עצה פאר א קינד וואס ציטערט פון א פליג?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

עצה פאר א קינד וואס ציטערט פון א פליג?

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מאי 07, 2019 4:36 pm

וואס קען מען טון פאר א נארמאל געזונט 3/4 יעריג קינד וואס ציטערט פון יעדע פליג אימת מות אין בוכשטעבליכן זין?
זאגן אז מ'דארף נישט מורא האבן, אדער ס'קען גארנישט טון העלפט נישט,
יעדע מאל ער זעט א פליג קומט ער צו לויפן "א חיה", "א חיה", מיט יאמערליכע געוויינערייען און פחד
איינער מיט א עצה ביטע?

דאס קינד איז קיינמאל נישט דורך קיין טראמא

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מאי 07, 2019 4:42 pm

עס האט אסאך צו טוהן מיט די ריעקשין פון די עלטערן ווען מ'זעהט א קריכדיגס. די ערשטע זאך דארף מען אליין זיין רואיג, און אפילו ווען ס'דרייט זיך א פלוג, געבט מען עס א וויש אוועק, און גענדיגט, מ'לויפט עס נישט נאך מיט קולות וכו'.
שפעטער, ביי אביסל עלטערע קינדער איז דא אזא זאך ווי עקספואשער טערעפי.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מאי 07, 2019 4:55 pm

דאס קינד האט קיינמאל נישט געזען אן אומרואיגקייט ביים זען א קריכעדיגס - עכ"פ ביי די עלטערן זיכער נישט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 07, 2019 5:04 pm

עס איז א נאטורליכע אינסטיקט פון געבורט. מיין 9 חדשים'דיגע קינד ציטערט און קורטשעט זיך איין מיט שרעק ווען איך ווייז אים די שפיצן פונעם שטריימל... כאטש ער האט נאכקיינמאל נישט געזען א האריגע בעל חי. א פיצל בעיבי וועט זיך אויך איינציען מיט שרעק ווען מען לייגט עס אריין אין וואסער פון א וואנע.

איך גלויב אז מען וואקסט דאס אויס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » דינסטאג מאי 07, 2019 5:24 pm

קויף א פליי קעטשער
אין ווען עס האט ארויף געחאפט אפליג טוה דיך אן הענטשקע גלאוו אין כאפ עס אן אין ווייז פארן קינד די ספעקטאל עטליכע מאל

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תפלה און צדקה

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 07, 2019 5:41 pm

בס"ד
וויבאלד די זאך איז אויסער יעדע גרעניץ פון נארמאלקייט איז תפלה און צדקה די בעסטע, ווייז פאר דיין קינד אז דו געסט צדקה, לאז אים אריינלייגען די געלט אין פושקע,
גלייך צייטיג נעם אים ארום אין זאג אים או נא קיינער וועט דיך נישט טשעפען איך לאז נישט,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג מאי 07, 2019 6:13 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויבאלד די זאך איז אויסער יעדע גרעניץ פון נארמאלקייט איז תפלה און צדקה די בעסטע, ווייז פאר דיין קינד אז דו געסט צדקה, לאז אים אריינלייגען די געלט אין פושקע,
גלייך צייטיג נעם אים ארום אין זאג אים או נא קיינער וועט דיך נישט טשעפען איך לאז נישט,

עני צדקה צוועק וועט העלפן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 07, 2019 6:19 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויבאלד די זאך איז אויסער יעדע גרעניץ פון נארמאלקייט איז תפלה און צדקה די בעסטע, ווייז פאר דיין קינד אז דו געסט צדקה, לאז אים אריינלייגען די געלט אין פושקע,
גלייך צייטיג נעם אים ארום אין זאג אים או נא קיינער וועט דיך נישט טשעפען איך לאז נישט,

פלצצצצתי!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 07, 2019 7:02 pm

יעדע מענטש איבערהויפט א קליין קינד האט פאני זאכן פון וואס מ'דערשרעקט זיך, וואס מ'האט מורא און פון וואס מ'עקלט זיך און מ'קען קיינמאל נישט פיגערן פון וואס די משוגעת נעמט זיך. חז"ל האבן אונז יא מגלה געווען פון ווי דאס נעמט זיך און די היינטיגע סייענטיסטן ספענדן מיליאונען עס צו דערגיין עד הסוף. כידוע אז פאר א קינד ווערט געבוירן גיבט מען אבאכט אז די מאמע זאל זיך נישט דערשרעקן אדער פארעקלען פון עפעס ווייל דאס גייט אריין אין די טבע פונעם קינד.

צו דיין פראבלעם: יעדער איינער האט זיך זיינע זאכן וואס ער האט גע'ירשנט פון די מאמע, אמאל זעט זיך עס ארויס און אמאל נישט, ס'מיינט נישט אז דיין קינד האט עני פראבלעם ח"ו ס'איז א זאך וואס יעדער איינער טראגט דורך נאר ס'נעמט אביסל צייט but nothing to be worried about
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 07, 2019 8:32 pm

דברים אלו האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויבאלד די זאך איז אויסער יעדע גרעניץ פון נארמאלקייט איז תפלה און צדקה די בעסטע, ווייז פאר דיין קינד אז דו געסט צדקה, לאז אים אריינלייגען די געלט אין פושקע,
גלייך צייטיג נעם אים ארום אין זאג אים או נא קיינער וועט דיך נישט טשעפען איך לאז נישט,

עני צדקה צוועק וועט העלפן?

יא סייא וועלעכע צדקה, די חשובסטע איז קרובים שכינים פריינט וכו' ומה גם אלמנות יתומים, חולים, קרן עזר איז אין מיינע אויגען פון די הייליגסטע צדקות
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 07, 2019 8:36 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
וויבאלד די זאך איז אויסער יעדע גרעניץ פון נארמאלקייט איז תפלה און צדקה די בעסטע, ווייז פאר דיין קינד אז דו געסט צדקה, לאז אים אריינלייגען די געלט אין פושקע,
גלייך צייטיג נעם אים ארום אין זאג אים או נא קיינער וועט דיך נישט טשעפען איך לאז נישט,

עני צדקה צוועק וועט העלפן?

יא סייא וועלעכע צדקה, די חשובסטע איז קרובים שכינים פריינט וכו' ומה גם אלמנות יתומים, חולים, קרן עזר איז אין מיינע אויגען פון די הייליגסטע צדקות

RCCS אויך
פארשטיי ביטע, איך מאך נישט גארנישט אוועק, ניין קיין איין צדקה ארגענעזאציע פאסיל איך נישט אבער לויטען שולחן ערוך איז דא מדרגות,
ביטע פארהערט מיך נישט נאר קוקט עס אליינס נאך
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דינסטאג מאי 07, 2019 9:03 pm

איך מיין אז ווי מער מ'מאכט א מצב פון זיין מורא, קען עס צומאל מאכן ערגער, עס מיינט נישט אז מזאל איהם אוועקמאכן ח"ו
נאר זאגן מיט א טריקנקייט עס קען גארנישט טועהן זאל איך עס הארגענן. אוי סאיז אוועקגפלויגן איך קען נישט אפשר מארגן וועל איך קויפן א פליגר כאפער אבער עכט קען עס גארנישט טוהן
צומאל קען מען זאגן:
האסט מורא.ס'גארנישט מען מעג מורא האבן עס איז נישט קיין עברה צו מורא האבן
ווען ער וועט זעהן אז מ'פארשטייט איהם אבער מען נעמט נישט אזוי פערסענעל זיין מורא קען עס צוביסלעך אוועקגיין
זיך טאנען מיט איהם און וועלן ער זאל אנערקענען אז עס איז גארנישט מאכט געווענליך ערגער!!
תן לחכם ויחכם עוד
הצלחה רבה!
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 07, 2019 10:59 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:איך מיין אז ווי מער מ'מאכט א מצב פון זיין מורא, קען עס צומאל מאכן ערגער, עס מיינט נישט אז מזאל איהם אוועקמאכן ח"ו
נאר זאגן מיט א טריקנקייט עס קען גארנישט טועהן זאל איך עס הארגענן. אוי סאיז אוועקגפלויגן איך קען נישט אפשר מארגן וועל איך קויפן א פליגר כאפער אבער עכט קען עס גארנישט טוהן
צומאל קען מען זאגן:
האסט מורא.ס'גארנישט מען מעג מורא האבן עס איז נישט קיין עברה צו מורא האבן
ווען ער וועט זעהן אז מ'פארשטייט איהם אבער מען נעמט נישט אזוי פערסענעל זיין מורא קען עס צוביסלעך אוועקגיין
זיך טאנען מיט איהם און וועלן ער זאל אנערקענען אז עס איז גארנישט מאכט געווענליך ערגער!!
תן לחכם ויחכם עוד
הצלחה רבה!

דברים של טעם
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מאי 07, 2019 11:35 pm

דאס קינד דארף לכאורה לענגערע פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג, דאס איז א טיפערע אינערליכע ווייטאג, טרואמה אדער שוועריגקייט וואס מען קען קיינמאל נישט וויסן ווי שטארק און ווי ווייט דאס קען עפעקטירן זיין צוקונפט און שמחת חיים.

ספעציעלע פראמאשן: פאר בלויז 350 דאללער א שעה קען איך זיין אייער גוטע שליח צו היילן דאס נפש פון אייער קינד. עס וועט ווארשיינליך נעמען צווישן 15 און 30 סעסיעס, צוביסלעך וועלן מיר בעז"ה צוריק ברענגען זיין לעבנסלוסט און שטארקן זיין אינערליכע זיכערקייט. פאר מער אין אישי.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 07, 2019 11:38 pm

די פינטעלעך האסטו פארגעסן. האבעכדער געברענגט...
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מאי 08, 2019 9:40 am

להודיע האט געשריבן:דאס קינד דארף לכאורה לענגערע פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג, דאס איז א טיפערע אינערליכע ווייטאג, טרואמה אדער שוועריגקייט וואס מען קען קיינמאל נישט וויסן ווי שטארק און ווי ווייט דאס קען עפעקטירן זיין צוקונפט און שמחת חיים.

ספעציעלע פראמאשן: פאר בלויז 350 דאללער א שעה קען איך זיין אייער גוטע שליח צו היילן דאס נפש פון אייער קינד. עס וועט ווארשיינליך נעמען צווישן 15 און 30 סעסיעס, צוביסלעך וועלן מיר בעז"ה צוריק ברענגען זיין לעבנסלוסט און שטארקן זיין אינערליכע זיכערקייט. פאר מער אין אישי.


ריבונו של עולם, פאר דעם דארף מען שוין 30 סעשינס טעראפי?

ס'איז א פחד וואס דער טאראפיסטן מאכן א לעבן אויף אונזער חשבון.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 10:48 am

shimon7323 האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:דאס קינד דארף לכאורה לענגערע פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג, דאס איז א טיפערע אינערליכע ווייטאג, טרואמה אדער שוועריגקייט וואס מען קען קיינמאל נישט וויסן ווי שטארק און ווי ווייט דאס קען עפעקטירן זיין צוקונפט און שמחת חיים.

ספעציעלע פראמאשן: פאר בלויז 350 דאללער א שעה קען איך זיין אייער גוטע שליח צו היילן דאס נפש פון אייער קינד. עס וועט ווארשיינליך נעמען צווישן 15 און 30 סעסיעס, צוביסלעך וועלן מיר בעז"ה צוריק ברענגען זיין לעבנסלוסט און שטארקן זיין אינערליכע זיכערקייט. פאר מער אין אישי.


ריבונו של עולם, פאר דעם דארף מען שוין 30 סעשינס טעראפי?

ס'איז א פחד וואס דער טאראפיסטן מאכן א לעבן אויף אונזער חשבון.

סארקזאם אלערט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט