בלאט 1 פון 1

געלט פאר גייסטישע הילף (Mental Health)

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:00 pm
דורך shemtov
עס איז נישט קיין סוד אז [געזונטע] מענטשען דארפען ליידער אסאך מאל אנקומען צו גייסטישע הילף וכדו'
און ווער עס ווייסט קאסט דאס שווערע געלטער און נישט אלעמאל קען מען גיין צו די וואס נעמען אונשורענס (ווי אויך געוויסע ב"ח וואס גיבן יא אביסל הערט מען ווי זיי פראבירן אריינצושטעקן די נאז וד"ל...)

דעריבער אויב ווייסט איינער פון א ארגענעזאציע אדער program וואס העלפט מיט געלט ביטע טיילט עס מיט דא,
ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:06 pm
דורך ווישוואש
shemtov האט געשריבן:(ווי אויך געוויסע ב"ח וואס גיבן יא אביסל הערט מען ווי זיי פראבירן אריינצושטעקן די נאז וד"ל...)

דעריבער אויב ווייסט איינער פון א ארגענעזאציע אדער program וואס העלפט מיט געלט ביטע טיילט עס מיט דא,
ולמצוה גדולה יחשב

זאגסט דאך אז די וואס געבן שטעקן אריין די נאז. (וואס אגב, איז העכסט נארמאל).

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:13 pm
דורך shemtov
פארוואס העכסט נארמאל?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:16 pm
דורך צו געזונט
ווייל זיי זיינען דא צו העלפן!
אין סתם אזוי זיי זאגען, שיק מיר א טשעק און איך וועל טוהן כראות עיני איז נישט אויסגעהאלטן.
זיי האבען עפעס עקספעריענס, און אז דו האסט א געוויסע פראבלעם און גייסט צו די ראנג טעראפיסט איז עס סתם ארויסגעווארפען געלט

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:20 pm
דורך בבל
עזרת חולם העלט צענטער אין קרית יואל האט היימישע און נישט היימישע וואס מעדיקעד באצאלט
מן הסתם אנדערע שטעט האבן אויך

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:21 pm
דורך shemtov
צוריק צום פאוינט...
וועלעכע ארגעניזאציע העלפט מיט געלט? (אויך וועלעכע שטעקן אריין די...)

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:30 pm
דורך עס וועט זיין גיט
אין ק"י איז דא ביקור חולם וואס גיט שיין

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:32 pm
דורך shemtov
זיי געבן נאר ווער עס וואוינט דארט אדער פאר יעדעם?
וויפיל געבן זיי?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:43 pm
דורך ווישוואש
כ'מיין אז סאטמאר ב"ח געבט, מער דיטעילס ווייסעך נישט.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 1:50 pm
דורך עם הארץ
shemtov האט געשריבן:זיי געבן נאר ווער עס וואוינט דארט אדער פאר יעדעם?
וויפיל געבן זיי?


I think for kJ residents they help with advise + financials
For others they only help with advise.

This is as per my info. But still worth to try them.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 2:08 pm
דורך maybeeynot
סאיז דא א ארג. רופט זיך רידזשנעל ביקור חולים איך מיין אז זיי זענען געשטעלט אויף דעם

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 2:17 pm
דורך שטאלצער יוד

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 2:36 pm
דורך עס וועט זיין גיט
maybeeynot האט געשריבן:סאיז דא א ארג. רופט זיך רידזשנעל ביקור חולים איך מיין אז זיי זענען געשטעלט אויף דעם

איך האב א חבר וואס די משפחה איז א דורך א טראגעדיא אין ער האט געדארפט א ביסעל העלפ
האט ער מיר געזאגט אז זיי האבען אים געגעבען 200 וועכענליך פאר א יאר צייט
די דארפסט פאראשטיין אז ווען איינער גיט דיר געלד דארך ער וויסען פאר וואס די דארפסט עס
ביידע וועי זיי מאכען היינט א קאנפיין
https://www.charidy.com/bikurcholim?utm_source=jcn

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 11:38 am
דורך עס וועט זיין גיט

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:02 pm
דורך איגערקע
די פאלגענדע האבן "גוטע" טעריפיסן און דאקטורים וואס נעמען אינשורנס.
עזרת חולים - קרית יואל
רפואה - מאנסי
ביקור חולים ראקלענד קאנטי - מאנסי און ק"י
ODA ווילאמסבורג

רפואה העילפ ליין ק"י קען דיר העלפן מיט געלט, רעדט צו רבי משה שמואל לאנדא.

פאר מער פרטים, סיטי שיקט מירנא פריוואטע הודעה