וויאזוי מקיים צו זיין ריכטיג דעם "לשובע ולא לרזון" לע"נ רבי ישעי'לע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך מאי 08, 2019 5:41 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דער עד איז אביסל מיסלידינג

איך דענק נישט ר׳ ישעילע זאל האבן אריינגעגאנגען אין געשעפטן אפווישן באלאנסן

וואס איך געדענק יא פון אלע מעשות איז, אז דער צדיק האט געגעבן צו עסן פאר אידן

אוודאי איז חשוב אפצואווישן א בעלענס אין גראסערי דאנט געט מי ראנג


ר' ישעיל'ע האט געגעבן פאר הינגעריגע, ארעמע און ציבראכענע, פאר זאטע איז נישט אזא קינץ! די יצר הרע איז פיל קלענער ווייל די מצוה איז פיל קלענער.

מען רעדט פון צאלען ארימעלייטס חשבונות,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך מאי 08, 2019 5:48 pm

בס"ד
פון הימל פירט מען צו אז יודען זאלען גיסען געלט פאר צדקה עס זאל זיין בך חותמין, ביטע העלפט נישט שטערען אדער חוזק מאכען, דער מצב ביי אידען איז איום ונורא,
וויפיל אידען האט מען פארשפארט די לעקטער די וואך,
וויפיל טשעקס האט די מעת לעת געקראכט,
וויפיל אידען האט מען די וואך דייעגנאזט נעבעך מיט יענע מחלה רח"ל,
וויפיל DOWNYS זענען נעבעך דא ביי אידען,
און נאך און נאך, איז עס נאך נישו גענוג? נאר חסד וועט העלפען, אבער אמתדיג חסד, וויל דאך דער יצה"ר עס אוועקחאפען - טיילט מען טשיז דענישעס פאר זאטע- מען פארט פירסטקלעס צו ר' ישעי' - מען בויט 5 סטאר האטעלס אין גאנץ יוראפ פאר .........נגידים, ווייל די צובראכענע און ערליכע אידען וועלען קומען אפי' זיי האבען עס נישט, וכו' וכו'
הכלל ווען נישט די נגידים ווער וואלט אויסגעהאלטען כביכול השי"ת, כמובן עס איז דא אויס נאמס אבער ליידער ווייניג,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מיטוואך מאי 08, 2019 6:15 pm

בס"ד
וויל דאך דער יצה"ר עס אוועקחאפען - טיילט מען טשיז דענישעס פאר זאטע- מען פארט פירסטקלעס צו ר' ישעי' - מען בויט 5 סטאר האטעלס אין גאנץ יוראפ פאר .........נגידים, ווייל די צובראכענע און ערליכע אידען וועלען קומען אפי' זיי האבען עס נישט, וכו' וכו'
הכלל ווען נישט די נגידים ווער וואלט אויסגעהאלטען כביכול השי"ת, כמובן עס איז דא אויס נאמס אבער ליידער ווייניג,


@ירום הודו טוט אויסדריקליך פארדאמען די קטרוג ווערטער. לע"נ רבי ישעיה ב"ר משה לאמיר מליץ טוב זיין אויף כלל ישראל.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך מאי 08, 2019 6:28 pm

דא איינמאל בין איך מיט ר' טובי' מאיר...

סיי וויאזוי האבן מיר זיך געלאזט וואוילגיין היינט, ס'געווען פאר מיטאג אין די מוסדות צימרינג דעינישעס, קיפעלעך, קושקע און קוגל. טשאקלעט מאלטעד, און קאלטע קאווע לרחצה.

רבש"ע מען דארף נאך עסן נאכטמאל היינט. לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך מאי 08, 2019 6:36 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:דא איינמאל בין איך מיט ר' טובי' מאיר...

סיי וויאזוי האבן מיר זיך געלאזט וואוילגיין היינט, ס'געווען פאר מיטאג אין די מוסדות צימרינג דעינישעס, קיפעלעך, קושקע און קוגל. טשאקלעט מאלטעד, און קאלטע קאווע לרחצה.

רבש"ע מען דארף נאך עסן נאכטמאל היינט. לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה.

יישר כח
איך וועל עס אנדערש זאגען מיט א משל
עס איז דא קאנטרי וואס מער ווייניגער האט יעדער אן אייגענע הייזקע און זיי האבען געברויכט א מקוה האבען זיי געמאכט א קאמפיין און איד א גביר האט עס באצאלט, א יאר שפעטער האבען זיי געבויט א נייע סווימינג פול און כמובן קען מען נישט שנארען האבען זיי אלע צוזאמען עס באצאלט, און מען האט געבויט א פול לשם ולתפארת,
יעצט דער נדבן פון די מקוה האט זיכער א מצוה אבער עס איז זיכער נישט די העכסטע מדרגה פון צדקה,
1) די יודען קענען אפארדען צו בויען אליינס,
2) זיי גייען אין מקוה ממילא אין שכינות,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מיטוואך מאי 08, 2019 8:12 pm

in brooklyn today
צוגעלייגטע
krestir2.jpeg
krestir2.jpeg (424.33 KiB) געזעהן 1164 מאל
krestir1.jpeg
krestir1.jpeg (60.31 KiB) געזעהן 1164 מאל

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מיטוואך מאי 08, 2019 8:17 pm

עס זענען דא הונדערטער אידן וואס זוכן פרנסה אדער וואס מאכן נישט גענוג פרנסה און וועגן דעם פארט מען צו די הייליגע צדיק הרה"ק ר' ישעי בן משה זי"ע

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מיטוואך מאי 08, 2019 8:40 pm

במחילת די אלע געשעפטן
עס שמעקט נישט גוט

ארימע אידן דארפן נישט קאווע , קאווע האבן זיי
גיין געבן פאר סיי וועלכע אאגענכזאציע וואס שטיצט עניים

פרעגט איינער היינט , פאר וועמען מיינסטו ר׳ ישעי פלעגט צושטעלן עסן? אסאך גבירים זענען געקומען פון דערנעבענדיגע שטעט

ווייסעך נישט
אבער לכאורה איז די מטרה געווען עניים

אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » מיטוואך מאי 08, 2019 9:03 pm

When is the zman that we can stop eating le'ilu nismas Reb Yeshaya ben Reb Moshe z"l?

ששון
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:55 pm

לשובע ולא לרזון

תגובהדורך ששון » מיטוואך מאי 08, 2019 9:30 pm

ברוך השם מ'עסט און מ'האט אינזין די הונגעריגע ארימע אא"וו, יונג און אלט.
מ'דארף מיטנעמן די חסד אויך ממחרת היומא דהילולא... און מ'וועט זוכה זיין צו די וואונדער א גאנץ יאר

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 9:55 pm

זייטס נישט ברוגז אידן. כל אחד בניקו הטוב יבורך

ס'איז גארנישט ראנג ווען א סטאר וויל באקומען אביסעלע פאבליסיטי און פארטיילט עסן\טרינקען

גראדע האט ר' ישעי'לע אויך געגעבן פאר אידן וואס זיינען נישט געווען קיין ארימעלייט

א איד וואס גייט אריבער און נעמט אן אומזינסטע קאווע, האט הנאה. און דאס איז געווען א חלק פון ר' ישעי'לע'ס דרך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך מאי 08, 2019 10:20 pm

הענדימען האט געשריבן:זייטס נישט ברוגז אידן. כל אחד בניקו הטוב יבורך

ס'איז גארנישט ראנג ווען א סטאר וויל באקומען אביסעלע פאבליסיטי און פארטיילט עסן\טרינקען

גראדע האט ר' ישעי'לע אויך געגעבן פאר אידן וואס זיינען נישט געווען קיין ארימעלייט

א איד וואס גייט אריבער און נעמט אן אומזינסטע קאווע, האט הנאה. און דאס איז געווען א חלק פון ר' ישעי'לע'ס דרך


די ווילסט אביסל foot traffic צי דיין סטאר ניץ נישט ר'
ישעי'לע
ר' ישעי'לע וואלט אלעס געטוען אז א יוד זאל האבן פרנסה אבער פין אונזער זייט איז עס א זלזול אינעם צדיק כנלענ"ד זיעועכי"א

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מיטוואך מאי 08, 2019 10:21 pm

in monsey
צוגעלייגטע
krestir monsey1.JPG
krestir monsey1.JPG (56.97 KiB) געזעהן 1035 מאל
krestir monsey.JPG
krestir monsey.JPG (88.15 KiB) געזעהן 1035 מאל

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 11:15 pm

Haklal האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:זייטס נישט ברוגז אידן. כל אחד בניקו הטוב יבורך

ס'איז גארנישט ראנג ווען א סטאר וויל באקומען אביסעלע פאבליסיטי און פארטיילט עסן\טרינקען

גראדע האט ר' ישעי'לע אויך געגעבן פאר אידן וואס זיינען נישט געווען קיין ארימעלייט

א איד וואס גייט אריבער און נעמט אן אומזינסטע קאווע, האט הנאה. און דאס איז געווען א חלק פון ר' ישעי'לע'ס דרך


די ווילסט אביסל foot traffic צי דיין סטאר ניץ נישט ר'
ישעי'לע
ר' ישעי'לע וואלט אלעס געטוען אז א יוד זאל האבן פרנסה אבער פין אונזער זייט איז עס א זלזול אינעם צדיק כנלענ"ד זיעועכי"א

דו האלטסט אז איינער גייט קומען צו די סטאר פון אפאר בלאקס אוועק כדי צו שפארן די דאלער פופציג פון די קאווע געשעפט נעבן אים? אויב יא איז ער א נצרך און מ'האט שוין אויפגעטוהן

ס"ה איז מען מחי' אידן וואס גייען אריבער

ס'איז נישט די זעלבע ווי טיילן פרעס
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:01 pm

monsey
צוגעלייגטע
krestir monsey2.JPG
krestir monsey2.JPG (62.21 KiB) געזעהן 888 מאל

הור ההר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 07, 2019 1:14 pm

אידען טיט צי די זאך

תגובהדורך הור ההר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:00 pm

קודם טיט מען התחייבות ! דהיינו האסט פארטיילט כפליים למעות חיטים לעניי עירך ווי די הלכה פארלאנגט אדער לעניי ארץ ישראל פאר אייגענע ווייב אין קינדער אינקלודעט די חתונה געהאטע א שיכעל א קליידעל א תכשיט לכבוד יום טוב קודם ברענג אריין אשמחה אין אייגען הויז נאכדעם גיי דיךאדווערטייזן כדי להגדיל הטראסק זאג א קאפיטל תהילים לעילוי נשמתו א משנה
ליידער שוואנצאנעס וואקסט אויף א גרויס פארנעם עס האט שוין אפילו א אייגען זעמרעל כמובן

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:10 pm

גיי (בל"נ) נישט נעמען קיין צדדים
אבער פאר מ'טענה'עט זיך, ביטע לערנט אדורך דעם הערליכן ספר מופת הדור אדער דער וואונדערליכער צדיק אין אידיש, וואס ר' ישעי'לע האט געטוהן און געטיילט, דערנאך וועט איהר מיינעך האבן אן אנדערן בליק אויף די גאנצע מעשה.
זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י עם כל מיני השפעות טובות ברו"ג

אוועטאר
דער שיבער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

תגובהדורך דער שיבער » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:47 pm

מאנסי
Capture.JPG
Capture.JPG (102.68 KiB) געזעהן 703 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:20 pm

איך וויל אויפמעקרזאם מאכן פאר די אידן וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו זיין ביים ציון הק' פון ר' ישעי'לע, א נקודה.

די גאנצע גערעדעכטס אוו געטועכטס דא אין אמעריקא און די געפרעסעכטס איז אויסדורקליך נאר דא אין אמעריקא, איך האב ב''ה זוכה געווען נעכטן זיך צו משתטך זיין על קברו, וואס זאל איך אייך זאגן טייערע ברודער דאס התעוררות און התרגשות וואס מ'שפירט דארט אין די לופט איז ממש שלא מעלמא הדין, מ'קען טאפן אין די לופט א אור פון אמונה.

שווערע הונדערטע טויזענטער אידן מאכן א אפמאטערנדע נסיעה, און יעדער קומט מיט א לאך אין הארץ וואס ער וויל אנפילן, זה בכה וזה בכה, הצד השוה שבהם אז די מטרה איז נישט די גשמיות, אה''נ ס'איז פיין צוגעשטעלט אבער ווייט ווייט פון די השגות וואס מ'מיינט ס'איז.

רבותי טאמער זוכט איר צו האקן לעבעדיגע שטיקער בקר, בלייבט אין ניו יארק! אייער לאקעל פרעס געשעפט דא אין אמעריקא שטעלט צו סאך בעסערס! עס לוינט נישט צו צאלן 1000+ פאר דאס ביסל גשמיות, ס'ווערט בטל באלף אלפי אלפים.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:26 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך וויל אויפמעקרזאם מאכן פאר די אידן וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו זיין ביים ציון הק' פון ר' ישעי'לע, א נקודה.

די גאנצע גערעדעכטס אוו געטועכטס דא אין אמעריקא און די געפרעסעכטס איז אויסדורקליך נאר דא אין אמעריקא, איך האב ב''ה זוכה געווען נעכטן זיך צו משתטך זיין על קברו, וואס זאל איך אייך זאגן טייערע ברודער דאס התעוררות און התרגשות וואס מ'שפירט דארט אין די לופט איז ממש שלא מעלמא הדין, מ'קען טאפן אין די לופט א אור פון אמונה.

שווערע הונדערטע טויזענטער אידן מאכן א אפמאטערנדע נסיעה, און יעדער קומט מיט א לאך אין הארץ וואס ער וויל אנפילן, זה בכה וזה בכה, הצד השוה שבהם אז די מטרה איז נישט די גשמיות, אה''נ ס'איז פיין צוגעשטעלט אבער ווייט ווייט פון די השגות וואס מ'מיינט ס'איז.

רבותי טאמער זוכט איר צו האקן לעבעדיגע שטיקער בקר, בלייבט אין ניו יארק! אייער לאקעל פרעס געשעפט דא אין אמעריקא שטעלט צו סאך בעסערס! עס לוינט נישט צו צאלן 1000+ פאר דאס ביסל גשמיות, ס'ווערט בטל באלף אלפי אלפים.


זייער ריכטיג!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט