בלאט 3 פון 6

געשריבן: פרייטאג ינואר 18, 2019 1:26 pm
דורך נשמה
מחשב האט געשריבן:אין די לעצטע תגובה וואס דו האסט מיר ציטירט, האסטו זייער זייער קלאר ארויסגעברענגט דער מהלך, צו מערסטן האט מיר געכאפט דאס:
ס'איז זיך מעורר זיין פון כלים הווים בלי שום נגדיות כלפיהם אפילו א משהוא.


דאס איז ''חיווי תחושת ההוה'', 'מיטלעבן' מיט יעצט, עס איז דער 'חיובי' פון יעצט, נישט דער 'שלילי' פון פריער. איך וואונדער מיר נאר ווי אזוי דו פראקטיצירסט דאס, למשל ווען דו גייסט אין גאס טראכסטו: "דער מענטש גייט יעצט דא..." "דער קאר דרייט זיך אזוי ווילד איין..." יעצט בלאזט א ווינט... אזוי טראכסטו? איך פארשטיי אז אויב דו לאזט דיינע מחשבות לויפן, טרעפסטו דיר אין א פארגאנגענע וועלט, רוב זאכן וואס דרייען זיך אינעם מענטשן'ס מח איז נישט קשור צו 'הוה', אדער איז עס 'טאריע' וואס אולי געשעהט עס יעצט גראדע ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל, אדער איז עס מעמארי, הייסט דאס אז דו לעסט נישט אין הוה. אדער ווערסטו א ראבאט, וואס טראכט נאר פון וואס עס געשעהט יעצט, איך וויל פארשטיין, ווייל איך וויל זעהן וואס עס קען מאכן פאר א מענטש ווי מיר.


מחשב דו ביסט אזוי גוט. ש'כח פארן צולייגן, יא עס איז די 'חיובי' פון יעצט, נישט דער 'שלילי' פון פריער. ש'כח. איך אליין האב נישט געכאפט אז דאס איז עס.

לעבן אינעם הווה איז מחייב (אזוי צו זאגן) צו זיין אינעם הווה. דאס מיינט אז דער מענטש דארף נישט האבן א עול צו טראכטן, "דער קאר דרייט זיך אזוי ווילד איין... יעצט בלאזט א ווינט..." נאר וויבאלד דער מענטש איז זיך מחייב צו לעבן אינעם הווה, ער נעמט אויף זיך די אויפגאבע צו לעבן אינעם הווה, שטעלט ער אן זיינע כלי הגוף אז ס'זאל זיין פארנומען מיט'ן פראסעסן די הווה'דיגע געשעענישן. ער זאגט זיינע כלי הגוף, פראסעס מיר וואס עס געשעהט יעצט. איך וויל זאלסט מיר פראסעסן דעם יעצט. אבער ער ערלויבט די כלי הגוף צו ארבעטן וויאזוי הקב"ה האט זיי באשאפן. דאס מיינט, אז אויב ער קומט אריין אין ביהמ"ד און ער הערט א התעוררות דרשה, ערלויבט ער זיינע כלי הגוף צו פראסעסן דעם יעצטיגן מאמענט. ער פירט זיך צו צום יעצט, און זיי טוען די ארבעט...

מחשב האט געשריבן:אויב דו לאזט דיינע מחשבות לויפן...


מ'לאזט די מחשבות לויפן, אבער מיט די שטארקע רצון צו זיין אינעם יעצט. מ'זאגט די מחשבות, לויפסט, אבער איך בין אינעם יעצט, איך וויל זיין דאהי. וואס ענק באווייזן, וועלן ענק באווייזן, אבער איך בין דא. און דאן געשעהט שני דברים הפכיים. פון איין זייט האלט די מענטש קאפ. און פון די אנדערע עק לאזט ער זיינע מחשבות טון וואס זיי זענען דיזיינט (דעזיגנירט), און די מיטן קומט אויס אז די מחשבות פראסעסט וואס עס קומט יעצט פאר.

דאס איז די זאך. צו קען א מענטש באווייזן צו האלטן קאפ, און דאך זיין נאטורליך? די תירוץ איז: מ'קען. די מח (די כח וואס הקב"ה לייגט אריין דערין יעדע רגע) איז א powerful מאשין. ס'קען אויספירן משוגענע אינטערעסאנטע אויפגאבעס. און עס פירט אויס משוגענע אינטערעסאנטע אויפגאבעס. ס'איז נישט נארמאל וואס א מח פון א מענטש באווייזט אלץ. 95 פראצענט פון די ארבעט וואס די מח שטעלט אהער פארן מענטש, איז אונטערבאוואוסטזיניג. א מענטש כאפט אויף אין מילי רגעים וואס ס'קומט פאר ארום. און ריספאנסעס האלטן אין איין געשעהן, אין ברוכטיילן פון סקונדעס, אין יעדע חלק פון קערפער. ס'איז נישט נארמאל.

מחשב האט געשריבן:טרעפסטו דיר אין א פארגאנגענע וועלט


חחחח. יא. און מ'טרעפט זיך אין א פארגאנגענע וועלט, און דאס קען שלעפן ווייטער און ווייטער, ביז מ'פארט ארויס פונעם יעצט, און מ'האלט צוריק ביים אנהייב. די 'מחשבות' זענען די וואס שלעפן אוועק. און זיי זענען די וואס זענען מעורר די כלי הגוף אויף זאכן וואס עס איז שוין א פארגאנגעהייט, אויף זאכן וואס ס'איז אפילו נישט אמת. אויף אזאנע זאכן גייט אויס אזויפיל ענערגיע פון א מענטש. ס'איז נישט קיין וואונדער אז מ'קען זיך נישט קאנצענטרירן אין לערנען. אבער איך וועל נאך שרייבן דערפון אי"ה. נאר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.
רוב זאכן וואס דרייען זיך אינעם מענטשן'ס מח איז נישט קשור צו 'הוה'


דא איז די זאך. דאס איז וואס איך האלט אינמיטן אויס'חשבונ'ן. כדי צו בענעפיטירן פון 'לעבן אינעם הווה'. וויפיל דארף איך אראפשניידן פון טראכטן וואס עס איז געווען? צו קען לעבן אינעם 'יעצט' מאכן אז מ'זאל ווערן ווייניגער שעפעריש? צו קען לעבן אינעם יעצט מאכן אז ס'זאל בייפאלן ווייניגער חידושים? צו גיי איך ווערן א טרוקענע מענטש? איז דאס ביסל הצלחות וואס איך האב געהאט ביז יעצט ב"ה, איז דאס געקומען דייקא אין מאמענטן ווען איך האב גע'חלומ'ט שלא מן ההווה? וואקסט די בריאה דייקא פון מענטשן וואס האבן נישט געלעבט אינעם הווה? איז די חכמה וואס די מענטשהייט האט אוועקגעשטעלט - בעזר השי"ת - אין די בריאה (והארץ נתן לבני אדם) געקומען ווייל מ'האט נישט געלעבט אינעם הווה?

מומחים זאגן אז פונקט פארקערט. און מ'קען זיך דאס אליין איבערצייגן. יעדע רגע וואס א מענטש (דא מיין איך נאר מיך, ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געווען יענער) לעבט נישט-אינעם-הווה איז דאס שאדן ביחס (כן נראה לי, אבל יש לעיין בזה עוד). ס'שטייט אין די משנה והוי מחשב שכר מצווה כנגד הפסדה. מ'פארפאסט אזויפיל פון די נארמאלע נאטורליכע בריאה ווען מ'לעבט נישט אינעם הווה. ווען מ'לעבט אינעם הווה, ווערט מען מער שעפעריש. מ'ערלויבט די 'מיינד' צו פארדייען.

ווען איך האב אנגעהויבן מיט 'לימודים לדעת', וואס ער איז א חסיד פון 'לעבן אינעם הווה', (לויט וואס ער מיינט דערמיט) האב איך געטראכט: "דו ווילסט מיר אוועקנעמען פון מיין התעוררות לתפילה? לתורה? דו ווילסט מיר אויסטרוקענען? וואס ווילסטו? אבער בלית ברירה, האב איך אים אנגעהויבן פאלגן. וואס זאל איך דיר זאגן... ס'הייבט זיך אן צו נוצן די וועלט אויף אן אופן וואס קוקט אויס צו זיין די לעבן.

דער מענטש מיט די וועלט דארף ארבעטן צוזאמען. ווען א מענטש לעבט אינעם הווה, ארבעט דער מענטש צוזאמען מיט די וועלט. מיט הקב"ה וואס איז די וועלט. דער אייבערשטער פירט די וועלט. ווען א מענטש לעבט שלא בהווה, איז אזוי ווי ער שלאפט אין סינק, עסט אויפן בעט, האלט די ספרים אין פרידשידער, עסן אין טשיינע קלאזעט, דעקט זיך צו מיט'ן טישטוך, און נוצט די דאכענע אלץ א קארפעט, און האט טענות און איז אנגעביטערט אויף יודישקייט, און בכלל אויפן לעבן. אזוי איז ווען מ'לעבט נישט-אינעם-הווה.

מ'כאפט זיך נישט ווי ווייט דאס גייט. המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור וירפא בגוף ובנפש.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2019 1:22 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

מיין ציהל איז מיך איינצוגעוואוינען צו זיין מיט די הווה, מיט די יעצט.

ווען מ'וויל לעבן אינעם הווה, דארף מען Obviously, האלטן קאפ, אז "איך וויל לעבן אינעם הווה". איך בין נאך קיינמאל נישט געווען א צווייטע מענטש, סאו, איך ווייס נישט וויאזוי א צווייטע מענטש עקספיריענסד זיין לעבן. איך ווייס (וויפיל איך ווייס ב"ה) וויאזוי איך עקספיריענס מיין לעבן. איך ווייס נישט צו איינער וואס זיין מח ארבעט פונדעמענטאל אנדערש ווי מיינעם, קען אזוי לעבן. איך רעד אלעמאל צו מענטשן וואס זענען ענליך צו מיר. אויב מ'קען עס באווייזן, איז א סימן אז ס'ארבעט בערך די זעלבע. ווען מ'וויל לעבן אינעם הווה, דארף מען האלטן קאפ אגאנצן צייט. מ'דארף אבער לויפן מיט די נאטורליכסטע אופן וויאזוי די מח ארבעט.

דאס הייסט, לאמיר זאגן אז א מענטש זעצט זיך לערנען, און ער טראכט אז ער וויל לעבן אינעם הווה, ווייל דאס האט ער אינזין אגאנצן טאג, ווייל דאס דארף ער אינזין האבן. אבער דא זעהט ער אז ער איז צופיל פארנומען מיט די 'מחשבה' אז איך דארף לעבן אינעם הווה. און דאס שטערט אים פון לערנען, סאו, וואס טוט ער? ער לאזט אינגאנצן אפ די מחשבה אז ער וויל לעבן אינעם הווה. ער לאזט עס אינגאצן אפ. ווייל די 'מחשבה' "איך וויל לעבן אינעם הווה", באלאנגט נישט צום עכטן יעצטיגן הווה. דאס לערנען איז יעצט די עכטע הווה צו וואס דער מענטש דארף זיך מחבר זיין, און זיך מעורר זיין דערפון.

איי עסטו פרעגן: אויב איך ערלויב מיך צו פארגעסן אינגאנצן אז איך וויל לעבן אינעם הווה, שפיר איך ווי כאילו איך ערלויב מיך אראפצופליען פונעם צענטן שטאק, אן גארנישט וואס זאל מיך האלטן אנגעבינדן אז איך זאל נישט פליען ענדלאז. איך גיי פארגעסן אז איך דארף לעבן אינעם הווה, און איך גיי נאכאמאל אריינפאלן אין פראבלעמען וואס 'לעבן אינעם הווה' זאגט אז עס קען העלפן ארויסקריכן דערפון.

מ'דארף טראסטן אז מ'גייט פון זיך אליין צוריקקומען צו די מחשבה אז מ'וויל לעבן אינעם הווה. כאטש מ'לאזט עס אינגאצן אפ. איך שפיר יעצט טאקע ווי איך געב אויף אויף די גאנצע 'לעבן אינעם הווה', און איך פליה אריין אין די רש"י, אין די תוס', אין די אור החיים הקדוש, וכו', אדער אין די שיעור וואס איך הער אויס... און איך טראסט אז עפעס גייט מיך צוריקדערמאנען פון די גאנצע 'מאכערייקע' פון לעבן אינעם הווה. איך טראסט. נישט אז מ'דארף אגאנצן טראכטן אז מ'טראסט, נאר בשעת מ'לאזט עס אפ, לאזט מען עס אינגאנצן אפ טראסטענדיג אז מ'גייט זיך צוריקדערמאנען דערפון. (כן נראה לי השתא...)

ווען מ'בעהט 'כן תחנינו ותלמדינו', וואס דארף געשען פאקטיש מיט די מח פון א מענטש? וואס בעט איך אז איך וויל אז ס'זאל געשען מיט מיין 'מיינד' ווען איך גיי לערנען? איך וויל אז דער 'אייבערשטער' זאל אריינשיינען א 'עפעס' וואס דער עפעס גייט מיך אויסלערנען זיין רצון. לעשות רצונך בלבב שלם. און ווען ס'געשעט, וואס געשעט? ס'קומט פאקטיש אריין א 'עפעס' אין מיין 'מיינד' וואס דאס קומט פון וועם? ווער האט דאס געשיקט? דער אייבערשטער. א מענטש האט קאנעקשאן מיט דער אייבערשטער.

די זעלבע זאך, ווען א מענטש זאגט "איך וויל לעבן אינעם הווה"... אבער ווער גייט מיך דערמאנען צו טון תשובה? אבער ווער גייט מיך ארויסנעמען טאמער איך גיי אריין גיין אין א דיטש? אך אלקים יפדה נפשי מיד שאול. הקב"ה האט קאנעקשאן מיט א מענטש. ווען א מענטש זוכט א חפץ, וואס זאגט דער אלגעמיינער סייענטיסט? פארוואס זעהט עס נישט דער מענטש, און פלוצלינג זעהט ער עס יא?... און וואס זאגט ר' בנימין? פארוואס זעהט עס דער מענטש פלוצלינג און פארדעם האט ער עס נישט באמערקט? אמר רבי בנימין... עד שהקב"ה מאיר את העינים. דער אייבערשטער מאכט ליכטיג די אויגן. א מענטש האט קאנעקשאן מיט 'הקב"ה' מיט דער גרעסטער און מיט דער שטערקסטער. נישט נאר ווען מ'זוכט א חפץ? נאר יעדע רגע. מ'דארף טראסטן.

דאס איז פשט פון 'לעבן אין די הווה'. אבער וואס גייט זיין מיט מיין קינד, מיט מיין שלום בית, מיט מיין פרנסה, איך מוז זיך זארגן און פארזארגן, זאל איך סתם לעבן אין די הווה, און טראסטן אז ס'וועט זיך שוין עפעס מאכן???... השי"ת פירט די וועלט. ער וועט שוין צופירן. איך בין כמעט איבערצייגט אז יודן וואס לעבן מיט דעם, זעען עס קלאר. דער אייבערשטער איז דער וואס גייט דיך פרייליך מאכן, דער אייבערשטער איז דער וואס גייט דיך אויפוועקן צו תשובה, דער אייבערשטער איז דער וואס גייט צופירן זאכן. מ'דארף נאר לעבן אינעם הווה, און טראסטן. לעבן מיט דער אייבערשטער וואס געפינט זיך אין די הווה. התהלך עמו בתמימות.

די זעלבע ווען מ'שמועסט מיט א מענטש, און מ'זעהט אז מ'טראכט שוין צופיל פון דעם אז מ'וויל לעבן אינעם הווה, און מ'זעהט אז מ'קען אויב אזוי נישט צולייגן קאפ וואס יענער רעדט, ווייל מ'איז פארנומען צו טראכטן אז מ'וויל לעבן אין די הווה... וואס טוט מען? מ'לאזט עס אינגאנצן אפ. מ'לאזט אפ די גאנצע זאך אז מ'וויל לעבן אין די הווה. ווייל די עצם מחשבה אז מ'וויל לעבן אינעם הווה, שטערט פון לעבן אינעם הווה. יעצט שטערט עס... יעצט איז לעבן אינעם הווה, אז איך טראכט נישט אז איך וויל לעבן אינעם הווה. נאר איך געב מיך אינגאנצן איבער צום שמועס. און מ'טראסט אז מ'וועט זיך צוריק דערמאנען אז מ'וויל לעבן אינעם הווה.

ס'האט נאך אסאך סארטן וויאזוי'ס.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 1:59 pm
דורך נשמה
בס"ד

'לעבן אינעם הווה'.

איך האב היינט געזאגט פאר איינעם אז איך לייד פון מחשבות וואס רודפ'ן מיר, ממש זיי ווילן מיך איבערנעמען, זאגט ער מיר "לא עלינו". איך האב געכאפט א מעסעדש פון זיינע ווערטער, ס'מוז נישט זיין אז ער האט דאס געמיינט, אפילו, איך האב אבער אפגעלערנט פון זיין "לא עלינו" אז ווען מ'נעמט עס מיט א לייכטקייט, לאזט עס גיין ווייטער, און זיך מתגבר זיין דערויף, אויב אבער מ'נעמט עס אן מיט'ן פולסטן ערנסטקייט, נעמט עס איבער אז ס'בלייבט שוין נישט איבער ווער ס'זאל זיך שלאגן דא. דאס אז מ'דארף זיך מתגבר זיין, דאס נעמט מען מיט אן ערנסטקייט, אבער ווי ווייט מ'נעמט די מחשבות מיט א לייכטקייט, אלץ גרינגער איז צו זיך מתגבר זיין. והשם ישמור אותי.

א מענטש האט רצוניות וואס קומען נישט מצד שכלו.

די נאמען Coherence Therapy, די נאמען Coherence מיינט אז די אופן וויאזוי עס באגייט זיך דיר דעם יעצטיגן מאמענט, האט א Coherence, האט אין זיך א לאגיק. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז שכל'דיג.

לאמיר זאגן א מענטש איז געוואויר געווארן פון "ראובן" טיפע געשעענישן, וואס האבן אריינגעדרינגען טיף אין זיין הארץ ; צעשטורעמט זיין הארץ. און יעצט זעהט ער א "שמעון" וואס פאר זיין סאביעקטיוו מיינד קוקן זיי אויס היפש ענליך, צוליב סייוואספארא סיבה.

יעצט, די (מיין) 'אונטערנבאוואוסטזיין' רעכנט זיך נישט מיט'ן שכל. שכל'דיג האט דער "שמעון" גארנישט מיט דעם "ראובן" מיט וועם איך האב אמאל געהאט געשמועסט ; דער ווער ס'האט איבערגעלאזט א צעשטורעמט אומפארהיילט פלאץ אין מיין הארץ, אבער וויבאלד ס'איז געבליבן א האקעלן פלאץ, וועט די אונטערבאוואוסטזיין זיך נישט רעכענען מיט די שכל ; מיט די לאגיק, נאר משפט'ן אז די צוויי האבן יא שייכות. שכל'דיג האבן זיי נישט שייכות. אבער פאר די געפיל האבן זיי יא שייכות.

א צעטיל פון "ר' חיים מאיר" וואלט זיך ווארשיינליך געליינט: "אויב דו ביסט נישט יענע "ראובן", בלייב איך איבער מיט מיין וואונד, אן קיין וועג וויאזוי עס אויסצוהיילן, און בלייבן אומפארהיילט קען איך נישט אויסהאלטן, דערפאר איז מיר גרינגער צו טראכטן אז דו ביסט "ראובן", אזוי וועל איך עס אפשר נאך קענען אויסהיילן, דורכ'ן רעדן מיט דיר, וכו'"

די זעלבע זאך, לאמיר זאגן איינער האט געהאט א חבר, וואס דער חבר האט אין זיין הארץ איבערגעלאזט א האקעלן פלאץ ; אן אומפארהיילטן פלאץ. יעצט, ס'דא מענטשן, וואס אויב זיי וועלן זיך באגעגענען מיט איינעם וואס זעהט שטארק אויס ענליך צו יענעם חבר, וועט עס מעורר זיין דעם זעלבן רעש. איי, שכל'דיג זענען דאך די, צוויי אנדערע מענטשן, אבער די געפיל וואס קען נישט אויסהאלטן אן אומפארהיילטן וואונד, רעכנט זיך נישט מיט'ן שכל. ער קען נישט אויסהאלטן די וואונד. אדער דער מענטש מיינט אז ער קען עס נישט אליין באהאנדלן.

יעצט, וויבאלד די אונטערבאוואוסטזיין זוכט א וועג וויאזוי אויסצוהיילן דעם וואונד, וועט עס שטופן דעם מענטש צו רעדן צו יענעם. כדי צו בארואיגן און פארהיילן דעם וואונד. דער מענטש שפירט אז עפעס איז פאני, עפעס איז נישט נארמאל דא...

יעצט אזוי, קען די עצה צו לעבן אינעם הווה, פארגרינגערן דעם ריספאנס וואס שיסט ארויס פון די אונטערבאוואוסטזיין? ס'קען זיין אז יא. אבער לאמיר גיין טיפער, וואס איז באמת די הווה דא? די הווה איז די שוועריגקייטן צו זיין מיט די וואונד, און עס לאזן היילן פון זיך אליין. דורכ'ן לעבן דערמיט (ס'ארבעט?). זיין באוואוסטזיניג: איך האב א וואונד, און איך האב מיך יעצט דערמאנט דערפון, און ס'איז מיך שווער צו זיין דערמיט, אבער לאמיר פרובירן: צו גייט טאקע עפעס געשען טאמער איך בלייב דערמיט און איך פאוקעס דערויף, און איך געב מיך אליין Understanding, און מיטגעפיל, און איך לאז עס פארהיילן פון זיך אליין? צו גייט טאקע עפעס געפערליך געשען? יסורים איז אויך א מתנה פון הקב"ה. דאס איז יסורים פאר די 'געפילן'. Focus האט א פאטענציאל אויסצוהיילן. אזוי טענה'ן די וואס האבן געמאכט די Focus טערעפי.

אויב איך זאל זאגן אז לעבן אין די הווה מיינט: "איך מאך מיך גארנישט וואוסנדיג פון מיין צער..." איז אנדערש ווען א מענטש זאגט "איך לעב דערמיט"... המשך יבוא אי"ה, און דער אייבערשטער זאל העלפן יודישע קינדער און אויסהיילן סיי פון נפשיות'דיגע פראבלעמען, און סיי פון פראבלעמען פאר די נשמה. אשרי איש: וואויל אז א 'מענטש', א געזונטער מענטש, איינער וואס האט 'נישט' די אלע חולי נפש, און דאס איז אשרי. אזוי ווי חז"ל דרש'נען אויף אשרי איש, בעוד שהוא איש...

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 2:05 pm
דורך מחשב
נשמה האט געשריבן:אשרי איש: וואויל אז א 'מענטש', א געזונטער מענטש, איינער וואס האט 'נישט' די אלע חולי נפש, און דאס איז אשרי. אזוי ווי חז"ל דרש'נען אויף אשרי איש, בעוד שהוא איש...


ואשרי הגבר אשרי תייסרנו קה. כי כאשר ייסר איש את בנו ה' אלוקיך מייסרך.

געשריבן: דינסטאג ינואר 22, 2019 1:38 pm
דורך נשמה
בס"ד

ביי די ווערטער וואס מ'זאגט ביי פסוקא דזמרא 'מעודד ענוים ה' משפיל רשעים עדי ארץ', איז מיר בייגעפאלן: ווען א מענטש דערזעהט זיך מלא רשעות, זאל ער זיך משפיל זיין עדי ארץ, "איך בין גארנישט מיט נישט, און אפילו דאס אויך נישט, און איך בין מיך מבטל צום אייבערשטן". איך האב געטון די עצה און איך האב געשפירט ווי עפעס אין מיר האט געפלאצט... וואס האט געפלאצט? ס'איז נישט געווען א פיזישע זאך וואס האט געפלאצט, ס'איז געווען די 'איגו' וואס האט אויפגעהערט צו פאדערן פון מיינע געדאנקען, געפילן, שפירונגען, אז זיי זאלן דארפן ארבעטן פאר אים. אויב ס'איז אויס, דארף גארנישט ארבעטן דאס צו האלטן אין עקזיסטענץ. דאכט זיך אזוי שטייט פון קאמארנא זצ"ל אויך, אז מ'זאל זיך משפיל זיין. משפיל זיין לערן איך אפ, נישט אז מ'זאל שפירן ווי איך בין, אבער איך מאך מיך קליין, נאר מ'זאל שפירן ביי זיך אז מ'איז גארנישט. און מ'איז זיך מבטל פאר'ן אייבערשטן.

די מחשבות, געפילן, כוחות הגוף, ענערגיע, מוסקלען, שפירונגען, נערווען, רצוניות, ארבעטן אלע פלייסיג, אומערמידלעך, צו אהערשטעלן און אויפהאלטן דעם 'איגו'. דער מענטש כאפט אליין נישט ווי ווייט. איינמאל מ'טראכט שטארק אריין אין דעם "1) איך 2) בין 3) גארנישט", דהיינו, דער 'איגו' איז הבל ; ער איז מבטל דעם 'איגו' ; דעם איך. און ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן (וואס דאס איז דער עיקר...) לאזן זיי אלע אפ. דער האר פאר וועם מיר דינען אזוי געטריי איז נישטא מער. אלעס ווערט בטל. מ'דארף אבער ציהלן צו מבטל דעם 'איגו' דייקא. די אינערליכער כח וואס זוכט יא צו זיין א עפעס. ס'איז גאנץ שווער (פאר מיר) צו ציהלן צום 'איגו'. מ'קען לערנען פלייסיג יושר דברי אמת, אבער מ'צילט נאך אלץ נישט דעם 'איגו'. פארקערט גאר: איך לערן יושר דברי אמת, ווייל אזוי האף איך יא צו זיין עפעס. איך בין מבטל דעם 'איגו' ווייל אזוי בין איך עפעס...

איך רעד נישט פון מבטל זיין דעם 'איגו' נאר צוליב די הויעכע עבודה פון זיין אן עניו... איך רעד צו מבטל זיין דעם 'איגו' ווייל ער איז דער וואס טרייבט אן OCD. פאר ווער ס'איז באקאנט. איך רעד פון תורת הרפואה.

ס'קען צוריקקומען ווייל ס'וויל צוריקקומען. אינטערעסאנט, א מענטש קען לערנען, דאווענען, זיין ערליך, זיין אפגעהיטן, זיך אויפפירן בטהרה, אבער אלעס צוליב... אנצוהאלטן זיין 'איגו'... איינמאל דער איגו איז נישטא, לאמיר זעהן יעצט דאווען... תועבת ה' כל גבה לב, זאגט דער הייליגער יושר דברי אמת, כל אפילו א משהוא. נישט אז דו זאלסט דאס זאגן פאר א ליידנדער חס ושלום. מ'דארף וויסן וויאזוי מ'זאגט עס. קיינער טוט עס נישט פאר'דוקא...

דאס איז איינע פון די יסודות וויאזוי ר' שרגא נ"י העלפט ב"ה ארויסקריכן פון שוועריגקייטן. ווייל דער איגו, איז אזא אבן נגף אז נאר... א שטיק סטרא שלא מן הקדושה... א מענטש וואס ס'דינט זיך אים זיין 'איגו', וואונדערט זיך: "איך לערן, איך דאווען, איך זאג תהלים, און אנשטאט צו ווערן מער בטל צום אייבערשטן און צו יעדן יוד, באקום איך מער און מער שמצ'ליך פון גאווה, How come ?..." די תירוץ איז, שעפעלע, ווייל אלעס לויפט אויף אויפצובויען דיין איגו. חחחח דו כאפסט טאקע נישט... אבער אלעס לויפט אויף דעם Focal point. אלעס לויפט כדי צו האבן דעם נקודת ה'איגו'. צו שפירן דעם נקודה. דער 'איך'...

דאווען פאר די אייבערשטער. לערן פאר די אייבערשטער. רעד צום אייבערשטן, ווייל דו ווילסט ווערן מער און מער בטל צום אייבערשטן ; מער און מער די זכי' זיך צו שפירן אלץ א חלק פון אים, נישט ווייל דו ווילסט זיין מער עפעס ; א בחינה פון מער און מער אפגעטיילט.

דא קומט אריין די עבודה פון 'לעבן אינעם הווה'. ווייל מיט דעם אז מ'לעבט אינעם הווה, מ'שעפט חיות פונעם הווה, דהיינו פון באשעפער וואס גיבט לעבן יעדע רגע, גיבט די זכי' צו טון מצוות, און זיך היטן פון עבירות. געבט די זכי' צו תשובה טון. שפירט מען זיך אין עקזיסטענץ ווייל מ'איז בהווה אין עקזיסטענץ, אלץ א מתנה פון אייבערשטן וואס האט מיך באשאפן.

איגו איז דער וואס שאפט OCD. אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער. (איך זאג נישט אז נאר דאס מאכט עס, איך זאג אז דאס קען עס אויך גורם זיין...)

איך לערן אפ אן אבסעשאן, די געדאנקען בלייבן שטעקן ביי איין זאך. איך געדענק נאך פאר א זיבעצן יאר צוריק ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די גרויסע דיקע שווארצע ווערטער BRAIN LOCK אויפן דעקל פון א בוך וואס רעדט דערפון. ווי כאילו דא וועט אנטשידן ווערן אלע מיינע תמיהות... איך בין אלעמאל געווען איינער וואס האט געוואלט פארשטיין וואס ס'קומט פאר מיט מיר אליין... BRAIN LOCK !!! האט עס גערעדט צו מיר... דיין מח איז פארשפארט... וואו דו קוקסט, וואס דו זעהסט, וואס דו טראכסט, וואס דו פרובירסט, איז אלעס איין אין די זעלבע פארשלאסענע קייט... דו ביסט Locked. דו ביסט פארשפארט...

BRAIN LOCK...

ווער מאכט דאס? די 'איגו'.

דער Jeffrey Schwartz האט אויסגעטראפן די Four steps וויאזוי ער האט פארשטאנען און זיך איבערצייגט אז דאס העלפט שטארק ממעט זיין דאס זיין פארנומען מיט OCD. ער שרייבט דארט אין זיין בוך אז OCD איז א קעמיקאל אומבאלאנס אינעם מח.

אפילו מ'זאל זאגן אז OCD איז נישט קיין קעמיקאל אומבאלאנס אינעם מח, איז זיכער אז די קעמיקאלן זענען פאקטיש אלץ תוצאה אומבאלאנסירט. ס'איז זיכער אז ווייל דער מענטש מיינט אז ער מוז אנהאלטן א געוויסע מחשבה, א געוויסע שפיהר, צו א געוויסע געפיל, און ער האט דערפון 'ענגזייעטי', און ער שלאגט זיך פטור צו ווערן דערפון, איז זיכער אז זיינע קעמיקאלן זענען אלץ תוצאה אומבאלאנסירט.

צו OCD קומט ווייל די קעמיקאלן זענען אומבאלאנסירט, דאס מוז נישט זיין. היינט ווייסט מען שוין מער, אז OCD קען קומען אדער קען ווערן שטערקער, פון נישט גוטע Emotional learning.

למעשה, דער וואס ליידט פון OCD, כאפט נישט ווי ווייט ער איז Locked, ווי ווייט ער איז פארשפארט... איך האב אמאל גערעדט מיט איינעם וואס האט מיר מיטגעטיילט זיינע אבסעשאנס, און קאמפאלשענס, איך האב געטראכט צו מיר דו ביסט פארשפארט אין דיין אייגענע פחד.

א דרויסנדיגער מענטש וואס ליידט נישט פון וואס יענער ליידט קען נישט פארשטיין "וואס גייט עס דיך אן???..." יא ריין, נישט ריין, וואס טראכסטו אפילו דערפון??? פארוואס פארנעמט עס אפילו איין האלבע ניוראן אין דיין קאפ? איך האב נאך קיינמאל אפילו נישט געטראכט דערפון אז איך זאל האבן פון וואס צו בלייבן סטאק... ס'גייט מיך בכלל נישט אן... ס'פארנעמט נישט ביי מיר... און דו ביסט אזוי דערשראקן פון דעם... און דו מאכסט אזא עסק דערפון...

די סיבה פון OCD רירט אן די עצם שפיר פון אנהאלטן ווייטער די עקזיסטענץ ביי א מענטש. דהיינו 'איגו'. ס'באדרויעט זיין עקזיסטענץ. און דערפאר שלאגט ער זיך אזוי דאס נישט צו האבן... א נארמאלער מענטש שפירט דען די 'אומריינקייט' וואס א OCD ליידנדער שפירט? ניין ! , ער שפירט קיינמאל נישט דעס מין 'אומריינקייט'. יא, ער שפירט 'אומריין', אבער נישט אז ס'באדרויעט זיין עקזיסטענץ... ער שפירט 'אומריין', אבער נישט אז ס'דער'הרג'ט אים... ביי א OCD ליידנדער איז דער 'אומריינקייט' שפיר ווי איינער האט אים 'אריינגעשטופט אין גיהנם'... דא זאלסטו יעצט זיין... דא זאלסטו דיך יעצט בראטן... צווישן די אלע שדים און רוחות וואס פליען ארום... ס'איז ביטער ! פארוואס טאקע איז עס אזוי ביטער? ווייל ס'שפירט זיך ווי זיין עצם עקזיסטענץ ברענט אין פייער השם ישמור... און די עצה איז אפשר זיך אינגאנצן צו מבטל זיין, נשמתן נשרפת ורוח מפזרתן תחת כפות רגלי צדיקים.

א OCD ליידנדער קען פרעגן, סאו איך מוז שפירן אומריין? איך מוז שפירן שמוציג? איך מוז לעבן עקלדיג? אזוי מוז זיין די לעבן? פארדעם בין איך געבוירן?... מ'קען אים נישט ענטפערן.. יא, דו מוזט, ווייל די שפיר וויאזוי ער שפירט אז ער איז נישט Clean, איז בכלל נישט אזאך וואס א מענטש דארף שפירן... דער שפיר דארף ווערן אויס.

איז די קשיא ווייטער, וויאזוי איז מעגליך? ביי אים אין קאפ איז צאמגעבינדן די שפיר, מיט די אומריינקייט, אז דאס איז איין זאך. ער קען נישט גלייבן אז ס'דא אזא זאך ווי א מענטש זאל באמת זיין צוויי מאל מער שמוציגער ווי ער איז, און נאך אלץ שפירן גליקליך און צופרידן...

דער OCD ליידנדער וועט זאגן: "יא, איך וויל אבער יא זיין Clean... איך ווייס אז יענער שפירט זיך גליקליך מיט זיין שמוציגקייט, אבער איך וויל נישט זיין וואס יענער איז, איך וויל יא זיין Clean... אין איגו שפראך איז עס: "מיין עצם עקזיסטענץ איז צאמגעבינדן נאר אויב איך גיי שפירן Clean, נאר דאן בין איך 'עפעס'...

די וועג ארויסצוקריכן דערפון, איז לכאורה ארויסצוקריכן פונעם 'איגו'. המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור וירפא. ויתן בלבי ליהיות טוב.

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2019 1:28 pm
דורך נשמה
בס"ד.

לעבן אינעם הווה מיינט אויך מקבל זיין בלי שום נגדיות, אלעס וואס איז אינעם הווה.

לכאורה נעמט עס א פאר יאר, ווילאנג מ'דערזעהט זיך מיט זאכליכע פארבעסערונגען. ביז דאן מוז מען אבער מיטגיין מיט דעם מהלך פון לעבן אינעם הווה. לעבן אינעם הווה אנטשפרעכט נישט אז אלעס גייט ווערן גוט איבערנאכט. פארקערט, מ'הייבט גאר אן מער און מער טועם זיין די עכטע טעם פון די פאקטישע לעבן. ס'איז צומאל פלעין און פשוט. אבער קוקנדיג אויף די גרויסע בילד, וועט זיך עס אי"ה אויסצאלן.

ווען מ'לעבט אינעם הווה ; ווען מ'געוואוינט זיך צו, צו לעבן אינעם הווה, באגעגנט מען זיך בהכרח פנים אל פנים, מיט די 'איגו', מיט וואס מ'דארף זיך קענען אן עצה געבן. עפעס לאזט נישט לעבן אינעם הווה. ס'דא עפעס וואס האט שטארקע סיבות אז מ'זאל נישט לעבן אינעם הווה.

סתם זאגן: "אקעי, איך גיי לעבן אינעם הווה... אקעי... שוין... פון יעצט..." האט נישט אין זיך די בתחבולות עשה מלחמה. די 'איגו' גייט נישט צולאזן אזוי גרינג אז מ'זאל לעבן אינעם הווה.

איך האב שוין געשריבן אנהייב פון דעם 'ענב' אז ס'נעמט צייט ביז מ'זעהט זיך מיט די בענעפיטן פון 'לעבן אינעם הווה'.

איך שרייב צומאל וועגן די 'איגו' וואס איז פארבינדן מיט OCD, ווייל לעבן אינעם 'הווה' דארף מען דאס אויך דורכברעכן ב"ה. איך וויל נאכאמאל איבער'חזר'ן וואס לעבן אינעם הווה מיינט, ס'מיינט זיין וואך צום יעצט ; זיך לאזן ווערן איבערגענומען פונעם יעצט בלי שום נגדיות כלל. און האפן צו השי"ת, אז דער אויבערשטער פיהרט און וועט שוין צופירן.

לאמיר האפן צום הייליגן בורא ית"ש אז איך זאל מיך דאס קענען אויסלערנען. והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה.

פון ר' יואל ראטה שליט"א

אויך זאלסטו זיך פרייליך מאכן מיט אלע כוחות; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.

והשם הטוב יעזור וירפא וישמור

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 4:17 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך

ר' שרגא נירו יאיר, רעדט אין די ערשטע שיעור פון לב לדעת, 'תשע''ז', אז כדי צו פארשטיין וואו די 'נפש' איז סטאק, דארף מען קוקן 'וואס איז די תכלית פארוואס דער מענטש טוט זיינע מחשבות, מעשים, וכו', (להוציא צו דערגיין די סיבה וואס שטערט עס פון לויפן ריכטיג). די 'תכלית' פון די 'איגו' פון יעדע פון די 'ניין' איגו'ס, איז זיך צו ראטעווען פון א געוויסע פחד.

ס'דא א 'איגו' וואס עס איז די מלחמה זיך צו ראטעווען פון די פחד פון זיך שפירן אפגעפרעגט ביי זיך אליין אלץ א בעל עבירה. ס'דא אזא איגו. ס'דא די ריכטיגע פחד פון אן עבירה, און ס'דא א איגו'אישער פחד.

דער 'איגו' ווערט שטערקער ווען מ'קומט צווישן ערליכע יודן וועם מ'קוקט ארויף אלץ בעסער און חשוב'ער, וואס דאן שפירט מען זיך אראפגעקלאפט, און דער 'איגו' ווערט בעסער און בארואיגט (ליידער) ווען מ'קומט צווישן מענטשן וועם מ'קוקט אראפ אלץ ווייניגער פון מיר. די ריכטיגע פחד ווערט אויך שטערקער ווען מ'קומט צווישן אמת'ע ערליכע יודן, און ס'ווערט ווייניגער ווען מ'איז זיך מחבר מיט נישט ערליכע.

כדי צו קענען מבחין זיין צו מ'שפירט שלעכט צוליב די 'איגו' אדער צוליב דעם אייבערשטן, טראכט איך אז מ'קען קוקן אזוי: אויב ווען איך פארענטפער מיך, הייב איך אן צוריק צו שפירן גוט מיט מיר אליין, איז א סימן אז ס'קומט פון די 'איגו', אז ס'איז געווען דער 'איגו' וואס האט מיך געמאכט אומבאקוועם. און ווען איך פארענטפער מיך ; איך בין מיך מצדיק, שפיר איך מיך באפרייט פון די דרוק "אה... ברוך השם... איך בין יא גאנץ... איך בין נישט אפגעפרעגט... איך האב רעכט זיך ווייטער צו האלטן... איך בין ווייטער אין עקזיסטענץ... איך קען ווייטער האלטן פון מיך... איך קען ווייטער גוט שפירן מיט מיר אליין... ביז יעצט האב איך געהאט א פחד אז אפשר חלילה בין איך נישט ווערד... און יעצט בין איך שוין יא ווערד..."

מ'איז פארנומען מיט זיך. די נקודת "הבית המקדש" איז "איך אליין". איך דין מיך אליין... איך וויל זיין גאנץ... איך ציטער פון אן עבירה ווייל איך וויל בלייבן גאנץ... איך קער דען אויף השם יתברכ'ס כבוד? ס'גייט מיך אן? אבי איך בין גוט.

דערפאר באדערט זייער שטארק ווען איינער קומט זאגן קריטיק. "איך האב שוין געמיינט אז איך טו אלעס גוט, און יעצט זאגסטו מיר אז איך טו נישט אלעס גוט?..."

ס'שטעלט זיך מיר אבער א מורא'דיגע הבחנה. לכאורה דארף דאך א מענטש ציטערן פון אן עבירה? אבער ווען די פחד פון אן עבירה קומט ווייל איך בין די צענטער פונקט, דאס איז די עיקר פחד, האט דאס נישט מיט'ן אייבערשטן. און דאס ברענגט נישט אז דער מענטש זאל זיך עווענטואל פארבעסערן. ער וועט זיך ענדערש פארענטפערן.

אויב די שרעקליכע פחד וואס מ'האט קומט: צוליב אנהאלטן דעם 'איגו', איז די 'תכלית' פארוואס מ'טוט וואס מ'טוט: צוליב בלייבן ריין ; צו בלייבן גוט-שפירנדיג מיט זיך.

לעבן אינעם הווה, מיינט אויך "איך נוץ נישט מיין עבר צו משפט'ן דערפון מיין וועליו..." איך היט מיך יעצט פון אן עבירה, ווייל איך וויל נישט יעצט ווערן אפגעריסן פון השי"ת.

המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 8:42 pm
דורך נשמה
בס"ד

ר' שרגא האט א מהלך פון 'לעבן אינעם הווה' אויך בנוגע חינוך. שרייזשע האט דא געשריבן, אז א קינד טאר קיינמאל נישט שפירן אז די טאטע וויל ער זאל אויסוואקסן א תלמוד חכם. אז מ'שטעלט פאר זיך - אלץ א לעכט - די ענין פון 'לעבן אינעם הווה' און מ'קוקט אויף דעם פאראגראף, פארשטייט מען זייער גוט פארוואס ס'טויג נישט.

וואס שפירט דאס קינד "איך דארף אויסוואקסן א תלמוד חכם?..." ער שפירט "יעצט בין איך גארנישט ווערד... יעצט איז נישט ! יעצט איז נישט די לעבן ! נאר דעמאלטס וועט זיין די לעבן ! דאס מיינט אז דאס קינד געוואוינט זיך איין נישט צו לעבן אינעם הווה.

דאס וואס דער רמב"ם זאגט אז מ'זאל זאגן א קינד: "לערן כדי אויסצואוואקסן א דיין און מ'זאל דיך מכבד זיין..." איז ווייל מ'וויל נישט ווארטן ווילאנג דאס קינד איז גרויס, און ערשט דאן זאל ער אנהייבן צו לערנען. מ'וויל ער זאל געבן דערפאר זיינע כוחות ווען ער איז נאך יונג. נו, פארוואס זאל דאס שעפן פון אים זיינע טיפסטע כוחות? ער פארשטייט דאך בכלל נישט וואס די מעלה פון לערנען איז, זיין שכל פארנעמט עס נישט. פארוואס זאל ער זיך אוועקגעבן דערפאר? און מיר ווילן דאך ווי פריער, מוז מען אים זאגן אזאך וואס ער פארשטייט די 'וועליו' דערפון, אז ס'זאל זיך אים לוינען צו געבן דערפאר זיינע אינערליכע כוחות. אבער דאס פארשטייט יעדער אז ווי מער איינגעוואוינען א קינד צום געזונטן וועג פון לעבן איז אלץ בעסער. ההכרח לא יגונה אבל לא ישובח. דער רמב"ם אליין שרייבט דארטן ווי חשוב ס'איז צו 'לעבן אינעם הווה'. דאס וואס ער שרייבט דארט, דאס מיינט ביי ר' שרגא 'לעבן אינעם הווה'.

והזהירו החכמים על זה ואמרו (אבות פ"ד מ"ה) "לא תעשם עטרה להתגדל בהם ולא קרדום לחפור בה". והם רומזים למה שביארתי לך, שאין לשום תכלית החכמה לא לקבל כבוד מבני אדם, ולא להרוויח ממון, ולא יתעסק בתורת השם יתברך להתפרנס בה, ולא תהיה אצלו תכלית למוד החכמה אלא לדעת אותה בלבד. וכן אין תכלית האמת - אלא שידע שהוא אמת והתורה אמת ותכלית ידיעתה לעשותה.

ואסור לאדם השלם שיאמר "כשאעשה אלה המצות, שהם המידות הטובות, ואתרחק מן העבירות שהם המידות הרעות שציווה השם יתברך שלא לעשותה, מה הוא הגמול שאקבל על זה?" לפי שזה כמו מה שיאמר הנער: "כשאני קורא זה מה יתנו לי?" והם אומרים לו: "דבר פלוני". (מיין הערה: דהיינו, שלא מן ההווה) לפי שכשאנו רואים מיעוט שכלו, שאינו מבין זה השיעור, והוא מבקש לתכלית תכלית אחר, אנו משיבים לו כסכלותו, כמו שנאמר "ענה כסיל כאולתו".

איך מיין אז די פאלגענדע וואס איך שרייב, דאס איז ר' שרגא'ס מהלך. אזוי מיין איך, אז מ'זאל זיך נישט פארשטעלן "טאמער איך גיי דאס טון, גייט דאס קינד אויסוואקסן אזוי, און טאמער דאס, גייט דאס קינד אויסוואקסן אזוי" און האבן חשבונות מיט'ן עתיד. נאר מ'זאל לעבן אינעם הווה. איך טו יעצט וואס איך טו יעצט, און דער אייבערשטער וועט שוין פירן.

לויט ווי 'שרייזשע' האט געשריבן, באקומט דאס קינד אויך א מעסעדש צו די טאטע לעבט אינעם הווה צו נישט. א קינד שפירט וואו דעם טאטענ'ס קאפ איז. אויב ער שפירט אז דעם טאטענ'ס קאפ ליגט אינעם עבר און אינעם עתיד, עט ער אויך האבן מער פאטענציאל צו אויסוואקסן מיט א 'איגו', אבער אויב ער זעהט ווי די טאטע 'לעבט אינעם הווה', און פארלאזט זיך אויפן הייליגן באשעפער, האפנדיג צום באשעפער, זעהט דאס קינד אז דער עיקר איז די הווה. וואס איז יעצט. דאס איז נוגע. און דאס קינד ווערט בארואיגט צום יעצט.

נישט ווייל אזא וועג איז מובטח, נאר ווייל מיר דארפן זיך פארלאזן און ווענדן אונזערע אויגן צום טאטן אין הימל. און עס איז דא מער פאטענציאל ווען מ'בעט פון אים. ווייל ער קען פירן און ער פירט. המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2019 1:49 pm
דורך נשמה
נשמה האט געשריבן:ר' שרגא האט א מהלך פון 'לעבן אינעם הווה' אויך בנוגע חינוך. שרייזשע האט דא געשריבן, אז א קינד טאר קיינמאל נישט שפירן אז די טאטע וויל ער זאל אויסוואקסן א תלמוד חכם. אז מ'שטעלט פאר זיך - אלץ א לעכט - די ענין פון 'לעבן אינעם הווה' און מ'קוקט אויף דעם פאראגראף, פארשטייט מען זייער גוט פארוואס ס'טויג נישט.

וואס שפירט דאס קינד "איך דארף אויסוואקסן א תלמוד חכם?..." ער שפירט "יעצט בין איך גארנישט ווערד... יעצט איז נישט ! יעצט איז נישט די לעבן ! נאר דעמאלטס וועט זיין די לעבן ! דאס מיינט אז דאס קינד געוואוינט זיך איין נישט צו לעבן אינעם הווה.


איך פיר מיט מיר אליין, מיט מיין יצר, א מלחמה כבידה, צו קענען לעבן 'אמת'דיג' אינעם הווה. איך קלער אז א דאנק איך שרייב דא בנושא האלט עס מיך זיך צו קענען שטארקן אויף מיר אליין, און צו לעבן אינעם הווה.

ווען א מענטש לעבט אינעם הווה, אפילו ער הערט ווי די מאמע פונעם קינד זאגט פארן קינד: "איך וויל זאלסט אויסוואקסן א צדיק..." אדער אפילו "איך וויל זאלסט אויסוואקסן א תלמוד חכם..." זאגט ער נישט פאר איר, "הער עס אויף צו זאגן..." פארוואס נישט? ווייל דאס איז יעצט די הווה ! פון וואו ווייס איך וואס עס וועט עווענטואל מחנך זיין דעם קינד? פון וואו קען מען וויסן וואס פונקטליך דאס קינד דארף יעצט הערן? מ'קען דאס וויסן? מ'קען וויסן וואס יא צו זאגן, און וואס נישט צו זאגן? איז דען א מענטש די באשעפער צו קענען די זאך זאגן? אז מ'לעבט אינעם הווה, און מ'איז זיך מחבר מיט'ן הווה, ווייסט מען אז וואס ס'געשעט יעצט, מיט דעם לעב איך. און דער אייבערשטער וועט שוין פירן צום גוטן. מ'פארלאזט זיך אויף אים.

די גמ' פארציילט אז ר' פרידא פלעגט לערנען פיר הונדערט מאל מיט זיין תלמוד, איינמאל האט דער תלמוד פארשטאנען אז ר' פרידא וויל שוין גיין, און זיין קאפ איז אגאנצן צייט געווען פארנומען מיט די ערווארטונג אז אט אט שטעלט זיך דער רבי אויף און ער גייט, און ער האט נישט געקענט דערהערן וואס דער רבי זאגט... זיין קאפ איז נישט געווען אינעם הווה. האט עס ר' פרידא נאכאמאל איבערגעלערנט מיט אים פיר הונדערט מאל...

ווען א קינד זעהט ווי דעם טאטענ'ס קאפ טראכט נישט פונעם יעצט, נאר ער וויל עפעס אנדערש, ער קען נישט אויס'חשבונ'ן פונקטליך וואס, אבער עפעס נישט יעצט, נישט דא, וויאזוי קען זיך דעם קינד'ס קאפ עפענען? ער ווערט 'נערוועז', ער ווערט פארנומען זיך צוצושטעלן צו אן ערווארטונג וואס ער ווייסט אפילו נישט פונקטליך צו ס'וועט אים געלונגען צופרידן צו שטעלן זיין טאטען...

מ'זאגט יעדן טאג: ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כלנו יודעי שמך ולומדי תורתיך לשמה. יעצט וויל איך זייער שטארק מיין טייער קינד, אז יעצט זאלסטו דיך מקשר זיין צו די תורה, תורת השם. נישט וועגן אויסוואקסן, נישט וועגן גארנישט. דאס איז יעצט נישט נוגע אלץ די זאך וואס מ'דארף יעצט פאוקעסירן. דאס דארף דאס קינד זעהן. און איך האנדל מיט די הווה. אז א קינד זאל פארשטיין אז זיין טאטע האט אין קאפ עפעס א בילד פון איינעם וואס ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי מ'שטעלט דאס אהער, דאס צעברעכט.

נעכטן האב איך געטראפן אין מעלות המידות, וואו ער שרייבט די לעצטע שטיקל אין 'מעלת הענווה'

אמנם, מי שמתגאה בלבו, ושמח לבו עליו על כל מעשיו הטובים אשר קדם ועשה תמיד בכל יום ויום- לא שיתגאה בעבורה על בני אדם, אלא שמתגאה בנפשו ושמח לבו עליו על שפקח הא-ל עיני לבו והאיר עיני שכלו לבחור בדרך החיים והטוב- דבר זה איננו מזיק לענוה ולנמיכות ולשפלות כלל; אבל הדרך הזה מסקל מלפניו הגאות, כיהושפט מלך יהודה ששמח בלבו וזחה לבו עליו מפני שהלך בדרכי ה'. ועל זה צוו חכמים ז"ל ואמרו: "הוי עז כנמר וקל כנשר ורץ כצבי וגבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים". ואלקים יצליחנו לעשות רצונו ויכנע ערפנו לעבודתו ברחמיו הרבים, אמן.

מ'קען נישט זאגן אז ער רעדט פון 'צוריקטראכטן' אדער 'האבן אן איגו'. אדער The sens of the ego self. נאר מ'מוז זאגן אז ער רעדט פון די שמחה וואס א מענטש האט לעבנדיג אינעם הווה.

לאמיר מסביר זיין.

כדי א מענטש זאל האבן אן 'איגו' און אנהאלטן זיין 'איגו' מוז ער בהכרח צוריקטראכטן וואס ער האט אלץ געטון, און פון דעם ארויסנעמען א "איך בין". דער שפיר פון דעם איך בין קען נאר קומען פון צוריקטראכטן, און דורכגיין מיט די מחשבה וואס מ'האט אלץ געטון אינעם עבר, אדער וויאזוי אנדערע האבן רעאגירט צו מיר אינעם 'עבר' און פון דעם צאמשטעלן א "קומט אויס אז איך בין א..."

די מעלות המדות רעדט דאך אזוי שארף קעגן גאווה, אין שטיקלעך פאר דעם שטיקל. ער ברענגט צווישן אנדערע: ומה היא הגאוה? ואיך בא בלב האדם? שהאדם מתגאה בעצמו על שום מעלה אשר הוא סבור להיות מופלג בחכמה או בנוי או בעושר או בגבורה. או באחת משאר מעלות המדות, ומתוך כך רואה את עצמו שהוא במעלה העליונה.

וואס דאס איז ווארשיינליך די 'איגו'. דער מענטש טראכט צוריק זיין עבר, און ער נעמט ארויס דערפון זיין 'איך'. אפילו ווען א מענטש טראכט צוריק און ער נעמט ארויס דערפון אז ער איז נישט קלוג, אדער נישט צום זאך, אדער נאריש, סטופיד, פאני, וכדומה, דאס איז אויך 'איגו'. דאס איז וואס זיי רופן 'ענווה פסולה'. ווייל קודם מוז דער מענטש צוריקטראכטן און ארויסנעמען א 'איך', וואס דאס אליין איז שוין 'גאווה'. דער מענטש וויל זיך ארויסהאבן ווייל ער וויל זיך האלטן גרויס,, ער וויל וויסן ווער ער איז. ס'ציט אים צו זיין עפעס. נאר ס'געלונגט אים נישט, ער טרעפט אז ער איז אפגעפרעגט, מקורו איז גאווה. דערפאר זאגן זיי אז Low Self Esteem איז ענווה פסולה. ווייל ס'איז טאקע. דאס איז וואס דער צעטיל קטן רופט 'בושת של גאווה'. אמת אז ער שעמט זיך, אבער דאס קומט ווייל ער האט צוריקגעטראכט, און זיך געוואלט ארויסהאבן, ווייל ער האט געוואלט זיין 'עפעס', און געטראפן אז ער איז אזוי נעבעכ'דיג' און דערפאר שעמט ער זיך. דאס קומט פון 'איגו'.

איז, בהכרח קען נישט זיין אז די מעלת המידות רעדט פון 'צוריקטראכטן' און טרעפן א "איך בין א..." און זיך פרייען דערמיט. נאר ער רעדט, אז טאקע ווייל א מענטש איז זוכה, דער אייבערשטער האט אים ליכטיג געמאכט, אז ער זאל נישט צוריקטראכטן, און אז ער זאל לעבן אינעם הווה, און נישט זיין סטאק מיט א "איך בין א..." דאס מאכט אז א מענטש זאל שפירן גוט מיט זיך אליין. בהכרח. ווייל דער מענטש שפירט זיך דורכדעם נאנט צום באשעפער.

און די מעלת המידות שרייבט: דבר זה איננו מזיק לענווה ולנמיכות ולשפלות כלל מ'קען דאך נישט רעדן פון איינער וואס טראכט צוריק צו טרעפן א איך בין א... ווייל ווען א מענטש טראכט צוריק האט ער טאקע א שפלות ! א Low self esteem. זעענדיג אז ער איז טאקע גארנישט. אלא מאי מוז זיין אז ער רעדט פון א מענטש וואס לעבט אינעם הווה, און טראכט נישט צוריק. נאר איז פרייליך זייענדיג א חלק אלוק ממעל.

און דאס וואס ער שרייבט אשר קדם ועשה תמיד בכל יום ויום מוז מיינען, וואס דער מענטש האט זוכה געווען צו לעבן אינעם הווה בכל יום ויום תמיד, מער און מער, און ווערן נאנטער און נאנטער צום מקור השמחה, עוז וחדווה במקומו... עפעס אנדערש קען נישט זיין פשט. ווען מ'זעהט ווי ער שרייבט פארדעם: לפיכך צריך לו לאדם להשפיל את עצמו ולהכניס את לבו לפני בוראו ולפני כל הבריות, ואל ירגיל בעצמו מדת הגאוה כי אינה נמצאת בחסידים ויראי הא-ל מפני שהיא מדה גרועה. וכל מי שמשתמש בה- אינו יכול להכניע יצרו ולשבור לבו לעבוד לבוראו.

מוז זיין אז ער רעדט פון די שמחה וואס עס קומט אריין אין די הארץ פון א מענטש, לעבנדיג אינעם הווה. און נאנט ווערנדיג צום אייבערשטן.

לעבן אינעם הווה מאכט אז א מענטש זאל קענען האבן די מערסטע שפלות ונמיכות און דאך שפירן גוט און בשמחה. ווייל מ'איז מחובר צום מקור העליון.

אויב איינער שפירט אז אפילו איין אות פון מיין זאכן איז אנדערש ווי ער האט מקבל געווען, זאל ער זיך דערווייטערן פון מיינע זאכן. ווייל איך בין נישט דא אנצוזאמלען פעק מיט עוונות פון מחטיא את הרבים. נאר איך שרייב אויך ווייל איך וויל מיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה.

ס'דא צומאל ווען א שרייבער שרייבט עפעס, אבער מ'דארף כאפן פון וואס ער רעדט. און ס'דא צומאל ווען א שרייבער שרייבט עפעס און ס'איז טאקע נישט גוט. חחחחחח. המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2019 2:17 pm
דורך שרייזשע
גאר גאר שטארק! זייער שיין און קלאר!
א נקודה וואס איך האב אמאל געהערט, אז אמענטש דארף האבען א תשוקה אבער א מענטש טאר נישט האבען א שאופה...
לסבר את האוזן, ווען א מענטש וויל אנטפאנגען אויפשטיין פרי טאר עס נישט זיין אויף א אופן אז איך גיי זיין א פריע אויפשטייער... וואס דעמאלטס ווערט מען צוקלאפט פון איעדע מאל וואס מען פארשלאפט... וויי ווי אי האב פארשלאפען!... איך בין נישט א פריע אויפשטייער... נאר עס דארף זיין אויף א וועג אז איך וויל אויפשטיין פרי היינט איעדען טאג עקסטער, וואס דאן איז איעדע מאל וואס מען שטייט אויף א שמחה און א סיפוק.
עס איז נישט פשט אז א מענטש זאל נישט פלאנען און חשבונען אויף ווייטער א מהלך אז עס זאל אנהאלטען, וויל למשל נעמען א חברותא וכו', נאר די מהלך דארף זיין אז איעדע מאל וואס ער שטייט אויף איז דאס א פלאס אויף די טאג, און אז ווען ער פארשלאפט איז דאס א מיינעס אויף די טאג וויל איך וויל דאך אזוי שטארק אויף שטיין, און אויף די אופן ווערט מען נישט מיואש, עס באדערט נאר אופן היינטיגען טאג, איך האב אזוי שטארק געוואלט אויפשטיין פרי היינט... (איך אויך... :? )

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 1:09 pm
דורך נשמה
שרייזשע האט געשריבן:גאר גאר שטארק! זייער שיין און קלאר!
א נקודה וואס איך האב אמאל געהערט, אז א מענטש דארף האבען א תשוקה, אבער א מענטש טאר נישט האבען א שאיפה...

תשוקה מיינט, איך קען נאר גליסטן אבער איך ווייס אז דער אייבערשטער קען מיר דאס מאכן. שאיפה קען אויך מיינען "איך דרייוו עס, מיט מיינע כוחות..." די פראבלעם איז אז מ'פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דער וואס קען טון.

לסבר את האוזן, ווען א מענטש וויל אנפאנגען אויפשטיין פרי, טאר עס נישט זיין אויף אן אופן אז איך גיי זיין א פריע אויפשטייער... וואס דעמאלטס ווערט מען צוקלאפט פון איעדע מאל וואס מען פארשלאפט... וויי ווי איך האב פארשלאפען!... איך בין נישט א פריע אויפשטייער... נאר עס דארף זיין אויף א וועג אז איך וויל אויפשטיין פרי היינט איעדען טאג עקסטער, וואס דאן איז איעדע מאל וואס מען שטייט אויף א שמחה און א סיפוק.

די זעלבע מיט'ן וועלן לעבן אינעם הווה. א 'מענטש' האט א תשוקה אז ס'זאל זיך אים אויסשטעלן אז ער זאל לעבן אינעם הווה. איז עס יעדע רגע באזונדער. יעדע רגע וואס מ'טוט דערינען, איז א אויפטוה.
עס איז נישט פשט אז א מענטש זאל נישט פלאנען און חשבונ'ען אויף ווייטער א מהלך אז עס זאל אנהאלטען, וויל למשל נעמען א חברותא וכו', נאר די מהלך דארף זיין אז איעדע מאל וואס ער שטייט אויף איז דאס א פלאס אויף די טאג, און אז ווען ער פארשלאפט איז דאס א מיינעס אויף די טאג וויל איך וויל דאך אזוי שטארק אויף שטיין, און אויף די אופן ווערט מען נישט מיואש, עס באדערט נאר אופן היינטיגען טאג, איך האב אזוי שטארק געוואלט אויפשטיין פרי היינט... (איך אויך... :? )

זייט איך האב אנגעהויבן ארבעטן צו לעבן אינעם הווה, בין איך נאך קיין איין טאג נישט אויפגעשטאנען פריער. אבער וויאזוי איך פארשטיי, האב איך אלעמאל מער שאנסן צו ווערן א פריע אויפשטייער, אויב איך געוואוין מיך איין צו לעבן אינעם הווה. ווי איך האב שוין אויסגעשמועסט.

איך האב געזעהן אין מאמענט פון ר' שלום ארוש שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים ולשלום, אז איינער איז געקומען צו אים זיך אפרעדן אז ער איז נישט מצליח צו תשובה טון. האט אים ר' שלום געענטפערט "איך האב אויך נישט מצליח געווען צו תשובה טון..."

דאס איז די נקודה... עס האט קיינער קיינמאל נישט מצליח געווען צו תשובה טון מיט זיינע אייגענע כוחות. ס'איז נאך פאר קיינעם קיינמאל נישט געלונגען...

איך טראכט אז דאס וואס ס'שטייט, כל מי שאומר אחטא ואשוב, אחטא ואשוב, אין מספיקין בידו לעשות תשובה. טראכט איך אז ס'קומט פון די 'ואשוב': "איך וועל דערנאך מצליח זיין צו טון תשובה..." אזאך וואס ארבעט נישט. קיינער איז נישט מצליח צו תשובה טון. מ'דארף זיך דאס גוט איבערצייגן און ווען מ'איבערצייגט זיך דאס לאזט מען דערמיט דעם אייבערשטן מצליח זיין. וכן בדרך אמת מבעל המחבר יושר דברי אמת. עיין שטיקל ז

דאס האט ר' שלום געזאגט, "איך האב נישט מצליח געווען צו תשובה טון, נאר דער אייבערשטער האט מצליח געווען מיט מיר. מ'דארף לאזן דעם אייבערשטן מצליח זיין.

די זעלבע מיט'ן וועלן לעבן אינעם הווה.
מ'דארף אפלאזן אז מ'קען מיט די אייגענע כוחות תשובה טון, און אנהייבן לעבן אינעם הווה, און נאך אנדערע תיקונים. ס'איז דער אייבערשטער וואס דארף מיט מיר מצליח זיין. מיט התבודדות יעדן טאג, און מ'זאגט "הייליגער באשעפער, איך גיי נישט מצליח זיין צו טון תשובה, איך בעט דיך במר לבבי, בעומק פנימיות לבבי, דו טו עס פאר מיר, אבל לא על ידי יסורים וחליים רעים... איך געב מיך איבער אין דיינע הענט רבש"ע. איך געב אויף...

מ'קען עס זעהן בחוש, א מענטש שפירט ביי זיך ווי ער קאנטראלירט זיך צו זיין ערליך און אפגעהיטן, פלוצלינג קומט אים אריין א מחשבה פון וואס ער וויל פטור ווערן ווי שנעלער אלץ בעסער. קען מען זעהן כמעט בחוש, אז ווי מער ס'איז ביי דעם מענטש דאס ענין פון זיין אין קאנטראל ; זיך האלטן אין קאנטראל, אלץ שווערער איז אים זיך צו פטר'ן דערפון. דערפאר איז די עצה זיך צו מקרב זיין צו צדיקים. (אזוי ליגט מיר אין קאפ...) פארוואס? ווייל מ'איז זיך מבטל, אז מ'איז זיך מבטל ווערט בטל דער 'איך' וואס ברענגט עס אן.

נאכאמאל איבער'חזר'ן מיין ציהל, מיין תשוקה ! "איך וויל מיר איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה דייקא. און נישט 'צוריקטראכטן'.

והשם יעזור שלא יצא אפילו די קלענסטע מכשול מתחת ידי... ודי למי שרוצה להבין. המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2019 3:10 pm
דורך נשמה
בס"ד.

'לעבן אין די הווה'.

צו קען לעבן אין די הווה ארויסנעמען א מענטש פון Distractions ? אז מ'זאל מער נישט שמועסן שמועסעריי וואס מ'שפירט אז ס'האט באמת נישט אויסגעפעלט, און אפילו אויב ס'האט יא אויסגעפעלט, האט עס אבער נישט אויסגעפעלט אויף אזוי ווייט ? איך האב שוין אמאל געשריבן דערפון. אז די רגע מ'לאזט זיך אריין אין א שמועס ; אין א געשעפט ; אין א ספרים סטאר, ווען די ענדע איז נישט קלאר אין קאפ, לאזט מען זיך ארויס בידיים פון די ענין פון 'לעבן אין די הווה'. ס'איז אויס הווה. (עכ"פ ביי מיר איז אזוי...) די סך הכל פון אזא שמועס איז זאכן וואס האבן נישט מיט די הווה. צומאל לשון הרע. מיט סתם שטותים. מיט סתם פארענטפערן וואס איך האב געזאגט א רגע צוריק, נאר כדי צו ווערן מער און מער פארקניפט.

אז מ'וויל זיך אויסלופטערן, איז עס 'הווה', אויב מ'האלט זיך צום יעצט, אבער אויב מ'לאזט זיך אריין אין א זאך וואס האט נישט קיין באשטומטע גרעניץ ווען דאס דארף זיך ענדיגן, גייט מען אריין בידיים אין א עריע וואס מ'לעבט נישט אינעם הווה.

יעצט, לאמיר זאגן איך שפיר אומבא'טעמ'ט אז איך בין נאכאמאל אריין אין אזא בלורי טעריטאריע, איז איך גיי אוועק פון דארט מיט די געפיל וואס איז באקאנט פאר אזאנע מינע מענטשן ווען מ'טרעפט זיך ווידעראמאל פארדייען א דורכפאל, וואס איז פשט פון סתם צוריקגיין צום הווה ? וואס האב איך דערפון יעצט ? איך האב דערפון, ווייל יעדע רגע וואס איך גיי יעצט נישט לעבן אינעם הווה, גייט זיכער זיין א שאדן. און כדאי דאס צו פארמיידן לאמיר לעבן אינעם הווה.

ס'קומט אריין א שטארקע רצון, צו איינמאל פאר אלעמאל זיך ארויסדערזעהן פון דעם... מ'וויל אזוי שטארק סטאפן מיט די Distractions דער רצון איז אויך, נישט געלעבט אינעם הווה. די זעלבע רצון זיך אריינצולאזן אין א וועג וואס מ'ווייסט נישט ווען מ'גייט פון דארט צוריקקומען, די זעלבע רצון איז יעצט זיך איינמאל פאר אלעמאל ארויסזעהן דערפון.

אויב עפעס קען יא ארבעטן בעזר השי"ת זיך אויסצוהיילן פון דעם צודרייטן מהלך החיים, איז עס נאר צו מסכים זיין צום יעצטיגן הווה. אפילו די יעצטיגע הווה האט דעם באקאנטן אומבא'טעמ'קייט. פארוואס ? ווייל די סיבה פארוואס מ'ערלויבט זיך אריין צו גיין אין א ספרים סטאר אפילו מ'ווייסט אז ס'האט נישט קיין שום וואנט ווען דאס דארף זיך ענדיגן, איז נאר ווייל מ'איז נישט מסכים צום מצב, מ'וויל זיך אויסטון פון די באגרעניצונגען... מ'וויל אוועקגיין פון די הווה. מ'וויל אריינגיין אין א וועלט וואס האט נישט קיין באגרעניצונגען, מ'וויל זיין "וויאזוי איך וויל..." Creativity, וויאזוי ס'וועט מיר בייפאלן... נאר נאכדעם האט מען חרטה פארוואס מ'האט אויפגעמאכט די סיט בעלד... מ'האט חרטה פארוואס מ'איז ארויס פונעם יעצט...

ממה נפשך, אויב האט מען זיך געוואלט אויסלופטערן, און זיין שעפעריש, נו, פארוואס 'חרטה' לאחר המעשה ? אלא מאי די חרטה איז נישט "פארוואס האב איך פארברענגט צייט..." נאר די חרטה איז "פארוואס איז די זייגער נישט שטיין געבליבן..." ס'איז די זעלבע ברוגז אויפן הווה... ס'איז די זעלבע נישט מסכים אז ס'דא אזא עקזיסטענץ ווי צייט. פארוואס ווערט נאכט...

אויב וועל איך מסכים זיין אז "יא, די זייגער האט נישט געווארט..." מיינט דאס זיך צוגעבינדן צום הווה... און אנערקענען אז נאר וואס איז יעצט, דאס האב איך, און מיט דעם מוז איך לעבן... און פון דעם וועל איך לעבן... און דער אייבערשטער וועט מיר פון דעם געבן לעבן, חיות, שמחה, סיפוק, וכו'.

לאמיר טראכטן (איך רעד צו די אלע ADHD'ניקעס, וואס ווייסן דעם טעם...) ווער איז מער מצליח, אז מ'לעבט אינעם הווה ? אדער מ'וויל זיך ארויסזעהן פון די באגרעניצונגען ? די ווילן ארויסצוקריכן איינמאל פאר אלעמאל פון די אלע שוועריגקייטן וואס איך האב אויבן געברענגט, ווייזט אז מיר ווילן יא לעבן אינעם הווה... מ'דארף מסכים זיין דערצו... און די עצה איז צו לעבן מיט דעם 'אומבא'טעמ'טן געפיל' וואס נאר הווה שאפט.

המשך יבוא אי"ה...

געשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2019 2:18 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

מיין ציהל איז זיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה דייקא.

איינע פון די באשטאנד'ס וואס שטערן אנצוקומען צו לעבן אינעם הווה איז די אופן וויאזוי א מענטש באגייט זיך מיט געדאנקען וואס פאלן אים ביי. א מענטש קען ווערן אזוי צוגעוואוינט צו די אומריכטיגע אופן וויאזוי ער באציהט זיך צו אן 'איידיע' וואס פאלט אים ביי, אז דאס אליין קען אים חלילה אראפשלעפן צום תהום ממש.

וויאזוי ווערט א מענטש פארקניפט מיט א געוויסע 'געדאנק' וואס ס'איז בייגעפאלן?

איך גיי שרייבן א ביישפיל ומהם תדין על השאר: א מענטש זעהט א מעסער, און ס'קומט אים אריין אן 'איידיע' וויאזוי ער כאפט אן דעם מעסער און ער שנייד עס דורך זיין חבר'ס קאפ. (איך געב נאר א ביישפיל...) דאס איז א געווענליכע ערשיינונג ביי די וואס ליידן פון OCD. עס שטעלט זיך פאר ביים מענטש די פעולה דערפון. און אזוי קען אריינקומען אנדערע סארט צעדרייטע מחשבות... צום ביישפיהל מ'זעהט כ"ק מרן אדמור מורינו ורבינו זיעועכי"א, און ס'קומט ארויף ימח שמו וזכרו... פארוואס ס'איז ארויפגעקומען ? אזוי ! "גוים וואס ליידן דערפון האבן אויך די זעלבע זאך ביי זייער שמייליגטום..." (וואס איז טאקע א שטיק צואה... איך וואלט געזאגט פאר א"י וואס האט אזוי מורא צו טראכטן 'צואה' אויף זיין ישו ימ"ש, וואלט איך אים געזאגט ער זאל עס רואיג טראכטן... לכתחילה. חחחחח)

יעצט

אויב דער מענטש איז פארנומען צו משפט'ן זיין וועליו לויט די מחשבה וואס איז אין אים אריינגעקומען, משפט ער זיך אלץ א מענטש וואס וויל טון אזא פעולה. "דו שגץ" רעדט ער צו זיך אליין "דאס טראכסטו יעצט... אין דעם ליגט דיין קאפ... נאך דערצו אינמיטן דאווענען... מ'טאר נישט... געוואלד און געשריגן... איך באשווער דיר אז דו זאלסט שוין אויפהערן... איך האב מורא אז דו האסט נישט געלערנט גענוג משניות..."

און דער מענטש נעמט שנעל א גמ' א משניות, ער וויל פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש...

אבער וויבאלד דער מענטש שפירט זיך לויט ווי ער האט זיך גע'משפט, ווערט ער צעבראכן דערפון... ער שפירט זיך צוקלאפט... פון איין זייט וויבאלד דער מענטש איז צוגעוואוינט זיך צו משפט'ן די גאנצע צייט וואס ער איז אויף, (וואס דאס אליין אז מ'האלט זיך אין איין משפט'ן, דאס אליין איז 'איגו') און ווען ער משפט זיך גוט, שפירט ער גוט מיט זיך, און ווען ער משפט זיך נישט גוט, שפירט ער: נישט גוט מיט זיך, און דא זעהט ער זיין 'וועליו' אז ס'איז נעבעך נעבעך... און ער ווערט צעבראכן... ס'נעמט אים אינגאנצן איבער, זיין מוט פאלט אים אראפ... ער נעמט עס אן אלץ זיין אייגענע רצון... איך וויל ליידער דאס און דאס... מאכט ער אפ אז ער וויל נישט האבן דעם 'רצון'... "איך וויל עס נישט וועלן..." "איך גיי מאכן אז איך זאל עס נישט וועלן..." "איך גיי מיך שטארקן דערויף... מ'טאר נישט וועלן אזאנע זאכן... אזאנע שמוץ..."

יעצט, וויבאלד דער מענטש קוקט זיך שוין אן אז איך וויל דאס און דאס, די מחשבה ; די איידיע ; די געדאנק ; מיינט אז איך וויל עס. דער 'איך' וואס ווערט אגאנצן צייט גע'משפט וויל טאקע דאס... קען ער זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון... ווייל ער קוקט זיך שוין אן אלץ אזא מענטש.

ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס טוט זיך אן שווארצע גלעזער, און ער פרובירט מיט אלע כוחות צו זעהן די געהעריגע וועלט... ער טוט נישט אויס די גלעזער... נעמליך, ער הערט נישט אויף זיך צו משפט'ן אז ער איז איינער וואס וויל עס... ער בלייבט אנגעטון מיט די גלעזער... ער בלייבט מיט די "איך וויל דאס און דאס, און דערפאר בין איך דאס און דאס..."

דער מענטש פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו מאכן אז ער זאל וועלן זיין גוט, אבער וויבאלד דער מענטש איז פארנומען זיך צו משפט'ן לויט די מחשבה, מוז ער בהכרח קוקן צו די מחשבה האט שוין אפגעפיצט, צו דער מאנסטער איז נאך אלץ דא... און כדי צו קוקן צו מ'האט נאך א געוויסע 'איידיע' מוז מען עס בהכרח נאכאמאל צאמשטעלן אין קאפ, אזוי בערכ'דיג... צו זעהן צו ס'גייט נאכאמאל ארויפקומען... און דער מענטש זעהט אז יא ! די מחשבה איז חי וקיים איך וויל לא עלינו ולא עליכם אזא זאך... "הייליגער באשעפער נעם דאס אוועק פון מיר..." "גיי אוועק, גיי אוועק, גיי אוועק, גיי אוועק, ניין, ניין, ניין, ניין, מ'טאר נישט, מ'טאר נישט, מ'טאר נישט, מ'טאר נישט..." און בשעת דער מענטש שטופט דאס אוועק, מוז ער בהכרח באטראכטן די עצם מחשבה, צו זעהן צו ס'איז שוין אוועק, און פארשטייט זיך אז דאס מאל טראכט ער עס מיט מער דמיון, און מיט מער גראפישע דיטאלן... און זיין דמיון ווערט שוין ממש אנגעצינדן... און דאס מיינט דאך אז ער וויל עס, און בעיקר דאס מיינט אז ער איז ווערד ווי דעם טינופת... און ער וויל דאך נישט... און ער פרובירט מיט אלע כוחות דאס אוועקשטופן...

און ס'קומט אויס אז מ'איז עובר אויף ולא תתורו, אלעס ווייל ער משפט זיך לויט די געדאנק וואס קומט אריין... ס'מיינט עפעס וועגן מיין ווערד

לאמיר טראכטן: פארוואס קוקט דער מענטש צוריק, זעהן צו ער האט נאך דעם מחשבה ? ווייל ער האט אפגעמאכט, אז איך דארף מיך פארבעסערן כדי ס'זאל מיר נישט ארויפקומען די און די מחשבה... בעת דאס אליין אז דער מענטש משפט זיין ווערד, דאס אליין איז די פראבלעם... דער אייבערשטער האט נישט געהייסן אז מ'זאל משפט'ן די אייגענע ווערד, און דער אייבערשטער האט נישט געזאגט אז ס'טאר נישט אריינקומען א מחשבה... דער אייבערשטער האט געזאגט אז מ'טאר נישט נאכגיין די מחשבות... לאמיר טראכטן: ווען א מענטש פסק'נט זיך אפ לויט די מחשבה וואס איז אים אריינגעקומען, מאכט עס דאך נאר ערגער...

כל מינע מחשבות מעגן אריינקומען אין קאפ. און ס'קומט אריין... אונזער עבודה איז, דאס נישט נאכצוגיין... און אונזער עבודה איז, זיך נישט צו משפט'ן לויט די מחשבה, נישט קיין שום חילוק וועלכע...

ווען א מענטש שפירט זיך גוט, ווייל ס'פאלט מיר נישט ביי קיין משוגענע זאכן, איז דאס נענטער צו השי"ת אדער ווייטער ? ווייטער ! ווייל דאס מיינט אז דער מענטש קען סך גרינגער אריינפאלן און ווערן פארקניפט מיט אזאנע צעדרייטע זאכן... די מחשבה ווערט נאר שארפער און שארפער, קלארער און קלארער, מיט מער און מער דיטאלן... א מענטש דארף אפמאכן, אויב ס'פאלט מיר ביי סייוועלכע 'איידיע' האט עס גארנישט מיט מיר, איך יאג אפ דערפון און פארטיג... ס'מעג אריינקומען, איך טאר דאס אבער נישט אנהאלטן, איך דארף זיך אוועקדרייען דערפון די שנעלסטע מעגליך... ס'מוז אבער נישט אוועקגיין... ס'מוז נישט. איך טראכט עס נישט און שוין.

די שורש פון אזאנע זאכן קען זיין דאס משפט'ן לויט די מחשבה וואס קומט אריין.

המשך יבוא אי"ה

נאכאמאל מיין תשוקה איז צו זוכה זיין צו לעבן אינעם הווה, דהיינו שלח אורך ואמיתך המה ינחוני...

געשריבן: דינסטאג ינואר 29, 2019 11:28 pm
דורך בראשית ברא
נשמה האט געשריבן:בס"ד

איך געדענק ווי איך שטיי אין דארמיטארי אין ישיבה, און פלוצלינג איז מיר בייגעפאלן די עצה פון פשוט טוישן די מחשבה אויף א צווייטע מחשבה, פשוט געב עס א רוק אהין. איך האב מיך נישט געקענט גלייבן פון מיין אייגענעם אויסטרעף. אזא פשוט'ע זאך און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן ביז היינט? סתם געב א ריק די מחשבה.

סאו איך געדענק צום ביישפיהל ווי איך שפאציר אויפן גאס אין ישיבה, און איך וואונדער מיך "וואס איז געווען ביז יעצט אז איך האב נישט געהאט די מחשבה?" פלוצלינג איז עס דא? איך האב בכלל נישט געוואוסט אז מ'קען א מחשבה ארויסריקן פון קאפ. היינט די זעלבע מחשבה וואס איז מיר דאן געטראטן אויף די געהירן, גייט מיך נישט אן. אבער איך האב נישט געוואוסט מער. וואס איך האב געוואוסט איז געווען, אז אזא מחשבה טאר נישט געטראכט ווערן. היתכן דו טראכסט עס? היתכן איך טראכט עס? געוואלד און געשריגן. איך האב געטון אלעס וואס עס איז מעגליך צו מאכן די מחשבה אויס, נישט וואוסנדיג די פשוט'ע זאך. די פשוט'ע, פשוט'ע זאך. אז א מחשבה איז נישט מער ווי א מחשבה! און דשאסט גיי ווייטער. און מאך דיך נישט וואוסנדיג.

בכלל ווערט די מחשבה ביים ליידנדן זייער א שטארקער מציאות. און אויב איך בין מיך נישט טועה, וועלן די מחשבות געשעהן דייקא אין זמנים פון סטרעס, און דייקא וואס דו האסט פיינט. למשל, אויב האסטו פיינט צו טראכטן פון א ציילעם וועט דאס דוקא ארויפקומען, ווי איינער וואס איז זיך משתתף אין דיין אויפרעגעניש. ווי א סימן פון דיין אויפרעגעניש. היינט לאך איך צו מיר אלייין, ווי איך האב נעבעך צאמגעליטן דערפון. אוי האט עס מיך געבאדערט, אוי האב איך מיך געבראטן אין יסורים. די מחשבה איז געשטאנען פאר מיר און נישט געהאלטן ביי אפפיצן. חחחחח. היינט לאך איך און לאך, און לאך, נאר געזונטערהייט. ב"ה דער אייבערשטער איז א גוטער, און ער האט מיך ארויסגעצויגן פון די אלע שטותים און דמיונות.



ראה בליקוטי מוהר"ן סימן עב התוכן ממה שדברת כאן.
אֲבָל כָּל זְמַן שֶׁעֲדַיִן לא נִתְקַדֵּשׁ וְנִטְהַר גּוּפוֹ אֵין שׁוּם תַּקָּנָה מַה שֶּׁמִּתְגַּבֵּר וּמִתְאַמֵּץ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים לְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה כִּי יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים כַּנַּ"ל גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי עַל כֵּן אַדְּרַבָּא אִם רוֹצֶה לִהְיוֹת יְרֵא ה', וְרוֹצֶה לְהִתְפַּלֵּל וְאֵינוֹ רוֹצֶה בְּאֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת צָרִיך שֶׁלּא לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל וְשֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ מַה שֶּׁעוֹמְדִים לְפָנָיו וְרַק יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק בַּתּוֹרָה אוֹ תְּפִילָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן וְלא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁעָמַד לְהִתְפַּלֵּל הָיָה מִזְדַּמֵּן וְעוֹמֵד לְפָנָיו בְּדִמְיוֹנוֹ עַכּוּ"ם עָרֵל וְהָיָה לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים מִזֶּה וְכָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְגַּבֵּר וּלְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה הִתְגַּבְּרָה עָלָיו יוֹתֵר וְיָעַץ לוֹ חָכָם, שֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ וְיַעֲמד הָעַכּוּ"ם, וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ אַך זֶה עֵצָה לְפִי שָׁעָה כָּל זְמַן שֶׁלּא נִתְקַדֵּשׁ גּוּפוֹ עֲדַיִן וְהָעִקָּר לְקַדֵּשׁ וּלְטַהֵר עַצְמוֹ כַּנַּ"ל וְיֵלֵך לְחָכָם, וְיִתֵּן לוֹ עֵצָה נְכוֹנָה עַל כָּל דָּבָר כַּנַּ"ל

ושם בסימן רלג
כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן כְּמוֹ כֵן הַמַּחֲשָׁבוֹת הֵם בָּאִים מִבְּחִינַת הַחַיּוֹת (עיין תיקון כא בסופו) וּ מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם בְּחִינַת חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם בְּחִינַת חַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה וְ יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם.
הַכְּלָל שֶׁ אִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה רַק לַחֲשׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אפֶן וּכְבָר מְבאָר בְּמָקוֹם אַחֵר (לְעֵיל בְּסִימָן ע"ב). שֶׁ אֵין צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת מִלְחָמָה וּלְנַעְנֵעַ ראשׁוֹ אָנֶה וָאָנָה כְּדֵי לְגָרֵשׁ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת כִּי אֵין זֶה מוֹעִיל כְּלָל אַדְּרַבָּא עַל יְדֵי זֶה מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר רַק לִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל רַק לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק בְּתוֹרָה אוֹ תְּפִלָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל לַאֲחוֹרָיו כְּלָל וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא תִּסְתַּלֵּק

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2019 2:02 pm
דורך נשמה
@ בראשית ברא, איך דארף חזר'ן דעם שטיקל ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג. עס לערנען בעיון יעדן טאג.

איך קען מעיד זיין דערויף. קוק ווי ער שרייבט: וְנוֹתֵן כּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי. דער יצר באקומט כח פון די עצבות וואס עס באפאלט דעם מענטש, כלומר'שט התעוררות תשובה. דאס געט נאר כח פאר'ן יצר. ער שרייבט: כָּל זְמַן שֶׁעֲדַיִן לא נִתְקַדֵּשׁ וְנִטְהַר גּוּפוֹ אֵין שׁוּם תַּקָּנָה מַה שֶּׁמִּתְגַּבֵּר וּמִתְאַמֵּץ, התגברות ; התאמצות ; נוצן די כוחות זיך צו שטארקן דערויף ; צו זיך ארויסנעמען דערפון, גייט גארנישט העלפן. און ער שרייבט: וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים לְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה כִּי יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים כַּנַּ"ל. דאס איז 'יסורים גדולים'. ווייל דער מענטש וויל דאס נישט טראכטן. אבער מיט דעם אלעם איז נישט דא קיין תקנה. נאר די איינציגע צייטווייליגע תקנה איז אז ס'זאל גארנישט אויסמאכן ביים מענטש.

נישט טראכטן "איך דארף מיך פארבעסערן אז דאס זאל מער נישט געשעהן ; אדער פרובירן שטארק אריינצולייגן די קאפ אין לערנען כדי ס'זאל מער נישט קומען אזאנע מחשבות ; אדער פרובירן עס אוועקצונעמען מיט'ן טון אנדערע עסקים, ווייל גארנישט גייט נישט העלפן.

די איינציגע עצה איז לְקַדֵּשׁ וּלְטַהֵר עַצְמוֹ. און נישט ווייל מ'וויל אז ס'זאל מער נישט קומען די אלע מחשבות, ווייל אויב מ'איז זיך מקדש ומטהר ווייל מ'וויל אז ס'זאל מער נישט קומען, גייט דאס ווידער אריין אין דעם כלל פון התגברות און התאמצות לסלק המחשבה, און ער שרייבט דאך אֵין שׁוּם תַּקָּנָה מַה שֶּׁמִּתְגַּבֵּר וּמִתְאַמֵּץ, אלא מאי די קדושה וטהרה וואס א מענטש טוט, דארף זיין בלויז לשם זיך מטהר זיין די בלוט. און די מחשבות והרהורים דאס טוט ער קיינמאל גארנישט דערוועגן.

דאס ענין פון מטהר זיין די בלוט פון וואס ר' נחמן זצ"ל רעדט איז נישט כאילו מ'נעמט א זייער און מ'זייט דורך די בלוט און מ'נעמט דערפון ארויס א געוויסע גשמית'דיגע עלעמענט... עכירות הדמים מיינט, אז וויבאלד די ענדע רעזולטאט פון קדושה וטהרה טוישט דעם קערפער. אזוי אז מ'זעהט עס אן אויפן קערפער. א בחינה ווי חכמת אדם תאיר פניו. דערפאר ווען א מענטש זעהט זיך, אלץ נישט טהור און נישט קדוש, ער איז נישט לויטער, זעהט מען עס כאילו אויף די בלוט. ווייל רוחניות איז צאמגעבינדן מיט גשמיות. די ביאלאגישער צאמבינדונג פון 'מיינד' און 'באדי'.

ר' נחמן זצ"ל שרייבט דארט אֵין לוֹ תַּקָּנָה רַק שֶׁיְּקַדֵּשׁ וִיטַהֵר גּוּפוֹ, כְּדֵי שֶׁיִּזְדַּכֵּך וִיטַהֵר דָּמָיו וְיֵלֵך אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת וְיוֹרֶה לוֹ דַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה, דַּרְכֵי הַחָכְמָה עֵצוֹת נְכוֹנוֹת עַל כָּל דָּבָר אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ בשעת א מענטש זעהט אז ער האט אזאנע מחשבות, און "ער פאלגט די עצה פון רבי'ן", ער שטרענגט זיך קיינמאל גארנישט אן עס אוועקצונעמען, מיינט נישט אז דער מענטש איז צופרידן וויאזוי ער איז. ער איז צופרידן לגבי די 'מחשבות והרהורים', ער מאכט זיך קיינמאל נישט צוטון דערפון. אבער לגבי די קדושה וטהרה וויל ער נאך מאכן אסאך התבודדות וכו'.

די עצם מחשבות און הרהורים וואס קומען אריין, דאס פאדערט נישט קיין שום התאמצות און התגברות זיי אוועקצונעמען, קיינמאל, אזוי ווי ער שרייבט: אֵין שׁוּם תַּקָּנָה מַה שֶּׁמִּתְגַּבֵּר וּמִתְאַמֵּץ, נאר סתם זיך מקדש זיין און מטהר זיין גופו. און גופו מיינט נישט 'די גוף'. אז מ'זאל אנהייבן זיך מדמה זיין צו שפירן ווי א ריינער מענטש וואלט געשפירט. נישט דאס מיינט: מטהר זיין גופו. ווייל דאס איז אויך 'התאמצות והתגברות'. מטהר זיין גופו מיינט: אז מ'איז זיך מקדש מיט דרכי התשובה, דרכי החכמה, עצות נכונות, דאס מיינט: שֶׁיְּקַדֵּשׁ וִיטַהֵר גּוּפוֹ, כְּדֵי שֶׁיִּזְדַּכֵּך וִיטַהֵר דָּמָיו.

ס'קומט אויס פון דעם, אז אפילו אויב ס'איז אמת אז די מחשבות והרהורים קומען פון א לב הערל, און דאס פאדערט תשובה, און כניעה, מיט דעם אלעם זאגט ער אז א מענטש קען זיך קיינמאל נישט וויסנדיג מאכן פון 'מחשבות והרהורים'. ווייל עס העלפט נישט.

מ'קען זיך נישט רייניגן און הייליגן מיט התאמצות והתגברות. עס העלפט נישט, און עס העלפט נישט, און עס העלפט נישט. התאמצות והתגברות מיינט "איך גיי מיך מיט מיינע אייגענע כוחות העלפן..." דאס מיינט התגברות והתאמצות. עס העלפט נישט. און נישט נאר עס העלפט נישט, נאר עס מאכט גאר ערגער, ווי ער שרייבט, כִּי יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים כַּנַּ"ל.

יֵלֵך אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת דאס מיינט "איך קען מיט מיינע כוחות נישט ארויסקריכן..." איך קען אבער גיין צו א חכם האמת... א חכם האמת מיינט אן ערליכער יוד וואס איז בטל פאר'ן הייליגן באשעפער. אן ערליכער יוד וואס האט זיכוך הדמים. ער איז אויסגעלייטערט. אן ערליכער יוד וואס עס רינט פון אים איבער אז א מענטש האט נישט קיין שום אייגענע כוחות ארויסצוקריכן פון תאוות, א יוד וואס האט נישט קיין 'אנכיות'. די רגע מ'קומט אפילו נאר אין געגנווארט פון אזא מענטש, ווערן בטל די אייגענע "איך קען, איך טו, איך מאך..."

א חכם האמת מיינט ער: וּכְבָר מֻנָּח כְּלָל בְּיָדֵינוּ, שֶׁמִּי שֶׁהוּא חֲכַם אֱמֶת קְצָת אֵינוֹ נֶחֱשָׁב אֶצְלוֹ זאת הַתַּאֲוָה לְשׁוּם נִסָּיוֹן אֲפִילּוּ אִם תִּתְבַּע אוֹתוֹ אִשָּׁה יָפָה בִּמְקוֹם סֵתֶר שֶׁיִּהְיֶה בְּיָדוֹ לְמַלּאת הַתַּאֲוָה הוּא אֶצְלוֹ רַק שְׁטוּת וְשִׁגָּעוֹן וְאֵינוֹ נֶחְשָׁב לוֹ לְנִסָּיוֹן כְּלָל דאס רופט דער הייליגער ר' נחמן זצ"ל: חֲכַם אֱמֶת קְצָת חחחחח. האמיר אן השגה ? אֵינוֹ נֶחְשָׁב לוֹ לְנִסָּיוֹן כְּלָל ! .

נאך אזאך וואס איך באמערק אין דעם שטיקל, אז ער זאגט: וּכְמוֹ שֶׁיָּדוּעַ לְכָל מִי שֶׁנִּלְכָּד בָּזֶה וְיֵשׁ לוֹ אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁהוּא שְׁטוּת וְשִׁגָּעוֹן גָּדוֹל וְהוּא רַק מֵעֲכִירַת הַדָּמִים, וואס דאס מיינט צו זאגן, אז די עצם מחשבות והרהורים וואס קומען אריין, האט נישט קיין Meaning אין זיך. ס'איז סתם הבל.

די סיבה פארוואס ס'גייט אן פאר א מענטש די אלע הרהורים ומחשבות, איז נאר ווייל דער מענטש מיינט אז ס'האט אין זיך עפעס א Meaning, אז ס'האט אין זיך עפעס 'חכמה'. עפעס מיינט עס. עפעס זאגט עס. עפעס איז עס. ער וויל לערנען דעם מענטש, אז ס'ווערט generated פון 'עכירת הדמים'. ווי מער א מענטש ווייסט אז ס'איז סתם הבל, סתם נאריש, סתם שטות גדול. וועט עס אויפהערן אנצוגיין אלץ מער און מער. אזוי ווי א קליין קינד דערשרעקט זיך פורים פון א "בער", ווייל ער מיינט אז ס'איז עפעס. די רגע דאס קינד אנערקענט אז ס'האט נישט דעם 'וועליו' פון "בער", ס'האט דעם זעלבן וועליו ווי א פאפיר. בארואיגט ער זיך. די זעלבע ווען א מענטש אנערקענט אז די מחשבות איז סתם א שגעון.

נישט אז דער מענטש איז א שוטה ; א משוגע'נער ; א פתי ; א נאר, פארן האבן די מחשבות... נאר די עצם מחשבות, דער יצר, איז סתם שטות...

אבער נאר א חכם האמת קצת קען אזוי פארשטיין אז דאס איז א שטות ושגעון גדול. ווילאנג מ'איז נאכנישט ריין, און נישט אויסגעלייטערט, קען מען דעם תאווה נישט באמת אנקוקן אלץ א שטות ושגעון גדול. ער ר' נחמן זצ"ל האט דאס אזוי פארשטאנען, ווייל א צדיק אמת, איינער וואס איז לויטער, ער האט לויטערע בלוט, איז דאס ביי אים א שטות ושגעון גדול. די גאנצע זאך. די אמת'ע תאווה, מיט די סתם נארישע מחשבות.

און די התגברות וואס ער שרייבט אין סימן רלג: כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך מיינט: אז דער מענטש כאפט זיך נישט אן דערין.

דאס וואס מ'זאגט "רבש"ע איך בעהט דיך אז איך זאל האבן הייליגע געדאנקען, ומשפע מצוות תפילין יתמשך עלי ליהיות לי... ומחשבות קדושות בלי הרהור חטא ועוון כלל..." מיינט אז מ'זאל קענען ווי שנעלער זיך אוועקדרייען דערפון, און זיך נישט אנהאלטן דערין. ווייל מחשבות און הרהורים מעגן אריינקומען... ס'איז נאר ווי שנעל א מענטש קען זיך דערפון אוועקדרייען... און די מחשבה מוז בכלל נישט אוועקגיין. אזוי ווי ר' נחמן זצ"ל שרייבט: שֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ וְיַעֲמד הָעַכּוּ"ם, ס'מעג בלייבן ! ווייל ווי מער מ'וויל דאס מאכן Neutral, אלץ מער איז זיך דאס מתגבר, אזוי ווי ער שרייבט: כָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְגַּבֵּר וּלְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה הִתְגַּבְּרָה עָלָיו יוֹתֵר. זיץ מיט עס. לאז עס.

ס'איז א חילוק צווישן 'דער מענטש דרייט זיך אוועק דערפון'. און 'דער מענטש פרובירט זיך צו פטר'ן דערפון'. 'דער מענטש דרייט זיך אוועק דערפון' מיינט אז מ'לאזט עס ! ס'מעג זיין ! נאר מ'גייט זיך ווייטער, ווי ער שרייבט: וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל דו טו דיינס. ס'מוז נישט אוועקגיין. ווי ער שרייבט: צָרִיך שֶׁלּא לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל וְשֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ מַה שֶּׁעוֹמְדִים לְפָנָיו

ס'מוז נישט אוועקגיין !

ווי מער דער מענטש נעמט עס אן ערנסט, אלץ מער קען עס צודרייט מאכן... ווי מער ס'איז א שטות גדול אלץ ווייניגער.. א מענטש מוז מסכים זיין אז ס'דא אין אים אזא יצר של שטות. הַיֵּצֶר הָרָע הַתַּחְתּוֹן הַמְּגֻשָּׁם וְהַמְזהָם הַשּׁוֹטֶה וְהַפֶּתִי וְהַסָּכָל

און אזוי עמער אי"ה קענען לעבן אינעם הווה.

נאכאמאל מיין תשוקה איז צו קענען לעבן אינעם הווה. זיך מחבר זיין מיט'ן הווה. והשם הטוב יעזור... המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:03 pm
דורך נשמה
בס"ד.

וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ אַך זֶה עֵצָה לְפִי שָׁעָה כָּל זְמַן שֶׁלּא נִתְקַדֵּשׁ גּוּפוֹ עֲדַיִן וְהָעִקָּר לְקַדֵּשׁ וּלְטַהֵר עַצְמוֹ כַּנַּ"ל וְיֵלֵך לְחָכָם.

דאס איז א גוטע צייטווייליגע עצה, ווילאנג א מענטש דערזעהט זיך מיט ריינע בלוט, מיט זיכוך הדמים, איז דאס א גוטע צייטווייליגע עצה, אז א מענטש זאל טון זיינס, וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ. ס'קוקט אויס אז א מענטש איז נישט איין מענטש, די תניא רעדט שוין פון דעם. די מחשבה ציהט צו זאכן וואס זי וויל, א מענטש איז צאמגעשטעלט פון חיה'אישע רויע אינסטינקטן, ס'וויל !, אוודאי דארף מען זיך מטהר זיין, און מקדש זיין, און מזכך זיין את הדמים. אבער כל זמן, ווילאנג מ'איז נאך נישט מזוכך, וואס זאל מען טון ? אז מ'באמערקט אז ס'ציהט, און ?... ס'ציהט ווייל מ'איז צאמגעשטעלט פון חי'אישע אינסטינקטן אויך.

תֵדַע, שֶׁהַיֵּצֶר הָרָע שֶׁל רב הָעוֹלָם, שֶׁהוּא עֲכִירַת הַדָּמִים הוּא שְׁטוּת וְשִׁגָּעוֹן וְסִכְלוּת גָּדוֹל כְּמָה שֶׁאָמְרוּ: 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנָס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת'. אז מ'איז נאכנישט מזוכך האט מען דאס אויך. און וואס זאל א מענטש טון אז ס'ציהט ? סתם אזוי איז די ריאקציע פון א מענטש "איך גיי מיך מתגבר זיין און מתאמץ זיין ארויסצוגיין פון דעם אימאושן". די רגע א מענטש ציהט, זעהט ער זיך מיט אן Emotion וואס שטערט אים. אן Emotion וואס דער מענטש וויל אז ס'זאל אוועקגיין פון אים. וואס זאל א מענטש טון אז ער דערזעט זיך דערמיט ? ער זאל זיך מתגבר זיין ? ער זאל זיך מתאמץ זיין ? זאגט ר' נחמן זצ"ל, ניין ! דאס מאכט ערגער. דו טו דיינס, דו דאווען, דו לערן, דו זאג משניות, גמרא, תהלים, דו טו דיינס. און ס'וועט אוועקגיין פון זיך אליין.

אוודאי איז דאס נאר א צייטווייליגע עצה, אוודאי דארף מען בעיקר זיך מקדש זיין די בלוט, אבער פון די אנדערע זייט, אויב א מענטש געט נאר א קליינע פרוביר זיך צו שטארקן דערויף, מאכט עס ערגער. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען פרובירן דאס יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ... דאס איז דער עיקר עצה... נישט חלילה אז מ'גייט עס נאך... דאס איז די חכמה... פון איין זייט שפירט א מענטש: "איך האב א הרהור און איך טו גארנישט קיין התאמצות דאס אוועקצונעמען ? ..." אבער מ'פאלגט דעם עצה... און דייקא בתמימות ופשיטות...

די יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ דאס איז דער עיקר... די כלל וואס ר' נחמן זצ"ל שרייבט דארט: אז מיט יעדעס פיצל התגברות מאכט דאס נאר ערגער איז אזוי אמת... די כלל פון וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ איז דאך אזוי אמת...

דאס אליין קען העלפן צו לעבן אינעם הווה.

ס'דא צוויי מינע וועגן פון פרובירן צו לעבן אינעם הווה. איין וועג איז, "איך וויל יעצט לעבן אינעם הווה, ווייל איך האב געהאט זייער אסאך פראבלעמען אין מיין עבר, און איך וויל אז מיין עתיד זאל אויסזעהן בעסער, דערפאר לעב איך יעצט אינעם הווה. דאס איז נאכנישט ממש געלעבט אינעם הווה, וואס אנטשפרעכט בעסערע שאנסן ארויסצוברענגען א מענטש פון זיינע שוועריגקייטן ב"ה, פארוואס הייסט דאס נישט געלעבט אינעם הווה ? ווייל דער מענטש וויל פאררעכטן דערמיט זיין עבר, און האבן א בעסערער עתיד, זיין אטענשאן איז נישט אינגאנצן אינעם הווה. איז וויאזוי קען ער טאקע האבן א בעסערע עתיד ? הרוצה לחיות ימות את עצמו. ווילסט האבן א בעסערע עתיד ? לייג אוועק דעם עתיד... שני דברים הפכיים...

די בעסערע אופן איז: "איך לעב אינעם הווה, ווייל איך וויל יעצט לעבן..." דאס אלעס... "אבער וואס וועט זיין מיט מיין עתיד ?..." דאס איז שוין נישט 'הווה'. דאס גייט זיכער נישט אויפטון, ווייל ס'איז זיכער נישט הווה... לעב נישט אינעם הווה ווייל דו ווילסט עפעס פונעם עתיד. אבער וואס וועט זיין מיט מיין עתיד ? לעב נישט אינעם הווה וועגן דעם עתיד... לעב אינעם הווה, ווייל דו ווילסט לעבן אינעם הווה. לייג אוועק אינגאנצן דעם עתיד. דאס מיינט לעבן אינעם הווה. און האף צום באשעפער. כי הוא יוציא מרשת רגלי.

זייער אסאך מאל טרעף איך מיך מיט די ביטערע געפיל פון א דורכגעפאלענעם טאג... און דייקא דאן איז די צייט צו לעבן אינעם הווה... נישט קיין חילוק ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז... דאן איז די צייט צו לעבן אינעם הווה. די ביטערע טעם פון דורכפאל... די ביטערע טעם... דאס דארף מען אקצעפטירן...

אין DBT טערעפי, לערנט מען אויס Radical acceptance, אקצעפטיר. אינגאנצן... דאס מאכט אז א מענטש זאל האבן מער שאנסן זיך צו פארבעסערן... איך האב שוין מסביר געווען אויבן, וויאזוי ס'דארף ארבעטן... לויט ווי איך שאץ דארף עס נעמען אפאר יאר ווילאנג מ'זעהט זאכליכע רעזולטאטן... אוודאי ווערט ליכטיג אין פארשידענע ענינים ב"ה, אוודאי, אבער מ'דארף עס געבן צייט. והשם יעזור...

והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה...

געשריבן: פרייטאג פאברואר 01, 2019 2:38 pm
דורך נשמה
בס"ד

ס'איז אביסל שפעט, מיט דעם אלעם וועל איך 'עפעס' שרייבן.

מיין ציהל איז צוצוקומען צו זוכה זיין אין דעם מתנת חנם פון הייליגן באשעפער צו לעבן אינעם הווה דייקא. איך ווער ארומגעפירט און אוועקגעפירט פון מיין אייגענע אינערליכע כוחות, וואס דאס איז די שווערסטע, און נישט ווייל ס'איז באמת שווער... צומאל שפיר איך: דאס מאל מוז איך נאכגעבן, דאס מאל וועל איך נאכגעבן, דאס מאל וועל איך לעבן שלא בהווה. אבער די שפיר נאכן זעהן אז מ'איז ארומגעפירט געווארן, און אויסגענארט געווארן פון די אייגענע 'מיינד', שפירט זיך גאנץ 'צעבראכן'... חחחחח....

איך מוז אנגארטלן מיינע כוחות, און יא לעבן אינעם הווה. דאס קומט נאר דורך איינזעהן: קוק, וויאזוי ס'שפירט זיך... ס'האט זיך געלוינט ? וואלט נישט בעסער געווען ווען איך פארלאז מיך אויף השי"ת ? וואלט נישט בעסער געווען ווען איך לעב אינעם הווה ? וואלט נישט בעסער געווען פשוט צו רעדן צום אייבערשטן און שוין ? וואלט נישט בעסער געווען אויפצוגעבן קאנטראל צום באשעפער וואס ער פירט די וועלט ? פארוואס האב איך מיך געדארפט זארגן ???? פארוואס קען איך נישט איינזעהן אז דער רבש"ע פירט די וועלט... ער וועט שוין צופירן. גיי מיט מיט דעם אייבערשטן.

לויט ווי ר' חיים מאיר נ"י שרייבט אין המספיק גאזעט בנוגע נוצן ריכטיג די ענערגיע און עס נישט פארנוצן פאר אומנויטיגע געברויכן, קומט אויס, אז דאס נישט לעבן אינעם הווה נוצט נעבעך אויס אזויפיל אומנויטיגע ענערגיע. איך קען נישט פארציילן מיט איינמאל וואס איך גיי אדורך... וויאזוי מיין 'מיינד' פירט מיך ארום, און נוצט אויס מיין ענערגיע אויף זאכן וואס לאזן זיך אויס אזא חלום... אזוי נישט אמת... איך שפיר אז ווען איך וועל זוכה זיין אז מיין טאטע אין הימל וועט מיר העלפן צו לעבן אינעם הווה. אז איך זאל באמת איינזען ווי דאס נישט לעבן אינעם הווה פארברענט מיינע כוחות אויף נעבעך נעבעך Nothing. ווי עס שטייט אין די תוכחה "ותם לריק כוחכם..." און איך האב מורא אז 'ותלכו עמי בקרי' מיינט אז מ'לעבט נישט אינעם הווה.

ווייל לעבן אינעם הווה מיינט, אז מ'לעבט מיט'ן הייליגן באשעפער, אז ער וועט שוין צופירן וואס מ'דארף מתקן זיין. איך בין נישט באמת איבערצייגט אז דאס מיינט 'אם תלכו עמי קרי'... דער אייבערשטער זאל אפהיטן.

יעצט, בשעת איך בין צעבראכן איז די צייט זיך מחזק צו זיין און אריינגיין אינעם הווה... און לעבן אינעם הווה... לאמיר האפן אז די חשבונות וואס קומען מיר ארויף "אז דאס מאל לוינט זיך ארויסצוגיין פונעם הווה..." לאמיר האפן אז ס'וועט זיך איבערצייגן אין די ריכטיגקייט פון די זאך...

לאמיר טראכטן, אויב לעבן אינעם הווה פארנוצט ווייניגער און ווייניגער אומנויטיגע ענערגיע, קען מען אנהייבן צו ווערן א מענטש... אבער איך מוז פארגעסן פון דעם גאנצן דורכפאל, ווייל איך וויל לעבן אינעם הווה. יעדעס מאל איך בין מיך מחזק נאך א דורכפאל... מאכט דאס שטערקער די וויכטיגקייט פון לעבן אינעם הווה. די כוחות פונעם גוף זאלן פועל זיין ארום דעם הווה. און נישט אויף געשעענישן וואס האבן נישט מיט'ן הווה, און צומאל אפילו נישט מיט'ן אמת'ן מציאות...

לאמיר טראכטן א יוד וואס איז מקיים דעם 'לא תחמוד' ווי דער אבן עזרא שרייבט עס: ער וויל עפעס, אבער ער נוצט נישט אויס זיינע כוחות צו גליסטן דערצו... און ווען דער אייבערשטער העלפט ער איז זוכה דערצו, ווייל דער אייבערשטער וויל אים עס געבן, האט ער סיי נישט אויסגענוצט זיין ענערגיע ווי ער האט נישט געדארפט, און סיי ער לעבט מיט'ן אייבערשטן...

המשך יבוא אי"ה, והשם הטוב יעזור...

געשריבן: זונטאג פאברואר 03, 2019 3:00 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

היינט בין איך שוין געווען פארנומען צו ראטעווען די מענטשהייט.

עניוועי. לאמיר צוריקגיין צו מיין ציהל, וואס דאס איז 'זיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה'. איך שטעל מיך פאר אז ס'נעמט א גוטע פאר יאר, מיט אומבא'טעמ'טע דורכפעלער, און רבי געלט, וויאזוי מ'קומט אן דערצו.

אין ליכט פון די געוואלדיגע טיפע ארטיקל פון שרייזשע, וויל איך פארציילן, אז אמאל פלעג איך שפירן זייער עקלדיגע געפילן ווען איך בין געקומען ברבים צווישן נאנטע... אבער ב"ה איך בין ארויסגעקראכן דערפון... די ווערטער "איך בין ארויסגעקראכן דערפון" מיינט נישט, איך וויל ארויסקריכן דערפון... נאר דאס טוט שיינען מיין אפמאך "וועלכע געפיל איך גיי שפירן ווען איך בין צווישן מענטשן, אט מיט דעם גיי איך לעבן ביזן טויט, איך גיי עס נישט פייטן מיט קיין ברעקל..." איך גיי קענען באשטיין זיך צו שפירן די גרעסטער לא לנו... I D'ont Care. עס גייט מיך נישט אן...

איך גיי אויפהערן צו פייטן !!!

איך האלט אזוי ווי עס איז אנגענומען אין DBT, די ערשטע סטעפ, - לויט ווי איך געדענק עס פון 'נפשי', איז - Radical Acceptance, אקצעפטיר דיין אייגענע 'לא לנו'שקייט'. (נישט וויל איך בין, נאר ווייל איך שפיר...) אינגאנצן!!! פייט עס נישט... און מענטשן זענען גרייט מיך צו אקצעפטירן וויאזוי איך בין... ווילאנג איך פייט נישט... און די ווערטער "מענטשן זענען גרייט מיך צו אקצעפטירן וויאזוי איך בין..." מיינט נישט, אז "איך שלאג מיך אז זיי זאלן מיך אקצעפטירן..." נאר זיי אקצעפטירן מיך !!! אזוי ווי זיי אקצעפטירן א בארעפליי וואס לעבט רואיג אויפן וואנט...

אקעי, לאמיר צוריק גיין צו מיין הווה.

אמאל פלעג איך 'פייטן'. דאס מיינט אז איך פלעג אלעמאל מעסטן מיין הצלחה... על זה הדרך: "איך שפיר אזוי און אזוי... איך מיין אז טיף אינעווייניג שפיר איך נאך אלץ נישט אזוי זעלבסט-זיכער... איך מיין אז איך מוז שפירן בעסער... נאך אלץ דרוקט מיר... דו האלסט אז איך שפיר שוין זעלבסט-זיכערקייט? נע... איך האב מורא אז טיף אינעווייניג שפיר איך נאך א ווערימעל פון Low self esteem." (ס'איז נישט ממש די זעלבע זאך, אבער איך מיין ביידע.)

איך האב באשלאסן אז עס גייט מיך נישט אן...

אך... לאמיר צוריקקומען צו מיין ציהל, בעסער געזאגט, 'תשוקה' צו לעבן אינעם הווה.

המשך יבוא אי"ה... און דער הייליגער באשעפער זאל מיר ארויסנעמען פון מיינע פאנטאזיעס, איך זאל זוכה זיין איינצוזעהן די גליקליכקייט פון לעבן אינעם הווה. והשם הטוב יעזור.

געשריבן: זונטאג פאברואר 03, 2019 8:23 pm
דורך נשמה
בס"ד

צומאל שפיר איך ווי 'לעבן אינעם הווה' איז אין קאנטראסט מיט 'רפואת הנפש'. איך שפיר ווי 'לעבן אינעם הווה' לאזט מיך נישט ערלויבן מיינע געדאנקען מיך אוועקצוטראגן אין מיינע טיפע געפילן וכו', און אויב אזוי ווען וועל איך ווערן אויסגעהיילט? פארשטייסט די קשיא? די קשיא איז, אויב איך קריך נישט אריין אין מיר אריין, און איך בלייב אויבערפלעכליך, נו, וויאזוי גיי איך ווערן אויסגעהיילט?

איך האב נישט קיין קלארן תירוץ דערויף. אבער דאך בין איך בוחר צו לעבן אינעם הווה. ווייל דאס האט מער פאטענציאל.

עניוועי, איך האב געזעהן אין תנא דבי אליהו אזוי: הנבזים ומאוסים בעיני עצמן, די וואס זענען אוועקגעמאכט ביי זיך אליין. ומשפילין את רוחן, און זיי זענען משפיל זייער גייסט, וכובשין את יצרם און זיי נעמען איין זייער יצר, עליהן הוא אומר ישעיה פרק מט פסוק ז.

עס שטייט נישט, המבזה וממאס את עצמו. עס שטייט הנבזים ומאוסים בעיני עצמן. זיי זענען ביי זיך אוועקגעמאכט. דאס קען נישט מיינען א מענטש וואס זיצט און איז זיך מבזה און איז זיך ממאס. ווייל דאס ברענגט דאך עצבות, און מ'דארף זיין בשמחה. נאר דאס מוז מיינען א מענטש וואס לעבט אינעם הווה, און ער שלאגט זיך נישט, אויפצובויען זיין 'איגו'. אבער דאס מיינט אויסדרוקליך נישט א מענטש וואס איז נעבעך דורך א שווערע יוגנט. דאס מיינט א געזונטע מענטש, וואס שלאגט זיך נישט אויפצובויען זיין איגו. און די נאטור איז, אז א מענטש אויב שלאגט ער זיך נישט אויפצובויען זיין 'איגו', שפירט ער א געוויסע סארט מבוזה וממואס. אזוי איז די נאטור. ווייל א מענטש איז באמת נישט 'דער'...

ער שפירט זיך דערהויבן, ער שפירט זיך נישט צוקלאפט, אבער דאך ווייל ער שלאגט זיך נישט אויפצובויען זיין 'איגו', נאר ער געט זיך אונטער, ווערט ביי אים אזא סארט שפיר. און וואס מיינט משפיל את רוחו? ער איז משפיל זיין 'גייסט' וואס וויל זיך הייבן, און וויל ארויסהאבן זיין 'איך', ער וויל געפעלן אויף אן אופן וואס ברענגט יצר, און ער איז עס משפיל, דאס הייסט, ער קלערט נישט אריין אין זיך, ער טראכט נישט צוריק. אזוי ווי עס שטייט ווייטער: וכובשין את יצרם עליהן הכתוב אומר...

איך זעה אסאך מאל יונגעלייט עובדי השם וואס לויט ווי איך פארשטיי מיינען זיי אז מ'דארף זיך משפיל זיין, און מ'דארף זיך אראפדרוקן. און צאמקוועטשן. און זיי ארבעטן אזוי אויף 'הכנעה', אבער דאס קוקט נישט אויס צו זיין די ריכטיגע השפלה פון וואס דער יושר דברי אמת רעדט. דער יושר דברי אמת רעדט אז א מענטש'נס איגו ווערט 'אינעווייניג' צעפלאצט. There is no need to kvetch. מ'דארף זיך נישט אראפקוועטשן. עס איז נישטא וואס צו קוועטשן.

איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי טראכט דער יונגערמאן אז ער גייט שפירן א טעם אין עבודת השי"ת נאכן זיך אזוי אראפדרוקן? איך האב געזעהן אמת'ע ערליכע יודן, האבן זיך בכלל נישט אראפגעדרוקט. זיי זענען אינעווייניג צעפלאצט. עס איז נישטא דארט קיין איגו וואס צו צעקוועטשן. זיי זענען ביי זיך באמת 'גארנישט'. די אלע וואס מיינען אז מ'דארף (לויט ווי מיין קליינע שכל דמיונ'ט אריין...) זיך אראפקוועטשן, קלער איך, אז זיי האבן א גראבן גרויסן 'איגו', און זיי מיינען אז זיי זענען עפעס. די רגע זיי גייען שפירן וואס זיי זענען באמת, גייט זיך אויפהערן די גאנצע קוועטשעריי...

נישט נאר זיי טארן עס נישט טון פאר זיך, נאר זיי טארן עס נישט טון פאר אנדערע מענטשן. זיי קענען חלילה אוועקנעמען די אפעטיט פון וועלן זיין נאנט צום אייבערשטן.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:03 am
דורך בראשית ברא
@נשמה, וועגן לעבן אין הווה, מספר הקדוש הנ"ל

תורה רעב - היום אם בקולו תשמעו
הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ (תְּהִלִּים צ"ה) זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ צָרִיך שֶׁלּא יַחֲשׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך לא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשׂב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל וְ גַם שֶׁלּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכחַ כָּרָאוּי וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, הַיּוֹם דַּיְקָא, וְהָבֵן.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 04, 2019 1:31 pm
דורך נשמה
@בראשית ברא. ש'כח.

הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ (תְּהִלִּים צ"ה) זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם


אמאל איז געווען אזא "עבודת השם". דערפאר זאגט ער זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם. דער בעל המחבר ליקוטי מוהר"ן, האט גערעדט צו געהויבענע יודן וואס האבן עוסק געווען אין עֲבוֹדַת הַשֵּׁם. איך קען אבער אויך אריינקוקן דערין, און זיך אפלערנען דערפון, כאטש איך שפיר נישט אז ער רעדט צו מיר, ער רעדט צו עובדים. זיי האבן געדינט דעם אויבערשטן יומם ולילה. זיי האבן געזוכט עבודת השם. און צו זיי האט ער געזאגט: זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם. ס'איז נאך היינט דא אזאנע. זייער גאנצער טאג איז "עֲבוֹדַת הַשֵּׁם". יעדעמ'ס טאג איז עבודת השי"ת. אבער פון די הייליג לשון קוקט אויס ווי ער רעדט צו עובדים, וואס האבן געהאלטן דערביי.

דאס הייסט, אפילו ווען זיי האבן געלעבט אינעם הווה, האבן זיי אוועקגעגעבן זייער גאנצער כח צו עבודת השם, עד מיצוי דמם. זיי האבן בושטעבליך געדינט השי"ת. מיין טאג איז אויך עבודת השי"ת, יעדער יוד איז עבודת השי"ת. אבער פארשטייסט? אמנם ס'איז באוואוסט אז די ליקוטי מוהר"ן איז מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין, אבער דאס לשון זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם. מ'רעדט דא פון א צדיק נשגב, וואס האט גערעדט צו הייליגע יודן למעלה מהשגותי, מיט די גאנצע הווה. איך זאל האלטן דארט, אפשר נאך זייער זייער זייער זייער אסאך התבודדות, אולי האי וכולי האי, וואס ער דער הייליגער ליקוטי מוהר"ן זצ"ל האט אזויפיל גערעדט דערפון.

טראכט ווי דער הייליגער צדיק זצ"ל זאגט: אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשׂב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל. אפילו נאר איין רגע, זיין עבודת השם, איז מיר דאס א מַשָּׂא כָּבֵד. נאר פאר זיי, פאר די חסידים צו וועם ער האט גערעדט, זיי האבן מילא געהאלטן דערביי. ס'איז נישט געווען אין יענע תקופה אזויפיל גרעבע. איך רעד פון מיר. ביי זיי איז עס געווען פיל לייכטער ווי צו אונז.

ביי מיר, אפילו מיין הרהור תשובה איז אויך עפעס. ווער רעדט פון כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם. זיי צו וועם ער האט גערעדט זענען געווען צדיקים, אויסגעלייטערט, ריין, לויטער. אזוי ווי דו רעדסט צו א פייגל אז זי זאל נישט טראכטן אז זי דארף פליען היינט, און מארגן, און איבערמארגן, נאר זי זאל טראכטן, אז זי האט נאר דעם היינטיגן טאג. דארף מען דאך אבער קודם זיין א פייגל. לייכט, אויסגעלייטערט.

דו פארשטייסט? אפילו איין רגע די עבודת השם וואס ער מיינט, איז פאר מיר א משא כבד. ניטאמאל מעסט איך מיך אן דעם שיך. ווייל ס'איז בכלל נישט מיין סייז. אבער מיט דעם אלעם איז דא אין ליקוטי מוהר"ן עצות פאר יעדע מענטש. ווי למשל התבודדות וכו'. אבער די ווערטער זה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, די ווערטער אליין איז פאר מיר ליידער ליידער א מַשָּׂא כָּבֵד וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ

איך וואונטש מיך אז איך זאל ארויפקומען אויף יענע וועלט, כאטשיג, יו נאו... מיט התבודדות קען מען דערגרייכן, מ'דארף נאר זיין א גרויסע עקשן... אבער יעדעס ביסל איז חשוב פאר'ן אייבערשטן... למעשה, אפילו אין ליקוטי מוהר"ן זעהט מען עבודת גדולות, אז ממש מ'קען עס אפילו נישט טראכטן, איז מיט דעם אלעם, איז עס חיזוק. ווייל ס'ווערט ארויסגעברענגט אז נישט קיין חילוק וואס, איז אלעס חשוב...

אבער די ווערטער זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, ער רעדט צו איינער וואס איז לויטער... וד"ל. ס'איז נאך דא היינטיגע צייטן אזאנע. מ'דארף זיי נאר אויפזוכן. נישט זיי מגלה זיין, ווייל ס'איז נישט פאר זייער טובה, אבער זיי נאכקוקן פון א באהאלטן ווינקל...

אבער איך רעד פון 'לעבן אינעם הווה', סתם. לעבן מיט'ן אייבערשטן. אבער נישט די עבודת השם פון וואס ער רעדט. הגם לערנען ליקוטי מוהר"ן דארף מען, און אויך סיפורי מעשיות, וכו', ווייל דאס רייניגט. אזוי ווי מ'לערנט אגדות חז"ל.

ס'איז אבער יא דא יודן וואס פאר זיי איז דאס שייך. יודן וואס לעבן מיט אונז. מ'דארף זיך נאר ארומקוקן עט מען זיי טרעפן. יודן וואס געבן זיך אוועק פארן הייליגן באשעפער. איי, ווען קומט מען צו דערצו...

איך רעד פון סתם לעבן אין די הווה. ניסלעך... סתם לעגאוס. קארעלעך... אוודאי, מיין ציהל איז צו לעבן מיט די אייבערשטער... אבער די ווערטער זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, איך שפיר אז ווייל איך בין ליידער וויאזוי איך בין, מ'דארף נישט דא אלעס שרייבן, אשרי שמכסה, דערפאר שוין... אבער מיט התבודדות קען עס גיין... מ'קען דערגרייכן מיט התבודדות גאר ווייט... מ'דארף אבער זיין א עקשן גדול... באמת א עקשן...

איך רעד פון סתם לעבן אין די הווה... אויך ארום עבודת השי"ת, אבער נישט די עבודת השי"ת פון וואס ער רעדט. זאל דער אייבערשטער העלפן איך זאל שוין זוכה זיין צו טון תשובה... עניוועי....

וואס נאך? יא, איך האב א ציהל זוכה צו זיין צו לעבן אינעם הווה, ווייל איך וויל מיך מקשר זיין צום הייליגן באשעפער. איך וויל לעבן מיט'ן אייבערשטן, און אויך ווייל איך וויל ווערן א מענטש. און עס גייט מיך שווער, דערפאר קום איך דא שרייבן, אז דאס זאל מיר געבן חיזוק. חזק חזק חזק נשמה, ואחוז עצמך יא צו לעבן אינעם הווה, און דער אייבערשטער זאל שוין צוזעהן ווי דו ווילסט זיין גוט, כאטש דער יצר לאט דיך נישט... און שטארק דיך 'נשמה', זעה צו לעבן אינעם הווה. זיך מחבר זיין מיט'ן הווה. און מיט דעם איז מען מקיים אויך די מצווה פון 'תמים תהי', און בכלל ס'איז א געזונטע זאך. זאל מיך שוין דער אייבערשטן אויסגראדן מיין שכל וואס איז אזוי צעשרויפט.

שוין. והשם הטוב יעזור. שאזכה לעשות תשובה שלימה, און צו ווערן אויסגעהיילט פון כל מיני...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:08 pm
דורך נשמה
רבינו נחמן מברסלב אין ליקוטי מוהר"ן האט געשריבן:תורה רעב - היום אם בקולו תשמעו
הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ (תְּהִלִּים צ"ה) זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ צָרִיך שֶׁלּא יַחֲשׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך לא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשׂב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל וְ גַם שֶׁלּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכחַ כָּרָאוּי וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, הַיּוֹם דַּיְקָא, וְהָבֵן.


איך גיי שרייבן עפעס, אויב חלילה איינער זעהט אין מיינע ווערטער אפילו דאס מינדעסטע נישט גוט, זאל ער זיך אינגאנצן אפטשעפן דערפון... והשם יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי חס ושלום.

אין דעם שטיקל ליקוטי מוהר"ן זעהט מען נאכנישט אזוי ווייט פון וואס איך רעד. ס'קען זיך דאכטן אז ער רעדט פשוט אז מ'זאל נישט טראכטן פון מארגן, ווייל טראכטן פון מארגן שטערט, אזוי ווי ער שרייבט דאך: שֶׁלּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכחַ כָּרָאוּי וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת אז ער מאכט נאכנישט גרינגער "עבודת השם". איינער וואס ליידט פון 'פרעשור' קען עס אננעמען גאר פארקערט, ער וויל זאלסט טראכטן "דו האסט נאר דעם היינטיגן טאג..." ס'איז טאקע גרינגער, ווייל ס'דאכט זיך נישט כאילו ס'איז שווער. אבער ער מאכט אים מיט גארנישט גרינגער. ער רעדט דאך פון 'עבודת השי"ת'... ער רעדט דאך פון עבודה

איך רעד דא פון 'לעבן אינעם הווה'. דאס הייסט אפילו ווען א מענטש זאל טראכטן "איך האב נאר דעם היינטיגן טאג... איך האב נאר דעם יעצטיגן שעה..." מאכט דאס נאכנישט גרינגער, אויב ער ליידט פון 'פרעשור'... עס האט א פאטענציאל אים נאכנישט ארויסצונעמען פון חולי נפש... ווייל ער קען עס אפלערנען נישט ריכטיג... אבער אויב מ'לעבט אינעם הווה... מאכט דאס גרינגער. ס'באפרייט פונעם 'איגו'. לעבן אינעם הווה האט אין זיך נאר דעם 'עול', די אויפגאבע, פון זיך מחבר זיין מיט'ן הווה. די עבודת השי"ת פון וואס ער רעדט: האט אין זיך דעם עול פון אריינכאפן דאס מערסטע... ווי ס'באוואוסט אז ער האט געפאדערט זייער אסאך אריינצוכאפן אין איין טאג.

איך רעד פון זיך מחבר זיין נאר מיט'ן הווה. נישט קיין חילוק וואס דער הווה פארלאנגט פון מיר. איך רעד אז ווען א מענטש שמועסט, זאל ער זיך אינגאנצן אריינלייגן דערין. אינגאנצן זיך מחבר זיין דערמיט. ווייל עווענטועל ברענגט דאס נאנט צו השי"ת. און דאס היט אפ פון יצר הרע.

א בחור'ל וואס זעהט דעם שטיקל ליקוטי מוהר"ן, האט א פאטענציאל נאכנישט צו זעהן פון וואס איך רעד, דהיינו, פון וואס ר' שרגא פליישמאן רעדט.

ר' שרגא נ"י רעדט פון זיך אויסהיילן דעם 'איגו'. פון ארויסגיין פון 'פרעשור' וואס דער איגו שאפט. ס'דא בחורים וואס ליידן נעבעך... זיי האבן א עול... זיי זענען אנגעצויגן... זיי זענען אונטער דרוק... זיי כאפן נישט... זיי מיינען אז "אין לי אלא יום זה... שעה זה... זה מה שאומר הרביז"ל... יום המחרת הוא עולם אחר לגמרי... היום דייקא..." און זיי זענען אנגעצויגן... מ'מוז אריינכאפן... זיי זאגן שנעל משניות... גמרא... שנעל שנעל איך האב נישט קיין צייט... איך האב דאך נאר דעם היינטיגן טאג... זיי כאפן נאכנישט די באדייט פון לעבן אינעם הווה.

געב א קוק די רואיגקייט פון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זאל זיין געזונט און לעבן לאנג, ער לעבט אינעם הווה. ער איז מחובר צום הווה. יעדעס בילד וואס דו זעהסט פון אים, זעהט מען ווי ער ממש דארט. ער געפינט זיך דארט. עס גייט אים אן... כאילו ער האט גארנישט אויף דער וועלט נאר די זאך וואס ער טוט יעצט. ס'קען טאקע זיין אז די ליקוטי מוהר"ן רעדט פון דעם... אבער צומאל פון א שטיקל ליקוטי מוהר"ן קען מען נאך אלץ נישט כאפן דעם מהלך פון 'לעבן אינעם הווה'.

נישט אלעמאל קען מען מסביר זיין וואס דאס מיינט לעבן אינעם הווה. מ'דארף האבן שימוש. געב א קוק וויאזוי ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א לערנט... איך האב אמאל געזעהן א קליינע קליפ וויאזוי ער לערנט ליקוטי מוהר"ן אויפן וועג צו אומאן... דו האסט נישט קיין אהנונג דאס מין הווה וואס מ'קען זעהן... ס'גייט אים נישט אן קיין שום אומבאקוועמליכקייט. די מאשין וואס האט אים געטראגן ווארפט זיך, און שאקלט זיך, אבער ער ממש ווי איינער וואס גייט מיט מיט'ן מציאות... ער איז דא, דאס מערסטע שייך...

דאס מיינט לעבן אינעם הווה. ר' יעקב מאיר זאגט: פאר נעכטן אמונה, פאר היינט השתדלות, און פאר מארגן בטחון... דאס האב איך געזעהן אין 'מאמענט'. עניוועי.

בקיצור...

די זאך מיט לעבן אינעם הווה איז, אז ווען דו ווילסט עס טון, מוזטו זיך אריינלאזן אין א זאך וואס דו ווייסט קלאר, אז קיינער חוץ השי"ת גייט קיינמאל נישט וויסן דערוועגן. נאר דו מיט'ן אייבערשטן גייען וויסן וואו דו ביסט אריין...

מיין תשוקה איז זוכה זיין צו ווערן איבערצייגט אין די שטארקייט פון לעבן אינעם הווה. והשם יעזור. המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:55 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

ס'איז מיר אריין אן איידיע אין קאפ, און איך קען עס נישט ארויסקלאפן, וועל איך עס דא אראפקלאפן. נישט אז איך האלט אזוי, נאר די איידיע דערפון גרובט מיר. ס'האט מיך פריער געשטערט פון לערנען, איך האב אפגעמאכט איך גיי עס דא אויסלופטערן...

איך האב אנגעהויבן טראכטן אז די סיבה פארוואס ס'איז דא אזויפיל ADHD און אזויפיל 'חולי נפש' איז צוליב וואקסינען. :lol: איך זאג נאכאמאל, איך האלט נישט אזוי. איך שטעל נאר פאר א טעאריע. מיין טעאריע לויפט אזוי: די סיבה פון אסאך חולי נפש קומט פון נישט קענען לעבן אינעם הווה. די Reactions, וואס פאסירן אין די מענטש, זיך צו שלאגן מיט זאכן. To fight against something. דאס אז ס'קען קומען פון די אוממעגליכקייט צו לעבן אין די הווה, דאס איז דאך א דבר פשוט. דאס הייסט אז ווייל דער מענטש איז פארנומען זיך צו שלאגן מיט עפעס. דערפאר קען ער נישט לעבן אין די הווה, און דערפאר האט ער די אלע סימפטאמען....

מ'זעהט די וואס האבן ADHD, זיי האבן כאילו א מאטאר וואס ארבעט אינעווייניג. יעצט, וואס איז דער מאטאר? שטעל איך פאר א טעאריע אז דאס איז נגרם פון וואקסינען. איך האב עס שוין געזעהן דערמאנט אין א געוויסע שטודיע, אזא טעאריע.

נאכאמאל, א טעאריע מעג יעדער מאכן... און זיכער אז ס'מעג בייפאלן...

יעצט אזוי, וויאזוי קען איך מיר איבערצייגן אז איך בין נישט גערעכט, און הלוואי, הלוואי איבערצייג איך מיך אז איך בין נישט גערעכט. דאס איז דורך דעם וואס איך וועל זעהן קינדער וואס זענען גארנישט, אבער גארנישט, געווארן וואקסינירט, און בעסער אז זייערע עלטערן אויך נישט, און דאך האבן זיי ADHD. אדער אנדערע זאכן... דאך זענען זיי Reactive. זיי קענען נישט לעבן אינעם הווה. דאס וועט מיך איבערווייזן אז ס'האט גארנישט מיט וואקסינען...

אבער ס'קען אויך האבן מיט די לעבענס סטייל. די שנעלע אופן וויאזוי א קינד זעהט דאס לעבן, גייט אריין "אין זיינע ביינער". ס'מוז נישט האבן מיט וואקסינען.

מוהרא"ש איז שוין געווען פארנומען מיט דעם אז די היינטיגע קענען זיך נישט קאנצענטרירן. דערפאר האט ער פארגעשריטן א דרך הלימוד.

פארוואס שרייב איך עס דא, סתם צו האבן וואס צו טראכטן...

אבער אפילו לאמיר זאגן אז די גאנצע צעדרייטקייט פון נישט קענען לעבן אינעם הווה, פון שפירן Racing thoughts, קומט פון וואקסינען, וואס איז יעצט מיין אויפגאבע? נאר צו ארבעטן אויף לעבן אין די הווה...

פארוואס דארף איך יעצט טראכטן פון וואס דאס קומט? איך לאז עס פאר די גרויסע חברה... והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה. נישט המשך וועגן וואקסינען, נאר המשך וועגן לעבן אין די הווה.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:39 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פארוואס זאל א 'איגו' מחמיר זיין ? פארוואס זאל חומרות און חששות אין יודישקייט קומען פונעם 'איגו' ? פארוואס ווען א קינד ווערט נעבעך געטשעפעט אין די יונגע יארן, השי"ת זאל אפהיטן, פארוואס האט אזא קינד מער פאטענציאל מחמיר צו זיין ? די סיבה איז אזוי: (ס'איז ווארשיינליך נאר טעאריע...) די סיבה איז, ווען א קינד ווערט געטשעפעט, צינד זיך אן אין אים א ריספאנס זיך צו ראטעווען. (אפילו א שטארקע קינד, א אכטער, וועט לכאורה אויך ביי אים זיך אנצינדן א ריספאנס, ער וועט פשוט ווערן מער אכטעריש, מער Tough, אבער א ריספאנס וועט ער האבן.)

ווען א קינד ווערט געטשעפעט, מאכט עס אים טראכטן וועגן זיך. עס מאכט אים אפשאצן זיין ווערד. איי, וואס עפעס טראכט ער וועגן זיך ? אפשר איז יענע יונגל וואס טשעפעט אים סתם נישט אין די גיסטע ? ווארשיינליך קומט דאס פון 'שכל', די שכל פארשטייט אז עפעס מוז דא געטשעפעט ווערן, וואס דען מיינט עס אז יענער טשעפעט ? דער מענטש אליין טוט דאס אונטערבאוואוסטזיניג... ווילאנג קיינער טשעפעט אים נישט, טראכט ער ניטאמאל וועגן זיך אליין, איינמאל מ'טשעפעט אים, מאכט עס אים טראכטן וועגן זיך אליין, אז ער איז ווייניג ווערד.

אויפצובויען סעלף עסטים, דארף מען נישט זאגן "ביסט יא ווערד..." נאר מ'דארף אים ארויסנעמען פון בכלל טראכטן וועגן זיין ווערד.

יעצט, אזא קינד הייבט אן שפירן אז ער ווייניג ווערד, און ער וויל יא זיין ווערד. די Low self esteem ווערט פארבינדן מיט די מעסעדשעס פון טשעפערייען. טשעפערייען טוט וויי... Low self esteem טוט נישט אלעמאל וויי... נאר אויב ס'איז פארבינדן מיט דערנידערונגען...

יעצט, וואס מאכט אז א קינד זאל יא וועלן שפירן ווערד... וואס גייט דיך אן אז דו ביסט נישט ווערד ? נאר א מענטש וויל זיך באשיצן... ער ארבעט כדי יא צו זיין ווערד... ער וויל נישט זיין געטשעפעט.

לאמיר חזר'ן: סתם א מענטש וואס ווערט נישט געטשעפעט, ארבעט נישט צו זיין ווערד... ארבעטן צו זיין ווערד קומט פון Low self esteem. דער מענטש ווערט געטשעפעט און דערפאר ארבעט ער יא צו זיין ווערד... דא הייבט זיך אן צו אנטוויקלן די 'חששות און די חומרות'... דערפאר זעהט מען אז קינדער וועם מ'האט געטשעפעט אין חדר, אנטוויקלן 'חששות און חומרות אין הלכה'...

זיי שפירן אז נאר דורכ'ן מחמיר זיין וועלן זיי זיין ווערד. זיי שפירן אז דאס טוט אפשלאגן זייער Low self esteem.

אט די דאזיגע חששות וחומרות, קומט נישט פון 'יודישקייט', עס קומט פון 'איגו'... אזאנע מענטשן קענען אויך ווערן פארנומען צו זאגן קריטיק... פארוואס זאל א 'איגו' זאגן קריטיק פאר אנדערע מענטש בנוגע הלכות... קומט עס פון יודישקייט ? פארוואס זאל א 'איגו' זאגן קריטיק ? די סיבה איז, ווייל זיין קאפ ווערט סטאק אויפצוזוכן זאכן וואס מענטשן טוען אומריכטיג...

פארוואס זאל דאס קומען פון 'איגו' ? פארוואס אויב א קינד ווערט געטשעפעט אין חדר, און ער שפירט אז ער איז ווייניג ווערד, פארוואס זאל דאס מאכן אז ער זאל אונטערנבאוואוסטזיין אויפזוכן וואו מ'קען קריטיקירן ? פארוואס ? די סיבה איז, וויבאלד דער מענטש איז סטאק מיט זיין Low self esteem, אז ער איז ווייניג ווערד, און ער מוז זיך אגאנצן צייט שלאגן דערמיט, איז ער סטאק צו זיין ווערד, דורכ'ן זיין אויסגעהאלטן אין די הלכה... און וויבאלד זיין רצון צו זיין אויסגעהאלטן אין די הלכה קומט פון די אינערליכער געשלעג וואס ער שלאגט זיך יא צו זיין ווערד... וועט ער אונטערבאוואוסטזיניג זיין דארט סטאק...

סתם א מענטש באמערקט נישט וואס דער סארט 'איגו' באמערקט... אלע קריטיק וועלן אוועקפליען מיט די ווינט, איינמאל די איגו גייט אוועק... יעדער וועט אנהייבן צו טון ווי די הלכה פארלאנגט... און פלוצלינג וועט יעדער ווערן דן לכף זכות...

יודישקייט דארף קומען פון 'איגו' ? יודישקייט דארף קומען פון ענווה והכנעה צום אייבערשטן... מ'דארף אויסהיילן די פארווייטאגט נפש, און דאן זוכה זיין צוצוקומען צו די ריכטיגע יודישקייט... די מענטשהייט פארטראגט נישט יודישקייט וואס קומט פון 'איגו'...

יעצט וויל איך רעדן פון התבודדות. און איך רעד צו מענטשן וואס זענען ענליך צו מיר. אז דו פארשטייסט וואס איך מיין, מן הסתם ביסטו ענליך... אז דו פארשטייסט נישט, מן הסתם ביסטו אנדערש.

פארוואס ווען א יוד הייבט אן רעדן צום באשעפער קען זיך מאכן אז ער שפירט נישט אזא קשר צום אייבערשטן, און אפילו ווען ער גלייבט מיט זיין גאנצע הארץ... און נאכדעם ווי מער ער רעדט צום באשעפער אלץ מער שפירט ער א קשר צום אייבערשטן, אלץ קלארער און קלארער ווערט ביי אים אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט ? וואס איז די זאך דערפון ? וואס איז דאס ? וואס האט געפעלט, און וואס איז יעצט געשעהן ? ער האט דאך אלעמאל געגלייבט ?

די תירוץ איז, א מענטש איז א חלק אלוק ממעל, סתם אזוי וואלט א מענטש געדארפט שפירן אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. נאר מ'ווערט פארגרעבט... פון מאכלות אסורות, צו עבירות וכו'...

כדי צו שפירן אמונה העלפט נישט זיך איבערצייגן אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט... עס טוט גארנישט אויף כדי צו שפירן אמונה. דו גלייבסט !!!, זאגן אני מאמין וועט נאכנישט מאכן אז דו זאלסט עס שפירן מיט א קלארקייט... שפירן אמונה איז נישט אזאך וואס ווערט שטערקער אדער שוואכער דורך ווי איבערצייגט מ'איז. ווייל די סיבה פארוואס ס'שפירט זיך נישט קלאר אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, קומט נישט ווייל ס'פעלט איבערצייגעניש, א מענטש איז א חלק אלוק ממעל, אמונה דארף קוועלן פון אינעווייניג פון זיך אליין, א מענטש איז מלא אמונה, ער איז דאך א חלק אלוק ממעל... ער איז שוין פון אייביג אן איבערצייגט. די סיבה פארוואס עס איז ביי א מענטש נישט קלאר, קומט פון פארגרעבטקייט. אזוי ווי די פסוק זאגט עונותיכם היו מבדילים...

ווילאנג א מענטש איז פארגרעבט, וואס האט ער פון איבערצייגעניש אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, ער שפירט עס נישט... ער וועט נאך אלץ וואקלן... און זיין Disconnected, א מענטש איז שוין פון אייביג אן איבערצייגט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט... ער האט פשוט resistance עס מודה צו זיין. ס'איז פשוט שווער מודה צו זיין.

איז כדי צו שפירן אמונה, דארף מען פשוט מאכן התבודדות... סתם זיך אויסוויינען דאס הארץ צום באשעפער, און אוודאי אנטלויפן פון יעדע מין מחשבה וואס זאגט קעגן אמונה...

כדי צו שפירן אמונה, דארף מען זיך נישט שטארקן אין אמונה, דו האסט אמונה, דו ביסט א שטיק אמונה פון אייביג אן... דו דארפסט דיך פשוט אויסוואשן דיין הארץ צום הייליגן באשעפער, שרייען צו אים, וויינען צו אים... האמנתי = איך גלייב כי אדבר = ווייל איך רעד צום אייבערשטען.

מיר דארפן געדענקן אונזער אדרעס... התבודדות.

מיין תשוקה איז זוכה צו זיין צו ווערן איבערצייגט אז לעבן אין די הווה איז די זאך וואס איך זאל טון.

והשם הטוב יעזור המשך יבוא אי"ה.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:44 pm
דורך נשמה
בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

'לעבן אינעם הווה'.

איך האב שוין געשריבן אז דאס אז 'לעבן אינעם הווה' קען ארויסנעמען א מענטש פון זיינע שוועריגקייטן, ווי למשל OCD, ADHD, פעניעריי, און נאך זאכן, דאס קומט ערשט נאך צוויי יאר זיכער ארבעטן דערויף אויף א תמידיות'דיגע אופן.

איך בין נאכנישט איבערצייגט אז 'לעבן אינעם הווה' קען זיכער אויסהיילן פון ADHD, OCD, און נאך שוועריגקייטן. ווייל איך בין נאכנישט ארויסגעקראכן פון מיינע אייגענע שוועריגקייטן. אבער איך בין איבערצייגט אז איך גיי ווערן איבערצייגט בעזרת השי"ת. נאר לאמיר עס געבן צייט.

ס'האט Ups and downs, מ'שפירט צומאל אז מ'פארלירט זיך, אז מ'וועט שוין קיינמאל נישט ווערן קיין מענטש, אז מ'גייט שוין קיינמאל נישט ארויסקריכן, מ'גייט אלעמאל פארבלייבן פארקריפלט, אבער דאן איז די צייט !!! דאן איז די צייט צו 'לעבן אינעם הווה'. פאר איינעם וואס ליידט פון וואס איך לייד, ער ליידט פון 'פעניעריי' מיט דיסטרעקשאנס, ועוד, איז דאס זייער זייער שווער צו גלייבן.

מ'שפירט ווי אלע 'יגיעה' דערהאלט זיך נישט. מ'שפירט ווי מ'פיהלט אן א גלעזעל וואס האט א לאך. מ'שפירט זייער פארווייטאגט. איך רעד צו מענטשן וואס מוטשען זיך. מ'פרעגט זיך "וואס האב איך יעצט פון אריינגיין אינעם הווה, וואס הווה ? וואס עפעס ? וואס גייט עס אויפטון ? מ'שפירט ווי מ'איז א חוזק ! אבער טאקע דעמאלט איז די צייט אריינצוגיין אינעם הווה. ס'מאכט נישט קיין חילוק ווי צעבראכן מ'שפירט זיך. "גיי אריין אינעם הווה..." גיי דארט אריין !!! זעהסט דעם הווה ? דו ווייסט וויאזוי מ'לעבט אינעם הווה ? דו ווייסט וואס מ'טוט כדי צו לעבן אינעם הווה ? גיי דארט אריין !!!

די קשיא וואס דו פרעגסט "אבער עד מתי ???, ווילאנג נאך ??? ווילאנג נאך וועל איך מיך מוטשענען ??? ווילאנג נאך וועט עס גיין אזוי קרום ??? ווילאנג נאך וועל איך שפירן אזא לא לנו ??? אזוי צעבראכן ביי מיר אליין פון אלע דורכפעלער ??? ווילאנג נאך וועל איך זעהן ווי יעדער ארום מיר איז מצליח און דוקא פאר מיר גייט עס אזוי קרום ??? ס'גייט נישט... איך פרוביר אבער ס'גייט נישט, איך פאל נאכאמאל און נאכאמאל דורך...

מיין איבערצייגעניש איז, אז ס'נעמט בערך צוויי יאר. איך זאג צוויי יאר, ווייל איך געב עס סך מער וויפיל איך שאץ אז ס'דארף אינגאנצן אויסהיילן.

יא, אמת, ס'זייער שווער צו גלייבן אז סתם 'לעבן אינעם הווה' קען ארויסנעמען פון די מיני שוועריגקייטן... און נאך שווערער איז צו גלייבן און אננעמען אז דוקא נאך א דורכפאל, דוקא ווען מ'איז צעבראכן, דווקא דאן איז די צייט פשוט אריינצוגיין אינעם הווה... ס'זייער שווער צו גלייבן... מ'שפירט ווי "איך טו גארנישט ארויסצוגיין פון מיינע שוועריגקייטן... איך 'לעב סתם מיט א תמימות אין די הווה' ??? איך וויל ארויסקריכן...

ווען א מענטש זעהט זיך איינגעזינקען אין בלאטע, וואס טוט ער ? ער פרובירט מיט זיינע כוחות ארויסצוגיין פונעם זומפ... נישט ער 'לעבט אין די הווה'... פארוואס סתם שרייען צום באשעפער 'טבעתי ביון מצולה, באתי במעמקי מים, ושיבולת שטפתני, יגעתי בקוראי, ניחר גרוני, כלו עיני מייחל לאלקי... א מענטש דארף פרובירן ארויסצוקריכן... און דא זאל איך סתם 'לעבן אין די הווה' ?? וואס איז די 'שכל' דערפון ??? איך וויל ארויסקריכן... זיך פארבעסערן... מאכן גדרים... דערגיין די שורש... (איך מיין נישט גדרים וסייגים וואס ס'שטייט אין שולחן ערוך ובספרי מוסר. איך מיין צוזאגן אז מ'קען נישט מיט די 'איגו' ארויסגיין פון די 'איגו'.)

די 'שכל' דערפון איז, אז די גאנצע סיבה וואס האט דיך אריינגעטראגן אין די 'בלאטע' קומט פון דעם וואס דו האסט דיך צוגעוואוינט נישט צו לעבן אינעם הווה. עס קומט פון דיין 'איגו', די היינטיגע וועלט האט דיך געמאכט אז דו זאלסט לעבן שלא בהווה. דו האסט פארלוירן די מעגליכקייט און די בינה וויאזוי מ'לעבט בכלל אינעם הווה. האסט אנגעהויבן צו באקומען א 'איגו', מער און מער, און די גאנצע זאך פארוואס דו ליידסט, קומט נאר ווייל דו לעבסט שלא בהווה. נישט אז דאס האט עס גורם געווען. די 'איגו' האט עס גורם געווען... ותשכח ק-ל מחולליך...

נאך א צוויי יאר, בין איך איבערצייגט, אז אויב א מענטש גייט אריין אינעם הווה, אפילו ער זעהט נישט קיין שום הצלחה. ער האט נאר נאכאמאל דורכגעפאלן, נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, נאכאמאל, און אויך בעיקר אז מ'רעדט צום אייבערשטן, פארשטייט זיך. גייט ער בהכרח בעזרת השי"ת ארויסקריכן.

יעצט, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז דאס העלפט, אבער איך בין שטארק איבערצייגט אז איך גיי מיך איבערצייגן בעזרת השי"ת. לעבן אינעם הווה האט אין זיך א גאנצע מעכאניזם פארוואס דאס דארף ארויסשלעפן א מענטש פון זיינע שוועריגקייטן. איך וועל נאך שרייבן דערפון...

energy in motion .jpg
energy in motion .jpg (163.58 KiB) געזעהן 1990 מאל


איך האב עס אראפגעכאפט פון א דעקל פון 'קינדליין'.

געב א קוק ווי די קינדער האבן נישט קיין איגו...

איך וויל דיך פרעגן, צו זעהסטו היינטיגע צייטן אז קינדער זאלן אזוי טאנצען ??? איך פרעג נאר, טראכט !!!

וויאזוי ווייס איך אז די קינדער האבן נישט קיין 'איגו'? ווייל 'איגו' מאכט אז א מענטש זאל זיין צאמגעדרוקט, נישט פריי, נישט אפן, נאר פארמאכט, זעהט אויס אז וואקסבערגער ווייסט וואס עס מיינט א געזונט קינד. ווייל ער האט זייער ליב דייקא דעס... דייקא די ספאנטאנישקייט.

ספאנטאנישקייט מיינט נישט טון וואס ס'פאלט ביי. די קינדער וואס דו זעהסט אויפן בילד, אפילו דו זאלסט דיך אויס'משל'ן אז זיי ווייסן אויך אז געוויסע זאכן וואס ס'פאלט ביי טאר מען נישט טון, און אז מ'דארף זיך אויפפירן אויף א תורה'דיגע אופן, פון דעסטוועגן זענען זיי ספאנטאן. פארוואס ??? ווייל זיי האבן נישט קיין 'איגו'... אפילו די בילד איז נישט קיין עכטע בילד, פון דעסטוועגן קען מען זעהן פון וואס איך רעד אלעמאל...

דאס מין אופן ווי לעבן פארקוועטשט, פארמאכט, פארקנאקט, צוריקגעהאלטן, דאס איז געזונט ?

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.