מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
- אומאפיציעל
- שר חמש מאות
- תגובות: 544
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm
א טאטע מעג זאגן, פאדערן, פארהאלטן, וכו' וכו', כיד ה' הטובה עליו, אבער "עדיטוד" איז עפעס אן אנדערע סארט וועג פון רעדן, א ערנסטע פארוואורף ביי א וואוילן בחור מוז נישט אלעמאל בעקפייערן, און האט אסאך מאל די ריכטיגע השפעה, אבער ווען עס קומט באגלייט מיט עדיטוד דאן ווערט עס איינגעשטעלט.
אבער וואס האב איך צו רעדן ווען אנדערע אידן האבן שוין געזאגט כמעט אלעס וואס איך האב צוזאגן.

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 448
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן זען היינט אנדערפרי ווי א טאטע געט שלעכטע עטיטוד פאר זיין 15 יעריגן בחור'ל היתכן ער שטייט אויף שפעט, 8:00 וויל איך אונפרעגן צו דאס איז בארעכטיג, די צדדים זענען אזוי.
פארוואס יא: איך בין דיין טאטע, און איך בין דא אויף די וועלט צו שעפן נחת מיט א שעפ לעפל, אין אויב די ברענגסט מיר נישט קיין כבוד אדער די טוטס עפעס וואס פארשעמט די משפחה, ווי זיך פארשטעלן פורים, אדער שלאפן אביסל לענגער ווי א נארמאלע בחור, קומט זיך דיר עטיטוד.
פארוואס נישט: כל דרכיה דרכי נועם, טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות, ער איז א צווייטע מין ווי דיר, ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.
#דיסקלעימער, עטיטוד מיינט נישט פארן טאן אן עוולה קעגן די תורה, נאר פארן עקטן ווי א 2019 בחור ווי נישט ברענגען גיניג כבוד פאר די משפחה, ווי גיין ארבעטן בין הזמנים, אדער רייכענען, נישט אופשטיין פארטאג'ס, נישט גיין מיט די בעקיטשע שבת באנאכט, וכו'.
וואס האלט די עולם?
כהאב נישט געליינט די גאנטצע אשכול.
ווען איך זאג פאר מיין בחור נישט צי גיין מיט א בעקעטשעאדער ער זאל גיין דאווענען צייטלעך וכהנה עוד רבות איז נישט ווייל איך וויל אזוי נאר סאיז פאר אים אז זאל אויס זען ווי א מענטש אין סוועט אים העלפען אויף אייביג.
סאיז א חלק פין חינוך.
Sorry for my misspellings
אן אריינגיין אויף וואס מען זאל טוען למעשה, וויל איך נאר מגיב זיין אויף דער פרעגער און וויאזוי ער האט געפרעגט, און זאגן אזוי, איין זאך זאל מען וויסן קלאר ״דיין קינד איז נישטא דיך צו ברענגען נחת אבסעלוטלי נישט!!!״ און אויב לעבט איינער מיט דעם מהלך גייט איר און ערגעץ נישט אנקומען.
א מענטש דארף לעבן מיט די מהלך אז איך בין מחנך מיינע קינדער זיי זאלן גיין בדרך השם און וויפיל נחת זיי ברענגען מיר איז כל הכבוד אבער דיין קינד איז דיר גארנישט שולדיג און איר קענט דאס אוודאי נישט פארלאנגען.
ודוק כי עמוק הוא.

- געריבענער סוחר
- שר חמש מאות
- תגובות: 897
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
וואס בארואיגט באדערט בעיקר איז די טאטעס נגיעות ווען מען מוסר'ט דעם בחור.
איך האב שוין אויך מיגעהאלט סיריעס פייט'ס ביים גלעזער סטאר, דשי ענד דשי, ביים בארבער, און ווי נישט, מאמעס און טאטעס פליקן זיך ארום מיט די בחורים אויף נערישע זאכן, און בעיקר הערט מען דעם ''ס'פאסט נישט''.
לייג דעם פאסטעך און די זייט, און נעם דעם בחור'ס טובה, זאג אים, ווער ווילסטו זאל זיך צישארן צי דיר גוטע בחורים אדער באמעס? גייסטו קויפן די לעיטעסט סטייל גלעזער גייען זיך די גוטע בחורים אפזאטעלן פון דיר, וכו'.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
זכאי האט געשריבן:אן אריינגיין אויף וואס מען זאל טוען למעשה, וויל איך נאר מגיב זיין אויף דער פרעגער און וויאזוי ער האט געפרעגט, און זאגן אזוי, איין זאך זאל מען וויסן קלאר ״דיין קינד איז נישטא דיך צו ברענגען נחת אבסעלוטלי נישט!!!״ און אויב לעבט איינער מיט דעם מהלך גייט איר און ערגעץ נישט אנקומען.
א מענטש דארף לעבן מיט די מהלך אז איך בין מחנך מיינע קינדער זיי זאלן גיין בדרך השם און וויפיל נחת זיי ברענגען מיר איז כל הכבוד אבער דיין קינד איז דיר גארנישט שולדיג און איר קענט דאס אוודאי נישט פארלאנגען.
ודוק כי עמוק הוא.
A 1 די זאגסט!!!! אזוי גוט גהערט אמאל בשם איינער וואסט וויסט... ודל אז האנדילדיג מיט עלטערן קומט אוס 90% עלטערן מיינען זיך זיך זיך !!! גאס גאס. ודל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 338
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
ראבב האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:וויאזוי הייסט עטיטוד אויף לשון הקודש, איך פרוביר נאכקוקן אין ספרים דעם נושא
סוי! געב וויטער עיטיטוד פאר דיינע קינדער!!!!! אקעי?
טויזנט דאלער זאגט אז דו ביסט אומפארהייראט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"
- צו געזונט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3179
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Attitude איז באנעמונג. עס איז פערהאן א גוטע און א שלעכטע. אויב וועט עס דער בחור טוישן זיין באנעמונג צוליב שרעק פון זיינע עלטערן, דאן ווען ער וועט זיך זעהן ארויס פון זייער רשות, וועט ער זיי אנצייגן וואס מיינט ס'פאסט נישט...
זאגען אלסדינג מיט ליבשאפט און רוהיג, איז אויך נישט א גאנג פאר יעדן. ווייל געוויסע זאכען דארף מען זאגען שטרענג און מען זאל וויסען אז עס איז אן אומרעכט.
יעדער בחור איז אנדערש, און יעדער נעמט זאכען אנדערש. אבער, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז פערשעמען אין פובליקום איז א צוגאנג

בוי זיך זעלבסט
-
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
זכאי האט געשריבן:אן אריינגיין אויף וואס מען זאל טוען למעשה, וויל איך נאר מגיב זיין אויף דער פרעגער און וויאזוי ער האט געפרעגט, און זאגן אזוי, איין זאך זאל מען וויסן קלאר ״דיין קינד איז נישטא דיך צו ברענגען נחת אבסעלוטלי נישט!!!״ און אויב לעבט איינער מיט דעם מהלך גייט איר און ערגעץ נישט אנקומען.
א מענטש דארף לעבן מיט די מהלך אז איך בין מחנך מיינע קינדער זיי זאלן גיין בדרך השם און וויפיל נחת זיי ברענגען מיר איז כל הכבוד אבער דיין קינד איז דיר גארנישט שולדיג און איר קענט דאס אוודאי נישט פארלאנגען.
ודוק כי עמוק הוא.
עציץ נקוב האט געשריבן:דאס איז זיכער אז עס טאר נישט זיין אין פראנט פון אנדערע מענטשען
און זיין קלאר ביי זיך אז דו דארפסט מחנך זיין דיין קינד אבער ער איז נישט דיינס א חפץ
אפילו גאנץ קליינע קינדער כאפן ווען מען מיינט זיך
געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס בארואיגט באדערט בעיקר איז די טאטעס נגיעות ווען מען מוסר'ט דעם בחור.
איך האב שוין אויך מיגעהאלט סיריעס פייט'ס ביים גלעזער סטאר, דשי ענד דשי, ביים בארבער, און ווי נישט, מאמעס און טאטעס פליקן זיך ארום מיט די בחורים אויף נערישע זאכן, און בעיקר הערט מען דעם ''ס'פאסט נישט''.
לייג דעם פאסטעך און די זייט, און נעם דעם בחור'ס טובה, זאג אים, ווער ווילסטו זאל זיך צישארן צי דיר גוטע בחורים אדער באמעס? גייסטו קויפן די לעיטעסט סטייל גלעזער גייען זיך די גוטע בחורים אפזאטעלן פון דיר, וכו'.
די דריי תגובות קאווערן דעם גאנצן נושא
קינדער זענען נישט עפעס א נחת מאשין. קינדער זענען א רעספאנסעביליטי, אן אחריות. און אויב באהאנדלט מען זיי ריכטיג ע"פ תורה און מ'האט די ריכטיגע השקפה, וועט דער אייבישטער העלפן און מ'וועט האבן אסאך נחת
די מצוה פון האבן קינדער איז נישט כדי צו באשיינען דיין שבת טיש. זיי זענען די קומענדיגע דור עבדי השם. עבדי השם מיינט אז זיי זענען אינגאנצן אונטערגעווארפן אונטער דעם באשעפער'ס ווילן און ווילן נישט גארנישט אנדערש
ווען איך ווייז פאר מיין קינד אז זיינע רצונות זענען גארנישט װערד נאר ווייל איך וויל אנדערש, וואס לערן איך אים?
עלטערן האבן א רעכט צו שטעלן דעם טאן אינדערהיים און די סיבה דערפאר איז כדי זיי זאלן קענען מחנך זיין די קינדער. נישט אז זיי זאלן קענען האבן כבוד פון די קינדער. דאס וועלן זיי האבן אויב דער אייבישטער וועט עס באשערן
איך ווייס פון עלטערן וואס פארלאנגן אז די זין זאלן אויסוואקסן דיינים און די טעכטער פרינסיפעלס. ווייניגער גייט נישט. זיי קענען ווען שעפן הויפנס נחת פון א הערליכע דור אמת'ע יראים ושלימים אבער זענען נישט צופרידען (וויאזוי זייערע קינדער זענען געראטן איז א פרשה פאר זיך)
בקיצור. א טאטע מעג און מוז מחנך זיין און פארלאנגן דיסציפלין פון זיינע קינדער אבער ער זאל ארויסנעמען דעם עגא און דעמאלט וועט ער שוין נישט שפירן אזא געברויך צו שרייען אויף זיין קינד אין פאבליק (וואס קען זיין אן איסור דאורייתא און העלפט סייווי נישט) קודם וועט ער עס נישט נעמען אזוי פערסאנאל און צווייטענס וועט ער נישט מוזן ווייזן פאר דעם יעניגער וואס קוקט זיך צו פון די זייט, אז ער איז בעסער ווי זיין זוהן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

- תגובות: 522
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
ליידער נוצן געוויסע (אומ)מענטשן ריכטיגע ווערטער אין אומריכטיגע פלעצער וואס דאס ברענגט נאכדעם אז ווען די קינדער וואקסן אויף און זענען שוין זעלבשטענדיג, וועלן די ווערטער גארנישט מיינען פאר זיי
למשל. ס'פאסט נישט, אונז טוהען נישט אזוי, פארשעמסט מיך\די משפחה וכדו' אדער ס'נישט אויסגעהאלטן, מ'טאר נישט, ס'איז גויאיש און נאך אזעלכע זאכן
די אלע זענען ריכטיגע ווערטער וואס קענען און דארפן גענוצט ווערן אויף די ריכטיגע פלעצער אבער ווערן אביוזט און נאכדעם באוויינט מען עס װען די קינד טוט ח"ו עפעס וואס איז באמת א פראבלעם אבער ס'איז שווער אנציווייזן וואו פונקטליך ס'שטייט אין די תורה אז ס'איז נישט ריכטיג אדער א זאך וואס אנדערע קרייזן טוהען אבער פאר זיין קרייז איז עס א גרויסע פראבלעם
למשל. ס'פאסט נישט, אונז טוהען נישט אזוי, פארשעמסט מיך\די משפחה וכדו' אדער ס'נישט אויסגעהאלטן, מ'טאר נישט, ס'איז גויאיש און נאך אזעלכע זאכן
די אלע זענען ריכטיגע ווערטער וואס קענען און דארפן גענוצט ווערן אויף די ריכטיגע פלעצער אבער ווערן אביוזט און נאכדעם באוויינט מען עס װען די קינד טוט ח"ו עפעס וואס איז באמת א פראבלעם אבער ס'איז שווער אנציווייזן וואו פונקטליך ס'שטייט אין די תורה אז ס'איז נישט ריכטיג אדער א זאך וואס אנדערע קרייזן טוהען אבער פאר זיין קרייז איז עס א גרויסע פראבלעם
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:ביידע וועי, חינוך הייבט זיך נישט אן ווען ער איז שוין א בחור. נאר אלס בחור ווערט ער שוין זעלבסשטענדיג און אויב די טאטע האט נישט קיין גוטן קשר מיטן קינד פון פריער, קלאפט דאס יעצט אויס און מען ווייסט נישט ווי זיך אהינצוטון.
מ'זאגט נאך פון א גדול אז חינוך פאנגט זיך אן ווען די עלטערן זענען נאך אינג
כ'האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דרשה פון ר' יחזקא-ל ווייס פון מאנסי (כ'מיין אז ס'איז די סידי) אז חינוך און שלום בית זענען איין אן די זעלבע זאך און ווען איינער האט מידות טובות און פירט זיך בדרך ישרה איז דאס די חינוך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 522
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
הענדימען האט געשריבן:כשרע טעלעפאן האט געשריבן:ביידע וועי, חינוך הייבט זיך נישט אן ווען ער איז שוין א בחור. נאר אלס בחור ווערט ער שוין זעלבסשטענדיג און אויב די טאטע האט נישט קיין גוטן קשר מיטן קינד פון פריער, קלאפט דאס יעצט אויס און מען ווייסט נישט ווי זיך אהינצוטון.
מ'זאגט נאך פון א גדול אז חינוך פאנגט זיך אן ווען די עלטערן זענען נאך אינג
כ'האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דרשה פון ר' יחזקא-ל ווייס פון מאנסי (כ'מיין אז ס'איז די סידי) אז חינוך און שלום בית זענען איין אן די זעלבע זאך און ווען איינער האט מידות טובות און פירט זיך בדרך ישרה איז דאס די חינוך
לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער מיינסטו צו זאגן אז חינוך הייבט זיך אן ביי די עלטערן, זיך מחנך צו זיין, אז געווענליך קינדער מאכן נאך די עלטערן, זיי אליינס כאפן נישט נאר עס איז סובקאנטשעס. עס איז א שמועס פאר זיך איך גלייב אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות וועגן חינוך
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
- קאטטשקעלע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 266
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
- לאקאציע: ביי די טאטערס
זאג נאר די ביסט נאך א בחור?
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן זען היינט אנדערפרי ווי א טאטע געט שלעכטע עטיטוד פאר זיין 15 יעריגן בחור'ל היתכן ער שטייט אויף שפעט, 8:00 וויל איך אונפרעגן צו דאס איז בארעכטיג, די צדדים זענען אזוי.
פארוואס יא: איך בין דיין טאטע, און איך בין דא אויף די וועלט צו שעפן נחת מיט א שעפ לעפל, אין אויב די ברענגסט מיר נישט קיין כבוד אדער די טוטס עפעס וואס פארשעמט די משפחה, ווי זיך פארשטעלן פורים, אדער שלאפן אביסל לענגער ווי א נארמאלע בחור, קומט זיך דיר עטיטוד.
פארוואס נישט: כל דרכיה דרכי נועם, טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות, ער איז א צווייטע מין ווי דיר, ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.
#דיסקלעימער, עטיטוד מיינט נישט פארן טאן אן עוולה קעגן די תורה, נאר פארן עקטן ווי א 2019 בחור ווי נישט ברענגען גיניג כבוד פאר די משפחה, ווי גיין ארבעטן בין הזמנים, אדער רייכענען, נישט אופשטיין פארטאג'ס, נישט גיין מיט די בעקיטשע שבת באנאכט, וכו'.
וואס האלט די עולם?
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער מיינסטו צו זאגן אז חינוך הייבט זיך אן ביי די עלטערן, זיך מחנך צו זיין, אז געווענליך קינדער מאכן נאך די עלטערן, זיי אליינס כאפן נישט נאר עס איז סובקאנטשעס
עקזעקטלי
ר' הערשעלע ספינקער האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געווען פארנומען אז זיין זוהן זאל דאווענען בשעת ער האט געשמועסט אז זיין זוהן וועט טוהן אקוראט די זעלבע, שמועסן און הייסן זיין זוהן דאווענען
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:עס איז א שמועס פאר זיך
עס איז נישט. דאס איז די גאנצע זאך
הער אויס די דרשה וואס איך האב געלינקט
בקיצור. איינער מיט מידות מגונות האט אן אימעדזש וויאזוי ער וויל אויסקוקן אין 40-60 יאר ארום און זיין זוהן איז א חלק דערפון. טאמער זעהט ער אז זיין זוהן קאאפערירט נישט און קען ח"ו ל"ע צופאטשקענען דעם בילד ווערט ער ווילד
אויב אבער איז ער א פשוט'ער מענעדזשער אויף דעם באשעפער'ס קינדער ווייסט ער װאו זיין אחריות ענדיגט זיך און צוזאמען מיט דעם זיינע רעכטן צו קאנטראלירן (אפשר נישט ממש באט יו געט די פוינט) און טאמער זיין קינד וואקסט באמת ערליך און אויסגעהאלטן נאר האט אנדערע תאוות ווי אים (אדער גאר די זעלבע ווי ער האט געהאט פאר אפאר יאר צוריק. אדער האט נאך היינט נאר אין עדאלט ווערסיע) ווייסט ער אראפצובעקן
אז דער טאטע איז ביזי מיט זיין פענסי קאר, וויאזוי ערווארט ער אז זיין זוהן זאל נישט וועלן פענסי גלעזער?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
- נעגלוואסער
- שר חמש מאות
- תגובות: 715
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
- לאקאציע: between the 2 king size deds
איז דאס נישט אונאת דברים?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא
The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.
קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes
-
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22101
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט