שולדיג בערך 320, די מארטגעזש איז בערך דריי יאר אלט, איך צאל 4.75 פראצענט.

אפאר שאלות:
פאר וויפיל פראצענט קען איך יעצט באקומען?
וויפיל גייט קאסטן די ריפיינענסען? איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן א קלארע ברעיקדאון?
איך האב געהערט אז מען קען מען זיך ארויס דרייען פון ניו יארק'ער מארטגעזש טעקס אויב מען ריפיינענסד ביי די זעלבע באנק, אדער אז די באנק קאפערירט, איז עס אמת? לוינט זיך עס טאקע? אדער ס'איז צו קמפלעצירט?


לכאורה דארפסטו צו קענען באקומען יעצט א בעסערע רעיט, אבער מען קען נישט וויסן אן האבן אלע דיטעילס.

ריפיינענסן האט די קאסטן פון א רעגיולער מארטגעדז.
פאר א פולע ברעיקדאון דארפסטו קאנטעקטן א בראוקער. זיי וועלן אויך בדרך כלל נאר קענען זאגן בערך.

וועגן מארטגעדז טעקס, איז דא א זאך וואס רופט זיך CEMA. דו דארפסט טשעקן מיט דיין יעצטיגע באנק אויב זיי טוען עס.
עס איז א פראסעס וואס ווערט געטון דורך אנדערע, ס'קען נעמען א פאר וואכן, און עס האט א קליינע פיה, אבער ס' איז נישט קאמפליצירט פאר די לוה. געווענטליך לוינט זיך עס.
ס'דארף נישט זיין מיט די זעלבע באנק.

הצלחה!

עני עצה?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:29 pm
דורך בונדל
איינער איז באקאנט?
מיין יעצטיגע מארטגעדזש וויל נישט ארויס געבן די cema,
די באנק לאזט אבער די אינוועסטירער וואס האט די נאט לאזט נישט..

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:20 pm
דורך מונאוויטש
בונדל האט געשריבן:איינער איז באקאנט?
מיין יעצטיגע מארטגעדזש וויל נישט ארויס געבן די cema,
די באנק לאזט אבער די אינוועסטירער וואס האט די נאט לאזט נישט..

יא, די איצטיגע באנק מוז מסכים זיין צו אסיינען די אלטע נאוט צו די נייע באנק. אן דעם איז נישט פארהאן קיין CEMA.
איך מיין אז אן זייער קאאפעראציע וועסטו מוזן צאלן די מארטגעדזש טעקס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:41 pm
דורך נאו נעים
מונאוויטש האט געשריבן:יא, די איצטיגע באנק מוז מסכים זיין צו אסיינען די אלטע נאוט צו די נייע באנק. אן דעם איז נישט פארהאן קיין CEMA.
איך מיין אז אן זייער קאאפעראציע וועסטו מוזן צאלן די מארטגעדזש טעקס.


ביי דע וועי, ס'איז וויכטיג דאס צו אינזין האבן ווען מען נעמט א הארד-מאני פאר אינוועסטמענט, אז די לענדער איז איינער וואס געט CEMA
אויך איז גוט צו זיך נאכפרעגן ווי לאנג עס געדויערט זיי עס צו מאכן. ס' קין נעמען פון א וואך ביז 5 וואכן!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:13 pm
דורך פערספעקטיוו
שיעור כללי איבער CEMA -
https://www.yiddish24.com/cat/144

1.JPG
1.JPG (20.71 KiB) געזעהן 420 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 2:04 pm
דורך איינס
פערספעקטיוו האט געשריבן:שיעור כללי איבער CEMA -
https://www.yiddish24.com/cat/144

1.JPG


זייער קלאר און שיין אויסגעשמועסט

זאל איך דיר געבן א גרינע...

מממ... איך געב דיר עפעס בעסער