תגובהדורך נשמה » זונטאג יולי 14, 2019 6:42 pm
בס"ד
כדי מ'זאל האבן חשק צו פרובירן די וועג פונעם 'דרך אמת', וועל איך פרובירן צו ערקלערן די מערסטע וואס איך ווייס וויאזוי דער 'דרך אמת' העלפט. די ערשטע פרינציפ איז אז דער אייבערשטער וואס איז א כל יכול, ער איז שטערקער, און מער Powerful ווי מיין גאנצע מיינד. און ער קען מיך קומען העלפן. דאס איז די ערשטע פרינציפ. דער פרינציפ וועט קיין איין פסיכאלאגישע טעאריע נישט קענען ערקלערן. און מיט דעם הייבט אן, און מיט דעם ענדיגט מען.
נאכדעם קומט די צווייטע זאך, און דאס איז די 'איגו' שטערט. די 'איגו' איז וואס ערלויבט נישט אז די הילף פון באשעפער זאל דערגרייכן דעם מענטש. נישט די הילף פון די Unconscious, אז די הילף פון באשעפער זאל דערגרייכן דעם מענטש. וויאזוי?
פון דעם "חללה של רשות" קען מען זייער אסאך רעדן. וויאזוי די 'איגו' האלט צוריק די הילף פון באשעפער. די 'איגו' מאכט אז דער מענטש זאל זיך האלטן צו איין געוויסער מהלך וואס טויג נישט. דער מענטש וויל זיך נישט ארויסזעהן דערפון, ווייל זיין 'איגו' לאט נישט. און ער לאזט זיך נישט פירן פון די הילף פון באשעפער.
יעצט: וואס געשעהט ווען דער מענטש איז מכיר אז ער קען נישט. וואס געשעהט ווען איך בין מכיר אז: איך קען נישט. מיין 'איגו' לאזט נאך. דער מענטש הייבט אן וועלן מקבל זיין אן עצה פון באשעפער, וואס שטייט נעבן אים און וויל אים העלפן.
אויב איינער פון אייך וואס ליינט וואס איך שרייב וועט האבן אביסל כח אין זיך און נאכגיין וויאזוי זיין 'איגו' ארבעט, וועט ער זעהן ווי ווייט די רצון צו "איך וויל מיך אן עצה געבן מיט מיינע כוחות" ווי ווייט דאס שטערט נאר, און דאס האלט צוריק דעם מענטש פון באקומען הילף פון השי"ת. ווייל דער מענטש פארשליסט זיך אליין אין זיין אייגענעם תפיסה, און ער עקשנ'ט זיך, נישט ארויסצוגיין דערפון.
דאס אליין אז א מענטש שפירט ביי זיך: איך וויל מיט מיינע כוחות ארויסקריכן פון יצר הרע, דאס אליין שטערט נאר. ווייל מ'וויל ארויסקריכן פונעם יצר הרע מיט'ן יצר הרע. ס'איז איין זאך. א מענטש קען נישט באקומען הילף פון השי"ת, ווייל די רגע דער מענטש שפירט אז השי"ת וויל אים העלפן זאגט דער מענטש: איך האב שוין א וועג. איך דארף נישט דיין נייע וועג. איך האב שוין א וועג.
די וועג וויאזוי די 'איגו' פרובירט ארויסצוקריכן פון א פראבלעם איז: זיך צו פארשליסן אין איין געוויסע מהלך, וואס איז נישט מער ווי נאך א יצר הרע. וואס דען איז עס? פון וועם קומט עס? פון וואו קומט עס? ווער געט עס? די רגע די 'איגו' הערט אויף צו פאררעכטן א פראבלעם, דאס מיינט אז דער מענטש פארשטייט: איך קען נישט. וויאזוי דען זאל מען אויפהערן פאררעכטן? נאר דורך: איך קען נישט. נאר דורך דעם וואס איך בין מכיר אז איך קען נישט. יענע רגע לאזט דער מענטש אריין אין זיך די עצה פון השי"ת.
לאמיר פארשטיין: א ADD וואס ווערט דיסטרעקטעד, און ער מיינט ביי זיך טיף אינעווייניג: איך קען מיך אן עצה געבן. איז ער גרייט צו מקבל זיין די נייע אומגעווענליכע עצה פון השי"ת? אדער ער האט זיך שוין זיינע עצות, וואס פאקטיש ארבעט עס נישט.
די גאנצע מענטש באשטייט פון מהלכים וויאזוי "איך קען מיך אן עצה געבן מיט די וועלט". זייט א מענטש איז געבוירן, ארבעט ער: 1) איך פארשטיי די וועלט; אזוי און אזוי ארבעט די וועלט; אזוי און אזוי טוט מען זאכן; דאס און דאס ברענגט דאס און דאס 2) דאס און נאר דאס; איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס, און איך קען, און איך ווייס.
איינמאל א מענטש זאל זיך אראפזעצן מיט זיך אליין, און זיך פרעגן: איך קען מיך אן עצה געבן? ס'ארבעט? און, אויב ס'ארבעט נישט, פארוואס זאל איך נישט מודה זיין אז איך קען נישט.
איך רעד פון מיר אליין. איך האב מיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט באמת וויאזוי זיך צו באגיין אין מיין לעבן אויף אן אופן וואס ארבעט. וואס איך האב יא איז: אז איך האב מיך איינגערעדט אז איך ווייס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן. איז דען די עצה פון א בשר ודם, די זעלבע ווי די עצה פון מי שאמר והיה העולם?
צו ווייס איך טאקע וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט מיינע פראבלעמען? צו קען איך טאקע ארויסקריכן פון א דיסטרעקשאן? צו קען איך טאקע זיין נארמאל פונקט ווי יעדעם אין אלע ענינים?
צו ווייס איך טאקע וויאזוי מ'איז זיך מתגבר אויף די יצר הרע? אדער איך מוז מודה זיין אז איך ווייס טאקע נישט וויאזוי מ'מאכט דאס, און איך מוז מודה זיין אז יא, איך דארף צוקומען צו הילף פון דער ווער ס'האט באשאפן די וועלט. וואס ער ווייסט יא.
די פסוק זאגט: ראוּ עַתָּה כִּי אֲנִי אֲנִי הוּא וְאֵין אֱלֹהִים עִמָּדִי אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה מָחַצְתִּי וַאֲנִי אֶרְפָּא וְאֵין מִיָּדִי מַצִּיל. מיט וואס פאר א כוחות קליינע מענטשעלע פרובירסטו דיך צו פארמעסטן מיט מיר, הא? וואס מיינסטו איך בין נישט שטערקער ווי דו? איך האב דעם פראבלעם צאמגעשטעלט פאר דיר, און איך קען דיך פון דעם ארויסנעמען, אבער דו האלסט נישט ביים מודה זיין אז דו קענסט נישט. און דערפאר האלסטו אן מיט אלע דיינע כוחות צו די אלע נארישע מהלכים וואס ארבעט נישט. און דו ווילסט נישט נעמען מיין מהלך וואס איך בין דיר גערן גרייט צו געבן.
עס שטייט אין פסוק: בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ וְהוּא יְיַשֵּׁר אֹרְחֹתֶיךָ. ס'איז פשוטו כמשמעו. זיי, די סייענטיסטן, קענען דאס נישט מודה זיין. אמער, ס'זאל זיין אזא זאך, אז א מענטש זאל גארנישט קענען וויסן וויאזוי מ'קריכט ארויס פון א פראבלעם, און ס'זאל נאר זיין אין השי"ת הענט? ממש דארפן זיין אפהענגיג?
אבער מיר יודן האבן דאך נישט זייער סטופידעטי. יא, ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. און ער איז שטערקער ווי מיר. ער קען סך בעסער. זיי קענען דאס נישט מודה זיין. ס'איז פאר זיי צו ביטער דאס מודה צו זיין.
איין ברירה וואס זיי האבן איז 'מינות ואפיקורסות'. אזוי אז דער מענטש ווערט נעבעך אינגאנצן אפגעהאקט פון באשעפער. אז אלעס איז כעמיקאלן וכו'.
אין תהלים שטייט: גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה. און עס שטייט: עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי. און נאך און נאך פסוקים.
ווי מער מ'רעדט זיך איין אז מ'קען זיך אן עצה געבן. מאכט דאס מער 'איגו', און מער זיך נישט קענען אן עצה געבן. ווייל די עצות פון באשעפער זענען: מַיִם עֲמֻקִּים עֵצָה בְלֶב אִישׁ וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה. אבער עס שטייט: בְּטַח אֶל ה' בְּכָל לִבֶּךָ, וְאֶל בִּינָתְךָ אַל תִּשָּׁעֵן. און וויאזוי זאגט ער: ואיש תבונה ידלנה. נאר דאס מיינט: אז מ'האט שכל זיך נישט צו פארלאזן אויף די אייגענע בינה, טרעפט מען די מים עמוקים.
דעס מין זאך: איך גיי מיך אן עצה געבן! דו קענסט אן עצה געבן? ס'ארבעט? נו, פון וועם לאזטו דיר צעהאקן דעם קאפ?
זיי מודה: איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוקריכן. איך האב נישט קיין אהנונג, און דער אייבערשטער קען מיר דאס אויסלערנען. איך דארף אבער וויסן אז אלעס וואס איך ווייס, איז אלעס שטותים. איך ווייס נישט, איך קען נישט. דער אייבערשטער קען יא, און ער קען מיך העלפן, אבער נאר ווען איך גיי מודה זיין אז איך קען נישט. נאר אזוי בין איך גרייט פאר זיינע ריזיגע עצות.
סאו, נאכאמאל די דריי עצות: 1) איך קען מיך נישט א עצה געבן ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם; די עצה וואס איך האב אין מיין ארסענאל וויאזוי ארויסצוקריכן ארבעט גארנישט. איך דארף צוקומען צו א נייע עצה פון באשעפער. 2) איך וויל זייער שטארק ארויסקריכן, איך וויל נישט זיין אזוי ווי איך בין, לגבי די יצר הרע. איך מאך התבודדות, (ר' שרגא נ"י רופט התבודדות א Declaration of dependency) איך בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן 3) נאר דער אייבערשטער קען מיר העלפן.
דאס וואס ס'שטייט אז א מענטש דארף טון כל מה שבכחו, און דאן האפן צום באשעפער. (עיין בישמח משה, בהתהלימ'על שלו, על הפסוק לולי תורתך שעשועי) דאס מיינט: אז דער מענטש טוט דאס ביסל עצות וואס ער האט שוין באקומען פון השי"ת. דאס מיינט, אז ס'דא צומאל ווען דער מענטש באקומט הילף פון השי"ת, אבער ער נוצט עס נישט. אוודאי דארף מען אויספירן די הילף - וואס מ'באקומט פון השי"ת - אויף למעשה. אבער מ'דארף געדענקען אז איך אליין קען נישט. די כח מיט וואס איך בין מיך מתגבר קעגן דעם יצר הרע, דאס העלפט מיך דער אייבערשטער. נישט פון מיר, איך קען נישט: כשאני לעצמי מה אני.
אדער מיינט עס די צווייטע סטעפ. איך וויל ארויסקריכן. ווען א מענטש וויל, עט ער טוהן. סוף סוף איז דער מענטש דער וואס דארף פרובירן. אבער די ערשטע סטעפ איז פונקט אזוי וויכטיג. ס'גייט צוזאמען אויף איינמאל.
והשם הטוב יעזור. והמשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.