בלאט 1 פון 10

נייעס אינערהאלב COMMSAR

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 10:37 pm
דורך היימישער הייקער
איך בין א מעמבער אין די היימישער סירטש אין רעסקיו ארגענעזאציע Community Search and Rescue וואס העלפט טרעפן מענטשן וואס זענען פארלוירן אין וואלד. פון צייט צו צייט קומט פאר אינטרעסאנטע טרענירינגען וכדו', האבעך געקלערט צו טיילען מיטן עולם. איך בעט נאר דערוילעם אז אויב איר האט הנאה, זאלטס עטס מיך נישט לאזן זינגן סאלאו, איך קען נאך חלילה הייזעריק ווערן...

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 10:44 pm
דורך היימישער הייקער
אנפאנג ווינטער, זענען זיך צאמגעקומען מעמבערס פון עטליכע פראפעסיאנעלע "סורטש און רעסקיו" ארגאניזאציעס, יודישע און להבדיל גוישע, פון לענגאויס ניו יארק און ניו דזשערזי צו מאכן א "דריל" אין די טיפע וועלדער אינדרויסן פון די מאנסי אומגעגענט. עטליכע 50 גאר טרענירטע "סורטש און רעסקיו" מעמבערס האבן אנטייל גענומען אין דעם עקסערסייז. מעמבערס זענען צוטיילט געווארן אין קלענערע גרופעס פון 4 און האבן זיך פארשפרייט עטליכע מייל טיף אין וואלד מיט'ן ציל צו געפינען די אינטערגעשטעלטע פאציענט. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט, איז דער 'פארלוינער' מכלומר'שט אטאקירט געווארן דורך א בער און מען האט געדארפט נאכגיין זיינע שפירן אין וואלד אים צו געפונען. דאס האט געפירט צו א באהאלטענע בונקער אין וואלד ווי די פארלוינערע האט זיך אויפגעהאלטן.
עטליכע היימישע אינגעלייט פון די COMMSAR ארגענעזאציע האבן אנטייל גענומען אין דעם דריל. איינע פון זיי איז געווען מיט די גרופע וואס האבן למעשה געפינען די אטאקירטע פאציענט און געגעבן די נויטבאדערפענישע הילף (נאכן הייקן איבער 9 מייל אין איין צו).

ביים חזר'ן די פראצעדורן פארן זיך ארויסלאזן

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 10:49 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

ביים חזר'ן א וויכטיגע סארט קניפ

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 10:52 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

מען שפאצירט שוין

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 10:54 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

אפס! א וואסער!

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:00 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

נישט ממש א פראבלעם

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:03 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

אויף די ברייטערע טרעילס גייט א גרופע מיט ATV'ס

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:05 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

ענדליך עפעס געטראפן

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:12 pm
דורך היימישער הייקער
עס קוקט אויס ווי איינער איז דא צובליטיגט געווארן אין פראבירט צו פארבאנדעזשירן
בילד

הער איך עפעס?!

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:17 pm
דורך היימישער הייקער
יא! עס הערט זיך ברומען פון א בער! זעט אויס אז דער מענשט איז אטאקירט געווארן פון א בער! (עס איז אינטערגעשטעלט געווארן א ספיקער מיט די ברימען פון א בער)

אבער ווי איז ער געגאנגן?

איך זעה נישט גארנישט.

אה, לאמיר פראבירן נאכצוגיין די טראפן בלוט.

בילד

יגעת ומצאת!

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:20 pm
דורך היימישער הייקער
מן הסתם איז ער דא אריינגעלאפן אין דעם בונקער!

בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:26 pm
דורך Haklal
עס איז זייער אינטערעסאנט, קיעפ איט קאמינג

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:30 pm
דורך היימישער הייקער
מען האט טאקע דארט געטראפן דעם 'פארוואונדעטן פאציענט' אינעם בונקער.


פון דארט האט מען אים געדארפט אראפשלעפן צום עק וואלד. אוי איז דאס געווען אן עבודה...


נאך א ס"ה פון ניין מייל הייקן, באקומען די געצייג זייער ערליך פארדינטן רוה...

בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:31 pm
דורך שמש
Wow סאנד זייער אינטערעסאנט, שרייב נאך

שיעור פארגעסן פונעם הינטעל

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:33 pm
דורך היימישער הייקער
ער דארף זיך אויך אפרוהן נאכן וואקן עטליכע מייל מיט זיין גרופע.
בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:36 pm
דורך היימישער הייקער
די גרופע פונעם הינטל זענען אויך געווען אויסגעשטאט מיט thermal cameras וואס קען זעהן די היץ פון א מענשט קעגן די קאלטע וואלד.

דא האט איר עטליכע בילדער

בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:37 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:38 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:38 pm
דורך היימישער הייקער
בילד

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:39 pm
דורך היימישער הייקער
דאס איז געווען א טרעינינג צום געדענקן. זאל מען עס קיינמאל נישט דארפן ניצן פאר א יוד.

געשריבן: זונטאג ינואר 27, 2019 11:53 pm
דורך בענקעל
Wow הייקער. זייער אינטערעסאנט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2019 12:04 am
דורך פעשען
אינטערסאנט. טענקס הייקער!

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2019 1:55 am
דורך הענדימען
וואף. מעירעדיג

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2019 4:03 am
דורך פעטער שמואל
זייער אינטערסאנט!!!

יעצט עטליכע שאלות:

ווען, און פארוואס האט זיך די היימישע ארגאניזאציע געגרינדעט?

ווי אפט ווערט די ארגעניזאציע גערופן צו אנטייל נעמען אין א אקטיווע סערטש?

ווער רופט די ארגעניזאציע? פריוואטע מענטשן, אדער די רעטונגס אגענטורן?

ווער פאנד'ט די ארגעניזאציע? די כלים קאסטן אסאך געלט.

חברים פון מאנסי איז אויך טרענירט פאר סערטש ענד רעסקיו. איז דאס די זעלבע סארט, אדער עטס זענטס מער פארגעשריטן?

געשריבן: מאנטאג ינואר 28, 2019 7:31 pm
דורך היימישער הייקער
קלאר צו שטעלן. דאס איז ח"ו נישט אראפ צו רייסן די כל יכולדיגע ארגענעזאציע. איך פערזענליך האב שוין הנאה געהאט פון זיי עטליכע מאל און שטיץ זיי וויפיל עס איז ביכלתי.