נייעס אינערהאלב COMMSAR

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

מען בינדט איין א פרישער קאנדידאט

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יוני 14, 2019 12:14 pm

איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יוני 14, 2019 12:16 pm

איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יוני 14, 2019 12:17 pm

איך האב נאך אסאך בילדער, אבער נישט קיין צייט. המשך יבא אי"ה.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (166 Bytes) געזעהן 1891 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג יוני 14, 2019 12:23 pm

ישר כח מיר ווארטן!
. . . . . . .

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג יוני 14, 2019 12:29 pm

Wow פאר אונז היימישער עולם איז די נייעס אין דעם אשכול זייער אינטערעסאנט און באלערנד. עס איז א געוואלדיגע הפצה פאר awareness און עס קאסט נישט (חוץ הרב הייקערס טייערע צייט). פליז האלט עס קומען!
mi a nagy ügy

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך יוני 19, 2019 10:12 pm

1bbbb1edd4ac485faf8703191c3370f9.jpg
1bbbb1edd4ac485faf8703191c3370f9.jpg (123.11 KiB) געזעהן 1777 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

כאפצעם, קויפצעם!

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יוני 19, 2019 11:21 pm

רבותי, איז מיז אייך זאגן.דער ארטיקל איז א מייסטער ווערק!

אויב האט איר הענט און פיס און א געשמאק אין א גוט שטיקעל געליינאכטס, דאן לויפט און קויפט.

איך בין טאקע א נוגע בדבר, אבער איך האב שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון אן ארטיקל. עס וועט אייך נעמען אויף א רייד פון קורת רוח, אנגעהויבן מיט געשמאקע יומער, אריבער צו אטעם פארכאפענדע דראמא, אריין געפלאכטן טרעפליכע אנעקדאטן, און איר וועט זיך טרעפן ביים סוף מיט אן אפענע מויל און שמאלץ רינען ביי די זייטן. עס איז מלא טעם.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:01 am

זיי האבן עס נישט מנדב געווען די ארטיקל אין PDF?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:44 am

איך וואלט עס נישט געקויפט סתם אזוי, אבער נאכן מיטהאלטן דא @היימישער'ס כסדר'דיגע אינטערעסאנטע באריכטן וועלן מיר עס אי"ה קויפן די וואך.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ווירדזשיניע ביטש סירטש

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יולי 10, 2019 3:28 pm

קאמסאר וואלענטירן פירן אהן דעם זיך אקציע צוזאמען מיט אחיעזר און די פארק רעינדזשערס. ווי נאר מען וועט הערן גוטע בשורות אויף ר' ראובן צבי בן אסתר בילא וועט מען ארויסלייגן אן פולער באריכט. דערווייל זייטס ביטע מתפלל. מען קען אויף הערן קורצע אינטערוויוס אויף קומא 114.



נ.ב. דא איז גאר הייס מיט א ברענעדיגע זין. צענדליגער וואלענטירן ארבעטן מיט מסירות נפש.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יולי 10, 2019 6:49 pm

שומרים פון באלטימאר און חברים פון ראקלענד קאונטי זענען נארוואס אנגעקומען אויפן סצענע מיט פרישע געצייג צו ארויסהעלפן מיט די זוך אקציע.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך יולי 10, 2019 7:29 pm

מען זוכט פאר א קערפער?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יולי 10, 2019 7:44 pm

אזוי זאגן די סטאטיסטיקס, אבער מען האפט אויף ניסים.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 10, 2019 9:37 pm

וויאזוי זוכט מען אין א "ים"???
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יולי 10, 2019 10:13 pm

שמעתי אז מ'האט ג'פסקנט אז די משפחה זאל זיך מארגן זעצן שבעה. קען עס איינער קאנפירמען? אן אינטערעסאנטע פסק בעיני הגדול
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יולי 10, 2019 10:33 pm

די משפחה וויל מען זאל זיי נישט קריכן אין די קישקעס. לגבי די סירטש איז איין זאך. לגבי זייער פערזענליכער לעבן, ווי שבעה וכדו' דארף מען רעספעקטירן זייער ווילן צו בלייבן באהאלטען
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יולי 14, 2019 5:56 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:קאמסאר וואלענטירן פירן אהן דעם זיך אקציע צוזאמען מיט אחיעזר און די פארק רעינדזשערס. ווי נאר מען וועט הערן גוטע בשורות אויף ר' ראובן צבי בן אסתר בילא וועט מען ארויסלייגן אן פולער באריכט. דערווייל זייטס ביטע מתפלל. מען קען אויף הערן קורצע אינטערוויוס אויף קומא 114.



נ.ב. דא איז גאר הייס מיט א ברענעדיגע זין. צענדליגער וואלענטירן ארבעטן מיט מסירות נפש.

ליידער האט מען איהם געטראפן נישט ביים לעבן.
איז שייך אז איהר זאלט אראפגעבן א באריכט איבער די זוך אקציע?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ח"א

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג יולי 14, 2019 7:53 pm

איך האב נישט אזוי פיל צייט אויף איינמאל, וועל איך דאס ציטיילען אויף חלקים. ואתכם הסליחה.


פארגאנגענעם דינסטאג בערך 12:40 PM איז הרב ראובן צבי בוימאן פארלוירען געגאנגען אין די וואסער. מען האט תיכף גערופן 911 און די קאוסט גארד האט זיך געפונען אויפן סצענע תיכף דערנאך. זיי האבן זיך באניצט מיט פארשידענע שיפן און מיט העליקאפטער. איינע פון די מערסט הילפבארע מיטלן וואס מען ניצט, איז א אינפרארע"ד קעמרע וואס מען לייגט ארויף אויף א העליקאפטער און דורך דעם קוקט מען אויף די וואסער. די קעמרע צייגט ווי עס איז דא די היץ פון א גוף קעגן די קאלטע וואסער.

דא האט איר א בילד פון די אזא קעמרע גענוצט דורך קאמסאר ביי א צווייטע זיך אקציע

איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ח"ב

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג יולי 14, 2019 8:11 pm

און די נאכמיטאג שעות האט די קאוסט גארד געמאלדט אז דאס איז מער נישט קיין 'רעטונג' אקציע, נאר א 'רעקאווער"י' אקציע. און אנדערע ווערטע אז זיי זוכן שוין א גוף. אביסעל שפעטער האבן זיי שוין געוואלט אפרופן דעם מיסיע, וויבאלד זיי זענען בעצם נישט געשטעלט אויף רעקאווערי. נאך דרוק פון פארשידענע ניו יארקע ארגענעזאציעס, האבן זיי געבליבן פארזעצן זייער זיך אקציע ביז ביינאכט. דינסטאג ביינאכט האט מען אפגעשטעלט דאס זוכן ווייל אין די טינקעל איז נישט מעגליך צופיל צו זוכן.

אויפן רוף פון די קהלה, האבן זיך א גרופע קאמסאר וואלערנטירן, בראש פונעם עקספערט הר"ר יודל שווארץ, זיך ארויסגעלאזט אויף די זיבן מיט אהאלב שעה'דיגן וועג קיין ווערדזשיניע. מען האט זיך ארויסגעלאזט בער 12:30 און אונגעקומען אויפן סצענע בערך אכט אזייגער אין דער פרי.

ביים אנקומען, האט מען זיך פארשטענדיגט מיט דעם אחיעזר ארגענעזאציע, וואס איז געווען אויפן ארט שוין פון נעכטן, און זיי האבן געבעטן אז מיר זאלן זיך נעמען צו דעם עבודה און מסדר זיין דעם זוך אקציע. דעם ארט ווי די טראגעדיע האט פאסירט געהערט פאר די US Fish and Wildlife Dept. די הויפט רעינדזשער האט זיך תיכף צוגעכאפט צו די גוטע נייעס אז עס איז דא א לעגאלע, פראפעשענעל ארעגענזאציע וואס זאל אנפירן דעם זוך אקציע אויף א פראפעשינעל אופן, און ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע וואס באטייליגן זיך און דעם זוך אקציע זאלן זיך איינשרייבן ביים קאמסאר קאמענד סענטער. עס איז געווען א גרויסע קידוש השם.


דעם קאמסאר קאמענד סענטער קומט אהן

בילד
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג יולי 15, 2019 12:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 14, 2019 8:29 pm

ווער צאלט אויס די אלע קאסטן עם די גוי'שע און יודישע ארגעניזאציעס? מ'קען עפעס נעמען פון די אינשורענס פונעם מענטש אפילו די קאסטן פון נאכדעם וואס די קאוסט גארד האט אפציעל געזאגט אז ס'איז שוין לאחר יאוש?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג יולי 14, 2019 9:16 pm

די יודישע זענען אלעס וואלענטירן און דורך נדבות פון אחב"י. די גוישע האבן מיטגעארבעט אלס איבעראשקייט פון די ערענסקייט מיט וואס די יודישע ארגענעזאציעס האבן זיך באצויגן דערצו. עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם.

מען באקומט נישט גארנישט פון אינשורענס פאר סירטש און רעסקיו. אויסער אויב אן אנבולאנס טראגט און שפיטאל צאלט די אינשורענס דעם אמבולאנס. אבער גארנישט מער.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג יולי 14, 2019 9:45 pm

אדרבא, העלפטס ארויס. קאמסאר האנדעלט געווענליך מיט משפחות וואס זענען ציבראכן און צישאסן, ווארטן צו הערן א גריס פון זייער טאטע/בחור/ברודער וכדו'. אייער $18 קען מאכן די חילוק צו מען קען זיך ערלויבן נאך א שטיקעל סאפיסטעקירטע עקוויפמענט וואס וועט שנעלער ברענגען די ישועה פאר דעם קומענדיגער משפחה.

ווארפטס אריין אין שרייבטס לכבוד @היימישער הייקער!

ווארפטס אריין אין פישקע!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 14, 2019 10:17 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:אדרבא, העלפטס ארויס. קאמסאר האנדעלט געווענליך מיט משפחות וואס זענען ציבראכן און צישאסן, ווארטן צו הערן א גריס פון זייער טאטע/בחור/ברודער וכדו'. אייער $18 קען מאכן די חילוק צו מען קען זיך ערלויבן נאך א שטיקעל סאפיסטעקירטע עקוויפמענט וואס וועט שנעלער ברענגען די ישועה פאר דעם קומענדיגער משפחה.

ווארפטס אריין אין שרייבטס לכבוד @היימישער הייקער!

ווארפטס אריין אין פישקע!

האמער געגעבן חי דאלער.

אבער פון ווי שאפן זיי געלט פאר זייער אלע עקוויפמענטס און טרענינג? זיי שאפן אלעס פון דאונעשענס? זיי באקומען נישט קיין פאנדס פון די שטאט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יולי 14, 2019 11:51 pm

שכוח היימישער הייקער.
מיר ווארטן פארן המשך.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יולי 14, 2019 11:54 pm

nmi האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אדרבא, העלפטס ארויס. קאמסאר האנדעלט געווענליך מיט משפחות וואס זענען ציבראכן און צישאסן, ווארטן צו הערן א גריס פון זייער טאטע/בחור/ברודער וכדו'. אייער $18 קען מאכן די חילוק צו מען קען זיך ערלויבן נאך א שטיקעל סאפיסטעקירטע עקוויפמענט וואס וועט שנעלער ברענגען די ישועה פאר דעם קומענדיגער משפחה.

ווארפטס אריין אין שרייבטס לכבוד @היימישער הייקער!

ווארפטס אריין אין פישקע!

האמער געגעבן חי דאלער.

אבער פון ווי שאפן זיי געלט פאר זייער אלע עקוויפמענטס און טרענינג? זיי שאפן אלעס פון דאונעשענס? זיי באקומען נישט קיין פאנדס פון די שטאט?

נישט געוויסט אז די הייסט אויפן לעצטע נאמען Jalapeno,

האסט פארגעסן צושרייבן אז ס'איז לכבוד היימישע הייקער.

20190714_235233.jpg
20190714_235233.jpg (27.07 KiB) געזעהן 1560 מאל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט