8 קינדער קרעכצן דעם "ברוך דיין האמת"!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

8 קינדער קרעכצן דעם "ברוך דיין האמת"!

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:04 pm

8 קינדער קרעכצן דעם "ברוך דיין האמת"!

דער חורבן איז גרויס, אין לשער, אבער מיר טארן דאס נישט פארגרעסערן און לאזן זיך פארשטערקערן!



דער וואונד איז נאך ברייט אפען, און זאלץ גיסט זיך אן אויפהער אין די יעצטיגע מאמענטן!

אומאויפהערליכע קוועלער פון זוידיגע טרערן פליסן נאך אין די אויגן פון די פאמילע און אלע וועלכע זענען באקאנט מיט ר' ישראל זעליג שרייבער ע"ה, א ירא שמים מרבים און א אהוב לכל מכיריו ויודעיו.

א געטרייער פאטער צו זיינע 8 קינדערלעך. א קיימא לן פון פינף יאר האט ער זיך ל"ע געראנגלט. א נהנה מיגיע כפו. מיט אימערמענטשליכע כוחות האט ער זיך געמוטשעט צו ברענגען ברויט פאר זיין קינדער-געבענטשטע פאמיליע און זיי שפייזן לויט די מעגליכקייטן און אומשטענדן.

נאכן זיין פארוואגלט פון שפיטאל צו שפיטאל און פון דאקטאר צו דאקטאר, אונטערוועגנס פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען און רפואה אנגעלעגנהייטן, ווען די אייגענע קינדער האבן נישט געזען זייער פאטער פאר די אויגן פאר גאר א לאנגע תקופה איבערלאזנדיג געצוואונגענערהייט א פאמילע פון אכט קינדער, בלי משען ומשענה.

צו די גרויס ווייטאג פון זיין פאמיליע, חברים און ידידים איז ער יונגערהייט, בדמי ימיו אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט, רח"ל.

מיר, זיינע חברים, ידידים און גוטע פריינד האבן א הייליגער פליכט!

מיר קענען נישט צוזען ווי אחינו בני ישראל שלא טעמו טעם חטא הונגערן און לייגן זיך שלאפן הונגעריג, פיינפול און ווייטאגליך.

מיר נעמען זיך צוזאם און מיט א ברודערליכע געטריישאפט וועלן מיר בס"ד שטעלן די אלמנה ושמונה בניה אויף די פיס

און געלט טאר נישט זיין פאר זיי קיין אפהאלט און שטער ווען אין אייער נתינה ווענדט זיך זייער צוקונפט!

דעם טאטן קען מען נישט צוריקברענגען וואס דאס איז גענוג א גרויסער בראך, אבער געלט טאר ווי פארשטענדליך נישט זיין דער אפהאלט!

קול דמי אחינו צועקים! הצילנו!

עס ליגט אויף אונז א חוב קדוש צו ראטעווען די פאמילע פון צוזאמענבראך

לאמיר נישט לאזן די מאמע און קינדער איינשלאפן פון הונגער און פיין!

געלט קען ראטעווען זייער צוקונפט!

https://www.charidy.com/orphans/williamsburg
Save $15 when you spend $50 on some cleaning products
https://amzn.to/2YVseOU

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט