בלאט 1 פון 1

עלעקטרישען פרייזן

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:23 am
דורך cravenwalk
האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:46 am
דורך בבל
מיין חבר האט געמופט אין א דירה, און נאך פארן לייגן די שידראק האט די עלעקטרישן געבעטן 175 א ספאט לייט( אפילו די שידראק איז נאך נישט דא און עס איז זייער גרינג ) און אויב נעמסט א צווייטן פאר ביליגער פארלירסטע די ווארענטי וואס סאיז דא די ערשטע יאר מכלומרשט( ווייל אלע פראבלעמען וועט די 2 זיין שולדיג ).
האב איך נאך א חבר וואס האט געבויט אין וואודבערי דזאנקשן און איך האב אים געזאגט אז פאר ער נעמט אויף א פלאמבער אדער עלעיקטערישן זאל ער אויס שמיסען אלע פרייזן פון עקסטערס ער האט מיך געפאלגט נאכן זעהן ווי ביידע קריצן מיטן ציין אבער גייען איין האט ער מיך געריפן זיך באדאנקן

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 10:06 am
דורך Car Rental Expert
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

אפשר טיילסטו מיט די עולם די נומבער פין די גוי

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 10:25 am
דורך farshlufen
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.

געדארפט? ס'איז דען א מוז?

מיר קענען זיך באגיין מיט פשוט'ע LED Fixtures, שיין און ליכטיג, ריין און ציכטיג.

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 10:35 am
דורך דברים אלו
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

ווארט אויפן הנדימען ניק פארן הסבר אויף די רויבערישע פרייזן

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 10:39 am
דורך יישר כח
farshlufen האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.

געדארפט? ס'איז דען א מוז?

מיר קענען זיך באגיין מיט פשוט'ע LED Fixtures, שיין און ליכטיג, ריין און ציכטיג.


אמאל דארף מען טיהן געוויסע זאכן פאר שלום בית . :smile:

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 10:41 am
דורך בבל
דברים אלו האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

ווארט אויפן הנדימען ניק פארן הסבר אויף די רויבערישע פרייזן

עס איז נישט רויבעריש אדער גניבה, ביז דערלאנג ער צווינגט דיך נישט אין זאגט די פרייז פאראויס

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 12:17 am
דורך הענדימען
דברים אלו האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

ווארט אויפן הנדימען ניק פארן הסבר אויף די רויבערישע פרייזן

ער איז דא דער הענדימען

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז דארטן געווען אבער קודם איבער דעם גוי

$40 א ספאט לייט מאכט נישט קיין סענס

איז ער אן עלעקטרישן אדער ער ווייסט נאר וויאזוי מ'קאנעקט ווייערס און איז נישט צום האבן ווען ס'דא א פראבלעם?

ער טוט די ארבעט לויט די קאוד? סעיף?

גיבט ער אלעס וואס דער איד געט?

האט ער דעם קאפ אויפ'ן פלאץ? (פיפטע שלחן ערוך)

איך פלעג אמאל האבן (אומ)מענטשן רופן פאר פרייזן, אויפהאלטן פאר 2 שעה און ארויסשלעפן גוטע בייפעלער און דערנאך נעמען איינעם ביליגער. נאך געהאט די חוצפה אראפצושרייבן אלע דעטאלן און איבערפרעגן כדי קלאר צו מאכן


בנוגע דעם חילוק צווישן די 2 אידן דארף מען אויך וויסן וואס איז דער חילוק צווישן די צוויי

אויבן אויף איז 150 פאר א ספאט לייט זייער אסאך און ס'קען זיין אז ער איז זייער טייער אבער איך ווייס נישט וואס דארט גייט פאר קענעכניש ענטפערן


אגב. מיך רופט מען פאררעכטן וואס דער ביליגער עלעקטרישן האט אנגעמאכט און זייער אפט שפארט מען זיך אפילו נישט קיין געלט אחרי ככלות הכל

און דאס איז שוין חוץ די קאפוויי פון זיין פארנימען מיט זאכן וואס מ'האט געמיינט אז מ'איז שוין פערטיג מיט, און די קאפוויי ווען זאכן ארבעטן נישט. ווער רעדט נאך ווען מ'דארף נאך פעסן אינספעקשן און דער אינספעקטאר זעהט אויף די ארבעט אז ס'איז נישט געמאכט פראפעסיאנאל און זוכט מיט ליכט תירוצים צו פעילן די אינספעקשן

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 5:31 am
דורך nmi
cravenwalk האט געשריבן:האב איך זיך אריבער געצויגן א דירה בשעטו׳׳מ אין גאדארפט צולייגן א שיינע סכום ספאט לייטס.
נעמנדיג עסטימעיטס פון אפאר מיינע באקאנטע עלעקטרשענס, האט דער ערשטע יוד געוואלט $150 פער ספאט. נא פאר א בן תורה וועט ער
רעכענען $125. דער נעקסטער אויך א יוד האט געבעטן $75. דעם דריטן א גוי האט געבעטן $40 פער ספאט . און ווייל איך האב געמאכט צוואנציג האט ער נאך געגעבן א הנחה. אגב ער מאכט א זייער שיינע ארבעט.אלע פון זיי טוען נאר עלעקטריק. זיי פארעכטן נישט קיין שיטראק.
יעצט בלייבט נאר די קשיא פארוואס איז די פרייס דיפערענס אזוווייי גרויס

אלס מער עקספיריענס אן עלעקטערישן האט אלס טייערער וועט ער בעטן (על פי רוב). א גוי וואס האט נישט וואס צו טוען קען אסאך מאל בעטן זייער ביליגע פרייזן. א יוד טוט מער א פראפעשינעל דזשאב און ווייסט וואס די היימישע עולם וויל און ווייסט אויך אז ביי יודן קען ספאט לייטס ברענען 48 שעה אין א צוה דורך א גאנץ יו"ט און דערפאר וועט ער לייגן ספאט לייטס וואס קען דאס דערהייבן און דאס קאסט טייערער. און ווי אויך וועט ער זיך מער שפילן מיט די ברעקערס אז דו זאלסט נישט האבן קיין פראבלעמען אין 5 יאר ארום. משא"כ א גוי וואס זיין ספאט לייטס ברענט נישט מער פון 3 שעה א טאג קענסטו האבן ביליגערע סחורה.