לייטערס אדער סוכה דיפאט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 7:35 pm

איך וויל קויפן א פראקטישע סוכה
וואס איז א חילוק צווישן לייטערס און סוכה דיפאט
איך רעד נישט לגבי פרייזן
איך דארף מאכן א באשלוס סא ביטע לאזט הערן אייער אומאפהענגיקע מיינוג

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:00 pm

ס'ווענט זיך אין דיינע אומשטענדן
למשל
וועסט עס דארפן שלעפן וויפיל שטאקן?
אדער דורך טראגן שמאלע טירן?
וואסער נו סוכה ווילסטו אויפהענגען?
וכו'
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

תגובהדורך עפל קוגל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:01 pm

קרייסלער האט געשריבן:איך וויל קויפן א פראקטישע סוכה
וואס איז א חילוק צווישן לייטערס און סוכה דיפאט
איך רעד נישט לגבי פרייזן
איך דארף מאכן א באשלוס סא ביטע לאזט הערן אייער אומאפהענגיקע מיינוג

סוכה דיפאט נעמט א פערטל די צייט אויפצישטעלן, סאיז שענער

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

תגובהדורך עפל קוגל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:03 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:ס'ווענט זיך אין דיינע אומשטענדן
למשל
וועסט עס דארפן שלעפן וויפיל שטאקן? סוכה דיפאט גרינגער
אדער דורך טראגן שמאלע טירן? ביידע האבן אלע סייזעס
וואסער נו סוכה ווילסטו אויפהענגען? מ׳קען על אן עצה געבן מיט ביידע
וכו'

אנבעליוועבל
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:59 pm

תגובהדורך אנבעליוועבל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:34 pm

סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:54 am

לויט ווי ווייט מיין ריסוירטש איז ווי פאלגענד:
לייטערס:
אויסוואל פון קאלירן
אכט פיס הויעך
קיין קראס בארס אינמיטן די פענעל
געהעריגע פענסטער, און הייבט זיך אן גענוג הויעך נישט צו אריינצוזעהן די פארטש געיט
והיפכן בסוכה דיפאט

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

דינגען א סוכה אין קאנטרי

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:41 am

איך ווייס נישט צועס באלאנגט אין די אשכול....

אבער אונז האבען נישט געזוכט סתם צו עפענען א נייע אשכול פאר די קשי' ממילה וועל מיר זיך מתיר זזין פון פרעגן דא.. ואתכם הסליחה

מען האט עפעס גערעדט ביים שווער זאל זיין געזונט, דאס מען זאל ארויספארען די גאנצע משפחה אינאיינעם צו זיין הויז אין סאוט פאלסבורג אויף ערשטע טעג סוכות, און עס איז געפאלען אויף מיר צו מסדר זיין די סוכה... רענטען, די לייטס, טישען בענק וכדומה, און אפילו א שלאק

איין פארבלעם האבען אונז, די גרעסטע וואס זיי פארדינגען איז 12 ביי 20 פיס, און בליעה"ר פאר די שבט וואס די שווער זאל זיין געזונט פארמאגט וועט עס נישט קענען אקמעדירען די גאנצע משפחה, מיר זיכען לכתחילה א סוכה פון 20 ביי 30 אבער אויב נישט, כאטש א 20 ביי 20 מינעמום, אויב איינער קען מיר העלפען דערין ביטע מיט מיר זיך מקשר זיין אדער ריפלייען דא מיט א נומבער ווער עס טועט עס

אויב מעגליך אפילו א 1 מען בענד, דינגען, אויפשטעלן, לייטס, (שלאק) טישען, בענק, סכך, צונעמען און צירוק אהיים נעמען געזונטערהייט..

ישר כח
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

לייטערס/סוכה דיפאוט וויאזוי הענגט מען שטערנס?

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:31 am

וואס איז די פראקטישסטע וועג צו קלעבן שטערנס אויף די פענעלס פון לייטערס?

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:58 am

ס'איז דא גלא גאן, קלעבעדיגע קלעי אדער סתם שטארקע טעיפ

Newnick
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 2:48 pm

תגובהדורך Newnick » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:53 am

האלט זיך דיפאט אויך גענוג שטארק פאר לאנגע יארן אזויווי לייטער?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 6 געסט